פרעזידענט טראמפ ווערט אויס ניו יארקער! / מעלות און חסרונות פון נ.י.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
רואיג!
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

תגובהדורך רואיג! » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:30 am

א גוטן האט געשריבן:נו נו, גיב עס נאך אפאר יאר. צו ווייסטו אז די מאנהעטן ריעל עסטעיט האט געטראסקעט אין די לעצטע 12 חדשים מיט קנאפע 40%. אויב האלט ניו יארק אן מיט די סדומער געזעצן נאך אפאר יאר וועסטו קענען אפקויפן האלב מאנהעטן פאר פעניס.


אפשר מאכט מען א דיעל? איך געב דיר א מיליאן דאלער יעצט, און דו געבסט מיר א סקווער בלאק אין מאנהעטן אין 20 יאר (דעמאלטס וועט עס שוין זיכער זיין פעניס).

מ'קען רעדן דערפון...?

אגב, איך האב אין ערגעץ נישט געזען רעדן פון קיין %40 דראפ, ס"ה אן עדזשאסמענט פון עטליכע פראצענט.

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:40 am

Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:51 am

רואיג! האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:נו נו, גיב עס נאך אפאר יאר. צו ווייסטו אז די מאנהעטן ריעל עסטעיט האט געטראסקעט אין די לעצטע 12 חדשים מיט קנאפע 40%. אויב האלט ניו יארק אן מיט די סדומער געזעצן נאך אפאר יאר וועסטו קענען אפקויפן האלב מאנהעטן פאר פעניס.


אפשר מאכט מען א דיעל? איך געב דיר א מיליאן דאלער יעצט, און דו געבסט מיר א סקווער בלאק אין מאנהעטן אין 20 יאר (דעמאלטס וועט עס שוין זיכער זיין פעניס).

מ'קען רעדן דערפון...?

אגב, איך האב אין ערגעץ נישט געזען רעדן פון קיין %40 דראפ, ס"ה אן עדזשאסמענט פון עטליכע פראצענט.

עס איז א מורה'דיגע אלטע פראבלעם דא אויף אייוועלט אז ווען עס קומט צו גוי'עשע פאליטיק , זעט דער עולם דא אויס ווי די גרעסטע אנאליזערס ,נאכאמאל איך קען נישט און פארשטיי נישט צו קיין פאליטיקס , אבער טאמער לעבסטו אויף דעם פלאנעט און לייג פאליטיק אין א זייט פאר א מינוט ,זשאסט רעדט צו ריעל עסטעיט חברה, קוק און ליין אנליין אויף פראפערטיס קענסטו זען און הערן מיט דיינע אויערן , מאנהעטען איז געפאלן גאר שטארק , איך ווייס נישט צו טאקע 40 פארצענט ,אבער דארט איז נאך דא זייער אסאך אנדער קאנסטראקשען יעצט אויך , מען רעדט בעיקר פון די טייערעסטע געגענטער אין מאנהעטען צו פארקויפן קאנדאס איז געפאלן גאר שטארק מיט ריזיגע פארצענטען און פארשטייט זיך רענט פאר אפארטמענטס און ריטעל אויך , שטייען גאנצעטע גאסן מיט ליידיגע ריטעיל אפילו מיט גאר אסאך ביליגערע רענט פרייזן פון 2 יאר צוריק , אינוועסטמענט פראפערטיס פארקויפט זיך גאר שווער, דאס איז אבער שווער אין גאנץ ניו יארק סיטי
לעצט פאראכטן דורך פאלקס קיך אום פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:54 am

דער עולם דא, איך רעד דער פרא טראמפ עולם, האלט טאקע נישט אזוי שטארק מיט קיין פאליטיק, ממילא איז זייער מיינונג נישט אזוי רעלעוואנט, משא"כ די אנטי, וואס דוק וטישטעך, רוב היימישע אידן וואס פלעגן קאכן אין פאליטיק אלס רעפאבליקאנער, זענען היינט אנטי טראמפ.

