ארכיטעקטור און דיזיין

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

ארכיטעקטור און דיזיין

תגובהדורך שווארץ אפעל » מאנטאג ינואר 13, 2020 5:38 pm

איך שפיר אז ס'איז דא שטיקל פארלאנג ביים היימישן ציביר איבער די נושה פון ארכיטעקטור און דיזיין, אמת טאקע, קען זיין אז איינער וואס ס'איז אים אינטערסאנט, אדער נוגע דעי נושה, קען עס גרינג שאפן דורך גוגל, אינסטעגראם אדג, אבער דאך, אין היימישע קרעטשמע דארף עס האבן אן אנדערן טעם,
אידן מיט א געשמאק, אדער וואס טיעך פאקטיש אין דעי נושה, שפירט פריי צו פרעגן, פאסטן איטערסאנטע (ארכיטעקטישע) סקליפטארן, און סיי וואס

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך יולי 08, 2020 5:55 pm

שווארץ אפעל האט געשריבן:איך שפיר אז ס'איז דא שטיקל פארלאנג ביים היימישן ציביר איבער די נושה פון ארכיטעקטור און דיזיין, אמת טאקע, קען זיין אז איינער וואס ס'איז אים אינטערסאנט, אדער נוגע דעי נושה, קען עס גרינג שאפן דורך גוגל, אינסטעגראם אדג, אבער דאך, אין היימישע קרעטשמע דארף עס האבן אן אנדערן טעם,
אידן מיט א געשמאק, אדער וואס טיעך פאקטיש אין דעי נושה, שפירט פריי צו פרעגן, פאסטן איטערסאנטע (ארכיטעקטישע) סקליפטארן, און סיי וואס

ס'זעהט אויס זייער אן אינטערעסאנטע נושא.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

50 בערן
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 5:41 pm

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך 50 בערן » מיטוואך יולי 08, 2020 6:17 pm

שוין לאנג געווארט אויף אזא א נושא

אזי אויך ווי מקען זיך לערנען

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך יולי 08, 2020 9:09 pm

ווילסט דיר לערנען וואס? דעזיין אדער ארכיטעטשאל?
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך ניין און יא » מיטוואך יולי 08, 2020 9:58 pm

איינער זאל אריינקומען מיט א שיעור כללי
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך שווארץ אפעל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:52 am

דיזיין, לאמיר זיך אביסל צאמנעמען מיינע געדאנקען, ידיעות, אין אינפארמאציע וואס אין האט ציזאמגענימען בנוגע דיזיין,
איך האב גאר א שטארקע ליבשאפט צו דעי נושה, כאטש איך פלאן עס נישט צו טוהן פאר פרנסה, אבער יעדע זאך וואס קען האבן, אדער האט א שייכות מיט דיזיין, כאפט מיר,און איך האף אז איך בין נישט דער איינציגסטער דא, מיט אזא שוואכקייט,
איך וועל פערבירן צו שרייבן א שטיקל שיער כללי, אבער איך בין נישט פון די בעסטע שרייבער, אלזא ביטע אטשולדיגן אויב מען פארשטייט מיר נישט,

איז אזוי,
ס'איז פארהאן 2 סארטן דיזיין, ארכיטעטשור, אין דיזיין, די חילוק איז , ארכיטעטשור איז די עצם אויסשטעל פון דעם דירה, און דיזיין איז דער מער אפעטיטליכע חלק פינעם הויז, (כאטש און ארכיטעטשור קען אויך ליגן גאר א געשמאקער אפעטיט,- חוץ פון פראקטישקייט- אבער עס וועט נישט זיין אזוי ניכר פאר ווער עס פארשטייט נישט )
איך וועל פראבירן יעצט צו רעדן פונעם 2טן חלק, ווי וועט איך ווייס איז די דיזיין ביים היימישן ציביר ציטיילט און 2 חלקים,
טראדישינעל,
און מאדערן,
ס'איז אויך דא קאנטעמפארערי, וואס דעיס איז נישטא אסאך .
טראדישינעל טייטש, פשוט, דעם פשוט'ן הויז וואס אינז זעמיר אלע ציגעוואוינט, (נישט בברוקלין ) א שיעפן דאך, א האלבן סטאפ סיין ביים דיינינג רום פענסטער, א בית מדרש'ל פענסטער העכערן פאדערשטן טיהר, געדייטע פארקניפטע מאלדינג'ס, כאפסט וואס איך מיין?

מאדערן, איז א געמיש פון קאנטעמפארערי און טראדישינעל, סוי איך וועל פראבירן מסביר צו זיין וואס קאנטעמפארערי מיינט, און דער עולם וועט זיין מכובד עס ציזאמצימישן.

קאנטעמפארערי, איז אינגאנצן א 2טע מעשה, פלאכע שיעפע דעכער, גראדע נישט אין סענטער'ד טיהרן, הויכע נישט מסודר'דיגע פענסטער, ( ס'הייסט איין לאנגע אויף די רעכטן זייט , אין אויף די לינקע זייט איז איינס 2 דריטל, און די 2טע איז א דריטל...) נישטא קיין סאך מאלדינג'ס , די סטעפ'ס וועלן הענגן פון די ווענט, מאדנע (?) רעילינג'ס, וכו'.

....

איך פארשטיי אז ס'איז דא אסאך אידן וואס דעי גאנצע מעשה דא איז נישט קיין שום חידוש, סארי,
כ'האף ממשיך צו זיין, ביטע קומט אריין מיט דיטעילס אויף וואס איך זאל מיר שרייבן, און איך וועל פראבירן,

שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך שווארץ אפעל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 1:06 am

וואס מיר טוט ווי בנוגע די היינטיגע נשים צדקניות וואס האבן באשלאסן אז סיי גייען ווייזן פאר די וועלט אז זיי פארשטייען אויך, איז אז זיי לייגן טאקע אריין שווערע )?( כוחות "נאכצומאכן" "עפעס" שיינע הויז וואס זיי האבן געזעהן אין א קעטעלאג וואס זיי האבן פארשאפט, יעצט אמת טאקע, אסאך קענען זייער גוט נאכמאכן, אבער עס ליגט נישט דערין קיין אמת'ע געשמאק, דהיינו, נישט אויף יעדע דיטעל קענען סיי אויפכאפן וואס עס וועט צום סוף געבען דער פארלאנגטן לאאק, און וואס געשעהט איז, אז זיי האבן טאקע גוט פארשטאנען אז משום איזה סיבה איז היינט אין סטייל גרעי'ע טיילס, אבער ס'האט נישט אויפגעכאפט אז נישט אלעס איז גרעי טיילס, יש ליגט דארט טויזנטער אנדערע דיטעילס וואס דעי רום וואס די טרייסט נאכצומאכן האט געהאט,
די תוצאה דערפון וועט זיין, אז אין א יאר ארום, ווען די גרעי טיילס גייען שוין נישט זיין אין סטייל, וועט קיינער נישט פארשטיין וואס עס וואלט געדארפט זיין שיין דא......
משא"כ דעי רום וואס זיי האבן נאכגעמאכט, וועט זיין שיין אין א יאר ארום אויך, אפשר טאקע נישט די מערסטע אפ טו דעיט, אבער שיין וועט עס זיין,


קאמעטארן ביטע...

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך מים שלנו » דאנארשטאג יולי 09, 2020 1:06 am

ביטע לייגט אביסל בילדער אויב מעגליך, א דאנק

לגבי ארכיטעקטור אפשר אויך אן עקזעמפאל און דער עולם וועט זאגן מבינות דערויף אזוי ארום און ארום.... אריינצוברענגן אין די נושא
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

שווארץ אפעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 14, 2019 1:17 am

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך שווארץ אפעל » דאנארשטאג יולי 09, 2020 1:20 am

איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט צו א בילד, אויב איינער קען מיר ציווייזן אין אישי וויאזוי, וועל איך דאנקבאר זיין

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר שבעת אלפים
תגובות: 7817
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm
לאקאציע: אייוועלט

Re: ארכיטעקטן און דיזיינער'ס

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג יולי 09, 2020 9:52 am

שווארץ אפעל האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי מען לייגט צו א בילד, אויב איינער קען מיר ציווייזן אין אישי וויאזוי, וועל איך דאנקבאר זיין

דרוק פולע עדיט און אויסקוק פון פאראויס, אונטן איז דא אפציעס און צוגעלייגטע, דרוק צוגעלייגטע, דרוק לייג צו א פייל.
ספר דרך השם - עם ביאור

מיין אימעיל אדרעסס איז bigamhaaratz@gmail.com

אוועטאר
ציגאנער
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

תגובהדורך ציגאנער » דאנארשטאג יולי 09, 2020 10:18 am

שווארץ אפעל, האסט אנגעפאנגען מיט די רעכטע פיס. קלאר און בא'טעמ'ט אויסגעשמועסט אז אפילו איך האב פארשטאנען... מ'זעהט אז דו פארשטייסט וויאזוי אויסצושטעלן א זאך, און כ'ווייס נישט וואס ס'מאכט דיר טראכטן אז דו קענסט נישט שרייבן.

ווי וואנט מאאר!!

אוועטאר
ניין און יא
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:05 am

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

תגובהדורך ניין און יא » דאנארשטאג יולי 09, 2020 12:57 pm

Very enjoyed it Pls keep up
Ur very very good in clear
אקבל הערות והארות בשמחה והכרת הטוב אי"ה
-------
מפתח ארטיקלען ----- מפתח פאעזיע
-------
ווער עס וויל באקומען ווייטער ארטיקלען פון מיין קליינקייט אדער וויל מיר קאנטעקטן זאל מיר שרייבן צו מיין אימעיל
מיט פיל דאנק
------
noinyes@gmail.com

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: ארכיטעקטור און דיזיין

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 09, 2020 1:00 pm

ציגאנער האט געשריבן:שווארץ אפעל, האסט אנגעפאנגען מיט די רעכטע פיס.

ווי וואנט מאאר!!


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אלופי אדום, רואיג! און 5 געסט