היסטאריע געאגראפיע און נאך פון די פופציג שטאטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מיטוואך פאברואר 12, 2020 12:15 pm

זייער שיין טוב.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ נעבאדא ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:40 pm

נעבאדא איז א ריזיגע מדבר'דיגע שטאט אין מערב אמעריקע, נעבן קאליפארניע.
די הויפט שטאט איז קארסען סיטי, אבער די גרעסטע שטאט און מערסט באקאנטע שטאט איז 'לאס וועגאס'.
עס פארמאגט דריי מיליאן איינוואוינער.
די נענטסטע אהינצופארן איז 34 שעות... און די ווייטסטע – קארסון סיטי, איז 41 שעות. לאס וועגאס נעמט 38 שעות. מיט א ערעפלאן איז עס בערך פינף שעה.

די נאמען פונעם שטאט קומט פון די שפאנישע ווארט פאר פארשנייטע שטחים (סייערא נעבאדא – פארשנייטע בערג).
יא, די מדבריות'דיגע נעבאדא פארמאגט גאר אסאך פארשנייטע בערג, עס פארמאגט ריזיגע הויכע בערג וואס זענען א טייל יאר פארשנייט. עס איז די מערסט בערגיגע שטאט, און אויך די טריקענסטע. די העכסטע בארג איז אריבער דרייצן טויזענט פיס הויעך, מער ווי דאפעלט פון די העכסטע בארג אין מזרח אמעריקע, און דאפעלט ווי די חרמון בארג אין ארץ ישראל.
צוליב אירע פלאכע שטחים אין די מדבריות טאלן, פארמאגט עס אויך איינס פון די לענגסטע גראדע שאסייען אין די וועלט (די לענגסטע איז אין סאודי אראביע מדבריות).
87 פראצענט פון די ארטיגע שטחים געהערן פאר די רעגירונג. ממילא דארף עס קיינער נישט.

צום ערשט האט נעבאדא געהערט פאר מעקסיקא, אבער נאך די אמעריקאנע – מעקסיקאנע מלחמה איז עס אריבער צו דפ''ש אין יאר תר''ח. ערשט אין יאר תרכ''ד איז עס געווארן ערקלערט אלץ א שטאט.
די עיקר איינוואוינער זענען אהינגעקומען נאך וואס מען האט דארט געפינען גאלד און זילבער. א גרויס חלק שטעט אין דעם פיסטן מדבר קומען פון דאן.
ביז היינט קומט פון דארט א דריי פערטל פון אלע גאלד אין אמעריקע.

באמת קומט זיך פאר לאס וועגאס א אפטיילונג פאר זיך. אבער אויף אזויפיל כאטש וועלן מיר אראפברענגן עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דעם שטאט:
די שפיץ פון דעם שטאט איז אין די שטאט לאס וועגאס וואס געפינט זיך ביים דרום ווינקל פונעם שטאט. אסאך ווייסן ניטאמאל אז עס איז אין נעבאדא...
ווייט ווייט אוועק פון יעדע נארמאלע ישוב, טיף אין פיסטן מדבר, געפינט זיך א שטאט מיט אלע סארט אטראקציעס איבער די וועלט, פאר אינג און אלט, די גאנצע שטאט איז באלאכטן מיט אלע סארט קאלירן, און מענטשן פון אלע עקן וועלט קומען דארט צו דעם פארווארפענעם ארט פאר אינטערהאלטונג און פארוויילונג. און פארשטייט זיך צו די קעסינאס, וואס דאס איז די הויפט אטראקציע אין דעם שטאט.
לאס וועגאס ציט צו זיך 42 מיליאן באזוכער א יאר!! עס געפינען זיך דארט הערליכע האטעלן איינס שענער פונעם אנדערן, צוגעשטעלט פאר זיי.
אינטערעסאנט, אז דאס וואס עס איז ערלויבט די קעסינא'ס, איז עפעס וואס זיי האבן אנגעהויבן ערלויבן אין יאר תרצ''א, ביי די גרויסע עקאנאמישע צוזאמברוך אין אמעריקע, כדי אריינצוברענגען הכנסות אין זייער ארעמע קאסע, און עס איז געווארן באשלאסן אז מען וועט עס צולאזן נאר ביז מען קריכט ארויס פונעם קראך. אבער זעהענדיג די גרויסע געלטער וואס עס ברענגט אריין, האבן זיי אנגעהאלטן די ערלויבעניש עד היום הזה.