און וואס האט די סיטיס דזשי די פי מיט וויפיל א בלאק קאסט אין מאנהעטן?
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:00 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:צוויי זאכן.
ניו יארק מיט איר קאמוניזם (לאל) הויכע שטייערן און רעגולאציעס פאקט איין יעדן ארט אין אמעריקע ווען עס קומט צו רייכטום און עקאנאמישע כוח.
ניו יארק מיט איר ארכי ליבעראלע ווירטשאפט איז די צענטערפונקט פארן פרומען אידישן לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ניו יארק איז נאר אן עקסטרעמע ביישפיל, א ליבעראלע שטאט אין א ליבעראלע סטעיט, אבער די זעלבע קען מען זען איבערן גאנצן לאנד און אין יעדן לאנד אויפן ערד-קוגל.
וואו עס איז דא ליבעראלע ווירדן איז דא רייכטום און רעליגיעזע (און עטנישע) אפנקייט וואו רעליגיעזע מינאריטעטן מאכן א לעבן.

ענק קענען שעלטן דעבלאזיאו און קאומאו וויפיל ענק גלוסט, פאקט בלייבט אז ווען מען טרעט נאר ארויס עטליכע טריט פון די פארשאלטענע ליבעראלע פעסטונגען צו די קאנסערוואטיווע פרייהייט ראיאנען פון לאנד, דארף מען א בדיקת חמץ סעט צו טרעפן איד (אדער נישט ווייסער קריסט) מיט געלט.
זיכער איז דא אויסנאמען דא און דארט, און ליבעראל מיינט נישט אויטאמאטיש אז יעדע שריט איז ריכטיג און הילפבאר צו א געזונטע עקאנאמישע און רעליגיעזע אטמאספערע. אבער אפילו די וואס אנטלויפן פון די סיטי צו טרעפן פרייהייט אן גאלדענע גליקן אין קאנסערוואטיווע סטעיטס, לויפן געווענליך צו די מער ליבעראלע טיילן.

ר שלמה וועקט אייך אויף! דאס וואס איר שרייבט איז געווען אמת פאר פינף יאר צוריק. און די לעצטע פאר יאר פרובירן די ליבעראלן ענג צו מאכן דאס לעבן פארן היימישן ציבור. אנגעהויבן מיט גזירת החינוך, העכערע פראפערטי טעקסעס, טענענטס אווער לענדלארס, לאוערען ספיד לימיט, באס לעינס און געענדיקט ביי בייק לעינס, קאנדשעסטן פרייסינג און אלע אנדערע שיגעונען.
לעצט פאראכטן דורך א גוטן אום פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:01 am

די אלע זאכן זענען געמאכט אפצוטון דעם היימישן ציבור?
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7100
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:04 am

פארוואס ווילן די שטאטישע טאטעס אפטון דעם היימישן עולם און וואס האבן די אלע "שיגעונען" מיטן היימישן ציבור?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:07 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:צוויי זאכן.
ניו יארק מיט איר קאמוניזם (לאל) הויכע שטייערן און רעגולאציעס פאקט איין יעדן ארט אין אמעריקע ווען עס קומט צו רייכטום און עקאנאמישע כוח.
ניו יארק מיט איר ארכי ליבעראלע ווירטשאפט איז די צענטערפונקט פארן פרומען אידישן לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ניו יארק איז נאר אן עקסטרעמע ביישפיל, א ליבעראלע שטאט אין א ליבעראלע סטעיט, אבער די זעלבע קען מען זען איבערן גאנצן לאנד און אין יעדן לאנד אויפן ערד-קוגל.
וואו עס איז דא ליבעראלע ווירדן איז דא רייכטום און רעליגיעזע (און עטנישע) אפנקייט וואו רעליגיעזע מינאריטעטן מאכן א לעבן.

ענק קענען שעלטן דעבלאזיאו און קאומאו וויפיל ענק גלוסט, פאקט בלייבט אז ווען מען טרעט נאר ארויס עטליכע טריט פון די פארשאלטענע ליבעראלע פעסטונגען צו די קאנסערוואטיווע פרייהייט ראיאנען פון לאנד, דארף מען א בדיקת חמץ סעט צו טרעפן איד (אדער נישט ווייסער קריסט) מיט געלט.
זיכער איז דא אויסנאמען דא און דארט, און ליבעראל מיינט נישט אויטאמאטיש אז יעדע שריט איז ריכטיג און הילפבאר צו א געזונטע עקאנאמישע און רעליגיעזע אטמאספערע. אבער אפילו די וואס אנטלויפן פון די סיטי צו טרעפן פרייהייט אן גאלדענע גליקן אין קאנסערוואטיווע סטעיטס, לויפן געווענליך צו די מער ליבעראלע טיילן.

וואס איז מיט ברית מילה ?
חינוך עדעקעישאן ?
די איבערקערעניש מיעסעלס איז ריין אנטסעמעטיזים לדעתי / ניו זשערסי איז נישט געווען אזא איבערקערעניש

עס וואינען נישט גענוג רייכע אידן אין
לאס אנזשעלעס , קאליפארניע
באלטימאר , מערילענד
טשיקאגא , אילינויס
אין סטעיט אפ ניו זשערסי
סטעיט אפ פלארידע
און נאך גענוג אידן אין אנדערע סטעיטס

איך פארשטיי בכלל נישט אייער תגובה

די מערסטע אידן וואינען אין ניו יארק וועגן די שיף האט דא געאנקערט

פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:13 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:פארוואס ווילן די שטאטישע טאטעס אפטון דעם היימישן עולם און וואס האבן די אלע "שיגעונען" מיטן היימישן ציבור?

וועגן היינט איז א אפענע סאושעל מידיע וועלט און ווען עס איז דא מיעזעלס און אנטעסימיטען כאפן זיך צו דערצו ווי לאקשען , זאגט דיבלאזיא סארי איך האב היץ און איך געב נישט קיין דעקעל פאר די איד, וועגן די אידן גייען נישט אפשטעלן די עפ די אר הייוועי פון טרעפיק ווי די שווארצע טיען,און ווייזן פאר אנטעסימיטען אז ער נעמט קעיר פון די נידריגע אידעלעך ,און פלאס וואס ער האט נאך א זאך וואס ער קען נוצן ביים קאמפיינען אויף זיין רעזעמי און ווייזען אז איך נעם קעיר פון די קרימאנאלע אידן מיט מיעזעלס וכדומה

דיסקלעימער , איך רעדט נישט אריין בכלל אין די דיבעיט פון וואקסין ,אבער ווען עס נאר געווען אין פאקט א גאר קליינע פארצענט אידן וואס האבן נישט גענומען קיין וואקסין ,נאך ווייניגער ווי ביי גוים פערצענטועל און מאכן אזא איבערקערעניש פאר א זאך וואס איז בכלל נישט קיין סכנה ,איז ריין אנטעסעמיטעזעם , ווען אונז זעמיר ווען ביים דעת ,נישט ווי דא רוב שרייבער וואס זענען ביזי מיט פארשטינקענע פאליטיקס ,וואלט ווען גאנץ כלל ישראל ארויסגעקומען פאר א פראטעסט קעגן דיבלאזיע אין מאנהעטען פארוואס ער רייסט אראפ חרדישע אידן אזוי ביליג וועגן א קליינע פארצענט נעמט נישט קיין וואקסין
לעצט פאראכטן דורך פאלקס קיך אום פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:19 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:15 am

יוי ביזטו גוט, באלטימער, על עי, שיקאגא, מיאמי, איז דאך אלעס דעמאקראטישע פעסטונגען.

טראמפ האט גראדע זייער מיאוס אראפגעריסן שיקאגא די וואך, ער טענה'ט אז עס איז ערגער ווי אפגאניסטאן, ער האט עס געזאגט אין שיקאגא.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:16 am

פארוואס איז דא יעדע שטיק צייט אין די מידיע ארטיקלען וואו זיי רייסן אראפ היימישע דעוועלאפערס, יודישע מנהגים אדער יודישע געגענטער. זיי ווייסן גוט אז חרדישע יודען לאכן זיך אויס פון זייער גאנצע נארישע אידילאגיע און פארדעם פירן זיי א פייט. די גאנצע גזירת החינוך איז נאר וועגן דעם. די האסט א רעכט מחולק צו זיין אבער אז מען טראכט אריין אביסל טיפער זעט מען עס קליפ און קלאר.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:17 am

וואו זאגט יענער. מען שפייט אים אין פנים אריין אבער ער זאגט אז ס׳רעגענט...
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:19 am

וועלכע מידיע רעדסטו? דער שמוציגער קאנסערוואטיווער פאוסט וואס האט געהאט די עקלדיגע העדליין הידועה?
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:25 am

איך ווייס נישט פון די פאוסט. איך רעד פון די ריעל דיעל, די ניו יארק טיימס, די דעילי ניוס און נאך וואס איך געדענק נישט יעצט
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אוועטאר
א גוטן
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:27 am

נאך עפעס, נישט מישן דעמאקראטיש געשטימט מיט ליבעראל געשטימט. עס איז הימל און ערד.
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 3:57 am

איינער פון די מעין יסודות פון דעמאקראטיע היינט,

מעדיקעיד צאלט נישט פאר קיין בוני עולם פראיעקטן, אבער צאלט יא "אפירצוקראצן דעם עכטן מיך" ודו"ק,

ווייל קינדער איז נישט וויכטיג, סיז נאר א טשויס. אבער אפירקראצן דעם נשמה שבקרבי, איז וויכטיג אז דער די טעקספעיער דארפן פארדעם צאלן.

טראכט אריין, א אינגערמאן וואס האט א מידסייז ביזנעס, צאלט אראפ שווערע טויזנטערס א יאר, אז דער בהמה זאל קענען אויספירן זיינע שגעונות

אויף מיינע קאסטן




עבארשן איז מותר, הארגענען קינדער להלכה, למעשה, ובמזיד. אבער דער עיקר איז אז מזאל אבאכטגעבן נישט צו פארפעסטיגן די לופט ווייל די דאגי'ס זאלן קענען אטעמען.

און כפרות גייט אויך זיין א גזירה אין די נעקסטע פינף יאר.
שטריימלעך איז "דערווייל " אראפ פון טיש.

קראנקע פאריקטע בהמות, נאר אז מהאט סעקשן אכט,אין א רענטעד דירה און סאיז בירא דשתית מיניה במלוא מובן, איז ער כאטש מליץ יושר אויף די היפאקריטן.

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 4:12 am

איך ליג נישט אין פאליטיק בכלל. און הגם איך גלייך יא צו ליינען דא די מיינונגען און דעבאטעס שונים, האב איך קיין שום מיינונג נישט דערין.

דא אבער האב איך שוין איינמאל א מיינונג. און אויב איז עס אינטערסאנט פאר איינעם, בין איך מיט of course אויף איין זייט.

א ביזנעס אונער אין ניו יארק שפייט בלוט! פינטל.

ביטע שיין די אלע אידן (וואס שרייבן קלאר ארויס און וואס שרייבן נישט) וואס זענען נהנה פון פראגראמען, וואס האבן קיינמאל געאוינט א ביזנעס, וואס האבן קיינמאל נישט געפילט די ניו יארקער געזעצן אויף די אייגענע בלוט, זאלן מוחל זיין נישט שרייען אז עס איז די בעסטע סטעיט נאר ווייל זיי האבן פיינט טראמפ. מ'מעג אים פיינט האבן, אבער אז צוליב דעם מוז זיין אז ניו יארק בלא בלא בלא?

יא, ניו יארק איז א רייכע סטעיט, גרעסטע עקאנאמי, וואטעווער יא וואנט. גיי אריין צופרי אין ביהמ"ד און שטעל אפ עניבאדי וואס אוינט א סמאל ביזנעס וואס ער זאגט צו אונזער ליבע היימשטאט, א גרויל!

------

לכאורה, קענסט זאגן אז איך דארף נעמען פילן, אפשר אז איך וועל נעמען וועט טראמפ ווערן אויס פרעזידענט, איך ווייס נישט.
די איינציגסטע סיבה איך זאל עס דארפן נעמען איז אפשר ווייל איך ווי א פערד ארבעט ווייס און האב יא פראפערטי און איך שפיי בלוט. אפשר מיט די פילן וואלט איך געווען אביסל קלוגער און געלעבט אויף יענעם'ס טעקס געלטער ווי די אידן וואס זעען נישט קיין פראבלעם מיט'ן שטאט לעבן.

סארי, דאס מאל האסטו מיר אויפגערעגט.

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 4:43 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דער מציאות איז אז ניו יארק איז רייך פלארידע איז ארים, דער איז נאו וועי אראונד איט.

לגבי די דעמאקראטישע אידעלאגיע, זיי זענען די איינציגסטע זייט וואס האט בכלל א אידעלאגיע היינטיגע צייטן, הגם אסאך מאל נישט גערעכט, די אנדערע זייט איז איין שטיק בלאף, געבויעט אויף בלאף, און איז נאר דא "טו אוין דע ליבס"

פלארידע האט א מאנהעטן? פון וואו זאלן זיי האבן דאס וואס ניו יארק האט? אבער ניו יארק וואלט געקענט האלטן איר שטארקייט און ווערן רייכער דורכ'ן זיך אויפפערן נארמאלער און ערוועלן מענטשן מיט שכל.


און דאס איז פונקטליך וואס זי טוט.

טראצדעם וואס - ווי אויבן דערמאנט - איז פלארידע א נישט דעוועלעפטע שטאַט אין פארגלייך צו ניו יארק, דאך וואקסט ניו יארק'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע גאר פיל שנעלער ווי פלארידע'ס.

אין 2008 איז ניו יארק'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע (אין 2012 געלט) געווען $60,390 און אין 2018 איז איז געווען $73,531, א וואוקס פון 22%!

אין די זעלבע צען יאר איז פלארידע'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע געגאנגען פון $43,629 צו... $43,052, ס'איז גאר קלענער געווארן מיט 1.3%!

אבער ווי זאגט שמואל אלצווייסער, קום נישט צו מיר מיט פאקטן ווען מיין שכן זאגט מיר אז ער מוטשעט זיך נעבעך...
-
ומכאן הקריאה יוצאת אז פאר איינער וויל מאכן אן ארגומענט זאל ער ביטע נאכקוקן וואס די מציאות איז, ווייל נאכדעם איז שוין אביסל שווער אראפצוקריכן פון בוים.

ש'כח


סתם פאר נייגער, וויפיל פון ניו יארק'ס דזשי די י גייט פאר די רייכע, בארבארישע קאפיטאליסטן, און וויפיל גייט פאר'ן ארעמען ארבעטער? וויפיל פראצענט מיטלקלאס אין ניו יארק מאכן גענוג אויף צום לעבן נארמאל? שוין אפגערעדט פון מיטלקלאס אידן, וואס די לעבן קאסט זיי פיל מער (שכר לימוד, כשר'ס וכדומה)? וויפיל היימלאזע (וואס פארדינען נישט גענוג צו שאפן א שטיקל דאך איבער'ן קאפ) זענען דא אין די רייכסטע סיטי אין אמעריקע, ? וויפיל מענטשן אנטלויפן פון די סיטי ווייל זיי ברעכן אונטער די צודרייטע קאסט אף ליווינג? 'ניו יארק' האלט איר רייכטום?! ניו יארק גייט טיף אין דר'ערד מיט פולסטן גאלאפ!
אה, פארגעס נישט, אין צען יאר - אנגעהויבן מיט א טיפע רעסעסיע (און נידריגער ווי אלע דריי יאר פאר דעם) און געענדיגט אין די לענגסטע וואוקס אין די אמעריקאנער היסטאריע - איז די GDP פער קאפיטע געוואקסן 22 פראצענט. דאס איז ווייניגער ווי טראמפ'ס GDP וואוקס יעדעס יאר ביז יעצט, שוין זייענדיג צען יאר אריין אין די רעקאווערי, און דאס קומט אין א צייט ווען מענטשן אנטלויפן פון ניו יארק אין רעקארד נאמבערס.
פלארידע'ס GDP איז געשרינקען? א פייג און א רעטעך. GDP פער קאפיטע איז געשרינקען ווייל פלארידע'ס עקאנאמיע איז אזוי גוט פאר די ארימע (און רייכע) באפעלקערונג אז מענטשן שטראמען אהין אין די מאסן, אזש שנעלער ווי איר עקאנאמיע וואקסט. דאס דארף גאר זיין א ראי' אז ניו יארק טויג און פלארידע טויג נישט? אפשר לויט די סיסטעם פון די רוסישע פראוודא (ווי די באקאנטע מעשה'לע מיט'ן קאר פארמעסט).

ניו יארק איז אויסגעשטיגן אלס די רייכסטע שטאט אין אמעריקע צוליב איר געאגראפישע שטאנד, זייענדיג די צענטערפונקט סיי פאר סחורות און פאסאזשירן פון און צו אייראפע, און סיי פאר סחורות און פאסאזשירן צווישן צפון און דרום. דאס און בלויז דאס איז צו פארדאנקען איר רייכטום, און דאס און בלויז דאס איז די סיבה פארוואס זי איז אויגסעשטיגן אלס די גרעסטע אידישע שטאט אויסער די גרעניצן פון ארץ ישראל.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 4:45 am

צל עובר האט געשריבן:וועלכע מידיע רעדסטו? דער שמוציגער קאנסערוואטיווער פאוסט וואס האט געהאט די עקלדיגע העדליין הידועה?

ניין, ער רעדט פון די שמוציגע ליבעראלע טיימס וואס האט געהאט די מיאוס'ע קארטון הידוע.

אויב דו קענסט נאר מאכן דיין ארגומענט דורך רעטאריק זעהט אויס אז קיין ערנסטן באזיס האט עס נישט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 4:46 am

די גאנצע טענהריי פון די אנטי טראמפס און די ליבעראלע דא אין די אשכול און זייער ראיות זענען שוואך און אירעלעווענט
ווייל די גאנצע סיבה פארוואס ניו יארק שטייט נאך גוט איז ווייל עס איז געווען די ביזענעס סענטער פון אמעריקע
היינט מיט די אינטערנעט איז עס שוין נישט אזוי וויכטיג אבער עס וואלט נישט געשאדט פאר נוי יארק נאר זיי פארטריבען סיי די ביזענעסער און עקסטער פריוואט די מענטשען און די עולם הייבט מער און מער אן צו אנטלויפען פון ניו יארק וואס דאס איז א פאקט וואס ווערט ריפארטעט אין די ריספעקטעד מידיע ווי WSJ פאורבס, בלומבערג און ענדליך נישט נאר דורך פרעזידענט טראמפ

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 4:47 am

צל עובר האט געשריבן:דער עולם דא, איך רעד דער פרא טראמפ עולם, האלט טאקע נישט אזוי שטארק מיט קיין פאליטיק, ממילא איז זייער מיינונג נישט אזוי רעלעוואנט, משא"כ די אנטי, וואס דוק וטישטעך, רוב היימישע אידן וואס פלעגן קאכן אין פאליטיק אלס רעפאבליקאנער, זענען היינט אנטי טראמפ.

אין אנדערע ווערטער, ווער עס האלט נישט ווי מיר איז אבוויעסלי נישט אויסגעקאכט אין פאליטיק. דערווייל זעה איך נישט וועמענ'ס טענה דו האסט אפגעפרעגט מיט דעם ארגומענט.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 5:13 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:ניו יארק מיט איר ארכי ליבעראלע ווירטשאפט איז די צענטערפונקט פארן פרומען אידישן לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ניו יארק איז נאר אן עקסטרעמע ביישפיל, א ליבעראלע שטאט אין א ליבעראלע סטעיט, אבער די זעלבע קען מען זען איבערן גאנצן לאנד און אין יעדן לאנד אויפן ערד-קוגל.
וואו עס איז דא ליבעראלע ווירדן איז דא רייכטום און רעליגיעזע (און עטנישע) אפנקייט וואו רעליגיעזע מינאריטעטן מאכן א לעבן.

ענק קענען שעלטן דעבלאזיאו און קאומאו וויפיל ענק גלוסט, פאקט בלייבט אז ווען מען טרעט נאר ארויס עטליכע טריט פון די פארשאלטענע ליבעראלע פעסטונגען צו די קאנסערוואטיווע פרייהייט ראיאנען פון לאנד, דארף מען א בדיקת חמץ סעט צו טרעפן איד (אדער נישט ווייסער קריסט) מיט געלט.
זיכער איז דא אויסנאמען דא און דארט, און ליבעראל מיינט נישט אויטאמאטיש אז יעדע שריט איז ריכטיג און הילפבאר צו א געזונטע עקאנאמישע און רעליגיעזע אטמאספערע. אבער אפילו די וואס אנטלויפן פון די סיטי צו טרעפן פרייהייט אן גאלדענע גליקן אין קאנסערוואטיווע סטעיטס, לויפן געווענליך צו די מער ליבעראלע טיילן.

איך האב מורא אז דו האסט אויסגעמישט האלאווין מיט - להבדיל - פורים.
וועלכע אדמיניסטראציע האט איינגעשטעלט א פאליסי זיך אנצונעמען פאר באקריוודעטע אידן אין די טריי סטעיט שטעטלעך, די ליבעראלע אבאמא אדמיניסטראציע אדער די קאנסערוואטיווע טראמפ אדמיניסטראציע? וועלכע שטאט איז געווען די ערשטע שטאט אין אמעריקע צו פרובירן איינצוצוימען מצות מילה, א ליבעראלע אדער א קאנסערוואטיווע? וועלכע סטעיט פירט א מערכה קעגן די אידישע חינוך, א ליבעראלע אדער א קאנסערוואטיווע? וועלכע סטעיט רעגירונג האט געבלאקט א מאלטי מיליאן דאלער גרענט פאר לעיקוואוד ישיבה, א ליבעראלע אדער א קאנסערוואטיווע? וואו שטעלן מער און מער איין פארבאטן אויף שחיטה, אין די ליבעראלע אייראפע אדער אין די קאנסערוואטיווע אמעריקע? וואו פירט די רעגירונג א מלחמה מיט רעליגיעזע סקולס (טיילווייז מיט די תי' פון מיזעלס, טראץ וואס אונזער עולם וואקסינירט אויף א העכערע ראטע ווי די אלגעמיינע גאס) אין די זעלבע צייט וואס זי שטופט די אלגעמיינע פריוואטע סקול אינדוסטריע, אין א ליבעראלע שטאט אדער א קאנסערוואטיווע? וועלכע שטאט האט ארויסגעסינגלט זיבן אידישע געשעפטן און זיי בא'קנס'עט פאר'ן האבן די זעלבע דרעס קאוד ווי הונדערטער ביזנעסער אין די סיטי וויבאלד עס שמעקט פון רעליגיע, א ליבעראלע אדער א קאנסערוואטיווע? אין וועלכע שטאט האקט מען כסדר אן אידן אינמיטן העלן טאג און די פאליציי מאכט ניטאמאל די אנשטעל אז זיי טוען עפעס, אין א ליבעראלע אדער קאנסערוואטיווע? ענד די ליסט איז ענדלעס.

ניו יארק איז די צענטערפונקט פארן פרומען אידישן לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן בעיקר צוליב איר געאגראפישע לאקאציע. שיפן וואס זענען אנגעקומען פון אייראפע האבן געלאנדעט אין ניו יארק, איז מען שוין פארבליבן דארט. צו זאגן אז ניו יארק איז היינט צו טאגס די גרעסטע אידישע שטאט אין חוץ לארץ צוליב אירע ליבעראלע פאליסיס דארף מען שוין זיין היבש אנגעטרינקען.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 7:50 am

פלארידע'ס פענסיאנערן שלעפן אראפ די דזשי די פי ציפערן, סי'ז א חידוש אז טראץ ס'פארמאגט אזויפיל מענטשן וואס ארבעטן זוין נישט דאך איז זי פון די פיר רייכסטע שטאטן, הלא דבר הוא.
שבעה מי יודע!?

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 8:01 am

איך פאנג באמת נישט אן צו פארשטיין וואס צל און שלמה ווילן דא אויפווייזן אז ניו יארק איז א רייכע שטאט

וועם גייט עס אן?

איינער האט געזאגט אז נישט?

מען רעדט פון די פאקט אז ניו יארק צאלט מען ביטער טייער טעקס מיט שווערער רעגולעישענס

פארדעם מופן מער און מער רייכע לייט אוועק פון ניו יארק

וואס זאגסטו מיר דא וועגן די רייכקייט פון ניו יארק

אוודאי איז ניו יארק רייך זיי באראבעווען יעדעמס געלט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10011
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 9:00 am

Of course האט געשריבן:איינער פון די מעין יסודות פון דעמאקראטיע היינט,

מעדיקעיד צאלט נישט פאר קיין בוני עולם פראיעקטן, אבער צאלט יא "אפירצוקראצן דעם עכטן מיך" ודו"ק,

ווייל קינדער איז נישט וויכטיג, סיז נאר א טשויס. אבער אפירקראצן דעם נשמה שבקרבי, איז וויכטיג אז דער די טעקספעיער דארפן פארדעם צאלן.

טראכט אריין, א אינגערמאן וואס האט א מידסייז ביזנעס, צאלט אראפ שווערע טויזנטערס א יאר, אז דער בהמה זאל קענען אויספירן זיינע שגעונות

אויף מיינע קאסטן




עבארשן איז מותר, הארגענען קינדער להלכה, למעשה, ובמזיד. אבער דער עיקר איז אז מזאל אבאכטגעבן נישט צו פארפעסטיגן די לופט ווייל די דאגי'ס זאלן קענען אטעמען.

און כפרות גייט אויך זיין א גזירה אין די נעקסטע פינף יאר.
שטריימלעך איז "דערווייל " אראפ פון טיש.

קראנקע פאריקטע בהמות, נאר אז מהאט סעקשן אכט,אין א רענטעד דירה און סאיז בירא דשתית מיניה במלוא מובן, איז ער כאטש מליץ יושר אויף די היפאקריטן.


ענדרו קואמא ירום הודו האט איינגעפירט אז מען זאל אנפאנגען צאלן פאר בוני עולם.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט