בלאט 1 פון 1

פאנטאזיעס בשעת'ן קלאצן

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:54 pm
דורך בלעכענער פנים
ס'איז 6:35 פארנאכטס נאך א אפגעמיטשעטע טאג ארבעט כ'דערזעה מיר מיט אפאר איבריגע מינוט ס'פאלט מיר איין צו שרייבן א פעסטע ארטיקל איינס וואס די יודישע וועלט האט שוין לאנג נישט געזעהן.. חברה ס'קומט א גוטס פין בלעכי..סטעי טונד..

שוין מיין קאפ פאלט אנידער צווישען מיינע האנט פלאכן כ'הייב אן קלערן וואס זאל איך באשרייבען זאל איך שרייבען אן ארטיקעל קעגן עפעס א ניק וואס רעגט מיך אויף וועגען ער איז משוגע מיטשאה''ר בלע''ז?.. נע... איך האב נישט קיין נערווען כח אין געדילד צו דעם .. אבער אפשר לוינט זיך יא איינמאל פאר אלעמאל איהם אנצולערנען די ביינער ער זאל ארויספיצען פין דא אין אזוי גיי איך מער קיינמאל נישט זעהן די איבלדיגע ''שכח מנהלים פארן פארמעקן יענע תגובה'' (וועלעכע תגובה ?..הא..איך הער נישט רעדט העכער..ניין איכער (נדנ) נאך אלס נישט ..וועלכע.. אה יעצט הער איך ..אבער איך בין אין מיין לעבן נישט אריין אין יענע אשכול פארוואס דארף איך מיטהאלטען? דווח איהם אין באדאנק די מנהלים אין אישי..)אקעי נעקסט דאס איז נישט גענוג באמבאסטיש אין סתם אזוי בין איך נישט די טייפ זיך צו פייטן..אין לכאורה איז עס קעגן תקנות המקום אויך..

שוין נעקסט וואס יא ?? זאל איך באשרייבען שניי ? יא שניי איז די זאך!! יאלא קוק אהער הער זיך גיט צו שניי איז אזאך וואס מאכט משוגע רואיג די מענטש מ'קען שטיין אין קלאצן אויף עס פאר שעות ארוכות ווען איך זעה שניי דערמאן איך מיך פין מיינע כולל יארן מ'האט אהיימגעוואקט ביי לאנטש יעדע טריט אין די קריספי שניי-וואסע שניי איז געווען אזא תענוג גשמי וואס מ'קען נישט באשרייבען ..

עמ איי פאר ריעל ?? פארוואס פארדריי איך דא די קאפ פין טויזענטער נארמאלע ניקים.. אקעי איך פארמעק די תגובה אין שלום על ישראל..
אבער..אבער .. איך וויל שרייבן א פעסטע אריקל די עולם זאל זיך באלעקען די פיס נעגל .. וואס טוה איך דא??
איין מינוט האלט!! פארוואס ווילסטו דאס שרייבן?? פרעגט מיר עפעס א אינערליכע געפיהל..
ווייל...ווייל..אם..אם..ווייל כווייס נישט ווייל כוויל זיין א געלונגענע ניק וואס שרייבט פעסטע ארטיקלעך.. איי איך קען נישט.. ס'גייט מיר נישט אן ..איך קען שוין איינמאל כ'על דיר ווייזען וואס איך קען ..

איז אזוי כ'וואק מיר נעכטען אין גאס אינמיטן באגעגען איך א קופקע פין אפאר אירע, איינער מיינער א באקאנטע גיבט מיך א שטעל אפ אין פרעגט מיר צו איך ווייס פין אייוועלט צוזאגען זאג איך איהם נווואדע זאגט ער מיר נישט מער אין נישט ווייניגער ..כאפטס ענק גוט אן ..איך בין גרויזאמער..איך בין געווארן טיף שאקירט ..כ'קען איהם גוט אין כיהאב קיינמאל נישט געחלומט אז ער ווייסט בכלל ווי אזוי צו האלטען דאס פעדער ..אין דא זאגט ער מיר אז ער איז גאר פין די סאמע ערשטע אין בעסטע ניקס..איך בין נאך איינגעזונקען אין מיין שאקירטעראציע אין איך זעה ווי ער גיבט זיך א בליק איבער מיט די אנדערע חברה.. ער גיבט מיר א קוק אן מיט א שארפן בליק אין ער פרעגט מיר ווילסט ווערן סופרייזט ? מיין הארץ צאפעלט .. יא.. אקעי ער ווייזט מיר אן אויף איינע פין די יונגעלייט -אביסל פעשליך, מתיבתא גלעזער, אפענע רעקל שטעקט זיך ארויס שמוציגע קאטענע ציצית, הויכע היט אן קיין ריבען, לאנגע כמעט גראדע פאות -ער איז..נו.. לאמיר זעהן ענק קענען געסן?.. אלטע בחורל... כ'בין געווארן געלעמט .. כ'האב נישט געקענט ארויסרעדן קיי איין איינציג ווארט ..פלוצלינג רופט זיך אן איינער פין די חברה -נידריג, דאר ווי א שטעקן, פאות געקניפט אין בעק פין די אויער, קליינע פיצי ברוינע בארד, ס'באלי גלעזער נעמט אויף א האלבע פנים- בלעכי..איך דריי מיך ארום אין ער פרעגט מיר ווי אזוי טראכסטו הייס איך? כ'האבנישט געוויסט וואס צו טראכטען ...ער גיבט מיר א פרעג האסט שוין געהערט פין יענטאאש ? כ'האב אים אנגעקוקט אין געזאגט יא באט ס'מאכט נישט קיין סענס ס'זאל זיין דיר ..פרעגט ער מיך הייסט ביז דא מאכט אלעס סענס?? ווען בשעת מעשה ציט ער ארויס זיין פאון אין גיבט א קליק אריין אי די וועלטעל אין סיינט אריין אינטערן נאמען קרעמער.. איך האב געגעבן א שפרינג צוריק 4 פיס פין עקסייטמענט.. דא שטיי איך אין גאס מיט די ריכטיגע חברה...
שוין איך נעם מיך שיסן שאלות קודם האב איך געפרעגט אלטע בחורל פארחוואס ער פלעחט אריינט לייגען אותיות אינטמיטען זייחנע ווערטער וואס ער האט מיך גענטפערט א לאנגע תירוץ וואס גייט אי''ה זיין א אנדערע מאל ..נאכדעם האב איך געפרעגט קרעמערן פארוואס ער האלט נישט אן זיין פראגעס אין ענטפערס אשכול כאטש איינמאל א חודש וואס ער האט מיך גענטפערט אז ער גייט עס לכאורה צוריק מחדש זיין נאכדעם האב איך איהם געפרעגט פארוואס ער האט מיר איינגערעדט אז ער איז יענטאאש גיבט ער מיר א ווייז אויף די צוויי מענטשען וואס זענען געוועהן פארזינקען אין א געשמאקע שמועס ער זאגט מיר איינער פין די צוויי איז יענטאאש אין דער אנדערע איז שמערי ...אין איך גיי דיך נישט זאגען ווער איז וואס ..
איינער גייט א שיינע סוט, הערליך שיין געקראזעלטע בלאנדע פאות, שטאפענע היט, גרוי-ווייסע שלייקעס, סלים הויזן, שיינע נישט צו לאנגע בארד, אנע גלעזער, א רעדיאו אפן פאסיק ,דער אנדערע גייט מיט העלף פרעים גלעזער, פאות געמאכט לעצטע מאל אפאר טעג צוריק, וואלענע ציצית שטעקט זיך ארויס פין אינטער די בלויע העמד, ס'רעקל אויפגעטוישט מיט לאנגזאם'ס,זיין שיך האט א מויל ,האט א באנאנע אין קעשענע לכל צרה שלא תבא.. יעצט גיי ווער געוואר ווער איז וואס ... נישט וויסענדיג וואס צו טראכטען האבעך זיי אלע אפירגענומען אין זיך גענומען בעטן ..פליז סטאפטס אריין דא כאטש איינמאל א יעדע דריי חדשים אין זיי האבן מיר אלע געגעבן דאס ווארט אז זיי גייען פרובירן ....

וואלט די מעשה געווען אמת וואלט איך מיך משוגע געמאכט אין געטרייט צו מאכן ארטיקלעך אבער אזוי ווי איך קען נישט קיינעם האב איך יעדעם פארפאקט אין מיין מיטעלע לאך פין די נאז, אין איך בין זיך מודה ומתוודע כ'בין נישט קיין שרייבער אין מיט דעם אלעם האף איך ענק נאך אלס צו משוגע מאכן מיט סטאפיד ארטיקליך..
בלעכי

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 6:59 pm
דורך נו גוט נו שוין
בלעכי...... ווי וואנט מאר

טרעף נאך עטליכע

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 8:36 pm
דורך לשמע
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

בלעכי, זייער שיין, מיר ווארטן איר זאלט נאך משוגע מאכן.....

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:02 pm
דורך מטעמים
פארריקט גוט

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:09 pm
דורך מי יודע
מטעמים האט געשריבן:פארריקט גוט

געדארפט ארויפסקראלן קוקן ווען די תגובה איז געשריבן געווארן
פיינע פאנטאזיעס

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:44 pm
דורך טויגליכער איד
;l;p- :grin:

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:58 pm
דורך שלעפשיץ
העלאאאא.... ווי האט יהודה גיזאגט?
משלנו הוא....

נישטא מיט וועם צו לאכן... למען האמת איז עס נאך אמת אויך... בלעכי איז נישט קיין נייער דער ארטיקל איז א פיינער...

געשריבן: פרייטאג ינואר 10, 2020 10:31 am
דורך בלעכענער פנים
כ'האב פארגעסן צו זאגן גרויזאמער'ס פראופייל בילד איז א עכטע בילד פין איהם אין די יונגע יארן..

Re: פאנטאזיעס בשעת'ן קלאצן

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2020 2:37 pm
דורך אלטער
בלעכי! כ'בין יעצט אנגעקומען צו דיר... דו ביסט פיינע נייעס!!!

מעסט שוין טרעפן נאך אפאר שרייבערס...

Re: פאנטאזיעס בשעת'ן קלאצן

געשריבן: מיטוואך מאי 06, 2020 2:47 pm
דורך נקודהלע
א ברכה אויף דיין קאפ! מעכטיגע (נישט נעכטיגע) נייעס!!!!
כ'זע אז דו קענסט טאקע נישט, ווייל ווען יא וואלסטו אויסגעלאזט ס'לעצטע שורה... נעם עס נאך שנעל אראפ! ס'איז סאך בעסער אן דעם...

Re: פאנטאזיעס בשעת'ן קלאצן

געשריבן: דינסטאג יוני 23, 2020 11:32 am
דורך גרויסע עם הארץ
בלעכי, כ'ווארט זאלסט פאנטאזירן א בעשוי צווישן כאניש און סטוטש..