עס געפינט זיך דארט פערצן פון די צוואנציג גרעסטע האטעלן איבער די וועלט!
עס איז דארט פארהאן א האטעל 'פאריז' וואס האט נאכגעמאכט אסאך זאכן פון פאריז, די הויכפונקט איז א קליינע מאדעל פונעם אייפעל טורעם פארנט פון די האטעל. בעצם האבן זיי עס געוואלט מאכן ממש די זעלבע הייעך, אבער צוליב די נאנטקייט צו די לופטפעלד האבן זיי עס געמוזט מאכן אביסל קלענער.
אויך איז דא דארט א איטאליענישע האטעל, מיט א נאכגעמאכטע וועניציע.
דערנאך איז פארהאן א האטעל מיט א לייבן גרוב וואס איז אפן פיר און צוואנציג שעה א טאג פאר די באזוכער.
א אנדערע האטעל שטעלט פאר מיט זיך ניו יארק (וואס איז אינטערעסאנט דערפון?...), מיט גאסן וואס קוקן אויס ווי מאנהעטן, עמפייר סטעיט בילדינג, קרייסלער געביידע, און אויך די סטאטוע פון פרייהייט.
ווייטער איז דא עטליכע האטעלן וואס זענען האלבע אקוואריומ'ס, ווען טייכן לויפן צווישן די פיס, אנגעפילט מיט פיש און דאלפינען, און אפילו קראקאדילן.
אויף איינע פון די האטעלן זענען פארהאן עכט גאלד קאלירטע פענסטער!
עס וועט נעמען 288 יאר פאר א מענטש צו שלאפן אין יעדע צימער פון די פילע האטעלן אינעם שטאט...
אינטערעסאנט, אז למעשה זענען אפאר אידישע מאפיונערן די וואס שטייען אינטער די גאנצע אויפבוי פון דער שטאט...
אין די זוממער איז דארט ביטער הייס, הונדערט דעגרי איז א נארמאלע וועטער דארט אין די זוממער. אין די ווינטער איז יא קילער, און אויף די בערג ארום קען אפילו שנייען אויך.


ווי אויך געפינט זיך דארט די מעכטיגע האווער דאמבע. פון די גרעסטע געבוי פראיעקטן אין די היסטאריע. די שיץ היטל פאר די בוי ארבעטער איז דארט ערפינדן געווארן צו היטן אויף די פילע ארטיגע ארבעטער.
עס איז געבויעט געווארן אין יאר תרצ''א, און עס שטעלט צו וואסער פאר לאס אנזשלעס, לאס וועגאס, סאן דייעגא און נאך. עס איז גאר הויעך און עס שטייט גאר מייעסטעטיש און פרעכטיג. אסאך טוריסטן קומען אהין יערליך דאס צו זען מיט די אייגענע אויגן.
אויך איז דא דארט עטליכע הערליכע טייכן וואס מען קומט באזוכן. אריינגערעכנט די 'טאהו' לעיק, וואס איז גאר טיף און קריסטל קלאר, און גאר הויעך אויף די בערג.

נעבאדא איז א סווינג סטעיט, פינף מאל האבן זיי געוועלט פאר די דעמאקראטישע קאנדידאט, און צוויי מאל פאר די רעפובליקאנער, אין די לעצטע יארן.
די עיקר סיבה דערצו איז וויבאלד די שטאט איז צוטיילט אין צוויי גענצליך אנעדערע זאנעס. אין צפון וואוינען מער רעפובליקאנע סארט מענשטן, משא''כ אין לאס וועגאס, וואס מען קען זיך פארשטעלן אז דארט וואוינען מער דעמאקראטישע שטיצער.
נעבאדא פארמאגט נישט קיין פערזענליכע אינקאם שטייער.
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:42 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:41 pm

יישר כח הרב שטיפער און רואיג פארן זיך באדאנקן!!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ ארקענסאו ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 6:42 pm

ארקענסאו איז א שטאט אין צענטער דרום פון די פאראייניגטע שטאטן. העכער לואיזיאנע וואס איז אויפן מעקסיקא ים אויסגוס.
די הויפט שטאט איז ליטל ראק. עס וואוינען דארט בערך דריי מיליאן איינוואוינער.
די מקור פאר די נאמען איז פון פראנצוזיש, דעריבער זאגט מען עס אנדערש ווי קענזעס, כאטש עס איז ענליך אויסגעלייגט.
אויף די פאן פונעם שטאט געפינט זיך דריי שטערנ'ס, דאס איז צו ווייזן אויף די דריי לענדער פארוועם עס האט געהערט דער שטאט: שפאניע דערנאך פראנקרייך און דערנאך אמעריקע.
די נענטסטע צו פארן איז 16:46. און די ווייטסטע איז 21:47. ווען די קומסט אן זאג מיר...

ארקענסאו איז איינס פאר די ארימסטע שטאט אין דפ''ש.
אין ארקענסאו געפינט זיך די איינציגסטע דיאמנטן מינע אין דפ''ש. עס געפינט זיך אויך א גאר אייגנארטיגע פלאץ, ווי מען מעג געזעצליך אריינקומען און זוכן מיט די אייגענע הענט נאך דיאמאנטן, און אויב טרעפט מען קען מען עס האלטן פאר זיך. דאס איז די איינציגסטע פלאץ אין די וועלט ווי עס איז פארהאן אזא זאך.
וואל מארט האט זיך אנגעהויבן פון דעם שטאט, ווען אין די שטאט באנטענוויל האט זיך געפענט די ערשטע וואל מארט, און פון דארט און ווייטער איז היסטאריע...

עס איז גאר א שטארקע רעפובליקאנער שטאט, און כמעט אלץ וועלט עס פאר די רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט. און סיי זייערע קאנגרעס לייט און סיי זייערע סענאט לייט זענען אלע רעפובליקאנער.
גראדע איז ביל קלינטאן א ארקענסאו געבוירענער.

עס איז דא עטליכע אינטערעסאנטע געזעצן אין דעם שטאט:
מען מעג שיסן א בער צום טויט, אבער מען מעג נישט אויפוועקן א בער פון שלאף... בקיצור, ער מוז בלייבן שלאפן, לעבעדיג צו טויט...
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...

אין ארקענסאו איז פארהאן נאטורליכע הייסע קוועלער, וואס ציען צו זיך אסאך מענטשן, 'האט ספרינגס'. עס באזוכן דארט צוויי מיליאן מענטשן א יאר.
בכלל פארמאגט עס גאר שיינע טייכן און וועלדער, און אויך עטליכע בערג קייטן וואס ציען זיך איבער עטליכע טיילן פון די שטאט.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך פאברואר 12, 2020 8:05 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:עס איז דא עטליכע אינטערעסאנטע געזעצן אין דעם שטאט:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...

:lol:

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 1:18 pm

זייער אינטערסאנט! קיפ איט אפ.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 1:26 pm

Wow!

@טוב ה' לכל מלא ידיעות, מלא תוכן און מלא טעם, מיר באלעקן זיך די פינגער!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר האלף
תגובות: 1197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 2:53 pm

יישר כח גדול ונורא פאר הרב הידען המופלג @טוב ה' לכל, וועלכער איז מקיים דעם הדבק במידותיו, און איז גוט צו יעדן, און מיט פיל געדולד ווארפט ער צוזאם ידיעות איבער אלע עקן וועלט, אסאך אסאך מער פון בלויז געאגראפיע!!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).
אין א שיינעם העלן טאג...

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 3:11 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...



איך האב נאכגעפארשט די געזעץ (געווען נוגע פאר א חבר...) און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך.
איך האף די אנדערע זאכן וואס די שרייבסט זענען מער קראנט.

א גרויסע שכח פאר דיין ארבעט.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 3:40 pm

דריידל האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...



איך האב נאכגעפארשט די געזעץ (געווען נוגע פאר א חבר...) און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך.
איך האף די אנדערע זאכן וואס די שרייבסט זענען מער קראנט.

א גרויסע שכח פאר דיין ארבעט.

https://ww2.harford.edu/faculty/DVolkar ... e_laws.htm

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

תגובהדורך נארמאליזעם » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 5:13 pm

נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

דריידל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 5:21 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
מען מעג געזעצליך שלאגן די אייגענע רעביצין. לויפט'ס נאכנישט אהין אויף אלע פיר, ווייל די היתר איז נאר אויף איין מאל א חודש, מער פון דעם איז אומגעזעצליך...



איך האב נאכגעפארשט די געזעץ (געווען נוגע פאר א חבר...) און ס'עקזיסטירט נישט אזא זאך.
איך האף די אנדערע זאכן וואס די שרייבסט זענען מער קראנט.

א גרויסע שכח פאר דיין ארבעט.

https://ww2.harford.edu/faculty/DVolkar ... e_laws.htm

הייסט דאס איז די מקור? מארגן וועט איינער לינקן צו אייוועלט אלץ די מקור.

אין די געזעץ ביכער פון די סטעיט עקזיסטירט נישט אזא זאך

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 5:48 pm

איך וויל וויסן די מעשה, וואס הייסט נוגע פאר דיין חבר..?

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ טענעסי ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 6:02 pm

טענעסי איז א שטאט וואס געפינט זיך אין מזרח צענטער פון די פאראייניגטע שטאטן. עס גרעניצט זיך מיט אכט אנדערע שטאטן, דאס מערסטע פון סיי וועלכע שטאט.
די הויפט שטאט איז נעשוויל. א באקאנטע גרויסע שטאט.
עס פארמאגט בערך זיבן מיליאן איינוואוינער.
די נאמען טענעסי איז נישט קלאר פון ווי עס שטאמט, לכאורה פון געוויסע אינדיאנע ארטיגע דערפער.
די נענסטע צו פארן אהין: 9:30. די ווייטסטע (מעמפיס): 16:45.

צום ערשט איז טענעסי געווען א טייל פון נארט קאראליינע. אבער נארט קאראליינע האט זיך נישט געהעריג אפגעגעבן מיט זיי, זייענדיג ווייט אוועק, און אריבער די הויכע בערג. דעריבער האבן זיי פרובירט זיך אפצורייסן און ווערן א אייגענע שטאט מיטן נאמען 'פרענקלין', אבער דאן האט זיך נארט קאראליינע אויפגעוועקט און עס צוריקגענומען פאר זיך מיט קראפט.
ערשט אין יאר תקנ''ה האט מען געמאכט א רעפרענדום ביי די ארטיגע איינוואוינער, און זיי האבן געשטימט צו ווערן א שטאט פאר זיך, און דאן א יאר שפעטער איז עס געווארן אנערקענט אלץ די זעכצענטע שטאט אין דפ''ש.
אין די יארן פון די בירגער קריג איז די שטאט געווען היבש צוטיילט צו מען זאל זיך אפטיילן אדער בלייבן, למעשה האבן זיי זיך אפגעטיילט, און די מערסטע מלחמות, נאך ווירזשיניע, איז פארגעקומען אין טענעסי.

אין יאר תקצ''ח איז דארט פארגעקומען א שרעקליכע פארברעכן קעגן די ארטיגע אינדיאנער, ווען מען האט זיי געצווינגען צו זיך אוועקציען פון דארט קיין ארקענסאו. זיבעצן טויזענט אינדיאנער האט מען פארטריבן, פיר טויזענט דערפון זענען געשטארבן אויפן וועג. דער וועג איז באקאנט אלץ די 'טרערן וועג'.

טענעסי פארמאגט גאר אסאך נאציאנאלע פארק'ס. עס פארמאגט פילע הערליכע בערג, בפרט די ' גרעיט סמאקי מאונטענס' וואס איז באקאנט איבער די גאנצע מזרח טייל לאנד מיט איר זעלטענע שיינקייט, און ציט צו זיך גאר אסאך טוריסטן יאר יערליך.
די נאציאנאלע פארק אויף די סמאקי בערג איז נתנדב געווען דורך די נדבן החשוב הרבני ראקפעלער לטובת די ברייטע ציבור צו קענען הנאה האבן פון די שיינע בערג. היינט צוטאגס איז עס די מערסט באזוכטע נאציאנאלע פארק אין דפ''ש, מיט אריבער צען מיליאן מענטשן א יאר! דאס איז מיט מער ווי דאפעלט פון די גרענד קעניאן וואס איז די צווייט מערסטע באזוכטע פארק אין לאנד.
לעצטנס איז די פארק געווארן אויך אנערקענט דורך די יו.ען. אינטערנאציאנאלע יונעסק''א אלץ א וויכטיגע און אנערקענטע פארק פאר די וועלט.
פון געוויסע בערג קען מען זען גאנצע זיבן שטאטן דערפון.
די עיקר בערג געפינען זיך ביים מזרח זייט פונעם שטאט, ביי די גרעניץ מיט נארט קאראליינע. דארט געפינט זיך אויך די העכסטע שפיץ אין טענעסי.
די בערג ציען זיך ביז די הויפט שטאט נעשוויל, וואס געפינט זיך אין א שיין באוואקסענע טאל אינטער די בערג. נאך נעשוויל געפינט זיך די פלאכן וואס לויפט ארויף פון די מעקסיקאנער ים אויסגוס ביז ארויף צו אילינוי, שניידענדיג דורך גרויסע טיילן פון טענעסי. דארט געפינט זיך די מיסיסיפי טייך.

טענעסי פלעגט אמאל זיין א דעמאקראטישע שטאט, אבער די לעצטע יארן וועלט עס כמעט שטענדיג פאר די רעפובליקאנער קאנדידאט, ווי אויך זענען רוב פון זייערע פארשטייער אין סענאט און אין קאנגרעס רעפובליקאנער.
אינטערעסאנט, אז אל גור וואס איז געלאפן אין יאר תש''ס קעגן בוש, קומט פון טענעסי, אבער זיי האבן למעשה געוועלט פאר בוש און נישט פאר אל גור.

טענעסי איז זייער באקאנט אין די וועלט פון מוזיק.
אסאך אמאליגע מוזיק שטערנ'ס האבן דארט געוואוינט, און ביז היינט איז נעשוויל א גרויסע מוזיק צענטער אין דפ''ש, און עס ווערט גערופן די 'מוזיק סיטי'. די זעלבע איז אויך מיט מעמפיס וואס איז אויך גאר שטארק באקאנט אלץ א מוזיק צענטער.
אין מעמפיס געפינט זיך די פאלאץ פון א געוויסע אמאליגע באקאנטע זינגער, און זיין הויז איז די צווייט מערסט באזוכטע הויז אין דפ''ש נאך די ווייסע הויז, מיט אריבער פינף הונדערט טויזענט באזוכער א יאר! די מוזיקאנט'ס קבר געפינט זיך אויך דארט, מען קען אהינגיין לייגן א קראנץ בלומען דערויף, מן הסתם דארף ער עס גאר וויכטיג...
בקיצור, פאר אונז היימישע אידן איז נישט דא דארט צופיל וואס צו טון...
אזוי אויך פארמאגט טענעסי עטליכע ארכיאלאגישע ערטער פון אכט הונדערט יאר און אראפ, פון די אינדיאנע שבטים וואס האבן דא אמאל געוואוינט. דאס איז פון די איינציגסטע ערנסטע ארכיאלאגישע ערטער אין דפ''ש.

טענעסי האט נישט קיין אינקאם שטייערן. און עס איז פון די צען ביליגסטע שטאטן ווי צו וואוינען.
עס ווערט פארעכענט אלץ די צווייט מערסט פריינטליכע שטאט אין דפ''ש. לויט דער אנקעטע זענען די מענטשן דארט גאר פריינטליך און צוגעלאזן, און בכלל די שטאט איז שיין און פריינטליך צום מענטש.
איך וואלט מיך שוין כמעט אהינגעצויגן, ביליג צו וואוינען, פריינטליך צו מענטשן, מוזיק אויף די גאסן - א גאנץ יאר פורים, נישט דא קיין שטייערן, אבער דאן זעה איך אז:
טענעסי איז די צווייט מערסט אומפארזיכערטע שטאט אין דפ''ש... עס קומען דארט פאר 683 פארברעכנס פאר יעדע הונדערט טויזענט מענטשן. קוקט אויס די מוזיק הייטערט אויף די מאסן...
שוין, בלייב איך דערווייל דא, אפשר מיט די צייט וועט מען טרעפן א צווייטע שטאט ווי עס איז אינטערעסאנט צו וואוינען און גענוג ווערט איך זאל מיך אריבערציען אהין.

אידן וואוינען שוין אין מעמפיס טענעסי פאר לאנגע יארן. אין יאר תר''ז האט מען שוין געקויפט א קרקע פאר א אידישע בית החיים.
ביי די יארן פון די בירגער קריג האבן די אידן שטארק גענייגט צו זיך אפרייסן פון דפ''ש, און שפעטער ווען מען האט עס צוריק איינגענומען, האט די הויפט גענעראל ארויסגעגעבן א צו גירוש אויף די ארטיגע אידן!! יא, די דעמאקראטישע גענעראל וואס איז געקומען לוחם זיין אין נאמען פון דעמאקראטיע פאר די שווארצע, האט געוואלט פארטרייבן אלע אידן פון דארט אין איין טאג!. אבער פרעזידענט לינקאלן האט עס תיכף אפגעווארפן און מבטל געווען די 'גזירת גירוש אין מעמפיס טענעסי' (הערט זיך מאדנע די צוזאמשטעל, הא?...).
היינט צוטאגס וואוינען אסאך אידן אין מעמפיס, בערך צען טויזענט אידן, און עס געפינט זיך דארט פינף בתי מדרשים איבערן שטאט.
אין נעשוויל וואוינען אויך בערך זעקס טויזענט אידן. חב''ד האט דארט א ריזיגע הערליכע צענטער פאר די ארטיגע אידן. און עס געפינען זיך נאך מערערע אידישע קהילות איבער די שטאט.
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 6:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 6:10 pm

יישר כח הרבנים החשובים: רואיג, ממה נפשך, שפיגליצקי (איך האב געמיינט עס איז א פאלשע נאמען ספעציעל פאר א קאמישע ביכל, יעצט זעה איך צום ערשטן מאל אז עס איז א עכטע נאמען...), און הרב דריידל - פארן זיך נעמען די מיה און מיר אזוי שיין באדאנקן אויף מיין ארבעט.

און צו הרב דריידל, מעגליך אז עס עקזעסטירט מער נישט און מען האט עס שפעטער מבטל געווען. אפשר וויבאלד מען האט עס צופיל גענוצט אין פראקטיק....
און מען דארף טאקע צוצייכענען אז דאס אלעס איז נישט הלכה למעשה... אויף למעשה זאל יעדער פרעגן זיין דיין (לויער, אדער הרב גוגל)...

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג פאברואר 13, 2020 6:25 pm

אגב, היינט איז געווען אין די נייעס אז זיי ווילן מאכן אז וואשינגטאן די סי זאל ווערן א שטאט פאר זיך און מיר וועלן האבן 51 שטאטן. אבער לכאורה וועט עס נישט פאסירן.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

אקלעהאמע

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג פאברואר 16, 2020 4:11 pm

אקלעהאמע איז א שטאט אין צענטער פון די פאראייניגטע שטאטן, אריינגעלייגט צווישן קענזעס און טעקסעס.
די נאמען שטאמט פון די אינדיאנער ווארט פאר 'די רויטע מענטשן'.
די הויפט שטאט איז 'אקלעהאמע סיטי'.
די נענטסטע: 19:00. די ווייטסטע: 23:00.

צום ערשט האט עס געהערט פאר פראנקרייך, שפעטער איז עס געווארן פארקויפט פאר אמעריקע אינאיינעם מיט נאך אסאך שטחים, און דאן איז עס געווען א טייל פון קענזעס.
זייענדיג א פארווארפענע אומנוצבארע ארט, האט מען אהער פארטריבן אסאך אינדיאנער (ווי שוין דערמאנט ביי טענעסי), און היינט צוטאגס וואוינט דארט טאקע פון די גרעסטע באפעלקערונגען פון אינדיאנער אין דפ''ש, און אויף זיי ווערט גערופן די שטאט.
ערשט אין יאר תרס''ז איז עס געווארן א שטאט פאר זיך, ווערנדיג די 46'יגסטע שטאט אין דפ''ש.
נישט לאנג דערנאך האט מען געפינען א ריזיגע אוצר פון אויל אינעם שטאט, און דאס האט ארויפגעברענגט דעם שטאט צו א נייעם שטאפל. און טאקע טויזנטער מענטשן האבן אהערגעשטראמט דא זיך צו באזעצן, זייענדיג א שטאט וואס בויט זיך אויף פון ניי מיט הצלחה.
צווישן די פרישע איינוואוינער זענען געווען טויזנטער שווארצע אפריקאנער, וואס האבן שווארץ געמאכט דעם שטאט תרתי משמע, און דאס האט ארויפגעברענגט דאס צארן פון די אלט באזעצענע ווייסע אמעריקאנע. דאן האט די טרויעריג בארימטע 'קו קוקס קלען' זיך שטארק פארשפריי דארט, און זיך גענומען איבער זייערע ביינער און זיי שטארק אויסגעפייניגט אויף מערערע סארט אופנים, אז עס איז זיי שוין פארגאנגען די אפעטיט פון דארט וואוינען.
נישט לאנג דערנאך האט זיך סייווי גענדיגט די הצלחה פונעם שטאט, ווען אין די אנהייב ת''ש יארן איז דארט פארגעקומען א שרעקליכע טריקעניש פון ווייניג רעגן און גרויסע היצן, וואס האט פארטריבן טויזענטער איינוואוינער פון דארט.
אקלעהאמע איז טאקע א שטארק רעפובליקאנער שטאט, און כמעט שטענדיג וועלן זיי פארן רעפובליקאנער קאנדידאט.

אקלעהאמע איז די ארימסטע שטאט אין דפ''ש לויט געוויסע רעכענונגען. אין זיכערקייט שטייט עס אויך די דריט שוואכסטע.
זייער עקאנאמיע באשטייט בעיקר אויף אויל, וואס זיי זענען די צווייט רייכסטע אין אויל נאך טעקסעס. און אויף אגריקולטור, ווי ווייץ, פיקאנ'ס, פיטשעס, פינאט'ס און נאך.
אויף טוריזעם קומט מען בעיקר צו זען דאס טראדיציאנאלע לעבן פון די ארטיגע אינדיאנער און זייערע מאדנע טענץ און געזאנג.

אקלעהאמע איז א לייכט בערגיגע שטאט. רוב שטאט איז אזעלכע כוואליעדיגע בערג, וואס זענען גוט צו פלאנצן און פאשען. אבער אויך פארמאגט עס עטליכע העכערע בערג קייטן.
די מערסטע טארנעדאס אין דפ''ש קומען פאר אין אקלעהאמע.

אקלעהאמע סיטי איז באקאנט, בעיקר צוליב די גרויזאמע טעראר אטאקע וואס איז דארט פארגעקומען אין יאר תשנ''ה אויף א פעדעראלע געביידע, אומברענגענדיג 168 מענטשן. דאס איז די צווייט גרעסטע טעראר אטאקע אין דפ''ש.
זייענדיג אין א צענטראלע ארט, לויפן דורך אין איר מערערע הויפט שאסייען.
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום זונטאג פאברואר 16, 2020 4:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

מעין

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג פאברואר 16, 2020 4:11 pm

מעין איז א שטאט בין מזרח צפון שפיץ פון די פאראייניגטע שטאטן, און גרעניצט זיך גאר אסאך מיט קאנאדע, בעצם איז עס ווי א האלב אינזל אארומגענומען פום דריי זייטן מיט קאנאדע. ווי אויך קומט עס כמעט אן די מערסטע צפון פון אלע אנדערע שטאטן.
די נאמען שטאמט לכאורה פון א פראנצויזישע געגענט 'מעין' וואס האט זיך דא געפינען, אבער עס איז נישט זיכער צו עס קומט טאקע פון דעם. אגב, איז עס די קורצסטע נאמען פון א שטאט, אויב האט ער זיך אלץ געוואונדערט וועלכע נאמען איז די קורצסטע, דאן דא האט איר די תשובה...
אבער די שטאט איז פיל גרעסער פון די נאמען, און בעצם איז עס די גרעסטע שטאט אין די 'ניו ענגלענד' שטאטן, און אייגענטליך קען עס איינשלינגען אלע פינף אנדערע שטאטן אין זיך.
די הויפט שטאט איז אוגאסטא.
עס וואוינען אין איר א מיליאן און 300 טויזענט מענטשן. בערך צען טויזענט דערפון זענען אידן.
די נענטסטע: 4:30. די ווייטסטע: 10:20.

מעין איז נאר די דריי און צוואנציגסטע סטעיט, אבער באמת איז עס געווען פון די שטאטן וואס האבן געגרינדעט דפ''ש, נאר עס איז דאן געווען א טייל פון מעסעטשוטשעס, שפעטער האט זיך עס אפגעטיילט און געווארן א שטאט פאר זיך אין יאר תק''פ.
אין יאר תקצ''ט האט מעין ערקלערט קריג קעגן ענגלאנד... ווען איר שכן קאנאדע האט נאך געהערט פאר ענגלאנד. דאס איז געווען צוליב טעריטאריע קאנפליקטן.
דאס איז געווען די איינציגע מאל אין די היסטאריע וואס א שטאט האט אליינס ערקלערט קריג קעגן א לאנד! למעשה האט זיך עס גענדיגט מיט א שלום אפמאך און מען האט נישט געדארפט נוצן קיין לעבעדיג פייער.

מעין איז געווען די צווייטע שטאט אין די היסטאריע וואס האט געוועלט פאר די רעפובליקאנער פארטיי, דאס איז געווען אין יאר תרצ''ו, ווען רוזעוועלט איז געלאפן פאר פרעזידענטשאפט.
אבער שפעטער איז עס צוריק צו די דעמאקראטישע פארטיי און שטענדיג געוועלט פארן דעמאקראטישע קאנדידאט. אבער אין די אייגענע שורות ווערן יא צומאל אריינגעוועלט רעפובליקאנער.

מעין איז די מערסט פארזיכערטע שטאט אין דפ''ש, מיט א חשבון פון 121 פארברעכנ'ס פאר יעדע הונדערט טויזענט איינוואוינער. אין פארגלייך למשל צו די מערסט אומפארזיכערטע שטאט ניו מעקסיקא, וואס דארט קומט פאר 783 פארברעכנ'ס פער יעדע הונדערט טויזענט מענטשן.

82 פראצענט פונעם שטח איז באדעקט מיט וועלדער! דאס איז די צוייט מערסט באדעקט מיט וועלדער אין דפ''ש. און די שטאט איז טאקע באקאנט דערמיט מיט אירע שיינע וועלדער און ווערט גערופן דערויף.
רוב איינוואוינער וואוינען אין דרם פונעם שטאט, ביים וואסער און אביסל ארויפצו. די אויבערשטע טייל איז כמעט גענצליך אומבאוואוינטע שטחים באדעקט מיט געדעכטע וועלדער.
אין די וועלדער וואוינען נאך ביז היינט אסאך אריגינעלע אמעריקאנער, די אינדיאנער, וואס זענען געבליבן דארט וואוינען נישט ווערנדיג פארטריבן די דורך די אייראפעישע אינוואדירער.
אין אירע גרויסע פארצווייגטע וועלדער, געפינט זיך איר נאציאנאלע חיה, די 'מוס'. דאס איז א גרויסע הערש, מיט א אינטערעסאנטע הערנער. דער חיה וואוינט בעיקר אין קאלטע וועלדער אין צפון פונעם וועלט, אריינגערעכנט רוסלאנד און קאנאדע און טייל פון צפון אמעריקע.
די מוס איז היבש מסוכן פארן מענטש, בפרט אויב מען שטייט אים אין וועג און מען שטערט זיין רוהיגקייט. דערפאר ווייסן די ארטיגע איינוואוינער צו היטן א דיסטענס פון דעם גרויסן בעל חי מיט זיינע שעדליכע הערנער. אבער געווענטליך טוען זיי גארנישט.

א גרויסע טייל פון איר עקאנאמיע באשטייט אויף פיש עקספארט, זייענדיג אויפן וואסער. און די איבריגע טייל איז פון פלאנצונגען, ווי פאטעטא'ס, עפלעך און מייפל סירופ. און די בוים אליין פאר איר האלץ, 95 פראצענט פון די 'טוטפיקס' וואס ווערן פארקויפט אין דפ''ש קומען פון דארט...
מעין פראדוצירט די מערסטע ווילדע בלובערי'ס אין די וועלט.
מעין פארמאגט זעכציג לייכט – הייזער ביים אקעאן ברעג. מעין איז טאקע באקאנט דערמיט און אסאך טוריסטן קומען דאס זען.

אויך קומען אהין אסאך טוריסטן, בעיקר אין די ווארעמע זוממער טעג.
מעין פארמאגט איינס פון די צען פאפולערסטע פארק'ס אין דפ''ש, דאס איז די נאציאנאלע פארק 'אקעדיע'. עס באזוכן דארט דריי א האלב מיליאן באזוכער א יאר.
עס איז א שיינע פארק אויף אן בערגיגע אינזל. איינע פון די בערג ווערט גערופן 'קעדילעק', טאקע נאך דער מענטש וואס די קאר פירמע הייסט נאך אים. פון דארט קען מען די ערשטע זען די זון אויפגאנג אין גאנץ דפ''ש, זייענדיג די מערסטע מזרח פון וואו די זון קומט אויף.

אוראייניקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

תגובהדורך אוראייניקל » זונטאג פאברואר 16, 2020 6:01 pm

פדפ ביז אהער
פאראייניגטע שטאטן

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » זונטאג פאברואר 16, 2020 8:51 pm

אוראייניקל האט געשריבן:פדפ ביז אהער
פאראייניגטע שטאטן

א ריזיגע יישר כח

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » זונטאג פאברואר 16, 2020 10:35 pm

זייער הנאה

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מאנטאג פאברואר 17, 2020 12:12 am

דער עולם זאל אריין קוקן און ''טוב'ס'' באשרייבנגען ביי התחזקות בליצען עס איז מלא תוכן און עס איז פונקט אזוי ציענדיג ווי דא און יענץ נעמט מען מיט אויף אייביג , און צו דיר הרב טוב האלט אן ביידע אשכולות אפי' דער עולם קומט אריין מער דא ייישר כוכחם


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], maybeeynot און 23 געסט