בלאט 9 פון 9

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 6:06 pm
דורך יואל שרייבער
פומפדותא האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:But much of the coverage has obscured or downplayed one crucial point: that since 1971, public safety — the idea of the “potential dangerousness” of someone accused of a crime — has not been a legal reason to set bail for a defendant in New York.

https://www.vox.com/identities/2020/1/1 ... -explained

דאס מיינט א טאלקינג פוינט.

דער מציאות איז אז רובא דרובא מסוכנ'דיגע פארברעכער זענען געהאלטן געווארן אין תפיסה צוליב בעיל, נישט קיין חילוק וואס דער ריכטער האט יא אדער נישט געמעגט קאנסידערן, יעצט אז מען האט אוועקגענומען בעיל, וועלן זיין מער מסוכנ'דיגע פארברעכער אויפן גאס א דאנק דעם ביל.

נאך א זאך, דאס מיינט אויך אז מיר האבן נישט קיין דאטא וויאזוי בעיל רעפארם וועט אויסמאכן לגבי פארברעכן ראטע אין ניו יארק, וויבאלד אין אלע אנדערע סטעיטס וואס האבן עס געטון קען מען יא האלטן דעינדזשרעס פארברעכער אין תפיסה.

דו זאגסטו אז די זשאזשעס האבן נישט געפאלגט די געזעץ, און האסט טענות פארוואס מען געטרויט זיי מער נישט צו באשטימען בעיל...

בעיל ריפארם איז א געוואלדיגע סוקסעס אין ניו זשערסי, אפילו די וואס האבן טענות אויף די ניו יארק'ער געזעץ מוזן דאס מודה זיין, דרייען זיך די קעגענער פון די געזעץ ארום מיט גאנצעטע הסברים פארוואס די ניו יארקער געזעץ איז אנדערש, די פראבלעים מיט די אלע הסברים זענען, אז מען מישט צוריק די דאטומס אויף גוגעל זעהט מען די זעלבע שרעקליכע העדליינס אין ניו זשערסי, אבער ווען די דעטע איז ארויסגעקומען דארט האבן אלע קעגענער גענומען א שווייגעניש.

עס איז נישט קיין הסברים אויסגעזויגן פון פינגער, כמעט יעדער איז מודה אז מען דארף שוין היינט נישט קיין בעיל אויף זיכער צו מאכן אז ארעסטאנטן קומען אן צום משפט, סאו די איינציגסטע טענה אויף בעיל רעפארם בלייבט, אז מסוכנ'דיגע פארברעכער ווערן אויך ארויסגעלאזט, אין ניו דזשערזי האט מען קעיר גענומען פון די פראבלעם, און אין ניו יארק נישט, דאס איז די גאנצע.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:21 pm
דורך פומפדותא
@יואל שרייבער מען האלט שוין אויף וועג מיט דיר, ביזט מודה אז די פראבלעים איז נישט וועגן אנקומען צום משפט.

וויל איך דיר דערציילן א סוד וואס אלע וואס האבן געליינט דעם אשכול וויסן שוין, אז אויף הארבע פארברעכן (felony) קען מען ווייטער בעטן בעיל.

געשריבן: פרייטאג פאברואר 07, 2020 1:37 am
דורך למדן וצדיק
סטאטיסטיקס וועגן בעיל רעפארם
https://www.vera.org/publications/dont- ... ail-policy

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 6:46 pm
דורך ר' יום טוב
די לעצטע אפדעיט פון די בעיל רעפארם סומאטוכע:

די דעמאקראטן אין סטעיט סענאט האבן צוזאמגעקלאפט גאנץ א מענטשליכע פראפאזעל צו פארעכטן געוויסע לעכער אין די בעיל רעפארמען. און כאטש עס נישט קיין דבר השלם איז דאס אבער א קריטישע סטעפ אין די ריכטיגע דירעקשאן. די צענטער פונעם פלאן רופט פון איין זייט גענצליך עלימינירן קעש-בעיל, ווייל דאס טוט דאך אנגעבליך דיסקרימינירן קעגן ארימע און מינאריטעטן, אבער עס גיט די רעכט פאר די ריכטער צו האלטן קרימינאלן איינגעשפארט אנע בעיל אין פאל זיי זענען א געפאר פאר די געזעלשאפט.
ווי אויך איז דא נאך דעטאלן.

די שאלה איז א צווייפאכיגע, צו דאס האט שאנסן צו ווערן אויפגעברענגט אינעם אסעמבלי וועמענס פירער איז דערווייל אויסגעשפראכן קעגן סיי וועלכע ענדערונגען, ווייל מען גייט זיך בשו"א נישט לאזן פארפירן צו די הוילע 'ראסיסטישע' פראפאגאנדע, נישט קיין חילוק וואס.
די צווייטע פראגע איז, ווי ווייט די רעפאבליקאנער זענען פאראייניגט דאס צו שטיצן. (מאנכע פון זיי קענען טענה'ן אז ס'איז צו ווייניג צו שפעט)

די גוטע נייעס איז: ווי עס האלט יעצט זענען ממש אלע דעמאקראטן אינדרויסן פון נ.י. סיטי און אויך מאנכע אין די סיטי קעגן לאזן די יעצטיגע בעיל רעפארם אזוי ווי עס איז.
די שלעכטע נייעס: עס איז נישטא די געווענליכע מאכעניזם אויפן האריזאנט עס צו פארעכטן. איין עצה איז עס אריינצולייגן אין די בודזשעט פאר א וואוט.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:11 pm
דורך נאך איינער
אינעם פארשעי אשכול האט איינער ערווענט, אז א חלק פינעם געזעץ איז אז מדארף לאזן די פארברעכער אראפ קימען צים פלאץ פינעם קריים,

קען דאס איינער קאנפארמירען מיט מאר דיטעלס? אין וואס די אנגעבליכע אויפטי ברויך צי זיין?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 7:54 pm
דורך דממה דקה
נאך איינער האט געשריבן:אינעם פארשעי אשכול האט איינער ערווענט, אז א חלק פינעם געזעץ איז אז מדארף לאזן די פארברעכער אראפ קימען צים פלאץ פינעם קריים,

קען דאס איינער קאנפארמירען מיט מאר דיטעלס? אין וואס די אנגעבליכע אויפטי ברויך צי זיין?

דאס איז נישט פון בעיל ריפארם, נאר פון דיסקאווערי ריפארם, אויף דעם איז דא זייער גיטע אשכולות אויםן וועלטל דא, אז דאס זענען קאמאן סענס געזעצן, וואס איז א טובה פאר אלע בירגער אינקלודינג אחב"י

יעצט די ספעציפישע געזעץ איז פשוט, אז למשל ראובן קלאגט שמעון אז ביום פלוני ובמקום פלוני האט ער זיך איינגעבראכן אן רשות און גע'גנבט זיין זילבערנעם לייכטער, יעצט באמת להד"ם די מעשה איז אויסגעזויגען פון פינגער, שמעון מוז זיך גיין דיפענדן קעגן די קלאגעס, עס איז א זייער פארשטענדליכע זאך צו זאגן איך האב נישט קיין אהנונג וויאזוי יענע פלאץ זעהט אויס, סא לאמיך אהינגיין מעסטן די פענסטער וואס די זאגסט אז איך בין אריינגעקראכן אפשר פיט אפילו נישט א מענטש אדורך, אפשר איז עס למעלה מעשרים אמה, איך בין דאך קיינמאל נישט דארט געווען וויאזוי קען איך דיך אפפרעגן דיינע ליגענטס, אן אמת'ער אומשולדיגער מענטש איז פשוט אז עס קומט אים די רעכט דערצו אז ער זאל קענען איבערקוקן יעדע שטיקל עווידענס, יעצט יעדער אנגעקלאגטער בעצם איז אינאסענט טיל פראווען גילטי, סא קומט זיך גרעפטאן טאמעס אויך די רעכט.

און באמת וואס איז די ביג דיעל, אויב גרעפטאן טאמעס קומט מארגן מיט זיין לויער און ער זעהט נאכאמאל מיט זיינע אייגענע אויגן די פלאץ ווי ער האט געשטאכן די אידן ה"י, ער גייט דען יעצט זיך נעמען שטעכן נאכאמאל? עס וועט זיין דארט מיט זיין לויער און ער וועט זיין באוואכט מיט פאליציי, און אויב ער איז עלול ח"ו צו טוהן אזא זאך נאכאמאל וועט ער ברויכן די געזעץ זאל אים ערלויבן? סתם רעטאריק פון פוילע פראסעקיוטערס, און פאליטישע סטאנטס פון מידיע הינגעריקע לויערס.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 8:00 pm
דורך נאך איינער
דממה דקה האט געשריבן:

יש" כ

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 11:09 pm
דורך ר' יום טוב
ערשטנס, ס'איז גאנץ קאלטבלוטיג צו זאגן פאר א וויקטים אנע הארץ קלאפעניש אז דער רוצח גייט צוריקקומען באזוכן זיין הויז. איך קען נישט טראכטן וויאזוי פארשעי רבי שליט"א בני בית און שכנים שלאפן היינט ביינאכט. צו וואס פעלט אין די וועלט פעלט אויס אויפצופליקן די אומפארהיילטע וואונד?

צווייטנס, וואס איז באמת דער אויפטו דא אין דעם פאל? איינער לייקנט דען אז דער פארשוין האט דורכגעפירט די רציחה? די איינציגסטע ציהל וואס איך קען זען איז: אינטימידעיטן פאטענציאלע וויטנעסעס, לייגן פרעשור אויף די וויקטים'ס, און דרייען א קאפ פאר די פראסעקיוטער. סאסמאן האט יעצט א לאנגע "בעיל-רעפארם" פלעיבוק און דאס איז בלויז די התחלה. ערגעץ אינדערמיט גייען די פראסעקיוטער שניידן א דיעל.

נאר וואסשע דען, צו פארטיידיגן די וואזשנע בעיל רעפארם דארף מען גיין עד אין סוף. זאל זעך די גאנצע וועלט איבערקוצקענען. מען וועט אלץ האבן עפעס א שיינע פשעטל פארוואס ס'איז אזוי, גענוי פארשטיין און ארויסהאבן די זאכליכע הילוך המחשבה פון פארברעכער, און סימפאטיזירן מיט די רעכט פון נידריגע אינאסענט מערדער.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 11:21 pm
דורך נאך איינער
ר' יום טוב האט געשריבן:ערשטנס, ס'איז גאנץ קאלטבלוטיג צו זאגן פאר א וויקטים אנע הארץ קלאפעניש אז דער רוצח גייט צוריקקומען באזוכן זיין הויז. איך קען נישט טראכטן וויאזוי פארשעי רבי שליט"א בני בית און שכנים שלאפן היינט ביינאכט. צו וואס פעלט אין די וועלט פעלט אויס אויפצופליקן די אומפארהיילטע וואונד?

צווייטנס, וואס איז באמת דער אויפטו דא אין דעם פאל? איינער לייקנט דען אז דער פארשוין האט דורכגעפירט די רציחה? די איינציגסטע ציהל וואס איך קען זען איז: אינטימידעיטן פאטענציאלע וויטנעסעס, לייגן פרעשור אויף די וויקטים'ס, און דרייען א קאפ פאר די פראסעקיוטער. סאסמאן האט יעצט א לאנגע "בעיל-רעפארם" פלעיבוק און דאס איז בלויז די התחלה. ערגעץ אינדערמיט גייען די פראסעקיוטער שניידן א דיעל.

נאר וואסשע דען, צו פארטיידיגן די וואזשנע בעיל רעפארם דארף מען גיין עד אין סוף. זאל זעך די גאנצע וועלט איבערקוצקענען. מען וועט אלץ האבן עפעס א שיינע פשעטל פארוואס ס'איז אזוי, גענוי פארשטיין און ארויסהאבן די זאכליכע הילוך המחשבה פון פארברעכער, און סימפאטיזירן מיט די רעכט פון נידריגע אינאסענט מערדער.

געזעצן זענען געמאכט געווארן בדרך כלל אין סאיז נישט מעגליך פאראויס צי זאגן יעדע פאל, אין טאקע דערפאר דארף עס די ריכטער באשטעטיגן,

וואס סאסמאן וויל אויפטיען מיט דעם וויזיט וויסך איך נישט, אין פארוואס די זאגסט אז דעס גייט אינטימידעיטן פאטענציאלע וויטנעסעס, לייגן פרעשור אויף די וויקטים'ס, און דרייען א קאפ פאר די פראסעקיוטער, ווייס איך אויך נישט,

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 11:21 pm
דורך שיעלע בהמה
סתם א שאלה.
פארוועמען איז יוסטיץ געמאכט, פאר נארמאלע מענטשן אדער פאר גייסטיש קראנקע??
א נארמעלער מענטש באגייט קריימס?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 18, 2020 11:37 pm
דורך נאך איינער
שיעלע בהמה האט געשריבן:סתם א שאלה.
פארוועמען איז יוסטיץ געמאכט, פאר נארמאלע מענטשן אדער פאר גייסטיש קראנקע??
א נארמעלער מענטש באגייט קריימס?

יוסטיץ איז געמאכט פאר יעדע, די געזעץ זאגט אז א מענטש דארף האבן אלע רעכטן זיך צי פארטיידיגן וואס דעיס אינקלאד זיין גענוג ביים דעת צי וויסען וועלכע מיטלען צי נעמען זיך צי פארטיידיגן,

אין א פאל וואס דער לויער קען אויפווייזן אז ער איז נישט געניג קיין בר דעת צי שטיין פאר א משפט, שפארט מען עם איין אין א משוגעים הויז, אין מלייגט עם אויף מעדיקעישן, אין די פראסעקיוטער קען כסדר פארלאנגען אן איבערזיכט אויב ער קען שוין שטיין פאר א משפט,

וויסן מיר פין א פאל פין א היימישן יונגערמאן וואס האט געניצט אט דעי טאקטיק, אין נאך א יאר האט דער פראסעקיוטער פארלאנגט א איבערזיכט, אין סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז ער קען שוין שטיין פאר א משפט, אין ער האט באקומען אפאר יאר תפיסה פלאס א יאר משוגעים הויז ר"ל,

געשריבן: דינסטאג פאברואר 25, 2020 5:08 pm
דורך eller
59 פראצענט ניו יארקער זענען אקעגן די בעיל רעפארם געזעץ, אין צייט וואס בלויז 33 פראצענט שטיצן עס
ג' תרומה פ'
דאס איז א היבשע טויש פן פאריגע חודש ווען 49 פראצענט זענען געווען דערקעגן און 37 פראצענט אין שטיצע דערפון. אין די אנקעטע זעט מען אז אפילו צווישן שווארצע ניו יארקער איז שטיצע פאר די ביל געפאלן צו 53 פראצענט, און קעגנערשאפט איז געשטיגן צו 40 פראצענט.
https://www.yiddish24.com/news/57/14676

און צום קעפל וואס האט די בעיל רעפארם מיט אנטיסעמיטישע אטאקעס ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 3:22 am
דורך Think and Thank
Programming האט געשריבן:בקיצור, די ריכטער זענען אומקאמפאטענט און ווייסן נישט וואס טוט זיך, אבער מען מוז זיי געבן דיסקרעשאן וועם יא ארויס צו לאזן אויף בעיל און וועם נישט.

משא"כ די וואוילזיין פון יעדן וואס האט שייכות צו די קעיס, דאס געטרויסט יא דעם ריכטער, וואס?

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 3:23 am
דורך Think and Thank
פומפדותא האט געשריבן:בעיל ריפארם איז א געוואלדיגע סוקסעס אין ניו זשערסי, אפילו די וואס האבן טענות אויף די ניו יארק'ער געזעץ מוזן דאס מודה זיין, דרייען זיך די קעגענער פון די געזעץ ארום מיט גאנצעטע הסברים פארוואס די ניו יארקער געזעץ איז אנדערש, די פראבלעים מיט די אלע הסברים זענען, אז מען מישט צוריק די דאטומס אויף גוגעל זעהט מען די זעלבע שרעקליכע העדליינס אין ניו זשערסי, אבער ווען די דעטע איז ארויסגעקומען דארט האבן אלע קעגענער גענומען א שווייגעניש.

ס'מיר א חידוש (עכט נישט) אז דו נוצט נאך דעם זינלאזן טאקינג פוינט ווען מען האט עס שוין אפגעפרעגט מערערע מאל. אין ניו דזשערזי ווערט א פארברעכער ארויסגעלאזט נאכן בארויבן א באנק די פינפטע מאל?

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 3:31 am
דורך Think and Thank
פומפדותא האט געשריבן:@יואל שרייבער מען האלט שוין אויף וועג מיט דיר, ביזט מודה אז די פראבלעים איז נישט וועגן אנקומען צום משפט.

וויל איך דיר דערציילן א סוד וואס אלע וואס האבן געליינט דעם אשכול וויסן שוין, אז אויף הארבע פארברעכן (felony) קען מען ווייטער בעטן בעיל.

וועל איך דיר דערציילן נאך א גרעסערע סוד וואס איז שוין אויך געווארן אויסגעשמועסט מערערע מאל: נישט יעדע ערנסטע/ווייאלענט פארברעכן איז קלעסיפייד אלס פעלאני.
Think and Thank האט געשריבן:בארויבן פינף בענק איז א מינדערוויכטיגע פארברעכן? ווייל א פארשוין וואס האט בארויבט פינף בענק אין די לעצטע צוויי וואכן איז נאכאמאל אויף די פריי א דאנק דעם געזעץ. אנהאקן מענטשן אין גאס איז א מינדערוויכטיגע פארלעצונג? ווייל די פרוי פון קרוינהייטס איז אויף די פריי. וואשן געלט פאר א טעראר ארגאניזאציע איז א מינדערוויכטיגע פארברעכן? ווייל אזא איינער גייט פריי. משחד זיין עדות, דזשורארס, פארניכטן עווידענס, איז א מינדערוויכטיגע פארברעכן? שטערן רעגירונג ארבעט 'מיט א באמבע!' איז א מינדערוויכטיגע פארברעכן? אראפקלאפן איינעם מיט א קאר בכונה איז מינדערוויכטיג כ''ז ער האט אים נישט געוואלט הרג'ענען אדער גע'הרג'עט? העלפן איינעם באגיין זעלבסטמארד איז מינדערוויכטיג?

און דו ווייסט וואס נאך? קרימיניל פאזעשאן אף עי wעפאן אויף סקול גראונדס גייט פריי!! שומו שמים!! ס'דאך ממש ווי די NRA רח''ל!

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 3:38 am
דורך Think and Thank
ר' יום טוב האט געשריבן:די שלעכטע נייעס: עס איז נישטא די געווענליכע מאכעניזם אויפן האריזאנט עס צו פארעכטן. איין עצה איז עס אריינצולייגן אין די בודזשעט פאר א וואוט.

דאס איז דאך די זעלבע טריק וואס מען האט גענוצט דורכצושטופן די בעיל רעפארם אין די פוירסט פלעיס, אן אפילו איין הירינג.

געשריבן: דינסטאג מארטש 03, 2020 7:57 am
דורך פומפדותא
Think and Thank האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:בעיל ריפארם איז א געוואלדיגע סוקסעס אין ניו זשערסי, אפילו די וואס האבן טענות אויף די ניו יארק'ער געזעץ מוזן דאס מודה זיין, דרייען זיך די קעגענער פון די געזעץ ארום מיט גאנצעטע הסברים פארוואס די ניו יארקער געזעץ איז אנדערש, די פראבלעים מיט די אלע הסברים זענען, אז מען מישט צוריק די דאטומס אויף גוגעל זעהט מען די זעלבע שרעקליכע העדליינס אין ניו זשערסי, אבער ווען די דעטע איז ארויסגעקומען דארט האבן אלע קעגענער גענומען א שווייגעניש.

ס'מיר א חידוש (עכט נישט) אז דו נוצט נאך דעם זינלאזן טאקינג פוינט ווען מען האט עס שוין אפגעפרעגט מערערע מאל. אין ניו דזשערזי ווערט א פארברעכער ארויסגעלאזט נאכן בארויבן א באנק די פינפטע מאל?

שלום עליכם הרב טינק, וואו זענט איר געוועהן פאר א מאנאט?

ביטע ליין איבער מיט ישוב הדעת, און ענטפער מיר, פארוואס האט מען אראפגעריסן די ניו זשערסי געזעץ?

געשריבן: פרייטאג מארטש 06, 2020 6:30 am
דורך עציץ נקוב
מאנהעטן – ניו יארק סיטי פאליציי באאמטע האבן נעכטן ווידערהאלט אז די נייע בעיל רעפארם געזעצן זענען זייער נישט גוט פאר ניו יארק סיטי, און א דאנק דעם האבן זיך געהויבן די ציפערן פון קרימינאלע אקטיוויטעטן אין דער סיטי אין פעברואר. לויט די פאליציי באאמטע, זענען קרימינאליטעטן אין דער סיטי געשטיגן מיט 22.5 פראצענט אין פעברואר אין פארגלייך צו פאראיאר פעברואר, ווען עס זענען געווען היי יאר 493 אינצידענטן קעגן 305 אינצידענטן פאראיאר. פיזישע איבערפאלן און גאן שיסערייען ספעציפיש זענען אויך געשטיגן היי יאר פעברואר אין פארגלייך צו פאראיאר.

איד דעילי

נישט אז איך דארף ראיות עס איז פשוט אזוי פאר ווער עס גייט נישט קאפ אין וואנט מיט פאלטשע אידאלאגיע

געשריבן: פרייטאג מארטש 06, 2020 9:58 am
דורך פומפדותא
א גרופע לויערס האבן באשולדיגט די ניו יארק'ער פאליציי אין פאטשקענען מיט די נומבערס פון פארברעכן'ס.

אפאר נקודות פון די ארטיקל:

At a press conference on Thursday, Mayor Bill de Blasio and Police Commissioner Dermot Shea announced that murders, ....., and hate crimes were all down in February compared to this time last year.

געוויסע פארברעכן'ס זענען ארויף, אנדערע זענען אראפ...
In a joint statement, the city's public defender services noted that, even as grand theft auto complaints have skyrocketed more than 60 percent, their collective caseloads with that charge have actually decreased 9 percent.

די נומבערס פון ארעסטס איז געפאלן, קלאגעס אין קאורט איז געפאלן.
But defense attorneys say there was actually a 20 percent decrease in complaints docketed to courts in the first two months of the year, and a 17 percent drop in arrests.

https://gothamist.com/news/public-defen ... ail-reform