התחזקות בליצן!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות בליצן!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 6:24 pm

דא וועלן מיר פרובירן אי''ה צו ברענגען ווי אפטער דיבורי התחזקות בעבודת ה', בעזהשי''ת.
מיר האפן עס וועט אונז נענטער ברענגען צום אייבערשטן און צו די אמת'ע גוטס! טוב ה' לכל!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 6:25 pm

איך האב געהערט איינעם רעדן איבער די גרויסקייט פון די פריעדיגע, די ראשונים און אחרונים, אז מיר האבן נישט קיין השגה אין ר' עקיבא אייגר, און ווער רעדט שוין אין א ראשון ווי די הייליגע רשב''א, און זיכער האבן אונז נישט קיין מינדעסטע השגה אין א אמורא, און כ''ש אין א תנא וואס מיר פארשטייען ממש גארנישט און מיר האבן נישט די מינדעסטע השגה אין זיין גרויסקייט.
האב איך אים געזאגט: איך האב פאר דיר נייעס, דו האסט אויך נישט די מינדעסטע השגה אין דיין גרויסקייט...!
דו רעדסט דיך איין אז דו קענסט דיך און דו האסט א השגה אין דיך, אבער באמת האסטו נישט קיין שום השגה אין דיין גרויסקייט!

אפילו דו ביסט טאקע וויאזוי דו ביסט, און קיינער רעדט זיך טאקע נישט איין דו ביסט עפעס ספעציעל הייליג, און אז דו פאלסט גארנישט דורך, און אז דיינע דריי תפילות זענען עפעס מורא'דיג.
אבער טאקע דאס האסטו נישט קיין השגה, אז אפילו אזא מענטש ווי דיר, ווען ער קומט צום אייבערשטן און טוט א מצוה אדער היט זיך פון א עבירה, אפילו עס איז גאר ווייט פון שלימות, מיט דעם אלעם רעש'ט עס אין אלע עולמות און ברענגט נענטער די גאנצע בריאה צום תיקון השלם, און יעדע ציה צום אייבערשטן וועט דיר בלייבן פאר אייביג לנצח נצחים.

און באמת, דאס איז נאך די עיקר וואס מיר האבן נישט קיין השגה און אונז קענען נישט פארשטיין. ווייל דאס אז צדיקים זענעם געווען גרויס און דער אייבערשטער האט זיי געדארפט און געהאט א נחת רוח פון זייער עבודה, דאס איז דאך נישט אזוי שווער צו פארשטיין.
אבער דאס אז אזא מענטש ווי דיר דארף דער אייבערשטער, סאך מער ווי דו מיינסט, און דו ברענגסט נאך אזא נחת רוח פארן אייבערשטן וואס קיין שום מלאך ושרף קען נישט געבן פאר אייבערשטן, און בעצם קיין שום אין די וועלט קען נישט געבן וואס דו געבסט. און נאך מיט אזעלכע פעלערדיגע מצוות, און מיט קוים די ביסעלע סור מרע וואס דו טוסט נאך, דאס איז נאך די גרעסטע חידוש און אין דעם האבן מיר טאקע נישט קיין השגה!
נאר מיר דארפן גיין מיט אמונה און גלייבן וואס די צדיקים זאגן אונז אז יעדע ביסל איז גאר טייער, און דיקא אין אזא דור טאקע, און טאקע עס נוצן לעובדא למעשה זיך צו משמח זיין און מחיה זיין מיט יעדע ביסל וואס מיר זענען זוכה ארויסצוכאפן פון דער עולם החולף, און טאקע כאפן ווייטער גוטע זאכן כל אחד כפי יכולתו ווייל נאר דאס בלייבט פון אונז און נאר דאס איז די אמת'ע גוטס!

און אפילו צומאל קען א מענטש טראכטן אז אים מיינט מען נישט מיט די ווערטער, אדער נישט יעצט אין דער פלאץ ווי ער געפינט זיך, זאלסטו וויסן אז דאס איז נאך די ערגסטע יצר הרע, ערגער פון אלעס. דער אייבערשטער איז איבעראל, מלא כל הארץ כבודו!
די ווייסט אפילו נישט וואספארא קלייניגקייטן דער אייבערשטער דארף צומאל פון דיך. אפילו נאר גיין אין בית המדרש און זיצן דארט, אפילו נאר איין ראיה אסורה ווייניגער. און אז דו קענסט גארנישט טון, איז נאר די רצון, זאג שטילערהייט פארן אייבערשטן "באשעפער איך וויל דיך! איך וויל טון דיין רצון! איך וויל לערנען" וכו'. אדער אפילו נאר במחשבה זיי דיך מקשר צום אייבערשטן, אמונה, בטחון, רצון, שמחה, ווייל נאר דאס וועט בלייבן און נאר דאס איז וואס מיר קענען טון 'ולית רעותא טבא דאיתאביד'.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות ב'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך פאברואר 05, 2020 12:51 pm

א חבר מיינער האט מיר געזאגט אז די ענין פון גיהינום איז אים זייער מחזק און משמח... פארוואס?
ווייל די ספרים הקדושים זענען אסאך מבאר פארוואס טאקע באקומט מען גיהינום אויב מען טוט נישט די רצון ה' - דאס איז וויבאלד יעדע עבירה איז פוגם אין די עולמות עליונים און מאכט גאר גרויסע קלקולים, דערפאר איז דאס אן עונש אויף דעם פגם און קלקול וואס ער איז באגאנגען (בענין אין די פגמי השכינה, ניצוצות וכו' ואכמ''ל ומבואר הרבה בספרי האריה''ק ותלמידי הבעש''ט. און די זעלבע פארקערט, אז מען טוט א מצוה, מאכט מען תיקונים נוראים אין די עולמות, יעדער לויט זיין שורש נשמה, דערפאר באצאלט אים דער אייבערשטער אויף די גוטע זאך וואס ער האט געמאכט אויבן).

אויב אזוי, ווען מען זאגט אים אז ער גייט באקומען גיהינום אויף יעדע פיצעלע זאך, און דער באשעפער איז נישט קיין וותרן וכו', און די אלע שארפע ענינים פון גהינום און עונשים, דאן ווייסט ער כאטש אז ער דרייט נאך אן אין אלע עולמות עליונים, און ער האט מורא'דיגע כוחות, און זיין נשמה איז נאך מיט אים אז ער קען נאך בכלל מקלקל זיין אויבן הויעך הויעך.
דאס געט אים א גרויסע התחזקות!! ווייל ווען מען דרייט זיך סתם ארום אויף דער וועלט קוקט אלעס אויס אזוי טריקן און גארנישט, כאילו עס איז גארנישט דא העכער'ס, מען עסט מען שלאפט, מען לערנט אביסל, און מען דאווענט, און וואס? עפעס איז יעצט געשען? איך לייג תפלין, עפעס האט זיך געטוישט?!
אבער אז מען ווייסט אז מען קען נאך מקלקל זיין, וואס אין דעם גלייבט יעדע איד... אויף עונשים און יראות נפולות און פחדים, דאס האט יעדער איינער... דאן ווייס איך אויך אז איך האב נאך א שייכות צו אלעס גוטס פון אלע עולמות!! והא ראיה אז מען גייט מיך נאך באשטראפן פאר א קלקול, קוקט אויס אז איך קען נאך מקלקל זיין, ווייל מיין נשמה איז גאר גרויס און עס מאכט אויס אין אלע עולמות יעדע זאך וואס איך טו. אויב אזוי, איז די מצב גארנישט אזוי טריקן ווי עס קוקט אויס אויף דער וועלט, נאר אינטער יעדע ריר פון א איד טוט זיך אפ אזעלכע סודות נוראים ונפלאים, וואס דא אויף דער וועלט קען מען עס נישט זען און אלעס קוקט אויס אזוי טריקן און אויבערפלעכליך, אבער באמת דרייט זיך עולמות און תיקונים פון אלע זייטן מיט יעדע איד באשר הוא שם!

און ווי עס איז טאקע באקאנט די מעשה מיטן הייליגן גר''א וואס האט אמאל געטראפן א איד א כופר און מומר און עובר על כל עבירות שבתורה, וואס עסט אן א ברכה, האט אים דער גר''א געזאגט "זאלסט וויסן אז אויף דיין עסן יעצט אן א ברכה וועסטו אויך נענש וווערן!! אפילו אויב דו טוסט טויזענט מאל גרעסערע עבירות ווי דעם".
אויבן אויף קוקט דאס אויס ווי א שרעקעדיגע זאך, אבער אז מען טראכט אריין איז דאס א מורא'דיגע התחזקות פאר יעדע איד, ווייל מען זעט דא אז ווי א איד גייט נאר און וויאזוי ער קוקט נאר אויס, דרייט ער מיט זיינע מעשים לטוב או למוטב. איז דאך מדה טובה מרובה, יעדע איד באשר הוא שם, איז מיט יעדע גוטע מעשה קען ער אזויפיל צוברענגען די גאנצע וועלט און זיך אליינס צום תיקון השלם, און מיט יעדע קלייניגקייט, טאקע ווי למשל 'א ברכה אויפן עסן', קען ער מיט דעם מאכן, און ער מאכט מיט דעם, אזעלכע תיקונים און ברענגט אזא נחת רוח פארן אייבערשטן!! און ווער רעדט שוין פון תפלין לייגן, היטן שבת, לימוד התורה, שמירת עינים ומחשבה, און יעדע קלייניגקייט!!
ווייל יעדע רגע וואס דו פארשטייסט אז אויב גייסטו יעצט רעדן לשון הרע אדער טון א אנדערע עבירה, גייסטו נענש ווערן דערויף נישט קיין חילוק ווי דו ביסט, דאן קענסטו אויך פארשטיין סאך מער אז יעדע מצוה און יעדע סור מרע ווי קליין עס איז נאר און ווי דו ביסט נאר, צו ביי די ארבעט, אינדערהיים, און וויאזוי דו קוקסט נאר אויס, וועסטו באקומען שכר דערויף און מאכן א געוואלדיגע נחת רוח פארן אייבערשטן דערמיט!

און דאס איז טייטש: 'אם אתה מאמין שיכולין לקלקל, תאמין שיכולין לתקן'! ווילאנג דו קענסט מקלקל זיין, מיינט עס אז דו האסט נאך א שייכות צו די עולמות עליונים, אויב אזוי קענסטו נאך אלעס מתקן זיין!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות ג'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג פאברואר 10, 2020 9:46 pm

די ערשטע בליק און מיינונג אויף די ווארט 'התחזקות' ביי מערערע מענטשן איז: פריקת עול... אה, דער האלט ביי גארנישט וועגן דעם דארף ער התחזקות, ער וויל זיך ארויסדרייען פון יראת שמים, פאר דעם איז ער זיך מחזק...
אבער די אמת איז פונקט פארקערט, און איך וועל דערציילן א מעשה שהיה ווי מען קען זען די ריכטיגע דערהער פון התחזקות, געהערט פון די בעל המעשה:

דער בחור'ל איז געווען א בחור ווי אסאך בחורים אין ישיבה, 'בינוני' גערופן, נישט די גרויסע מתמיד, אבער אויך נישט די גרויסע אנדרייער און טראבל מעיקער, ערגעץ אינצווישן, ער שטעלט זיך צו צום סיסטעם וואס די ישיבה פארלאנגט, און מאכט זיכער זיך עכ''פ נישט צו פארטשעפענען דערמיט, און די באן פארט א מחיה... די טאטע איז צופרידן אז זיין קינד מאכט נישט קיין פראבלעמען, די מגידי שיעורים פרייען זיך אז ער איז רוהיג און שטערט נישט, רעגולער...
אבער אין די בחור אליינס האט יא געקאכט, שכל האט ער געהאט און א נשמה האט יעדע איד און ער האט געזוכט תכלית, ער איז נישט געווען צופרידן מיט זיין מצב, וואס גייט דא זיין מיט אים למעשה?! קיין דיין און מגיד שיעור וועט ער שוין נישט ווערן, די קומענדיגע מעזריטשער מגיד וועט אויך נישט אויסוואקסן פון אים, נו, איז וואס יא, פארוואס גייט ער אן, וואס איז זיין ציל דא אויף דעם וועלט. ער קומט אין ישיבה און גייט אהיים, וואס איז זיין פלאן דא אויף דעם עולם, אזוי קען מען נישט ווייטער אנגיין אן קיין געהעריגע ציל און תכלית.
קיינער האט פארשטייט זיך גארנישט געוואוסט און גארנישט דערקענט אויף אים, בכלל האט זיך קיינער נישט צופיל געקימערט איבער אים, ברוך השם ער איז פיין און וואויל, די עיקר ארבעט אין ישיבה איז דאך צו אויפבויען די גוטע מצוינים, און זיך שלאגן און האלטן אינטער קאנטראל די נישט וואוילע וואס שטעלן זיך נישט צו, אבער סתם א בינוני, ער זאל נאר נישט פאלן און מאכן פראבלעמען...
אבער ער אליינס איז בכלל נישט געווען צופרידן פון זיך, זיין נשמה האט געזוכט עפעס העכער'ס און ער האט נישט געהאט פון וואו עס צובאקומען. ער איז דאך א בינוני, ער פארשטייט נישט די טיפע קשיות און חקירות, און ער איז אויך נישט א עובד און פרומער, איז פון וואו פינקטליך דארף ער צו שעפן זיין חיות. ער לייגט תפלין, ער דאווענט, ער לערנט אביסל, אבער דאס קען אים נישט געבן זיין חיות, ווייל ער איז אין גארנישט ספעציעל, מער ווי יעדן...
די מחשבות און ספיקות זענען אים געלאפן און דערקוטשעט, ביז ער האט אנגעהויבן מפקפק זיין אין די גאנצע מצב זיינע, 'פארוואס לייג איך נאך תפלין?! פארוואס קום דא אין ישיבה בכלל?! וואס האב איך דערפון, פארוועמען פלאג איך מיך יעצט - איזיל ואיתהני מהאי עלמא, לאמיר כאטש הנאה האבן פון דער וועלט... ח''ו'. און אזוי איז אים זיין קאפ געפארן (אזויווי אסאך בחורים וכו' וד''ל), און ער האט נישט געוואוסט וואס צו טון.

זיין ישועה – צרה האט נישט געשפעטיגט צו קומען, אין אן אינטערעסאנטן פארעם.
זייענדיג א שטיקל מבקש האט ער איינמאל געפענט א געוויסע ספר, וואס דער ספר רעדט זייער זייער שארף אויף קדושה ענינים, און עס איז אים דערמיט גרינג געווארן אויפן הארץ... דער ספר האט אים פשוט געגעבן אן הסכמה און זיגל אז דער אייבערשטער דארף אים שוין נישט און איז שוין נישט אינטערעסירט אין אים, וואס דארף ער יעצט מער ווי דעם...
נישט אז ער איז געווען דער גרויסער פגום, אבער דאך, אויב מען איז מדקדק כחוט השערה איז דאך קיינער נישט נקי, נו, אז ער האט שוין סייווי נישט כמעט קיין פתח התשובה, און סייווי געט ער נישט עפעס ספעציעל פארן אייבערשטן, איז דאך די טיר אפן פאר אים אן קיין שום שולד געפילן און הארץ עסענישן, דער אייבערשטער דארף אים שוין נישט, און ער דארף אים אויך נישט, איז גיי מיר...
אין זיין קאפ האט זיך שוין אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי מען גייט עס אויספירן למעשה, צו ער זאל נאך ווארטן אויף בין הזמנים, צו שוין יעצט, און וויאזוי, און וואס, און ווען און אלעס ארום דעם. אבער דאס איז שוין געווען קלאר ביי אים, ביים אייבערשטן האט ער שוין נישט קיין ארט, און דאס איז גוטע נייעס פאר אים און ער גייט עס אויסניצן עד הסוף...

אבער דער אייבערשטער איז דאך יעדע רגע חושב מחשבות לבלתי ידח ממנו נדח, ער האלט אן אויג און אן השגחה פרטית אפילו אויפן בינוני, און אפילו אויף וועמען די מגידי שיעורים האלטן נישט אן אויג... און דאן איז זיין צרה – ישועה געקומען פון אן אנדערע ריכטונג.
אין יענע טעג, זיצנדיג אזוי אין ישיבה טראכטנדיג נאך און נאך איבער זיינע ערנסטע פלענער וויאזוי צו מאכן פליטה און פארשוואונדן ווערן אויף אייביג פונעם אידישן האריזאנט, האט ער 'פונקט' געזען אויפן טיש א קליין ספר'ל 'ליקוטי עצות', א ברסלב'ע ספר, א ליקוט פון ליקוטי מוהר''ן אויף ערכים. נו, נישט טראכטנדיג קיין סאך האט ער עס געפענט און עס מישט זיך אויף צו די ווערטער:
צריך לדעת שהשי''ת מתפאר אפילו עם הקל שבקלים שבישראל, כל זמן ששם ישראל נקרא עליו יש בו התפארות פרטי שהשי''ת מתפאר עמו. על כן, אסור לאדם להתייאש עצמו מהשם יתברך אפילו אם קלקל ופגם הרבה מאד ח''ו, כי עדיין לא פסק חביבות השי''ת ממנו כנ''ל, ועל כן עדיין יכול לשוב להשם יתברך... (ערך התחזקות אות ד').
ער זעט אזוי די ווערטער און עס ווערט אים טינקל – לעכטיג פאר די אויגן... ער האט שוין געמיינט אז ער איז פטור פון אלעם און ער קען שוין גיין רוהיגערהייט, דער אייבערשטער דארף אים שוין נישט און פטור אן עסק, ביזדערווייל ווערט ער דא געוואר א נייע זאך, אז ווילאנג ער איז א איד, האט אים דער אייבערשטער ליב און דער אייבערשטער האט א געוויסע התפארות פרטי פון אים וואס נאר ער געט פארן אייבערשטן, און ער קען נאך אויך תשובה טון אויף אלע זיינע מעשים.
און די עיקר נקודה איז, אז אפילו אויב ער איז נישט דער גרויסער קאפ, און די גרויסע מתמיד, און די גרויסע עובד וכו' וכו', האט ער אין זיין מקום א געוויסע נקודה וואס ער געט פארן אייבערשטן, וואס אלע תלמידי חכמים און צדיקים פון אלע דורות קענען דאס נישט געבן!! דאס איז שוין טאקע א חידוש פאר אים.

זעהענדיג דאס, זענען אלע זיינע גלאררייכע צוקונפטיגע פלענער צופאלן און צונישט געווארן, און ער האט געוואוסט אז דאס איז עס, ער בלייבט ביים אייבערשטן!! ער קען נישט אנטלויפן פון אים, און ער וויל שוין נישט אנטלויפן!! אז דער אייבערשטער דארף אים, דארף ער אויך דעם אייבערשטן, און ער וועט זיך ווייטער אנהאלטן אין אים און טון וואס ער קען, ווייל דער אייבערשטער האט עפעס פון אים וואס קיינער אנדערש קען נישט געבן, און דאס וועט ער ווייטער פרובירן צו געבן!!
(דערנאך איז ער געווארן א ברסלב'ר, און ווי די ליקוטי עצות דארט פירט אויס "והעיקר הוא על ידי אנשי אמת שהם יכולים למצוא גם הטוב וההתפארות שיש אפילו בהגרוע שבגרועים ולהשיב הכל להשם יתברך". דאס הייסט, אז די עיקר ווערט עס טוט דאס און פירט דאס אויס למעשה, איז טאקע די צדיק וואס האט דאס געזאגט ואכמ''ל).

וואס איז די נקודה וואס מען זעט אין די מעשה?
אז די התחזקות האט אים נישט נאר נישט מרחק געווען פונעם אייבערשטן, נאר גאר מקרב געווען!!
התחזקות איז פשט, אז אין אלע פלעצער וואס דו מיינסט אז יעצט איז דער אייבערשטער נישט מיט דיר, וואס תיכף וואס א מענטש שפירט אזוי, שפירט ער אויך אז שלום עלי נפשי און פארלירט די עול מלכות שמים.
צו איז עס ווייל ער קען יעצט סייווי נישט לערנען מיט א קלארע קאפ אזוי ווי ער האט אפגעמאכט אז נאר דאס דארף דער באשעפער... אדער ביים דאווענען ווען ער שפירט אז סייווי קען ער יעצט נישט אינזין האבן די דאווענען ווי עס דארף ווען צו זיין, צו איז עס אויפן גאס ווערן ער שפירט אז ממילא האט ער יעצט נישט קיין כח זיך צו היטן די אויגן כראוי, נו, זאל עס שוין זיין עד הסוף... און אזוי ווייטער יעדער אין זיינע פלעצער, אין א שלעכטע מאו''ד, אין די ארבעט, אינדערהיים, און אפילו אין בית המדרש, א.ד.ג.
קומט די התחזקות און שרייט דיר אריין אין אויער 'רבי איד, דער אייבערשטער איז דא אויך! יא, לערן כאטש עפעס וויאזוי דו קענסט, דאס איז אויך זייער זייער טייער ביים אייבערשטן. האב כאטש עפעס אינזין די דאווענען, די ביסעלע וואס די קענסט נאך, זיי דיך נישט מייאש אינגאנצן, דער אייבערשטער איז אין יעדע מצב, אין יעדע מקום און אין יעדע מאו''ד – ובכל מאו''דך..., נאר יעדע מאל מיט די ביסעלע וואס דו קענסט נאך יא. זיי גרייט צו דינען דעם אייבערשטן יעדע מאל לויט די דעמאלטסדיגע יכולת און מצב.
היט דיך כאטש אביסעלע די אויגן און מחשבות, רעד כאטש עפעס ווייניגער לשון הרע. קענסט גארנישט טון, וויל עכ''פ דעם אייבערשטן, בענק צו אים, הייב אויף די אויגן צו אים, זאג אים אז די ווילסט ווען טון זיין רצון. אפילו נאר א רצון איז גאר גאר טייער ביים אייבערשטן. נו, כאפטס ארויס יעדע ביסל פון דער וועלט החולף ועובר ווייל נאר דאס וועט בלייבן!!
און אפילו אויב דו ביסט שוין יא דורכגעפאלן ח''ו און ביסט שוין טאקע נתרחק געווארן, איז דארפסטו ערשט זוכן דעם אייבערשטן אין דיין מצב, ווייל וואס דען קענסטו טון, אנא מפניך אברח, נאר צוריקלויפן צום אייבערשטן און אים זאגן אז עכט ווילסטו אים, און תשובה טון וויפיל דו קענסט, און געדענקן אז דער אייבערשטער איז נאך מיט דיך און דארף דיך נאך אלץ, און טאקע לעובדא למעשה טון וואס מען קען, און עכ''פ נישט ווייטער גיין. זיך דערהאלטן און ווייטער ווילן דעם אייבערשטן איז אויך א למעשה.

ממילא, איז התחזקות גאר א התעוררות, ווייל מיט דיין אלע התעוררות, וועסטו אלץ האבן א פלאץ וואס דארט וועסטו שפירן אז דא קענסטו גארנישט, און דיין מאו''ד איז יעצט שרעקליך, און דיינע דאגות און טירדות, און דיין פארקלאפקייט און אנגעזעצטקייט (וואס מען רופט אין א שיינעם לשון 'פלעי''ן'...), און וועסט בכלל נישט דינען דארט דעם אייבערשטן.
קומט התחזקות זאגן, דער אייבערשטער איז יא מיט דיר, האלט דיך אן אין אים, ער איז א רחמן, ער ווייסט דיין מצב, אין הקב''ה בא בטרוניא עם בריותיו, ער וויל יעצט פון דיר די ביסעלע וואס דו קענסט יא, עשיה, רצון, סור מרע וכו'.

מיט דעם קען מען טייטשן "שויתי ה' לנגדי תמיד" – וויאזוי קען איך אלץ געדענקן פונעם אייבערשטן און וויסן אלץ אז ער איז מיט מיר, ''כי מימיני בל אמוט'' – ימין איז חסד, ווייל איך גייט מיט חסד, מיט דעם אייבערשטנס חסדים און רחמנות, התחזקות, דאן ווייס איך שטענדיג אז די ביסט מיט מיר און קען אלץ געדענקן פון דיר און דיך ווילן און טון וואס איך קען לפי מצבי.
''לכן שמח לבי ויגל כבודי אף בשרי ישכון לבטח, כי לא תעזוב נפשי לשאול'' – אז איך וועל מיך אלץ אנהאלטן מיט דיר ברצון ובמעשה לויט מיין מצב, דאן זיכער וועסטו מיר העלפן ארויסצוגיין בשלימות פון אלע שלעכטס, לא תתן חסידך לראות שחת, תודיענו אורח חיים שובע שמחות את פניך, נעימות בימיך נצ''ח. איך וועל זיכער זוכה זיין צו אלע גוטס בזה ובבא. אמן כן יהי רצון.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות ד'

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:29 pm

שנת תכ''ה, לאנדאן. די גאנצע בריטישע באפעלקערונג איז אריינגעפאלן אין א טיפע שאק הערנדיג די מאדנע טרויעריגע שאקירנדע נייעס, אז די אלעמען באקאנטע באליבטע פרינץ וואס איז ביז יעצט געווען ערווארטעט צו זיין די קומענדיגע מלך אויפן ריזיגן אימפעריע, איז געווארן גערירט ביים שכל און ער פירט זיך אויף ווי א משוגענער...
צום ערשט האט מען נאכנישט געוואוסט אלע פונקטליכע דעטאלן איבער דעם אינצידענט, אבער צוביסלעך זענען אריינגעקומען מער און מער דעטאלן וואס זענען ארויסגערינען דא און דארט פון צווישן די פיר ווענט פונעם קעניגליכן פאלאץ, און מען איז געוואר געווארן אז די מעשה דא איז אז די בן מלך דמיונ'ט אז ער איז א קאטשקע......
יא,נישט מער און נישט ווייניגער נאר ער איז געווארן גענצליך א קאטשקע, ער האט אנגעהויבן זיך צו אויפפירן ווי א קאטשקע, ער עסט בלויז בונדלעך, ער קריכט אויף אלע פיר, ער שלאפט בלויז אויף די גראז נעבן די וואסער אינעם קעניג'ס גארטן, ער גייט נאקעט, און וואס ער קען נאר נאכטון א קאטשקע, טוט ער...
ווי לאכעדיג און קאמיש דער אינצידענט הערט זיך נאר, האט עס נישט צופיל ארויפגעברענגט שמייכלען אויף די פנימ'ער פון די געטרייע בריטישע בירגער, דאס איז געווען גאר א טרויעריגע געשעעניש און עס איז א געווען גרויסע בושה און חרפה פאר די שטאלצע וועלט'ס מלוכה 'בריטאניע', אז זייער קרוין פרינץ זאל זיך דערקייקלען צו אזא מצב.
שפעקולאציעס זענען ארומגעפארן וואס עס האט צוגעברענגט צו דעם - מאנכע האבן געטענה'ט אז דאס איז צוליב די פילע דריק וואס מען האט געלייגט אויף אים אז ער זאל זיין געלונגען און פאסיג פאר זיין אמט, וואס איז נישט געווען פאר זיינע כוחות. אנדערע האבן געשריגן אז מען זאל נישט אנלייגן חלילה די שולד אויף די הויכגעשעצטע מלוכה ווייל זיי האבן זיכער נאר געטון גוט, און עס מוז זיין אז דאס איז א דיבוק וואס איז אריין אין אים אדער עפעס ענליכס.
און אזוי איז עס געווען די טעמע פונעם טאג, ברעקזיט... ווי מען איז נאר געגאנגען און געקומען האט מען גערעדט נאר פון דעם, אלע צייטונגען האבן עס געמאלדן טאג טעגליך מיט שרייענדע העדליינס און מיט לאנגע אנאליזן און באריכטן און פארשונגען. מען האט פרובירט עס צו פארווישן און פארדעקן וויפיל מען קען נאר מיט שיינע ווערטער און עס אראפשפילן וויפיל מעגליך, ווייל די בושות זענען געווען עד לשמים און קיינער האט נישט געזוכט דאס צו פארגרעסערן (עס איז נאך געווען אין די צייטן ווען די מידיע און פרעסע זענען געווען אויף די זייט פון די מלוכה און פרובירט עס אויפצובויען און נישט עס אראפצורייסן ווען נאר מעגליך...).

די מלוכה האט אנגעהויבן צו זוכן עצות וויאזוי צו לעזן דעם אומגעווענטליכן פראבלעם. מען האט אראפגערופן די גרעסטע דאקטוירים פון אלע עקן וועלט, אבער קיינער האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן דערמיט, אלע האבן געהויבן הענט נאך געציילטע מינוטן. דער טענה'ט אז ער איז א קאטשקע און עס איז נישט דא צו וועם צו רעדן...
נאכן זען אז דאקטוירים קענען נישט העלפן, האט ער אנגעהויבן אראפצובענגען אלע סארט מכשפים למיניהם, פסיכילאגן, ארכעאלאגן, גראפעלאגן, געאלאגן, נעאלאגן און דאס גלייכן... זיי האבן פרובירט צו אריינברענגן אין אים זעלבסט זיכערקייט און אויפבויען זיין סעל''ף קאנפידענ''ס, עס פאסט נישט פאר אים, עס איז נישט אים, און אלע סארט שיינע ווערטער און געדאנקען.
אבער עס האט גארנישט געהאלפן, וויבאלד ער האט געטענה'ט אז דו רעדסט דא נישט צו א מענטש, דו רעדסט צו א קאטשקע, א קאטשקע ווי אלע קאטשקעס... און דאס אלעס רעדט נישט צו אים בכלל.
די פסיכילאגן האבן אים דעזיגנירט מיט כל מיני נעמען און עי.בי.סי.'ס... ADD, BMW, HSBC,.... און נאך און נאך, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן, "ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט אלעם וואס דו זאגסט, אבער איך בין א קאטשקע, דו רעדסט נישט צו מיך...". און די קאטשקע איז געבליבן א קאטשקע, און די בושות זענען געבליבן בושות, און די גאנצע קעניגרייך איז געווען אינגאנצן פארלוירן נישט וויסענדיג ווי ווייטער צו גיין.

זעהענדיג אז די מצב איז גאר שמאל און מען האט נישט קיין וועג ווייטער, האט די מלוכה פארעפענט א פערזענליכע בקשה צום אלגעמיינעם באפעלקערונג, אז ווער עס האלט אז ער האט א לעזונג און רפואה זאל זיך מעלדן ווי פריער און מען וועט אריינקוקן אין זיין פארשלאג.
פילע פארשלאגן זענען אריינגעקומען, אבער קיין איינס איז נישט געווען רעאליסטיש און שכל'דיג, יעדע מיט זיינע טעאריעס און שפעקולאציעס, וואס זענען געווען אינטערעסאנט צו הערן אבער נישט צו טון לעובדא למעשה, דעריבער האט מען אלעס שיינערהייט אפגעווארפן זיך באדאנקענדיג פאר די הילף, און געגאנגען ווייטער.
ביז עס איז געקומען א אומבאקאנטער מאן פון א ווייטע פארווארפענע דארף אין די ענדלאזע וויסטענישן פון צפון ענגלאנד, און זיך אינטערגענומען מיט א זיכערקייט צו העלפן דעם נעבעכדיגן פרינץ. אבער מיט א תנאי אז מען גייט דארפן מיטארבעטן מיט אים און קאפערירן מיט אלעס וואס ער טוט מרישא ועד גמירא, כאטש עס וועט אויסקוקן שווער און מאדנע, אבער ער זאגט צו אז עס וועט העלפן.
נישט האבענדיג א צווייטע אויסוואל און פארשלאג אויפן טיש, האט די קעניג באשלאסן עס אנצונעמען און וואס קען מען שוין פארלירן, ערגער ווי א קאטשקע קען שוין נישט זיין...

אונזער אנדרייער, דער פרינץ קאטשקע, דרייט זיך ארום אינעם קעניג'ס פעלד אינטערן פאלאץ, ער קוואקעט הייזעריגערהייט, ער לעקט די גראז און טרינקט וואסער פונעם שמוציגן טייכל וואס לויפט דארט אריבער. די טאג קוקט אויס ווי נאך א טאג אין די קאטשקע לעבן. ווען פלוצלינג זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער ווי א מענטש קומט צו גיין אין זיין ריכטונג און מאכט אים אקוראט נאך, נאקעט, אויף די פיר, לעקט גראז און קוואקעט ווי א פראפעסיאנאלע קאטשקע.
דער אלטע קאטשקע איז צום ערשט געווארן בייז אויף דער 'פאלשע' קאטשקע וואס האט אינוואדירט זיין פרייוואטע טעריטאריע, און מאכט נאך דאס גענאר פון אים דורך אים נאכמאכן כאילו ער איז א עכטע קאטשקע ווי ער...
אבער נאך א קורצע צייט, זעהענדיג אז ער קומט נאך אלע רעגולאציעס וואס עס פעלט זיך אויס צו זיין א קאטשקע, האט ער געווינען זיין צוטרוי, און זייענדיג אזוי לאנגווייליג פאר אזוי לאנג, האט ער זיך שטארק געפריידט צו זיין פרישע קאמפעני וואס האט דא אזוי געלאנדעט פון ווייסעך ווי.
ווי אויך האט ער זיך גאר שטארק געפריידט אז עס איז ענדליך דא איינער וואס אנערקענט די אמת אז ער איז א קאטשקע, ווייל ביזדערווייל האבן נאך אפילו די קאטשקעס נישט אנערקענט אז ער איז איינע פון זיי, טראץ אלע זיינע באמיאונגען צו ווערן א נארמאלע קאטשקע א טייל פון די קאטשקע סעריע...
זיי האבן תיכף אנגעקניפט א שטארקע פריינטשאפט, און צוזאמען געקוואקעט און געפלאטשקעט און געקאטשקעט. און פארשטייט זיך נאר געגעסן בונדלעך און געשלאפן אויף די גראז און זיך פרובירט צוצושטעלן צו די קאטשקע לעבן מיט וואס נאר מעגליך.

איין העלן טאג, נאך א לאנגע לאנגווייליגע וואך פון ארומקאטשקענען אין אלע הינזיכטן, זעט די אלטע קאטשקע א שרעקליכע זאך, ער זעט ווי די נייע קאטשקע עסט פלייש... אזא פארברעכן... דאס קען מען נישט פארשווייגן.
די אלטע קאטשקע האט אנגעהויבן צו פארפירן אז אזוי פירט זיך נישט אויף א ריכטיגע קאטשקע און עס איז נישט אויסגעהאלטן, וואס טוסטו דא?!
די נייע קאטשקע האט אים גענומען אין א זייט און אנגעהויבן מסביר צו זיין מיט רוהיגקייט בטוב טעם ודעת, אז אוודאי איז ער קאטשקע און ער געט דאס חלילה נישט אויף, א קאטשקע בלייבט א קאטשקע. אבער ער האט איינגעזען אז עס איז נישט קיין שום סתירה צו בלייבן א קאטשקע און נאך אלץ עסן פיינע פרישע פלייש! וואס איז, ווייל ער איז א קאטשקע קען ער נישט הנאה האבן פון א גוט שטיקל פלייש?! ער עסט פלייש און בלייבט א קאטשקע!!
דער אלטער קאטשקע האט צום ערשט נישט געוואלט הערן פון אזא געדאנק, אזויפיל ארבעט ער צו זיין א קאטשקע, און דא זאל ער עס אזוי אויפגעבן פאר א שטיקל פלייש. אבער נאך א שטיק צייט, ווען עס האט אים אנגעהויבן שטארק צו שמעקן א פרישע שטיקל פלייש, א זאך וואס ער האט שוין לאנג נישט פארזוכט, און זיין בויך האט זיך אנגעהויבן דרייען פארלאנגענדיג דאס שטיקל פלייש, האט ער זיך אינטערגעגעבן און איינגעגאנגען אויף דעם געניאלן בייפאל און געגעסן פלייש, אבער בלייבענדיג מיטן גאנצן הארץ א קאטשקע...
פלייש געגעסן און א קאטשקע געבליבן....

גייט פארביי א וואך פון קאטשקענען און קוואקענען, און דאסמאל עסנדיג פלייש צו די זייט, זעט פלוצלינג דער אלטער קאטשקע ווי זיין געטרייען פריינט לייגט זיך אריין אין א בעט אויף צו שלאפן!!
דער האט אנגעהויבן פארפירן און שרייען אז דאס קען נישט זיין, א קאטשקע ליגט נישט אין א בעט און ער זאל שוין ארויסקומען פון דארט, אז נישט פאלט ער גענצליך ארויס פון די קאטשקע גרופע...
דער נייער קאטשקע האט זיך נישט דערשראקן, נאר מיט א זיכערקייט און קלארקייט מסביר געווען נאכאמאל אז עס פעלט זיך נישט אויס צו צוברעכן אלע ביינער אויף צו זיין א קאטשקע, מען קען הנאה האבן פון א גוטע באקוועמע געלעגער, און נאכאלץ בלייבן א קאטשקע!!...
שפירנדיג טאקע ווי אלע ביינער טוען אים וויי און שרייען און בעטן זיך פאר א נארמאלע בעט ווי זיך אויסצוציען, איז ער שוין שנעלער איינגעגאנגען צו דעם געדאנק, און טאקע עס אויסגעפירט למעשה, זיך טרעפנדיג ביינאכט קוואקען אין א נארמאלע בעט...

נאך א וואך עסנדיג פלייש און זיך אויסריענדיג ווי א מענטש... אבער בלייבנדיג א קאטשקע, זעט דער אלטער קאטשקע ווי זיין קאלעגע פארגייט א שרעקליכע פארברעכן, ער גייט געהעריג אויף די צוויי פיס! א הימל געשריי! וואס איז דאס?! האסט שוין אמאל געזען ווי א קאטשקע גייט אויף די צוויי פיס שטייעדיג?!
אבער דאס מאל, נאכן אביסל זיך אויסשרייען, און נאך א קורצע הסבר פונעם פורץ גדרי הקאטשקעס אז עס איז נישט קיין סתירה, מען קען בלייבן א קאטשקע און נאכאלץ גיין אויף די צוויי פיס, און מען דארף נישט זיך אויסרייבן אלע ביינער און גלידער טאג טעגליך אויף צו זיין א קאטשקע, האט ער שנעל מיטגעשטימט און עס נאכגעטון און שטארק הנאה געהאט דערפון...
דער געדאנק איז אים מער און מער אריין אין קאפ אז עס איז נישט קיין סתירה, און מען קען בלייבן א קאטשקע און נאך אלץ טון נארמאלע גוטע זאכן...

די גאנצע לאנד האט מיטגעהאלטן די פארשריט און די פרעסע האט עס לעבעדיג באריכטעט דורך זייערע קארעספעדאנטן אויפן פראנט. אלע האבן געזען פונדערווייטנס די געוואלדיגע פארשריט וואס פאסירט מיט דעם קרוין פרינץ, און מיט געדולד אויסגעווארט אויף די ענדגילטיגע רעזולטאטן, ווען די גאנצע לאנד איז געשפאנט און וויל נאר הערן ווי מען האלטן מיט די באליבטע קרוין פרינץ, און צו עס וועט טאקע סוף כל סוף געלונגען אים צוריקצוברענגן צו די מענטשהייט און ער זאל קענען אויספירן זיין תפקיד און ווערן די קומענדיגע מלך אויפן די בריטישע אימפעריע.
צוביסלעך האבן זיי געזען פונדערווייטנס ווי ער עסט פלייש, ליגט אין בעט, שטייט אויף די פיס, גייט אנגעטון נארמאל, זיצט אויף א בענקל, הערט אויף צו שרייען ווי א קאטשקע און נאך און נאך מענטשליכע פירונגען.
ביז די ענדגילטיגע ישועה איז אנגעקומען!! די גאנצע לאנד האט זיך איבערגעדרייט, אלע האבן געשטראמט צו זען די אזוי לאנג ערווארטעטע געשעעניש, דער פרינץ איז צוריק מיט אונז אינגאנצן!!
די קעניג האט עס עפענטליך געפייערטמיט די באטייליגונג פון טויזנטער פרייליכע מענטשן. און געווען גרייט צו געבן האלב פון זיין פארמעגן פאר דעם חכם וואס האט עס אויסגעפירט, עד חצי המלכות ותעש, אבער דער חכם האט נישט געוואלט נעמען מחוט ועד שרוך נעל, ער האט פייערליך אויסגערופן אז זיין גרעסטע מתנה איז דאס אז ער האט געקענט העלפן די אלעמען באליבטן קעניג, און זיין זון, די צוקונפטיגע קעניג, וזה יהיה שכרי.
והעיר לאנדאן צהלה ושמחה.


דער משל, איז באקאנט אלץ א ווערטל, אבער למעשה האט דאס דערציילט הרה''ק מברסלב זי''ע אלץ א משל מיט א מוסר השכל. וואס איז די מוסר השכל פון דער מאדנער געשיכטע?
אז מען קוקט אריין זעט מען אז די עיקר פראבלעם איז געווען, אז דער בן מלך האט געטענה'ט די גאנצע צייט אז דו רעדסט נישט צו אים!
דו ביסט הונדערט פראצענט גערעכט מיט אלעס וואס דו זאגסט, אבער דו רעדסט נישט צו מיר, איך בין א קאטשקע... און עס איז נישט נוגע אלע דיינע תורות און עצות פאר מיין מקום, איך בין אינגאנצן אויף א צווייטע שטאפל און מצב פון וואס דו רעדסט, דעריבער קענסטו מיר נישט העלפן.
און דאס איז געווען די עצה פון דעם חכם, ער האט פארשטאנען אז אויב ווילסטו אים העלפן, מוזטו אים באמת פארשטיין און אריינגיין אין זיין מצב, און ווען ער פארשטייט אז דו פארשטייסט אים און דו רעדסט זיין שפראך, דאן קענסטו אים העלפן.

וואס איז געווען טאקע די עיקר ישועה? אז ער האסט אים מגלה געווען אז דו קענסט בלייבן א 'קאטשקע', און נאך אלץ הנאה האבן פון גוטע זאכן!!
און דאס איז די עיקר עצה פאר אונזער דור!!
אונז אלע, ווען אונז לערנען די אלע ספרים הקדושים, פארשטייען אונז מער ווייניגער וואס ער רעדט און וואס ער וויל, אבער תכלית, איך בין דא, און די ספר רעדט פון דארט, ער רעדט בכלל נישט צו מיין מצב און מיינע פראבלעמען און אריבערגייעכצער, ער רעדט פון מענטשן וואס האלטן שוין העכער און בכלל וואס לעבן מיט א אנדערע סארט געדאנקן גאנג, שוין אויף מיין סטאנדארד. דעריבער בלייבט מען ווייטער וואס מען איז – א קאטשקע.

און ווי ר' משה פיינשטיין האט געזאגט איבער די אלע ספרי מוסר פון אלע דורות: אויף א פליג שיסט מען נישט מיט קיין קאנאנען... ועמוק עמוק הוא.
אונז אלע זענען היינט פליגן, די אלע ספרי מוסר זענען פאר אונז ווי קאנאנען, אן א שיעור מאל העלפט עס נישט, און עס מאכט נאר ערגער. ווי די צדיקים האבן שוין געזאגט אז מען דארף זיך זייער היטן נישט צו לערנען התעוררות און ספרי מוסר וואס איז מרחק, וויבאלד די אלע ספרים ווילן אונז נאר מקרב זיין צום אייבערשטן און נישט פארקערט חלילה, דעריבער, כאטש עס איז אמת ויציב יעדע ווארט, אבער מען דארף וויסן ווי מען האלט און וויסן וואס מען דארף.

דעריבער איז די עיקר, טאקע די דיבורים וואס רעדן צו קאטשקעס...
זיי קומען אונז זאגן אז מען פארשטייט דיך, דער אייבערשטער ווייסט פונקטליך דיין מצב, ער איז גאר גרויס און זיין רחמנות איז אין סוף, ער איז אויך אין דיין קאטשקע'שאפט...
און די עיקר איז, אז אפילו דו ביסט א קאטשקע, אבער וועגן דעם מעגסטו נישט הנאה האבן פון א גוט שטיקל פלייש?! ווייל דו ביסט נישט קיין מתמיד, מעגסטו נישט לערנען סתם אינמיטן טאג, פלעי''ן לערנען... דארפסט דיך נישט זעצן לערנען כדי צו לערנען, דו מעגסט בלייבן אין דיין מצב און דארט פלעי''ן עפענען א ספר און לערנען, דאס דארף אויך די אייבערשטער!!
די אייבערשטער ווייסט אז דו גייסט דיך יעצט נישט טוישן און ווערן פלוצלינג א מתמיד, 'זיך זעצן לערנען' ווי מען רופט עס, אבער די אייבערשטער וויל פון דיך: 'טו וואס דו קענסט יא!!, בלייב א קאטשקע, און נאך אלץ כאפ ארויס גוטע זאכן'.

דו דארפסט נישט זיין קיין באקאנטע שומר עינים, אויף זיך צו היטן אביסל די אויגן. אפילו אויב דו בלייבסט אזויווי דו ביסט, קענסטו נאך אלץ ארויסכאפן א גוט שטיקל פלייש דורך זיך היטן איינמאל, צוויי מאל, נאר פאר יעצט, נאכדעם קענסטו צוריקגיין צו דיין מצב – קאטשקע.
נישט חלילה אז דו מעגסט, אבער דו ווייסט דאך אויך דיין אמת'ע מצב אז דו גייסט דיך יעצט נישט נעמען, אויב יא איז אדרבה, אבער אויב נישט, איז בלייב קאטשקע און כאפ ארויס אמת'ע גוטס וואס נאר דאס וועט בלייבן פון דיר לנצח נצחים!!
און די זעלבע: מיט כוונת התפלה, זיין גוט צו א צווייטן (די רעביצין אינקלאדע''ד) אפילו נאר פאר אפאר מינוט. סוף כל סוף, יעדע נחת רוח פארן אייבערשטן וואס דו ביסט זוכה צו טון, אפילו א קלייניגקייט, נאר דאס וועט למעשה זיין דיינס, איז כאפ ארויס אין דיין התרחקות, אין די היפך דערפון, צו זיין אביסל א מענטש כאטש דו ביסט א קאטשקע!
און מען קען געבן אסאך אסאך משלים, און יעדער זאל ארויסנעמען פאר זיין מקום די נמשל אויף זיינע מצבים און אריבערגייעכץ: אביסעלע אמונה, אביסעלע בטחון, אביסעלע שמירה מתאוה בהיתר, אביסעלע שמחה בה', אביסעלע שמירת הלשון, רצונות וכיסופים, אביסעלע רעדן צום אייבערשטן, וכו' וכו'.

און פארשטייט זיך אז באמת זענען אונז אלע מענטשן, נאר די יצר הרע רעדט אונז איין אז אונז זענען קאטשקעס, און ער מאכט אונז זיך אויפפירן ווי קאטשקעס, דעריבער איז די עיקר עצה, 'בתחבולות תעשה מלחמה', אז מיר זאלן איינשטימען מיט אים בערמה ובחכמה אז מיר זענען טאקע קאטשקעס (א בחינה פון יעקב אבינו) און דארט ארויסכאפן אמת'ע גוטס.
און נישט ווארטן נאר אויף די טאג וואס אונז וועלן ווערן למעשה מענטשן, און ביז דאן פארפאסן אזויפיל גוטס וואס מען קען שוין יעצט דא ארויסכאפן, נאך זייענדיג נעבעך א קאטשקע... ווייל דאס איז טאקע די עיקר מעשה היצר, אז ער וויל דו זאלסט נאר בענקן אויף העכער'ס און נישט ארויסכאפן דא יעצט וואס דו קענסט אפילו דו ביסט נאכנישט דארט.
ביז די די אייבערשטער וועט אונז אוודאי העלפן אז די מעשה זאל האבן א גוטע ענדע, און זעהענדיג אז אונז טוען כאטש דאס אונזערע וואס מיר קענען, ווער ער ברוב רחמנותו וחסדו אונז מאכן פאר אמת'ע מענטשן אויך למעשה, און דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו אלע גוטס בזה ובבא, אמן.

אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

תגובהדורך קוועטש » דינסטאג פאברואר 11, 2020 7:36 pm

מורא'דיגע ווערטער - פירושים זענען איבריג
טוב ה' לכל האט געשריבן:דו דארפסט נישט זיין קיין באקאנטע שומר עינים, אויף זיך צו היטן אביסל די אויגן. אפילו אויב דו בלייבסט אזויווי דו ביסט, קענסטו נאך אלץ ארויסכאפן א גוט שטיקל פלייש דורך זיך היטן איינמאל, צוויי מאל, נאר פאר יעצט, נאכדעם קענסטו צוריקגיין צו דיין מצב – קאטשקע.
נישט חלילה אז דו מעגסט, אבער דו ווייסט דאך אויך דיין אמת'ע מצב אז דו גייסט דיך יעצט נישט נעמען, אויב יא איז אדרבה, אבער אויב נישט, איז בלייב קאטשקע און כאפ ארויס אמת'ע גוטס וואס נאר דאס וועט בלייבן פון דיר לנצח נצחים!!


איך וואלט מגיה געווען די פאראגראף בערך מיט די ווערטער
דו דארפסט נישט זיין קיין "באקאנטע" שומר עינים, אויף זיך צו היטן אביסל די אויגן. אפילו אויבדו בלייבסט אזויווי דו ביסט, קענסטו נאך אלץ ארויסכאפן א גוט שטיקל פלייש דורך זיך היטן איינמאל, צוויי מאל, נאר פאר יעצט, נאכדעם קענסטו צוריקגיין צו דיין מצב – קאטשקע.
נישט חלילה אז דו ביסט זיך מתיר צוריקצוגיין צו די פריערדיגע געוואוינהייט. דו ווייסט דאך דיין מצב..., נאר זאג פאר דיין געפיל - נאר פאר יעצט, נאכדעם קענסטו צוריקגיין צו דיין מצב – קאטשקע.
אויב דו קענסט דיך פארנעמען שטערקערע גדרים וסייגים איז אדרבה, אבער אויב נישט, איז בלייב קאטשקע און כאפ ארויס אמת'ע גוטס וואס נאר דאס וועט בלייבן פון דיר לנצח נצחים!!
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות ה'

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:52 pm

ר' שלמה העכטאוויטש איז געווען א דורכשניטליכער אינגערמאן אין בארא פארק, געארבעט ניין טו פייוו, פארמאגט א פיינע משפחה, פרנסה בריווח, בקיצור, א רוהיגע געלאסענע 'נארמאלע' לעבן. נאר איין פראבלעם האט ער געהאט:
ער האט זייער זייער ליב געהאט צו עסן...
און ווען מען רעדט פון עסן רעדט מען נישט פון גרינע פאפריקע און רויטע טאמאטעס, נאר מען רעדט פון אלע סארט ש'מעל'יגע עסן... ווי קיכן, קעיק און אלע סארט געבעקסן, יעדע זאך וואס איז געמאכט פון מעל, אריינגערעכנט קישקע און לאקשן און דאס גלייכן....
צו זיין גוט – שלעכט מזל איז נאך זיין רעביצין געווען א גוטע בעקערטע, און עס איז שטענדיג געווען אלע סארט גוטע פרישע היימישע געבעקסן אויפן טיש, און אויב נישט אויפן טיש, איז אין פריזער, און ווען שלמה האט געזען א גוט שטיקל געבעקס פאר זיך, האט ער פשוט פארלוירן זיין בחירה און דער קיכל האט געמוזט לאנדען אין זיי מויל און דארט ווערן צומאלט, און געשיקט ווייטער אראפ.
און אויב דאס איז נישט גענוג געווען, האט זיך נאך געפינען א גאר געלונגענע בעקעריי אקעגן איבער זיין הויז אויף די צווייטע זייט גאס, וואס האט להכעיס אים צו פייניגן פארמאגט אפאר שטארקע פענ'ס וואס האבן שטענדיג ארויסגעבלאזן די פיינע שמעק פון די פרישע נארוואס געבאקענע קיכלעך אין זיין נאז אריין, און דאן האט ער פשוט נישט געהאט קיין צווייטע ברירה נאר אריבערצושפרייזן די פארנומענע גאס און אריינגיין אין דאס בעקעריי און זיך איינהאנדלען אפאר פרישע געבעקסן, און עס דאן דעליווערן צו זיין הונגעריגע מאגן.
פארשטייט זיך אז דאס עסן איז נישט צוגאנגען אין אים און געווארן אויס אזויווי די מן, נאר די מעל האט געיערט אין אים אויף הייוון, און פון מעל איז עס געווארן פלייש... און מען האט געקענט שנעל און קלאר זען אויף אים אפילו פון דערווייטנס אז דער איד האט ליב צו עסן... בקיצור, ער איז געווען היבש דיקלעך און ברייט מער ווי דורכשניטליכע מאס...

איין טאג האט שלמה געליינט די המספיק מאגעזין וואס קומט אן חודש'ליך צו זיין טיר, און ער האט באלד חרטה געהאט פארן דאס עפענען און ליינען. דעם חודש האבן זיי געהאט א לאנגע און ברייטע ארטיקל איבער דאס שעדליכקייט פון זיין איבערוואגיג, און ווי שטארק עס קען שאטן פאר די געזונט אין גאר אסאך הינזיכטן, און בפרט ווען מען ווערט עלטער איז עס ממש א סכנה פאר די הארץ, און נאך אסאך אזעלכע סטראשונגען און אנשרעקונגען איבער די שרעקליכע רעזולטאטן פון זיין צופיל איבערוואגיג.
שלמה האט גלייך געוואוסט אז ווען מען רעדט פון איינער וואס איז איבערוואגיג, רעדט מען פון אים... ער האט נישט געדארפט נאכגיין די סטאטיסטיקס און פונקטליכע נומערן, דא מיינט מען אים ברחל בתך הקטנה, און די אלע שרעקעדיגע הבטחות אויף זיין איבערוואגיג, קען גרינג מקוים ווערן אויף אים, און ער קען נאך א ווערן א חלק פון די סטאטיסטיקס איבער דאס ווארהייט דערפון...

שלמה איז געווארן זייער אויפגעשוידערט דערפון און די גאנצע טאג איז ער נישט געווען ביי זיך בכלל. אין זיין קאפ האט זיך שוין אויסגעשפילט ווי אלעס ווערט טאקע מקוים אויף אים און ער איז א חולה שיש בו סכנה, און ער ליידט אויף די הארץ און אויף די נעגל און אויף די האר, און נאך און נאך, און ער האט אנגעהויבן צו קומען מער און מער צו די מסקנא, אז ער מוז דא נעמען ערנסטע שריט אז דאס זאל חלילה נישט פאסירן ביי אים, ער דארף זיך נעמען אין די האנט אריין.
ער האט נישט געדארפט מאכן קיין גרויסע חשבון הנפש ווי זיין פראבלעם שטעקט און אין וועלכע הינזיכט ער דארף זיך נעמען... אבער פון די אנדערע זייט, ווי טאקע קען ער זיך נעמען איבער דעם? ער איז דאך אדיקטעט און צוגעבינדן מיט אייזערנע קייטן צו דעם קיכל, וואס טוט מען דא?!
אבער ווי מער שלמה האט אריינגעטראכט אין וואס עס קען פאסירן מיט אים אין די נישט ווייטע צוקונפט אויב וועט ער נישט זיך אפשטעלן שוין יעצט פון מערן דעם הויכן נומער אויפן סקעיל, האט ער מער און מער פארשטאנען אז ער האט נישט קיין צוויי ברירות, געזונט שטייט ביי אים דאס ערשטע, און דאס איז עס!! ער קען יא! יעס איי קען!! ער גייט זיך נעמען אין הענט אריין!
פון דער מינוט, אכט דרייסיג ביינאכט דינסטאג פרשת ויגש תשע''ח און ווייטער, גייט שוין נישט אריין קיין קיכל און קעיק אין זיין מויל!
שלמה האט געהאט שטארקע זעלבסטזיכערקייט און א גרויסע אמונה אין זיך און ער האט זייער געהאלטן פון זיינע כוחות וואס ער פארמאגט, און ער איז געווען זיכער ביי זיך אז ביי אים איז באשלוס א באשלוס, אז ער האט עפעס אפגעמאכט איז עס אפגעמאכט און ער גייט עס אויספירן באהוק ובאקרוק, ער גייט שוין נישט עסן קיין שום איבריגע מעל'יגע עסן זאל זיין וואס זאל זיין.
צום ערשט האט ער נאך געקווענקלט צו ער זאל עס שוין יעצט אנהייבן, צו ער זאל נאך ווארטן ביז מארגן אינדערפרי... און יעצט שנעל אריבערלויפן צו בעקעריי און איינקויפן אלע זיינע גאר באליבטע קיכן, און מיט טרערן אין די אויגן זיך געזעגענען פון זיי פאר אן אומבאשטימטע צייט... אבער ער האט געוואוסט אז אם לא עכשיו אימתי, און מען טאר גארנישט אפשטופן, דאס איז עס, ער האט גענדיגט דערמיט, און בקרוב ממש גייט ער אנהייבן פארלירן פונטן איינס נאכן צווייטן, ביז ער וועט אויסקוקן כאחד האדם, און הכל על מקומו בא בשלום, און שלמה העכטאוויטש וועט זיין א געזונטע מענטש בעזהשי''ת.

די דיעטע איז מיטן פולן שוואונג אריין אין קראפט, און עס האלט שוין אן א לאנגע צייט, נאך א שעה און נאך א שעה, שלמה שלאפט יעצט, ער עסט גארנישט... און אזוי האלט עס שוין אן פאר כמעט צוועלף שעה ברציפות, עס איז שוין אכט דרייסיג אינדערפרי.
שלמה קומט אהיים פון דאווענען הונגעריג, און צו זיין שאק און שוידער זעט ער אז די בעקעריי האט נאך אלץ נישט אראפגענומען זייער פענ'ס אינדרויסן פון זייער געשעפט, טראץ דעם וואס ער איז יעצט אויף א שטרענגע דייעטע... אזא חוצפה... די געשמאקע ריחות פון פרישע נארוואס געבאקענע קוכן שטראמען ארויס פונעם געשעפט אין זיין נאז אריין, וואס טוט מען דא?!
ניין! ער גייט זיך נישט ברעכן צו זייערע טעראריסטישע טאקטיקן, זיי גייען נישט מצליח זיין אים צו מכשיל זיין מיט קיין קוכן. ער איז שטארקער פון דאס אלעס, ער גייט דאס דורכמאכן און אויספירן זיין באשלוס ביזן סוף! שוין גענוג געלט אריינגעפאמפט אין דער בעקעריי, דא ענדיגט זיך עס, אויב זיי ווילן קענען זיי זיך שליסן, ער גייט זיי נישט ווייטער שטיצן און אויסהאלטן... ער קויפט נישט ביי זיי קיין געבעקסן.
ער גייט אריבער דעם בעקעריי, ער איגנארירט עס גענצליך כאילו עס עקזעסטירט נישט, צום ערשטן מאל אין די היסטאריע פון די בעקעריי אז אזאנס זאל פאסירן... אבער דורכגייענדיג ביים גרויסן פענסטער, דערזעט ער אז היינט האבן זיי להכעיס ארויסגעשטעלט ביים פארנט, זיין מערסט באליבטע קיכעלע... א לאנגע רייע פון די קיכן ליגט אויסגעלייגט אויפן טאץ ווי ווארטענדיג אז ער זאל עס נעמען, די רויטע זשעם וואס רינט ארויס דערפון פון אלע זייטן האט ארויפגעברענגט שפייעכץ אין זיין מויל, און ער האט געשפירט ווי 'בולמוס אחזו'...
אלעס האט א שיעור, אזא חוצפה קען מען שוין נישט פארשווייגן... ער שטורעמט אריין אינעם געשעפט, און ווי א רוח האט אים געכאפט לויפט ער צום שאפע, נעמט א צען שטיק פון זיינע קיכלעך, און באצאלט דערויף שנעל און געשווינד, און פינף מינוט דערנאך זיצט ער שוין אינדערהיים און האקט אריין קיכל נאך קיכל, ביז די זעקל איז שוין ליידיג, און ערשט יעצט בארוהיגט ער זיך פון דעם אינצידענט.

א שווערן טיפן קרעכץ האט זיך ארויסגעריסן פון זיין האלז וואס האלט נאך אינמיטן אראפשלינגען דעם צענטן קיכל. 'וואס האב איך דא געטון?! טאטע אין הימל' מורמעלט ער צו זיך אינגאנצן צוקלאפט, טרויעריג און צובראכן, 'איך האב דאך עפעס אפגעמאכט, וואס גייט דא זיין?! איך מוז דאך גיין אויף א דיעטע, פארוואס האב איך געמוזט עסן דער נארישער קיכל?!, אזא בראך!'.



דער מעשה איז א מעשה שהיה נאר פארדרייט אביסל די נעמען און די פרטים, איך קען גראדע נישט די בעל המעשה, און איך האב עס אויך נישט געהערט פון אים איש מפי איש, אבער איך בין זיכער אז אזעלכע מעשיות און ענליכס צו דעם קומען פאר אויף א טאג טעגליכע פארנעם, און פון דער מעשה רעד איך דא יעצט...
לאמיר א מינוט צונעמען דער מעשה און זען אז מען קען ארויסנעמען דערפון א מורא'דיגע נקודה לעובדא למעשה:

וואס גייט פאר מיט דער ר' שלמה, ער וויל יא אדער ער וויל נישט. אויב וויל ער יא גיין אויף א דיעטע, איז אויב אזוי פארוואס עסט ער קיכלעך, און אויב וויל ער נישט, איז פארוואס קרעכצט ער נאכדעם אזוי, פארוואס טוט אים עס אזוי וויי? וואס גייט דא פאר?
די אמת איז, אז מען דארף דא האבן א געוויסע טיילונג און מיט דעם וועט מען קענען פארשטיין דער מעשה, און בעיקר וועט מען מיט דעם קענען פארשטיין א אנדערע נקודה וואס איז זייער נוגע פאר אונז אין עבודת ה'.
עס איז דא צוויי זאכן: רצון און תאוה. דאס איז צוויי אנדערע זאכן וואס האבן נישט קיין שייכות איינס מיטן צווייטן, כאטש אין די מציאות איז עס גאר נאנט און זייער באהאפטן.
די רצון פון די מענטש איז זיין נקודה הפנימית, זיין אמת'ע רצון, דאס וואס זיין שכל זאגט אים.
די תאוה איז זאכן וואס די מענטש מוז בכלל נישט זיין אז ער וויל דאס און אז ער האלט אז ער איז גערעכט מיטן עס טון, ער טוט עס נאר ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן.

יעצט צוריק צו אונזער ר' שלמה. זיין רצון איז דאס וואס זיין שכל זאגט אים, אז עס לוינט זיך נישט צו עסן קיין קעיק און קיכלעך, און דאס איז זיין נקודת האמת.
זיין תאוה אבער איז יא צו עסן. און בפרט ווען די מוחין און שכל שיינט נישט און ער שפירט יעצט נישט קלאר די אמת, פאלט ער זייער שנעל דורך און ער טוט דאס וואס ער וויל נישט באמת טון. דערפאר, די רגע זיין שכל קומט צוריק, ווערט ער גאר שטארק צובראכן און ער האט שטארק חרטה דערויף.

בנוגע צו אונז לעובדא למעשה: אונז לעבן אין א גאר גרויסע סתירה! יעדע איד וואס האט נאר אביסל שכל, און יעדער האט אוודאי, ווייסט אז די אייבערשטער האט אים דא אראפגעשיקט פאר א געוויסע תכלית, צו טון זיין רצון דורך היטן די תורה הקדושה כראוי, און נאר דאס איז די איינציגסטע אמת און די איינציגסטע גוטס אויף דער וועלט, און אלע נארישע הנאות עולם הזה איז שקר וכזב, עס ברענגט נאר עצבות און מרה שחורה, און א מינוט נאכדעם בלייבט גארנישט דערפון נאר אנזעץ. און איין טאג וועט מען דארפן אפגעבן דין וחשבון אויף אלע זיינע מעשים, וכו' וכו'.
אבער אין די עולם העשיה טוט מען נישט אלץ על פי דער שכל. נאר למעשה פארפאטשקעט מען אסאך צייט מיט שטופערייען און שטותים, און ווער רעדט שוין פון נישט גוטע זאכן ח''ו. און וויפיל תורה ותפלה כראוי מען פארפאסט וואס דאס איז לנצח נצחים ועוד ועוד, יעדער ווייסט ביי זיך...
איז וואס גייט דא פאר? מען וויל יא אדער מען וויל נישט?!

יעדער פארשטייט שוין די קלארע תשובה, אז אוודאי יעדע איד וויל בפנימיות נאר דעם גוטן באשעפער און זיין גוטע תורה, נאר למעשה האט מען תאוות און מידות רעות, און מען שטארקט זיך נישט דערויף גענוג. און בפרט ווען די שכל שיינט נישט עפעס ספעציעל, אזוי שפעט נאכמיטאג, די זון גייט שוין אינטער, עס איז קאלט אינדרויסן... עצבות דאגות וטירדות וכו' וכו'.
אבער דאס וואלט מען נאך געקענט אריבערגיין, נאר דאן קומט די יצר הרע אן מיט זיין עיקר טאקטיק און וואפן, און הייבט אן צו איינרעדן דעם מענטש אז דאס איז ער, ער איז די שטותים וואס ער באגייט, און ער איז די נישט גוטע זאכן וואס ער טוט. דאס איז ער און דאס איז זיין רצון ח''ו. און די מצוות וואס ער טוט איז נאר מתוך רגילות און פארוואס נישט, אבער ער איז זיינע נישט גוטע זאכן.
און פון דארט און ווייטער איז שוין די וועג אפן צו ווייטער גיין אין דעם ריכטונג ח''ו, און אפשטופן די יארן מיט נארישקייטן וואס ברענגט גארנישט אפילו אויף דער וועלט, און זיכער נישט אויף יענע וועלט. אזויווי אסאך מענטשן קוקן אויס, מען שטופט די יארן, דא דארט האט מען אביסל הנאה פון דער וועלט, און מען איז נאר פארנומען צו דורכלעבן די טאג, און באצאלן די בילס און זען אביסל נחת פון די קינדער, און שוין.

דעריבער, דארף מען פון דא ארויסנעמען א וויכטיגע עבודה וואס קען טוישן דאס גאנצן לעבן פונעם מענטש און איז בעצם די שטערקסטע וואפן קעגן די יצר הרע.
דאס איז אז די מענטש זאל זיין קלאר ביי זיך מיט דער פאקט און אמת, אז באמת וויל ער נאר דעם אייבערשטן, און דאס איז זיין גאנצע לעבן און ציל! און דאס איז זיין רצון! און ב''ה אז יעדער האט שכל, און אין א קלארע מינוט ווייסט דאס יעדער איינער אז עס איז גארנישט דא נאר צו דינען דעם אייבערשטן.
און אפילו אויב יעצט אויפן מינוט בין איך נישט קלאר דערין, מיין שכל איז אראפגעפאלן, מיין קאפ איז צומישט, וואס איז אין די היינטיגע דור איז דאס גאר שכיח און מצוי און א אפטע ערשיינונג ביי יעדן איינעם, זאל מען אבער געדענקן עכ''פ מרחוק אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און איך דארף אים דינען יעדע רגע, און נאר דאס איז מיין לעבן און מיין רצון און נאר דאס איז אמת'ע גוטס.

און די ספרים הקדושים שרייבן, אז כידוע איז דא א מקום וואס הייסט 'רעוא דרעוין'. דאס איז די העכסטע אור אין די עולמות עליונים, און דארט רירט נישט אן קיין שום פגם. אפילו אויב א מענטש איז ח''ו פוגם אין אלע מצוות שבתורה רח''ל, האט ער אבער אלץ א מקום און א שורש וואס דארט איז נאך גענצליך ריין, און אויף דעם שטייט 'כי חטאת מה תפעל בו'.
און די פנימיות דערפון איז, אז יעדע מענטש, אפילו אויב ער טוט נישט די ריכטיגע זאכן ווי עס דארף צו זיין ח''ו, בלייבט אבער שטענדיג א געוויסע שכל און קלארקייט, צומאל זייער ווייט און צומישט, אבער למעשה האט ער אלץ א געוויסע אור און שכל וואס דערמאנט אים די אמת אז עס איז דא א באשעפער, און ער איז א הייליג אידיש קינד וואס וויל נאר דינען דעם אייבערשטן, און וויפיל ער טוט נאר די פארקערטע, איז דאס נישט אים, נאר ער וויל נאר קיום התורה והמצוות!
ער איז נאר די מצוות וואס ער טוט יא, און די ביסל סור מרע וואס ער כאפט ארויס פון דער וועלט. ער איז די תפלין לייגן פון יעדן טאג, ער איז די שמירת שבת, ער איז די לימוד התורה וואס ער כאפט ארויס יהיה איך שיהיה, ער איז די ביסעלע שמירת עינים והמחשבה וואס ער פירט יא אויס, און נישט די אנדערע חלקים וואס פאסירן ליידער שלא מרצונו. ער איז די ביסעלע בטחון וואס ער פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן וואס ער האט יא, און נישט די אלע איבריגע השתדלות וואס ער טוט שלא מרצונו רק מתאוותו. ועוד ועוד.
און אפילו אויב די עשה טוב און סור מרע איז סאך קלענער ווי זיינע נישט גוטע זאכן, מאכט עס אבער נישט אויס לגבי דער נקודה, ווייל מעט מן האור דוחה הרבה מן החושך. איין אנס פון אמת, איז גרעסער אפילו קעגן טויזענטער פונט פון נישט אמת.
ניצוץ אחת יוצא מיוסף ומכלה כל הקש של עשיו!! די פינטעלע ניצוץ און פלאם וואס איז דא אין יעדער איד, איז אויב איז מען זיך מקשר דערצו און מען לעבט דערמיט וויפיל מען קען, קען עס פארברענען אפילו א גאנצע בארג פון אויפגעבלאזענע שטרוי און שטותים פון די יצר הרע!
מען דארף זיך נאר מקשר זיין דערמיט וויפיל מען קען, און עס געדענקן און לעבן מיט די פשוטע ריינע אמת וואס מען וויל באמת, און זיך נישט לאזן פון די יצר הרע וואס פרובירט איינצורעדן דאס פארקערטע.

און ווען מען קומט שוין יא צו טון א גוטע זאך, זאל מען זיך פרייען דערמיט, אזויווי א מענטש וואס קומט אל מקום מנוחתו, ווייל דאס איז ער באמת און דאס איז זיין רצון.
און אויב מען פאלט חלילה יא דורך מיט א נישט גוטע זאך, אדער סתם מען שטיפט די צייט מיט היי און שטרוי, זאל מען עכ''פ געדענקן די אמת, געדענקן אז מען איז א בן מלך, געדענקן אז מען איז א הייליג אידיש קינד, דאס איז נאר מיין תאוה און נישט מיין רצון, איך געהער נישט דא, דא איז נישט מיין מקום, איך בין נישט באקוועם דא. און דאן קען מען פיל שנעלער דערנאך צוריקקומען צום אייבערשטן. און אויך איז די גאנצע נישט גוטע זאך פיל מיט צובראכנקייט און אן קיין הענט און אן קיין פיס, וואס אויף יענע וועלט וועט עס זיין א ריזיגע חילוק.
און דאס איז טאקע די חילוק צווישן די משל און די נמשל, ווייל אין די משל טוט דער בעל הדיעטע גארנישט אויף מיט זיינע רצונות און צובראכנקייטן, ווייל תכלית ווערט ער נישט דאר דערפון... אבער דא, האט דער אייבערשטער געמאכט ברוב רחמנותו יתברך אז אפילו יעדע רצון, און יעדע ביסעלע עשיה און סור מרע, ווערט גערעכנט גאר טייער ביים אייבערשטן, און מען דארף זיך אנהאלטן דערין מיט אלע כוחות, און דאן איז יש ענין שנתהפך הכל לטובה.

און באמת זאגט דאס שוין די תנא הקדוש ביי זיין אייגענע טעגליכע תפלה 'רבונו של עולם, רצוני לעשות רצונך, אך שאור שבעיסה מעכב'!!
מיין רצון איז צו טון דיין רצון, אבער עס איז דא א שאור שבעיסה (די מעל וואס שטערט די דיעטע...) וואס לאזט מיך נישט, אבער באמת איז דאס נישט מיין רצון נאר מיין תאוה, מיין רצון איז צו דיך.
און באמת איז דאס טאקע א טייל פון די עצה פון התבודדות, טאקע טון וואס דער תנא האט געטון און דאס קומען זאגן פארן אייבערשטן טאג טעגליך מיט א תמימות, און אים דערציילן די אמת וואס ער ווארט צו הערן פון אונז, אז באמת ווילן אונז נאר אים, און דאס אלעס וואס אונז טוען איז נישט אונז באמת. און דאס איז די עיקר נקודה פון חרטה על העבר ביים תשובה טון.
און ווי מער א מענטש טוט דאס און ער קומט צום אייבערשטן עס זאגן, אלץ מער ווערט ביי אים א בירור טוב מרע וואס ער וויל באמת און וואס זיין ציל אויף דער וועלט איז, און זיין גאנצע געדאנקן גאנג טוישט זיך און ער לעבט א אנדערע לעבן, א לעבן פון קרבת אלקים, א לעבן פון רצונות וכיסופים צום אייבערשטן, א אנדערע בליק אויף זיך און אויף מצוות, ועוד ועוד. בקיצור, ער איז יעדע רגע ביים אייבערשטן!!
און טאקע, ווען זאגט דאס פארן אייבערשטן, בעט מען נאכדעם דעם אייבערשטן אויף ווייטער אז ער זאל אונז העלפן אז אונז זאלן טאקע טון און אויספירן אונזער ריכטיגע רצון וואס דאס איז: צו טון זיין רצון, און נישט נאכגיין אחר שרירות לבינו, די שאור שבעיסה, די תאוות ומידות רעות וואס ברענגען נישט קיין שום גוטס בזה ובבא. און אז מען בעט דעם אייבערשטן, העלפט ער אוודאי.
אמן כן יהי רצון.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:58 pm

די לעצטיגע זענען אויסגעקומען זייער לאנג. אי''ה וועט עס צוריקווערן קורצע בליצן.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

התחזקות ו' - חיפוש וביקוש א'

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג פאברואר 16, 2020 4:19 pm

ווער עס קוקט אביסל מיט א קלארע אויג, זעט אז אין דער דור הערשט א געוואלדיגע חיפוש וביקוש און דאס איז פון די שטערקסטע סימנים אויף דער דור.
אין די תוצאה קען מען עס שטארק זען אויף די גאנצע ענין פון די אינטערנעט. די מעסט באניצטע ווארט אויף די אינטערנעט איז 'סירטש' – זוך – חיפוש... די גאנצע יסוד און תכלית פון די אינטערנעט איז, א זיכעריי, מען זוכט און מען ווייסט אליינס נישט וואס מען זוכט.
די אינטערנעט איז אין די מושגים פון דער קליינער וועלט, א 'אין סוף', אפילו דו וועסט דארט זוכן דיין גאנצע לעבן, וועסטו נישט אנהייבן צו דעקן א טויזענסטל וואס עס געפינט זיך דארט, און דאס געט א געפיל פארן מענטש פון א זוכעניש נאך א אין סוף'דיגע זאך.
און דאס איז יעדעס מאל פון פריש, יעדעס מאל ווען דו עפענסט אויף די אינטערנעט, ביסטו פון פריש אויף א זוכעריי און געיעג נאך א געוויסע באהאלטענע זאך, א געוויסע צמאון וואס דו ווילסט בארוהיגן און דערפאר זוכסטו. כאטש דו ביסט שוין דא געווען טויזענטער מאל און געזוכט דערויף, און דיין לעבן איז נאך אלץ די זעלבע, איז אבער דא אזא צמאון און חיפוש אין די דור, אז מען זוכט און מען זוכט און מען הערט נישט אויף צו מחפש און מבקש זיין און פרובירן צו שטילן די אומגעהוירע צמאון וואס מען האט.

און דאס איז נישט נאר דארט, נאר דאס איז די גאנצע צייט, וואס די מענטש שפירט ווי ער זוכט, ער איז נישט צופרידן מיט זיך, ער דארף עפעס העכער, עפעס מער, עפעס טיפער.
מען קומט אריין אין בית המדרש, מען זוכט וועלכע ספר צו עפענען (פאר ווער עס זוכט נאך דארט... אשרי לו), אפשר דאס וועט מיר ברענגן צו מיין גליק, אפשר דאס וועט מיך באזעצן און בארוהיגן איין מאל פאר אלע מאל. אמאל רעדט מען זיך איין אז אויב מען וועט ענדיגן דער ספר אדער דער מסכתא, דאן וועט מען זיך בארוהיגן און עס וועט ענדליך קומען די גוטע טאג, אבער מען ווערט אנטוישט אז עס האט נישט פאסירט. אויב מען האט בכלל מצליח געווען עס צו ענדיגן...
יעדער איינער וויל דיך איינרעדן אז ער האט פאר דיך דאס וואס דו זוכסט די גאנצע צייט, ער וועט ענדליך דיך בארוהיגן און דיר ברענגען אל מקום מנוחתך. און מען זעט וויפיל ארגענאזאציעס און עצות און פסיכילאגן עס זענען פארהאן - אלעס צו באזעצן און בארוהיגן די צומישטקייטן פונעם מענטש, קען מען פון דעם אליין פארשטיין וויפיל מענטשן דארפן דאס האבן, און וואספארא אומרוהיגקייט און טריקעניש און זוכעניש עס הערשט איבער די גאנצע וועלט.

צומאל וועט עס קומען אפילו אין די פארעם פון רוחניות. צו איז עס 'דרשו' צו איז עס א אנדערע סדר הלימוד, וואס וויל דיך זאגן אז דו רגע דו קומסט דא אריין ביסטו א מסודר'דיגע מענטש פאר אייביג און די וועסט קענען לעבן א רוהיגע לעבן... מען זאל מיך נישט חלילה נישט גוט פארשטיין, איך מאך נישט אוועק דאס לערנען דרשו וכו', די תורה הקדושה דארף מען לערנען יהיה איך שיהיה, איך רעד בכלל נישט איבער דער נושא, איך ברענג נאר ארויס דער טייל וואס מען פרובירט די גאנצע צייט צו בארוהיגן דאס דארשט און זוכעניש מיט אלע סארט אופנים, און ווי אלעס דרייט זיך נאר ארום דעם.
אפילו געלט, איז אויך היינט אז מען זוכט און מען זוכט, נישט אלץ ווייל מען דארף עס, נאר אלץ די עצם זוכעניש. בפרט אין דער דור וואס עס גייט טאקע די גאנצע צייט אויף אזא וועג פון זוכעניש אויף די אינטערנעט, אמעזאן וכו', מען זוכט אהער און אהין, און א גאנצע טאג איז מען דערויף מיטן טעלעפאן אין טאש, און יעדע רגע שפירט מען ווי מען פארפאסט און מען וואלט ווען יעצט געקענט נאך זוכן, אפשר דאס מאל וועל איך טרעפן מיין גליק, די געשעפט פונעם יאר הונדערט...
בקיצור, די גאנצע וועלט איז אויף א געיעג פון זוכן און זוכן, חיפוש וביקוש.

וואס איז טאקע די נקודה הפנימית דערפון? דער אייבערשטער מאכט דאך אלעס און ער האט דאך אריינגעלייגט אין דער דור דאס מצב פון זוכן, פארוואס טאקע דארף ער דאס?
איז די תשובה אויף דעם איז זייער א האקעלע, און מען דארף נוצן אסאך שכל און ריכטיגע הבנה עס ארויסצוהאבן לעובדא למעשה, איך וועל נאר זאגן אויפן שפיץ גאפל, אין א בחינה פון 'מרחוק ה' נראה לי, ממרחק תביא לחמה', רמזים, און די איבריגע וועט מען דארפן אליין פארשטיין און זיין א מבין דבר מתוך דבר, און עס צאמשטעלן מיט אונזערע אנדערע מאמרים און אראפברענגן פאר זיך אין די עולם העשיה:
יעצט, באמת אז מען קוקט אריין אין די תורה הקדושה, זעט מען אז די אייבערשטער זאגט אונז שוין פון פאראויס אז דאס גייט זיין, און קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון... די תורה הקדושה רעדט צו יעדעם פערזענליך, און דערציילט אונז די אמת אז ביי יעדעם פאסירט דאס, און אפילו דער וואס פרובירט זיך אהערצושטעלן ווי א מסודר'דיגע מענטש, זאלסטו וויסן אז טיף אין הארץ גראזשעט און רודערט און עס איז גארנישט רוהיג און ער איז בכלל נישט אזוי צופרידן ווי ער שטעלט זיך אהער מיט דעם געביגעלטן רעקל און גראדע ריקן...
די תורה הקדושה זאגט אונז אזא נבואה:
"ובקשתם משם את ה' אלקיך ומצאת כי תדרשנו בכלל לבבך ובכל נפשך. בצר לך ומצאוך כל הדברים האלה 'באחרית הימים' ושבת עד ה' אלקיך ושמעת בקולו".
איז די תורה הקדושה זאגן אונז שוין פון פאראויס אז דאס איז וואס עס גייט פאסירן באחרית הימים, ער זאגט אונז צו אז אונז גייען אים זוכן, ער דערציילט אונז א סוד אז באחרית הימים גייט אריבערגיין אזעלכע 'צר' אויף די מענטשהייט אז קיינער וועט נישט זיין צופרידן און רוהיג, מען וועט זוכן בכל לבבך ובכל נפשך. און מען וועט טרעפן!
און די נביא זאגט אונז די באקאנטע פסוק 'לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה', און ווי ער פירט אויס, גייט מען עס נישט טרעפן, עס וועט נישט זיין צום געפינען דעם דבר ה'. עס גייט זיין א גרויסע גרויסע צמאון פאר עפעס טיפער'ס און העכער'ס, עפעס וואס זאל צופרידן שטעלן די מענטש, און מען וועט דאס זוכן און זוכן אין סוף.

און די נקודה דערפון איז, אז היות מען האלט שוין יעצט פאר משיח'ס צייטן, און אלעס וואס טוט זיך אפ, אלע יארן מימות בריאת העולם, און בפרט יעצט באחרית הימים, איז די הכנה אויף די גוטע לעכטיגע טעג וואס קומען צו גיין מיט ביאת משיחינו במהרה, איז וויבאלד 'לעתיד לבא' איז דאך א בחינה פון אין סוף, אן קיין ענדע, איז די עיקר הכנה דערצו אויך אזא סארט עבודת ה' פון אין סוף!
דאס איז די נקודה – 'א עבודה פון אין סוף'!!
און דער סארט עבודת ה' איז די עבודה פון 'חיפוש וביקוש'. ווייל די רגע דו באזעצט דיך אין א געוויסע עבודה, אין א געוויסע מקום ברוחניות, אין א געוויסע דרך וואס דאס ווילסטו פארשטיין קלאר און גיין מיט דעם, און דורכדעם פארלירן די חיפוש וביקוש און אומבאקוועמליכקייט פון זוכן, דאן בעל כרחך וועסטו אראפ פאלן דערפון!
אזויווי מען זעט דאס טאג טעגליך במציאות, אז וויפיל די מענטש הייבט נאר אן און וויפיל ער פרובירט נאר צו טון און אריינגיין אין א געוויסע סדר און סיסטעם, פאלט ער נאכאמאל און נאכאמאל אראפ, און דערפאר געבן רוב מענטשן אויף ערגעץ וואו, אמאל ביי די פופצן, אמאל ביי די אכצן, און ווער עס איז זוכה איז נאר ביי די צוויי און צוואנציג... אבער געווענטליך דארט ערגעץ וואו געט מען אויף, און מען הערט אויף צו זוכן עפעס העכער'ס און מען פרובירט שוין נאר זיך צו מאכן באקוועם אויף דער וועלט און דורכגיין די יארן בשלום ושלוה וויפיל מען קען מיט פרנסה און געזונט און נחת פון די קינדער...
און דאס איז וויבאלד מען זעט אז וואס מען פרובירט נאר צו טון גייט נישט, און אפילו אויב יא, ווערט מען נישט זאט און עס ברענגט נישט די חיות און סיפוק וואס מען האט געוואלט, איז געט מען אויף און מען גייט זוכן אנדערע גליקן, איזיל ואיתהני מהאי עלמא, וואס זענען זיכער נישט דא...

און דער אייבערשטער איז דער וואס ווארפט אים אראפ דערפון! ווייל די אייבערשטער האט שוין גענוג געהאט צדיקים און מסודר'דיגע עבודת ה' אין אלע דורות, יעצט דארף דער אייבערשטער אזא סארט עבודה פון זוכן, לחפש ולבקש אותו יתברך, 'דרשו ה' ועוזו בקשו פניו תמיד'.
ווייל די רגע דו ביסט באזעצט אין א געוויסע צמצום, זאגסטו אז דאס איז עס, דאס איז ביי דיך די אייבערשטער און די תורה, נאר דאס. אזא סארט עבודה קען נישט ברענגען משיח, מיט דעם קען מען זיך נישט גרייטן אויף די גאולה וואס גייט שוין זיין אזא גאולה שאין אחריה גלות, אין סוף טוב וחסד, דעריבער צווינגט אונז דער אייבערשטער ברוב רחמנותו יתברך אז מיר זאלן שטענדיג דארפן אים זוכן און זוכן און זוכן און נישט אויפהערן צו זוכן!

נו, אזא זאך הערט זיך זייער אנגעזעצט און שרעקעדיג, ווייל איך קען דאך נישט א גאנצע טאג זיין אין א חיפוש וביקוש און פילן ווי איך האב נאכנישט, איז וואס וועט דא זיין?
אבער באמת איז דאס די גרעסטע תענוג!! זוכן דעם אייבערשטן איז די גרעסטע תענוג שבעולם! מען האט אלעס, מען האט דעם אייבערשטן אליינס!
אויב קומט מיין חיות פון דער ספעציפישע זאך, פון דער עבודה, פון דער מדריגה, פון דער סיסטעם און הצלחה, נו, האב איך נאר דאס. אבער די רגע איך גיי צום אין סוף, רעוא דרעוין, די אור הגאולה, דעם אייבערשטן אליינס, דאן האב איך אלעס אין די וועלט! און יעדע מצוה וואס איך טו, און יעדע עבירה וואס איך האלט מיך צוריק, איז א תוצאה פון די עצם רצון צום אייבערשטן, די עצם וויסן אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט און איך וויל נאר אים!
און דאן ווען מען גייט אויף דעם אופן, קען מען אין יעדע מצב געדענקן פונעם אייבערשטן און זיך ציען צו אים און טון זיין רצון, ווייל מיין קשר צו אים איז נישט תלוי אין דער מצב און אין דער צמצום, אין דער סדר היום און אין דער פלאץ, אין דער ריינקייט און הייליגקייט, נאר איך האב א שייכות צום אין סוף ווייל איך בין א אידיש קינד, איך וויל דעם אייבערשטן אליינס, איך האב א קשר צו אלעס גוטס אין אלע עולמות, דעריבער קען איך יעדע מאל פון יעדע מקום צו ווי איך בין נאר אריינגעפאלן, אנהייבן פון ניי און טון דארט וואס איך קען.

ווייל דער אייבערשטער לייגט אריין א מענטש כהיום אין כל מיני מצבים ברוחניות ובגשמיות, ווי דער מענטש וויל אפילו נישט זיין און האט קיינמאל נישט געפלאנט זיך צו טרעפן, און ווילאנג מען גייט מיט כל מיני צמצומים וואס מיר האבן אין קאפ און וואס מען האט אונז אלץ געלערנט, ווערן מיר נאר מער נתרחק און נאך מער פאלן מיר, ווייל דא האט מען אונז קיינמאל נישט אויסגעלערנט אז דער אייבערשטער געפינט זיך.
און באמת דעמאלטס ווען מען האט אונז דאס געלערנט האט מען דאס טאקע געדארפט וויסן, דעמאלטס אלץ בחור און קינד האבן מיר נאר דאס געדארפט וויסן, אבער יעצט אז מיר האלטן שוין דא, אפאר יאר נאך די חתונה יעדער וויאזוי ער קוקט אויס... דארף מען שוין מער אויפבויען די שכל און זיך ריקן פאראויס און פארשטיין אביסל טיפער און ברייטער, זאכן וואס וועט אונז טאקע צוריקברענגן אז מיר זאלן קענען אויספירן וואס מען האט אונז אלץ געלערנט.
דעריבער, די רגע מען דערהערט די נקודה פון אין סוף, איז דער אייבערשטער אין סוף – אין יעדע מצב, און ווי מען איז נאר אנגעקומען, קען מען פון דארט זיך ציען צום אייבערשטן און טון כאטש וואס מען קען, און תשובה טון.
און אפילו בשעת מעשה ח''ו, אבער פון דארט וויל עכ''פ דעם אייבערשטן, געב א קרעכץ, היט דיך כאטש פון וואס דו קענסט יא, ווייל דו ווייסט אפילו נישט ווי גרויס די אייבערשטער איז, אז אפילו דארט איז ער אויך, און אפילו דארט, קענסט כאטש טון עפעס – איז כאטש טוה דאס! יא, דער קלייניגקייט, דער קליינע עשיה, דער קרעכץ, דער הייב אויף די אויגן צום אייבערשטן, אין דעם ווענט זיך אלעס!
מאך נישט קליין דעם אייבערשטן... דער אייבערשטער איז סאך גרעסער ווי דו מיינסט, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, הטוב כי לא כלו רחמיך, עס ענדיגן זיך קיינמאל נישט דעם אייבערשטנס חסדים, אויב דו זאגסט אז דא איז נישט דער אייבערשטער, אין דער צמצום איז גארנישט דא, אין דער מקום און מצב איז אלעס פלעי''ן, קאלט, רגילות, חשכות, דאן זאגסטו אז דא געפינט זיך נישט דער אייבערשטער חלילה, השמרו לכם פן יפתה לבבכם, ניין! דא איז אויך דער אייבערשטער, ווייל ער איז אין סוף ארויף און אראפ...

און דאס איז איינס פון די נקודות פון רעדן צו אייבערשטן, התבודדות, אז דו גייסט גלייך צום אייבערשטן, גלייך צום אין סוף, אן קיין צמצומים, נאר פון דארט ווי דו ביסט יעצט קומסטו צום אייבערשטן און גיסט דיך אויס דאס הארץ פאר אים, וויסנדיג זיינע גרויסע חסדים און רחמנות וואס איז אין סוף, און מיט דעם מאכסטו תיקונים נוראים און דו ברענגסט די גאולה הכללית ופרטית (נחלה בלי מצרים בגימטריא תפלה). זייענדיג מגלה דעם אייבערשטנ'ס מלכות אין יעדן ארט, והיה ה' למלך על הארץ!
און דאן לעבסטו א לעבן פון יעדע רגע קרבת אלקים, ווייל דו ביסט גרייט צו זוכן דעם אייבערשטן פון יעדע מצב און מקום, נישט דוקא אין דער מצב און אין דער צמצום וואס דו משל'ט דיך אויס אין דיין קאפ אז דארט איז דער אייבערשטער, אין אזא שיעור תורה, אין אזא שחרית, אין אזא שמירת עינים, אין אזא שלום בית, אין אזעלכע קינדער וכו' וכו', נאר טאקע דא, אין דער מצב ווי דא ביסט יעצט, דארט דארף דיך די אייבערשטער, און אלעס איז מיט א פינקטליכע חשבון לטובתך, און זיי טאקע דארט מגלה זיין מציאות און מלכות, און ציה דיך צו אים מיט וואס דו קענסט במחשבה דיבור ומעשה, דאן האסטו אויפגעטון דיין תפקיד און דער אייבערשטער וועט דיך זיכער באצאלן מיט כל טוב.
די עיקר, נישט זוכן א גאנצע צייט וויאזוי זיך צו באקוועם מאכן און אייננשטילן איין מאל פאר אלע מאל די 'גילטי פילינגס' און דאס אידישע בענקעדיגע הארץ, ווייל דאס וועט דיך סייווי נישט געלונגען... דו ביסט א אידיש קינד! דער באשעפער דארף דיך, חושב מחשבות לבתי ידח ממנו נידח, ער דארף דיין חיפוש וביקוש, ער ווארט אויף דיין זוכעריי נאך אים! דערפאר, זיי גרייט צו זוכן דעם אייבערשטן אין יעדע מצב, און נישט פונקט מיט א סדר און סיסטעם, נאר מיט א אופן פון חיפוש, לויט די מצב, שמחה, עשיה, רצון, תורה, צדקה, תפלה, צעקה, אנחה, גמילות חסדים, סור מרע, דאן וועט בוודאי זיין: ומצאת! כי תדרשנו בכל לבבך ובכל נפשך!! יגעת ומצאת תאמין.

המשך יבא אי''ה בכמה השלמות


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע און 21 געסט