וואס וואלט איר געטאן ווען איר קענט זיך ריסטארן פון אונהייב.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:18 am

nmi האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:לאזן כולל VS ארבעטן אין אנדערע אשכול...

viewtopic.php?f=3&t=31548

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:19 am

צ\ק
דער ענטפער טוישט זיך לויט די יארן...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

וואס וואלט איך געטאן אנדערש?

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 10:48 am

וואס וואלט איך געטאן אנדערש?

זיך מער צוגעהערט צו גאטס פילינג'ס, נישט ווערן פארקויפט פון אלע שיטותים וואס די לאקאלע אידישע עקאנעמי ברענגט מיט.

מיט א בליק אויף ציריק: וויפל געלט צייט אין עגמת נפש איז געגאסן געווארן אויף די מזבח פון "ביזנעס קאנסאלטענ' ס".

מיט א בליק אויף ציריק: אפשר איז האבן א ביזנעס נישט פשט אז מע קען שוין טאן וואס מע וויל וועגן איך פארשטיי.

וואס די 2 זאכן איז די שליסעל פאר נישט סוקסעס!

ווען איינער האט א שטיקל פרנסה אין די אידישע מארקעט, מיינט דאס נישט אז ער איז שוין א נגיד אין אז זיין ביזנעס מאכן שוין מיליונען א יאר, ער מעגט שוין ספענדן אסאך געלט, פארן טייערע וויקעשינ'ס, וכו'.

א ביזנעסל מיינט אז מע דארף ארויס נעמען 80,000 א יאר, פון אייגענע געלט!, אין זיין א אייגענע בעל הבית, אין מיט די צייט צילן אונציקומען צו 150,000, וזהו הוא!

די עטיטוד ביי די אידישע מארקעט איז פונקט פארקערט, דרעין אויס דיין ביזנעס אבער ווי מער, וואס הייסט פארוואס, די דארפס דיך אונטאן ברייטע שיך, אזוי גייסטו שוין קענען נעמען נעקסט סטעפ, אין בוי גראד א וועירהויז, ספענד טויזענטער'ס אין שאו'ס, נעם א ליין אויף קרעדיט אין קויף 2 נייע טראק'ס אויף די ראוד ווייל דאס ברענגט נעם רעקקנישן, ספענד אין א וועבסייט הונדערטער שעות טויזענטער'ס נישט אייגענע געלט וואס על פי רוב ברענגט עס 0 מיינעס 0, גיי צו גרויסע קאנסאלטענ'ס אין מארקעטינג ברענדינג ספעשעליסטן מיט אלע בולשת פון רייכע ביזנעס עווענט'ס, טו אלעס אין די וועלט צו שפילן נגיד מיט א רייכע ביזנעס וויקעל אין די זייט, אין נאכדעם גייט דיין קאמפאני זיין איינ'ס פון די מערסטע אלוועלטליכע גרעסטע אזויווי גוגעל אדער אמעריקען עיר ליין.

אזא אופירונג ברענגט אונטער אונזער אידישע עקאנעמי, ניין סע ארבעט נישט אזוי, קיין איין נגיד איז נישט געווארן רייך פון אזא וועג, אלע אונזעצער'ס זענען נאר אזוי געגאנגען אין געשפילט שיינע מכה המדינה וסוסייעטי מיט שיינע רייכע שמחות וואס איך ווייס אז זיי האבן דאס גענימען פון א ליין אויף קרעדיט פון די ביזנעס...

ווען איר פארט ארויס פון די לאקאלע פלאץ ווי איר וואינט זעט איר אז פולע נישט אידן האבן אויך ביזנעסער, איינער האט א מעקאניק שאפ, א צווייטער א קאר וואש, א דריטער א גלאז סטאר, א אנדערע האט א פלאץ ווי ער פארקויפט קארפעט'ס, וכו',

יעדער פון זיי האט א אלטע פארשטינקענע לאקאל, אין די בעל הבית אליין מיט א ארבייטער שטייען אין ארבעטן ארום די זייגער, זאכן צוברעכן זיך קויפט מען נישט גראד א נייע, אין אזוי גייט די ביזנעס אן יארן לאנג אן קיין קנייטש, דער נעמט ארויס זיינע $1500 א וואך, האלב גרינע די אנדערע האלב אין עכטע, ער איז פארמאכט יעדע האלידעי, אבער ער ספענט נישט זיין געלט אזוי ווי אונז, ביי עם איז נישט דא אזא מושג ווי מאכן א טייערע וואכנאכט מיט קויפן חתן בראשית פאר א קידוש, ער דארף סך הכל זיין געלט אן קיין חלומות, אין ער נעמט עס ארויס דוך א געזינטע וועג אין דאס געשעפטל וואק יעדעס יאר מיט א קליינע פארצענט.

ביי אונז איז פונקט פארקערט, אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל, די בעל הבית אליין ארבעט נישט מילא איז ער נאר א הוצאה פאר די ביזנעס, אין ער האט נאך א טייערע קאר מיט א אינשורענ'ס פאלעסי, וואס די ביזנעס מיז צאלן, זיין הויז צאלט די ביזנעס, אלעס צאלט די ביזנעס, מע טוט דאס אוסדרעינען, אין אזוי ווערן ביזנעסער פארמאכט איינ'ס נאכן צווייטן, אין אויב ווערט עס נישט פארמאכט וועגן מע קען שטיפן אזוי פאר נאך 2 יאר, מיינט דאס אז נאך 2 יאר וועט די אונער ניטש האבן קייןטעג אין נעכט.

אין פרישע אינגע אינגעלייט הייבן נייע זאכן מיט די טייערסטע הוצאה וואס איינער האט אופגעמאכט אז ער דארף עס האבן, מע טוט איבער די זעלבע אלטע מעסטעיק'ס, אין אלעס דרייט זיך ארום א גרויסע באבעל.

אלזא פאר קומעדיגע יאר: טוט דאס נישט איבער אין הייב שוין אן אופצישטעלן די באבעל אין דיין לעבן אין אויך אין דיין פריוואטע לעבן....

גם אתה יכול
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 11:13 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
גם אתה יכול האט געשריבן:ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואל נישט געווען אזא זאך ווי כולל, אז די ווילסט לערנען גיי אין שוהל אין לערנען, אז די ווילסט מאכן א חבורה מאך, אבער אז די באן שינעס זאלן עפציעל מאכן א סטאפ ביי א בנין וואס הייסט כולל און נישט אויסזאגן ווען די נעקסטע באן קומט איז קטנות, אן עדאלט דארף האבן די אייגענע בחירה צו מאכן זיין באשלאוס ווי אזוי ער וויל אויסשטעלן זיין טאג און וועלכע לימוד ער וויל לערנען און וויפיל ער זאל לערנען, עס ברויך נישט זיין קיין סיסטעם פאר דעים..

ס׳איז א ווייטאג צו זעהן אזא תגובה, און נאך אזאלכע תגובות אין דעם אשכול.

ס׳איז דא היינט אסאך גדולי ישראל, אלע זענען מסכים אז די ריכטיגע זאך איז אז ס׳זאל זיין די הייליגע ״סיסטעם״ אז א יעדער גייט אין כולל נאך די חתונה.

אונז קען מיר מסביר זיין און פראבירן צו פארשטיין פארוואס אדער קענען מיר בלייבן ביי נישט פארשטיין. אבער צו מחולק זיין חס ושלום.


איך האב נישט קיין אנאונג פון וועלכע גדולי ישראל די רעדסט
אבער איך האב בכלל נישט גערעדט פון די נושא צו א מענטש זאל לערנען צו ארבעטן, ווער בין איך אריינצורעדן אין דעם
איך האב גערעדט פון די נושא אז א מענטש פארט אויף שינעס פון די טאג וואס ער איז געבוירן ביז... ער האט קיינמאל נישט די געלגענהייט צו טראכטן וואס וויל איך און וואס וויל איך נישט ער קען זיין דרייסיג יאר און אריינקומען אין כולל און קוקען און ליינען די צעטל אויף די וואנט וואס מען גייט לערנען די זמן וועלכע סימן אין הלכות שבת.
די ביסט אן ערוואקסענע מענטש מאך דיר אליין דיינע צילן.
יעצט גייט מען אריין אין כולל יעצט גייט מען ארויס יעצט לערענט מען דעס יעצט דעס, אזא מהלך איז געאייגענט אין א חדר פאר תשב"ר

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 11:58 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?


;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער גוט אראפגעלייגט. אמת און ריכטיג.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג נובעמבער 12, 2019 12:03 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?


;l;p- ;l;p- ;l;p-
זייער גוט אראפגעלייגט. אמת און ריכטיג.


שכח

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 5:36 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?


גאר גוט.. איך שפיר בשעת איך ליין ווי מיין מויל רעדט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 5:42 pm

פרעגסט?

קוקענדיג צוריק זע איך אז די אלע ענינים בגשמיות וברוחניות אין וואס איך האב ווירקליך מצליח געווען געהאט זעראו מיט אייגענע חכמה און השתדלות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מחנך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 5:55 pm

איך פארווינדער זיך אויף אסאך קאמענטס דא, איך האב מיך גערישט אויף צו טרעפען גאנץ אנדערע מיני ריספאנסעס.

1) איך וואלט זיך געהאלטען ריין ווי אין די יום החופה, איך וואלט מער פארפעסטיגט מיינע קבלות און רצונות, בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, שמירת עינים, שמירת הדיבור, און אזוי ווייטער.
2) איך וואלט געבליבען אין כולל נאך אפאר יאר, נאר ווען די פרנסה האט אנגעהויבען קוועטשען וואלט איך אנגענומען א נאכמיטאג אדער ביינאכט זשאב, איך האב פארפאסט אסאך מקצועות התורה וואס איך וואלט זיך געקענט משלים זיין ווען,
3) איך וואלט סאך מער משקיע געווען אין מיינע קינדערלעך, און מער תפילות פארגאסען פאר זיי, (איך האב דעס ברוך ה' נאכנישט פארפאסט ווייל מיינע קינדער זענען נאך גאנץ יונג, איך באוויין נאר די יארען וואס זענען שוין פארביי)
4) איך וואלט מער אינוועסטעט אין כיבוד אב ואם, ווי עלטער איך ווער זע איך וואסערע נארישע יוד איך בין געווען.
5) איך וואלט ווייניגער געליינט און געהערט און גערעדט שטותים, נייעס און פאליטיק, וואס איז בעיסיקלי פארברענטע צייט וואס מ'האט נישט פון עס גארנישט, נישט רוחניות און נישט גשמיות

חובות
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 6:11 pm

תגובהדורך חובות » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 6:09 pm

אוי הלוואי, ווען איך קען ווען ריסטארטן פון אנהייב

אין קורצן, וואלט איך דאס ארויסגעברענגט, אז יונגעלייטלעך הייבן אן זייער לעבן, אן צו וויסן, ווי אזוי צו פירן א לעבן, וואס מיינט 'געלט', וואס מיינט 'פארדינען געלט', וואס מיינט 'צייט', און וואס מיינט זיין אין צייט

וואס מיינט 'קרעדיט קארט' און די חורבנות וואס דאס ברענגט מיט (אסאך מער ווי דאס פארדינסטן, ווען מ'מאכט דאס גלייך נאך די חתונה).

מ'וואלט שוין געדארפט האבן ביי אונזער קימיונעטי, אז אזוי ווי יעדער חתן גייט צו א חתן רבי, צו הערן הלכות והליכות, און יעדע יאר האט מען חזרה אין די שובבי"ם וואכן.
אזוי זאל יעדער אינגערמאן גיין צו שיעורים אויף פירן א אידישע שטוב (דייקא דאס הערן נאך די חתונה, און נאך בעסער א האלבע יאר נאך די חתונה), און יעדע'ס יאר זאל זיין חזרה אויף דעם

דאס וואלט אסאך צוגעהאלפן פאר אסאך יונגעלייט, אין די שפעטערע יארן.

פארשטייט זיך אז דער פון אויבן האט אנדערש באשערט, און דאס שכל קומט מיט די צייט, און שפעטער, אבער כאטש אויף להבא, דארף מען זעהן זיך צו לערנען פון די אלטע טעותים.

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 6:36 pm

מחנך האט געשריבן:איך פארווינדער זיך אויף אסאך קאמענטס דא, איך האב מיך גערישט אויף צו טרעפען גאנץ אנדערע מיני ריספאנסעס.

1) איך וואלט זיך געהאלטען ריין ווי אין די יום החופה, איך וואלט מער פארפעסטיגט מיינע קבלות און רצונות, בין אדם למקום און בין אדם לחבירו, שמירת עינים, שמירת הדיבור, און אזוי ווייטער.
2) איך וואלט געבליבען אין כולל נאך אפאר יאר, נאר ווען די פרנסה האט אנגעהויבען קוועטשען וואלט איך אנגענומען א נאכמיטאג אדער ביינאכט זשאב, איך האב פארפאסט אסאך מקצועות התורה וואס איך וואלט זיך געקענט משלים זיין ווען,
3) איך וואלט סאך מער משקיע געווען אין מיינע קינדערלעך, און מער תפילות פארגאסען פאר זיי, (איך האב דעס ברוך ה' נאכנישט פארפאסט ווייל מיינע קינדער זענען נאך גאנץ יונג, איך באוויין נאר די יארען וואס זענען שוין פארביי)
4) איך וואלט מער אינוועסטעט אין כיבוד אב ואם, ווי עלטער איך ווער זע איך וואסערע נארישע יוד איך בין געווען.
5) איך וואלט ווייניגער געליינט און געהערט און גערעדט שטותים, נייעס און פאליטיק, וואס איז בעיסיקלי פארברענטע צייט וואס מ'האט נישט פון עס גארנישט, נישט רוחניות און נישט גשמיות

די אשכול איז געמאכט וויזוי כ'וואלט געוואלט אז כ'זאל זיין אדער וויזוי כ'וואלט ווען געטון ווען כ'וואלט ווען אדורך געלעבט די אלע יארן ביז אהער און כ'ווייס שוין ב"ה וואס ס'מיינט אויפצוען א יודיש שטוב, וואס ס'מיינט געספענדט געלט פאר אזאנע שטותים וואס מ'האט עס קוים ענדזשויט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 6:46 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:וואס וואלט איך געטאן אנדערש?


גאר גוט.. איך שפיר בשעת איך ליין ווי מיין מויל רעדט.


ליידער שפירן עס אסאך אינגעלייט..

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 6:50 pm

איך גלייב אז די אשכול צילט ליבערשט פיינאנציעל, און אפילו אז נישט וועל איך זיך באציען בלויז דערצו.

צום פרישן אינגערמאן: איך קום פון דארט, דעריבער וויל איך דיר איבערגעבן עטליכע וויכטיגע פונקטן. די ערשטע זאך: הער אויף צו חלומ'ען. דו גייסט נישט זיין קיין עושר. פינטעלע. אז דו ביסט נישט א זון אדער איידעם פון א עושר אדיר זענען דיינע שאנסן צו טון גרויס ביזנעס מיט סוקסעס איינס פון 300.
איינמאל דו לעבסט אין רעאליטעט איז פיל גרינגער צו טראכטן וואס יא. עפענען א קליינע ביזנעס? עס קען אמאל ברענגען פרנסה אין די לאנג ראן. אבער האט פילע חסרונות. אויב דו האסט א פרישע קראנטע ביזנעס איידיע וואס ברענגט דראסטישע חידושים צו דער מארקעט, און דו האסט די פיינאנציעלע און גייסטישע מעגליכקייטן, בוסט גרייט גוט צו שוויצן אפאר יאר און לעבן זייער שפארזאם, און האסט א קלארע פלאן אויף פראפיט, לוינט זיך עס צו קאנסידערן. אבער טו עס נישט גלייך נאך די חתונה. מען דארף זיין היבש רייף צו קענען פירן טעגליכע ביזנעס אפעראציעס און איר ביוראקראטיע.
זיין אן ארבייטער? דאס איז שוין בעסער. און דא קענסטו אויסוועלן און אריינגיין אין עפעס אן אינדעסטריע וואס האט א שטארקע פינאנציעלע בסיס, מיט מעגליכקייט צו שטייגן אין דער צוקונפט.

נאך איין זאך: דיין נאמען וואס דיין טאטע האט דיך געגעבן ביים ברית איז נאר דיינס! פארשטאנען? אין דעם איז אריינגערעכט אלעס, קרעדיט קארד, מארגעדזש און גמחי"ם. אויב דו בוסט עובר דערויף און טוסט דאס פאר געלט, האלט פאר דיינע אויגן אז דו גייסט האבן א שאדן וואס מען גייט דיר נישט קענען באצאלן!

צאלן געלט זיך צו לערנען א פאך: 
אויב האלטסטו אז דו גייסט זיין פון די 10 פראצענט וואס האבן דאס געטון מיט הצלחה, דאן גאו אהעד. אבער בדרך כלל איז דאס ארויסגעווארפן געלט.
לייף אינשורענס: לייען איבער די פאריגע שורה.

פארבארגן געלט: קענסט פארבארגן געזונטערהייט. אבער רעכן נישט דערויף אויף ווען דו גייסט עס דארפן. אז ס'קומט צוריק איז עס א באנוס. טיילמאל איז דער לוה א שוואגער וואס הייסט ער האט געלט ער דארף נאר פונקט קלאוזן א הויז, און מען שפירט פארזיכערט. געדענק, איך האב דיר געווארנט!
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
מים חיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 6:56 pm

Wow
גוט יום טוב, יעצט זאגסטו מיר?
וואו ביזסטו געווען דעמאלטס...(שוין דערלייגט אפאר אלפים :oops: )

זייער גוט ארויסגעברענגט

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 7:07 pm

איך רעדט מיר איין אז איך וואלט...

מער געארבייט אויף מיינע מדות.

אנגעקוקט זאכן/מענטשן מער פאזיטיוו.

מער פארשטאנען א צווייטן, און דן געווען א צווייטן לכף זכות.

געלעבט מיט מער אמונה ובטחון.

(מער געדאווענט...)
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

תגובהדורך בלא בלא בלא » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 7:14 pm

@בארואיגט אייך: איר קענט נאך ריסטארן פון אנהייב, און טוישן די קעפל צו איר ריכטיגער ספעלינג...
אנהייב און נישט אונהייב.

א דאנק
בלא... בלא... בלא...

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 7:59 pm

צ/ק
צוויי תשובות
איך וואלט כמעט אלעס געטאהן די זעלבע.
איך וואלט כמעט אלעס געטאהן אנדערש.

די זאך איז צוטיילט אין צוויי, עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס מען טוט נישט גוט מחוסר ידיעה אדער מען פארשטייט נישט קלאר די ענין, אויף אזאלכע זאכן איז זיכער אז מען וואלט געטאהן אנדערש אויב מען וואלט געוויסט און פארשטאנען דעמאלטס די ענין מיט די זעלבע פארשטאנד און לעבנס עקספיריענס וואס מען האט יעצט. פינאנציעלע באשלוסן איז איינס פון די הויפט זאכן וואס גייט אריין אין די קאטאגאריע, אזויווי ארויסגעברענגט גוט דורך עטליכע מגיבים.

ווידעראום איז דא זייער אסאך זאכן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, וואס מען ווייסט בעצם יא קלאר וואס מען דארף טאהן, אבער די אומשטענדן / די מצב ארום און ארום / די נסיון ברענגט אז מען זאל מאכן שלעכטע באשלוסן. אויף אזאלכע זאכן וואלטן רוב מענטשן ליידער איבערגעטון די מיסטעיקס נאכאמאל.
עס איז זייער גרינג צו זאגן אז איך וואלט ווען פאריאר נישט געגעסן קיין סעווען לעיאר קעיק אדער איך וואלט ווען ערליך אויפגעשטאנען יעדן פארטאגס.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 8:26 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך גלייב אז די אשכול צילט ליבערשט פיינאנציעל, און אפילו אז נישט וועל איך זיך באציען בלויז דערצו.

איך האב גארנישט חרטה אויף צוריק און איך וואלט גארנישט געטוהן אנדערש ווי .. יאר צוריק אויב איך הייב יעצט אן פון אנהויב
פארוואס? ווייל נאך אזויפיל יארן האב איך שוין איינגעזעהן אז וויפיל איך וועל דרייען און וויפיל איך וועל נישט דרייען, אנקומען וועסטו אויפן זעלבן פלאץ ווי סאיז באשערט, סיי אין וויפיל געלט און סיי און וואס דו ביסט עוסק,

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 8:28 pm

בר דעת האט געשריבן:צ/ק
צוויי תשובות
איך וואלט כמעט אלעס געטאהן די זעלבע.
איך וואלט כמעט אלעס געטאהן אנדערש.

די זאך איז צוטיילט אין צוויי, עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס מען טוט נישט גוט מחוסר ידיעה אדער מען פארשטייט נישט קלאר די ענין, אויף אזאלכע זאכן איז זיכער אז מען וואלט געטאהן אנדערש אויב מען וואלט געוויסט און פארשטאנען דעמאלטס די ענין מיט די זעלבע פארשטאנד און לעבנס עקספיריענס וואס מען האט יעצט. פינאנציעלע באשלוסן איז איינס פון די הויפט זאכן וואס גייט אריין אין די קאטאגאריע, אזויווי ארויסגעברענגט גוט דורך עטליכע מגיבים.

ווידעראום איז דא זייער אסאך זאכן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, וואס מען ווייסט בעצם יא קלאר וואס מען דארף טאהן, אבער די אומשטענדן / די מצב ארום און ארום / די נסיון ברענגט אז מען זאל מאכן שלעכטע באשלוסן. אויף אזאלכע זאכן וואלטן רוב מענטשן ליידער איבערגעטון די מיסטעיקס נאכאמאל.
עס איז זייער גרינג צו זאגן אז איך וואלט ווען פאריאר נישט געגעסן קיין סעווען לעיאר קעיק אדער איך וואלט ווען ערליך אויפגעשטאנען יעדן פארטאגס.

גערעכט

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:03 pm

שוין לאנג נישט געווען אזא אשכול ווי 'יעדער' האט א פאינט!
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 9:20 pm

צ.ק.
גארנישט אנדערש,

אטא דא איז א דרעפט וואס קען אפשר זיין דא נוגע, והטוען יטעם,

אייגענטליך, וואס איז יעצט אזוי שלעכט? אז אפאר מאל האב איך שווערע הרגשים, לדוגמה הרגשת החיסרון ווי מיין רבי רופט עס, אדער חסרון מתולדה ווי דער מי השלוח רופט עס, אדער חלל הפנוי שבלב ווי דער הייליגער מוהר״ן רופט עס,

נו ווייס מיר דאך אז דאס איז וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן, דאס איז דאך נישט געשעהן פון זיך אליינס, ממילא וועט מיר גארנישט העלפן דאס אוועקצונעמען, נישט קיין עסן, נישט קיין קומזיצן, נישט קיין געלט, ניטאמאל די ספרים שאנק,

ווייל די רצון השם איז אז יעדער נברא זאל פון מאל צו מאל פילן ווי א גארנישט, כדי ער זאל זיך נישט מדמה זיין צום כל יכול חלילה וחס,

בלייבט דאך איבער נאר איין עצה,
נאר צו ״סובל זיין די הרגש״ אריינטראכטן טיעף וואס מיין געפיל איז, און אננעמען אז איך מעג אזוי פילן סך הכל שיקן מיר דער אייבערשטער א מעסעזש אז איך בין נאר א מענטש, א מקבל,
ס׳האט גארנישט צו טוען מיט די עצם מציאות, צום ביישפיל: אויב איך פיל אז איך בין גארנישט, אפשר בין איך טאקע גארנישט, אויב איך פיל אז איך בין א לוזער, דעמאלטס בין איך א לוזער,
לא כן הדברים,
די שווערע הרגשים האט גארנישט צו טוען מיט די פאקט (א חוץ די איינע פאקט אז ער שפירט אזוי...)
דאס איז נאר א דערמאנונג כי בן אדם אתה,
והא ראי׳ אז אין די רגע וואס א מענטש שטארקט זיך און ער נעמט אן די געפיל דאס הייסט אז ער טראכט אז ער מעג אזוי פילן,
תיכף ווערט פארזיסט די ביטערקייט, ס׳איז שוין נישט אזוי געפערליך, למעשה שטארבט מען נישט דערפון, ס׳איז סך הכל א הרגש.

יותר ממה שנכתב כאן נשאר בקולמסי,
ועו״ע בחתימתי
עבד אברהם אנכי
שיעורי מים עמוקים

להודות
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:11 pm

אויף זאכן וואס דארפן האבן חרטה ותשובה טו תשובה.

אלעס אנדערש איז א שאד די צייט און ענערגיע. קוק נישט צוריק ווייל דו קענסט עס ממילא נישט טוישן.
[פאר די קינדער איז עס אויך נישט קיין נפק"מ ווייל זיי וועלן נישט פאלגן ארויס צו גיין פון כולל א יאר פריער :) און אזוי אויך אלע אנדערע מיסטייקס. יעדער מוז עס אליין אריבער גיין.]
קוק פאראויס וואס דו קענסט אימפראווען פון יעצט און ווייטער בעז"ה.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:24 pm

איך וויל נישט ריסטארטן. איך וויל נישט בשום אופן. איך גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט געמאכט איך זאל מאכן די אלע טעותים וואס איך האב געמאכט, ברוחניות ובגשמיות. איך האב ארויסגענומען א מוסר השכל אויף להבא די מערסטע וואס שייך מיט מיין פיצעלע באגרעניצטע שכל ווייל דאס איז רצון השם, אבער איך האב נישט חרטה אויף גארנישט פון מיין עבר! גארנישט! ס׳איז ניטאמאל געווען אין מיין בחירה צו טוישן. פון היינט און ווייטער גיי איך אבער טוהן השתדלות אויף אלע פראנטן און שטענדיג מתפלל זיין אויף סייעתא דשמיא און בעז״ה נישט איבערמאכן די איין טעות אויף וואס איך האב יא חרטה.. דאס אז איך האב זיך נישט גענוג איבערגעגעבן אין השי״ת הענט, מיט א שמחה!

כ׳רעדט שוין באלד ווי נשמה..
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 914
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך נובעמבער 13, 2019 11:44 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איך וויל נישט ריסטארטן. איך וויל נישט בשום אופן. איך גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט געמאכט איך זאל מאכן די אלע טעותים וואס איך האב געמאכט, ברוחניות ובגשמיות.

האסטו געזען די קעפל?
"וואס וואלט איר געטאן ווען איר קענט זיך ריסטארן פון אונהייב?"
אין אנדערע ווערטער:
וואס וואלסטו געטון ווען השי"ת וואלט געמאכט מ'זאל זיך יא קענען ריסטארן?
דאס איז די שאלה און אויף דעם ענטפערט יעדער דא.

אוודאי ווילסטו יעצט נישט זיך ריסטארן, און קיינער וויל נישט ווייל כפי רצון השי"ת קען מען נישט. אבער די שאלה איז: נניח מ'וואלט יא געקענט, נניח סוואלט יא געווען דער רצון ה'.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 8:05 am

איך וואלט ווען אויפגעהערט טראכטען יעדע שני וחמישי אז הלאוי איך קען ריסטארן א שעה טאג וואך יאר אין נישט טון די לעצטע נארישקייט אדער נישט ארוסלאזן די גיטע געלענגהייט וואס איך האב געהאט, ווייל סדא איינער וואס פירט דער וועלט,

אבער אפילו ווען איך קען ווען ריסטארן וואלט איך געהאט די זעלבע חרטה געפילען וויייל דאס האט מען אויך פין אויבן געוואלט
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט