מעשיות פון בעלעבאטישע חתונות (גמליאל)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

מעשיות פון בעלעבאטישע חתונות (גמליאל)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אין אט דעם ווינקל וועט מען נאכברענגען מעשיות פון חתונה שפענדעראציעס און אזוי אויך סוקסעס סטארי'ס. איך וואלט געקענט לייגן א קורצע קעפל מעשיות בגמליאל, אבער איך האלט נישט אז ס'איז אזוי פאסיג.

די ערשטע מעשה איז מפי ר' אליעזר קרויס:

א אינגערמאן פארציילט, אז ער האט א חבר וואס מאכט א שיינע וועידזש, אבער אויף צו חתונה מאכן יעדעס קינד אויף זיין בעלעבאטישע שטייגער האט ער שוין נישט געהאט די צוגאבליכע 100 אלפים פאר יעדן קינד. ווען ס'איז געקומען חתונה מאכן זיין דריטע קינד ער האט אים געשוינט, ווייל ער האלט נאך אינמיטן באצאלן די סעקאנד מארגעדזש צינזן חובות אויף די ערשטע צוויי חתונות, און ער קען ח"ו פארשעמט ווערן, אויב - ביי טשענס - זיין טעינעסטע וועט אין א גוטע רגע זיך בטעות א כאפ געבן אז ס'בעלבעטישט זיך נישט אזוי דארטן ווי געטראכט.
האט ער באשלאסן אז לא עת לחשות און טראץ וואס ער איז א שטארקער ביישן בטבע, איז ער געגאנגען קלעטערן זונטאג נאך צדקה אין ביהמ"ד הגדול ביי די מנינים פון פרי פארטאגס ביז נאך חצות, און געשנארט קוואדער אויף קוואדער פון רחמנים בני רחמנים וועלכע האבן צושטייער געגעבן דאס ביסן פון מויל פאר די הייליגע מצוה פון הכנסת כלה. און אזוי ארום האט ער מצליח געווען צו לייזן גאנצע פינעף הונדערט דאלער.
למעשה נאך די חתונה האט ער זיך געפילט היבש אפגעפאטשט, פרעגנדיג, וואס האט די $500 שוין דען אויפגעטאן, עס האט אויסגעצאלט א חלק פון די שבת-באווארפן מיניטשוירס....? אדער געגעבן צו לייזן איין מעטשינג סיסטער-אוו-די ברייד קליידעלע....?
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

ר' יום טוב האט געשריבן:אין אט דעם ווינקל וועט מען נאכברענגען מעשיות פון חתונה שפענדעראציעס און אזוי אויך סוקסעס סטארי'ס. איך וואלט געקענט לייגן א קורצע קעפל מעשיות בגמליאל, אבער איך האלט נישט אז ס'איז אזוי פאסיג.

די ערשטע מעשה איז מפי ר' אליעזר קרויס:

א אינגערמאן פארציילט, אז ער האט א חבר וואס מאכט א שיינע וועידזש, אבער אויף צו חתונה מאכן יעדעס קינד אויף זיין בעלעבאטישע שטייגער האט ער שוין נישט געהאט די צוגאבליכע 100 אלפים פאר יעדן קינד. ווען ס'איז געקומען חתונה מאכן זיין דריטע קינד ער האט אים געשוינט, ווייל ער האלט נאך אינמיטן באצאלן די סעקאנד מארגעדזש צינזן חובות אויף די ערשטע צוויי חתונות, און ער קען ח"ו פארשעמט ווערן, אויב - ביי טשענס - זיין טעינעסטע וועט אין א גוטע רגע זיך בטעות א כאפ געבן אז ס'בעלבעטישט זיך נישט אזוי דארטן ווי געטראכט.
האט ער באשלאסן אז לא עת לחשות און טראץ וואס ער איז א שטארקער ביישן בטבע, איז ער געגאנגען קלעטערן זונטאג נאך צדקה אין ביהמ"ד הגדול ביי די מנינים פון פרי פארטאגס ביז נאך חצות, און געשנארט קוואדער אויף קוואדער פון רחמנים בני רחמנים וועלכע האבן צושטייער געגעבן דאס ביסן פון מויל פאר די הייליגע מצוה פון הכנסת כלה. און אזוי ארום האט ער מצליח געווען צו לייזן גאנצע פינעף הונדערט דאלער.
למעשה נאך די חתונה האט ער זיך געפילט היבש אפגעפאטשט, פרעגנדיג, וואס האט די $500 שוין דען אויפגעטאן, עס האט אויסגעצאלט א חלק פון די שבת-באווארפן מיניטשוירס....? אדער געגעבן צו לייזן איין מעטשינג סיסטער-אוו-די ברייד קליידעלע....?

;l;p- :lol: נעבעך נישטא ווער ס'זאל לאכן..... מעשים בכל יום ויום ויום...........
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

ס'ארא אשכול דאס... איך האב מעשיות אויף מעשיות, איך קען שרייבן ביכער אויף גליונות אויף קונטריסים וכו' וכד' וגו' ו... שיק מיר נאר אביסל צייט.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

הנגיד ר' יואל עפשטיין:

אמאל איז ארויפגעקומען צו אים עמיצער מיט א היציגע ויצעקו נאך געלט פאר א חתונה וואס קומט פאר מארגן נאכט, און עס איז נעבאך ממש נישטא מיט וואס צו גיין צום טיש. פארשטייט זיך אז מ'האט זיך ווארעם אנגערופן. צומארגנס זייענדיג אויף די חתונה איז ער שאקירט געווארן זעענדיג א באלעבאטישע חתונה מיט א דריי מאן בענד און אלע קלאפער געצייג. ער האט נישט געקענט באגרייפן וויאזוי ער זעלבסט ביי זיין קינד'ס חתונה האט זיך געקענט באגנוגן מיט אן איין מאן באנד, און דא מוז מען באראבעווען די שטאט און זיך מבזה זיין מיטן ציהל זיך 'אהערצושטעלן'.

נאכנישט פערטיג. נאך די חתונה איז מען נאכאמאל געקומען צו אים פון ביידע צדדים אז מען איז נאך שולדיג געבליבן שווערע געלטער וואס גוטע אידן האבן אויסגעלייגט......
(מאמענט)  
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

און יעצט א סוקסעס סטארי.

א איד פארציילט מיר היינט אין שול:
זייענדיג ביי א חתונה די פארגאנגענע וואך האט מען הארט נאכן ענדיגן דעם ערשטן טאנץ אויסגערופן אויפן מייקראפאן בהאי לישנא: "די כלה ווערט געבעטן אריינצוקומען צום בענטשן, נאכן בענטשן גייט מען ווייטער טאנצן".
ער האט געמיינט אז ס'א פרישע וויץ לצנות-טרענד בערך ווי ס'פלעגט זיין  "קאר פלעיט נאמבער ... בלאקט די סיידוואלק, פאליציי בלא בלא" אדער "ווער עס האט פארלוירן א אינגל/ ברעיסלעט זאל אים קומען אפנעמען ביי די מוזיק" אדער "שטעלט זיך א מנין מעריב דא דרויסן פון זאל".....

ווי פארווינדערט איז ער אבער געווארן ווען ביז געציילטע סעקונדן האט זיך די כלה באוויזן צום בענטשן!#כח היחיד
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

סאיז דא קהילות וואס מבענטש פארן טאנצן.
אוועטאר
מענטשאלע
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטשאלע »

צווייפעל האט געשריבן:סאיז דא קהילות וואס מבענטש פארן טאנצן.

אין ירושלים איז עס זייער נארמאל.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

בענטשן פריה איז על פי שלחן ערוך. גארנישט מיט שפארן אדער כח היחיד.

#כח השלחן ערוך.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

צווייפעל האט געשריבן:סאיז דא קהילות וואס מבענטש פארן טאנצן.

לכאורה גאר וויכטיג הלכה'דיג. ואולי טעיתי כדלהלן.

דער אמת איז אז איך בין גוט צומישט, און איך ווייס נישט בין ימיני לשמאלי בדבר זה.

איינער וואס וויל טרינקען אינמיטן סעודה, ברענגט דער מחבר (סי' קע"ד סעיף ז) צוויי דעות אויב עס ווערט נפטר מיט'ן ברכה אויפ'ן פת, "והרוצה להסתלק מן הספק ישב קודם הנטילה במקום סעודתו, ויברך על דעת לשתות בתוך סעודתו" פארשטייט זיך מ'רעדט פון פחות מרביעית, אלס די שאלה פון א ברכה אחרונה, (מג"א, ויעוי' בטו"ז אות ט, ועיין מחצה"ש בשם ספר פלאים דפחות מרביעית לאו דוקא, אלא צריך פחות מכזית..... יא, דער קלענסטע שיעור כזית, ח"ו לא ליכנס לידי ספק ברכות ).
דער רמ"א שרייבט אבער "והמנהג כסברא הראשונה", אז מ'פירט זיך נישט אזוי.
מג"א ברענגט אן עצה פון "שיתן לאחר שאינו אוכל לברך, ויתכון לפוטרו", איז לכאורה משמע אז מ'דארף זיך יא אזוי צו פירן.

דאס איז אלס ביי פשוטער סעודות קטנות, פרישטיג אדער א פשוטער נאכטמאל.

סעודות גדולות איז שוין גאנץ אן אנדערע מעשה.
כתב הרב"י בשם ספר אהל מועד, אודות אם שח אחר הסעודה, אז אין השתי'ה מחמת האכילה, וכמו"כ איז דאך פשוט ווען מ'טאנצט, און מ'טרינקט, האט עס דאך גארנישט מיט'ן סעודה, והאיך יפטר מברכה.

האב איך געטראכט אז טרינקן וויין וואלט געווען א גוטע עצה, אבער מוז עס זיין קבע על היין דוקא? ומה שיעור קבע על היין?

יצויין עוד, יין פוטר כל מיני משקין, אויב דער יין איז לפני הסעודה, ווערט דען שאר משקין הבא מחמת שיחה או ריקוד (ולא מחמת הסעודה, בו בזמן וואס די יין איז יא געווען מחמת סעודה) פטור? אפילו אויב יא, וואס איז מיט א ברכה אחרונה? יעויין פרמ"ג קע"ד א"א ט אז יין ווערט נפטר מכח ברכת המזון אבער משקין שנפטר מכח היין, נישט.

שוין, אפשר וועל איך דארפן לערנען צו וויסען. יעצט ווייס איך נישט.
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

ביי מיין חתונה נישט מער געדאכט האט מען אזוי געטון וועגן הלכה אויס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א מענעדזשער פון א בעלבעטישע חתונה זאל אין וומ"ס דערציילט:

ביי אונזער זאל מאכן חתונה עפ"י רוב (כמו) בעלבעטישע אידן. די לעצטע פאר וואכן ביי די חתונות הערט מען פון די באטייליגטע ווי זיי שמועסן צווישן זיך אונטערן מחותן'ס רוקן אזעלכע קאמענטארן ווי: "גמלי - סענייעס..."  "מ'האמיר דא  גמליאל לייוו" און ביי יעדע רייסערישע זאך ווי די מוזיק בענד אדער ריפ-סטעיק הערט זיך ברומען הממ... גמליאל ראצעך שיין אהערגעשטעלט......פש...

און טראץ וואס עס איז למעשה דא עכטע עשירים וואס מאכן דארט חתונה, איז עס געווארן עפעס אזא וויץ אויף זייער חשבון. סתם בזיונות, זיי זענען דאך גארנישט שולדיג אז זיי האבן געלט....
אוועטאר
ציגעלע
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm
לאקאציע: אין טור גארטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגעלע »

ר' יום טוב האט געשריבן:און יעצט א סוקסעס סטארי.

א איד פארציילט מיר היינט אין שול:
זייענדיג ביי א חתונה די פארגאנגענע וואך האט מען הארט נאכן ענדיגן דעם ערשטן טאנץ אויסגערופן אויפן מייקראפאן בהאי לישנא: "די כלה ווערט געבעטן אריינצוקומען צום בענטשן, נאכן בענטשן גייט מען ווייטער טאנצן".
ער האט געמיינט אז ס'א פרישע וויץ לצנות-טרענד בערך ווי ס'פלעגט זיין  "קאר פלעיט נאמבער ... בלאקט די סיידוואלק, פאליציי בלא בלא" אדער "ווער עס האט פארלוירן א אינגל/ ברעיסלעט זאל אים קומען אפנעמען ביי די מוזיק" אדער "שטעלט זיך א מנין מעריב דא דרויסן פון זאל".....

ווי פארווינדערט איז ער אבער געווארן ווען ביז געציילטע סעקונדן האט זיך די כלה באוויזן צום בענטשן!#כח היחיד

וואס איז די אויפטוה?
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1635
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ספרים שטוב האט געשריבן:ס'ארא אשכול דאס... איך האב מעשיות אויף מעשיות, איך קען שרייבן ביכער אויף גליונות אויף קונטריסים וכו' וכד' וגו' ו... שיק מיר נאר אביסל צייט.

גא"מ, אחד מני אלף, ביי מיין געגענט שוהל האט מען געמאכט אן עמרעדזשענסי קאמפיין פאר א חשוב'ער כלי קודש וואס אין פרוטה לפורטה. איך האב מיך אנגעשטרענגט און געגעבן א שיינעם סכום. גייט נישט דורך אפאר וואכן, און איך באקום אן אינוויטעשן צו דעם חתונה. איך האב מיט דעם יוד גארנישט, אויסער וואס איך וואוין 'וויטהין' די מייל פון זיין הויז. עפשער בינעך סענסעטיוו, אבער איך פאר מיר האט די אינוויטעשין געפילט ווי א הילכיגע פראסק אין פנים. איך וואלט ענדערש מיט געקויפט א דעיניש מיט די צווי טולער.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

די נושא קען מען שרייבן און שרייבן
נאר, כ'זאג דאס וואס הרה"ח ר' משה דוד פערענץ נ"י האט געזאגט אויפן ק"מ אינטערוויאו, "פירן א גראסערי איז א גוטע אפציע אויסציארבעטן מדת הסבלנות...."
והוא הדין הכא
כ'האב אסאך אזעלעכע מעשיות...
אבער, ס'רעגט דעך מיך אזוינס אויף...., און מען מוז דאך אמאל ארבעטן אויף סבלנות...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א מחותן דערציילט:
איך האב ב"ה א שידוך געטון מיט מיין זון צו א משפחה פון די מרחקים, וואס דעריבער איז נישט שייך געווען צו גיין דורך די לאקאלע חתונה מאל פעקעדזשעס, און די געציילטע זאכן וואס מ'האט געדארפט ווי די מתנות האט מען איינגעקויפט אין די געווענליכע געשעפטן.
ווען אונז זענען געגאנגען קויפן די כלה זייגער אין א דזשולערי געשעפט, האבן מיר צוערשט געקוקט די גאלדענע דיימאנט זייגער'ס, אבער ס'נישט געווען קיין שיינע זייגערס פאר די פרייז וואס איך האב געהאלטן ביים באצאלן (ביז $2,500) די face איז געווען צו קליינטשיג, אדער איז דאס געווען בלויז 10 קערעט. אינמיטן איז מיינע אויגן געפאלן אויף א באזונדערע דיספלעי ווי עס ליגן די טייערע ברענד נעים זייגערס, און איך צייג אן אויפן שענסטן צויבער שטיקל דארט "וויפיל איז דאס?" 'עלעף הונדערט' איז געווען די ענטפער. טראץ וואס דאס איז טאקע נישט קיין גאלד, האט עס אבער דיימאנטן אריינגעשטעלט, און צייגט 10 מאל אויגפארכאפנד און איז פיל מער דויערהאפטיג ווי די היימיש פאבריצירטע כינעזער 1000% מארק-אפ זייגערלעך וואס איז אומבאקוועם, צוברעכט זיך ביז א יאר, און איז מער נישט אין סטייל נאך צוויי יאר.
די פארקויפערין האט אפנהארציג געזאגט, אז זייער אסאך פון די קליינע פראצענט מחותנים וואס גייען נישט מיט די חתונה מאלל, קויפן לעצטנס דוקא די זייגער אדער ענליכס, אפילו די מער פארמעגליכע, ווייל עס האט ביי זיי פיל מער וועליו ווי א איינגעשרומפענע צעהן קערעט דזשאנק. 
ביז אהער פונעם מחותן.

יעצט איינער ווייסט נאך פארוואס די מאלס פארקויפן נאך די גאלדענע כלה זייגערס אין די פעקעדזשעס? מילא אין די פרימיום פעקעדזש, אבער אין די ביליגערע עפארדעבל פעקעדזשעס וואס איז געאייגט פאר אידן וואס דארפן נאך באצאלן די לעקטער ביל, צו וואס מוז דארט קומען א עקספענס פון טויזנטער דאלארן אין צייט וואס קיינער דארף עס אפילו נישט?
און וואס ליגט באמת אונטער די באשלוס צו עלימינירן ברעיסלעט'ס וואס דאס איז מער/ווייניגער ווערט די געלט, אבער ווייטער פארקויפן די זייגער'ס, א היימיש ערפינדענער פראדוקט וואס איז נישט ווערט קיין דריטל ווי די פרייז וואס מ'צאלט?
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

ר' יום טוב האט געשריבן:א מחותן דערציילט:

מיין רביצין זאגט לאנג אז מען דארף געבן א שיינע ברענד נעים זייגער נישט גאלד, און נישט אוועקנעמען די ברעיסלעט.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

Goodmorning האט געשריבן:

איך האב גראדע געהערט פון די סאטמארע עסקנים, אז די דיינים האבן געהייסן געבן עכט גאלד וועגן עס זאל נישט זיין קיין שאלה בענין הוצאה בשבת.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6975
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

און די אנדערע תכשיטים?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

א אנדערע תכשיט איז א תכשיט סיי וויאזוי, משא"כ א זייגער וואס ווערט אויך גענוצט פאר א זייגער הייסט לויט טייל דיעות נישט קיין תכשיט נאר אויב עס איז עכט גאלד
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”