די נייע בעיל רעפארמען אין ליכט פון די לעצטיגע פארמערטע אנטיסעמיטישע אטאקעס

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:34 pm

זאג דער וואס פרעגט איבער און איבער די זעלבע קשיות און טענות און זעהט נישט אז מהאט אים שוין אזוי פיל מאל געענטפערט
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:41 pm

גע'פועל'ט.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:42 pm

Think and Thank האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:אין דעם אשכול ארבעט נישט די סארט זאכן, אמאל געליינט, ליגט מיר אין קאפ, וכו' וכו'. ברענג סאורסעס און נומבערס דערנאך וועלן מיר דיסקאסירן.

פומפדותא האט געשריבן:איבער גאנץ ניו יארק סטעיט האט מען על פי פשטות זייט דיצעמבער ארויסגעלאזט 20,000 מענטשען אן געלט בעיל,

היאך יתקיימו שתיהן? די תירוץ איז (דא גיבט מען א דריי מיט'ן גראבן פינגער), הא לן והא להו.

צו דיין עצם נקודה:
פומפדותא האט געשריבן:איבער גאנץ ניו יארק סטעיט האט מען על פי פשטות זייט דיצעמבער ארויסגעלאזט 20,000 מענטשען אן געלט בעיל, איינס אדער צוויי אנגעקלאגטע האבן געטוהן נאכאמאל די זעלבע פארברעכן, דאס קומט אויס צו 0.01% אין אידיש א צענטל פון א צענטל פון א פראצענט.

וועגן צוויי מענטשען ווילסטו אז 19,898 זאל בלייבן אין תפיסה?...

קוק אביסל ארויף די בלאט וועסטו זעהן, אז איך האב געברענגט א טשארט אז יעדען איינציגן טאג זיצן אין ניו יארק סיטי תפיסות בערך 8,000 מענטשען, 5,000 דערפון זענען פרי-טרייעל. דאס איז נאר ניו יארק סיטי, איבער די גאנצע סטעיט זיצן יעדן איינציגן טאג בערך 20,000 מענטשען.
יעצט לאז איך דיר מאכן די חשבון.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:46 pm

געוויסע דעמאקראטן וועלכע דערהייבן נישט די אומגעהויערע דרוק שפילן קלינגעדיגע סטעיטמענטס כאילו די געזעץ איז נישט פערפעקט און מ'גייט דאס פארעכטן. א שטייגער ווי גאווארנער קאומא און די בערך דאזען דעמאקראטישע סטעיט סענאטארן פון סווינג סובערבען דיסטריקטס.

די פראבלעם איז אבער אז די סטעיט סענאט און אסעמבלי דעמאקראטישע פירער וועלכע זענען מינאריטעטן ווילן נישט הערן פון גארנישט זאגנדיג אז זיי וועלן זיך נישט לאזן פארפירן פון fear פראפאגאנדע, אפילו מיטן פרייז פון לאזן אויסבלוטיגן זייערע דעמאקראטישע פרעשמען קאלעגעס פון לאנג איילענד.

אלנפאלס, טוען זיך די פאליציי קאמאנדירן און געזעץ-היטער זיך פאסמאקעווען מיט די מידיא אטענשאן פון די איצטיגע טעג, ווען יעדע שטעטל צייטונג ציטירט די ארכי-לשונות פונעם לאקאל פאליציי שעף'ס עקספערטיזע אפאזיציע אפשאצונג צו דעם געזעץ.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 21, 2020 10:54 pm

פומפדותא האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:אין דעם אשכול ארבעט נישט די סארט זאכן, אמאל געליינט, ליגט מיר אין קאפ, וכו' וכו'. ברענג סאורסעס און נומבערס דערנאך וועלן מיר דיסקאסירן.

פומפדותא האט געשריבן:איבער גאנץ ניו יארק סטעיט האט מען על פי פשטות זייט דיצעמבער ארויסגעלאזט 20,000 מענטשען אן געלט בעיל,

היאך יתקיימו שתיהן? די תירוץ איז (דא גיבט מען א דריי מיט'ן גראבן פינגער), הא לן והא להו.

קוק אביסל ארויף די בלאט וועסטו זעהן, אז איך האב געברענגט א טשארט אז יעדען איינציגן טאג זיצן אין ניו יארק סיטי תפיסות בערך 8,000 מענטשען, 5,000 דערפון זענען פרי-טרייעל. דאס איז נאר ניו יארק סיטי, איבער די גאנצע סטעיט זיצן יעדן איינציגן טאג בערך 20,000 מענטשען.
יעצט לאז איך דיר מאכן די חשבון.

לאמיר פרובירן איבערצוזאגן די חשבון. אין ניו יארק סטעיט זיצן יעדן טאג 20,000 מענטשן אין טאטעל. וויפיל דערפון זענען פרי-טרייעל? וויפיל ערפון זענען אזעלכע וואס וואלטן געווארן ארויסגעלאזט מיט א קליינע בעיל אדער גענצליך אן בעיל אן די נייע געזעץ? און וויפיל דערפון זענען אזעלכע וואס וואלטן געבליבן אין טורמע אפילו מיט די נייע געזעץ (למשל די איבער 300 מארד פאלן אין ני"ס אין 2019 אליין)?

#נאמבערס.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:04 pm

זעקס פון יעדע צען מענטשען וואס זיצן זענען פרי טרייעל, נישט קיין חילוק קליינע בעיל אדער גרויסע בעיל 90% גייען יעצט ארויס אן צאלן א פיאסטער, איך לאז דיך אראפ רעכענען 300 פארברעכער וואס ווערן געקלאגט פאר מארד קלאגעס, רעדט מען נאך אלס פון טויזענטער מענטשען וואס זענען ארויסגעלאזט געווארן אן צאלן בעיל.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:23 pm

אקעי, פון 20,000 איז עס אראפ צו טויזנטער (נאך פאר'ן רעכענען די וואס וואלטן ארויס אן בעיל, די טויזנטער שיסערייען וכדומה וואס וואלטן געבליבן פארשפארט מיט די נייע געזעץ [האסט מיר געטון א גאנצע טובה אז דו האסט מיר געלזאט אראפרעכענען 300 מארדן...]), אבער דו ברענגסט נאר קראנטע נאמבערס.

ס'געשעהט נישט גארנישט אז מען מאכט א טעות, ס'מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות. אנשטאט זיך טיפער אריינגראבן דערין זיי מודה און גיי ווייטער. ס'וועט דיר בלויז ברענגען רעספעקט - כ'זאג עס פון עקספיריענס.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:40 pm

מען האט געהאלטן אין איין זינגען דעם ניגון אז בעיל געלט פעילט אויס כדי די פראברעכער זאלן נישט נאכאמאל דארך פירן די פארברעך, יעצט האט מען ארויסגעלאזט טויזענעטער מענטשען אן קיין געלט, און וואו זענען די טויזענטער פארברעכענס? און יא די נומבערס גייען זיין אין די געגנט פון 20,000.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:47 pm

פומפדותא האט געשריבן:מען האט געהאלטן אין איין זינגען דעם ניגון אז בעיל געלט פעילט אויס כדי די פראברעכער זאלן נישט נאכאמאל דארך פירן די פארברעך, יעצט האט מען ארויסגעלאזט טויזענעטער מענטשען אן קיין געלט, און וואו זענען די טויזענטער פארברעכענס? און יא די נומבערס גייען זיין אין די געגנט פון 20,000.

ווידעראמאל דעם ליגנט. מען האט געזאגט אז כאטש בעיל רעפארם איז וויכטיג, טאר מען עס נישט טון אן געבן פאר'ן ריכטער די רעכט צו האלטן ווייאלענט פארברעכער אדער אזעלכע וואס טוען נאך פארברעכנס - אן בעיל בכלל - ביז'ן טרייעל. קיינער האט נישט געזאגט אז מען טאר נישט רעפארמען בעיל צוליב ריפיעט אפענדערס.
און גראדע האלט מען שוין ביי א צאל ריפיעט אפענדערס (און נאכמער ריפיעט אפענסעס) אין ניו יארק סיטי אליין, און דאס איז חוץ סתם שעדליכע פארברעכער (ווי איינער וואס שלאגט א סטרעינדזשער אין גאס על לא דבר) וואס זענען שוין געווארן ארויסגעלאזט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג ינואר 21, 2020 11:56 pm

נאכמער. די אלע שטיצער פון די געזעץ האבן ארויסגעברענגט ווי אסאך שטאטן האבן שוין דורכגעפירט אזא געזעץ מיט גרויס ערפאלג. פארוואס איז זיי אזוי שווער מודה צו זיין אז דאס ערלויבן ריכטער צו האלטן ביז'ן טרייעל ריפיעט אפענדערס אדער ווייאלענט פארברעכער - וואס די סטעיטס וואס האבן רעפארמד בעיל האבן אדער עס שוין געהאט אדער עס אינקלודעט אין די בעיל רעפארם - איז א טעות?

עניוועיז, כאשוין נישט קיין נערוון צו די ענדלאזע ויכוח. איך האב שוין ארויסגעברענגט מיין פוינט, איר האט שוין ארויסגעברענגט אייער פוינט, און זאל יעדער באשליסן וויאזוי עס שמעקט אים.

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מיטוואך ינואר 22, 2020 7:16 am

But much of the coverage has obscured or downplayed one crucial point: that since 1971, public safety — the idea of the “potential dangerousness” of someone accused of a crime — has not been a legal reason to set bail for a defendant in New York.

https://www.vox.com/identities/2020/1/1 ... -explained

משהלע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 12:04 am

א טויטער דירעקט פונעם נייעם געזעץ.

https://www.nytimes.com/2020/02/05/nyre ... e=Homepage

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 12:22 am

קיין שום שייכות נישט (טראץ די חוצפה'דיגע פרואוו פון לאו ענפארסמענט עס צו נוצן פאר א שטעקן צו שטופן זייער אגענדע)

פשוט פאר די איינע סיבה, דער געזעץ איז נאכנישט געווען אין קראפט ווען דער ריכטער האט פארארדנט מען זאל ארויסגעבן זיין אידענטיטעט. און בכלל דער געזעץ גיט די רעכט פארן ריכטער צוריק צו האלטן די אידענטיטעט אינפארמאציע אויב איז דער עדות אין א סכנה. מיר אלע געדענקן דא ווי די קעגנער פונעם געזעץ האבן זיך ממש געגארגלט אז דער עיקר פראבלעם איז אז דער ריכטער האט נישט די מעגליכקייט צו האלטן איינגעשפארט אין פארשידענע פעלער, סאו דער חלק איז ממש אזוי ווי זיי ווילן. דער ריכטער האט די רעכט צוריק צו האלטן די אינפארמאציע אויב וויל ער.

יואל שרייבער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 12:35 am

פומפדותא האט געשריבן:But much of the coverage has obscured or downplayed one crucial point: that since 1971, public safety — the idea of the “potential dangerousness” of someone accused of a crime — has not been a legal reason to set bail for a defendant in New York.

https://www.vox.com/identities/2020/1/1 ... -explained

דאס מיינט א טאלקינג פוינט.

דער מציאות איז אז רובא דרובא מסוכנ'דיגע פארברעכער זענען געהאלטן געווארן אין תפיסה צוליב בעיל, נישט קיין חילוק וואס דער ריכטער האט יא אדער נישט געמעגט קאנסידערן, יעצט אז מען האט אוועקגענומען בעיל, וועלן זיין מער מסוכנ'דיגע פארברעכער אויפן גאס א דאנק דעם ביל.

נאך א זאך, דאס מיינט אויך אז מיר האבן נישט קיין דאטא וויאזוי בעיל רעפארם וועט אויסמאכן לגבי פארברעכן ראטע אין ניו יארק, וויבאלד אין אלע אנדערע סטעיטס וואס האבן עס געטון קען מען יא האלטן דעינדזשרעס פארברעכער אין תפיסה.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2217
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 12:53 am

באקומען היינט אין די פאסט פאר בעיל רעפארם. פון עריק גאנזאלעז אזוי: אז פון 2017 בעט ער שוין נישט בעיל פאר רוב מיסדעמיענארס און נישט וויילענט פעלאניס .וויילענט קריים רעכטס האבן נאר געדראפט מיט דאבל דידזשיטס און פאלט ווייטער.

נאר איך האב עס באקומען?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 7:51 am

יואל שרייבער האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:But much of the coverage has obscured or downplayed one crucial point: that since 1971, public safety — the idea of the “potential dangerousness” of someone accused of a crime — has not been a legal reason to set bail for a defendant in New York.

https://www.vox.com/identities/2020/1/1 ... -explained

דאס מיינט א טאלקינג פוינט.

דער מציאות איז אז רובא דרובא מסוכנ'דיגע פארברעכער זענען געהאלטן געווארן אין תפיסה צוליב בעיל, נישט קיין חילוק וואס דער ריכטער האט יא אדער נישט געמעגט קאנסידערן, יעצט אז מען האט אוועקגענומען בעיל, וועלן זיין מער מסוכנ'דיגע פארברעכער אויפן גאס א דאנק דעם ביל.

נאך א זאך, דאס מיינט אויך אז מיר האבן נישט קיין דאטא וויאזוי בעיל רעפארם וועט אויסמאכן לגבי פארברעכן ראטע אין ניו יארק, וויבאלד אין אלע אנדערע סטעיטס וואס האבן עס געטון קען מען יא האלטן דעינדזשרעס פארברעכער אין תפיסה.

דו זאגסטו אז די זשאזשעס האבן נישט געפאלגט די געזעץ, און האסט טענות פארוואס מען געטרויט זיי מער נישט צו באשטימען בעיל...

בעיל ריפארם איז א געוואלדיגע סוקסעס אין ניו זשערסי, אפילו די וואס האבן טענות אויף די ניו יארק'ער געזעץ מוזן דאס מודה זיין, דרייען זיך די קעגענער פון די געזעץ ארום מיט גאנצעטע הסברים פארוואס די ניו יארקער געזעץ איז אנדערש, די פראבלעים מיט די אלע הסברים זענען, אז מען מישט צוריק די דאטומס אויף גוגעל זעהט מען די זעלבע שרעקליכע העדליינס אין ניו זשערסי, אבער ווען די דעטע איז ארויסגעקומען דארט האבן אלע קעגענער גענומען א שווייגעניש.

די עכטע קשיא וואס יעדער דארף פרעגן, ווער שטייט אונטער די מעכטיגע PR קאמפיין צו פארלאנגען בעיל? די תירוץ איז פשוט די וואס מאכן די געלט דערפון, די בעיל אינדוסטרי איז געשאצט צו האבן צוויי ביליאן דאלער אין יערליכע איינקופט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:43 am

אנטוויקלונגען פון די לעצטע פאר טעג:

דזשעק דזשעקאבס, דער פארזיצער פון די סטעיט דעמאקראטישע פארטיי, איז דער לעצטיגער זיך צוצושטעלן צו די רופן צו טוישן די בעיל רעפארם געזעצן.
די נ.י. סיטי פאליציי קאמישאנער האט געמאלדן אן אומגעראכטענעם דראסטישן שפרינג אין געוואלטאטן פארברעכן און שיסערייען אין יאנואר. קרעדיט: נ.י.סטעיט בעיל רעפארם.
א עדות קעגן 9 Ms-13 גענג מעמבער'ס איז געפונען געווארן ערמארדעט נאכדעם וואס דער ריכטער האט פארארדנט צו אנפלעקן זיין אידענטיטעט צוליב די אנקומענדע סדום געזעצן.

