איד אפגעשטעלט אין ניו דזשערזי דערציילט זיין מעשה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

yid
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

איד אפגעשטעלט אין ניו דזשערזי דערציילט זיין מעשה

תגובהדורך yid » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 9:22 am

אינטערוויו: איד וועלכער איז אפגעשטעלט געווארן אין ניו דזשערזי דערציילט זיין עגמת נפש אז אנדערע זאלן געווארענט זיין

https://www.yiddish24.com/cat/12

second page

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 9:36 am

געבלאקט אויף מיין פילטער. וואס איז די מעשה בקיצור?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

ווילי זיידע
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 28, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווילי זיידע » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 9:38 am

מיין פילטער טוט דאס בלאקירען, קענט איר אפשר זוי גוט זיין און דאס נאכקאפירען, דאנקע שעהן!

yid
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 9:43 am

call 2124441100 and press 114 then 19 times
#

ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:12 pm

תגובהדורך ערליכער » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 9:55 am

ער פארציילט נישט קיין חידושים

יעדער דרייווער ווייסט אז דרייווען מיט טיקעטס וואס מען פארנאכלעסיגט און מען נעמט נישט קעיר דערפון איז א געפאר

פעלט נישט אויס אנצושרעקן

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 9:57 am

Kosher Travel האט געשריבן:געבלאקט אויף מיין פילטער. וואס איז די מעשה בקיצור?


ווילי זיידע האט געשריבן:מיין פילטער טוט דאס בלאקירען, קענט איר אפשר זוי גוט זיין און דאס נאכקאפירען, דאנקע שעהן!


גאר בקיצור, אז דער איד וואס האט ניו יארקער פלעיטס האט געהאט א קליינע אומבאצאלטע טיקעט אין ניו דזשערזי, און ווייל נ.דזש. קען נישט לייגן פוינטס פאר א נ"י קאר לייגן זיי ארויף א ארעסט ווארענט אנשטאט.

ער האט געהאט א קליינע פארלעצונג, אז די לייסענס פלעיט איז געווען א משהו באדעקט פון די פרעים ארום די פלעיט (א זאך וואס טויזנטער מענטשן פארלעצן דאס אלעמאל, און געווענליך שטעלן זיי נישט אפ דערפאר, אבער ווען א פאליס איז אין די מאאד קען ער יא אפשטעלן נאר פאר דעם אליין).

אבער ווען דער פאליס האט געטראפן די אומבאצאלטע טיקעט און אויטאמאטיש דעם "ארעסט ווארענט" האט ער אים רח"ל געקייטעלט, און פון דארט איז עס געגאנגען מטה מטה ל"ע.

זיי האבן אים באטאפט, און געטראפן צוויי אנדערע דעביט קארדס מיט אנדערע נעמען דערויף (וואס ער פלעגט מאכן זייערע דעפאזיטס) און אים אנגעקלאגט מיט "קרעדיט קארד פראוד".

דערנאך האבן זיי געטראפן צוויי- דריי loose פילן, און די געזעץ איז אז עס מוז זיין אין א באצייכענטע שאכטל, ווייל אז נישט אפשר איז עס דראגס, אדער אפשר האנדעלסט דו מיט מעדס, האבן זיי אים אנגעקלאגט קרימינאל פאר דאס אויך.

דערנאך האבן זיי געטראפן א פאר פאסט דעיטעד טשעקס, האבן זיי אים אנגעקלאגט מיט בענק פראוד ה"י.

און נאך אלעם האבן זיי נאך אונטערזוכט זיין קאר, און געטראפן אראפגעשריבן זיין ווייב'ס סאושעל און דעיט אף בירט, זענען זיי געגאנגען צו "אידענטיט טעפט" ווייל זיי ווייסן דאך נישט וועמענס אינפארמאציע דאס איז.

בקיצור פון א קליינע נארישע פארלעצונג איבער א "לייסענס פלעיט פרעים" וואס רוב מענטשן באגייען דאס טעגליך, ביזן נישט באצאלן א קליינע ניו דזשערזי טיקעט, האט עס אים געקאסט טויזנטער דאלארן מיט הויפענעס פון עגמת נפש רח"ל.

וויל ער דאס כאטש דערציילן פארן ציבור שידעו להיזהר.

דער אייבערשטער זאל אים אויפרעכטן בתוך שאר ישראל הנמצאים בצרה ובצוקה, בב"א.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2056
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:01 am

The moral of the story...

Don't ride in New Jersey with your license plate covered... Don't do it in New York either...

Don't ignore your tickets! They never go away on it's own.

Don't consent to a search of your car or person! If the police believe they have probable cause, they will do it anyway. But don't give them consent. You don't have to legally. And if they were wrong in the search, at least you have a better chance in court.

Don't drive in New Jersey.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:16 am

Kosher Travel האט געשריבן:...


Don't drive in New Jersey.

;l;p-
אפשר טאקע נאך וואס די פארט אטארטי הערט אויף מיט קאר-פול (היל"ת) וועט דאך אויס קימען בילגער צו פארן מיטן מאריא קומא בריק

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4516
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:35 am

ערליכער האט געשריבן:ער פארציילט נישט קיין חידושים

יעדער דרייווער ווייסט אז דרייווען מיט טיקעטס וואס מען פארנאכלעסיגט און מען נעמט נישט קעיר דערפון איז א געפאר

פעלט נישט אויס אנצושרעקן

אין ניו יארק ווערט די לייסענס סוספענדירט ווען מ'נעמט נישט קעיר פון א טיקעט, און אויב מען דרייווד אזוי ארום ווערט מען ארעסטירט.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 10:43 am

וואס פאר א טיקעט רעדט ער, א פארקינג טיקעט, אדער א מאווינג ווייעלעישאן?

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:40 am

פומפדותא האט געשריבן:וואס פאר א טיקעט רעדט ער, א פארקינג טיקעט, אדער א מאווינג ווייעלעישאן?

א מאווינג וויאלעשן. נישט נאר אין ניו דזשערסי ווערט מען ארעסטירט דערפאר.

כ'ווייס פון איינער וואס האט געהאט א ענדליכע מעשה. א פאליס אין ניו דזשערסי שטעלט אים אפ, צו זיין פראגע וואס ער האט געטון האט מען אים געענטפערט אז די קאווער פון זיין לייסענס פלעיטס טאטשט פון אויבן אביסל "New York"... (כ'מיין אז ווען דער יונגערמאן וואלט ווען געווען פרעזידענט וואלט מען אים אומפיטשט דערפאר...). און פארשטייצעך זיי האבן געכאפט נאך און נאך און למעשה איז ער ארויס מיט 4 קוויטלעך.

פון קינד ווייז אן האט מיר מיין טאטע געזאגט אז די ניו דזשערסי פאליס זענען סתם רשעים. זייער אפט קען מען זעהן וויזוי זיי פאקן אויס קארס אויפן ראוד.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:51 am

זיי זענען נישט ערגער פון ניו יארקער פאליס, אויב עפעס בעסער.

מיין איקספיריענס מיט ניו זשערסי פאליס איז אז אויב מען בעט שיין קען מען אפקומען מיט א ווארענונג, אין ניו יארק וועלן זיי קיינמאל נישט לאזן גיין אן א טיקעט.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:53 am

פומפדותא האט געשריבן:זיי זענען נישט ערגער פון ניו יארקער פאליס, אויב עפעס בעסער.

מיין איקספיריענס מיט ניו זשערסי פאליס איז אז אויב מען בעט שיין קען מען אפקומען מיט א ווארענונג, אין ניו יארק וועלן זיי קיינמאל נישט לאזן גיין אן א טיקעט.

הממ....
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

Blooming
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 12:02 pm

פאר א ezpass vilaotion
איז די זעלבע אדער נאר א מאווינג ווייאלעישען?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 12:30 pm

נאך מער
טאמער איינער האט א הויז אין ניו זשערסי און איגנארט א ווייאלעישן, למשל א סאניטעישן טיקעט, קען מען אויך ארעסטירט ווערן טאמער ווערט מען אפגעשטעלט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בעזרת השם, מקץ, פרישוואסער און 22 געסט