דריי העקעלעך איז אויך נישט גענוג ??!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלעכענער פנים
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

דריי העקעלעך איז אויך נישט גענוג ??!!

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:01 pm

ברכי די שטייסט ? אקעי לייג דיך אראפ די וועסט נישט גלייבען וואס איך גיי דיר יעצט זאגען
חיים נחום וואס איז מיט דיר געשען ??
איז אזוי מיין מענעדזשער רופט מיך היינט בערך אזוי 1:30 אין זאגט מיר אז די באס פין אלע לאקעישענס וויל רעדן מיט מיך , די ברויכסט פארשטיין אז זייט איך ארבעט דא דאס מיינט די לעצטע איבער זיבען יאר האב איך איהם נאר צוויי מאל געזען אין ביידע שוין איבער פיהר יאר צוריק קוים דענק איך נאך ווי אזוי ער קוקט אויס אין דא וויל ער בכבודו ובעצמו רעדן פונקט צו מיך א סטאפיד ארבעטער וואס ער האט איבער 150 אזעלכע ארבעטערס צווישען זיין 7 לאקעישענס אקיצור טא מעיק עי לאנג סטארי שארט מיינע הענט אין פיס האבען אנגעפאנגען דריזלען פאר פחד וואס וויל ער פון מיר אבער צו לאנג האבעך נישט געקאנט ווארטן ווייל די באס איז שוין געזיצען אין זיין עלעגאנטן BMW אין געווארט אויף מיך
שוין איך לויף ארויס צו איהם ער גיבט מיך א קוק אן די ביסט חיים נחום??
י..י.יא ענטפער איך איהם ווען מיין פנים טוישט קאלירען
אה קום אריין דארפסט נישט אזוי מורא האבען כ'האב גוטע נייעס פאר דיר האסטו שוין געהערט אז איך פלאן צו עפענען יעצט נאך א לאקעישען ??
יא ענטפער איך שוין אביסל קומענדיג צו זיך
איז אזוי כ'האב געהאט א מיטינג נעכטען מיט אלע 7 מענעזשערס כ'האב זיי געפרעגט צו איינער פון זיי האט א ארבעטער וואס איז געטריי אין פעהיג פאר אזא פאזיציע עס איז ארויפגעקומען אפאר נעמען למעשה נאך א שטיקל דין ודברים איז דיין נאמען געשווימען אויפען אויבערפלאך אז די וואלסט געווען די פאסיגסטע קאנדידאט יעצט איז אזוי דאס איז א שווערע זשאב ווייל די האסט די אחריות פון די גאנצע אפטיילונג
די האלטסט אז די וואלסט עס געקענט טוהן ??
איך דארף מיך נאך איבערטראכטען האב איך גענטפערט
כ'האב הנאה אז די ביסט א דורכגעטראכטע מענטש זאגט ער מיר איך גיב דיר א וואך מיר צו געבן תשובה אין בנוגע געלט די ווייסט דאך אז קיין קארגער בין איך נישט איז די ערשטע דריי חדשים גייסטו מאכן צוויי אהאלב אלפים א וואך אויב עלעך הנאה האבן פון דיין ארבעט גייסטו נאך די 3 חדשים ארויפגיין צו דריי אין אפשר אפילו דריי אהאלב שוין לאמיר דיר נישט אויפהאלטען רוף מיך ווען די האסט תשובה
די הערסט ברכי אויב נעם איך אן די זשאב אפפער מיינט עס אז איך גיי מאכן צווישען 125,000 אין 175,000 אלפים א יאר אונז גייען קענען קויפען א שיינע הויז אין...
טררררר... חיים נחום...
יא וואס שרייסטו כ'האלט דיך אינמיטע...
חיים נאאאכעם.....חיים נאאאכעם
יא פארוואס שר....
חיים נאאאאאאכעם.....ס'איז שוין 7:35 דיין וועקער זייגער קלונגט שוין פאר 20 מינוט
מיט א טיפען געניץ כאפ איך מיך אויף אין מיט שנאה זיך איך אויף דעם מלאך החלומות וואס האט מיר דא אזוי פארנארט
שוין איך דארף מיך צואיילן ווייל אויב בין איך נישט 9:00 אין דער ארבעט ווארט מיר אפ אפאר שרעקעדיגע אויגען פון מיין מענעדזשער מיט זיינע הענט אויסגעשפרייט פון דא ביז קאנארסי "שוין ווייטער ביסטו שפעט"
הכלל איך טוה מיך אן דאס העמד פארמאכענדיג דעם ערשטען לאך מיטען צווייטאן באטן שוין אין מקוה וועל איך מיך שוין מסדר זיין
איך לויף ארויס פארשטייט זיך אז שוין זייענדיג צוויי מינוט אוועק פונדערהיים כאפ איך מיך אז מיינע תפילין.. יא גוט צוגעטראפן
איך לויף צוריק אהיים כאפ ס'תפילין דריי מינוט שפעטער טרעף איך מיך זיך דרייען צווישען אזערנע גראטעס אנצוקומען אין מקוה
עענדליך בין איך שוין אנגעקןמען צום פאליצע פין די האנטעכער
כדי צו פארשטיין ווייטער קומט א שטיקעלע הקדמה אין די מקוה ווי איך גיי איז דא אפאר סארטען האנטעכער סדא קליינע גרויסע, שמוציגע קלינע, דארע גראבע, נאסע טריקענע,
בקיצור נאך א שנעלע סקען זעה איך מיין גראבע-קלינע-גרויסע-טריקענע ווישטיך איך גיב עס א שלעפ ארויס ס'פאלט אחת למעלה ושבע למטה מ'הייבט אלעס אויף מגיבט עס א ווארף צוריק אין מ'נעמט זיך צום עבודת הקודש
אנקומענדיג צום בור מאך איך א שנעלע קאלקיולעישען ווי לייג איך מיין האנטוך סתם אויף א האק האב איך שוין פראבירט אין נאכען זיך ווייקען געטראפן אויף א האק דערנעבן א קליינע אויסגעקעצלטע האנטיך פיל מיט לעכער לייגען אויף צוויי האב איך שוין אויך געטרייט אין מעשהו כבראשונה מאבן אזא לאקשן פאה מיט דער אייזען אינדערמיט איז שוין אויך נישט קיין עצה
שוין בין איך אויפגעקומען מיט א געוואלדיגע פלאן מ'גייט איהם אויסשפרייטען אויף דריי העקעלעך דאס עט שוין זיכער דערמאנען פארן פארבייגייער אז דאס האט איינער אזוי געלייגט פאר א סיבה
איך ווייק מיך מיט א רואיגקייט וויסענדיג אז די האנטוך איז סעיף איך קום ארויס נאך ש"י טבילות ס'ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן דאס האנטוך איז ..נישטא!!
איך בין ממש ארויס פון די גלייזען און כ'האב מיך גענומען שרייען צו אלע פארזאמעלטע "דריי העקעלעך איז אויך נישט גענוג??!!"
טרררר... חייייים נאאאאאכעם....ס'איז שוין 7:50 ....
מיט א בליק פון אהבה דריי איך איך מיך ארום צום מלאך החלומות אין איך זאג איהם "א דאנק פאר די ארטיקעל"
בלעכענער
לעצט פאראכטן דורך בלעכענער פנים אום דינסטאג נובעמבער 26, 2019 1:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11691
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:10 pm

א דאנק פאר די ארטיקל!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:13 pm

דו פרעגסט אדער דו זאגסט?

איז עס דען גענוג? נאך אזא ארטיקל, ווער דארף דען נישט נאך אזאנע?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:22 pm

@ בלעכענער פנים
I have one word for your gorgeous article
TALENT

צביירושלים
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 4:03 pm

תגובהדורך צביירושלים » זונטאג נובעמבער 24, 2019 4:25 pm

;1@ ;1@ ;1@ ;1@

פימפערנוטער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

תגובהדורך פימפערנוטער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 5:59 pm

חיים נחום ;l;p-

בלעכענער פנים
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » זונטאג נובעמבער 24, 2019 6:05 pm

א גרויסען יישר כח פאר אלע באדאנקערס אזוי ווי דאס איז מיין ערשטע ארטיקל גיבט עס מיר אסאך חיזוק אויף ווייטער

אלופי אדום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » זונטאג נובעמבער 24, 2019 7:02 pm

דער בלעכענער דערמאנט מעך פון א מאסע געהערט נישט לאנג צוריק פון ע באטחען

משה'ס שכן א גוי פלעגט האנדלען מיט אויל, חאלעמט ער זיך ווי זיין שכן משה וויל קויפן פון איהם א פעסל אויל, און ער פאדערט בכסף מלא פון 150 פונט, משה האלט נישט דערביי און זאגט איהם 70 פונט! ביני ובינך אות היא לעולם!
נאך לאנגע טענהרייען איז משה געקומען צום החלטה אז ביז 80 פונט קיין טראפ וואסער ולא יעבור! דאס איז עס! נישט מער,

בינו לבין עצמו האט זיך דער גוי אויפגעוועקט פונעם חאלעם מיט קולי קולות האט ער גענימען שעלטן אלע בייזע רוחות פארוואס פונקט יעצט האט ער זיך אויפגעוועקט, געשריגן האט ער, לאמיר שוין ערנדיגן מיט 80 אבי ס'זאל עפעס ווערן דערפון און נישט זיך אויפוועקן אינמיטן!
א גויישע קאפ
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

פארווייטאגט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:44 pm

א מעשה.....

כ'מיין זאלסט צוריק גיין שלאפן, וועלן מיר אונז פארדינען נאך אן ארטיקל...

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:22 pm

פיין פיין

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1261
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:18 pm

פיינע נייעס דאס. חלום על גבי חלום.

מיר ווארטן שוין אויפן נעקסטען חלום. ישר כח
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

50 בערן
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 5:41 pm

תגובהדורך 50 בערן » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:22 pm

מיט א בליק פון אהבה. נאט אייך א יישר כח!!!!!!

אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 826
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 02, 2019 10:41 pm

תגובהדורך משק ביתי » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:40 pm

50 בערן האט געשריבן:מיט א בליק פון אהבה. נאט אייך א יישר כח!!!!!!

אז מרעדט שוין.. וואס עפעס פונקט 50 בערן?

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:04 pm

משק ביתי האט געשריבן:
50 בערן האט געשריבן:מיט א בליק פון אהבה. נאט אייך א יישר כח!!!!!!

אז מרעדט שוין.. וואס עפעס פונקט 50 בערן?

א קשיא אויף א מעשה.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:08 pm

חחחחח! פיינע נייעס דער!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מחשב
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:14 pm

יישר כח!

בלעכענער פנים האט געשריבן:אזוי ווי דאס איז מיין ערשטע ארטיקל


viewtopic.php?p=1943769#p1943769
הוי מחשב...

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1894
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:34 pm

יוש איז דאס גוט.. איך האף בקרוב וועסטו זיין א שר האלף..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמש מאות
תגובות: 535
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 12:41 am

איי איי איי די מילצן טוהן וויי
יישר כח. קיפ איט קאמינג.

בלעכענער פנים
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:02 am

"מיט א בליק פין אהבה" שכח פאר אלע קאמפלעמענטס איטס וועל עפרישיעיטעט..

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:10 am

:lol: :lol: :lol:
חלמא טבא חזיתא... חלום נאך ביטע.

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:41 am

וואס טוט זיך מיט די אכטע לאקעישען.. מ'ווארט אויף דיר זאלסט דיך דערוועקן, אדער מ'האט געשטעלט א צווייטן?

פיינע נייעס דו!!!
;l;p-
מצדי קען זיך די שמועס ענדיגן דא........

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:45 am

:lol: געוואלדיג :lol:
די מערסטע געפעלט מיר די ויחלום שנית איידיע
;l;p- ;l;p-

50 בערן
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 5:41 pm

תגובהדורך 50 בערן » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 1:06 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
משק ביתי האט געשריבן:
50 בערן האט געשריבן:מיט א בליק פון אהבה. נאט אייך א יישר כח!!!!!!

אז מרעדט שוין.. וואס עפעס פונקט 50 בערן?

א קשיא אויף א מעשה.


וואס דען האט זיך דארט געשאקלט אינטערן בוים

Kollel
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:11 am

חיים נחום, you forgot that you are now using ?a different Nik
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
שמארטיקל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm

תגובהדורך שמארטיקל » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:44 am

בלעעעכעעענעעער!!!!!!!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Working און 23 געסט