פרעזידענט טראמפ ווערט אויס ניו יארקער! / מעלות און חסרונות פון נ.י.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מצב כללי האט געשריבן:איך פאנג באמת נישט אן צו פארשטיין וואס צל און שלמה ווילן דא אויפווייזן אז ניו יארק איז א רייכע שטאט

וועם גייט עס אן?

איינער האט געזאגט אז נישט?

מען רעדט פון די פאקט אז ניו יארק צאלט מען ביטער טייער טעקס מיט שווערער רעגולעישענס

פארדעם מופן מער און מער רייכע לייט אוועק פון ניו יארק

וואס זאגסטו מיר דא וועגן די רייכקייט פון ניו יארק

אוודאי איז ניו יארק רייך זיי באראבעווען יעדעמס געלט

מען רעדט דא נישט פון דעם ריזיגען ברייטן בודזשעט וואס די סטעיט געבט אסאך מער פאר נצרכים ווי אנדערע סטעיטס, מען רעדט אז טראץ - אדער אפשר כאפט זיך אריין אין קאפ א מחשבה זרה, ווייל - די אלע רעגולאציעס מיט געזעצן, מאכט מען דא אסאך מער געלט ווי ערגץ אנדערש אן די אלע געזעצן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וועלכע מידיע רעדסטו? דער שמוציגער קאנסערוואטיווער פאוסט וואס האט געהאט די עקלדיגע העדליין הידועה?

ניין, ער רעדט פון די שמוציגע ליבעראלע טיימס וואס האט געהאט די מיאוס'ע קארטון הידוע.

אויב דו קענסט נאר מאכן דיין ארגומענט דורך רעטאריק זעהט אויס אז קיין ערנסטן באזיס האט עס נישט.

יענע קארטאן איז געווען אזא אבסטראקט אנטיסעמיטיזם, א שטייגער ווי ווען טראמפ רעדט פון נישט לאיאלע אידן, משא"כ די פאוסט העדליין איז געווען די עכטע רויע זאך, וואס דער נוירסערי גוי קען פארשטיין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

zibala האט געשריבן:פלארידע'ס פענסיאנערן שלעפן אראפ די דזשי די פי ציפערן, סי'ז א חידוש אז טראץ ס'פארמאגט אזויפיל מענטשן וואס ארבעטן זוין נישט דאך איז זי פון די פיר רייכסטע שטאטן, הלא דבר הוא.

עס איז פון די ארומסטע שטאטן, נאר אזוי ווי עס האט אן אייגנארטיגן וועטער פאר די אלטע לייט, וואס מען טרעפט נישט אין די גאנצע וועלט, ממילא פארט דער עולם אהין, איז עס געווארן פון די 4 גרעסטע סטעיטס אין פאפולעישן, עס איז די פערציגסטע סטעיט אין דזשי די פי פער קאפיטע, און דאס איז טראץ די ריזיגע געלטער אויף וואס פלארידע לעבט אויף וואשינגטאן, סיי די אלטע באקומען דאך סאושעל סעקיוריטי און מעדיקעיר, און סיי גרויסע פראיעקטן פון די רעגירונג וואס איז דארט, סיי ווייל זיי זענען דאך גלייכבארעכטיגטע וויילער מיט וועם מען רעכנט זיך, זייענדיג א סווינג סטעיט, און סיי וועגן דעם צוגעפאסטן וועטער פאר אסאך זאכן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29178
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Think and Thank האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דער עולם דא, איך רעד דער פרא טראמפ עולם, האלט טאקע נישט אזוי שטארק מיט קיין פאליטיק, ממילא איז זייער מיינונג נישט אזוי רעלעוואנט, משא"כ די אנטי, וואס דוק וטישטעך, רוב היימישע אידן וואס פלעגן קאכן אין פאליטיק אלס רעפאבליקאנער, זענען היינט אנטי טראמפ.

אין אנדערע ווערטער, ווער עס האלט נישט ווי מיר איז אבוויעסלי נישט אויסגעקאכט אין פאליטיק. דערווייל זעה איך נישט וועמענ'ס טענה דו האסט אפגעפרעגט מיט דעם ארגומענט.

אעין תגובה פאר די געב א קוק ביטע.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

צל ווייל טראמפ האט באשלאסן צו איבער לאזן ניו יארק צוליב איר ליבעראלע שטעלונגונג מיינט נישט אז דו דארפסט האלטן פארקערט, דאס איז נישט אימפיטשמענט און נישט אוקריינא
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר האלף
תגובות: 1274
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארואיגט-אייך »

איך בין באקאנט מיט א אידישע ביזנעס איינגענטומער וואס שפייט בלוט אין די ניו יארק קירי.

ער רעדט פון שפארן די ביזנעס, די פעיראל איז ארויף פאר די ספאניאלאס צו 15 א שעה, אין נאך 5 צו דאבל.
סע מאכט אויס פאר עם איבער צוויי טויזענט דאלאר א וואך נאר פאר דעם
אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

צל עובר האט געשריבן:דער עולם דא, איך רעד דער פרא טראמפ עולם, האלט טאקע נישט אזוי שטארק מיט קיין פאליטיק, ממילא איז זייער מיינונג נישט אזוי רעלעוואנט, משא"כ די אנטי, וואס דוק וטישטעך, רוב היימישע אידן וואס פלעגן קאכן אין פאליטיק אלס רעפאבליקאנער, זענען היינט אנטי טראמפ.

און וואס האט די סיטיס דזשי די פי מיט וויפיל א בלאק קאסט אין מאנהעטן?

רוב היימישע אידן ריפאבליקענס זענען קעגן טראמפ? כער... אזוי ווילסטו אפשר...

אגב, איך גלייך זייער ווען איינער ברענגט מער טשארטס צו ווייזן אז זאכן וואס איך זעה מיט מיינע אויגן זענען ראנג...

איך וואוין אין וויליאמסבורג, איך זעה נייעס איך זעה קליפס, יעדן טאג פרישע אינצידענטן... אבער איינער האט א טשארט וואס דארף צו פראוון אז קריים איז נידעריג...

איך קעניש קויפן קיין האט קאפס, איך קעניש טרעפן קיין נארמאלע דירה פאר א נארמאלע פרייז, איך קעניש טרעפן קיין פארקינג... אבער איינער האט א טשארט אז סיז גאר געשמאק צו וואוינען אין די סיטי...

די פאקט אז ניו יארק איז אזוי אידישלעך איז נישט צו פארדאנקן די ליבעראלן, די ליבעראלן וואלטן פארבאטן ברית מילה, שטריימלעך, פריוואט סקולס ועוד ועוד...

גיי ברענג מיר א טשארט אז ניו יארק איז די בעסטע...

ואגב, לדעתי איז נישט אזוי ווייט די טעקס די אישו, אדער די אישו פון נישט זיין אונטערגעווארפן די סטעיט... סיז נאר פשוט צו דערמאנען די מענטשהייט אז סיז דא א חילוק צווישן ליבעראלע שטאטן און קאנסערוועטיוו...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

צל עובר האט געשריבן:די אלע זאכן זענען געמאכט אפצוטון דעם היימישן ציבור?

וואס א חילוק צי ס'איז געמאכט אפצוטון דעם היימישן ציבור, אדער סתם אויף צו דיקטירן די מענשטהייט אויף טריט און שריט? תמצית היוצא אז מיר ליידן דערפון טאג איין טאג אויס, און ווען מיר וואוינען ווען אין יוסטאן טעקסאס וכו' וואלטן מיר געלעבט מיט א רואיגקייט.
און בד'"וו די סיבה פארוואס היימישע אידן לעבן מאוסטלי אין ליבעראלע שטעט איז ווייל כמעט אלע גרויסע שטעט אין אמעריקע ווי ס'איז געווען גוטע ביזנעס פאטענשלס זענען יארן געראנט געווארן דורך דעמאקראטן (פארוואס טאקע, איז א שמועס פאר זיך) און יענע דעמאקראטן האבן געלאזט לעבן אין פרייהייט, האבן געפייט פארן ארבעטער, און אונזערע אלע זיידעס האבן שווער געארבעט אין די יארן נאכן קריג. דעריבער איז דאס טאקע געווען זייער פאסיג פאר היימישע אידן. היינט צוטאגס האבן זיך זאכן דראסטיש געטוישט סיי ביים היימישן ציבור וואס האט היינט אין גרויסן טייל אנדערע געברויכן ווי אמאל, און נאך מער ביי די דעמאקראטישע פאליטישאנס.
די א"ג דעמאקראטן היינט האבן גארנישט אין קאמאן מיט די אמאליגע דעמאקראטן. דאס איז א נייע רעליגיע פון דינען און ממליך זיין די מינאריטעטן (אויך נישט אלע. נאר שווארצע, איליגעלס ודו"ק), גיין אין פייער און אין וואסער פאר יעדע נייע "פראגרעסיווע" געדאנק, נאו מעטטער ווער דער ערפינדער איז, און דערנאך עס ארויפצווינגען מיט געוואלד אויף יעדן, ועוד ועוד. זיי האבן שוין לאנג פארגעסן פון וואו זיי קומען.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

דאס איז פון די שמועסן ווי יעדער האט זיין סעט-מיינד, און קיינער וועט נישט קאנווינסן קיינעם, א שאד אויף די צייט צו קלאפן די קיבאורד...
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

דממה דקה האט געשריבן:דאס איז פון די שמועסן ווי יעדער האט זיין סעט-מיינד, און קיינער וועט נישט קאנווינסן קיינעם, א שאד אויף די צייט צו קלאפן די קיבאורד...

קוקט נישט אויס. א גרויסע עולם קומט טאקע מיט מיינדסעטס און פאקטן, אנדערע קומען מיט סטאטיסטיקס אפי' ס'איז נגד השכל...
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

צל עובר האט געשריבן:
מצב כללי האט געשריבן:איך פאנג באמת נישט אן צו פארשטיין וואס צל און שלמה ווילן דא אויפווייזן אז ניו יארק איז א רייכע שטאט

וועם גייט עס אן?

איינער האט געזאגט אז נישט?

מען רעדט פון די פאקט אז ניו יארק צאלט מען ביטער טייער טעקס מיט שווערער רעגולעישענס

פארדעם מופן מער און מער רייכע לייט אוועק פון ניו יארק

וואס זאגסטו מיר דא וועגן די רייכקייט פון ניו יארק

אוודאי איז ניו יארק רייך זיי באראבעווען יעדעמס געלט

מען רעדט דא נישט פון דעם ריזיגען ברייטן בודזשעט וואס די סטעיט געבט אסאך מער פאר נצרכים ווי אנדערע סטעיטס, מען רעדט אז טראץ - אדער אפשר כאפט זיך אריין אין קאפ א מחשבה זרה, ווייל - די אלע רעגולאציעס מיט געזעצן, מאכט מען דא אסאך מער געלט ווי ערגץ אנדערש אן די אלע געזעצן.

קוק די מציאות

די רייכע לייט אנטלויפן פון ניו יארק דאס זאגט מער פון דיינע סטאטיסטיק
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3175
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

און מיינע אויגן איז עס א סיריעס אבסטראקשען אף דזאסטעס ווייל ווי לאנג ער וואונט אין נ"י וועט מען ארויס געבען זיינע טקסט ריטורן און די פאלק מיז עס זעען בלא בלא
לפנות בוקר
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

צל עובר האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:איינער פון די מעין יסודות פון דעמאקראטיע היינט,

מעדיקעיד צאלט נישט פאר קיין בוני עולם פראיעקטן, אבער צאלט יא "אפירצוקראצן דעם עכטן מיך" ודו"ק,

ווייל קינדער איז נישט וויכטיג, סיז נאר א טשויס. אבער אפירקראצן דעם נשמה שבקרבי, איז וויכטיג אז דער די טעקספעיער דארפן פארדעם צאלן.

טראכט אריין, א אינגערמאן וואס האט א מידסייז ביזנעס, צאלט אראפ שווערע טויזנטערס א יאר, אז דער בהמה זאל קענען אויספירן זיינע שגעונות

אויף מיינע קאסטן

עבארשן איז מותר, הארגענען קינדער להלכה, למעשה, ובמזיד. אבער דער עיקר איז אז מזאל אבאכטגעבן נישט צו פארפעסטיגן די לופט ווייל די דאגי'ס זאלן קענען אטעמען.

און כפרות גייט אויך זיין א גזירה אין די נעקסטע פינף יאר.
שטריימלעך איז "דערווייל " אראפ פון טיש.

קראנקע פאריקטע בהמות, נאר אז מהאט סעקשן אכט,אין א רענטעד דירה און סאיז בירא דשתית מיניה במלוא מובן, איז ער כאטש מליץ יושר אויף די היפאקריטן.

ענדרו קואמא ירום הודו האט איינגעפירט אז מען זאל אנפאנגען צאלן פאר בוני עולם.

יא יא, יארן וואס מ'האט ביטער שווער געארבעט אויף קעסל און כלים און מ'האט גארנישט געקענט פועל'ן. ביז די משוגעים זענען אויפגעקומען מיט די נייע "אנטדעקונגען" און די גאווערנמעמט האט זיי "געמוזט" העלפן אויסצוצאלן די קאסטן. דאן האבן שוין נישט געקענט פונאנדערשיידן און זענען געווען געצווינגען צו אנהייבן געבן פאר אינפערטיליטי. דעטס די סטארי.
זאגט דיר פונקטליך וועם זיי זענען דא צו סערווירן, נארמאלע בירגער וואס ברעכן אונטער פון צענדליגע טויזנטער דאלאר א יאר טריעטמענטס, אדער עטליכע משוגעים (בערך א פראצענט פון די באפעלקערונג, פיל ווייניגער ווי די וואס דארפן עכטע טריעטמענט) וואס האבן איבריג צייט פאר נייע אנטדעקונגען און פראצעדורן.
פעך.
Of course
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Of course »

דממה דקה האט געשריבן:דאס איז פון די שמועסן ווי יעדער האט זיין סעט-מיינד, און קיינער וועט נישט קאנווינסן קיינעם, א שאד אויף די צייט צו קלאפן די קיבאורד...

מיר איז גראדע יא גאר אינטערסאנט די שמועס, א שאד עס צו הארגענען.

און וואסאיז מיר מער אינטערסאנט איז די וועג ווי אזוי עס איז צוטיילט. ווער זאגט וואס.

טרעף מיר איין ביזנעס אונער ווטס פארשטייט די מהלך פון ניו יארק סיטי, אדער האלט אז דאס ווערט געפירט מיט שכל יושר און עקספערטיז. אדער פלעין נארמאל.

א צודרייטער מעיאר וואס קריגט זיך מיט די פאליס ווי א קינד, לאזן דעם שטח אויף הפקר ווען ער קאמפעינט פאר זיינע נארישע חלומות, וויי ער האט נישט באוויזן אנצוציען איין פערצענט.

און יענער האט דא דערמאנט מינימום וועידש.
זאלסט וויסן אז איך רעד פאר מיר און פאר פילצאליגע באקאנטע, אן פודסטעמפס.
סהארגעט יעדן אינדאסטרי.

די מארקעט דארף סעטן די וועליו פונעם ארבעטער, נישט די סטעיט.

און אלע חברה וואס פלעגן מיר ארבעטן פאר פיפצן א שעה, ווילן יעצט אכטצן, וויל ער האט פינף יאר עקספיריענס און דער נייער ספאנישער נישט.

פעיראל איז ארויף ווי צודרייט.

גייסטו מיר ענטפערן אז עס איז דא מער געלט אין די עקאנעמי. וועליך דיר ענטפערן אז די קאסט אף ליווינג גייט ארויף, און גייט גיין נאכמער, יעדן טאג.

דו קענסט די משל פון וויפיל מענטשן זענען איוואלווד אין א ברויט אויף דיין טיש? אט די אלע מענטשן גייען ווערן גערעיזט.

טראכט פון א טעיק אוט אדער רעסטאראנט.

ווי געזאגט גייט יעדער ארויף, יעדער וויל א רעיז.

קעשיער,

אפאר גוים וואס גרייטן אן די עסן,

רוימערקעס

ארבעטערס אין די בעק קיטשן, געווענליך מיר ווי פון פארנט.

דעליווערי גייס,

אלע סופפלייערס גייען ארויף מיט די פרייז, זיי האבן דאך א פרישע לאך, דאס קען מיינען הונדערטער טויזנטער חילוק א וואך. איינער גייט עס באצאלן,

און באלד שריי אז א פיצא קאסט פינף דאללער. יא, דאס איז די מציאות און דאס איז די גזירה.

דשי ענד דשי מעג יעצט ארויף, אלע גראסעריעס, אלא הארדוועיר סטארס. יעדער! ווייל דער מעקסיקאנער וואס איז נישט ווערט מיר דארף איקוועל רייטס, גייסטו און דיין משפחה און אכט קינדער אין דער ערד צוגרינד.

#לעבן זאלן די מערדער
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

;l;p-
Of course האט געשריבן:

https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

א גוטע געלעגענהייט צו גיין אפגעבן אייער שטימע...
וועלכע ניק'ס גייען מיטן קאפ אין וואנט אריין?
אוועטאר
טעאריע וואס לעבט
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 08, 2017 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעאריע וואס לעבט »

Think and Thank האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דער מציאות איז אז ניו יארק איז רייך פלארידע איז ארים, דער איז נאו וועי אראונד איט.

לגבי די דעמאקראטישע אידעלאגיע, זיי זענען די איינציגסטע זייט וואס האט בכלל א אידעלאגיע היינטיגע צייטן, הגם אסאך מאל נישט גערעכט, די אנדערע זייט איז איין שטיק בלאף, געבויעט אויף בלאף, און איז נאר דא "טו אוין דע ליבס"

פלארידע האט א מאנהעטן? פון וואו זאלן זיי האבן דאס וואס ניו יארק האט? אבער ניו יארק וואלט געקענט האלטן איר שטארקייט און ווערן רייכער דורכ'ן זיך אויפפערן נארמאלער און ערוועלן מענטשן מיט שכל.

און דאס איז פונקטליך וואס זי טוט.

טראצדעם וואס - ווי אויבן דערמאנט - איז פלארידע א נישט דעוועלעפטע שטאַט אין פארגלייך צו ניו יארק, דאך וואקסט ניו יארק'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע גאר פיל שנעלער ווי פלארידע'ס.

אין 2008 איז ניו יארק'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע (אין 2012 געלט) געווען $60,390 און אין 2018 איז איז געווען $73,531, א וואוקס פון 22%!

אין די זעלבע צען יאר איז פלארידע'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע געגאנגען פון $43,629 צו... $43,052, ס'איז גאר קלענער געווארן מיט 1.3%!

אבער ווי זאגט שמואל אלצווייסער, קום נישט צו מיר מיט פאקטן ווען מיין שכן זאגט מיר אז ער מוטשעט זיך נעבעך...
-
ומכאן הקריאה יוצאת אז פאר איינער וויל מאכן אן ארגומענט זאל ער ביטע נאכקוקן וואס די מציאות איז, ווייל נאכדעם איז שוין אביסל שווער אראפצוקריכן פון בוים.

ש'כח

סתם פאר נייגער, וויפיל פון ניו יארק'ס דזשי די י גייט פאר די רייכע, בארבארישע קאפיטאליסטן, און וויפיל גייט פאר'ן ארעמען ארבעטער? וויפיל פראצענט מיטלקלאס אין ניו יארק מאכן גענוג אויף צום לעבן נארמאל? שוין אפגערעדט פון מיטלקלאס אידן, וואס די לעבן קאסט זיי פיל מער (שכר לימוד, כשר'ס וכדומה)? וויפיל היימלאזע (וואס פארדינען נישט גענוג צו שאפן א שטיקל דאך איבער'ן קאפ) זענען דא אין די רייכסטע סיטי אין אמעריקע, ? וויפיל מענטשן אנטלויפן פון די סיטי ווייל זיי ברעכן אונטער די צודרייטע קאסט אף ליווינג? 'ניו יארק' האלט איר רייכטום?! ניו יארק גייט טיף אין דר'ערד מיט פולסטן גאלאפ!

יאפ, נישטא וואס צו רעדן. צו מאכסט גאר גוט דעם קעיס פארוואס מ'דארף שוין זאפארט איינפירן סאציאליזם טראץ די "רייכטוהם" וואס איז פארהאן.

מיין פוינט איז אבער געווען צו די וועלכע האבן גע'טענה'עט אז אין ניו יארק הערשט קאמוניזם, אז אין מציאות איז ניו יארק א שטאט וואו ביזנעס לעבט אויף אלע באקן.

און אז מ'רעדט שוין, דאס איז א פראבלעם וואס מוטשעט גאנץ אמעריקע און איז בכלל נישט אייגנארטיג צו ניו יארק, יעדער זעט עס נאר ביי זיך אין די שכינות וואו מ'דרייט זיך טאג טעגליך, און דערפאר זענען מענטשן פראסטורירט און קלערן זיך איבער צו זיי האבן נאך א שאנס אונטער קאפיטאליזם, ס'איז גוט צו זען אז מענטשן פון אלע שיכטן פונעם ספעקטרום זענען וואך צום פראבלעם, און האפענטליך וועט עס ארויסהעלפן אין די קאמף פאר פארשריט...

(אגב סתם פאר די רעקארד, די GDP פער קעפיטע אונטער טראמפ איז דערווייל 1.9% א יאר)
אידישקייט איז וואס די תורה זאגט אז אידישקייט איז, און לויט די תורה איז א מיינונג אין דעם ענין ווערד כקליפת השום ווילאנג מ'האט נישט קיין דעת תורה.

די צדדים אין די מחלוקות פון די גוי'אישע פאליטיק בכדי אז מגיבי תגובותינו בנושא זאלן וויסן וואס זיי זענען.
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

ותיק וחסיד האט געשריבן:דער מלך איז ארויס פון פון שטאט.

וויי פאר א שטאט וואס די מלך זאגט ער איז נישט אינטערסירט צו וואוינען אין איר.

תושבי העיר, חזור בכם חזור בכם.

כולי האי ואולי, וועט זיך די מלך מרחם זיין און צוריק קומען.

;l;p-
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

איינער קען ביטע ברענגען די טטויט'ס פון דער נוי יארק'ער בירגערמייסטער קאומאו יר"ה איבער דער טראמפ יר"ה אוועקצואונג?
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

פאלקס קיך האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:צוויי זאכן.
ניו יארק מיט איר קאמוניזם (לאל) הויכע שטייערן און רעגולאציעס פאקט איין יעדן ארט אין אמעריקע ווען עס קומט צו רייכטום און עקאנאמישע כוח.
ניו יארק מיט איר ארכי ליבעראלע ווירטשאפט איז די צענטערפונקט פארן פרומען אידישן לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ניו יארק איז נאר אן עקסטרעמע ביישפיל, א ליבעראלע שטאט אין א ליבעראלע סטעיט, אבער די זעלבע קען מען זען איבערן גאנצן לאנד און אין יעדן לאנד אויפן ערד-קוגל.
וואו עס איז דא ליבעראלע ווירדן איז דא רייכטום און רעליגיעזע (און עטנישע) אפנקייט וואו רעליגיעזע מינאריטעטן מאכן א לעבן.

ענק קענען שעלטן דעבלאזיאו און קאומאו וויפיל ענק גלוסט, פאקט בלייבט אז ווען מען טרעט נאר ארויס עטליכע טריט פון די פארשאלטענע ליבעראלע פעסטונגען צו די קאנסערוואטיווע פרייהייט ראיאנען פון לאנד, דארף מען א בדיקת חמץ סעט צו טרעפן איד (אדער נישט ווייסער קריסט) מיט געלט.
זיכער איז דא אויסנאמען דא און דארט, און ליבעראל מיינט נישט אויטאמאטיש אז יעדע שריט איז ריכטיג און הילפבאר צו א געזונטע עקאנאמישע און רעליגיעזע אטמאספערע. אבער אפילו די וואס אנטלויפן פון די סיטי צו טרעפן פרייהייט אן גאלדענע גליקן אין קאנסערוואטיווע סטעיטס, לויפן געווענליך צו די מער ליבעראלע טיילן.

וואס איז מיט ברית מילה ?
חינוך עדעקעישאן ?
די איבערקערעניש מיעסעלס איז ריין אנטסעמעטיזים לדעתי / ניו זשערסי איז נישט געווען אזא איבערקערעניש

עס וואינען נישט גענוג רייכע אידן אין
לאס אנזשעלעס , קאליפארניע
באלטימאר , מערילענד
טשיקאגא , אילינויס
אין סטעיט אפ ניו זשערסי
סטעיט אפ פלארידע
און נאך גענוג אידן אין אנדערע סטעיטס

איך פארשטיי בכלל נישט אייער תגובה

די מערסטע אידן וואינען אין ניו יארק וועגן די שיף האט דא געאנקערט

אויך אין מאנטרעאל, לאנדאן, סידני און פאריז.
דאס איז נישט א סתירה צו וואס איך זאג, פונקט פארקערט.

זיכער איז דא פראבלעמען מיט אנטי-סעמיטיזם אין ניו יארק. די זעלבע ליבעראלע ווירטשאפט וואס מאכט ניו יארק סיטי און די טריי סטעיט געגנט (און על.עי., באלטימאר, שיקאגאו אא"וו) געאייגנט פאר פרומע אידן מיטן היימישן טראגע און לעבנסשטייגער, מאכט דאס אויך געאייגנט פאר אנדערע מינאריטעטן און ארימע, און דאס קען אמאל גורם זיין פראבלעמען אויך.

נאך א וויכטיגע פונקט איבער מילה, שחיטה אין אייראפע. די געזעצן זענען נישט געצילט קעגן די עטליכע טויזנט פרומע אידן אידן אין פאריז אדער בעלגיע. רוב פון די געזעצן זענען געצילט קעגן מוסלעמענער אימיגראנטן געמיינדעס און שטאמען על פי רוב פון רעכטע אנטי-מוסלעמענער סענטימענטן, נישט פון אנטי-סעמיטיזם.
און די ארטיגע פארבאטן אויף די ניקאב, בורקע און אנדערע מוסלעמענער פרויען קליידונג יוכיח.

אנדערע בארטענעס האבן אויך האפנעס און באנען זענען שוין הונדערטער יארן אלט. עס איז דא א סיבה פארוואס די שיפן מיט מיליאנען אימיגראנטן האבן געאנקערט אין ניו יארק סיטי און נישט אין נארפאלק, ווירדזשיניע, טשארעלסטאן, סאוט קאראליינע און דזשעקסאנוויל אין פלארידע. אפגערעדט פון די גאלף.
אוודאי שפילט א ראלע דאס אז ניו יארק א גרויסע אידישע צענטער מיט א שטארקע קאנצענטראציע פון פרומע אידן. אבער עס איז נישט אז אלע וואס זענען אנגעקומען אהער זענען נאך דא. מאסן אידן האבן פארלאזט די טייערע, געענגטע סיטי אין די לעצטע הונדערט יאר. צו פילאדעלפיע, און באסטאן, באלטימאר און וואשינגטאן, שיקאגאו און דיטרויט, סיעטל און לאס אנדזשעלעס.

IMG_20191101_110728.jpg
IMG_20191101_110728.jpg (299.37 KiB) געזען 1117 מאל

ווי געשריבן, איז ניו יארק אן עקסטרעמען ביישפיל. די סיטי איז די גרעסטע, געדעכטסטע, און טייערסטע (הינט: ווייל מענטשן ווילן וואוינען דא און זענען גרייט זיך צו לאזן קאסטן דערויף...) און דאס איז טאקע שווער פאר א גרויסער טייל, אבער פון די וואס האבן פארלאזט ניו יארק סיטי איז קיינער נישט געלאפן צו די ביליגסטע און שיטערסטע וועלכע זענען דאס ווייניגסטע אנגעשטעקט מיט די פארשאלטענע, ארכי ליבעראלע מערדערס.

אינטערעסאנטער פאראדאקס.
פון איין זייט האסטו ביליגע לעבנס קאסטן, ביליגע שטייער, ביליג לאנד, גרינג צו בויען, רעליגיע איז די נארם און די פארשאלטענע ליבעראלן ווערן אויסגעשפיגן ווי עס קומט זיך זיי.
פונעם צווייטן זייט האסטו די טייערסטע לעבנס קאסטן, די העכסטע שטייערן, טייער לאנד, רעגולאציעס אנצופילן א ספרים שאפע, רעליגיע איז א קליינע מיעוט און, ועל כולם, פיל מיט די פארשאלטענע ליבעראלן וואס דאמינירן די ווירטשאפט.

לויט דיין חשבון וואלטן די ערשטע געדארפט דאמינירן מיט ניין פון יעדע צען שפרודלדיגע אידישע שטעט אין לאנד און די צווייטע וואלט געדארפט זיין א מדבר שממה.
די ערשטע וואלט געדארפט דאמינירן מיט ניין פון יעדע צען שפרודלדיגע עקאנאמישע צענטערן אין לאנד און די צווייטע וואלט געדארפט זיין אן עקאנאמישע wasteland.

די פאקט איז, אז דאס קען נישט זיין ווייטער פון מציאות.

(אגב, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז פלארידע איז די שטארקע קאנסערוואטיווע פעסטונג וואס צייגט אז קאנסערוואטיזם איז קעניג. עס איז בסך הכל א מעסיגע שטאַט מיט גרויסע וויכטיג ליבעראלע שטעט וואס זענען די עקאנאמישע רוקנביין פון די סטעיט. און אויב וויל איינער גיין אביסל ווייטער, קיין טעקסאס, זייט וויסן אז אויך אין טעקסאס זענען די גרויסע, שנעל וואקסענדע ליבעראלע סיטיס די סוקסעס סטארי. די איבערוויגנדע רוב עקאנאמישע וואוקס פאסירט אין די סיטיס וואס וואקסן גאר שנעל און ווערן מער און מער ליבעראל, בשעת ריזיגע קאנסערוואטיווע טיילן פונעם סטעיט פארלירן באפעלקערונג און עקאנאמיע.)
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 12:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

אינטערסאנט, די מערסטע ליבעראלסטע סיטי, ניו יארק, און מען טיילט סקול וואטשערס פאר פרייוועטע שולעס, וואס איז ממש קעגן די ליבעראלע אידאלאגיע, און ווען די ארכי פראגרעסיוו דיבלאזיא האט איבערגענומען פון די מעסיגע פרא ביזנעס בלומבערג, האט ער גאר פארברייטערט די פראגרעם, וואס בעיקור געניסער זענען פון די היימישע עולם, ווי אויך האט דעבלאזיע ארפגענומען די גזירה אויף ברית מילה...

בשעת די אפסטעיט קאנסערוועטיווע פאלעטישענס רעדען אפען און פרעך קעגען די היימישע עולם, איבער אלעס און אלעמען, אונז זענען געווארען זייערע קאמפיין פלייש ארויסצוברעגען די מאסען שטימען, זענען די רוב ניו יארק סיטי קאנסול ארויסגעקומען און די עפענטלכקייט פרא רעכטען פאר היימישע ישובות..

לעצטענס פארשפרייטן זיך די היימישע עולם איבראל, צו נייע ערטער, די אפסטעיט קאנסערוועטיווע האבען אונז מקבל פנים געווען, פון עירמאנט, מאוואע ניו זשורסי, דזשעקסאן, מיט א כוואליע נייע געזעצען אונז אונטערצוברענגען, פון שולען, און ענג מאכען יעדע פון אונזערע געברויכען פון זאוניג, און וואס נישט, אבער די ליבעראלע פעסטונג און זשערסי סיטי האט אונז אויפגענומען מיט ברייטע ארעמעס, און יעדע פראגערעם פעניציאל, און שטעלט זיך צי צי אלע אונזערע מנהגים מיט פארשטענדעניש,
פאר עטס מופטס און אקלאהמע, און נארט דיקאטע, רעדס ענט נישט איין אז די לאקאלע ווייסע קריסטלעכע קאנסערוויטיווע וועלען ענט אנגרייטען א שיינע קבלת פנים, ד פאקט איז א געמישט עטנישע שטאט וועט ענדערש פארשטיין א צווייטענס געברויכען ווי די אנדערע,
און רוב פון די פארבלעמען וואס אונז האבען יא און ניו יארק, קומט ליידער מכם ובכם, פון היימישע חברה, און די שטאטישע טאטעס זעהן עס אן אלס א אינערלעכיע געראנגעל..
keep your words tasteful, you may have to eat them later
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1215
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

האבען מיר געגוגלט, וועלכע איז די פריילכסטע סטעיטס, געבעיסט אויף אסאך פעקטערס, דיפרעישען, דיווארס, סוסייד,ארבעט עוויירעמענט, און אלגעמיינע אויספרעג, ווי נאר איך קוק זעה איך די רוזאולטס זענען שטוינעט,
די לינקע סטעיטס זענען סאומ האו אויף די העכערע זייט, פון די גאר נידריקסטע זענען שטארק רויט, וועסט ווירשינע וואס טראמפ האט געווינען די שטרעקסטע ווי סיי וועלכע, איז די סאמע אינטערשטע אויפן ליסט מיט די ווייניגסטע צופרידענע מענטשען און הויעגע סאוסייד, די העכסטע איז די לינקע האווייאו
די 9 נידריגסטע זענען אלע רויטע סטעיטס...
keep your words tasteful, you may have to eat them later
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

Of course האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דאס איז פון די שמועסן ווי יעדער האט זיין סעט-מיינד, און קיינער וועט נישט קאנווינסן קיינעם, א שאד אויף די צייט צו קלאפן די קיבאורד...

מיר איז גראדע יא גאר אינטערסאנט די שמועס, א שאד עס צו הארגענען.

און וואסאיז מיר מער אינטערסאנט איז די וועג ווי אזוי עס איז צוטיילט. ווער זאגט וואס.

טרעף מיר איין ביזנעס אונער ווטס פארשטייט די מהלך פון ניו יארק סיטי, אדער האלט אז דאס ווערט געפירט מיט שכל יושר און עקספערטיז. אדער פלעין נארמאל.

א צודרייטער מעיאר וואס קריגט זיך מיט די פאליס ווי א קינד, לאזן דעם שטח אויף הפקר ווען ער קאמפעינט פאר זיינע נארישע חלומות, וויי ער האט נישט באוויזן אנצוציען איין פערצענט.

און יענער האט דא דערמאנט מינימום וועידש.
זאלסט וויסן אז איך רעד פאר מיר און פאר פילצאליגע באקאנטע, אן פודסטעמפס.
סהארגעט יעדן אינדאסטרי.

די מארקעט דארף סעטן די וועליו פונעם ארבעטער, נישט די סטעיט.

און אלע חברה וואס פלעגן מיר ארבעטן פאר פיפצן א שעה, ווילן יעצט אכטצן, וויל ער האט פינף יאר עקספיריענס און דער נייער ספאנישער נישט.

פעיראל איז ארויף ווי צודרייט.

גייסטו מיר ענטפערן אז עס איז דא מער געלט אין די עקאנעמי. וועליך דיר ענטפערן אז די קאסט אף ליווינג גייט ארויף, און גייט גיין נאכמער, יעדן טאג.

דו קענסט די משל פון וויפיל מענטשן זענען איוואלווד אין א ברויט אויף דיין טיש? אט די אלע מענטשן גייען ווערן גערעיזט.

טראכט פון א טעיק אוט אדער רעסטאראנט.

ווי געזאגט גייט יעדער ארויף, יעדער וויל א רעיז.

קעשיער,

אפאר גוים וואס גרייטן אן די עסן,

רוימערקעס

ארבעטערס אין די בעק קיטשן, געווענליך מיר ווי פון פארנט.

דעליווערי גייס,

אלע סופפלייערס גייען ארויף מיט די פרייז, זיי האבן דאך א פרישע לאך, דאס קען מיינען הונדערטער טויזנטער חילוק א וואך. איינער גייט עס באצאלן,

און באלד שריי אז א פיצא קאסט פינף דאללער. יא, דאס איז די מציאות און דאס איז די גזירה.

דשי ענד דשי מעג יעצט ארויף, אלע גראסעריעס, אלא הארדוועיר סטארס. יעדער! ווייל דער מעקסיקאנער וואס איז נישט ווערט מיר דארף איקוועל רייטס, גייסטו און דיין משפחה און אכט קינדער אין דער ערד צוגרינד.

#לעבן זאלן די מערדער

אויף דעם זאגט די פרעזידענט אז עס איז פוילע תירוצים.
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (35.03 KiB) געזען 1072 מאל
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

Of course האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:דאס איז פון די שמועסן ווי יעדער האט זיין סעט-מיינד, און קיינער וועט נישט קאנווינסן קיינעם, א שאד אויף די צייט צו קלאפן די קיבאורד...

מיר איז גראדע יא גאר אינטערסאנט די שמועס, א שאד עס צו הארגענען.

און וואסאיז מיר מער אינטערסאנט איז די וועג ווי אזוי עס איז צוטיילט. ווער זאגט וואס.

טרעף מיר איין ביזנעס אונער ווטס פארשטייט די מהלך פון ניו יארק סיטי, אדער האלט אז דאס ווערט געפירט מיט שכל יושר און עקספערטיז. אדער פלעין נארמאל.

א צודרייטער מעיאר וואס קריגט זיך מיט די פאליס ווי א קינד, לאזן דעם שטח אויף הפקר ווען ער קאמפעינט פאר זיינע נארישע חלומות, וויי ער האט נישט באוויזן אנצוציען איין פערצענט.

און יענער האט דא דערמאנט מינימום וועידש.
זאלסט וויסן אז איך רעד פאר מיר און פאר פילצאליגע באקאנטע, אן פודסטעמפס.
סהארגעט יעדן אינדאסטרי.

די מארקעט דארף סעטן די וועליו פונעם ארבעטער, נישט די סטעיט.

און אלע חברה וואס פלעגן מיר ארבעטן פאר פיפצן א שעה, ווילן יעצט אכטצן, וויל ער האט פינף יאר עקספיריענס און דער נייער ספאנישער נישט.

פעיראל איז ארויף ווי צודרייט.

גייסטו מיר ענטפערן אז עס איז דא מער געלט אין די עקאנעמי. וועליך דיר ענטפערן אז די קאסט אף ליווינג גייט ארויף, און גייט גיין נאכמער, יעדן טאג.

דו קענסט די משל פון וויפיל מענטשן זענען איוואלווד אין א ברויט אויף דיין טיש? אט די אלע מענטשן גייען ווערן גערעיזט.

טראכט פון א טעיק אוט אדער רעסטאראנט.

ווי געזאגט גייט יעדער ארויף, יעדער וויל א רעיז.

קעשיער,

אפאר גוים וואס גרייטן אן די עסן,

רוימערקעס

ארבעטערס אין די בעק קיטשן, געווענליך מיר ווי פון פארנט.

דעליווערי גייס,

אלע סופפלייערס גייען ארויף מיט די פרייז, זיי האבן דאך א פרישע לאך, דאס קען מיינען הונדערטער טויזנטער חילוק א וואך. איינער גייט עס באצאלן,

און באלד שריי אז א פיצא קאסט פינף דאללער. יא, דאס איז די מציאות און דאס איז די גזירה.

דשי ענד דשי מעג יעצט ארויף, אלע גראסעריעס, אלא הארדוועיר סטארס. יעדער! ווייל דער מעקסיקאנער וואס איז נישט ווערט מיר דארף איקוועל רייטס, גייסטו און דיין משפחה און אכט קינדער אין דער ערד צוגרינד.

#לעבן זאלן די מערדער

דו זאגסט גראדע זייער גוט, איך קען פארשטיין כמעט יעדע פונקט דיינע, אבער די לעצטע שורה מיט די #מערדער ווארט, הרג'ט דיין גאנצע ארגיומענט
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

דממה דקה האט געשריבן:דאס איז פון די שמועסן ווי יעדער האט זיין סעט-מיינד, און קיינער וועט נישט קאנווינסן קיינעם, א שאד אויף די צייט צו קלאפן די קיבאורד...

לאז שרייבן, im enjoying to read
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”