היסטאריע געאגראפיע און נאך פון די פופציג שטאטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 294
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

תגובהדורך הר גריזים » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:37 pm

הערליך שיין הרב טוב! א ריזיגע שכח

אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

תגובהדורך אונגארישער » זונטאג פאברואר 02, 2020 11:48 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:איך וויל אי''ה אנהייבן צו באשרייבן די פופציג שטאטן אין אמעריקע, די היסטאריע (אביסל), די געאגראפיע, וואס איז דארט דא אינטערעסאנט און נאך.
אויב דריי מענטשן וועלן זיך אנרופן אז עס איז זיי אינטערעסאנט וועל איך עס אי''ה אנהייבן.
און פארשטייט זיך יעדער קען און זאל צולייגן זייערע ידיעות און הערות.
וה' יצליח דרכינו.


זייער שטארק אינטרעסירט

יישר כח פון פאראויס
Liberalism is a mental disorder

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ אייאווע ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 12:04 am

לרגל די אייאווע קאקאסעס וועלן מיר באשרייבן די שטאט. די פאליטישע אנגעלעגנהייטן וועלן דארפן די פאליטיקאנטן אריינקומען און עס מסביר זיין.

אייאווע איז א שטאט אין צענטער פון דפ''ש, און טיילט גרעניצן מיט זיבן אנדערע שטאטן.
די נענטסטע פונקט צו ניו יארק איז א רייזע פון פערצן שעה מיט 19 מינוט, און ווייטסטע איז א וועג פון צוואנציג שעה און ניינצן מינוט.
די מאדנע נאמען שטאמט פון א אינדיאנער שבט וואס האט אויך פארמאגט דעם נאמען און האט דא געוואוינט.
די הויפט שטאט איז דע מאון.
עס וואוינען אין אייאווע בערך דריי מיליאן מענטשן.

צום ערשט האט עס געהערט פאר פראנקרייך, און ביי די 'לואיזיאנע פארקויף' אין יאר תקס''ג איז עס אויך אריבער צו דפ''ש. ערשט אין יאר תר''ו איז אייאווע געווארן באשטימט פאר די ניין און צוואנציגסטע שטאט.

אייאווע פארמאגט כמעט די בעסטע און רייכסטע ערד צו פלאנצן, איינס נאך נעברעסקא. א דריטל פון דער גאר ווערטפולע ערד געפינט זיך אין אייאווע, דערפאר טאקע איז 92 פראצענט פון די ערד פונעם שטאט פארנומען דורך פארמער צו פלאנצן.
רוב אייאווע איז נידריגע כוואליע'דיגע בערג, וואס די בילדער פון די בערג זענען גוט באקאנט אלץ די פלאכענישן פון צענטראל אמעריקע.
און אזויווי רוב צענטראלע שטאטן האט אייאווע כמעט גארנישט ספעציעל צו פארקויפן, חוץ ריזיגע ענדלאזע קארן פעלדער און ליידיגע פיסטע שטחים אויף ווי ווייט די אויג קען נאר זען.
דאס געאגראפישע אויסשטעל ברענגט טאקע צו אז עס זאל זיך אראפלאזן אן ערך פון פופציג טארנעדאס א יאר אינעם שטאט, וואס יעדע איינס קען חרוב מאכן גאנצע שטעט און אומברענגן מענטשן און בעלי חיים, אבער וויבאלד עס איז גאר שוואך באוואוינט, ברענגט עס געווענטליך נישט קיין ערנסטע שאדענס.

אייאווע ווערט גערעכנט ווי א 'סווינג' שטאט, אין יאר 2012 האבן זיי געוועלט פאר אבאמא, און אין יאר 2016 האבן זיי געוועלט פאר טראמפ, בערך קען מען זאגן אז עס וואוינען דארט האלב און האלב.
אבער אין מערערע ליבעראלע אנגעלעגנהייטן איז אייאווע גאר שארף, און פון די מערסטע ליבעראל פון אלע שטאטן.

אייאווע איז שטארק באקאנט פאר אונז אידן, צוליב די רובאשקין סומאטוכע וואס האט דאן אויפגערודערט די אלוועלטליכע אידנטום. ב''ה עס האט שוין א גוטע ענדע מיט די ענדגילטיגע באפרייאונג פון ר' שלום רובאשקין.
דער פאבריק געפינט זיך אין פאסטוויל, אייאווע, און האט פאר איבער צוואנציג יאר ארויסגעגעבן טויזנטער טויזענטער פונט כשר'ע פלייש, זיך אויפבויענדיג צו די גרעסטע כשר'ע פלייש פאבריק אין אמעריקע. היינט צוטאגס געהערט עס פאר הערשי פרידמאן פון קאנאדע וואס האט עס אפגעקויפט.
עס וואוינען היינט צוטאגס בערך אכט טויזענט אידן אין אייאווע.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 12:06 am

יישר כח הרבנים: עושר וכבוד, סארקאזי (האלט די אנדערע האלב פאר די קומענדיגע, עס איז שוין דא...), אלטער, גאלדגרוב, רואיג, הר גריזים, אונגארישער (אמטשולדיגס פארן אסאך חוזק מאכן פון אייך אין מיין וועלטליכע אשכול... בעסער איר גייט נישט אהין, בלייבטס דא...) - פארן מיר באדאנקן אזוי שיין. עמער ווייטער ממשיך זיין בעזהשי''ת!!

פּשוט און פּראָסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

תגובהדורך פּשוט און פּראָסט » מאנטאג פאברואר 03, 2020 12:26 am

א ריזן דאנק אײך!! באמת א פארגעניגן דיזע באשרײבונגען, כה לחי!!

אוועטאר
נארמאליזעם
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2019 4:52 pm

תגובהדורך נארמאליזעם » מאנטאג פאברואר 03, 2020 12:52 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:קיינמאל נישט געוואוסט אז ווערמאנט איז אמאל געווען א לאנד פאר זיך. וואס איך ווער נישט אלס געוואויר דא. הרב טוב ה' לכל! באשרייב אלע 50 סטעיטס און אויך די מקור פון די נעמען פון די שטאטן. און איך האף צו זעהן אלע 194 לענדער אויך באשריבן. שכח!


ער האט שוין אן אשכול אויף דעם
נאך אלע מינע קומניזעם סאציאליזעם גלאבליזעם איז נארמאליזעם די בעסטע

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג פאברואר 03, 2020 2:03 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:
ווערמאנט גרעניצט זיך מיט ניו העמפשיר פון רעכטס, וואס די גרעניץ אינצווישן איז א טייך. מיט קוויבעק קאנאדע אין צפון, מיט ניו יארק אין מזרח, און מעסעטשוטשעס אין דרום. ביי די גרעניץ מיט ניו יארק איז אויך רוב גרעניץ דורך א גאר גרויסע אזערע – לעיק, מיטן נאמען 'שעמפליין'.
ווי שוין דערמאנט איז ווערמאנט גאר א שיין באוואקסענע גרינע שטאט מיט הערליכע בערג וואס ציען זיך מער אין צענטער פונעם שטאט, א שיינעם טייל דערפון אין דרום ביי די גרעניץ מיט ניו יארק נישט ווייט פון אלבעני.
נאר אין מזרח, ביי די ברעג פון די שעמפליין טייך, דארט האבן זיי נידריגע פלאכע שטחים, רוב שטאט איז בערגיג.
די בערג זענען א טייל פון די אפלאטשען בערג, מיר וועלן באשרייבן אי''ה די בערג בקרוב, וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר די אלע מזרח שטאטן, אריינגערעכנט ניו יארק.

איך מיין האסט אויפגעטוישט מערב פאר מזרח
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 2:06 pm

ים רויבער האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:
ווערמאנט גרעניצט זיך מיט ניו העמפשיר פון רעכטס, וואס די גרעניץ אינצווישן איז א טייך. מיט קוויבעק קאנאדע אין צפון, מיט ניו יארק אין מזרח, און מעסעטשוטשעס אין דרום. ביי די גרעניץ מיט ניו יארק איז אויך רוב גרעניץ דורך א גאר גרויסע אזערע – לעיק, מיטן נאמען 'שעמפליין'.
ווי שוין דערמאנט איז ווערמאנט גאר א שיין באוואקסענע גרינע שטאט מיט הערליכע בערג וואס ציען זיך מער אין צענטער פונעם שטאט, א שיינעם טייל דערפון אין דרום ביי די גרעניץ מיט ניו יארק נישט ווייט פון אלבעני.
נאר אין מזרח, ביי די ברעג פון די שעמפליין טייך, דארט האבן זיי נידריגע פלאכע שטחים, רוב שטאט איז בערגיג.
די בערג זענען א טייל פון די אפלאטשען בערג, מיר וועלן באשרייבן אי''ה די בערג בקרוב, וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר די אלע מזרח שטאטן, אריינגערעכנט ניו יארק.

איך מיין האסט אויפגעטוישט מערב פאר מזרח

גערעכט. יישר כח.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג פאברואר 03, 2020 2:09 pm

און פאר איך פארגעס, א גרויסען ש'כח.
איך באלעק מיר מיט יעדע ארטיקעל עקסטער.

ואגב, דאכט זיך אז אייאווע טיילט גרעניצן נאר מיט 6 אנדערע שטאטן.
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » מאנטאג פאברואר 03, 2020 2:49 pm

גאלדגרוב האט געשריבן:קיינמאל נישט געוואוסט אז ווערמאנט איז אמאל געווען א לאנד פאר זיך. וואס איך ווער נישט אלס געוואויר דא. הרב טוב ה' לכל! באשרייב אלע 50 סטעיטס און אויך די מקור פון די נעמען פון די שטאטן. און איך האף צו זעהן אלע 194 לענדער אויך באשריבן. שכח!
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2893
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג פאברואר 03, 2020 2:55 pm

ייש"כ טוב לכל,
טוסט א גוטע זאך
און איך האף אז וועסט ענדיגן אלע 50 סטעיט'ס ס'איז שיינע אינפארמאציע
כשמ"ו כן הוא

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ ניו העמפשיר א' ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 5:11 pm

ניו העמפשיר איז פון די ניו ענגלענד שטאטן אין צפון מזרח שפיץ פון לאנד. עס איז פון די ערשטע דרייצן שטאטן וואס האבן געגרינדעט דפ''ש.
די נענטסטע אין ניו העמפשיר צו פארן פון מאנסי, ניו יארק - איז דריי שעה און צוואנציג מינוט, און די ווייטסטע, ביים גרעניץ מיט קאנאדע, איז זעקס שעה און פופציג מינוט.
די הויפט שטאט איז 'קאנקארד'.
די שטאט הייסט, אזויווי ניו יארק, נאך א שטאט אין ענגלאנד - 'העמפשיר', און דאס איז די נייע העמפשיר.
עס פארמאגט א מינימאלע באפעלקערונג פון א מיליאן און דריי הונדערט טויזענט מענטשן.

ניו העמפשיר איז גאר שטארק באקאנט איז די פאליטישע וועלט, וויבאלד עס האט א געזעץ אז עס מוז זיין די ערשטע ארט ווי מען שטימט אין די פריימערי'ס (אייאווע איז א קאקוס, א אנדערע זאך). דער געזעץ איז באשטימט וויבאלד אנדערש וואלט מען זיי בכלל נישט אנגעקוקט ביי די וואלן.
דאס מאכט דער שטאט אלץ גאר באוואויגענד אין די אויסגאנג פון די וואלן, און דאס טאקע ווילן זיי.

ניו העמפשיר און ווערמאנט זענען די איינציגסטע שטאטן וואס די גאווערנער פונעם שטאט סערווירט נאר א צוויי יעריגע טערמין, און נישט א פיר יעריגע ווי רוב שטאטן.
ניו העמפשיר האט א קאנגרעס פון פיר הונדערט קאנגרעס לייט – א קאנגרעס מאן פאר יעדע 3000 מענטשן... אבער זיי ווערן באצאלט נאר א הונדערט דאללער א יאר פאר זייער שווערע ארבעט... דערפאר זענען זיי ע''פ רוב אדער רייכע מענטשן, אדער עלטערע מענטשן וואס זענען שוין ארויס אויף פענסיע. זייער אלד-עיזש האום איז די קאנגרעס...
אבער מען קען לאכן וויפיל מען וויל, למעשה האבן זיי גאר א גוטע סיסטעם און כמעט וואס עס איז נישט דא קיין קארופציע און בירוקראטיע אין די ארטיגע רעגירונג. אויף אזוי ווייט אז א געוויסע שטעטל אין ווערמאנט וואס איז ביים גרעניץ מיט ניו העמפשיר האט שוין געוועלט צו ארויסגיין פון ווערמאנט און ווערן א טייל פון ניו העמפשיר... למעשה קען מען דאס סייווי נישט טון אליינס, עס דארף די באשטעטיגונג פון די ביידע שטאטן און די פעדעראלע קאנגרעס.

ניו העמפשיר האט גאר א גוטע עקאנאמיע, די זיבעטע בעסטע אין דפ''ש. א טייל פונעם עקאנאמיע באשטייט אויף טוריזעם.
אויך אין ניו העמפשיר איז נישט פארהאן קיין שטייערן אויף פארדינסטן, אבער למעשה איז דא אנדערע גרויסע שטייערן. אבער מיט דעם אלעם פארמאגט עס נאך כמעט די קלענסטע שטייערן אין לאנד.

אין ניו העמפשיר קען מען געבן טויט שטראף. אבער למעשה, פון יאר תרצ''ט ביז יאר תשס''ח האט מען אויף קיינעם נישט גענוצט דעם שטראף, ביז דאן ווען מען האט מיט דעם פאר'משפ'ט איינער וואס האט געשאסן א פאליציאנט צום טויט.
ניו העמפשיר איז די איינציגסטע שטאט אין דפ''ש וואס פארלאנגט נישט קיין סיט בעלטס אנצוטון ווען מען פארט אין א קאר, אדער א העלמעט ביים פארן אויף א בייק, און אויך נישט קיין אינשורענס אויף א קאר.עס איז נישט הלכה למעשה און מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף דעם, זייטס מער מברר למעשה.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 5:15 pm

יישר כח הרבנים החשובים: פשוט און פראסט, נתנאל מינצבערג, ים בערג, שמו - פארן מיר באדאנקן אזוי שיין. יישר כח!

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ ניו העמפשיר ב' ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג פאברואר 03, 2020 8:00 pm

ניו העמפשיר פארמאגט גאר א שיינע לאנדשאפט. עס האט א קליינעם ברעג ביים אטלאנטיק אקעאן. אבער רוב ניו העמפשיר איז גאר הויעך און בערגיג. מיר וועלן רעדן איבער צוויי בארימטע בערג שפיצן:

די בארג מאנדנאק איז די דריט מערסט גענוצטע בארג צו קריכן אין די וועלט, לויט געוויסע שאצונגען. 125 טויזענט מענטשן קריכן דערויף א יעדעס יאר.
די פאנאראמע וואס מען זעט פון דארט אויבן איז עפעס גאר גאר שיין און אטעם פארכאפענד, און קוקט אויס עס איז ווערט דאס ארויפקריכען דערפאר. דאס איז וויבאלד עס איז פיל העכער פון די גאנצע ארום און שטארט ספעציעל ארויס אויפן האריזאנט.
מען קען נישט ארויפ-פארן מיט א קאר, נאר מען דארף ארויפקריכן צופיס מיט מערערע ספעציעל דעזיגנירטע טרעילס דערפאר.
דער בארג געפינט זיך ביים דרום מערב שפיץ, ביים גרעניץ פון ווערמאנט און מאסעטשטשעס, און עס איז דריי טויזענט פיס הויעך (בערך אזוי הויעך ווי הר מירון אין ארץ ישראל, אביסל נידריגער).

אבער דאס איז נאך גארנישט קעגן די באקאנטע וואשינגטאן בארג, אין צפון פונעם שטאט. די וואשינגטאן גרייכט א גאר הויכע הייעך, רעלאטיוו צו מזרח אמעריקאנע בערג, א הייעך פון אריבער זעקס טויזענט פיס! דאס איז די העכסטע שפיץ אין צפון מזרח אמעריקע.
די וואשינגטאן בארג איז א טייל פונעם ווייסן בארג קייט וואס איז א טייל פונעם אפאלאטשען בערג. און די אלע הויכע שפיצן ווערן גערופן אויפן נאמען פון פרעזידענטן, און די מערסט מערבארער שטאלצער שפיץ איז גערופן נאכן מייסד הרב וואשינגטאן.
דארט איז דא א וועג פאר קארן ארויפצופארן צום שפיץ, און ווען מען קומט אן צום שפיץ קען מען באקומען א סטיקער וואס שרייבט ארויס קלאר און דייטליך אז דער קאר האט זוכה געווען צו ארויפקריכן צום שפיץ פונעם מאונט וואשינגטאן. אשריך שזכית, יהי רצון שבזכות זה זאלסטו זוכה זיין צו ארויפקריכן נאך הויכע בערג... די גאנצע וועג ארויף איז גאר שיין מיט הערליכע פאנאראמעס אויסגעשפרייט פאר דיך, עס איז גאר אסאך ווערט, אפשר נישט אלע געלטער אבער אסאך געלט זיכער...
ווי אויך פארמאגט עס א אינטערעסאנטע אלטמאדישע באן וואס טראגט ארויף צום שפיץ, שרעקעדיג און אייגנארטיג.
ביים שפיץ איז פארהאן א צענטער פאר באזוכער.
אויפן שפיץ פונעם בארג איז גאר גאר ווינטיג, און עס איז דארט רעקארדירט געווארן אין יאר תרצ''ג די שנעלסטע ווינט אין די וועלט!
אהין צו פארן פון ניו יארק נעמט בערך זעקס א האלב שעה.

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

תגובהדורך וואסערפאל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 1:02 am

א דאנק, זייער שיין, שרייב נאך
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
רואיג!
שר חמש מאות
תגובות: 598
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:14 pm

א דאנק טוב לכל, שוין געווען אויף מאונט וואשינגטאן. (אין ווינטער)

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

~ אלאבאמע ~

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 6:55 pm

אלאבאמע איז א שטאט וואס געפינט זיך אין דרום פון דפ''ש, און האט א קליינעם ים ברעג צום גאלף אף מעקסיקא.
די נאמען שטאמט פון א געוויסע אינדיאנער שבט וואס האט דא געוואוינט.
די הויפט שטאט איז מאונטגאמערי. עס וואוינען דארט פינף מיליאן מענטשן.
די נענטסטע פון ניו יארק צו אלאבאמע איז דרייצן שעה, און די ווייטסטע איז אכצן שעה און א דריי פערטלץ

עס איז געווארן א טייל פון דפ''ש אין יאר תקנ''ט, אלץ די 22 שטאט.
אלאבאמע איז גאר א גוטע שטאט צו פלאנצן קאטען און נאך, זייענדיג ע''פ רוב פלאך און האבענדיג א ווארעמע קלימאט. דעריבער איז דארט געווען גאר שטארק אין באניץ די שווארצע קנעכט, וואס פעלן זיך אויס פאר אזא ארבעט.
דערפאר זענען זיי געווען פון די גרעסטע לוחמים ביי די גרויסע בירגער קריג, זיך שלאגענדיג פאר די רעכטן פון קענען ווייטער האלטן קנעכט פארשקלאפט.
שפעטער האבן זיי צוריקגעצויגן און זיך צוריק פאראייניגט מיט דפ''ש, און איינגעשטעלט מער ליבעראלע געזעצן אין שטאט.
פיל שפעטער, אין די יארן נאך די צווייטע וועלט קריג, האט זיך דארט אויך אסאך געטון איבער די רעכטן פון די שווארצע און נאך, וואס האט איבערגעדרייט בשעתו גאנץ אמעריקע, ביז מען האט ענדגילטיג באשטימט די היינטיגע רעכטן געזעצן פאר יעדעם איינעם צוגלייך.

עס איז גאר א רעכטע שטאט, און געפינט זיך אין די 'בייבל בעלט', דאס הייסט אז עס איז א שטארק רעליגיעזע – קריסטישע שטאט, וואס באדייט אויך אסאך ראסיזעם.
די סקול סיסטעם ווערט פאררעכנט אלץ די ערגסטע אין גאנץ אמעריקע.

אלאבאמע פארמאגט א ריזיגע ביזנעס אימפעריע פון אייזן און שטאל און די אלע סארט מאטריאלן, ווי אויך באשטאנדטיילן פון קארס און פליגערס, בעיקר אין די הויפט שטאט מאונטגאמערי.
ווי אויך האט עס אסאך אגריקולטור, זיך געפינענדיג אין א ווארעמע סובטראפישע קלימאט, וואס ברענגט אריין שיינע הכנסות.

שוין ווי דערמאנט איז רוב שטאט פלאך. נאר ביי די צפון זייט איז פארהאן אביסל בערג, דארט הייבט זיך אן די אפאלאטשען בערג, וואס ציט זיך ביז מעין און אריין אין קאנאדע. די העכסטע שפיץ אין אלאבאמע איז 2407 פיס.
זיבעציג פראצענט פונעם שטאט איז באדעקט מיט ביימער און וועלדער! דאס איז אזוי גרויס ווי ראוד איילענד, דעלעווער, מעסעטשוטשעס, ניו זשירסי און קאנעטיקוט, די אלע צוזאמען וואלטן געקענט אריינגיין נאר אין די וועלדער פון דעם שטאט!
אין אלאבאמע געפינט זיך די גרעסטע ספעיס שאטעל מוזעאום אין די וועלט.

עס וואוינען בערך צען טויזענט אידן אין אלאבאמע, רוב אין מאונטגאמערי.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 04, 2020 6:59 pm

יישר כח הרב וואסערפאל און הרב רואיג פארן באדאנקען און פאר די הוספות.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2680
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג פאברואר 04, 2020 8:19 pm

Thanks please keep it coming

גאלדגרוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:07 pm

שרייב נאך. מיר ווארטן מיט שפאנונג.

פייערקרעקערס
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:39 pm

געקומען זיך באדאנקען! קיפ איט אפ!!

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:49 pm

שכח טוב
קיפ איט קאומינג

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

סאוט קאראליינע

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:31 pm

סאוט קאראליינע איז א שטאט צווישן נארט קאראליינע און זשארזשיע, אויפן אטלאנטישן ברעג. און איז פון די ערשטע דרייצן שטאטן וואס האבן געגרינדעט די פאראייניגטע שטאטן.
עס פארמאגט בערך פינף מיליאן איינוואוינער, און די הויפט שטאט איז 'קאלאמביע' וואס געפינט זיך אין די צענטער פונעם שטאט. נאך גרויסע שטעט געפינען זיך אויף די ים ברעגעס.
קאראליינע הייסט עס נאך די קעניג פון ענגלאנד וואס האט עס איבערגעגעבן פאר די ענגלישע וואס האבן זיך דארט באזעצט.
די נענטסטע אהינצופארן איז 9:38. און די ווייטסטע איז 12:48.

אינטער די בריטישע, איז עס צום ערשט געווען איין גרויסע שטאט 'קאראליינע', און דערנאך האט זיך עס אפגעטיילט ווערנדיג גערופן איינס אלץ צפון און די צווייטע אלץ דרום – סאוט קאראליינע.
שפעטער האט זיך עס אפגעריסן פון די בריטישע זיך ערקלערנדיג אלץ אייגענע לאנד אינאיינעם מיט נאך צוועלף שטאטן, און עס איז געווען די מערסטע אקטיוו אין די מלחמה מער ווי אלע אנדערע צוועלף שטאטן.
סאוט קאראליינע האט פארמאגט גאר אסאך שווארצע קנעכט, האבנדיג ריזיגע פעלדער ווי מען האט געפלאנצט 'אינדיגא' – א פלאנצונג וואס געט ארויס די אינדיגא פארב (קלא אילן) וואס מיט דעם האט מען געפארבט קאטען, ווי אויך רייז. דאס האט צוגעברענגט אז סאוט קאראליינע איז געווען די ערשטע שטאט זיך אפצורייסן פון דפ''ש ווען עברעהעם לינקאלן איז געווארן ערוועלט, נישט ווילנדיג אויפגעבן זייערע קנעכט. און ערשט נאך די סוף פונעם קריג זענען זיי צוריק אריינגעקומען אין דפ''ש.

סאוט קאראליינע איז מער ווייניגער פלאך, ביי די מערב זייט פארמאגט עס העכערע בערג פון די אפלאטשען קייט או דערנאך נידריגע כוואליע'דיגע בערגלעך. די העכסטע שפיץ איז דריי א האלב טויזענט פיס.
אין די פלאכע צענטער, וואס פארנעמט צוויי דריטל פונעם שטאט, פארמאגט עס א גאר גרויסע נאציאנאלע פארק, געדעכט באוואקסן מיט הויכע אייגנארטיגע ביימער.
ווי אויך פארמאגט עס גאר שיינע ים ברעגעס וואס ציט צו זיך אסאך טוריסטן. און אמעריקאנע קראקאדילן דרייען זיך אין די ארטיגע טייכן און זומפן.

סאוט קאראליינע ווערט פאררעכנט ווי די דריט מערסט פריינטליכע שטאט אין דפ''ש, און איז פון די מערסט רעקאמאנדירטע ערטער צו באזוכן.
קאראליינע פארמאגט אסאך מיליטערישע באזעס, וואס שטעלט צו מערערע זשאבס פאר די ארטיגע עקאנאמיע.
ווי אויך פארמאגט עס עטליכע גרויסע מיליטערישע מוזעאום'ס, ווי אויף אלטע מלחמה שיפן און סאמבארינען.

אמאל פלעגט סאוט קאראליינע זיין א שטארק דעמאקראטישע שטאט, אבער די לעצטע צענדליגע יארן זענען זיי שטארק געשטימט פאר די רעפובליקאנער, און זיי האבן כמעט יעדע מאל געשטימט פאר די רעפובליקאנע פרעזידענט קאנדידאט.
לאמיר נאר דערמאנען אז זייער פארשטייער אין די סענאט איז הסענעטאר המפורסם בתמיכתו התמידי לטראמפ ר' 'לינזי גרעהעם'.

אידן וואוינען שוין דא זינט די ת' יארן! און עס איז געווען אלע יארן גאר א אידן פריינטליכע שטאט. עס איז געווען די ערשטע רעגירונג אויף די מערב זייט וועלט וואס האט ערלויבט און פארמאגט א אידישע פארשטייער, דאס איז געווען א ארטיגע סטעיט סענעטאר נאך אין יענע יארן וואס אידן זענען געווען שרעקליך פארפאלגט איבער די גאנצע ערד קוגל.
אין יאר תק''פ האבן געוואוינט אין טשארסלסטאון זיבן הונדערט אידישע משפחות, דאס האט עס געמאכט פאר די גרעסטע אידישע קהילה אין דפ''ש.
היינט צוטאגס וואוינען דארט בערך זיבן טויזענט אידן, בעיקר אין טשארלסטאון.
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ה' לכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:33 pm

יישר כח הרב קרייסלער, שאהן העניטי, פייערקרעקערס, גאלד גרוב פארן מיר באדאנקן.
גייען מיר טאקע ווייטער, אויפן סדר פון די יעצטיגע וואלן.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג פאברואר 11, 2020 6:36 pm

Thanks!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 26 געסט