כ'פארשטיי נישט, וואס באדייט דאס "היימישע"?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג מארטש 18, 2008 8:01 pm

צייטליך האט געשריבן:און איך ציטער וואס די גייסט נאך כאפן פון סאכדעס פארן רעדן קעגן זיין הכשר, דארפסט אבער נישט מורא האבן, ער וועט נישט דא זיין אזוי שנעל, און אפשר פון אזא וויכטיג מאכער ווי דיר וועט ער מורא האבן, הא נאוז? (ער ברויך צוקימען צו דיר, פארשטייסט ביי אלע זיינע קאמפיינען און אסיפות).


איז אזוי, צייט האבעך דאך נישט, אבער דאס טאקען, דאס, האט מיך ארויסגענומען פון די כלים. א כיצפע, כ'מיין דיך טאקען, דו צייטליך, טרייבסטו פון מיר ליצנות אין די וואך פון פורים? דו מיינסט אז איך בין קעכער אין ישיבה וואס מאכט סווימינג פולס? כ'מיין וואו אין די וועלט מיינסטו ביסטע? הא? דאס גאנצע ארטיקל, דאס זיסע ארטיקל פונ'ם זיסן וויכטיג מאכער, וואס דערמאנט מיך פון פילע באקאנטע בהמו.... אוי ניין, כ'מיין זיסע וויכטיגע אידן. ס'איינע כילעק צווישן זיי און אונזעריגער'ס, זיי זענען דאך בהמות פון פערדן לאנד, קיינער ברויך זיי נישט אויסער זיי זיך. אאאאבער דער אונזעריגער, ער אידאך באגאסן מיט אן עקסטערן חן. און חוץ מזה, כשמו פיין הוא, ער אידאך טאקען וויכטיג פאר אונז, וואו אין די וועלט וואלטן מיר זיך אהינגעטוהן אנעם???? הע?

נאר וואס, כ'מיין אז דאס העט טאקען זיין ס'ענפער פאר ביידען, צייטליך ווייסט שוין צוויי מאל וואו אין די וועלט עריז.... עריז אין 'היימישע' קרעטשע. אהה אויב די קלאפ אין רוקן איז פון אן היימישן, אידאך אנאנדער מאנסע, אה אה כ'מיין מ'קומער צו צו א טאק, 'היימישע' קרעטשמע, אפילו (יעדער זאל דרייען מיט די פינגער) נאכאמאל, אפפפפילו ווען צייטליך פארט מיר אריין אין זיבעטן טאג סוכות, אופפססס. כ'בין דא פארפארן, נו סידאך אזוי, שמחת תורה, פורים, מ'קען זיך טויב זיין... איז אזוי, כ'מוז אנהויבן פון ס'אנהויב לייק נעווער בעפאר... אפילו (נו, כ'זעה דארט יאכער דרייעט נישט מיט די פינגער, נו, אוקיי, כ'על עס געדענקן.. ששש.. נאך א פשט אויף 'היימישע') ווען צייטליך געט מיר אזוי שמיניש דיניש אריין צוויי א גוטס אין פיפטן ראד,,, נאח, כ'קען דאך צום ווארט נישט צוקומען, כ'האב מורא אז דער וויכטיגער מאכער, איז פארנומען, ער קעמער נישט העלפן דא...

כעל פרובירן אפשר א פרישע שורה.. ס'פראבלעם אינאר אז דערוילעם האט נישט קיין געדולד, כעלעך עס מאכן בקיצער נימרעץ.... איז אזוי, וואו האלטן מיר?? יא, מ'רעדמיר פון די כיצפע פון צייטליך מיך אריינצופארן אויף ווילי.... נאח שוין ווידער, כ'מיין אז כ'ברויך אפשר איבערדרייען מיין סקרין, נו ווער קעמיר העלפן??? נו יגר'ל ער האט דאך עמען געהאלפן דארט.. נו קומ'זע אהער.. כ'מיין כ'על פרובירן נאך דאס איינמאל.. אוקיי. שששש... קיינער זאל נישט רעדן.. אההה כ'מיין די זאך איז, ווייל דער עולם דרייט מיט די פינגער, הערט אויף און פארטיק... גענוג איז גענוג, אסאך איז אסאך, ווייניג איז ווייניג, פורים איז פורים, פסח איז פסח, לג בעומר איז לג בעומר...... כ'מיין מ'קען דא שרייב א גאנצער מגילת אסתר, נישט דוקא, כ'מיין צוזאגן אגאנצער מגילת סאכדעס,, אהה דעט מעקס מאר סענס (אויב סיבכלל דא). אוקיי, מוז מיר זעהן אזוי, דערוילעם זאל טאקען 'בנישט' - מיט א גימל - דרייען מיט די פינגער אפשר אזוי העליך צוקומען צום ס'ווארט מיינער...

דארף איך זיך נאר דערמאנען וואו כ'בין שטעקן (נישט וואס דער רבי האט געקנאקט, כ'מיין די וואס יעקב האט דארט אריינגשטעלט, אויך נישט דוקא עקודים ברודים, נאר קען זיין פלעין: שטעקן) געבליבן?? אה יא, כ'דערמאן זיך, דארט ביי צייטליך, ער איז מיר אריינגעפארן, אדער בעסער געזאגט אריינגעפליקט, אויב רעדט מען שוין פון פליקן קעמען זאגן ארויסגעפליקט אזוי צו זאגן מיט א סמך, (עטץ ווייסט פארוואס? ווער עס ווייסט זאל זאגן...) איז אזוי, ער האט מיך אויסגעפליקט, נע ס'שטימט מיר עפעס נישט דא, קען זיין אז כ'גיי נישט שטימען בכלל, אבער וואו איז דער יון אבאמא דא אריינגעפארן???? (שיערנישט בינעך שטעקן געבליבן ביי דעם פארן אויך, נאכאמאזעל ס'ווערט שפעט האבעך נישט קיין צייט מאריך צו זיין)

הויב איך אן: אפילו אויב צייטליך פארט מיך אריין, בלייב מיר נאכאלץ גוטע פריינט. ווייל (דא קעמען שוין יא דרייען מיט די פינגער, כ'זאג דא א סברא בטעמא) נאכמאל יעדער צוזאמען: ווייייל מ'זעמיר דא אלע היימישע, יאפס דאסיזעס דאס איז עס, אלעס איז היימיש, נישט דא וואס נישט. אזוי ווי דו האסט זיך נאכקיינמאל נישט גערעגט אויף דיין רעכטע פאה פארוואס איז ס'איז שענער ווי די לינקע, כ'מיין סידאך ממש איין זאך, היינו סכך פלעגט ער דאך זאגן..

אוקיי, גענוג געווען..
לעצט פאראכטן דורך סאכדעס אום דינסטאג מארטש 18, 2008 11:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12589
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג מארטש 18, 2008 8:55 pm

צייטליך, שכוח פאר סאכדעס'ס תגובה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מארטש 18, 2008 9:14 pm

וויכטיג ,

א מעצטער שטיקל די ארטיקל!! אויב דאס איז פון דיינע ערשטע קענען מיר זיך שוין מאכן הכנות צו די קומענדיגע
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג מארטש 18, 2008 9:41 pm

סאכדעס, אגודל.

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » מיטוואך מארטש 19, 2008 10:41 am

דער סאכדעס איז דאך אזא מין לץ!!!

ער האט שוין נישט קיין געדולד ווייטער צו גיין מיט זיין שיינעם פשט'ל, ווארפט ער ארויף די שולד אויף אונז.

ווי אזוי זאגט ער נאר?
ס'פראבלעם אינאר אז דערוילעם האט נישט קיין געדולד, כעלעך עס מאכן בקיצער נימרעץ....