ווי עס האלט יעצט אין אלבאני זענען קאומא און די סענאט דעמאקראטישע פירער סטוארט קאזינס אפיציעל גרייט פאר מילדע טוישונגען, עכ"פ מלפנים. אבער מיטן עקשנות'דיגן אסעמבלי ספיקער העיסטי איז נאכנישט קלאר. זיינע געהילפן זענען די וואך געזיצן עמוירדזשענסי ביי א מיטונג מיט דעמאקראטישע אסעמבלילייט פון סווינג דיסטריקט'ס וועלכע האבן אויסגעאיבט אומגעהויערע דרוק עפעס צו טאן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 9:49 am

ווי אויך לאו ענפארסמענט, עס מאכט זיי שווערער זייער זשאב. זיי וואלטן מסתמא ארויסגעשניטן אלע רעכטן וואס קרימינאלן האבן פון די קאנסטיטוציע ווען מען לאזט זיי ווען, פאר די זעלבע סיבה.

--

ר' יום טוב האקט - דו ליינסט מסתמא נישט די תגובות פאר דיר וואו מען האט גערעדט פון די מעשה פון דעם ms13 עדות.

בכלל דארף מאכן סענס. עס איז דא מער שיסערייען און געוואלדטאטן פארברעכנס צוליב דעם נייעם געזעץ? דוכט זיך אז פאר שיסערייען און ערנסטע געוואלדטאטן אפלייט נישט דער נייער געזעץ. דאס איז איינס. און חוץ מזה, ווער האט דורכגעפירט די פארמערטע פארברעכנס? אזאלכע וואס זענען געווארן ארויסגעלאזט אויף בעיל? אויב נישט זיי ביטע מסביר וואס די שייכות איז.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:02 am

איך האב עס יא געליינט, און דאס איז וואס לא אינפארסמענט זאגט. ריכטער האבן שוין אינפארסירט בעיל רעפארם איידערן אריינגיין אין קראפט.

צו האט די שפרינג אין פארברעכן מיט די בעיל רעפארם? אזוי זאגן די אומפארטייאישע געזעץ עקספערטן. וויאזוי? ווייל די פארברעכער ווייסן אז היינט איז פיל שווערער צו פראצעסירן קריים פארברעכן אין נ.י.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2377
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:08 am

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב עס יא געליינט, און דאס איז וואס לא אינפארסמענט זאגט. ריכטער האבן שוין אינפארסירט בעיל רעפארם איידערן אריינגיין אין קראפט.

סא די ריכטער זעהן איין ווי געפערלעך די געזעץ איז? סא פארדעםהאבן זיי לפנים משורת הדין שוין בעפאר די געזעץ איז אריין אין קראפט איינגעהאלטן די געזעץ....

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:47 am

כאילו די ריכטער זענען מלאכים... זיי זענען די זעלבע קרומע קעפ, אויב די געזעץ לאזט גייען זיי מיט.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:59 am

די מעשה מיט ms13 איז א קשיא אויפן זשאזש.

עס איז דא א פעדעראלע געזעץ וואס געבט ספעציעלע פראטעקשען פאר עדות ווען עס קומט צו גענגס, די פראטעקשען גייט אזוי ווייט אז מען קען עדות זאגן אונטער א פירהאנג, און דער אנגעקלאגטער קען קיינמאל נישט וויסן ווער די עדות זענען געוועהן.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:04 am

בקיצור, די ריכטער זענען אומקאמפאטענט און ווייסן נישט וואס טוט זיך, אבער מען מוז זיי געבן דיסקרעשאן וועם יא ארויס צו לאזן אויף בעיל און וועם נישט.

ווער זענען די א.ג. 'אומפארטייאישע' געזעץ עקספערטן? און אויף וואס באזירן זיי דאס. אין אלו אלא דברי נביאות (שנמסרה לשוטים). די ערשטע כלל וואס יעדער ריכטיגער עקספערט ווייסט איז אז קארילעישאן איז נאט קאוזעישאן. כל שכן דא וואס די גאנצע סברא הענגט אויף אזאלכע הינערנע פיס.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 11:17 am

ניין. עס ארבעט אז די דעפענס פארלאנגט זאכן און די ריכטער מוז ארויסגעבן א רולינג. אין דיעזע פאל, די דעפענס פארלאנגט צו וויסן די אידענטיטעט פון די עדות, און דער ריכטער ווייסט אז מארגן גייט ער במילא עס וויסן מצד די נייע געזעץ, האט נישט קיין פשט פארן ריכטער צו זיין א לאזער און צוריקווייזן די פארלאנג.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

Programming
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

תגובהדורך Programming » דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 3:06 pm

נו קענסט דאך דאס זאגן אלעמאל, ביז יעצט איז דאך אויך געווען דער געזעץ אז מען מוז איינמעלדן די דעפענס ווער די עדים זענען, די גאנצע חילוק איז נאר ווען מען מעלדט דאס איין, צי אפאר טאג פארן טרייעל ווען זיי קענען שוין נישט בויען זייער קעיס מיט דעם, אדער פריער זיי זאלן יא האבן צייט. סאו אויב לכבוד דעם האט דער ריכטער עס נאכגעגעבן מאכט דאך שוין זייער אסאך סענס דער נייער געזעץ.

אגב, דאס איז נאך א דוגמא פון די דעמאגאגיע וואס גייט פאר. ביז איך האב געליינט דעם טיימס ארטיקל האב איך אפילו נישט געוויסט אז ביז יעצט פלעגט סייווי זיין דער געזעץ אז מען מוז ארויסגעבן די נעמען פון די עדות בעפארן טרייעל. און די גאנצע וואס דער נייער געזעץ האט מוסיף געווען איז צו געבן גענוג צייט פאר די דעפענס אויפצובויען זייער קעיס. סאו איך זעה בכלל נישט פארוואס דאס זאל איינעם זיין נוגע, חוץ די פראקורארן וואס דארפן ארבעטן שווערער אויפצובויען אן עירטייט קעיס.

אבער פאר די מענטשן מיט אינטערעסן איז פונקט גענוג צו מאכן א שטורעם אין א גלעזל וואסער, אויפצוהעצן די עמך בירגער, די פאסיוויסטן (פארקערט פון אקטיוויסטן...) א שטייגער ווי אונזער ר' יום טוב דא. זיי ווילן פילן א סענס אוו סעקיוריטי, סאשעל זשאסטיס איז נישט עפעס וואס קרענקט זיי צו שטארק, סיוויל ליבערטי'ס און אלע אנדערע אידעאלן האלט זיי נישט פארנומען אין זייער טאג טעגליכן סדר היום.

נישט אז זיי זענען חלילה שלעכט אדער ספעציעל ראסיסטיש, נאר ווי לאנג דער טאג פארט געהעריג און זייער קאמיוניטי איז נישט די טארגעט פון לאו ענפארסמענט, זענען זיי זייער צופרידן און רואיג. שטודירן און דורכטון סטאטיסטיקס אקאדעמיש איז געווענליך אויך נישט זייער ספעשעלטי. אבער סעקיוריטי וויל יעדער האבן. און דערפאר זענען זיי א רייפע פעלד, א גרינגע ציל צו פארדרייען א קאפ און אויפהעצן די מאסן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט