מיינע מעשיות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 4:39 pm

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

"באשעפער העלף מיר, ווען גייט מיר שוין זיין גוט".

אליעזר האט דעם צעטיל אריינגעשטופט ביי זיך אין בערזעל צווישן די הונדערטערס.

אליעזר פארגעסט פון דעם גאנצן צעטיל, יאגט זיך אהיים עסן עפעס וכו', און יאגט זיך צוריק צום לערנען אין ביהמ"ד מיט זיין חברותא אני הקטן (בדמיוני).

"דו האסט אפשר צו קראכן א הונדערטער" פרעגט איך אים.

אליעזר שטעקט אריין זיין הענט אין טאש, נעמט ארויס זיין בערזעל, וויל מיך געבן פינף צוואנציגערס, און אליעזר באמערקט דעם צעטיל.

"איך האב דאס געטראפן היינט, איך ווייס נישט פונקטליך פארוואס איך ווייז דיר עס" שטרעקט ער מיר אויס דעם צעטיל.

איך זעה דעם צעטיל און איך ליין עס אפ: באשעפער העלף מיר, ווען גייט מיר שוין זיין גוט. דאס איז א קינדערישע שריפט. איך ווייס נישט פארוואס, אבער מיין דמיון האט מיך באלד געזאגט: דאס האט דער קינד געשריבן.

איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון מיט מיין דמיון. זאג מיר פארוואס האט עס פונקט יענע קינד געשריבן? "נע, לאדיך אפ" האב איך עס פרובירט אפצואווענדן. "ווייל דו ווייסט פונקט פון עפעס א קינד וואס וואלט געוואלט אז ס'זאל אים גיין גוט, מוז זיין אז פונקט ער האט עס געשריבן?

"ווילסט מיר געבן דעם צעטיל" פרעג איך אים.

"ניין, איך דארף עס."

"וואס גייסטו טון דערמיט?"

"און וואס גייסטו טון דערמיט?"

דער אמת איז, איך האב אליין נישט געוואוסט וואס איך גיי טון דערמיט. איך האב געשפירט אז טאמער ס'וועט זיין אין מיין באזיץ וועט שוין עפעס ווערן דערפון.

מ'האמיר אנגעהויבן לערנען דארט וואו מיר האבן געהאלטן נעכטן. מיינע געדאנקען האבן זיך צעטיילט אין צוויי. איין חלק האט פראצעסירט די גמ' רש"י תוספות, אבער די אנדערע חלק איז געווארן פארנומען מיט א אינערליכער דיאלאג. "א קינד אליין מיט זיין ווייטאג, השי"ת העלף אים שוין", "פארוואס קען איך נישט דערשפירן דעם אמת, פארוואס מוז איך לעבן אין דמיון, פארוואס מוז איך אלעס צאמשטעלן צו איין נקודה", "אבער אפשר האט ער עס יא געשריבן", "אבער זעהסט דאך אז ס'שטערט דיך", "אבער ווער האט עס געקענט שרייבן?", "וואס א חילוק, בזכות התורה וועט דער אייבערשטער העלפן יעדעם". "אבער אפשר דארף איך אים בעטן אז ער זאל מיר עס געבן?", "נע, לאז אפ", "וואס לאז אפ, ער האט עס געשריבן! איך גיי אים בעטן אז איך וויל עס נאכאמאל זעהן".

איך: לאמיר נאכאמאל זעהן דעם צעטיל...

ער: וואס ביסטו משוגע געווארן פארדעם?

א: געמער עס.

ע: א נארישע צעטיל. איך וויל עס האלטן ביי מיר, ווייל איך מיין אז איך ווייס ווער ס'האט געשריבן. און איך וויל עס אים צוריקגעבן.

א: אקעי, יעצט לאמיר ענדיגן לערנען. און נאכן לערנען וויל איך דיר עפעס פרעגן.

נאכן לערנען רופט ער זיך אן צו מיר: דו קענסט מיר זאגן וואס ס'גייט פאר מיט דיר?

איך האב איך אים נישט געוואלט זאגן מיין דמיון, דערפאר בין איך געבליבן שטיל. א שטילע מינוט איז דורכגעגאנגען...

א: זאג מיר וואס דו ווייסט.

ע: איך ווייס גארנישט. הער אויס, איך וואלט דעם צעטיל שוין לאנג אוועקגעווארפן, נאר ווייל איך ווייס אז דאס האט א קינד געשריבן, וויל איך געבן א קוק אויפן קינד צו זעהן צו אלעס איז מסודר מיט אים. דאס אלעס. מיט די צעטיל קען איך אפשר אנהייבן א שמועס מיט אים, און אים פרעגן צו אלעס איז גוט. אדער ווער זיין טאטע איז, און אזוי ווייטער. אבער דו, פארוואס דארפסטו עס?

א: איך בין אויך נייגעריג...

***

אודרו דיקני שטייט איבערגעבויגן אויף דעם דיקן פריש אפגעשניטענעם שטאם. ווען טראפן שווייס גיסן זיך אראפ פון זיין שטערן, "דא וועל איך איבערלאזן אביסל פלייש פונעם שטאם" האט ער גערעדט צו זיך, "אזוי קוקט עס מיר אויס וועט זיך אויספעלן אז ס'זאל ווערן א באקוועמען בענקל"

אודרו שארט מיט זיין פיס די אלע אראפגעפאלענע פארוועלקטע בלעטער, ביז עס זעהט זיך די בלויזער ווייעכער ערד. "דא וועל איך זיצן יעדן טאג און טראכטן" מיט א גרייטקייט צו נעמען שריט. "איך מוז מיך ארויסזעהן פון דעם". אין אודרו'ס קאפ לויפן אדורך פון ווען ער האט אנגעהויבן צו פלאנירן דעם ביזנעס, ביזן היינטיגן טאג. "וואס עס איז אלץ אדורך אויף מיר. פארוואס גייט עס נישט. איך האב דאך געהאנדלט מיט אזויפיל קאפ, אזויפיל פלאנירט, אזויפיל אויסגערעכנט, און אלעס האט געשטומט, איך האב דאך דאס געלערנט אין סקול, וויאזוי איז געשעהן אז איך האלט היינט דא"

"דא וועל איך מיך אוועקזעצן יעדן טאג, אויף דעם פלאץ וועט געבוירן ווערן מיין ווענדונג".

די זוהן האלט שוין ביים אונטערגיין, די הימל איז אראנדש, א פרישע שטראם פון ענערגיע פליסט אריין אין זיינע אדערן. "איך מוז צוריקמאכן מיין געלט. ווי קען איך לאזן אז מיין געלט זאל גיין לאיבוד. און ס'איז נישט נאר מיין געלט, ס'איז מיין צייט, מיינע פלענער" "אודרו וואס איז מיט דיר געשעהן, קוק דיך אן, וואס איז געווארן פון דיינע חלומות צו זיין פון די גרעסטע אין דעם ליין" "איך קען דאס נישט צולאזן".

והשם הטוב יעזור
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג פאברואר 10, 2020 5:07 pm

ווי ואונדערליך איז די כח פון א געשריבענע ווארט!!

איך בין געקומען דא אויף אייוועלט מיט א כוונה איינצוזינקן אין מיינע חשבות שוין לאנג וואס איך האב נישט ''געטראכט'' ווי עס דארף צו זיין, איך האב געזוכט נשמה'ס תגובות ומצאתי את שאהבה נפשי, זיי'זשע ממשיך נשמה ביטע!
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5308
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג פאברואר 11, 2020 2:43 pm

בעזרת השם יתברך עושה שמים וארץ

אודרו זעהט פאר זיך דעם גרויסן בוים. "אלעס האב איך געלערנט אין סקול" טראכט ער צו זיך. "אפילו צו קענען וויסן וועלכע בוים איז גוט פאר וועלכע מעביל. אבער וואס איז מיר געבליבן פון די גאנצע זאך?". "באמת האב איך אלעמאל ענדערש געוואלט אויס'חשבונ'ן וויאזוי ארויפצוקריכן אויפן בוים, אדער אפשר בויען דערויף א הייזקע, ווי בלויז זיצן, פארשטיין, זיך דערגרינטעווען, און ארויסהאבן. אפשר וואלט איך געדארפט מער לערנען וויאזוי ביזנעס ארבעט. אודרו אפשר האסט נישט גענוג געטראכט" האלט ער זיך פאר.

"אודרו געב א קוק" דערמאנט ער זיך ווי זיין לערער זאגט אים "די וועלט איז אפן פאר דיר. דו קענסט אריינגיין אין אינדשענירונג, און אין אינדשענירונג אליין איז דא אזויפיל זאכן וואס דו קענסט טון, די וועלט דארף אינדשענירונג... אודרו דו האסט א גוטן קאפ, אין וואס דו וועסטעך אריינלייגן האסטו אסאך פאטענציאל צו מצליח זיין. און דו מוזט נישט אריינגיין דוקא אין אינדשענירונג, אפילו אויב דו גייסט אריין אין 'פלאנצונגען' האסטו אויך גאנץ גוטע פאטענציאל.

קוק ארום אין דיין פלאץ וואו דו גייסט וואוינען, וועסטו גראד מערקן אז מענטשן האבן ליב איינעם וואס קען זיך אויס מיט איינפלאנצן. זיי דארפן איינער זאל זיי איבערפרישן דעם גאנצן אריינגאנג מיט הערליכע בלומען און ביימעלעך. מ'קען מאכן אסאך געלט דערפון. אודרו די וועלט איז אפן פאר דיר. דו דארפסט נאר וויסן וואס דו ווילסט."

"אבער איך האב נישט געהאט צופיל געדולד צו טראכטן, און זיך לערנען" אנערקענט אודרו דעם אמת. אראפלאזנדיג זיין קאפ.

"געדענקסט ווען איך האב געטראפן מישני". טראכט ער ווייטער צו זיך, "און ער האט מיר געזאגט: אודרו לאמיר זיך אריינלייגן אין פלאנצונגען"

אודרו: איך האב אבער נישט צופיל געפיל צו פלאנצונגען. איך וויל מיך ענדערש אריינלייגן אויפצוקומען מיט א נייע ביליגע אופן וויאזוי צו בויען שטארקע שיינע הייזער. אדער קארן. איך האב נישט אזא געפיל צו פלאנצונגען.

מישני: איך האב די געפיל. דו וועסט דיך אריינלייגן דאס צו פארשטיין, שטודירן, און וויאזוי מ'פלאנצט זיי, און איך וועל דיך ווייזן די שיינקייט דערפון.

אודרו, געדענקסט נאך די עמעזאן דשאנגעל? מישני האט מער געוואלט באטראכטן די פארשידענע פלאנצוגען און הנאה האבן פון זיי. wow! פלעגט ער קוקן מיט וואונדער. און איך האב אים געזאגט 'מישני נישטא קיין צייט פארדעם, מיר דארפן זיך נעמען צו די עבודה'.

מישני האט נאר ליב געהאט צו גיין באזוכן אינטערעסאנטע איינגעפלאנצטע פלעצער. געפארן דא, געפארן דארט. אלעמאל פלעגט ער מיר זאגן: אודרו מ'דארף עס גוט ארויסהאבן. דו דארפסט זעהן וואס ס'מיינט א איינגעפלאנצטער פלאץ. דו דארפסט עס שפירן. דו דארפסט דארט זיין. און איך האב מיך געלאזט פון אים.

מיר האבן באזוכט צענדליגער אויב נישט הונדערטער פלעצער איבער די וועלט. און איך האב געשפירט ווי מיין קאסע ווערט ליידיגער און ליידיגער. מישני פלעגט מיר אלץ זאגן "וועסט זעהן אז מ'וועט נאך צוריקמאכן דאס געלט. וויאזוי קענען מיר ווערן די גרעסטע אין דעם ליין, אויב מיר באזוכן נישט די גרעסטע אין דעם ליין?" פלעגט ער אויספירן מיט פאטוס.

מיר האבן געמאכט אפוינטמענטס ביי די גרעסטע חברה וואס טוען דערין. מישני פלעגט אלעמאל אריינקומען מיט א ריזיגן שמייכל. ער האט שוין געזעהן דאס געלט, נאך סך איידער מ'האט אפילו אנגעהויבן. מיר פלעגן באטראכטן די אייגנ-געמאכטע קונצליכע וואסער פעלער. די ביימעלעך ארום. און איך האב נאר געוואלט זיך נעמען צו די עבודה. אבער ער ווי עס קוקט אויס איז ער מער געווען פארנומען ארויסצוהאבן די שענסטע אופנים וויאזוי מ'קען אהערשטעלן א שטיקל לאנד. און אלעס איז געקומען פון מיין געלט.

די זוהן איז שוין פונלאנג אונטערגעגאנגען. אודרו האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן צוריק גיין צו זיין הויז. "און ווען מיין קאסע איז שוין געווען אינגאנצן ליידיג" האב ער ווייטער געשפינט די מעשה "האב איך געזאגט 'מישני געענדיגט, מיר דארפן אנהייבן טון למעשה' ". מיר האבן אדווערטייזט, מער מענטשן פלעגן רופן און זאגן אז זיי וועלן צוריקרופן ווי מענטשן וואס זענען באמת געווען אינטערעסירט. מיר האבן גראדע געמאכט דא און דארט אפאר דאלער. אבער למעשה קוקט נישט אויס ווי ס'וועט עפעס ווערן דערפון.

א מחשבה איז אים אריין אין קאפ "אודרו, אפשר טראגסטו דיך אן צו מאכן א הערליכע פאר דשאבס פאר אומזיסט, מענטשן וועלן עס זעהן, און זאכן וועלן זיך אנהייבן רירן" דעם געדאנק איז אים זייער געפאָלן.

והשם הטוב יעזור.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיפקא און 7 געסט