הערסט א מעשה די עולם שלאפט גוט אזוי ווי ביי אלע דרשות און שיעורים און ער האט נאך די כוצפע צו זאגן אז מיר האבן נישט קיין געדולד.

סאכדעס מיר זענען נישט מותר אויף קיין איינע פון די אויסגעלאזטע חלקים!!!!!!!!
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך מארטש 19, 2008 5:11 pm

אנדי, אילו לא נכנסתי לקרעטשמתינו ביומא דין, כי אם לראות דבריך הבהירים, די.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 19, 2008 6:51 pm

וואס ס'איז אמאל זיכער איז אז דער וויכטיג מאכער וועט שוין קיין שאלות נישט האבן איבער דער "היימישער" אויסדריק דא, נאך אזא תגובה פון סאכדעס, ווער האט נאך א קשיא.

סאכדעס, א ווארט נאר צו דיר.

ווען איך ווייס ווען נישט, דרייט'ס אלע מיט די פינגער. נאכאמאל, וווווען איך ווייס ווען נישט אז... קוק ווי יעדער פלאגט זיך נעבעך צו דרייען...
שאט אפ! הערטס אויף צו דרייען, מ'דרייט ארויף מ'דרייט אראפ, יעדער איינער שרייט שוין אז זייערע פינגער'ס טוען וויי פון סאכדעס'ס געדרייאכצער. (און א ווארט נאר צו מיר שטילערהייט, צייטליך, ס'מאכסטע דיך נאריש? מיינסט אז די וועסט קענען נאכמאכן סאכדעס'ן? וואס מיינסטע? יעדער ווערט באשאפן מיט די פאך? אה! קיינמאל!)

ווען איך ווייס ווען נישט אז די קענסט איז איין זאך, אבער איך ווייס דאך אז די קענסט מיט דעם אלעס איז דאס מיר אן איבעראשונג, אייער יעצטיגער תגובה דערמאנט מיר פון אייערע אמאליגע ארטיקלען און וואס די ביסט א יחיד בדורו. איר זענט אמממממ.. איר זענט סאכדעס!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מארטש 24, 2008 11:07 pm

יחיד בדורו איז אז שיין טיטול, יישר כוח צייטליך....

אוועטאר
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

תגובהדורך רשכבהג » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 3:37 pm

די ערשטע פון וויכטיג (איך בין אמאל געווען ניי?) הא הא ההא

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23746
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 3:51 pm

אוי מיי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 4:14 pm

איך בין געשטאנען ווען א וומסב"ג בחור'ל איז געגאנגן נאך געלט אין א ב"פ ביהמ"ד, פאר א "היימישע" יונגערמאן, (דער בחור'ל איז נישט געווען פון דעם זעלבען חסידות), פרעגט אים א אינגערמאן, מיט וועם איז ער היימיש? רופט זיך אן זיין חבר, "די פרעגסט ווען די זעהסט אויף א פעקעל, "היימישע" קאקאש קעיק, מיט וועם איז עס היימיש
דארט פון ווי עס קומען היימישע קאקאש קעיק, און היימישע ראגעלעך, קומען היימישע בחורים און היימישע יונגעלייט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 4:41 pm

קולע אל השערה...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:24 pm

"היימישע" קרעטשמע בתפארתו!!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

תגובהדורך פעדער » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:34 pm

קען זיין אז ס'פעלט א ב'

כ'האב דאס זעלבע אמאהל געטראכט . ווען מען זעהט א פושקע, היימישע חריף..וואס מיינט עס אז א אפגעהיטענע פרוי מיט א פארדרייטע טורבאן איבערן קאפ, האט עס פראדאצירט אין א איבערגעדרייטע קליינע קעכל. צומאלן אין א שמוציגע בלענדער? בשעת ווען איר מאן מיט אלע צען קינדער זענען עומד על גבה? "היימישע חריף" האסטע געהערט אזאנס??!!
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!




צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: milech fried, קאסאניער און 17 געסט