פייגלעך אין קאפ...!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

פייגלעך אין קאפ...!

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:25 am

מיט א קלאפעדיגע הארץ און שנעלע טריט האט ער זיך דערנענטערט צום בית המדרש. צו זיינע אויערן דערגרייכט שוין די קלאנג פונעם בעל תפילה וואס זינגט "מלאים זיו" מיטן צווייטן פאל.

זיין רעכטע האנט ליגט אריינגעשטעקט אין די לינקע ארבעל און די לינקע האנט אין די רעכטע זייט, ער ציט זיך ארויף אן ערנסטע פנים און פראבירט זיכער צו מאכן אז קיין שום צייכן פון א שמייכל זאל נישט זיין קענטיג אויף זיין געזיכט.

ווען ער טרעט איבער דאס שוועל און גרייט זיך אויסצוטוהן זיין רעדזשוואלקע, הערט ער ווי די גאנצע ציבור פלאצט אויס אין פלאמעדיגן געשריי פון "שבח.... נותנים לו....". ער ווייסט אז פון יעצט הייבט זיך אן זיין שפיל און ער מוז זיך מאכן אינגאנצן "תם מוותר", ער מוז הערן די נייעס און רעאגירן ווי כאילו ער הערט עס יעצט צום ערשטן מאל, קיינער זאל אפילו נישט האבן קיין הוה אמינא אז ידו במעל.

ער איילט זיך צו צום קאווע שטיבל, ער האפט צו הערן דארט עפעס פידבעק, כאפן עפעס א שמעק פון דעם דעת הקהל און וויאזוי זיי רעאגירן צום גאר פרישע נייעס. בשעת'ן מאכן א כלי שני שפיצט ער אויס זיין אויער, ער לייגט מער קאווע ווי געווענליך, צו קענען בלייבן אביסל לענגער שפיאנירן.

מיט א צוקער אין די האנט דערנענטערט ער זיך צום לעצטן קופקע וועלכע האבן שוין טיילווייזע זיך איינגעהילט אין זייערע טליתים. איינער קעמט נאך אויס אביסל זיינע ציצית וואס הענגן איהם פון די פלייצע און לאזט נאך הערן זיין לעצטן קאמענטאר אויף די נושא וואס מען האט נארוואס אדורך געטוהן בעפאר ער געבט א זאג - "שוין, לאמיר גיין דאווענען, עס איז שפעט, ברכו נפשי את השם...".

ער הייבט אן שפירן אז עס איז נישט פשוט, קיינער רעדט נישט דערוועגן, אפילו קיין רמז הערט מען נישט. הלואי וואלט ער געקענט צוגיין צו עמיצער און פרעגן דערוועגן, אבער דאס קען חלילה אויפדעקן זיין פנים און אראפנעמען זיין מאסקע. ער ענדיגט צו זיין קאווע וואס קיין שום ציקער קען עס מער נישט זיס מאכן נאכן אנערקענען אז עס איז לכאורה עפעס נישט געגאנגען ווי געפלאנט.

"וואס איז פשט אז קיינער רעדט נישט דערפון?" - טראכט ער מיט פארוואונדערונג, ער איז געווען זיכער אז דאס וועט זיין די שטאטס נייעס. "אבער לאמיר ווארטן ביז מיין שותף וועט זיך ארויסקראצן פון אונטער זיין דאכענע און מיר וועלן עס גרונטליך אדורך שמועסן." - בארואיגט ער זיך אליינס און ווארפט אוועק די פעיפער קאפ.

די זייגער קלאפט ווייטער אן אויפהער, און דער גבאי גרייט זיך שוין אויסצורופן דעם פערטן עלי'ה. אלעמענס אויגן זענען אויפגעהויבן צו זעהן ווער גייט באקומען רביעי, אבער זיינע בליקן זענען געוואנדן צום טיהר, "ווען קומט שוין דער שלעפּער צו גיין?" - זיין נערוועזקייט קען ער נישט באהאלטן, ער האפט אז קיינער הערט נישט זיינע הארץ קלאפענישן.

"ער מיינט אז דאס איז עפעס סתם א ליצנות?" - טראכט ער אויפגעברויזטערהייט, "וואו איז ער שוין?"

"עס איז געווען א אקציע וואס ווערט שוין פלאנירט עטליכע טעג, מיר האבן דאס אויסגעארבעט מיט יעדן פרט, אזויפיל האבן מיר משקיע געווען דערין. ווען בין איך אזוי לאנג געבליבן אויף א שלום זכר? ווען האב איך זיך געלייגט פרייטאג צו נאכטס ממש פארן עלות? און איך האב איהם נאך געמוזט וועקן ווי א נער!"

"אוי איז דאס געווען א ארבעט איהם ארויסצוזעהן פון זיין בעט, און דערנאך זיך צו שלעפן באישון לילה אין די קאלטע גאסן, מיט שטילע טריט זענען מיר געגאנגען ממש ווי גנבים און מיר האבן געציטערט פאר יעדן קליינע שאטן... און יעצט, לאזט ער מיך דא הענגן! וואו איז ער ווען מען דארף איהם?"

"וזאת התורה אשר שם משה..." האט זיך געהערט פון אלע זייטן פון היכל צוזאמען מיט דאס געקלאפ פון הונדערטע בענק, און ענדליך עפענט זיך די טיר און אריין טוט זיין חבר שפאצירן מיט פארקלעבטע אויגן באגלייט מיט א 18 יעריגע וויסקי וואס ער האלט אן פעסט אונטער זיין ארעם.

"אה, דא ביסטו, גוט שבת, האסט דיך אויפגעוועקט?" - לויפט ער אנטקעגן זיין קאלעגע מיט אויפגערעגטע אויגן און א צינישע שמייכל.

"הער צו, אונז מוזן מיר רעדן, קום מיט מיר צום אוצר הספרים", ער שלעפט איהם ביי די האנט אזש דאס ברוינפען פלאש האט זיך שיר נישט ארויסגעגליטשט.

"קוק אהער" זאגט ער מיט א שטילע שטימע וואס קוים ער אליינס קען הערן בשעת ער קוקט זיך אום צו עס זענען נישט דא נאך אויערן וואס האלטן מיט. - "עס האט געפלאפט, א מיאוס'ן דורכפאל, קיינער! אבער קיינער! רעדט נישט דערפון!"

"זאגסט מיר?" ענטפערט ער איהם צו זיין איבעראשונג, "פארוואס מיינסטו קום איך ערשט יעצט? איך האב נאך מיטגעהאלטן די המשך..."

"וואס הייסט, וואס איז געשעהן? דערצייל!" - הייבט ער אויף זיין טאן מיט נייגער.

"הערסטו דתן, פייגלעך! נישט מער און נישט ווייניגער ווי פייגלעך, זיי האבן זיך אראפגעלאזט אויף אונזער לאגער און אלעס פארלענדט, אפילו קיין ברעקל נישט איבערגעלאזט!"

"מיינסט עס נישט ערנסט" - פאטשט ער זיך גלייכצייטיג ביידע באקן.

ביידע זענען זיי געשטאנען דארט מיט א שטילקייט נישט וואוסענדיג וואס צו זאגן, קודם א שלאפלאזע נאכט און יעצט א שפראכלאזע מאמענט. זיי זעען איין זייער דורכפאל און אנערקענען אז אייגענטליך קען מען זיך נישט קריגן מיט משה רבינו און די תורה.

פון בית המדרש הערט מען שוין ארויס ווי עמיצער חזן'ט זיך "על כסאו לא ישב זר..." "אבירם," - געבט ער רוף אויס צו פריינד, - "פאק אויס דיין סחורה, וואס האסטו קידוש צו מאכן?" זיי האפן מיט דעם צו פארגעסן זייער נידערלאגע.

"זיי מיך אבער מוצא, איך בין נאך נישט גרייט פאר א טרינק."

"ושמרו בני ישראל את השבת..." זאגט ער מיט א הויעך קול פראבירנדיג צוריק צו הייבן זיין גיסטע, ער ווערט אבער איבערגעהאקט פון זיין חבר, "שא, די גאנצע בית המדרש הערט אונז!, שריי נישט אזוי!"

אבער מיר יודען זאגן צו אייך טייערע דתן, טייערע אבירם, מיר הערן אייך יא אפילו איר וועט דערנידערן אייער טאן, און אפילו מיר זענען שוין טויזענטע יאר שפעטער וועלן מיר ממשיך זיין די ווערטער וואס איר האט נארוואז אנגעפאנגען ".... לעשות את השבת לדורותם ברית עולם..."

אונזערע הייליגע חכמים האבן אונז אנטפלעקט די פלענער פון די צוויי טראבל מעקערס, אבער וויפיל אנדערע וואס מיר ווייסן נישט, האבן אויך געהאט "פייגלעך אין קאפ" און במשך די יארן געזוכט אונטער צו גראבן מיט כל מיני טאקטיקן און שלאפלאזע נעכט, אבער דער שומר ישראל האט אונז געראטעוועט פון זיי, אן מיר זאלן דערפון בכלל וויסן.

קומטס, לאמיר מקיים זיין די מנהג ישראל תורה און פארשפרייטן ברויט פאר די פייגלעך לכבוד שבת שירה, באגלייט מיט די המשך פון אונזערע ווערטער "... ביני ובין בני ישראל אות הוא לעולם." יא, א קליין סימן, א בלינק מיט די אויג צו אונזער טאטן אין הימל, אונז ווייסן מיר ווער עס שטייט אין היט אונז אפ שטענדיג.

***

"אבירם, עפעס מָן האסטו? מיר שמעקט יעצט א שטיקל גאלע..."

"טיפש דו, פון וואו ווילסטו איך זאל האבן, נאכדעם וואס מיר האבן אלעס ארום געווארפן. ווען מיר זאלן בלויז האבן איין שטיקל, וואלט איך עס געהאלטן פאר מיר, ווייל מיר גלוסט יעצט גראדע ענדערש א שטיקל הערינג."

***
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:34 am

:lol: :lol: :lol:
געוואלדיג שמחת!!
איך זעה דו האסט א גוטן פעדער, שרייב מער אפט!

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:34 am

:lol: :lol: :lol:
געוואלדיג שמחת!!
איך זעה דו האסט א גוטן פעדער, שרייב מער אפט!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5830
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:39 am

פיינע נייעס! שוין לאנג נישט געליינט אזאפטיגן שטיקל ׳שמחת עולם׳, נאדיר א לחיים!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:41 am

וואט א סטארי......!!!!

ישר כח און לחיים
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

חוח בין השושנים
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:48 am

זיס ווי צוקער-וואסער !!
ס'מיר נאר א חידוש וואס דו זאגסט אז די טראבל-מעיקערס האבן אנגעפאנגען פון 'ושמרו', איך בין אלס געווען זיכער אז די חברה האבן אנגעהויבן ביי 'זכור את יום השבת לקדשו'...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 1:51 pm

אה פיינע נייעס.
שמחת שבת נישט שמחת עולם
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 2:25 pm

פיינע ווארע.....
We want more!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 2:28 pm

;l;p- ריזיג!

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 2:32 pm

wow אנבעליוועביל !
שרייב מער אפט פליז

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1366
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 3:18 pm

שיגענער איינער! וועגן דיר איז אבירם געקומען שפעט מיט זיין וויסקי און כאנישט קידוש געמאכט ביים ליינען

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1069
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 4:20 pm

איין זאך נאר האט איר פארגעסן אז די חברה'ניאקעס זענען געגאנגען מיט בגדי לבנים, כידוע מהרה"ק מצאנז זי"ע

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 4:36 pm

שמחת עולם - שפראכ-לאז

אזוי גוט צו שרייבן

נאדיר א גרינע ;l;p-

שרייב מער
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
יש בו
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 5:06 pm

פיינע נייעס @שמחת,
די פראבלעם איז אז די מעשה האט פאסירט פאר קבלת התורה, סא נישט קיין ליינען, נישט קיין עליות, נישט קיין ושמרו, און נישט קיין זכור את יום השבת לקדשו,

אבער ס'נאכאלץ גוט געווען, די שפייעכץ האט זיך מיר פארטריקנט ביים ליינען דאס
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 583
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 5:33 pm

;l;p- :lol: ;l;p- :lol:
דאס מיינט עכט פיינע סחורה :!: :!: קיפ איט אפ :!: :!:

שאראש-פאטאק
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

תגובהדורך שאראש-פאטאק » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 7:46 pm

געוואלדיג

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 7:53 pm

ר' שמחת!

הלוואי שרייבסטו אזוי יעדע וואך איבער די פרשה, מ'קען רעדן דערפון?
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:26 pm

פיינע סחורה דאס הרב שמחת עולם
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

Haklal
שר האלף
תגובות: 1116
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 8:49 pm

גאר גיטע ווארע, יישר כח אין שרייב עפטער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » פרייטאג פאברואר 07, 2020 8:37 am

יש בו האט געשריבן:פיינע נייעס @שמחת,
די פראבלעם איז אז די מעשה האט פאסירט פאר קבלת התורה, סא נישט קיין ליינען, נישט קיין עליות, נישט קיין ושמרו, און נישט קיין זכור את יום השבת לקדשו,

אבער ס'נאכאלץ גוט געווען, די שפייעכץ האט זיך מיר פארטריקנט ביים ליינען דאס


א דאנק!

גראדע, צופעליג, די מצווה פון שבת האבן זיי באקומען אין מרה... אבער הכל מודים אז א גלעזעלע לחיים איז זיכער געווען...

טישטוך האט געשריבן:ר' שמחת!

הלוואי שרייבסטו אזוי יעדע וואך איבער די פרשה, מ'קען רעדן דערפון?


יישר כח!

איך זאג אויך הלוואי,... הלוואי זאל ווען זיין די צייט, געדולד, השראה און אלעס וואס מען ברויך צו עקטיוועיטן דאס שרייב געצייג.


א עקסטערן דאנק פאר אלע אנדערע באדאנקערס און קאמענטאטארס, האטס מיר אלע א לעכטיגן שבת!
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

הקולמוס שלי
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 03, 2020 8:01 am

תגובהדורך הקולמוס שלי » פרייטאג פאברואר 07, 2020 9:50 am

ייישר כח הערליכער ארבעט!

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » פרייטאג פאברואר 07, 2020 10:11 am

PDF
צוגעלייגטע
פייגלעך אין קאפ...!.pdf
(58.94 KiB) דאונלאודעד 29 מאל
עץ חיים הוא למחזיקים בה

א גולם
שר האלף
תגובות: 1699
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג פאברואר 07, 2020 11:18 am

;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » זונטאג פאברואר 09, 2020 1:57 am

גוט אראפגעלייגט
יישר כח
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך פאברואר 12, 2020 4:58 pm

גרינע בוים האט געשריבן:PDF


א גרויסן דאנק אייך הרב גרינע בוים!
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 29 געסט