א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

די אחראים: יאנאש,אחראי

אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

א געווארענע איז ערגער ווי א געבוירענע - סיפור מעשה נס חנוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

עמיר גיין פתיחה צו דערציילען די מעשה פון חנוכה. ע"פ רוב וועט דאס זיין געבויט אויף דעם שמועס פון ר' אביגדור מילער זצ"ל.

https://drive.google.com/file/d/0B2B_k6 ... sp=sharing

עס איז צום באמערקן, אז דאס איז בעצם א קיצור, און לאזט אויס לאנגע תקופות, אבער כדי מען זאל קודם כאפן די 'נפש' פון די מעשה, עמיר גיין מיט דעם. אי"ה ביים צווייטן מהדורה וועט מען אנפילען די לעכער.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 1:22 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

חלק א' - אזוי רעדט מען צו א שליח פון קייזער???!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

‘הויעך געשעצטער קייזער תלמי, איך וואלט געוואלט אריינברענגען אסאאאך געלט צו די אוצרות פונעם קייזער. דאס אויסצופירן, זאל דער קייזער מיך באשטימען אלס מוכס, און מיר געבן די רשות צו איינמאנען די שטייערן פון יהודה און אסיריע. און אויב דער קייזער האט ביז יעצט פארדינט צען טויזענט שטיקער גאלד פון דעם ראיאן, נעם איך מיר אונטער צו ברענגען צען מאל אזויפיל! הונדערט טויזענט שטיקער גאלד א יאר! אזוי ווי עס פאסט פאר דעם קייזער. ס"ה וואס איך איך דארף איז קליינע מחנה פון סאלדאטן וואס זאלן מיר ארויסהעלפן, און איך וועל שוין קער נעמען פון די איבריגע’ פירט אויס יוסף בן טובי' מיט אן הכנעה'דיגער שמייכל אויף די ליפן.

‘שיין פון דיר’ זאגט דער גריכישע קייזער פון מצרים, ‘נעם זיך שוין צו די ארבעט, ביז א יאר וויל איך דיר זעהן צוריק דא מיט די הונדערט טויזענט שטיקער גאלד.’ א שמייכל באווייזט זיך אויף זיינע ליפן בשעת וואס אין זיין קאפ זעהט ער שוין די בארג פון גאלד שטיקער.
(תלמי איז געווען א יווני וואס האט גע'ירש'נט מצרים מיט די ארומיגע שטחים פון אלכסנדר מוקדון, זינט דאן איז מצרים געווארן א גריכישע מצרים)

‘אפטילמוס!' רופט זיך דער קייזער גוט-מוטיג אהן 'גיב אים שוין א גרופע פון הונדערט רייטער זאלן אים ארויסהעלפן’

‘צום באפעל’ ענטפערט דער גענעראל אפטילמוס.

אפטילמוס שמעקט שוין לויט די אומשטענדן, וואסערע סארט סאלדאטן עס פאדערט זיך פאר דעם דזשאב, ער רופט צוזאם די הונדערט גרעסטע אכזרים פון זיין ארמיי. ‘גייטס מיט דעם יוד און העלפטס אים ארויס. פון יעצט און ווייטער איז ער ענקער גענעראל, וואס ער הייסט דארפן ענק פאלגן אהן קיין מעשיות’

‘צום באפעל!’ הערט זיך די קולות פון די צענדליגע סאלדאטן וואס קענען קוים ווארטן אויף אביסל 'עקשען'.

יוסף בן טובי', וועם מיר וועלן רופן 'יאס' פון יעצט און ווייטער, צוליב זיין מאדערנע שטעלע, זעצט זיך פרייליך ארויף אויף זיין פערד, גיבט זיך א קלאפ אין רוקן, און א גלעט אויף זיין קראצעדיגע בארד, און ווייזט פאר 'זיינע' סאלדאטן זיך צאמצוקומען. ‘הערטס אויס אלע’ שרייט ער אויס הויך, ‘פון היינט און ווייטער וועט עטס זיין רייך, גענוג געווען מיט די צייטן וואס עטס האט נאר געגעסן און אנגעטוהן וואס מען האט ענק געגעבן, פון היינט און ווייטער, ווען עטס קומטס אהן אין א שטאט, קענטס עטס נעמען וואס אייער הארץ גלוסט נאר, אלעס געהערט דאך סייווי פאר דעם הויעכגעשעצטן קייזער. די איינציגסטע זאך וואס איר דארפט טוהן, איז אויספירן מיינע באפעלן שנעל און פונקטליך.’
‘ארויף אויף די פערדן, און לאמיר זיך לאזן אין וועג צו יפו און אשכלון, די צוויי גרויסע שטעט פון די פלשתים. געגאנגן.’
די גרופע לאזט זיך ארויס אויפן וועג, ווען די רייץ פון געלט, שפיגלט אין זייער אויגן, און די שמעק פון בלוט דערקענט זיך אויף זייער רויטע אנגעפאשעטע בעקעלעך.

עס איז א גרינעם דינסטאג אין דעם גוי'שע שטאט יפו, די מארק ווירבלט מיט קויפער און פארקויפער, דא אויף די רעכטע זייט שטייט אדליו די רייכער פעל סוחר, און זוכט צו מאכן א גוטן סעיל. עפעס היינט קומען נאר שנארערס און מארק, זיין קלייענטעל שלאפט עפעס היינט זייער געמיטלעך קוקט אויס. קעגן איבער געפונט זיך די אלמנה שאכדיף, און פארקויפט זעמלעך, ‘זייער ביליג, גוטע סחורה. זייער ביליג, פרישע זעמלעך’ שרייט זי אהן אויפהער מיט איר הייזעריגע שטומע. פון אונטן שטייט א היימלאזער זיבן יעריגס וואס ווארט קוים אז זי זאל זיך פארקוקן אויף א סקונדע ער זאל קענען לקח'נען א זעמל צו שטילן זיין הונגער.

פלוצלינג הערט מען די קול פון א מחנה פערד זיך דערנענטערן פון דערווייטענס, דערוילעם וועקט זיך אויף, מען ווארט אויף עפעס פריש צו ברעכן דעם טאג טעגליכן סדר. די לעצטע מאל עס איז געווען עפעס נייעס אין שטעטל איז געווען גאנצע צוואנציג חדשים צוריק, ווען דער אלטע שופט מלל האט אפגע'פגר'ט און מען האט געפראוועט א צערעמאניע צו אויפנעמען בגקטיל אלס נייע שופט. אלע פירערס פון יפו, אלל, טיחם, קיבלם און נאך, האבן זיך באטייליגט ביים צערעמאניע. עס איז געווען געשמאק. אבער זינט דאן איז יעדן טאג געווען די זעלבע, קיין שום נייעס. יעצט אז א גרויסע מחנה פערד קומען צו רייטן, וועט דאך זיכער זיין פרישע נייעס. געשמאק.

עס דויערט נישט לאנג, און די פרישע נייעס קומט טאקע אהן, א מחנה מיליטערלייט און שפיץ פון א מאדערנע יודל. העכטס אינטערסאנט! די נייעס ברענגערס שארן זיך צו נענטער מיט אנגעשפיצטע אויערן. זיי זענען שוין נמאס פון איבערקייען איר אלטע נייעס. אדליו דער פעל סוחר וועט אבער נישט פארפאסן די געלעגענהייט, ער שפרייזט צו מיט א די געמאכטע זעלבסט זיכערקייט פון א געניטע סעילסמאן, און אפערט זיינע סחורה צו יאס.

'אה, עס געפעלט מיר טאקע דיין סחורה.'
'סאלדאטן, קלויבטס ענק אויס די בעסטע און שענסטע, נישט קיין חילוק די פרייז. איך וויל עטס זאלטס האבן די בעסטע וואס איז נאר שייך!'
אדליו קען זיך קוים איינהאלטן פון שמייכלן אויף זיין גוטן מזל, ער שיקט שנעל זיין שיק-יונגל ער זאל ברענגן נאך א גאנצע וואגן מיט סחורה פון די וועירהעוז. און קוים א האלבע שעה פארקויפט ער מער ווי ער האט פארקויפט און די לעצטע צוויי יאר צוזאמען! ער קלאפט שנעל צאם די חשבון אין קאפ, און גייט צו צו יאס.
'א גרויסע שכח פאר אייער ביזנעס, די טאוטעל קומט אויס איינס מיט א האלב גאלד שטיק, ממש א מציאה! געווענליך וואלט איך געטשארדזשט כאטשיג צוויי גאלד שטיק, נאר פאר אייך, טייערע הער, גיב איך עס אייך פאר 30% אראפ!'

'דו שעמסט זיך נישט!' שרייט יאס מיט אייפער 'פונעם קעניג'ס שליח בעסטו געלט??!!! דו וואלסט געדארפט צוצאלן פאר די כבוד פון צושטעלן פעלצן פאר דעם קעניג'ס סאלדאטן, און דו בעטסט נאך געלט? פאר די חוצפה אליין, זאלסטו שוין באצאלן א גאנצע גאלד שטיק!'
אדליו ווייסט נישט צו ער זאל לאכן אדער וויינען, אבער די פנים פון יאס מאכט אים קלאר אז די מצב איז בכלל נישט פאני.
'אאאאיך איך איך, אהם אהם אהם האב געמאכט א שרעקליכן טעות, איך בעט אייך איבער, אהם..'
'בעט מיך נישט איבער, לויף שוין אין ברענג מיר א גאלד שטיק!'
'הויכגעשעצטער האר, איך האב נישט קיין גאלדשטיק. דדדא האט איר מיין געלט-זעקל מיט די גאנצע געלט וואס איך פארמאג, גלייבט מיר איך האב נישט מער'
יאס נעמט דעם געלט-זעקל, 'סאלדאטן, אראפ מיט זיין קאפ! אזוי זיך אויפצופירן צום קעניג'ס שליח?!?! אנבעליוועבעל!'
עס איז נישט דורך קיין צוויי סעקונדעס און אדליו טרעפט זיך מיט א קאפ קערצער, בשעת וואס יאס מיט זיין מחנה שפאצירן פארויס.

(אויף פיי-וועלט האט זיך דאן געטון דעבאטעס וואס די מעשה איז 'באמת' געווען, עטליכע ניקס האבן געטענה'ט אז עס קען נישט זיין אז די מעשה איז געווען אזוי, ווייל אויף די בילדער זעט מען קלאר אז די קאפ האט זיך געפונען אויף די רעכטע זייט פון די קאונטער, איז דאך א קלארע ראי' אז א צווייטער האט אפגעהאקט זיין קאפ, און נישט יאס. גאנצע פופצן אשכולות האט מען געדארפט פארמאכן און דריי ניקס האבן באקומען א חסימה...)

די מחנה קומט אהן אין צענטער פון מארק, און יאס רופט זיך אהן הויך, ' און נאמען פון קייזער זאלן די הויפטן פון יפו זאפארט אהערקומען!
דערוילעם איז גלייך געלאפן רופן בגקטיל, אלל, טיחם, קיבלם און די אנדערע חשובים. זיי האבן שוין געשפירט וואס דא גייט פאר, און מיט א געצווינגענע הכנעה שטעלן זיי זיך פאר דעם גריכיש געקליידעטע מאדערנע יודל. 'עס איז אונז אן עהרע אז דער הער קומט באזוכן אונזער שטאט. מיט וואס קענען אייערע קנעכט אייך באדינען?'
'איך בין געקומען איינקאסירן די שטייערן פון שטאט. איך באשטים אייער שטייער צו זיין הונדערט טויזענט שטיקער גאלד!'
'וווווווווואאאאאאאססססססססס? האט דער הער אפשר געמאכט א טעות און געמיינט צו זאגן הונדערט שטיקער גאלד?' רופט זיך אלל אהן שטאמלעדיגערהייט. 'מיר האבן אפילו נישט אזוי פיל געלט אין גאנץ יפו! אפילו אויב מיר ווילן, קענען מיר דאס נישט צושטעלן.'
'ניין??!! עטס קענטס נישט? סאלדאטן! שוין זאל מען הענגן די אלע ווידערשפעניגע פירערס!'
אן קיין שהיות, האבן זיך די אלע פירערס געטראפן הענגן אין דער הייעך פון א דערנעבענדיגע בוים. די שטאטס לייט שטייט ארום שאקירט און ווייסט נישט וואס צו טראכטן. וואס גייט דא פאר?

'וואס שטייט עטס ווי קלעצער? ברענגסט אהער די געלט, אבער שוין!' הערט זיך די באסאווע שטומע פון יאס.
די יפו'ער איינוואוינער האבן זיך געמאכט א חשבון, אז די פאר פירערס האט ער טאקע געקענט שטראפן, אבער וואס קען ער דען טון מיט א גאנצע שטאט. דערוילעם איז זיך צולאפן אין די הייזער, און זיך פארשטעקט ווי די מייז.

יאס מיט די סאלדאטן טרעפן זיך ווי נאראנים אין א ליידיגע מארק, אבער דאס איז בעצם געווען יאס'ס פלאן שוין פון פאראויס. ער האט געוואלט אנזייען א פחד און א שרעק אויף דעם גאנצן ראיאן, און יעצט האט ער די געלעגענהייט.
ער דרייט זיך אויס מיט זיין מיליטער צום טויער פון שטאט, ער הייסט זיינע סאלדאטן וואטשן דעם טויער אז קיינער זאל נישט ארויסגיין, און ביזדערווייל שיקט ער צען סאלדאטן זאלן נעמען פאקלען, און אונטער צינדן אלע עקן פון שטאט אז עס זאל גיין א רויעך עד לב השמים. קיינער און גארנישט זאל נישט בלייבן פון דעם שטאט. זאל יעדער וויסן אז מיט יאס שפילט מען נישט ארום.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

הערות והארות וועלן אנגענומען ווערן בתשואות חן.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4142
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

טענק יו הייקער,

ביטע צוצייכענען מקורות אויב מעגליך.

קיפעראפ פליז.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

וואף חוץ הייקען קען ער שרייבן אויך
אייזערנע טאלאנט

דא האסטו אפאר גרינע אנשטאט די גאלד שטיקלעך
;l;p- ;l;p- ;l;p-

די פייוועלט האט מיר געגעבן א עקסטערע שמייכל העל איך דיר צאלן מיט א עקסטערע גרינע ;l;p-

מיר ווארטען אויף נאך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

די רויעך שטיקט געפערליך, זיי וואס שנעלער ממשיך די מעשה, אויב נישט רוף איך אריבער יאס צו דיר..

האסט א פיינע שפראך און א געשמאקע שריפט. קיפאיטאפ!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

האלאו לאז אונז נישט אזוי מיט די צונג אינדרויסן....
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שלמה מולכו האט געשריבן:טענק יו הייקער,

ביטע צוצייכענען מקורות אויב מעגליך.

קיפעראפ פליז.


יישר, דאס קומט גראד פון דעם אנגעצייכענטעם שמועס פון ר' אביגדור מילער זצ"ל, וואס איז געווען א שטארקע היסטאריקער. איך האב אויסגעברייטערט און באפעפערט. לדוגמא, די נעמען פון די פירערס פון שטאט קומט גראד פון מיין פינגער. וכן אז עס איז בכלל געווען א פעל סוחר. איך לייג עס נאר אראפ וויזוי איך פארשטיי עס. דאס איז קלאר אז דער יעניגער האט פארברענט די שטאט יפו, אויסגעקוועטשט די דם התמצית פון אידן און גוים צוגלייך, און האט זיך אויפגעפירט ברוטאל.
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2019 5:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

מטבע פון תלמי המלך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

שכוח, דו שרייבסט עכט גוט. זיך צו באלעקן
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

חלק ב' - MS-13 גענג מאפיע פירט די רעגירונג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

אין שטאט אשכלון איז שוין אנגעקומען די נייעס פון דעם פרישן אנשיקעניש מיטן נאמען יאס, די שטאט דרייט זיך ארום פארדאגה'ט נישט וויסענדיג וואס די נעקסטע טאג וועט ברענגען.

אבער איינער אין שטעטל איז גראדע יא צופרידן, דאס איז געווען דעם אלעמען באקאנטען געריבענע סוחר מיט דעם געשליפען צינגל, כוזרוס. כוזרוס איז א גרויסע גביר, און נישט דוקא דורך די מערסטע ארענטליכע ביזנעס האנדלונגן. נישט לאנג צוריק האט ער באקומען די איינציגסטע ווייסע מצריש'ע פערד אין געגענט, נאך וואס ער האט געפעלשט א דאקומענט אז מנהק דער וועקסלער האט עס אים פארקויפט. ער האט שוין לאנג געהאט אן אויג דערויף, אבער ער האט אליינס נישט געגלייבט ווי גרינג עס וועט אים אנקומען. ער האט ס"ה געדארפט שמירן די רעדער אין געריכט, און די פסק איז ארויס אז דער פערד איז זיינס.

יעצט ווען ער הערט אז איינער זיינס גלייכן קומט צו די מאכט, נעמט ער דעם טייערן פערד, בינדט צו זיין שענסטן וואגן לאדענט עס אהן מיט כל טוב וטוב, און לאזט זיך ארויס צו באגעגענען דעם יאס.
'חשובער הער' ביקט זיך כוזרוס ביז צו דער ערד מיט א געמאכטע הכנעה, 'עס פרייט מיר דאס הארץ אז אזא געניטע מאן ווערט די מוכס פון אונזער שטאט, דער מוכס פון ביז יעצט האט געטויגט אויף כפרות. צו דעם פרייליכען צייט, האב איך געברענגט א סעודה אזאנס און אזעלעכס! דעם טייערען פערד און וואגן, מיט אלעם וואס איז אין איר איז א מתנה פאר אייער עקסעלענס.'

יאס מיט די סאלדאטן פארברענגן נישט קיין צייט, און מען זעצט זיך אכל'ן אויף אלע באקן.
בשעת וואס די שמאלץ רינט פון די ליפן, שארט זיך כוזרוס צו צו יאס 'איך וויל דיר זאגן, אז די שטאטסלייט האבן אפגעמאכט ציווישען זיך אז זיי וועלן זיך נישט צושטעלן צו דיר, זיי וועלן שרייען און וויינען אז זיי האבן נישט, הער זיי נישט אויס! דו דארפסט זיי נאר אנשרעקען דורך אויסהארגענען די אלע פאלעטישענס, שטעל מיר אלס מוכס פון שטאט, און איך וועל דיר ברענגן די גאנצע הונדערט טויזנט גאלד שטיקער'
קיין סאך האט ער נישט געדארפט ארבעטן צו קאנווינסען יאס, די מחנה מארשירט אריין אין שטאט גראד צו די סיטי-האל געביידע. אלע פירערס, דזשאדזשעס, און חשובים הענגט מען אויף אהן ארויסזאגן א ווארט. די פרויען אין קינדער פון די גאהאנגענע קומען צו לויפן און ווארפן זיך צו די ערד מיט ליאמערדיגע געשרייען און געוויינען וואס מאכט א שטיין צוגיין.

יאס קוקט מיט א רשעות'דיגער שמייכעל. זיין פלאן ארבעט. די שטאטסלייט גייען אריין אין א פאניק, נאך פאר יאס אדער כוזרוס זאגן א ווארט, לויפט יעדער ברענגן סיי וואסערע געלט ער האט נאר אין זיין באזיץ. די פאסטעך פארקויפט זיינע שאף, די וועבער זיין וועב מאשין, די סטאלער זיינע כלים, אלעס צו צושטעלן די געלט פאר יאס'ס מוכס כוזרוס. די לעבן איז מער ווערט. די בערגל געלט וואקסט פון מינוט צו מינוט. יאס נעמט די גאנצע געלט, און שטעלט כוזרוס צו אנהאלטן די פלייץ פון געלט.

כוזרוס נעמט איבער די געביידע, און מאכט עס פאר זיין פריוואטע אפיס, פון דארט שינדט ער די הויט פון אשקלונ'ס איינוואוינער, און שיקט אפ חודש'לעך די געלט צו יאס. אבער נישט געזארגט, ער ווערט נישט ארעם פון דעם געשעפט...

פון דא אין ווייטער דארף שוין יאס גארנישט ארבעטן, און יעדן שטאט ווי ער קומט אהן, לויפן שוין די שטאטסלייט ארויס פאראויס מיט זייער גאנצע האב און גוטס. יאס שטעלט אפאר רוצחים צו ווייטער אנהאלטן די פלייץ פון געלט, און גייט ווייטער.
אינדערהיים לאזט ער זיך בויען א פאלאץ אזוי גרויס ווי א שטאט. אין דעם בויט ער אפילו א שיינע סיניגאגע וואס ער באזוכט עטליכע מאל א יאר, אבער די עיקר פון דעם הויז איז זיין שאץ קאמער ווי ער ווערט העווי לאודעד מיט קעש אין די מיליאנען. די אינוועסטעמענט וואס ער האט אריינגעלייגט מיט תלמי צאלט זיך אים אויס 100,000 מאל.

יאס איז יעצט דעם דע פעקטאו פאליטישע פירער פון דעם גאנצן ראיון. דער כהן גדול, וואס פלעגט זיין דער פאליטישער פירער זייט די צייט פון שמעון הצדיק, איז דאך דער חניו, א פלאטשיגער, געלד גייציגע און א שוואכיטשקע. ער איז מאכטלאוז קעגן דעם נייעם מציאות.

די חכמים פון דור האבן דאן איינגעזעהן אז מען דארף האבן א פרישע פאזיציע וואס וועט פארפיגן אויף די היימישע עולם. מען האט געמאכט א פרישע פאסטן אין די סנהדרין, מיטן נאמען 'נשיא'. זיין דעה ווערט נישט גערעכענט ציווישען די 71 זקנים ביים פסק'נען שאלות, אבער עס איז א בכבוד'יגע פאסטן וואס יעדער גיבט כבוד און האט א ווארט אויפן ציבור יראים ושלמים. ער וועט פירן די אידענטום צוזאמען מיט דעם אב בית דין יוסי בן יוחנן איש ירושלים.

מזל טוב! מזל טוב! האסט געהערט די נייעס? דער גרויסן חכימא דיהודאי יוסי בן יועזר איש צרידה, וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין אויסטערלישע חכמה איז אויפגענומען געווארן אויף דעם פאסטן! צהלי ורוני חרדים לדבר השם אויף דעם נייען כח וואס וועט בעזהש"י צאמהאלטן דעם ערליכן ציבור און מאכן תקנות להגדיל תורה ויאדיר.

ווי מען שמועסט, האט יוסי בן יועזר אפגעמאכט זיך ארויסצולאזן פון די פאליטישע ענינים, ווייל מען קען סיי ווי נישט אויפטוהן גארנישט קעגן דעם רשע יאס וואס חנפ'ט דעם קייזער מיט בערג פון גאלד. ער וועט זיך נאר קאנצעטרירן אויף בויען די אידישקייט טראץ די רדיפות. יאריך ימים על ממלכתו!

ח"ג - ווער עס האט די מאה האט די דעה, אפ נעקסט...
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4230
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

יישר כח
ממש זיך באלעקט די פינגער...
;l;p- ;l;p-
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3936
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

הערליך שיין!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אשדוד
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 17, 2017 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשדוד »

יישר כח! הערליך, זייער הנאה געהאט און מ'ווארט אויפן קומענדיגן
אוועטאר
קוועטש
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 1:29 pm
לאקאציע: אין בית המדרש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוועטש »

;l;p-
געוואלדיג קיפ איט קאמינג
ווי ניעד מאור
ווי גרינטליכער די קוועטש איז אלס זאפטיגער איז צו קענען געניסן פון איר
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

Silent האט געשריבן:שכוח, דו שרייבסט עכט גוט. זיך צו באלעקן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

האסט גענומען א לאנגע און שווערע הייק וועלכע קאליר איז עס?
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

Kollel האט געשריבן:
Silent האט געשריבן:שכוח, דו שרייבסט עכט גוט. זיך צו באלעקן
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שקויעך פאר די שקויעך'ס. איך שרייב ווען איך האב צייט, (און אביסעל אפי' ווען איך האב נישט...) בדרך הטבע וועט דאס נישט זיין געענדיגט קאמפליט דעם יאר, אבער איך האף צו שרייבן כאטשיג נאך אפאר חלקים.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

ביים עק פון שטאט חיפה געפונט זיך א שענק, וואס איז אפען פון דריי אזייגער נאכמיטאג, ביז צווייע פארטאגס. יעצט איז פונקט חצות הלילה, אינז זעמיר אקארשט אויפגעשטאנען צו פראווען תיקון חצות, אבער איידער מיר גייען אין שוהל, לאמיר געבן א בליק אין שענק.

אט קומען מיר אהן, לאמיר געבן א בליק אין פענסטער. אה, דארט אויף די רעכטע זיין ליגן אפאר ליידאקעס אויסגעשטרעקט אויף דער ערד, נאך א לאנגע שווערע טאג פון טרונקען און זויפן. ביים טישל שטייט דארט דער מגושמ'דיגער גומפל וואס קען נעבעך נישט קיין אלף בית אפילו, און ער ציילט איבער די געלט פון די רעדזשיסטער. מען זעט אז זיין האנט איז נאך חלב'דיג פון נארוואס צולייגן אפאר ליכט אויף די הענגלייכטער.

אויף די אנדערע זייט זיצן דארט געמיטלעך צוויי חברה, און וועטן זיך אויף זייער קומענדיגער רונדע קוביא. פסול'ע עדות זענען זיי שוין מסתמא, אפילו אהן דעם וואס זיי זאלן זיין 'משחק בקובי'. ווער זענען זיי נאר? לאמיר קוקן בעסער. אה יא, ביים וואנט זיצט דער אלטער בחור צפני'. נעבעך, ער איז יתום נאך פון אלס קינד, זיין גאנץ לעבן איז געגאנגן מיט'ן פיטער אראפ, לעצטענס דרייט ער זיך דא אין שענק. מען קען אים נישט דן זיין. שיין פון אים אז ער לייגט נאך בכלל תפילין.
קעגן איבער, אויסגעדרייט צום וואנט זעהט זיך דער גראבער גענאק פון אגאפיא. בעצם איז זיין יודישער נאמען אפרים, נאר ער מיינט נעבעך אז מען וועט אים מער ארויפקוקן מיט דעם גריכישען נאמען. א רחמנות אויף אים. ער האט אויך קיינמאל נישט געלעקט קיין האניג אויף דעם וועלט.

אה, איך זעה, אז זיי רעדן עפעס, לאמיר זיך אינטערהערן.
אגאפיא: וואס זאגסטו צו יאס, ער האקט א לעבן!
צפני': נישט ממש, ער האקט יענעמס לעבן, האסט געהערט וואס ער האט געטוהן אין באר-שבע?! ער האט אויסגעהארגעט אלע עשירים פאר גארנישט און פארנישט. ער האט פלעין געוואלט זייער געלט!
נעה, איך גלייב עס נישט. זיכער האבן זיי נישט געוואלט געבן די טעקסעס וואס עס איז זיך אים געקומען. אבי מען מאכט אויף מעשיות. געדענקסט נישט אז ער איז געווען איינע פון די אמרכלים אין ביהמ"ק?
נו איז וואס? עס איז דא גענוג קאראפטעד אמרכלים. און וואס איז מיט דעם וואס ער מיט זיינע חברה האבן אנגעפאנגן נעמען מיידלעך רעכט און לינקס, אראפ פון גאס, און נעמען זיי אהיים. א שרעק!
אגאפיא, מיט א פינקעל אין זיין אויג: מיינסט עס אמת'דיג. די חברה מאכן טאקע א לעבן... אינז שפילן דא קוביא מיט אפאר פרוטות, בשעת וואס זיי באדן זיך אין גאלד. מען מיז עפעס טוהן. אמממ...
איך זעה דו פלאצט פאר קנאה, זייער גיהנום ביסטו אויך מקנא?
וואס? דו ווייסט נישט אז די גאנצע גיהנום ביזנעס איז אויפגעמאכט ביי די קאראפטעד רבנים?
וואס רעדסו שטותים?!
אזוי גאר, איך רעד שטותים? צדוק און בייתוס, די צוויי גרויסע תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו זאגן אזוי! זיי זענען ענדליך ארויסגעקומען אין פאבליק און קלאר געזאגט אז אנטיגנוס אליין האט זיי אזוי געזאגט! די גאנצע שכר/עונש קאנספיראציע האבן די קאראפטעד רבנים אויסגעזויגן פון פינגער. עס איז נישטא קיין גיהנום, נישטא קיין גן עדן, וואס מען כאפט אריין אויף די וועלט האט מען, און וואס נישט נישט. עס איז שוין דא א גאנצע מאוומענט פון זייער פאלאויערס. זיי רופן זיך צדוקים און בייתוסים. זיי לאזן זיך מער נישט דרייען די קאפ פון די רבנים. אונז קען מיר אליין אפלערנען א שטיקל חומש. אונז דארף מיר נישט זייער פארדרייטע פשטים!
אזוי גאר, איך האב נישט געוויסט אז דו קענסט אליין אפלערנען א שטיקל חומש. זאג מיר נאר, וואס שטייט אין די ערשטע פסוק אין חומש?
הער אויס, דאס איז נישט די פוינט. די פוינט איז אז עס איז נאר דא די וועלט, און אונז דארפן דאס אויסניצן צו די מעקס! ווי לאנג וועלן אונז נאך שפילן מיט אפגעריבענע קאפיקעס?
צפני': איך ווייס נישט, עפעס שמעקט נישט גוט דא.
קוק אהער, דו קענסט שמעקן וואס דו ווילסט, אבער מיר שמעקט דאס שוין איינמאל. איך גיי טוהן צו די זאך.

אוי, קוק דער אגאפיא שטעלט זיך אויף, ער גייט צו צום קאונטער, יויש איך גלייב נישט! פשוט און פראסט כאפט ער ארויס די געלט פון גומפלס הענט, און ער לויפט ארויס! איך מוז נאכגיין זעהן וואס ער גייט טוהן.

ער לויפט צום שניידער, ער וועקט אים אויף אינמיטן די נאכט. ער גיבט אים די גאנצע געלט וואס ער האט גענומען פון גומפל, אז ער זאל אים יעצט אויפנייען א גריכישע סטייל ראוב. אה איך כאפ שוין! ער וויל גיין מיטארבעטן מיט דעם רשע יאס! אייאייאיי. איך וועל מוזן כאפן א שמועס מיט אים. אבער איך ווייס נישט אויב צייט איז רייף. לאמיך איהם ווייטער נאכקוקן קודם. ער איז אריין אין שניידערס הויז. איך וועל דא ווארטן.


איך ווארט שוין דא אפאר שעה, אה, ער קומט ארויס אנגעטוהן די ראוב. ווי גייט ער יעצט? לאמיך אים נאכגיין שטילערהייט.
אה, ער איז יעצט אנגעקומען צו די הויז פון יששכר דער וויין הענדלער. ער שפרינגט איבער דעם שטיינערנעם צוים, כאפט זיך אריין אין שטאל, און קומט ארויס מיט פערד! די פערד איז א פעסטער, מיט איין שמייס שפרינגט ער איבער דעם צוים. אגאפיא לאזט זיך ארויס אין וועג!
איך וועל אים נאכפארן מיט מיין אייגענע פערד.

אה איך זעה אז אגאפיא איז נישט די איינציגסטע, אלע נידריגע עלעמענטן פון איבער גאנץ א"י קומען אהער. עס ווערט מיר גוט, די חברה גייען פירן דאס לאנד. א שרעק!

איך מוז אבער מודה זיין, יאס'נס פאלאץ איז עפעס הערליך, עס איז נאר א שאד וואס ער האט געמוזט לייגן די נארישע אפגעטער אינדרויסן. פוי אן עקל.

אקעי אם לא עכשיו אימתי. איך מוז כאפן א שמועס מיט אגאפיא.

אגאפיא! אגאפיא!
אוי, ער דרייט זיך אויס, איך ציטער..
יא?
אהם, אהם, איך האב נאר געוואלט פרעגן, וואס זוכסטו דא?

וואס הייסט וואס? פון היינט און ווייטער גיי איך האקן א לעבן. גענוג מיט די צייטן וואס יעדער האט מיר אנגעקוקט פון אויבן אראפ. איך גיי יעצט ווערן די אויפזעהער פון גאנץ חיפה! דו וועסט נאך זעהן. חנפה'נען קען איך גוט. איך וועל צוחנפה'נען יאס, און ער וועט מיר געבן חיפה.

און וואס איז מיט די אלע סטעטשוס פון די גריכישע אפגעטער, דו עקעלסט זיך נישט דערפון?

אוי יענקל, דו ביזט אזוי צוריקגעבליבן, קוים וואס איך קען דיר מסביר זיין. דו ביסט נעבעך סטאק מיט איין גאט, וואס איז אזוי בארינג. ער שלאגט זיך נישט קיינמאל, ער איז העכער פון אלע השגות, וכו' וכו'. די גריכישע געטער זענען אסאך מער פאן! (עפ"ל) קודם כל איז דא אבאנטש פון זיי, און עס טוט זיך! עס לעבט!

זעסט למשל, די גאט דא זאוס, די גאט פון הימעל דינערן און בליצן, האט געמאכט א פוטש קעגן זיין טאטע די גאט קאראנאוס, די גאט פון צייט, און דער זאוס האט צוטיילט זיין מלוכה...

אוי אגאפיא, גענוג מיט די שטותים. איין מינוט, וואס זעה איך דארט? א סטאטוא פון אנטיוכוס, די גריכישע קעניג פון סיריע? וואס איז פשט?

האסט נישט געהערט? אוי דיין פארקוועטשטע קאפ ליגט אגאנצע טאג אין ישיבה, און דו קויפסט נעבעך אלעס אפ וואס מען פיטערט דיר דארטן. עס איז דא גאנצע וועלט אינדרויסן פון די ישיבות די קאראפטער רבנים! מאך דיך אויף דיין קאפ!
תלמי האט געמאכט א פאקט מיט אנטיוכוס, און ער האט אים געשיקט זיין טאכטער פאר א ווייב.

אוי, דאס איז דאך ממש ענבי הראזשינקע בענבי האראזשינקע...
וואטש וואס דו רעדסט! איך וואלט יעצט געדארפט אראפ נעמען דיין קאפ פאר דעם!
אבער עניוועי, צוריק צו אונזער שמועס. פון היינט אין ווייטער פירט אנטיוכוס דאס לאנד צוזאמען מיט תלמי. דער יאס פארשטייט גוט צו די זאכן, ער האט גלייך זיך גענומען שמירן די רעדער אין סיריע אויך, און תיכף געלאזט רופן אינדזשענירן פון סיריע צו בויען א מעכטיגע סטאטוע פון אנטיוכוס. אזוי אויך שיקט ער אים מתנות און געלט, פונקט ווי ער שיקט צו תלמי.

אפשר דאך בארעכענסטו דיך?

גענוג פארברענגט מיט דיר, זיי מיר געזונט. צום ווידער זעהן אין חיפה ווען דו וועסט מיר פאלען צו די פיס אז איך זאל נישט צונעמען דיין טאכטער. כא כא כא כא כא.. פירט ער אויס מיט א גרויליגע עקעלהאפיגע געלעכטער, פעך, פוי. עס קומט מיר צו ברעכן.

אוי, ער גייט צו יאס. עס ווערט מיר גוט. ער איז נאך נעבעך ביטער גערעכט. די קליינע גרופע יונגאטשן ווערן די פירער פון לאנד. דער באשעפער זאל שומר ומציל זיין.

ח"ד: דער יון אין די סוכה
אפפ נעקסט
לעצט פארראכטן דורך היימישער הייקער אום דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 1:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
הר גריזים
שר האלף
תגובות: 1531
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הר גריזים »

זייער הנאה געהאט! ;l;p-
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4142
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

יענקל??? נא גילו!!!

עניוועי זייער הנאה געהאט,
בעיקר די פוינט מיט די רבנים...
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2072
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

זייער שיין, שכוח.
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1634
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

ח"ד: דער יון אין די סוכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

די מצב איז שרעקליך, די קליינע גרופע נידריגע עלעמענטן פירן דאס לאנד, און שלאגן כפרות מיט דעם גאנצן ציבור. די רבנים, עסקנים, שתדלנים זענען מאכטלאז. דער יאס ווייסט גוט ווי אזוי צו חנפנ'ן אנטיוכוס און תלמי, און קיינער קען גארנישט טוהן. ב"ה די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן מער ווייניגער אומבארירט איז דער ביהמ"ק. אין הכי נמי, די כהנים גדולים זענען נישט ווי אמאל, אבער דאך ווערט עס געפירט ווי די הלכה. איך מיין איך גיי טאקע אהין זיך צוזעהן די הייליגע עבודה, אפשר דאס וועט מיר העלפן בארואהיגן די געפילן. יא, דאס גיי איך טאקע טוהן. ארויף אויפן פערד, קיין ירושלים.

אה, איך זעה שוין די מעכטיגע מויערן פון דעם הייליגן שטאט, אוי איז דאס אנגעזאפט מיט קדושה. אוי ווי איך בענק נאך דיר, שטאט ירושלים.

וואס זענען די קופקעס דא? איז שוין דא עפעס פרישע נייעס? זאג מיר נישט אז עס האט עפעס צו טוהן מיטן ביהמ"ק, איך ווארן דיר.

'יונגערמאן, יונגערמאן!' פרעג איך א יונגערמאנטשיגל, 'וואס גייט דא פאר?'
'פרעג בעסער נישט, איינער מנלאוס איז נארוואס אנגעקומען מיט א בריוו פון אנטיוכוס אז ער דארף זיין די נייע כהן גדול. מען קען מיינען אז דער יעצטיגער כהן גדול ישוע איז א אזא גרויסע ענדע צדיק, אז מען דארף ברענגן איינעם מער גריכיש געשטומט. עס איז א שרעק'
'מנלאוס?' פרעג איך 'דאס איז דאך א גוישע נאמען, ער איז א גוי?'
'א געווארענע גוי, ליידער מזרע ישראל, אפילו א כהן אויך. מען זאגט אז ער האט איבערגערעדט אנטיוכוס אז ווילאנג די 'פאנאטישע אלטמאדישע' יודן האבן קאנטראל אויפן ביהמ"ק, וועלן זיי קיינמאל נישט ווערן קיין 'נארמאלע מענטשן', מען דארף אריינשטעלן א 'היינטיגער' כהן גדול, פארשטייט אז צייטן האבן זיך געטוישט, עפ"ל. גראדע האט ער זיך אונטערגענומען אז קיין אפגעטער וועט ער נישט אריינברענגען. צום תורה שבכתב וועט ער זיך יא האלטן. א בראך צו אונז אז דאס איז שוין א טרייסט... הדא הוא דכתיב א יון אין די סוכה'

אוי טאטעניו, ווילאנג נאך??!! א שרעק. עס פארגייט מיר שוין די אפעטיט פון גיין אין ביהמ"ק. איך גיי אהיים.


עס גייט נישט דורך א שטיק צייט, און דער מנלאוס איז שוין אויך צו פרום פאר די פירערס פון לאנד. זיי האבן אים געמסר'ט פאר אנטיוכוס אז ער לאזט נישט אריין ברענגן די 'אפ טו דעיט' געטער אין ביהמ"ק, איז געקומען א פרישע בריוו אז דער רשע יאסון זאל ווערן כהן גדול, און דער יאסון האט זיך גלייך גענומען צו די ארבעט. היינט נאכט קומט פאר א גרויסע צערעמאניע אין ביהמ"ק ווי מען גייט פארשטעלן א סטאטוע פון די הויפט גריכישע גאט. גרויסע פלאקאטן הענגן אין די גאסן פון ירושלים מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות


א דורכברוך אין אידישקייט!!!

אלע זענען געלאדענט צו די צערענאמיע היינט באנאכט ווי מען גייט מאכן א ברוכים הבאים מסובה צום מעמד הכנסת די מעכטיגע גאט זאוס אין ביהמ"ק!
דאס איז אן היסטארישע מאמענט, קיינער וויל עס נישט פארפאסן!
עס עפענט א פרישע בלעטל אין די היסטאריע פון דעם יודענטום


ווען דאס איז שוין פארטיג, דער הייליגער ביהמ"ק איז שוין אויך פארשוועכט, לאזן די חברה בויען א ריזיגע גימינאזיום הארט נעבן ירושלים, ווי מען גיבט 'עדיוקעישן' פאר די יונגווארג. פון סתם זיצן און קוועטשן די בענק און די שוהלן האט מען גארנישט, מען ברויך 'עדיוקעישן' (יא יא, אין כל חדש תחת השמש). דארטן וועט מען אויסלערנען די יונגווארג צו ווערן 'מענטשן'.

וויזוי ווילסטו וויסן? קודם כל, די אלטע פארקוועטשטע יודן מיינען נעבעך אז די גוף דארף זיין באדעקט. אונז ווייסן אבער אז דער גוף איז שיין! מען דארף עס ווייזן פאר די וועלט! איז די ערשטע זאך אין די גימינאזיום איז די צימער ווי מען טוט זיך אויס. דא גייט מען נאר נאקעט. די וואס זענען נאך מער בראווא, וועלן זיך אנהייבן דרייען נאקעט און די גאסן פון ירושלים. איי מען וועט דאך זעהן אז מען איז געמל'עט, און מען קען דאך חלילה באמערקן אז די יודן זענען אנדערש ווי די גוים? דאס איז נישט קיין פראבלעם. מען וועט אויפשטעלן א קליניק, מיט א גוטע דאקטער אימפארטירט פון גריכנלאנד, וואס ווער עס וויל, קען מאכן אומזיסט אן אפערעישן ווי מען וועט צוריק דרייען די ברית מילה אז מען זאל נישט באמערקן אז מען איז געמל'עט.

אזוי אויך, די אלטע פארקוועטשטע אויסגעוועפטע מיינען נאך אז זיך שלאגן און רייסן ביי די קעפ, איז א שלעכטע זאך. פארקערט! דא וועט זיין ספעשעל טיטשערס וואס וועלן אויסלערנען ווי אזוי זיך גוט צו פייטן! עס וועט זיין א נחת!

דאס איז אויסער דעם, וואס די רבנים מאכן א גאנצע 'ביג דיל' פון זאכן וואס זיי רופן 'נארישקייט'. עס איז געענדיגט די צייטן. פון היינט אין ווייטער טוט מען וואס מען וויל, ווען מען וויל, מיט וועמען מען וויל, און ווי מען וויל! פארקערט גאר, מיט דעם מאכט מען א נחת רוח פאר דעם גאט איראס!

בקיצור מען וועט אויפשטעלן דור וואס וועט זיך גארנישט דארפן שעמען פון די גוים. מיר וועלן זיך אויסקענען, און אויסקוקן פונקט ווי זיי. ווער ווייסט, מיטן הילף פון די יודישע און (להבדיל) גריכישע געטער, קען נאך ירושלים אהערשטעלן איינער וואס זאל געווינען ביי די גרויסע אלימפיס שפילען! אוי וועט דאס זיין א קידוש השם צי ווייזן אז יודן זענען גארנישט אזוי צוריקגעבליבן (עפ"ל).

ח"ה ער רעגט זיך, ער רעגט זיך...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע דזשורנאל”