איציק מעכל דער בן-עשק

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

איציק מעכל דער בן-עשק

תגובהדורך נו וואדע » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 1:12 pm

לכבוד די טויזענסטע תגובה האמיר געפילט אז מיט נאך א וויצ'ל קען מען ניש יוצא זיין , האמיר אפירגענומען א אלטע קליינע ארטיקל (פראזע) , עס אפגעשטויבט , צוגעפיצט, אראפגענומען און צוגעלייגט הקיצור מיר זענען געגאנגן קאמפעטיציע מיט "יופי שטריימל סענטער פאררעכטונגען" (ציזנער'ס בילד האט נאך איינער ?!) ס'איז צום האפן אז ס'העט ארויפברענגן א שטיקל שמייכל אויף די חשוב'ע אייוועלט ליינער'ס לעפצן

דיסקלעימער , כ'קען בכלל ניש דעם איציק מעכל אבער סיז זיכער דא אזעכע (גראדע מוז עס ניש זיין קיין בן-עשק אבער צום שלימות פון ארטיקל האמיר געדארפט א טעמע)

איציק מעכל איז א רבי'ש קינד דהיינו א בן-עשק.....

איציק מעכל איז א זון פון האדמו"ר מ'שטיגליץ גוש-דן שליט"א און איידעם ביי אב"ד פאטיק ערד ז"ל אבער ער וואוינט משום איזהו סיבה אין ברוקלין

איציק מעכל איז אויף די גאר דיקליכע זייט, אזוי גרויס ווי א היסב בעט , א אצטמכא האט ער אווי די הר תבור , געשוואלענע בעקעלעך אזש ווען מ'העט ווען געקענט אריינבייסן וואלט ארויסגערינען אזא רויטליך דיקע דזשוס

איציק מעכל איז שטייטצעך א רויטער מיט באזילבערטע פיאות

איציק מעכל האט יעשיבישע פלוס ברילן מיט א מיינוס ביי-פאוקעל (איפכא מסתברא'ניק)

איציק מעכיל איז א אינגערמאן וואס די מיטל-יעריגע אידן רופן אהן אזא איינעם -אינטערעסאנטליך-

איציק מעכל איז היפש אויף די שטייטע זייט אבער א טעמפער עד להפליא

איציק מעכל האלט אז ער האט א סענס אף הומער ,ווייל וואס פארשטייסטו ניש , יעדע בן-עשק ווערט דעך געבוירן מיט "די סענס אף הומער טאלאנט"

איציק מעכל גייט א הויעך סאמעטע היטל וואס האט שוין באקומען אפאר מאל כימיע טערעפי פארן האבן יענע מעשה

איציק מעכל גייט שווארצע ארויפגעצויגענע זעקעלעך , זעהט מער אויס ווי א אויסגענוצטע שמאטע מיט מער לעכער אווי זאקן ,בענדל שיך אבער אהנע בענדלעך (צו וואס זיך פלאגן יעדן טאג) שטייטצעך די בעק פון די שיך איז שוין אונטערגעבראכן פון לאנג נאכער וואס איציק מעכל פלאטשיגט עס אויס יעדן אינדערפריה מיט זיין שווערע וואג

איציק מעכל מיט שווייס זענען ערשטע קאזינ'ס , אדרבה א טאג וואס איציק מעכל'ס פנים איז טרוקן איז א סימן אז ער איז געשטאנען א גאנצן טאג ביים פריזער און געזוכט עסן

איציק מעכל איז חתונה געהאט צו זיין ווייב רעביצין קיילא און האט דריי קליינע קינדערלעך

איציק מעכל איז א מין אינגערמאן ווי למשל ביים ערשטן לעכטל חנוכה נאך מעריב ווען דער עולם יאגט זיך ארויס צו כאפן די ערשטע האלב שעה , און ס'טוט זיך א יאגעניש אין סעמעדרעש האולוועי , פונקט יעמאלטס ער ווערט אראפגעשטעלט ווי א בוים אינמיטן האולוועי, דער עולם יאגט זיך אוועק אבער איציק מעכל איז אווי א העזערד אינמיטן ראוד און מ'דארף אים אויסמיידן ווייל אז ניש פאלסטו אראפ , ניש ער

איציק מעכל'ס מערסט פראקטיצירטע זאך איז עבודת האכילה אזש זיין פאטער שטיגליצער רבי פלעגט זאגן אז אין איציק מעכל'ס נאמען איז דא די אותיות פון "אכל" , עסן מיט איציק מעכל גייען בינאזאם א שטייגער ווי א פאון מיט זיין טשארדזשער

איציק מעכל מעג אויפשטיין יעדן טאג נאך חצות .......................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל מעג זיך ארונטערלייגן אין בור פונעם מקווה אווי א פרסישע טעפיך אויסגעשפרייט אין א רייכע פאלאץ פון עפעס א שעיך פון קאטאר ....................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל מעג אלעס בארגן (ליין נעמען) פון שמש'ס שטיבל צו איז עס א קעמל ,נעגל שניידער, לוח אדער יאהרצייט לעכט ..............................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל קען מאכן יעדן טאג בדיקת חמץ צווישן די פוס פינגערס זיצענדיג אויפן מקווה באנק פאר א האלבע שעה אין א צוה און שטייטצעך רייסן קריעה פון די פוס פלאך מיט גרויס אייפער, נאכער אריינעמען לפי תומו אין מיילעכל אהנע ברכה..................................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל דאווענט נאר אין א ביאלע סידור ................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל דארף אייביג צוגיין צום עמוד ......................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל'ס קאווע נעמען יעדע צופריה איז א עבודה רבה און אין יעדע זאך וואס ליגט ארום די פערקולעיטער , שפאצירט אריין זיין נאז שלא בעקיפין , נעמט לכתחילה פינעף-זעקס גלעזלעך, קאווע אין איין גלעזל, הייס וואסער אין די צווייטע , דריטע (פרעגטס מיר ניש צו וואס דארף ער פארדעם צוויי), צוקער אין די פערטע כוס און מילך אין די פינפטע און נאכער הייבט זיך אהן א גאנצע חליפין ספעקטקאל מ'גיסט פון איין גלעזל צום צווייטן ביז מ'בלייבט איבער מיט צוויי און די גלעזלעך נעמען שאנסן צו ווערן געזופט דורך איציק מעכל בדילוג.....................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל מעג יעדן טאג נאכן דאווענען ביים תיקון אראפשיילן די אויבערשטע חלק פונעם מארבל קעיק און נאכער עס צוזאםדרוקן אווי א טאבע און עס עסן בפה מלא הויעך אויפן קול..................................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל מעג אהיים קומען יעדן טאג נאך שחרית און זיך צאם בייזערן אויפן ווייב בקולות וברקים , (אזש איינמאל האט ער געמאכט אזאנע קולות און פערצופאל איז די פענסטער געווען אפען , די קולות זענען געווען אזוי הויעך אז אפאר גאסן ארויפציער האבן צוויי עלטערע פרויען מיט אלצהיימערס געצינדן שבת לעכט, מיינענדיג אז די שבת בעל האט זיך צוקלינגן) ..............................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל גייט ניש אין כולל אבער ער ארבעט אויך ניש ............................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל איז בסה"כ א גאנצן טאג אינדערהיים ,בייזערט זיך אויף יעדעם , ליינט דורך אלעס וואס קומט אויף פאסט בעיון גדול , קוקט ארויס בכליון עינים ווען מ'קען שוין דאווענען מנחה , כאפט א נאפעץ יעדן נאכמיטאג פאר א שעה ....................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל'ס פארנומענסטע טאג איז מיטוואך ווייל יעמאלטס דארף ער דורכליינען אלע פארזעצונגן אין די מאגאזינען וואס מ'קען נעמען פריי פון אפצאל אין אלע געשעפטן , שטייטצעך ער נעמט צוויי פון יעדע ......................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל שמועסט אוועק א האלבער נאכט יעדן טאג נאך מעריב ,העלפן אין שטוב מיינט בכלל ניש אים..................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל דארף קיינמאל ניש שטיין אין ליין אין וועכע געשעפט זאל נאר ניש זיין ,כאפט זיך אייביג אריין און ווען איינער ווארפט א רוגז'דיגן בליק , מיינט עס זיין שכן , ניש עימען................................................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל זיצט אייביג אבער אייביג אויבן נאנט צו זאל עס זיין אין סעמעדרעש , מקווה , מסיבה , דרשה , פארזאמלונג, שמחה, אפילו זומער אין סווימינג פול ...............................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל זייפט זיך נאר צוויי מאל א יאר שטייטצעך א גאנצן צייט און שויער , קראצט זיך אויס אבר אבר לחוד ,קרעכצט ארויס די דיקע גרינע צופריה לעמאנאדע פון זיין מויל גראד אין שויער אריין , לאזט קיינעם ניש אריין ביז ער איז ניש פערטיג לגמרי.........................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל איז לעבן ציין פוץ קיינמאל געשטאנען , זיין מויל געט ארויס א ריח וואס דערמאנט די עסזאל דורכגאנג אין נעפאנעק (סאטמאר אינגל קעמפ) ער רעדט קיינמאל צו מענטשן , ער ספרעי"ט נאר.....................................................ווייל ער איז א בן-עשק

איציק מעכל האלט אז קיינער פארשטייט ניש אזוי גוט אמעריקאנע אדער רבי'שע פאליטיק אווי ער ..................................ווייל ער איז א בן-עשק

איינער האט אפשר א משפטים פאסיק?! ..................................!

ס'נאך דא אסאך צוצולייגן אויף דעם איציק מעכל'ס דמות , א שבת, יו"ט , א שמחה וכדומה , האבעך ניש אזויפיל צייט , יבואו ה'עיט'ים וימשיכו את דמותו השלימה........
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 1:21 pm

מזל טוב נו וואדע פארן ווערן א שר האלף!!

ס'האט זיך שוין אלעס געלוינט צו ווארטן די זאלסט צוריק קומען נאר פאר די ארטיקל...
:lol: :lol: :lol:
אַ געשעפט האָב איך............

jay
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 20, 2017 9:50 am

תגובהדורך jay » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 1:29 pm

;l;p- :grin: זייער גוט

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 1:44 pm

יויש ביסטו זיס. ;a-1;
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:29 pm

לויט וויפיל קאמפלימענטשן נע-וואדע האט דא באקומען פאר זיין זיסע ארטיקל, זעט מיר אויס אז די מאיאריטעט באזוכער דא זענען בנש"ק'לעך...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:44 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:לויט וויפיל קאמפלימענטשן נע-וואדע האט דא באקומען פאר זיין זיסע ארטיקל, זעט מיר אויס אז די מאיאריטעט באזוכער דא זענען בנש"ק'לעך...

ווא דען.. ווער האט דען אזויפיל צייט ווי די אויבן דערמאנטע
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:46 pm

:lol: :lol: :lol: :lol:
און ;l;p-
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2018 6:51 pm

תגובהדורך אחד מהחבורה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 3:54 pm

דו האסט מיר שיעור געמאכט ברעכן פאר גלעכטער, כאב שוין אזא גוטס לאנג נישט געזעהן, ס'ליגט אסאך טיפע רעיונות דא, וואס מ'קען נאר פארשטיין אויב קלאמערט זיך ערגעץ ארום אזא כאראקטער
.don't meet with negative people. because they have a problem,for every solution

סיפורי צדיקים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: נישט דארט ווי די מיינסט...

תגובהדורך סיפורי צדיקים » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:01 pm

זייער זייער פיין האסט ארויפגעברענגט א שמייכעלע אויף אידישע לעפצן

זעץ ווייטער פאר אראפצולייגן וויזוי ס'האט ביי אים אויסגעקוקט א שבת א יו"ט א תענית וכדו'
די בעסטע צייט צו פארציילן סיפורי צדיקים איז לשיטתי פרייטאג צונאכטס נאך די ברוינפן פאר די זופ, פרוביר עס אויס....

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:03 pm

פיין פיין, זאפטיג!

דער איציק מעכל'ס א ברודער דרייט זעך ביי אונז און שיל - ממש א קאפי פונעם ברודער.... :lol:

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:28 pm

גוט גוט

זאג דו ביסט א בניעשעק?
נו וואדע האט געשריבן:איציק מעכל האלט אז ער האט א סענס אף הומער ,ווייל וואס פארשטייסטו ניש , יעדע בן-עשק ווערט דעך געבוירן מיט "די סענס אף הומער טאלאנט"
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

טוב ויפה
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 15, 2018 7:09 pm

תגובהדורך טוב ויפה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 4:33 pm

יוש...מעכטיג...קנאקעדיג! קאנגרעטלעישאנס הרב נו וואדע!!
כשם שתזכה..... כן תזכה.....

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 6:34 pm

איך בין מחולק מיט די קאמפלימענטן.
פאסט נישט!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 6:46 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין מחולק מיט די קאמפלימענטן.
פאסט נישט!

גא"מ למחאה
די אלע שוואכקייטן קענען זיך טרעפן ביי ציווילע בירגער פונקט אזוי, לאו דוקא ביי המכונה 'בן-עשק'...., קיינער איז נישט פארזיכערט ......

וכטענת אליהו שאמר לרבי אליעזר 'לך אל האומן שעשאני'....,
דער זעלבער בורא וואס האט דיך באשאפן מיט דיינע שוואכקייטן, האט באשאפן יענעם מיט זיינע...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 8:44 pm

איציק מעכל מיט שווייס זענען ערשטע קאזינ'ס , אדרבה א טאג וואס איציק מעכל'ס פנים איז טרוקן איז א סימן אז ער איז געשטאנען א גאנצן טאג ביים פריזער און געזוכט עסן
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 11:52 pm

דער זעלבער ארטיקל קען ווען געשריבן ווערן אויף אן איידעלן אופן. דאס איז סתם אראפצורייסן בנשק"לעך. און די קאמענטס נאכדעם איז אויך נישט גאר קאמיש. איך וואלט עס אויסגעמעקט און איבערגעשריבן ַַַַַַַַַנארמאל.

מ'קען אראפלייגן א קערעקטער און מען קען חוזק מאכן פון מענטשען וואס זייער זיידע איז געווען א רבי. און עס איז א גרויסע חילוק. זייער א זיסע שפראַך גראדע.

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 9:13 am

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א באס דרייווער ווערן נישט אלע באס דרייווער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א פלאמבער ווערן נישט אלע פלאמבער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א שמש ווערן נישט אלע שמשים באליידיגט?

אבער פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א בנשק ווערן יא אלע בנשק׳ס באליידיגט? ......................ווייל ער איז א בן-עשק

און צו דער נו וואדע וויל איך זאגן,
קודם מזל טוב צום אלף׳ל, זאל דיר השי׳׳ת שענקן אלפי אלפים...
און יישר כח! א פיינע געשרייבעכטס! עטליכע מאל אויסגעשאסן אינמיטן... און דאסמאל איז עס נישט געלאנגען מיר צו באוואשן, איך ווייס שוין אז אין נו וואדע׳ס אן אשכול קומט מען אריין אן א קאווע... .....ווייל ער איז נעוואדע!

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 9:32 am

שמארטיקל האט געשריבן:פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א באס דרייווער ווערן נישט אלע באס דרייווער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א פלאמבער ווערן נישט אלע פלאמבער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א שמש ווערן נישט אלע שמשים באליידיגט?


ווער זאגט אז זיי ווערן נישט באליידיגט??

בד"וו, איך בין נישט קיין בן-עשק בכלל
אבער, כ'קען זייער אסאך וועלכע זענען זייער זייער ווייט פון די אלע דערמאנטע שוואכקייטן, אדרבא זיי זענען גאנץ טויגליך....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 9:56 am

שמארטיקל האט געשריבן:פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א באס דרייווער ווערן נישט אלע באס דרייווער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א פלאמבער ווערן נישט אלע פלאמבער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א שמש ווערן נישט אלע שמשים באליידיגט?

אבער פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א בנשק ווערן יא אלע בנשק׳ס באליידיגט? ......................ווייל ער איז א בן-עשק

איך ווייס נישט איבער בן-עשק'ס, אבער ווען א בדחן וועט זיך אויפשטעלן חוזק מאכן פון 'פלאמבערס' ביי א שבע ברכות, וועלן אלע פלאמבערס אין זאל זיכער ווערן באליידיגט. וואס איז די ספק בכלל?

חוץ מזה, וואס דער בעל אשכול האט נישט סתם חוזק געמאכט אדער געמאכט ווערטליך אויף זייער חשבון, נאר פשוט ארויפגעשמירט א נאסע ליילעך. זיי אראפגעריסן כאילו זיי זענען גבנים, רויבערס, פרעסערס, אראבערס.... דאס איז וויאזוי איך קוק עס אן.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

בוחר בשירי זמרה
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 26, 2016 10:49 pm

תגובהדורך בוחר בשירי זמרה » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 10:03 am

שמארטיקל האט געשריבן:פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א באס דרייווער ווערן נישט אלע באס דרייווער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א פלאמבער ווערן נישט אלע פלאמבער׳ס באליידיגט?

פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א שמש ווערן נישט אלע שמשים באליידיגט?

אבער פארוואס ווען מ׳מאכט חוזק פון א בנשק ווערן יא אלע בנשק׳ס באליידיגט? ......................ווייל ער איז א בן-עשק

אביונה האט געשריבן:


געוואלדיג האט געשריבן:זייער א זיסע שפראך

איך בין נייגעריג איבער דעם עולם רעאקציעס אויב איך וואלט אויפגעטוישט די זיסע פראזע ---ווייל ער איז א בן-עשק ------ מיט ---- ווייל ער איז א פאפא'ענער ---

טראכט ראיבער דעם


#א_בושה
Of course האט געשריבן:דער זעלבער ארטיקל קען ווען געשריבן ווערן אויף אן איידעלן אופן. דאס איז סתם אראפצורייסן בנשק"לעך. און די קאמענטס נאכדעם איז אויך נישט גאר קאמיש. איך וואלט עס אויסגעמעקט און איבערגעשריבן ַַַַַַַַַנארמאל.

מ'קען אראפלייגן א קערעקטער און מען קען חוזק מאכן פון מענטשען וואס זייער זיידע איז געווען א רבי. און עס איז א גרויסע חילוק. זייער א זיסע שפראַך גראדע.
יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין מחולק מיט די קאמפלימענטן.
פאסט נישט!

יידישע קהילות האט געשריבן:איך בין מחולק מיט די קאמפלימענטן.
פאסט נישט!

גא"מ למחאה
די אלע שוואכקייטן קענען זיך טרעפן ביי ציווילע בירגער פונקט אזוי, לאו דוקא ביי המכונה 'בן-עשק'...., קיינער איז נישט פארזיכערט ......

וכטענת אליהו שאמר לרבי אליעזר 'לך אל האומן שעשאני'....,
דער זעלבער בורא וואס האט דיך באשאפן מיט דיינע שוואכקייטן, האט באשאפן יענעם מיט זיינע...


ווען איינער זאל האלטן אין איין שרייבן חסרונות "ווייל ער איז א באס דרייווער" וואלטן זיך פילע פון זיי באליידיגט
געלט פארלוירן? נישט פארלוירן
צייט פארלוירן? פיל פארלוירן
מוט פארלוירן? אלס פארלוירן

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 10:42 am

מ'גיימיר זיך ניש פארענטפערן ווייל אין קץ לדברי רוח


אבער די אלע וואס האבן טענות ווילעך נאר מעורר זיין אז איר ליינט זייער אויבערפלעכליך

כ'האב ספעציעל געשריבן פארדעם א דיסקלעימער און בפשטות האט איר דאס ניש אינאכט גענומען

צווייטענס כל כ'האב בכלל ניש געמיינט א בנש"ק אדרבה ואדרבה זיי זענען מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט היינט

כאב טאקע פאר דעם דירעקט פארדרייט צו "בן-עשק" וואס כ'קאן אזעכע וואס האבן גארניש מיט בנש"ק צו טוהן

אויב זענט איר א שטיגליצע און פאטיקע אייניקל בינאזאם ,יעמאלטס זאלט איר טאקע זיין באליידיגט

סתם להערה בעלמא "אידישע וועלט" אין די ס' יארן האט נאר געהאט אזעכע אדער ענליכע ארטיקלן , קיינער האט זיך דעמאלטס באכעשעם ניש צוקראצט , נאר וואס דען היינט איז אכשר דרא ווי יעדער מיינט אז מ'מיינט דייקא אים און ווען מ'שרייבט א ארטיקל און מ'האט אנגעכאפט עפעס א געוואוסע קבוצה בלויז פאר די טעמע אדער לדוגמא בעלמא ווערט מען אינגאנצן באליידיגט

רבותי ! איר זענט אלע עדאולט'ס , ביטע טרעטס ארויס פון די קינדער שוך און הייבטס אהן טראכטן ווי ערוואקסענע מענטשן

און עגעין ווער ס'מיינט אז מ'האמיר אים געמיינט , עים און נאר עים האבעך טאקע געמיינט..................................
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

א גולם
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 10:50 am

נו וואדע האט געשריבן:מ'גיימיר זיך ניש פארענטפערן ווייל אין קץ לדברי רוח


אבער די אלע וואס האבן טענות ווילעך נאר מעורר זיין אז איר ליינט זייער אויבערפלעכליך

כ'האב ספעציעל געשריבן פארדעם א דיסקלעימער און בפשטות האט איר דאס ניש אינאכט גענומען

צווייטענס כל כ'האב בכלל ניש געמיינט א בנש"ק אדרבה ואדרבה זיי זענען מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט היינט

כאב טאקע פאר דעם דירעקט פארדרייט צו "בן-עשק" וואס כ'קאן אזעכע וואס האבן גארניש מיט בנש"ק צו טוהן

אויב זענט איר א שטיגליצע און פאטיקע אייניקל בינאזאם ,יעמאלטס זאלט איר טאקע זיין באליידיגט

סתם להערה בעלמא "אידישע וועלט" אין די ס' יארן האט נאר געהאט אזעכע אדער ענליכע ארטיקלן , קיינער האט זיך דעמאלטס באכעשעם ניש צוקראצט , נאר וואס דען היינט איז אכשר דרא ווי יעדער מיינט אז מ'מיינט דייקא אים און ווען מ'שרייבט א ארטיקל און מ'האט אנגעכאפט עפעס א געוואוסע קבוצה בלויז פאר די טעמע אדער לדוגמא בעלמא ווערט מען אינגאנצן באליידיגט

רבותי ! איר זענט אלע עדאולט'ס , ביטע טרעטס ארויס פון די קינדער שוך און הייבטס אהן טראכטן ווי ערוואקסענע מענטשן

און עגעין ווער ס'מיינט אז מ'האמיר אים געמיינט , עים און נאר עים האבעך טאקע געמיינט..................................


;l;p-

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3318
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 10:51 am

נו וואדע האט געשריבן:מ'גיימיר זיך ניש פארענטפערן ווייל אין קץ לדברי רוח


אבער די אלע וואס האבן טענות ווילעך נאר מעורר זיין אז איר ליינט זייער אויבערפלעכליך

כ'האב ספעציעל געשריבן פארדעם א דיסקלעימער און בפשטות האט איר דאס ניש אינאכט גענומען

צווייטענס כל כ'האב בכלל ניש געמיינט א בנש"ק אדרבה ואדרבה זיי זענען מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט היינט

כאב טאקע פאר דעם דירעקט פארדרייט צו "בן-עשק" וואס כ'קאן אזעכע וואס האבן גארניש מיט בנש"ק צו טוהן

אויב זענט איר א שטיגליצע און פאטיקע אייניקל בינאזאם ,יעמאלטס זאלט איר טאקע זיין באליידיגט

סתם להערה בעלמא "אידישע וועלט" אין די ס' יארן האט נאר געהאט אזעכע אדער ענליכע ארטיקלן , קיינער האט זיך דעמאלטס באכעשעם ניש צוקראצט , נאר וואס דען היינט איז אכשר דרא ווי יעדער מיינט אז מ'מיינט דייקא אים און ווען מ'שרייבט א ארטיקל און מ'האט אנגעכאפט עפעס א געוואוסע קבוצה בלויז פאר די טעמע אדער לדוגמא בעלמא ווערט מען אינגאנצן באליידיגט

רבותי ! איר זענט אלע עדאולט'ס , ביטע טרעטס ארויס פון די קינדער שוך און הייבטס אהן טראכטן ווי ערוואקסענע מענטשן

און עגעין ווער ס'מיינט אז מ'האמיר אים געמיינט , עים און נאר עים האבעך טאקע געמיינט..................................


עס איז נישט נאר דאס.
די גאנצע לשון זאלט איר מיר מוחל זיין הונדערט מאל איז וואלגאר און נאנט צו ניבול פה.
איך האב לכתחילה גארנישט געזאגט ווייל איך בין געווען זיכער אז די מנהלים וועלן עס פארמעקן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

א נייע מעשה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 10:55 am

נו וואדע האט געשריבן:מ'גיימיר זיך ניש פארענטפערן ווייל אין קץ לדברי רוח


אבער די אלע וואס האבן טענות ווילעך נאר מעורר זיין אז איר ליינט זייער אויבערפלעכליך

כ'האב ספעציעל געשריבן פארדעם א דיסקלעימער און בפשטות האט איר דאס ניש אינאכט גענומען

צווייטענס כל כ'האב בכלל ניש געמיינט א בנש"ק אדרבה ואדרבה זיי זענען מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט היינט

כאב טאקע פאר דעם דירעקט פארדרייט צו "בן-עשק" וואס כ'קאן אזעכע וואס האבן גארניש מיט בנש"ק צו טוהן

אויב זענט איר א שטיגליצע און פאטיקע אייניקל בינאזאם ,יעמאלטס זאלט איר טאקע זיין באליידיגט

סתם להערה בעלמא "אידישע וועלט" אין די ס' יארן האט נאר געהאט אזעכע אדער ענליכע ארטיקלן , קיינער האט זיך דעמאלטס באכעשעם ניש צוקראצט , נאר וואס דען היינט איז אכשר דרא ווי יעדער מיינט אז מ'מיינט דייקא אים און ווען מ'שרייבט א ארטיקל און מ'האט אנגעכאפט עפעס א געוואוסע קבוצה בלויז פאר די טעמע אדער לדוגמא בעלמא ווערט מען אינגאנצן באליידיגט

רבותי ! איר זענט אלע עדאולט'ס , ביטע טרעטס ארויס פון די קינדער שוך און הייבטס אהן טראכטן ווי ערוואקסענע מענטשן

און עגעין ווער ס'מיינט אז מ'האמיר אים געמיינט , עים און נאר עים האבעך טאקע געמיינט..................................

קומסט אריין זייער קלאר.

און א ישר כח פאר מיך מאכן שמייכלען

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג נובעמבער 29, 2019 11:53 am

נו וואדע האט געשריבן:מ'גיימיר זיך ניש פארענטפערן ווייל אין קץ לדברי רוח


אבער די אלע וואס האבן טענות ווילעך נאר מעורר זיין אז איר ליינט זייער אויבערפלעכליך

כ'האב ספעציעל געשריבן פארדעם א דיסקלעימער און בפשטות האט איר דאס ניש אינאכט גענומען

צווייטענס כל כ'האב בכלל ניש געמיינט א בנש"ק אדרבה ואדרבה זיי זענען מסלתה ומשמנה וואס כלל ישראל פארמאגט היינט

כאב טאקע פאר דעם דירעקט פארדרייט צו "בן-עשק" וואס כ'קאן אזעכע וואס האבן גארניש מיט בנש"ק צו טוהן

אויב זענט איר א שטיגליצע און פאטיקע אייניקל בינאזאם ,יעמאלטס זאלט איר טאקע זיין באליידיגט

סתם להערה בעלמא "אידישע וועלט" אין די ס' יארן האט נאר געהאט אזעכע אדער ענליכע ארטיקלן , קיינער האט זיך דעמאלטס באכעשעם ניש צוקראצט , נאר וואס דען היינט איז אכשר דרא ווי יעדער מיינט אז מ'מיינט דייקא אים און ווען מ'שרייבט א ארטיקל און מ'האט אנגעכאפט עפעס א געוואוסע קבוצה בלויז פאר די טעמע אדער לדוגמא בעלמא ווערט מען אינגאנצן באליידיגט

רבותי ! איר זענט אלע עדאולט'ס , ביטע טרעטס ארויס פון די קינדער שוך און הייבטס אהן טראכטן ווי ערוואקסענע מענטשן

און עגעין ווער ס'מיינט אז מ'האמיר אים געמיינט , עים און נאר עים האבעך טאקע געמיינט..................................

יא, איך בין אן עדאלט, און פילייכט עלטער פון אייך....
אסאך אידן אין מיינע יארן, האבן שוין חרטה געהאט אויף אזעלכע און ענליכע ווערטלעיך וואס זיי האבן געזאגט, געשריבן אין די יונגע יארן, אויפן חשבון פון אנדערע....

געדענק, מה דעלך סני לחברך לא תעביד איז א א דאורייתא
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Williamsburg, אביי, תענית חלום און 21 געסט