מיין פאליטישע פארטיי איז...?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביטע צייכנט אן צו וועלכע פארטיי איר באלאנגט

דעמאקראט
41
31%
רעפובליקען
45
34%
ליבעראל
3
2%
קאנסערוואטיוו
6
4%
ליבערטעריען
5
4%
אנדערע פארטייען
4
3%
דעמאקראט אבער פלאן צו טוישן
5
4%
רעפאבליקען אבער פלאן צו טוישן
3
2%
קען נישט וואוטן
5
4%
זיך נישט רעגיסטרירט
17
13%
 
סך הכול שטימען: 134

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:07 pm

Goodmorning האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:וואס האלטן די טראמפ שטיצענדע בלוטיגע ארימעלייט וואס זענען היבש נהנה פונעם אנקל סעם, איבער זיין פלאן צו שניידן פ''ס בענעפיטן פאר ווער עס האט אויך מעדיקעיד אדער סעקשאן 8?

אז ער טוט זייער גוט, און הלוואי שטעלט ער עס אינגאנצן אפ...

פארוואס זאגן זיי זיך נישט אליין אפ פון פוד סטעמפס אויב זיי האלטן אזוי?

ווער זאגט זיי טוען עס נישט?
און בכלל זיי מעגן נעמען אז מ'געט... די עולה איז נישט נעמען, נאר טיילן,
ווי לאנג דו ווייסט נישט ווער "דו" ביסט...
רעד נישט צו מיר וועגן יענעם...

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11402
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 1:40 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:@עושר וכבוד, אין 2016 האט טראמפ געווינען די פריימעריס דורך די ניו יארקער רעפאבליקאנער פריימעריס, הגם די היימישע געגענטער גראדע, האט טעד קרוז געווינען.


ביי די רעפובליקאנער אין קרית יואל האט קרוז באקומען 58.24%, טראמפ 31.76%, קעסיק 9.41%, און קארסאן 0.59%.

ביי די ארטיגע דעמאקראטן האט קלינטאן באקומען 53.19%, און בערני 46.81%.

די טוירנאוט איז אבער געווען זייער שוואך, בלויז 5.7% רעגיסטרירטע רעפובליקאנער, און בלויז 3.5% רעגיסטרירטע דעמאקראטן זענען בכלל ארויסגעגאנגען שטימען אין די פריימעריס.


צל עובר האט געשריבן:@יידישע קהילות, איך גלייב אז די היימישע פאליטיקאנטן ווייסן אז אונזער ציבור זענען עפ"י רוב רעפאבליקאנער און טראמפיסטן, מען זעהט עס קלאר ביי די וואלן.


ביי די אלגעמיינע וואלן אין קרית יואל האט טראמפ באקומען 50.06% פוןן די אפגעגעבענע שטימען, קלינטאן 39.62%, דזשאנסאן 7.75%, שטיין 0.66%, און 1.91 האבן אריינגעשריבן א נאמען.

ס'איז וויכטיג אנצומערקן אז טראצדעם וואס דאס זענען די רעזולטאטן פון צווישן די וואס האבן אייגנטליך אפגעגעבן א שטימע אין די פרעזידענטליכע פארמעסט, האבן אבער אזויפיל ווי 48.63% פון די ארטיגע וויילער וואס זענען ארויסגעקומען שטימען פשוט אויסגעלאזט און נישט געשטימט אין די פרעזידענטליכע פארמעסט!


דאס איז פון קר"י, ביי די פריימעריס האט קרוז אויך געווינען עטליעסט וויליאמסבורג און בארא פארק און קראונהייטס.

וואסערמאן טוויט דעמאלטס:
Ted Cruz doing very well w/ Orthodox Jews (Borough Park, South Williamsburg, Crown Heights). But that could still add up to zero delegates.


און ביי די אלגעמיינע האט טראמפ זייער שטארק געווינען בארא פארק און מאנסי, און גאנץ שטארק וויליאמסבורג.
IMG_20191209_151407.jpg
קרוז האט געווינען וויליאמסבורג, קראון הייטס, בארא פארק.
IMG_20191209_151407.jpg (67.24 KiB) געזעהן 362 מאל


אבער עס איז גאנץ ווייניג שטימען.
IMG_20191209_151355.jpg
IMG_20191209_151355.jpg (16.83 KiB) געזעהן 344 מאל
IMG_20191209_151353.jpg
IMG_20191209_151353.jpg (17.93 KiB) געזעהן 344 מאל
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:33 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:06 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:יאך בין געווען רעגיסטרירט אלס דעמאקראט, ווייל איך האב מיך רעגיסטרירט אלס בחור ווען איך האב אפי' נישט געוויסט ווי אזוי די פרעזידענט הייסט, איך האב מיך רעגיסטרירט מיט א בלינדע אמונה אין די עסקנים, אז דאס איז די פארטיי, למעשה בין איך עלטער געווארן אין אנגעהויבן זען ווי פאלטש און נער'יש די דעמאקראטישע ווירדן זענען, האב איך מיך געטוישט צו רעפובליקן..

מיין מעשה איז פונקט פארקערט, איך האב מיר רעגיסטרירט אלס בחור אין די רעפאבליקאנע פארטיי, ווייל איך בין א "פארשטייער". דעמעקראטן? פוי!

בינעך אביסל עלטער געווארן, האב איך געזען אז אלע פארטייען זענען פוי, אבער מען דארף טון וואס מען קען, און דא אין ניו יארק קען מען די מערסטע אויפטון אלץ דעמעקראט.


כאניש וואס צו טון האט געשריבן:פארשטיי איך נישט וואס דר'עולם רעדט דא!
איך בין א יוד וואס גלייבט אז מפני חטאנו גלינו מארצינו, אונז זענען נישט אידערהיים! אונז זענען געפאנגען!
אונז האבן גארנישט פערזענליך מיט די וועלטס פטליטיק!
אין זעלטענע פעלער זענען דא יחידים וועלכע האבן פערזענליכע ביזנעס אינטערעסן אין געוויסע פאליטיקס, א שטייגער די טעריפס אין אמעריקא אדער די ברעקזיט אין לאנדאן,
אבער אין אלגעמיין האבן אונז גארנישט דערמיט!

וואס יא? אמאל קען ארויסקומען א טובה פאר'ן כלל דורך דעם וואס היימישע יודן נעמען א טייל אין די וואהלן, במילה וועל איך זיך רעגיסטרירן און וועהלן לויט ווי די רבנים אין עסקנים הייסן, אבער אדער דהען דהעט, האבן מיר גארנישט פערזענליך דערמיט!
זייטיגע נאטיץ
לייענען אייוועלטס פאליטישע אשכולות איז פינקט ווי לייענען א פיקטיווע מעשה ביכל פון יאיר וויינשטאק וכדו'
און פינקט ווי איך נעם נישט פערזעהנליך וואס איך לייען פון ר' סנדר דייטש'נס ארטיקלען און ביכער, אפי' איך אינדשוי זיי, אזוי נעם איך נישט פערזעהנליך נישט יצחק קלארס אנאליזן, און נישט טינקס אדער הבלס אדער אן אנדערענס געשרייבאכץ.. כאטש איך גלייך זייער מיטצוהאלטן די נייעס...


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, נאר טעריפס און ברעקזיט האט שייכות מיט אידן? וואס איז מיט חינוך, יוסטיץ, רעליגיעזע פרייהייט, טעקס, סאציעלע פראגראמען, און וואס נישט? טעריפס און ברעקזיט האבן א קליינע השפעה אויף אונזער געזעלשאפט קעגן די אנדערע ענינים.

גיין שטימען איז די וועג וויאזוי דאס לאנד פירט זיך, אלץ אידן האבן אונז די אחריות צו טון וואס מען דארף, פונקט ווי מ'האט געטון לאורך הגלות אין יעדע פלאץ וואס מען האט געדארפט.

די חלק פון נישט נעמען פערזענליך, און ענדזשויען די פאליטישע נייעס, עגרי איך מיט דיר. :wink:

אוועטאר
לפנות בוקר
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2019 7:58 pm

תגובהדורך לפנות בוקר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:10 pm

רואיג! האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:יאך בין געווען רעגיסטרירט אלס דעמאקראט, ווייל איך האב מיך רעגיסטרירט אלס בחור ווען איך האב אפי' נישט געוויסט ווי אזוי די פרעזידענט הייסט, איך האב מיך רעגיסטרירט מיט א בלינדע אמונה אין די עסקנים, אז דאס איז די פארטיי, למעשה בין איך עלטער געווארן אין אנגעהויבן זען ווי פאלטש און נער'יש די דעמאקראטישע ווירדן זענען, האב איך מיך געטוישט צו רעפובליקן..

מיין מעשה איז פונקט פארקערט, איך האב מיר רעגיסטרירט אלס בחור אין די רעפאבליקאנע פארטיי, ווייל איך בין א "פארשטייער". דעמעקראטן? פוי!

בינעך אביסל עלטער געווארן, האב איך געזען אז אלע פארטייען זענען פוי, אבער מען דארף טון וואס מען קען, און דא אין ניו יארק קען מען די מערסטע אויפטון אלץ דעמעקראט.
:wink:

ווי האט ראנאלד רעיגן געזאגט א אינגע רעפובליקאנער איז א שלעכטער א אלטע דעמאקראט איז א שוטה...
נאר בדרך צחות....
ווי לאנג דו ווייסט נישט ווער "דו" ביסט...
רעד נישט צו מיר וועגן יענעם...

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:22 pm

ס'איז א גוט ווארט
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:32 pm

רואיג! האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, נאר טעריפס און ברעקזיט האט שייכות מיט אידן? וואס איז מיט חינוך, יוסטיץ, רעליגיעזע פרייהייט, טעקס, סאציעלע פראגראמען, און וואס נישט? טעריפס און ברעקזיט האבן א קליינע השפעה אויף אונזער געזעלשאפט קעגן די אנדערע ענינים.

גיין שטימען איז די וועג וויאזוי דאס לאנד פירט זיך, אלץ אידן האבן אונז די אחריות צו טון וואס מען דארף, פונקט ווי מ'האט געטון לאורך הגלות אין יעדע פלאץ וואס מען האט געדארפט.


נו אויף דעם האב איך געשריבן
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס יא? אמאל קען ארויסקומען א טובה פאר'ן כלל דורך דעם וואס היימישע יודן נעמען א טייל אין די וואהלן, במילה וועל איך זיך רעגיסטרירן און וועהלן לויט ווי די רבנים אין עסקנים הייסן,

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:33 pm

לפנות בוקר האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:יאך בין געווען רעגיסטרירט אלס דעמאקראט, ווייל איך האב מיך רעגיסטרירט אלס בחור ווען איך האב אפי' נישט געוויסט ווי אזוי די פרעזידענט הייסט, איך האב מיך רעגיסטרירט מיט א בלינדע אמונה אין די עסקנים, אז דאס איז די פארטיי, למעשה בין איך עלטער געווארן אין אנגעהויבן זען ווי פאלטש און נער'יש די דעמאקראטישע ווירדן זענען, האב איך מיך געטוישט צו רעפובליקן..

מיין מעשה איז פונקט פארקערט, איך האב מיר רעגיסטרירט אלס בחור אין די רעפאבליקאנע פארטיי, ווייל איך בין א "פארשטייער". דעמעקראטן? פוי!

בינעך אביסל עלטער געווארן, האב איך געזען אז אלע פארטייען זענען פוי, אבער מען דארף טון וואס מען קען, און דא אין ניו יארק קען מען די מערסטע אויפטון אלץ דעמעקראט.
:wink:

ווי האט ראנאלד רעיגן געזאגט א אינגע רעפובליקאנער איז א שלעכטער א אלטע דעמאקראט איז א שוטה...
נאר בדרך צחות....

:lol: :lol: :lol:

ער איז טאקע געווען א אינגע דעמעקראט און אלטע רעפובליקען. אבער אזויווי איך בין געווען פארקערט, וועל איך זאגן אזוי:

א אינגע דעמעקראט איז א בעל תאווה, א אלטע רעפובליקען איז א ווישפול טינקער.

אדער, א אינגע דעמעקראט איז אן איידיעליסט, א אלטע רעפובליקען איז נאכאלס אן איידיעליסט...

נאר בדרך צחות....

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1103
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:40 pm

די ריכטיגע ווערסיע ווי אזוי ראנאלד רעיגען פנה הודו האט עס געזאגט.
ביז די דרייסיג אז די בוזט א רעפאבליקען האסטו נישט קיין הארץ.
נאך די דרייסיג אז די בוזט א דעמאקראט האסטו נישט קיין מוח. ודברי פי חכם חריין

צום פותח האשכול רעפאבליקען און דעמאקראט זענען פארטייען....
קאנסערוועטיוו און ליבערל זענען אידעלאגיעס. איר מאכט א קיגעל...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1045
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:42 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, נאר טעריפס און ברעקזיט האט שייכות מיט אידן? וואס איז מיט חינוך, יוסטיץ, רעליגיעזע פרייהייט, טעקס, סאציעלע פראגראמען, און וואס נישט? טעריפס און ברעקזיט האבן א קליינע השפעה אויף אונזער געזעלשאפט קעגן די אנדערע ענינים.

גיין שטימען איז די וועג וויאזוי דאס לאנד פירט זיך, אלץ אידן האבן אונז די אחריות צו טון וואס מען דארף, פונקט ווי מ'האט געטון לאורך הגלות אין יעדע פלאץ וואס מען האט געדארפט.


נו אויף דעם האב איך געשריבן
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:וואס יא? אמאל קען ארויסקומען א טובה פאר'ן כלל דורך דעם וואס היימישע יודן נעמען א טייל אין די וואהלן, במילה וועל איך זיך רעגיסטרירן און וועהלן לויט ווי די רבנים אין עסקנים הייסן,

ס"ה האבעך געשריבן מיין תגובה אויף די שאלה "מיין פאליטישע פארטיי"..
אבער כ'האב קלארגעמאכט אז כ'רעד בכלל נישט וועגן גיין וועהלן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:46 pm

@רואיג, זיי מסביר דיין ווישפול טינקער סלאגאן.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:46 pm

סארקאזי האט געשריבן:צום פותח האשכול רעפאבליקען און דעמאקראט זענען פארטייען....
קאנסערוועטיוו און ליבערל זענען אידעלאגיעס. איר מאכט א קיגעל...

קארעקט.
ליבערטעריען איז אויך א פארטיי.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

מהיות טוב
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 17, 2019 9:05 pm

תגובהדורך מהיות טוב » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:55 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:צום פותח האשכול רעפאבליקען און דעמאקראט זענען פארטייען....
קאנסערוועטיוו און ליבערל זענען אידעלאגיעס. איר מאכט א קיגעל...

קארעקט.
ליבערטעריען איז אויך א פארטיי.

https://home.conservativepartyusa.org/
קאנסערוועטיוו איז א פארטיי

אוועטאר
רואיג!
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 2:58 pm

פעיק נוז האט געשריבן:@רואיג, זיי מסביר דיין ווישפול טינקער סלאגאן.

גערן, איך האב געטראכט פון די אלטע פעטער וואס שטייט און רעגט זיך אויפן אינגע דור "גייטס ארבעטן". פעטער, איך פארשטיי עס וואלט געווען שיין ווען די וועלט ארבעט פונקט ווי דו ווילסט...

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:02 pm

די אינגע דור ארבעט נישט? די אלטע דור ארבעט נישט? וועלכע חלק איז דא ווישפול? די מציאות פון ארבעטן איז ווישפול טינקינג? או מיי גאד.. איך פארשטיי נישט דיין מהלך המחשבה. און בכלל, אויב ארבעטן איז וושיפול טינקינג דאן וואס איז למשל די 'גרין ניו דיעל'?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:09 pm

וויפול טינקינג איז טראכטן אז עס דארף נישט זיין א סעיפטי נעט און ווער עס וויל נאר אמתדיג מאכן געלט מאכט עס. די אפשטאם און אומשטענדן פון לעבן מאכן א גרויסן חילוק.

איך האלט מיר פאר שטארק מאדערעיט דעמאקראט. עס דארף זיין טעקסעס און פראגראמען, אבער אלעס מיטן שביל הזהב. עס דארף זיין רעגולאציעס, אבער שכלדיגע
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11402
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:19 pm

מיין פאליטישע מיינונג היינטיגע צייטן.

די גאנצע רעכטע זייט פון פאליטיק איז א שטיק ליגענט, און שטייט פאר גארנישט, חוץ ביגאטרי און אבסטראקטען פראגרעס. אה אויך דער סעקאנד אמענדמענט.

די לינקע שטייען כאטש פאר עפעס, הגם נישט אלעמאל בין איך מסכים מיט זיי.

ווען איך בין געווען יונגער, פלעג איך זיין א פארברענטער פארטייאישער רעפאבליקאנער, אבער מער מאדערעיט אויף אישוס, היינט האלט איך מיר פאר א מעסיגער ליבעראל.

------------------------------

א מעפ ווי ביי די אלגעמיינע וואלן האט טראמפ געווינען וויליאמסבורג און קראונהייטס, און זייער שטארק אין בארא פארק.
IMG_20191209_152857.jpg
IMG_20191209_152857.jpg (219.24 KiB) געזעהן 345 מאל
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:37 pm

סארקאזי האט געשריבן:צום פותח האשכול רעפאבליקען און דעמאקראט זענען פארטייען....
קאנסערוועטיוו און ליבערל זענען אידעלאגיעס. איר מאכט א קיגעל...


ס'זענען דא רעגיסטרירט קאנסערוועטיווע און ליבעראלע פארטייען.

עניוועי, וואס איז פשט פון דעם קעפל'ס "מיין פאליטישע פארטיי"? ווייל דו ביסט רעגיסטרירט צו שטימען אין א פארטיי, און אפילו אויב דו ביסט א מעמבער אין אין א פארטיי, מיינט נאך נישט אז ס'איז דיינס...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:40 pm

[quote="צל עובר"]מיין פאליטישע מיינונג היינטיגע צייטן.

די גאנצע רעכטע זייט פון פאליטיק איז א שטיק ליגענט, און שטייט פאר גארנישט, חוץ ביגאטרי און אבסטראקטען פראגרעס. אה אויך דער סעקאנד אמענדמענט.

די לינקע שטייען כאטש פאר עפעס, הגם נישט אלעמאל בין איך מסכים מיט זיי.

ווען איך בין געווען יונגער, פלעג איך זיין א פארברענטער פארטייאישער רעפאבליקאנער, אבער מער מאדערעיט אויף אישוס, היינט האלט איך מיר פאר א מעסיגער ליבעראל.

דו מיינסט אודאי א מעסיגער פראגרעסיוו, די ליבעראלן זענען היינט די רעכסטע שברעכסטע..
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:46 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מיין פאליטישע מיינונג היינטיגע צייטן.

די גאנצע רעכטע זייט פון פאליטיק איז א שטיק ליגענט, און שטייט פאר גארנישט, חוץ ביגאטרי און אבסטראקטען פראגרעס. אה אויך דער סעקאנד אמענדמענט.

די לינקע שטייען כאטש פאר עפעס, הגם נישט אלעמאל בין איך מסכים מיט זיי.

ווען איך בין געווען יונגער, פלעג איך זיין א פארברענטער פארטייאישער רעפאבליקאנער, אבער מער מאדערעיט אויף אישוס, היינט האלט איך מיר פאר א מעסיגער ליבעראל.

דו מיינסט אודאי א מעסיגער פראגרעסיוו, די ליבעראלן זענען היינט די רעכסטע שברעכסטע..

לינקסטע שבלינקסטע מיינסטו?
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11402
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 3:59 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מיין פאליטישע מיינונג היינטיגע צייטן.

די גאנצע רעכטע זייט פון פאליטיק איז א שטיק ליגענט, און שטייט פאר גארנישט, חוץ ביגאטרי און אבסטראקטען פראגרעס. אה אויך דער סעקאנד אמענדמענט.

די לינקע שטייען כאטש פאר עפעס, הגם נישט אלעמאל בין איך מסכים מיט זיי.

ווען איך בין געווען יונגער, פלעג איך זיין א פארברענטער פארטייאישער רעפאבליקאנער, אבער מער מאדערעיט אויף אישוס, היינט האלט איך מיר פאר א מעסיגער ליבעראל.

דו מיינסט אודאי א מעסיגער פראגרעסיוו, די ליבעראלן זענען היינט די רעכסטע שברעכסטע..



דאס איז אקאדעמיש גערעדט.

פאליטיש גערעדט איז פעלאוסי א ליבעראל, קארטעז א פראגרעסיוו.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 5:41 pm

צל עובר האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מיין פאליטישע מיינונג היינטיגע צייטן.

די גאנצע רעכטע זייט פון פאליטיק איז א שטיק ליגענט, און שטייט פאר גארנישט, חוץ ביגאטרי און אבסטראקטען פראגרעס. אה אויך דער סעקאנד אמענדמענט.

די לינקע שטייען כאטש פאר עפעס, הגם נישט אלעמאל בין איך מסכים מיט זיי.

ווען איך בין געווען יונגער, פלעג איך זיין א פארברענטער פארטייאישער רעפאבליקאנער, אבער מער מאדערעיט אויף אישוס, היינט האלט איך מיר פאר א מעסיגער ליבעראל.

דו מיינסט אודאי א מעסיגער פראגרעסיוו, די ליבעראלן זענען היינט די רעכסטע שברעכסטע..



דאס איז אקאדעמיש גערעדט.

פאליטיש גערעדט איז פעלאוסי א ליבעראל, קארטעז א פראגרעסיוו.


ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי האלב אמעריקע קען גלייבן אין אן אידעאלאגיע וואס איז איין שטיק ליבעראליזם, בשעת זיי פארלייקענען אז זייער זענען ליבעראלן, אבער רופן זייער אידעאלאגיע טאקע מיט א נאמען וואס טייטשט ליבעראליזם...

"Words such as liberal, liberty, libertarian and libertine all trace their history to the Latin liber, which means "free

ליבער-טי-עריען = פריי-הייט-שטיצער
ליבער-אל = פריי-ליך...

און זאגט'ס מיר נישט אז וואס איז א חילוק די שורש פון די ווארט, דער עיקר איז וויאזוי מ'נוצט עס, ווייל מ'פלעגט אמאל זען די לינקע אלס "ליבעראלן" טאקע פאר די סאמע זעלבע סיבה פארוואס מ'פלעגט אזוי זען די רעכטע ליבעראלן (וואס רופן זיך היינט ליבערטיעריענ'ס), נעמליך, ווייל זיי האבן ביידע געקעמפט קעגן קאנסערוואטיזם.

רעכטע ליבעראלן האבן זיך טאקע אינקארפארעיטעד אונטער א "ליבערטיעריען" פארטיי אין די צייט וואס לינקע נישט, אבער דאס מיינט נישט אז ליבערטיעריענ'ס זענען נישט קיין ליבעראלן...

און אין א תקופה ווען רעכטע קעמפן נאר פאר אינדיווידואלע פרייהייט, און די גאנצע לינקע קאמף איז צו ברענגען מער פראגרעס (הגם ס'קומען מיט איינצוימונגען אויף אינדיווידואלע פרייהייט), האט נישט קיין שום זין צו אנרופן די לינקע אלס "ליבעראלן"!
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג דעצמבער 09, 2019 5:50 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:ביי די אלגעמיינע וואלן אין קרית יואל האט טראמפ באקומען 50.06% פוןן די אפגעגעבענע שטימען, קלינטאן 39.62%, דזשאנסאן 7.75%, שטיין 0.66%, און 1.91 האבן אריינגעשריבן א נאמען.


לויט ווי ס'קןקט אויס פון די רעזולטאטן אין דעם אשכול, האמיר דא מער ווייניגער א קרית יואל'ע ציבור.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:33 am

איך האב שוין אסאך מאל געהערט פון די תורות אז אפילו איך בין א רעפובליקען זאל איך מיך נאכאלס רעגיסטרירן אלס דעמאקראט וועגן די פריימעריס וכדומה,
אבער מיין הארץ לאזט מיך נישט, פינטל.
אין היסטאריע דארף נישט בלייבן פארשריבן אז אונז זענען געווען די דומע קעלבלעך וועלכע זענען געווען אייגעשריבן אין די פארטיי פון גזילה טפשות און רציחה וכו'.
זאל די וועלט זען אז ארטאדאקסישע יודן האבן נאך עפעס ווירדן!!
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:39 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:מיין פאליטישע מיינונג היינטיגע צייטן.

די גאנצע רעכטע זייט פון פאליטיק איז א שטיק ליגענט, און שטייט פאר גארנישט, חוץ ביגאטרי און אבסטראקטען פראגרעס. אה אויך דער סעקאנד אמענדמענט.

די לינקע שטייען כאטש פאר עפעס, הגם נישט אלעמאל בין איך מסכים מיט זיי.

ווען איך בין געווען יונגער, פלעג איך זיין א פארברענטער פארטייאישער רעפאבליקאנער, אבער מער מאדערעיט אויף אישוס, היינט האלט איך מיר פאר א מעסיגער ליבעראל.

דו מיינסט אודאי א מעסיגער פראגרעסיוו, די ליבעראלן זענען היינט די רעכסטע שברעכסטע..

פשוט, איינער וואס איז נישטא צו טוישן די נארמאלע סטאטוסקווא פון די לעצטע פינעף טויזנט יאר האט טעכנישט גארנישט וואס צו ברענגען צום טיש.
משא"כ איינער וואס איז גרייט צו טוישן די באדייט פון גניבה און רציחה ועוד.. אוואדע האט ער מער צו ברענגען צום טיש.. וד"ל
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11402
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג דעצמבער 10, 2019 12:18 pm

ובלשונו, פון דער וואס האט איבערגענומען די רעפאבליקאנער פארטיי:
IMG_20191120_171726.jpg
IMG_20191120_171726.jpg (18.86 KiB) געזעהן 248 מאל


און גענוי אזוי איז עס טאקע שוין מער ווי פיר יאר.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שיעלע בהמה און 19 געסט