נייע דיסקאווערי געזעץ - א ישועה פאר כלל ישראל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

נייע דיסקאווערי געזעץ - א ישועה פאר כלל ישראל

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:04 pm

דיסקאווערי ריפארם
אלעס רעדט פון די נייע בעיל ריפארם געזעץ אין ניו יארק, אבער די עיקר ישועה איז אין די צווייטער טייל פון די געזעצן, די דיסקאווערי געזעץ טוישונגען, לאמיר אביסל אויס שמועסן די רשעות'דיגע אויפירעכטס פון די פראסעקיוטערס, און פארוואס עס האט אויסגעפעלט אזוי וויכטיג צו מאכן גרויסע טשעינדשעס.

עיוות הדין - עינוי הדין
ביז היינט ווען איינער איז ארעסטירט געווארן האט די פראסעקיוטער געקענט ארום שלעפן חדשים און צומאל יארן אן ארויסשטעלן קיין שום באווייזן אויף די פארברעכן וואס דער מענטש איז אנגעקלאגט געווארן, אין די צייט וואס ער איז ארעסטירט מיט די גאנצע פאמפע, מיט צענדליגער עידשענטס, מיט די גאנצע מצב באישון לילה ווי די כפרה הינדל ערב יום כיפור, און די פארשאלטענע פערפ-וואלק, און מאסיווע מידיע קאוורידש, ווי מען האט געשריבן וואס נאר דער פראסעקיוטער האט געוואלט, מען שרייבט נאר צו די ווארט עלעדשעדלי, אזוי ווערט למפרע בטל די דין פון אינאסענט אנטיל פראווען גילטי, און אזוי שלעפט זיך צייט, אינצווישן פלעגט די פראסעקיוטער לאזן הערן פראזן צו צוברעכן דעם מענטש מאראליש און גייסטיש, אז ער האט גענוג באווייזן איהם אריינשליידערן אין תפיסה פאר דרייסיג יאר, און צו מאל סטראשענען אז ער וועט נישט נאר איהם איינזעצן אין תפיסה נאר די ווייב און די קינדער אויך, אזוי פלעגט מען נעמען א משפחה און רייסן פון זיי לעבעדיגע שטיקער, די ראש המשפחה האט זיך ארום געדרייט וואו א זאמבי אן קיין קאפ, די קאנסעקווענצען זענען ליידער געוועהן ביטער, דאס האט אריינגענומען גיטין, קנדער וואס האבן גע'פאטשט, הארץ אטאקעס, און ליידער צומאל דראג עדיקשאן, און נאך ערגער ה"י.

זעקת סדום ועמורה
נאך צעגערן חדשים און יארן איז די פראסעקיוטער געקומען מיט א פלי דיעל, אז אנשטאט ער זאל פאראורטיילט ווערן צו דרייסיג יאר תפיסה, אויב איז ער מודה אין די פארברעכן וועט ער נאר דארפן זיצן פינף יאר אין תפיסה, די פראסעקיוטער האט נאך צוגעלייגט אז ער האט שטארקע באווייזן וואס ער געבט נאכנישט ארויס, און אויב קומט עס אן צו טרייעל גייט זיין ביטער. באמת האט די פראסעקיוטער געהאט גאנץ שוואכע באווייזן, וואס מען קען קיין זעקס חדשים תפיסה נישט באקומען, אבער קיינער וויל נישט נעמען די טשענס.

פּרי טרייעל רשעות
אויב האט זיך יא געמאכט א פאל וואס א קעיס איז אנגעקומען צו די שטאפל פום די טרייעל, קען זיין פאר אפאר סיבות צו ווייל דער אנגעקלאגטער האט זיך פאר עקשנ'ט, אדער ווייל די פראסעקיוטער האט געהאלטן אז ער האט גאר א שטארקע קעיס און נישט געוואלט אפערן קיין פלי דיעל, האט די רשעות זיך נישט גע'ענדיגט דארט, נאר די פראסעקיוטער האט געוואלט זיכער מאכן אז די דיפענס טיעם זאל נישט זיין צוגעגרייט צו די קעיס, וואס האט ער געטוהן?

די לעצטע מינוט פאר די טרייעל האט די פראסעקיוטער דעליווערט א שטויס מיט דאקומענטען און ריקארדירונגען (פארשטייט זיך ער האט געמאכט א שווייג פון די דאקומענטן, אדער באווייזן וואס קענען ווייזן דעם אומשולד), און יעצט הייבט זיך אן די שפיל, די דיפענס טיעם הייבט אן שרייען מיר קענען נישט אין אפאר טעג איבער גיין אלע דאקומענטען וואס די פראסעקיוטער האט געזאמעלט במשך פון א פאר יאר, די דזשאזש גיבט נאך אז ער וועט געבן אן עקסטענשאן פון דרייסיג טעג, פארשטייט זיך אז דרייסיג טעג איז אויך נישט גענוג, און די דיפענס טיעם פרובירט באקומען מער צייט און דער דזשאזש גיבט נאר נאך אביסל.

די טרייעל האט זיך אנגעהויבן און די דיפענס טיעם איז אין שאק וואו אזוי די פראסעקיוטער האט געלייגט די הענט אויף אזויפיל דאקומענטען און ריקארדירונס, און זיי פארלאנגען צו זעהן אלע דאקומענטען בשייכת מיט די סירטש ווארענט, די פראסעקיוטער האט פוטער אויפן קאפ ווייל ער ווייסט אז ער האט געזאגט ליגנט צו באקומען די סירטש ווארענט, און די סירטש ווארענט איז געוועהן אויף נאר איין מענטש אין א ספעציפישע לאקאציע, וואס טוט די פראסעקיוטער ער געט נישט ארויס די אינפערמאציע און זאגט אז געזעצליך איז ער נישט מחיוב דאס צו צושטעלן.

עד חמס
אינמיטן די טרייעל קומט די פראסעקיוטער אפיר אז ער האט אויך עדות, די דיפענס טיעם הייבט אן שרייען אז זיי ווילן וויסן ווער די עדות איז צו מאכן ריסערטש, אבער די פראסעקיוטער זאגט אז פאר די סעיפטי פון די עדות קען ער נישט זאגן ווער די עדות זענען, די טאג פאר די עדות האט געדארפט אויפטרעטן האט די פראסעקיוטער פארציילט ווער זיין עדות איז. שטעלט זיך די מיליאן דאלער פראגע וואס איז יעצט געשעהען אז מען זארגט זיך מער נישט וועגן די סעיפטי פון די עדות?... די תירוץ איז זייער פשוט די פראסעקיוטער גענומען א קרימינאל, און איהם צוגעזאגט אז אויב קומסטו עדות זאגן קעגן יענעם גייסטו באקומען א שוואכערען שטראף, נו פארשטייט זיך אז דער פארברעכער האט זיך צוגעכאפט, און דייקא דאס האט פראסעקיוטער נישט געוואלט אז די לויער זאל מאכן ריסערטש און אויסגעפונען.

מקום המשפט שם הרשע
צו בא'איינפליסן די זשורי אז מען רעדט דא פון א געפערליכע פארברעכער, האט די פראסעקיוטער אויפגעברענגט א טוץ מיט פארברעכן וואס דער אנגעקלאגטער איז אפעציעל באגאנגען, איי פארוואס האט מען איהם נישט געקלאגט דערויף? האט די פראסעקיוטער מסביר געוועהן ווייל ער האט נישט גענוג באווייזן צו קלאגן אבער למעשה איז עס א פארברעך.
דערנאך איז די פראסעקיוטער געקומען מיט א ליסטע פון מענטשען וואס האבן כלומרשט צוגעזעהן געוויסע פרטים פון די פארברעכן די נעמען זענען בערך אזוי, יואלי ווייס און משה פריעדמאן פון ברוקלין, די דיפענס טיעם הייבט אן טענהן אז מען זאל אראפ ברענגען די אלע מענטשען אין קאורט אבער די פראסעקיוטער קומט אויף מיט א טיץ פון הסברים פארוואס זיי דארפן נישט קומען טעסטיפייען, שרייט די דיפענס געב מיך זייך קאנטאקט אינפארמאציע איך וויל רעדן מיט זיי, זאגט די פראסעקיוטער אז פאר די סעיפטי פון די מענטשען קען ער עס נישט ארויסגעבן....אזא פנים האט די אלע זאכן וואס די פראסעקיוטער ברענגט אבער די זשורי ווערט זייער בייאנדרוקט.
אבער וואס די פראסיקיוטער האט נישט פארציילט איז, אז ביים אינטערוואוין די מענטשען איז געוועהן די פלאן זיי צו נוצן אלס עדות, די פראבלעם איז אבער געוועהן אז זיי האבן זיך סותר איינער מיטן צווייטן, און דערנאך זיך אליין סותר געוועהן, אזוי אויך האבן זיי געזאגט סטעיטמענטס וואס קען גאר העלפן דעם אנגעקלאגטער, האט די פראסעקיוטער אפגעמאכט צו טשערי פיקן וואס ער לייגט ארויס.

און צו אייך טייערע ליינער, עס הערט זיך שרעקעדיג, אבער דאס איז מעשים בכל יום, עס קען זיין אייער שכן, ברודער, אדער דו אליין, וויפיל פון אונז קענען עדות זאגן אויף אזעלעכע אדער ענדליכע רשעות'דיגע אקטן פון פראסעקיוטער?

ב"ה, אז דאס געשריי איז דערהערט געווארן, און די פארשטענדליכע געזעץ געבער האבן זיך צוזאמען געזעצט, אז מען מוז מאכן אן ענדע צו די סארט סדום סטייל אויף פירעכטס, און זיי האבן א דורך געפירט די דיסקאווערי געזעץ.

▪די נייע געזעץ גייט ראטעווען הונדערטער אידן פון תפיסה.
▪די נייע געזעץ גייט ראטעווען הונדערטער שטובער פון אינטערברעכן.
▪די נייע געזעץ גייט שפארן מיליאנען אין אידיש געלט.
▪די נייע געזעץ גייט פארזיכערן אז אום שולדיגע מענטשען זאלן נישט אנקומען אין תפיסה.

די נייע דיסקאווערי געזעץ
▪די נייע געזעץ פארלאנגט אז ביז 15 טאג נאכן ווערן ארעסטירט, מוז די פראסעקיוטער ארויסגעבן פארן אנגעקלאגטער אלע דאקומענטען און רעקארדירונגען בשייכת מיט די אנקלאגע, די פראסעקיוטער גייט אויך מוזן ארויסגעבן אלע דאקומענטען וואס ער האט אין באזיץ וואס קען העלפן ריין וואשען דעם אנגעקלאגטער.
▪אזוי אויך גייט די פראסעקיוטער מוזן ארויסגעבן יעדע סארט טובות הנאה וואס די עדות האבן באקומען פארן עדות זאגן, מען וועט מער נישט קענען וואו ביז היינט צוריק האלטן די נעמען פון די עדות ביז די לעצטע מינוט, עדות וואס האבן א קרימענאלע רעקארד וועט מען דאס מוזן דערציילן פאר די דיפענס טיעם.
▪אלע אינפערמאציע בשייכת מיטן סירטש ווארענט אויף וואס און וואו אזוי מען האט עס באקומען גייט מען מוזן איבערגעבן, אזוי אויך אלע געזאמעלטע אינפארמאציע א דאנק די ווארענט גייט אויך מוזן ווערן איבערגעבן פאר די דיפענס טיעם.
▪מענטשען וואס מען ברענגט נאך סטעיטמענטס פון זיי, וועט מען מוזן איבערגעבן זייער קאנטאקט אינפערמאציע (מען וועט מער נישט קענען זאגן יואלי ווייס פון ברוקלין...)

די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

מקץ
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:18 pm

תגובהדורך מקץ » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:16 pm

זייער שיין אראפגעלייגט. ב"ה פארדעם. אויב איין איד וועט האבן גרינגער די שרעקליכע עינוי ועיוות הדין פון אונזער דשאסטיץ סיסטעם האט זיך שוין אלעס געלוינט.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:24 pm

זייער שיין צולייגט, יישר כח

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:25 pm

יישר כח פארן שרייבן

איך טראכט אז די סיבה פארוואס די געזעץ געבער האבן זיך יעצט אויפגעוועקט מיט דעם געזעץ איז צוליב וואס די לעצטערע יארן זענען פילצאליגע געזעצגעבער ארעסטירט געווארן פאר פארשידענע פארברעכענס און זיי האבן בייגעוואוינט אויף די אייגענע ביינער ווי קאראפטירט און רשעותדיג די פראסעקיוטער זענען איז מען אויפגעקומען מיט דעם געזעץ.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:25 pm

שכח פומפודיתא פאר די הערליכע רעפארט, גארנישט מגזם געווען ביודעי ומכירי קמינא

נישט לאנג צוריק האט זיך אפגעשפילט אזא מעשה -דאכט זיך מיר סאיז אפילו געווען א אשכול- ווי מהאט איינגעזעצט דריי אידן אויף זייער הארבע קלאגעס און האט זיי געדראעט לאנגע יארן, אלע עקספערטן האבן געהויבן הענט ווייל די עף בי איי האט געטענהט אז זיי האבן קלארע באווייזן פון אונטערגעהערטע געשפרעכן.

למעשה האבן זיך עסקנים אריינגעלייגט אין די קעיס אין שפיץ פון די באקאנטע מציל ומושיע פאר אסירי ישראל אב״ד סיגוט ב״פ און האבן אנגעהויבן גריבלן אין די קעיס, זיי האבן פארלאנגט דורכן געריכט אלע רעקארדירונגן און האבן אויפגעוויזן פארן שופט די לעכעריכקייט פונעם קעיס און האט ממש ארויסגעטראסקעט די קעיס

סאיז ממש געווען א נס גלוי ווייל יעדער האט געהויבן הענט אבער מהאט געדרוקט די מעכטיגע עף בי איי צו די וואנט (נאך אונטער די קאראפטירטער קאומי) און סהאט זיך ארויסגעשטעלט אלץ א פאפירנער טיגער

על כן קודס גאווענאר קאומא פאר טוהן די ריכטיגע שריט

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:31 pm

ישר כח פומפדותא פאר'ן אזוי שיין אראפלייגן. סיז זיכער אז יעדע טריט צו פארריכטן די רשעות'דיגע, קארופטירטע און פארדארבענע יוסטיץ סיסטעם וועט העלפן טויזנטער אומשולדיגע מענטשן, צווישן זיי אומצאליגע אחב"י. עס אזוי צו צולייגן אויף טעלערלעך מוז מען אבער האבן א שריפט ווי פומפדותא.

------
אפאר שאלות וואס איך האב:

פומפדותא האט געשריבן:מקום המשפט שם הרשע
צו בא'איינפליסן די זשורי אז מען רעדט דא פון א געפערליכע פארברעכער, האט די פראסעקיוטער אויפגעברענגט א טוץ מיט פארברעכן וואס דער אנגעקלאגטער איז אפעציעל באגאנגען, איי פארוואס האט מען איהם נישט געקלאגט דערויף? האט די פראסעקיוטער מסביר געוועהן ווייל ער האט נישט גענוג באווייזן צו קלאגן אבער למעשה איז עס א פארברעך.
דערנאך איז די פראסעקיוטער געקומען מיט א ליסטע פון מענטשען וואס האבן כלומרשט צוגעזעהן געוויסע פרטים פון די פארברעכן די נעמען זענען בערך אזוי, יואלי ווייס און משה פריעדמאן פון ברוקלין, די דיפענס טיעם הייבט אן טענהן אז מען זאל אראפ ברענגען די אלע מענטשען אין קאורט אבער די פראסעקיוטער קומט אויף מיט א טיץ פון הסברים פארוואס זיי דארפן נישט קומען טעסטיפייען, שרייט די דיפענס געב מיך זייך קאנטאקט אינפארמאציע איך וויל רעדן מיט זיי, זאגט די פראסעקיוטער אז פאר די סעיפטי פון די מענטשען קען ער עס נישט ארויסגעבן....אזא פנים האט די אלע זאכן וואס די פראסעקיוטער ברענגט אבער די זשורי ווערט זייער בייאנדרוקט.
אבער וואס די פראסיקיוטער האט נישט פארציילט איז, אז ביים אינטערוואוין די מענטשען איז געוועהן די פלאן זיי צו נוצן אלס עדות, די פראבלעם איז אבער געוועהן אז זיי האבן זיך סותר איינער מיטן צווייטן, און דערנאך זיך אליין סותר געוועהן, אזוי אויך האבן זיי געזאגט סטעיטמענטס וואס קען גאר העלפן דעם אנגעקלאגטער, האט די פראסעקיוטער אפגעמאכט צו טשערי פיקן וואס ער לייגט ארויס.

איז עס טאקע אזוי? דער פראקוראר האט געקענט ברענגען סתם שמועות און מימרא'ס אן קיין געשריבענע, נאוטערייזד אפידעיוויט?
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז סיז דא גיידליינס וואס הייסט אלץ עווידענס אדער טעסטימאניעל, און דער שופט האט גיבט ביי יעדע קעיס אינסטראקשענס פאר די דזשורי וואס זיי מעגן יא אדער נישט נוצן צו דעסיידן די קעיס. איז דאס נישט ריכטיג?
און פאר די צווייטע חלק פון די סתירות וכדומה, פאר דעם דארף מען נאכנישט קאמפראמייזן די סעיפטי פון די עדות. אויב גיבט מען איבער די סטעיטמענטס זעלבסט, קען מען זעהן די סתירות וכדומה.

פומפדותא האט געשריבן:די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

אפשר קענסטו בעסער אויסברייטערן? וויאזוי גייט די קאורט זיכער מאכן אז דער מערדער'ס חבר (צו גאר א צווייטער מיטגליד פונ'ם זעלבן גענג) גייט נישט אומברענגען דעם עד כדי צו האלטן זיין חבר ארויס פון טורמע?
לעצט פאראכטן דורך Think and Thank אום מיטוואך ינואר 15, 2020 9:46 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

blue moon
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:45 pm

די נייע דיסקאווערי געזעץ האט עפעס שייכות מיט די פעדס? אדער דאס איז נאר פאר נ.י. סטעיט קלאגעס?

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2214
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:52 pm

קרייסלער האט געשריבן:שכח פומפודיתא פאר די הערליכע רעפארט, גארנישט מגזם געווען ביודעי ומכירי קמינא

נישט לאנג צוריק האט זיך אפגעשפילט אזא מעשה -דאכט זיך מיר סאיז אפילו געווען א אשכול- ווי מהאט איינגעזעצט דריי אידן אויף זייער הארבע קלאגעס און האט זיי געדראעט לאנגע יארן, אלע עקספערטן האבן געהויבן הענט ווייל די עף בי איי האט געטענהט אז זיי האבן קלארע באווייזן פון אונטערגעהערטע געשפרעכן.

למעשה האבן זיך עסקנים אריינגעלייגט אין די קעיס אין שפיץ פון די באקאנטע מציל ומושיע פאר אסירי ישראל אב״ד סיגוט ב״פ און האבן אנגעהויבן גריבלן אין די קעיס, זיי האבן פארלאנגט דורכן געריכט אלע רעקארדירונגן און האבן אויפגעוויזן פארן שופט די לעכעריכקייט פונעם קעיס און האט ממש ארויסגעטראסקעט די קעיס

סאיז ממש געווען א נס גלוי ווייל יעדער האט געהויבן הענט אבער מהאט געדרוקט די מעכטיגע עף בי איי צו די וואנט (נאך אונטער די קאראפטירטער קאומי) און סהאט זיך ארויסגעשטעלט אלץ א פאפירנער טיגער

על כן קודס גאווענאר קאומא פאר טוהן די ריכטיגע שריט

יא יא, נסי נסים געווען.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך ינואר 15, 2020 9:58 pm

איך גלייב אז ס'אלעס נאר אויפן סטעיט לעוול.

איך מיין אז כמעט אלע קעיסעס פון אחב"י זענען געווען פעדעראל.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:14 pm

וועבערמאן איז זיכער געווען א סטעיט קעיס

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:21 pm

און וואס טוט זיך מיט די אכזריותדיגע סטינג אפערעישאןס.
זיי נארען אריין מיט טריקס אינעסענט מענטשען. ווי ער ווערט ארעסטירט מיט גרויסע בושות. בזמן וואס ער האט זיך נאך ניטאמאל אריענטירט אז מהאט געארבעט אויף אים.
און יעדער גלייבט וואס ער וויל גלייבען.
אסאך אידיש בלוט זענען שוין פארגאסען געווארען דורך דעם. און אידישע משפחות און פרנסות זענען שוין צובראכען געווארען צוליב דעם...
צו מקען פארעכטען דעם בלוט'דארשטיגען דשאסטיס סיסטעם אדער נישט.
ווייסעך נישט......
אבער איין זאך איז זיכער...
טייערע ברידער........
ווען איר הערט א איד איז ארעסטירט געווארען אויף סיי וואספארא קלאגעס....
איילט אייך נישט עס צו גלייבען. קויף עס נישט אפ אזוי שנעל.
איניסענט אנטיל פראווען גילטי.....

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:31 pm

Think and Thank האט געשריבן:ישר כח פומפדותא פאר'ן אזוי שיין אראפלייגן. סיז זיכער אז יעדע טריט צו פארריכטן די רשעות'דיגע, קארופטירטע און פארדארבענע יוסטיץ סיסטעם וועט העלפן טויזנטער אומשולדיגע מענטשן, צווישן זיי אומצאליגע אחב"י. עס אזוי צו צולייגן אויף טעלערלעך מוז מען אבער האבן א שריפט ווי פומפדותא.

------
אפאר שאלות וואס איך האב:

פומפדותא האט געשריבן:מקום המשפט שם הרשע
צו בא'איינפליסן די זשורי אז מען רעדט דא פון א געפערליכע פארברעכער, האט די פראסעקיוטער אויפגעברענגט א טוץ מיט פארברעכן וואס דער אנגעקלאגטער איז אפעציעל באגאנגען, איי פארוואס האט מען איהם נישט געקלאגט דערויף? האט די פראסעקיוטער מסביר געוועהן ווייל ער האט נישט גענוג באווייזן צו קלאגן אבער למעשה איז עס א פארברעך.
דערנאך איז די פראסעקיוטער געקומען מיט א ליסטע פון מענטשען וואס האבן כלומרשט צוגעזעהן געוויסע פרטים פון די פארברעכן די נעמען זענען בערך אזוי, יואלי ווייס און משה פריעדמאן פון ברוקלין, די דיפענס טיעם הייבט אן טענהן אז מען זאל אראפ ברענגען די אלע מענטשען אין קאורט אבער די פראסעקיוטער קומט אויף מיט א טיץ פון הסברים פארוואס זיי דארפן נישט קומען טעסטיפייען, שרייט די דיפענס געב מיך זייך קאנטאקט אינפארמאציע איך וויל רעדן מיט זיי, זאגט די פראסעקיוטער אז פאר די סעיפטי פון די מענטשען קען ער עס נישט ארויסגעבן....אזא פנים האט די אלע זאכן וואס די פראסעקיוטער ברענגט אבער די זשורי ווערט זייער בייאנדרוקט.
אבער וואס די פראסיקיוטער האט נישט פארציילט איז, אז ביים אינטערוואוין די מענטשען איז געוועהן די פלאן זיי צו נוצן אלס עדות, די פראבלעם איז אבער געוועהן אז זיי האבן זיך סותר איינער מיטן צווייטן, און דערנאך זיך אליין סותר געוועהן, אזוי אויך האבן זיי געזאגט סטעיטמענטס וואס קען גאר העלפן דעם אנגעקלאגטער, האט די פראסעקיוטער אפגעמאכט צו טשערי פיקן וואס ער לייגט ארויס.

איז עס טאקע אזוי? דער פראקוראר האט געקענט ברענגען סתם שמועות און מימרא'ס אן קיין געשריבענע, נאוטערייזד אפידעיוויט?
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז סיז דא גיידליינס וואס הייסט אלץ עווידענס אדער טעסטימאניעל, און דער שופט האט גיבט ביי יעדע קעיס אינסטראקשענס פאר די דזשורי וואס זיי מעגן יא אדער נישט נוצן צו דעסיידן די קעיס. איז דאס נישט ריכטיג?
און פאר די צווייטע חלק פון די סתירות וכדומה, פאר דעם דארף מען נאכנישט קאמפראמייזן די סעיפטי פון די עדות. אויב גיבט מען איבער די סטעיטמענטס זעלבסט, קען מען זעהן די סתירות וכדומה.

פומפדותא האט געשריבן:די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

אפשר קענסטו בעסער אויסברייטערן? וויאזוי גייט די קאורט זיכער מאכן אז דער מערדער'ס חבר (צו גאר א צווייטער מיטגליד פונ'ם זעלבן גענג) גייט נישט אומברענגען דעם עד כדי צו האלטן זיין חבר ארויס פון טורמע?

עס איז לכאורה נישט צו שווער צו אהערשטעלן אונטערגעשריבענע נאוטערייזד אפידעיוויטס פון מענטשן וואס עקזיסטירן נישט.

און בנוגע די צווייטע פראבלעם, עס איז טאקע זיבורא ועקרבא, אבער למעשה, אין אמעריקע דארף מען זיך לכאורה שטעלן אויפן זייט פונעם בירגער, (דער דעפענדענט) קעגן די רעגירונג, (די פראסעקיוטערס).

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:32 pm

ברויך מען עס טאקע אויך מאכן פעדעראל, פון וועם אחב"י ליידן מער.

פארשטייט זיך אז דאס זאל געשען מוז קודם מעקאנעל ווערן אויס מאיאריטעט פירער.

ישר כח@פומפדותא.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

צדיק בן צדיק
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:41 pm

מיש נישט אויס ביידע

די סטעיט אוו נו יארק׳ס קרימינאל קעיסעס זענען געווענטליך נישט אזעלכע שטארקע, און מיט גוטע לויערס קען מען עס געווינען

משא״כ די פעדעראלע קעיסעס, קומען אריין א סאך מער פרופעשענעל און צוגעגרייט, (די פעדס געווינען איבער ניינציג פערצענט פון זייערע קעיסעס אין קאורט) נישט קיין וואונדער אז רוב קעיסעס ווערן געסעטעלט.

די צד השווה פון ביידע סיסטעמס איז, אז אסאך אומרעכט ווערן געטוהן דורך די פראסיקיוטערס וואס דארף ווען ווערן מתוקן.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:41 pm

Think and Thank האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

אפשר קענסטו בעסער אויסברייטערן? וויאזוי גייט די קאורט זיכער מאכן אז דער מערדער'ס חבר (צו גאר א צווייטער מיטגליד פונ'ם זעלבן גענג) גייט נישט אומברענגען דעם עד כדי צו האלטן זיין חבר ארויס פון טורמע?

די פראסעקיוטער קען יעצט מיט די נייע געזעץ אויך פארלאנגען פון די ריכטער צו באהאלטן עדות, די חילוק איז אז ביז יעצט האט ער געקענט טוהן אליינס וואס ער האט געוואלט, און יעצט וועט די ריכטער מוזן באשטעטיגן די אויסנאם.

balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך balkishron » מיטוואך ינואר 15, 2020 10:44 pm

How can this get improved to federal level witch is even more important since most of cases are federal

Halt
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...

נאך איינער
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 1:15 pm

תגובהדורך נאך איינער » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:14 pm

מצב כללי האט געשריבן:יישר כח פארן שרייבן

איך טראכט אז די סיבה פארוואס די געזעץ געבער האבן זיך יעצט אויפגעוועקט מיט דעם געזעץ איז צוליב וואס די לעצטערע יארן זענען פילצאליגע געזעצגעבער ארעסטירט געווארן פאר פארשידענע פארברעכענס און זיי האבן בייגעוואוינט אויף די אייגענע ביינער ווי קאראפטירט און רשעותדיג די פראסעקיוטער זענען איז מען אויפגעקומען מיט דעם געזעץ.

אין די ריכטיגע סיבה איז ווייל די דעמאקראטן האבן איבערגענומען גענצליך די סטעיט פירערשאפט, אין זיי הייבן צוביסלעך אן צי טוישן צי נארמאלע ליבעראלע געזעצן,

,
יא, איך ווייס די גייסט יעצט שרייען אז קיין איין ליבעראלער איז נארמאל, אין קיין איין נארמאלער איז ליבעראל

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך ינואר 15, 2020 11:37 pm

מ'האלט מיר ב"ה ביים ענדיגן מס' סנהדרין, אין אונזער הייליגע תורה גיבט מען שטארק אבאכט פאר מ'לייגט אוועק איינעם, ס'איז דא עדים זוממין, און זוממי זוממין, און אלע קענען גיין אין חד גדיא אויב ווערט א מעשה געבאקן.

פארשטייט זיך ס'איז אויך דא א כח בידי המנהיגים צו שטראפן מדעת עצמם אויב עס פעלט זיך אויס, ווי מ'זעהט אז געוויסע תנאים האבן געגעבן מלקות פאר קלייניקייטן אז מ'זאל זיך נישט אפלערנען.

בקיצור, עס ברויך זיין זייער באלאנסירט, איצטערט איז ידי המקטרגים על העליונה.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:14 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ישר כח פומפדותא פאר'ן אזוי שיין אראפלייגן. סיז זיכער אז יעדע טריט צו פארריכטן די רשעות'דיגע, קארופטירטע און פארדארבענע יוסטיץ סיסטעם וועט העלפן טויזנטער אומשולדיגע מענטשן, צווישן זיי אומצאליגע אחב"י. עס אזוי צו צולייגן אויף טעלערלעך מוז מען אבער האבן א שריפט ווי פומפדותא.

------
אפאר שאלות וואס איך האב:

פומפדותא האט געשריבן:מקום המשפט שם הרשע
צו בא'איינפליסן די זשורי אז מען רעדט דא פון א געפערליכע פארברעכער, האט די פראסעקיוטער אויפגעברענגט א טוץ מיט פארברעכן וואס דער אנגעקלאגטער איז אפעציעל באגאנגען, איי פארוואס האט מען איהם נישט געקלאגט דערויף? האט די פראסעקיוטער מסביר געוועהן ווייל ער האט נישט גענוג באווייזן צו קלאגן אבער למעשה איז עס א פארברעך.
דערנאך איז די פראסעקיוטער געקומען מיט א ליסטע פון מענטשען וואס האבן כלומרשט צוגעזעהן געוויסע פרטים פון די פארברעכן די נעמען זענען בערך אזוי, יואלי ווייס און משה פריעדמאן פון ברוקלין, די דיפענס טיעם הייבט אן טענהן אז מען זאל אראפ ברענגען די אלע מענטשען אין קאורט אבער די פראסעקיוטער קומט אויף מיט א טיץ פון הסברים פארוואס זיי דארפן נישט קומען טעסטיפייען, שרייט די דיפענס געב מיך זייך קאנטאקט אינפארמאציע איך וויל רעדן מיט זיי, זאגט די פראסעקיוטער אז פאר די סעיפטי פון די מענטשען קען ער עס נישט ארויסגעבן....אזא פנים האט די אלע זאכן וואס די פראסעקיוטער ברענגט אבער די זשורי ווערט זייער בייאנדרוקט.
אבער וואס די פראסיקיוטער האט נישט פארציילט איז, אז ביים אינטערוואוין די מענטשען איז געוועהן די פלאן זיי צו נוצן אלס עדות, די פראבלעם איז אבער געוועהן אז זיי האבן זיך סותר איינער מיטן צווייטן, און דערנאך זיך אליין סותר געוועהן, אזוי אויך האבן זיי געזאגט סטעיטמענטס וואס קען גאר העלפן דעם אנגעקלאגטער, האט די פראסעקיוטער אפגעמאכט צו טשערי פיקן וואס ער לייגט ארויס.

איז עס טאקע אזוי? דער פראקוראר האט געקענט ברענגען סתם שמועות און מימרא'ס אן קיין געשריבענע, נאוטערייזד אפידעיוויט?
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז סיז דא גיידליינס וואס הייסט אלץ עווידענס אדער טעסטימאניעל, און דער שופט האט גיבט ביי יעדע קעיס אינסטראקשענס פאר די דזשורי וואס זיי מעגן יא אדער נישט נוצן צו דעסיידן די קעיס. איז דאס נישט ריכטיג?
און פאר די צווייטע חלק פון די סתירות וכדומה, פאר דעם דארף מען נאכנישט קאמפראמייזן די סעיפטי פון די עדות. אויב גיבט מען איבער די סטעיטמענטס זעלבסט, קען מען זעהן די סתירות וכדומה.

פומפדותא האט געשריבן:די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

אפשר קענסטו בעסער אויסברייטערן? וויאזוי גייט די קאורט זיכער מאכן אז דער מערדער'ס חבר (צו גאר א צווייטער מיטגליד פונ'ם זעלבן גענג) גייט נישט אומברענגען דעם עד כדי צו האלטן זיין חבר ארויס פון טורמע?

עס איז לכאורה נישט צו שווער צו אהערשטעלן אונטערגעשריבענע נאוטערייזד אפידעיוויטס פון מענטשן וואס עקזיסטירן נישט.

און בנוגע די צווייטע פראבלעם, עס איז טאקע זיבורא ועקרבא, אבער למעשה, אין אמעריקע דארף מען זיך לכאורה שטעלן אויפן זייט פונעם בירגער, (דער דעפענדענט) קעגן די רעגירונג, (די פראסעקיוטערס).

פארוואס נישט איבערגעבן די קאנטעקט אינפא פאר'ן געריכט ענדערש ווי פאר'ן לויער (און פארברעכער)?
אגב, דער עד איז פונקט אזוי א פשוט'ער ציווילער בירגער, און מען דארף פונקט אזוי (אדער נאכמער) באשיצן זיינע רעכטן.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:17 am

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

אפשר קענסטו בעסער אויסברייטערן? וויאזוי גייט די קאורט זיכער מאכן אז דער מערדער'ס חבר (צו גאר א צווייטער מיטגליד פונ'ם זעלבן גענג) גייט נישט אומברענגען דעם עד כדי צו האלטן זיין חבר ארויס פון טורמע?

די פראסעקיוטער קען יעצט מיט די נייע געזעץ אויך פארלאנגען פון די ריכטער צו באהאלטן עדות, די חילוק איז אז ביז יעצט האט ער געקענט טוהן אליינס וואס ער האט געוואלט, און יעצט וועט די ריכטער מוזן באשטעטיגן די אויסנאם.

דארף געלונגען אז דער פראקוראר זאל מסכים זיין צו בעטן, גוט פרעזענטן זיין זייט, און דער ריכטער זאל מסכים זיין. פארוואס נישט ענדערש געבן די קאנטאקט אינפא פאר'ן געריכט? פארוואס דארף די זיכערהייט פון יעדן וואס איז צופעליג געשטאנען אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט ווערן געלייגט אין געפאר?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:25 am

נאך איינער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:יישר כח פארן שרייבן

איך טראכט אז די סיבה פארוואס די געזעץ געבער האבן זיך יעצט אויפגעוועקט מיט דעם געזעץ איז צוליב וואס די לעצטערע יארן זענען פילצאליגע געזעצגעבער ארעסטירט געווארן פאר פארשידענע פארברעכענס און זיי האבן בייגעוואוינט אויף די אייגענע ביינער ווי קאראפטירט און רשעותדיג די פראסעקיוטער זענען איז מען אויפגעקומען מיט דעם געזעץ.

אין די ריכטיגע סיבה איז ווייל די דעמאקראטן האבן איבערגענומען גענצליך די סטעיט פירערשאפט, אין זיי הייבן צוביסלעך אן צי טוישן צי נארמאלע ליבעראלע געזעצן,

,
יא, איך ווייס די גייסט יעצט שרייען אז קיין איין ליבעראלער איז נארמאל, אין קיין איין נארמאלער איז ליבעראל

;l;p-
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:27 am

Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

אפשר קענסטו בעסער אויסברייטערן? וויאזוי גייט די קאורט זיכער מאכן אז דער מערדער'ס חבר (צו גאר א צווייטער מיטגליד פונ'ם זעלבן גענג) גייט נישט אומברענגען דעם עד כדי צו האלטן זיין חבר ארויס פון טורמע?

די פראסעקיוטער קען יעצט מיט די נייע געזעץ אויך פארלאנגען פון די ריכטער צו באהאלטן עדות, די חילוק איז אז ביז יעצט האט ער געקענט טוהן אליינס וואס ער האט געוואלט, און יעצט וועט די ריכטער מוזן באשטעטיגן די אויסנאם.

דארף געלונגען אז דער פראקוראר זאל מסכים זיין צו בעטן, גוט פרעזענטן זיין זייט, און דער ריכטער זאל מסכים זיין. פארוואס נישט ענדערש געבן די קאנטאקט אינפא פאר'ן געריכט? פארוואס דארף די זיכערהייט פון יעדן וואס איז צופעליג געשטאנען אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט ווערן געלייגט אין געפאר?

דער פראסעקיוטער וויל אויך נישט אז זיין עדות זאל ווערן געשעדיגט, ער ברויך דאך אים האבן, ממילא אויב ער האט מורא אז זיין עדות איז אין סכנה וועט ער גיין צום דשאדש.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:29 am

נאך איינער האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:יישר כח פארן שרייבן

איך טראכט אז די סיבה פארוואס די געזעץ געבער האבן זיך יעצט אויפגעוועקט מיט דעם געזעץ איז צוליב וואס די לעצטערע יארן זענען פילצאליגע געזעצגעבער ארעסטירט געווארן פאר פארשידענע פארברעכענס און זיי האבן בייגעוואוינט אויף די אייגענע ביינער ווי קאראפטירט און רשעותדיג די פראסעקיוטער זענען איז מען אויפגעקומען מיט דעם געזעץ.

אין די ריכטיגע סיבה איז ווייל די דעמאקראטן האבן איבערגענומען גענצליך די סטעיט פירערשאפט, אין זיי הייבן צוביסלעך אן צי טוישן צי נארמאלע ליבעראלע געזעצן,

,
יא, איך ווייס די גייסט יעצט שרייען אז קיין איין ליבעראלער איז נארמאל, אין קיין איין נארמאלער איז ליבעראל

סיז די ערשטע מאל די דעמאקראטן קאנטראלן די סטעיט?

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:33 am

דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:די געזעץ האט אויך ספעציעלע סיעף פאר פראטעקשען פון עדות, פארפאלגונגען אויף עדות אפילו אויף סאושעל מידיע גייט ווערן שטרענג באשטראפט, אין געוויסע פעלער קען די פראסעקיוטער אריינגעבן א פארלאנג פארן זשאזש צו פארהוילן די נעמען פון די עדות.

אפשר קענסטו בעסער אויסברייטערן? וויאזוי גייט די קאורט זיכער מאכן אז דער מערדער'ס חבר (צו גאר א צווייטער מיטגליד פונ'ם זעלבן גענג) גייט נישט אומברענגען דעם עד כדי צו האלטן זיין חבר ארויס פון טורמע?

די פראסעקיוטער קען יעצט מיט די נייע געזעץ אויך פארלאנגען פון די ריכטער צו באהאלטן עדות, די חילוק איז אז ביז יעצט האט ער געקענט טוהן אליינס וואס ער האט געוואלט, און יעצט וועט די ריכטער מוזן באשטעטיגן די אויסנאם.

דארף געלונגען אז דער פראקוראר זאל מסכים זיין צו בעטן, גוט פרעזענטן זיין זייט, און דער ריכטער זאל מסכים זיין. פארוואס נישט ענדערש געבן די קאנטאקט אינפא פאר'ן געריכט? פארוואס דארף די זיכערהייט פון יעדן וואס איז צופעליג געשטאנען אין די נישט ריכטיגע פלאץ אין די נישט ריכטיגע צייט ווערן געלייגט אין געפאר?

דער פראסעקיוטער וויל אויך נישט אז זיין עדות זאל ווערן געשעדיגט, ער ברויך דאך אים האבן, ממילא אויב ער האט מורא אז זיין עדות איז אין סכנה וועט ער גיין צום דשאדש.

קודם כל, דער פראסעקיוטער קען נישט די מציאות פון דער עד, וואו און וויאזוי ער וואוינט, ווער זענען זיינע שכנים וכו'. און וואס וועט זיין אויב נאכ'ן אפנעמען די עדות'שאפט וועט דער באשולדיגטער פארלאנגען אז ער וויל זיין אינפא?
אבער מער פון אלעם, אויב ווילסטו פשוט זיכער מאכן אז די עדות זענען עכט, פארוואס נישט געבן פאר די קאורט? וואס פעלט בכלל אויס צו קאמפראמיסן די זיכערהייט פון די עדות ווען דו קענסט דערגרייכן די זעלבע ציל אנדעם?

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 12:38 am

די פוינט איז נישט צו די עדות זענען עכט, נאר דער אנגעקלאגטער זאל קענען טשלענדשן די עדות, למשל אויב דיין שכן וואס האט זיך געקריגט מיט דיר אויף א פארקינג ספעיס גייט מארגען און פאר'מסר'ט דיך, יא דו האסט די רעכט צו וויסן ווער עס האט דיר איינגעזאלצן, כדי דו זאלסט זיך קענען דיפענדן.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט