התגרות באומות דורך אידישע פאליטיקאנטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמחה פעלדער/אייכנשטיין האט מיין שטימע?

יא. נאר אזוי. מ'וועלמיר זיך נישט לאזן. ברבים וועלמיר דערקלערן, דיבלאזיאו רעזיגניר! און קאומא, שפיל נישט מיט אונז קיין געימס!
19
7%
ניין. דאס איז קעגן די תורה און קעגן די פשוט'ע שכל. דאס ברענגט אונז נישט קיין גוטע פריינט, קיין תועלת, און דאס העלפט נישט קעגן HATE!
248
93%
 
סך הכול שטימען: 267

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

התגרות באומות דורך אידישע פאליטיקאנטן

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:27 pm

אנשטאט איינזעהן אז מ'דארף דא גיין מיט הכנעה און פרובירן אראפברענגן האס פון אונזערע שכנים, גייען אונזערע פאלעטישנס און נוצן אונזער שטימע וואס האט זיי אריינגעברענגט אין פאזיציע - צו פשוט גיסן אויל צום פייער.



האבן אונזערע 'פארטרעטער' גענומען דעם גלות אין די הענט ארייין. מ'גייט זיך נישט לאזן, מיר וועלן צווינגן יעדן צו קאאפערירן, מיט גוטנס אדער מיט בייזענס. מיר וועלן זיי ברבים מאכן אזעלכע בושות אז זיי וועלן נישט האבן קיין ברירה (און כופין אותו עד שיאמר רוצה אני - בעל כרחם וועט יעדער מוזן ווערן אוהבי ישראל):
simcha eichenstein.png
simcha eichenstein.png (87.48 KiB) געזעהן 2389 מאל


און נעכטן קומט צו א צווייטע שמחה פאר כלל ישראל:
simcha felder.png
simcha felder.png (12.77 KiB) געזעהן 2389 מאל


לא יאומן.

שמחה'ס טייערע, און דוב הייקינד טייערע, מיר זענען אין גלות! צו ס'געפעלט אייך יא צו נישט. פייטן איז נישט די דרך התורה. מיר דארפן רעדן און זיך בעטן, -יא זיך שטארק בעטן, איבערדרייען אלבעני, אבער מיט אביסל רעספעקט און הכנעה!!

פעלדער'ס קאפשטיק צו רופן דעבלאזיא צו רעזיגענירן (איך קען גראדע אויך באשטיין אז דאס זאל געשעהן. אבער איך א איד זאל ברבים ארויסקומען דאס זאגן?! בפרט אז ער איז בעצם א אוהב ישראל. צוגעמאכט די אויגן ביי מציצה בפה און ביי גזירת החינוך עד כמה שידו מגעת. כאטש ס'איז קעגן זיין ליבעראלע צודרייטע אגענדע!).

אויסער די טפשות דערפון, און די פייפן אויפן גלות דערפון, וואספארא העצע גייט דאס ברענגן פון די שווארצע?
פעלדער:
For years, I’ve been beating a drum to deaf ears, warning that the ill effects of your policies will endanger us all. Broken windows policing worked, but you abolished it. With the rise of quality of life issues like graffiti, vagrancy, public filth and petty crime, I warned that it would not end there. I raised a red flag when your administration completely abolished stop and frisk, when instead they should have modified it and improved upon it. Kowtowing to the police abolitionists, you stripped the NYPD of their authority that once acted as an effective crime deterrent and then stood by as anarchy ensued

די שווארצע דארפן העררן אז מיר פארפירן צוריקצושטעלן סטאפ און פריסק. געוואלדיגע איידיע!
(דיסקלעימער. איך בין אויך דערפאר, אבער כנ"ל, ברבים ארויסקומען??!)

די שרעקליכע עוולה פון דעבלאזיאו איז אז ער שטעלט נישט צו גענוג פאליס. אקעי. כ'הער.
אבער פארטרעטער אונזערע (יא, ענק מיט די קאפלעך), הערט אויף צו מאכן מער העצע. ווייל וויפיל פאליס דו וועסט נאר ברענגן קעננססטו נישט פייטן האס מיט צווינגן. מ'קען נישט אראפברענגן האס מיט פייטן!


אנשטאט טון פעולות כעי"ז:
פאלעסיידס האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:זייט וויסן, היטלער האט נישט געקענט מאכן מיט א גאנצע פאלק צו ווערן חיות טורפות בצורת אדם ''נאר מיט זיין מייק"!.

ווען היטלער וואלט געהאט דאפלט געווער, טאנקן און גרייטע גאז קאמערן, אבער ער וואלט נישט געהאט זיין מייק מיט זיין 'שטורמער' וכו' צייטונגען, וואלט קיין האלאוקאסט נישט געווען.




איך באדאנק ר' יוסי געשטעטנער פארן פרובירן וואס ער האלט פאר ריכטיג, און די צייט וואס איך בין געזיצן און געארבעט/געשמועסט/געגעסן. עס קומט קרעדיט פאר יעדן עסקן!

אבער, ווי רוב אידן זאגן דא, שרייען אויף איינעם ''דו האסט מיך פיינט'' גייט עם נישט מאכן אונז מער ליב האבן. ס'האט מיר זייער וויי געטון זיינע שארפע ווילדע טוויטס קעגן אראבישע קאנגרעספרויען. כי תאמרון 'לאדוני' לעשו! מיר דארפן רעדן שטארק אבער הכנעה'דיג. 'דאס' ארבעט בעסער, און דאס איז די דרך התורה. די מענטשליכע אינסטינקט -אויב מ'קוקט אוועק פון די דרך התור- איז, ''מיר גייען זיך נישט לאזן''. אבער ס'איז נישט די וועג. אבער שרייען אויף פאלעטישנס איז נישט די עצה.


מיינע 3 סענט צו פארבעסרן בעז"ה די מצב פון האס:

1) ארבעטן צו חנפ'ן על שארפטאן, און אנדערע שווארצע פירער. אזוי אויך מיט די אראבישע שכנים פירער, זיך פיקטשערן מיט שיינע בילדער ווי מיר לעבן בשלום און זענען גוטע שכנים.

2) דינגן א קאמפעני צו ריספאנדן אקעגן די העצערישע קאממענטס. נישט קיין אידישע נאמען. ס'זאל אויסזעהן ווי כאילו א פשוטע גוי וואס ווענדט אפ די העצעריי ווייל ער קען די אידן.

3) ארבעטן אויפן לעגאלען פראנט קעגן די וואס פארשפרייטן האס. (דווקא שטילערהייט).
פארשפרייטן פאלשע האס איז לכאורה א קריים (און אויב נישט דארף מען א געזעץ עי עס עי פי!) וואס מ'קען יענעם מאכן טראכטן צוויי מאל. מ'דארף נישט ווארטן אויף אן אטאקע. יעדע ביסל האס איז אן אטאקע.



לגבי 2) דינגן א קאמפעני צו ריספאנדן אקעגן די העצערישע קאממענטס:
מ'קען פאר דריי דוללער א שעה אויפנעמען אפאר פיליפינאוס צו ארבעטן 24 שעה א טאג אויף דעם.
נאך זשערסי סיטי אטאקע, וואס האט מער געהאלפן קעגן האס?

כהאב געוואלט שרייבען אז מיט פוינט דריי האסטעס גענאגעלט, אבער באמת ביסטו גערעכט מיט די אנדערע צוויי פוינטס אויכט והדברים פשוטים מאוד,


ליידער גייט די געדאנקען גאנג פון אלע אונזערע 'היימישע פאלעטישנס' די זעלבע וועג פון סטיווען ווייס קעגן היטלער. ס'איז נגד התורה, און פארוועם ס'איז נישט גענוג: ''ס'ארבעט נישט אויך נישט!"!


מ'דארף דורכליינען די ווערטער פון ר' אלחנן וואסערמאן פאר מ'קומט פארטרעטן דעם ציבור (כעת איז עס: 'פאררעטן' דעם ציבור).
לעצט פאראכטן דורך פאראויס אום דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:47 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:28 pm

שפע רב האט געשריבן:נאכדעם איז דא די 'דרך' פון די תלמידים פון סטיווען ווייס וואס האט פון אמעריקע גוט 'אנגעשראקן' היטלער.

הייקינד וכת דיליה.
נאך זשערסי סיטי קומט ער גלייך צולויפן, קומט אראפ אן אגענט פאר זיין נייע 'ארג' Americans Against Antisemitism https://www.americansaa.org מיט א ווידיא קעמערע און זוכט אפיר אפאר צוהיצטע שווארצע וואס רעדן קעגן אידן** און לויפט ארום מאכן א ויצעקו אז די שווארצע האבן אונז פיינט.

גראדע, ס'געווען א שיין ביסל שווארצע שכנים וואס זענען ארויסגעקומען מיט סימפאטיע און מיטגעפיל. מ'קען ווען מאכן א קליפ ווי גענוג און נאך שווארצע שכנים זאגן ווי וואויל און גוט מיר זענען וכו'. ווי מיר לעבן צוזאמען וכו'.

וועלכע וואלט מער געהאלפן קעגן HATE?



אבער פאר ציונים לוינט זיך יעדעס ביסל אנטיסעמיטיזם אין חוץ לארץ.

----
** פון די 4 שווארצע 'אנטיסעמיטן' אויף זיין קליפ איז דא איין שווארצע פרוי וואס איז נישטאמאל דווקא אן אנטיסעמיט, זי איז געווען פראסטערירט ביזן נשמה אז איר קינד איז נאך אלס נישט אהייגעקומען (ס'איז פון שפעט נאכמיטאג אין טאג פון די אטאקע). זי פארפירט 'ווי איז מיין קינד'' ''דאס איז נישט נארמאל'' און זי לייגט צו ''בעפאר די אידן האבן דא אריינגעמופט איז דאס נישט געווען!'' ע"כ. מ'האט שוין געהערט אזוינס ווען איינער איז טיף פראסטערירט, צו בלעימען וועם ס'קומט אונטער. ס'מוז ניטאמאל זיין זי האט אונז אזוי פיינט און רואיגע אומשטענדן. אבער הייקינד האט איר ארומגעשיקט איבער די גאנצע וועלט ווי א באווייז וואספארא אנטיסעמיטן די שווארצע אין ז.ס. זענען.

זיין ווידיא האט זיכער געהאלפן. (פאר די ציוניסטישע אגענדעס). פאר אידן אין ז.ס.? פאר אידן אין אמעריקע?

ס'איז געקומען די צייט צוריקצושטופן די ציניסטישע פארטערעטער.

ווען דער ציוניסטישער קאונסעלמאן דני דאין קומט צו לויפן 'העלפן' נאך א יעדע אנטיסעמיטישע אינצידענט, גלייך ריקט ער זיך אן. קען מיר איינער העלפן פארשטיין וואספארא מעסעדש געבט דאס פאר אמעריקאנער גוים?

און נאכדעם גייען מיר -ישראלים אין אמעריקע- גייען מיר נאך וואויטן מיט א בלאק וואוט, דא אין אמעריקע און טיילמאל דעצידירן מיר גאר די אויסגאנג.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:33 pm

דער איד זאגט קלאר! דעבלאזיא, דו דארפס זאפארט גיין! הערסטע מעיאר. אראפ!
צוגעלייגטע
חצי איזרעלי חצי אמעריקען זאגט אז דעבלאזיא דארף זאפארט גיין.png
חצי איזרעלי חצי אמעריקען זאגט אז דעבלאזיא דארף זאפארט גיין.png (32.61 KiB) געזעהן 2356 מאל

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:37 pm

.
צוגעלייגטע
t.png
t.png (42.99 KiB) געזעהן 2332 מאל

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:38 pm

ליידער, מיר אליין כאפן נישט וואס דא טוט זיך. המודיע, קול מבשר, די קלאסיפיידס, פארציילן עס ווי א שיינע נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:46 pm

מען טאר נישט אריינוועילן אידישע פאליטישנס
'קאנספיראציע' אין לשה"ק ווערט אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:48 pm

shame on them! מיר דארפן נישט אידישע פארטרעטער. קאמען סענס איז אז זיי וועלן מאכן די מצב סאך ערגער לאנג ראן צוליב זייערע אינטערעסן צו ווייזן אז זיי פייטען פאר אונז, אדער זענען זיי טאקע בלינד. ליידער גייט יעדער דא האלטן אז זיי טוען גוט ווייל אונז דארפן קעמפן פאר אונזערע רעכטן. טראכט, ווילסטו זיין גערעכט טויט אדער קלוג לעבעדיג.... די ציונים זענען דען נישט געווען גערעכט מיטן באיקאטן היטלער ימ''ש? מיר דארפן אויפרייצן די שווארצע אנטקעגן אונז מער און עס פארוואנדלען און אן אונז ווס. זיי? מיר דארפן זיך מאכן שונאים ביי פאליטישאנס ווי קאומא וואס האט געהאלפן אסאך מאל און דעבלאזיא וואס האבן פרובירט צו שטופן און פארווישן די חינוך אישו ווילאנג מעגליך? אויב מען רייצט אן האס וועט דען שטרענגערע שטראפן און מער פאליציי אונז עפעס קענען העלפן? סאיז דאך בכלל נישט אידישקייט, בלויז שכל! זאל דער באשעפער אונז שיקן משיח צדקינו פאר מיר פארגרעסערן אליינס די פייער!
שויתי ה' לנגדי תמיד

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:51 pm

זיי כאפן נישט לענ"ד וואס זיי טוען. זיי מיינען גוטס. זיי טראכטן די זעלבע קלוגע וועג ווי סטיווען ווייס אקעגן היטלער. אז מ'גלייבט נישט (אדער מ'פארגעסט) אז דער אייבישטער וויל הכנעה אין גלות, קומט אריין אזא כוחי ועוצם ידי אז מ'גייט זיך נישט לאזן. נישט די דרך התורה, און נישט די דרך השכל.

ווער קען אהערברענגן פון ר' אלחנן ווסערמאן?

מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובהדורך מיגו » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:01 pm

פעיק נוז האט געשריבן:מען טאר נישט אריינוועילן אידישע פאליטישנס

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:05 pm

2020-01-09.png
2020-01-09.png (24.95 KiB) געזעהן 2157 מאל

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:07 pm

unnamed.jpg
unnamed.jpg (126.87 KiB) געזעהן 2141 מאל

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:16 pm

אפשר קען איינער שרייבן אין צוויי ווערטער וואס איז רעש און געטומעל יעצט? וואס וויל ער יעצט פון די בלאזיא?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פרייזן
שר האלף
תגובות: 1090
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 24, 2018 12:57 pm

תגובהדורך פרייזן » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:18 pm

פעלדער וויל דערמיט צוריק גוט ווערן מיט קאומא

אידישע מוח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:22 pm

וואס באדערט פאר פעלדער עפעס פונקט דיבלאזיא
פארוואס נישט קאמא אדער טראמפ ?

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:23 pm

פרייזן האט געשריבן:פעלדער וויל דערמיט צוריק גוט ווערן מיט קאומא

און אייכענשטיין מיט דיבלאזיא?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:24 pm

פאריקט!
אומאחריותדיגע דראמא און איטנשען ליבהאבערס פירן אונז אין באד אריין!

#שמחה_פעלדער_resign_now !!!
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22900
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:27 pm

אנשולדיגט, וויפיל קלאסן קינדערגארטן דארף מען גראדואירן איידערן קריגן אן ערוועלטע פאזיציע?
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:30 pm

זייער א סכנה'דיגע מהלך ה''י
ער מאכט דיבלאזיא פאר א אנטיסעמיט

אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:34 pm

מען דארף אויפשטורעמן תבל ומלואו!!
וואס פאר א חוצפה!!
דייבלאזיא איז געווען גוט צו אונז. ווי נעמט ער די חוצפה צו טון אזא פרעכע אקט?
#שמחה_פעלדער_resign_ now
צעקה בקול דממה דקה

אוועטאר
פערפלוואל
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 4:47 pm

תגובהדורך פערפלוואל » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:39 pm

farshlufen האט געשריבן:אנשולדיגט, וויפיל קלאסן קינדערגארטן דארף מען גראדואירן איידערן קריגן אן ערוועלטע פאזיציע?

0
1 מאל גראדואירן קינדערגארטן מאכט שוין אומקוואליפיצירט.

HelpMe
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 1:57 pm

תגובהדורך HelpMe » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:40 pm

פרייזן האט געשריבן:
2020-01-09.png

א חוצפה פון א היימישע ליין צו באריכטן אזא נייעס
בושה תכסה פנינו

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:41 pm

איינער זאל ביטע ארויפלייגן ווי מען קען רעדן צו פעלדער?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6646
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:46 pm

מען דארף מאכן א פרעס ריליס דורך נטרונא אז זיי רעדן נישט אין אונזער נאמען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:49 pm

מען דארף נעמען שווערע טויזענטער פעטיציעס אז ארטאדאקסישע אידן ווערן נישט פארטרעטן דורך די אלע בהמות.

עס איז בעסער אז מען טוט נישט אליין, אויב איינער קען פרעגן ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וועגן אזא געדאנק.

ר' משה דוד וועט לכאורה נישט קענען שטייט בראש צוליב זיין פאזיציע, אבער עס איז בעסער אז מען האט כאטש א שטולע רשות פון א עלטערע עסקן און רב, און מען נעמט שריט!

מיר מוזן דאס אפשטעלן!

שעם אן יו סטעיט סענעטאר פעלדער! שעם אן יו מיסטער אייכנשטיין!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:49 pm

HelpMe האט געשריבן:
פרייזן האט געשריבן:
2020-01-09.png

א חוצפה פון א היימישע ליין צו באריכטן אזא נייעס
בושה תכסה פנינו

גראדע געמאלדען זייער אומפארטייאיש און נאטורליך די נייעס,
איך פארשטיי נאר נישט די נוצען פון שרייען וואלף, רופען צו ריזיינען, ברעטשענען אז מדארף דערקלערן סטעיט אף עמערזשענסי, סהעלפט נאר אנצוזייען טעראר און שרעק ביי אונז אליין !!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט