פרעזידענט טראמפ ווערט אויס ניו יארקער! / מעלות און חסרונות פון נ.י.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מוצ"ש נובעמבער 02, 2019 10:36 pm

צל עובר האט געשריבן:און סתם פאר אינטרעסאנטקייט, די ליבעראלע ניו יארק מיט זייערע שטרענגע געזעצן, איז אסאך רייכער פון פלארידע. וועלכע האט אביסל מער מענטשן ווי ניו יארק.

און אויך אסאך רייכער פער קאפיטע פון די רעפאבליקאנער טעקסאס, וואס הייסט שוין א רייכע סטעיט. און האט בערך 40% מער מענטשן.

פון דא.

דזשי די פי 2018

יעדע נאמבער מיינט אזויפיל מיליאן.

די 4 גרעסטע סטעיטס.

קאליפארניע: 3,018,337
טעקסאס: 1,818,585
פלארידע: 1,059,144
ניו יארק: 1,701,399

פאראייניגטע שטאטן: 20,865,140

דזשי די פי פער קאפיטע 2018:

די 4 גרעסטע סטעיטס.

קאליפארניע: 53,987
טעקסאס: 53,795
פלארידע: 39,543
ניו יארק: 64,579

פאראייניגטע שטאטן: 50,577

ווי אנדערע האבן שוין אויפגעקלערט איז די פאפולאציע פון ניו יארק גאר ווייניג געשטיגן אין פארגלייך צו פלארידע.
בעת וואס פלארידע איז געוואקסן מיט צוויי און א האלב מיליאן מענטשן זינט די 2010 צענסוס, איז ניו יארק געוואקסן מיט א מאגערע הונדערט און זעכציג טויזנט מענטשן....
https://simple.m.wikipedia.org/wiki/Lis ... population
Screenshot_20191102-203642~2.png
Screenshot_20191102-203642~2.png (121.38 KiB) געזעהן 1203 מאל



בעת וואס הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער אימיגרירן אין די מאסן פון אנדערע סטעיטס קיין פלארידע, לויפן הונדערטער טויזנטער אמעריקאנער אוועק פון די גאלדענע ניו יארק.

אין די יאר פון יולי 2017 ביז יולי 2018 אליינס האבן
איבער 132 טויזנט אמעריקאנער זיך געצויגן פון אנדערע סטעיט קיין פלארידע,
איבער 189 טויזנט אמעריקאנער זענען אנטלאפן פון די קאמעניסטישע ניו יארק.
און ארום 156 טויזנט זענען אנטלאפן פון קאליפארניע.
די ליבעראלסטע שטאטן זענען די סאמע נידעריגסטע אויפן ליסט.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of ... _migration
Screenshot_20191102-221749~2.png
Screenshot_20191102-221749~2.png (151.46 KiB) געזעהן 1203 מאל

Screenshot_20191102-221859~2.png
Screenshot_20191102-221859~2.png (140.93 KiB) געזעהן 1203 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש נובעמבער 02, 2019 10:49 pm

אודאי אזוי, רוב אמעריקע שטאמט דאך פון עליס איילענד, דו מיינסט אז עס וואלט געווען מעגליך אז צוויי הונדערט מיליאן זאלן דא לעבן? מען דארף זיך פארשפרייטן אין גאנצן לאנד.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

עושר וכבוד
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובהדורך עושר וכבוד » מוצ"ש נובעמבער 02, 2019 11:19 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:וואס מיינט "קאפיטאליזם דיקטירט" קאפיטאליזם מאכט?

סאו ביסט מודה אז נוי יארק דערשטיקט די לעבן פון מיטעל קלאס?


אודאי, ווייל דאס איז די נאטור פון קאפיטאליזם.

אבער נישט די קאפיטאליזם דערשטיקט די מיטל קלאס. אן די סאציאליזם וואס דא הערשט וואלט דער מיטל קלאס נישט געצאלט אזעלכע שטייערן וואס רויבן פאר די נידריגע פארדינער, אנשטאט זיי זאלן גיין ארבעטן אדער ארויסמופן פון דעם רייכן שטאט.
מיר מיינען נאר דיין כבוד, מיר דארפן האבן געלט, צו דינען דעם באשעפער פון די גאנצע וועלט!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:20 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:צוויי זאכן.
ניו יארק מיט איר קאמוניזם (לאל) הויכע שטייערן און רעגולאציעס פאקט איין יעדן ארט אין אמעריקע ווען עס קומט צו רייכטום און עקאנאמישע כוח.
ניו יארק מיט איר ארכי ליבעראלע ווירטשאפט איז די צענטערפונקט פארן פרומען אידישן לעבן אין די פאראייניגטע שטאטן.

ניו יארק איז נאר אן עקסטרעמע ביישפיל, א ליבעראלע שטאט אין א ליבעראלע סטעיט, אבער די זעלבע קען מען זען איבערן גאנצן לאנד און אין יעדן לאנד אויפן ערד-קוגל.
וואו עס איז דא ליבעראלע ווירדן איז דא רייכטום און רעליגיעזע (און עטנישע) אפנקייט וואו רעליגיעזע מינאריטעטן מאכן א לעבן.

ענק קענען שעלטן דעבלאזיאו און קאומאו וויפיל ענק גלוסט, פאקט בלייבט אז ווען מען טרעט נאר ארויס עטליכע טריט פון די פארשאלטענע ליבעראלע פעסטונגען צו די קאנסערוואטיווע פרייהייט ראיאנען פון לאנד, דארף מען א בדיקת חמץ סעט צו טרעפן איד (אדער נישט ווייסער קריסט) מיט געלט.
זיכער איז דא אויסנאמען דא און דארט, און ליבעראל מיינט נישט אויטאמאטיש אז יעדע שריט איז ריכטיג און הילפבאר צו א געזונטע עקאנאמישע און רעליגיעזע אטמאספערע. אבער אפילו די וואס אנטלויפן פון די סיטי צו טרעפן פרייהייט אן גאלדענע גליקן אין קאנסערוואטיווע סטעיטס, לויפן געווענליך צו די מער ליבעראלע טיילן.

לויט די טשארטס קוקט אויס ווי מ'אנטלויפט אין די מאסן פון די שטארק ליבעראלע שטאטן.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/List_of ... _migration
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:26 am

און אויך פון קאלטע רעפאבליקאנער סטעיטס, א שטייגער אינדיענע און וועסט ווירדזשיניע.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:27 am

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
עושר וכבוד האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:דער מציאות איז אז ניו יארק איז רייך פלארידע איז ארים, דער איז נאו וועי אראונד איט.

לגבי די דעמאקראטישע אידעלאגיע, זיי זענען די איינציגסטע זייט וואס האט בכלל א אידעלאגיע היינטיגע צייטן, הגם אסאך מאל נישט גערעכט, די אנדערע זייט איז איין שטיק בלאף, געבויעט אויף בלאף, און איז נאר דא "טו אוין דע ליבס"

פלארידע האט א מאנהעטן? פון וואו זאלן זיי האבן דאס וואס ניו יארק האט? אבער ניו יארק וואלט געקענט האלטן איר שטארקייט און ווערן רייכער דורכ'ן זיך אויפפערן נארמאלער און ערוועלן מענטשן מיט שכל.


און דאס איז פונקטליך וואס זי טוט.

טראצדעם וואס - ווי אויבן דערמאנט - איז פלארידע א נישט דעוועלעפטע שטאַט אין פארגלייך צו ניו יארק, דאך וואקסט ניו יארק'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע גאר פיל שנעלער ווי פלארידע'ס.

אין 2008 איז ניו יארק'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע (אין 2012 געלט) געווען $60,390 און אין 2018 איז איז געווען $73,531, א וואוקס פון 22%!

אין די זעלבע צען יאר איז פלארידע'ס דזשי. די. פי. פער קעפיטע געגאנגען פון $43,629 צו... $43,052, ס'איז גאר קלענער געווארן מיט 1.3%!

אבער ווי זאגט שמואל אלצווייסער, קום נישט צו מיר מיט פאקטן ווען מיין שכן זאגט מיר אז ער מוטשעט זיך נעבעך...
-
ומכאן הקריאה יוצאת אז פאר איינער וויל מאכן אן ארגומענט זאל ער ביטע נאכקוקן וואס די מציאות איז, ווייל נאכדעם איז שוין אביסל שווער אראפצוקריכן פון בוים.

ש'כח

די GDP פער קעפטשע (איז די ווארט א קאזין מיט די קאפיטשע וואס מ'דארף דרוקן צו וועריפייען אז מ'איז נישט קיין ראובאט??...) זאגט גארנישט איבער די דורכשניטליכער פארדינער.

דאס אז די גרעסטע קאמפאניס זענען הויפטקווארטירט אין ניו יארק מאכט נאכנישט אז דער מיטל קלאס פארדינער זאל האבן מער געלט.

און ווי אויבן געשמועסט אז וויבאלד פלארידע האט א ריזן פראצענט אלטע ריטייערטע איינוואוינער מיט א גרויסע פאפולאציע וואוקס איז די דשי די פיער קעפיטע געשרינקן אביסל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:30 am

צל עובר האט געשריבן:און אויך פון קאלטע רעפאבליקאנער סטעיטס, א שטייגער אינדיענע און וועסט ווירדזשיניע.

וואס איז מיט די צוויי סטעיטס? מ'אנטלויפט אויך דערפון?
אינדיאנא האט א נעט דאמעסטיק אימיגראציע.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 03, 2019 1:32 am

סוי לייג מיזורי מיט קענזעס אנשטאט אינדיענע.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 03, 2019 2:10 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:טראמפ איז אויך א פלארידע איינוואוינער


אויסי האט געהאט א ווייטן בליק.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:53 pm

IMG-20191031-WA0764.jpg
IMG-20191031-WA0764.jpg (266.02 KiB) געזעהן 824 מאל
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

Potus
שר חמישים ומאתים
תגובות: 407
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג נובעמבער 03, 2019 11:54 pm

IMG-20191101-WA0011.jpg
IMG-20191101-WA0011.jpg (476.44 KiB) געזעהן 823 מאל
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 6:26 pm

מטעמים האט געשריבן:חחח צו סטאטיסטיקס איז א פאקט, איינער וואס גלייבט אין די סטעיטמענט קען איך פארקויפען די ברוקלין בריק ווייל איך קען אים מאכען א סיריעס פון סטאטיסטיקס וואס זאל אים מאכען מיר איבערגעבן זיין סאושעל און זאל מיר גרייט זיין צו פארקויפען זיין ווייב זיין קאר און זיינע קינדער און פאר א נויט די אייניקלעך אויך.

איך רעד פון עקספיריענס.


זאג נאר, דו ווייסט וואס טייטש א "סטאטיסטיק"?

לאקשן קען מען פארקויפן דורכ'ן זאגן שקרים אדער דורכ'ן נישט זאגן די גאנצע אמת, אבער וויאזוי טוישט דאס די נאטור פון סטאטיסטיקס אלס פאקטן?
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

קארן
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

תגובהדורך קארן » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 9:48 pm

אונטערסאנט אז די רייכע און מעכטיגע ניו יארק, דארף כמעט יעדע יאר הייבן שטייערן, די MTA העכערט די אפצאל פאר די רייזענדע און מיט דעם אלעם איז די גאנצע סיסטעם און דער ערד, די גאווערנאר מיט די מעיאר רייסן זיך ארום ווער סדארף באצאלן די קאסטן אויפצוהאלטן די באנקראטירטע טרעין סיסטעם, אמער סאיז דאך א רייכע שטאט, פארוואס ווארפן זיי ארויף די אחריות איינער אויפן צווייטן? די פארט אוטאריטי האלט און איין העכערן די טאלס אויף די בריקן, בקיצור סאיז א רייכע און מעכטיגע שטאט, נישטא ווער סזאל לאכן.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 10:06 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:חחח צו סטאטיסטיקס איז א פאקט, איינער וואס גלייבט אין די סטעיטמענט קען איך פארקויפען די ברוקלין בריק ווייל איך קען אים מאכען א סיריעס פון סטאטיסטיקס וואס זאל אים מאכען מיר איבערגעבן זיין סאושעל און זאל מיר גרייט זיין צו פארקויפען זיין ווייב זיין קאר און זיינע קינדער און פאר א נויט די אייניקלעך אויך.

איך רעד פון עקספיריענס.


זאג נאר, דו ווייסט וואס טייטש א "סטאטיסטיק"?

לאקשן קען מען פארקויפן דורכ'ן זאגן שקרים אדער דורכ'ן נישט זאגן די גאנצע אמת, אבער וויאזוי טוישט דאס די נאטור פון סטאטיסטיקס אלס פאקטן?

א סטאטיסטיק פאר זיך איז א פאקט, אבער צו זאגן אז דאס וואס לערנסט ארויס דערפון איז א פאקט איז נעריש צו זאגן. סטאטיסטיקס איז עפעס וואס מען קען זיך שפילן דערמיט, און איז זייער שווער אז עס זאל ארויסגעבן א אמתע גאנצע בילד.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:50 am

פעיק נוז האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:חחח צו סטאטיסטיקס איז א פאקט, איינער וואס גלייבט אין די סטעיטמענט קען איך פארקויפען די ברוקלין בריק ווייל איך קען אים מאכען א סיריעס פון סטאטיסטיקס וואס זאל אים מאכען מיר איבערגעבן זיין סאושעל און זאל מיר גרייט זיין צו פארקויפען זיין ווייב זיין קאר און זיינע קינדער און פאר א נויט די אייניקלעך אויך.

איך רעד פון עקספיריענס.


זאג נאר, דו ווייסט וואס טייטש א "סטאטיסטיק"?

לאקשן קען מען פארקויפן דורכ'ן זאגן שקרים אדער דורכ'ן נישט זאגן די גאנצע אמת, אבער וויאזוי טוישט דאס די נאטור פון סטאטיסטיקס אלס פאקטן?

א סטאטיסטיק פאר זיך איז א פאקט, אבער צו זאגן אז דאס וואס לערנסט ארויס דערפון איז א פאקט איז נעריש צו זאגן. סטאטיסטיקס איז עפעס וואס מען קען זיך שפילן דערמיט, און איז זייער שווער אז עס זאל ארויסגעבן א אמתע גאנצע בילד.


האב איך דען געשריבן אנדערש? דאס איז דאך פארוואס ווען געוויסע דא האבן גע'טנה'עט אז יענע סטאטיסטיק איז נישט קיין גוטע מעסטער האב איך זיי נישט גע'ענטפערט אז ס'איז למעשה א פאקט...

איך האב מיך באצויגן צו איינער וואס האט גע'טנה'עט אז "א גרויסע עולם קומט טאקע מיט מיינדסעטס און פאקטן, אנדערע קומען מיט סטאטיסטיקס אפי' ס'איז נגד השכל...", און אויף דעם האב איך געשריבן די אבוויעס אז 1) סטאטיסטיקס זענען אויך פאקטן, 2) אויף א פאקט איז נישט שייך צו זאגן אז ס'איז נגד השכל, אזוי שווער צו פארשטיין?

(אגב, דאס וואס דו רופסט "זיך שפילן מיט סטאטיסטיקס" וואס פארשווערט אז מ'זאל ארויסהאבן דאס גאנצע בילד, איז אין פשוט'ע מאמע לשון אז מ'זאגט נישט די גאנצע אמת, דאס הייסט אז מ'זאגט נישט אז געוויסע "אנדערע" פאקטן וואס זענען "אויך" אמת שפילן דא "אויך" א ראלע. ודו"ק ותשכח אז אין יעדן פאל וואס מ'גלייבט א סטאטיסטיק, און מ'איז מסכים אז קיין שום אנדערע פאקט שפילט נישט קיין ראלע, גיבט עס שוין איינמאל א גאנצע בילד. און וועגן דעם האב איך דעשריבן אז "לאקשן קען מען פארקויפן דורכ'ן זאגן שקרים אדער דורכ'ן נישט זאגן די גאנצע אמת".)
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 22894
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:50 am

סטאטיסטיקס זענען פאקטן, אבער מאניפילעיטעד וויזוי מ'וויל! אבער נאך מער ווי דעם...

א מקוה האט צוויי בורות, איינס איז בריעדיג און איינס פריזינג, די עוורידזש איז פערפעקט! פרעג יעדע מענטש וואס גייט דארט, מ'קעניש אריינגיין, אבער סטאטיסטיקס וועלן די זאגן אז די מענטשן זענען פארריקט... ווייל קוקענדיג די עוורידזש טעמפרעטשור די לעצטע 6 חדשים איזעס געווען פערפעקטלי בעלענסד...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:11 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:סטאטיסטיקס זענען פאקטן, אבער מאניפילעיטעד וויזוי מ'וויל! אבער נאך מער ווי דעם...

א מקוה האט צוויי בורות, איינס איז בריעדיג און איינס פריזינג, די עוורידזש איז פערפעקט! פרעג יעדע מענטש וואס גייט דארט, מ'קעניש אריינגיין, אבער סטאטיסטיקס וועלן די זאגן אז די מענטשן זענען פארריקט... ווייל קוקענדיג די עוורידזש טעמפרעטשור די לעצטע 6 חדשים איזעס געווען פערפעקטלי בעלענסד...


סטאטיסטיקס וועלן נישט זאגן אז די מענטשן זענען פארריקט, ווייל די סטאנדארד דעוויעישאן איז דאן גאר הויעך.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 8:49 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:סטאטיסטיקס זענען פאקטן, אבער מאניפילעיטעד וויזוי מ'וויל! אבער נאך מער ווי דעם...

א מקוה האט צוויי בורות, איינס איז בריעדיג און איינס פריזינג, די עוורידזש איז פערפעקט! פרעג יעדע מענטש וואס גייט דארט, מ'קעניש אריינגיין, אבער סטאטיסטיקס וועלן די זאגן אז די מענטשן זענען פארריקט... ווייל קוקענדיג די עוורידזש טעמפרעטשור די לעצטע 6 חדשים איזעס געווען פערפעקטלי בעלענסד...


סטאטיסטיקס וועלן נישט זאגן אז די מענטשן זענען פארריקט, ווייל די סטאנדארד דעוויעישאן איז דאן גאר הויעך.



טויש אביסעל דער מעשה.

אלעמאל זענען ביידע נארמאל. הייס אז מ'זאל נאך אריינגיין, און קאלט אויף אריינצוטאנצען.

היינט איז די הייסע צו הייס, און די קאלטע צו קאלט, אבער עווערידזש איז געבליבן די זעלבע, וואס וועלען די סטאטיסטיק נעמער'ס זאגן?

עכ"פ מ'קען זיך אויף דעם נישט פארלאזן בכלל.
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:48 am

פארווייטאגט האט געשריבן:
טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:סטאטיסטיקס זענען פאקטן, אבער מאניפילעיטעד וויזוי מ'וויל! אבער נאך מער ווי דעם...

א מקוה האט צוויי בורות, איינס איז בריעדיג און איינס פריזינג, די עוורידזש איז פערפעקט! פרעג יעדע מענטש וואס גייט דארט, מ'קעניש אריינגיין, אבער סטאטיסטיקס וועלן די זאגן אז די מענטשן זענען פארריקט... ווייל קוקענדיג די עוורידזש טעמפרעטשור די לעצטע 6 חדשים איזעס געווען פערפעקטלי בעלענסד...


סטאטיסטיקס וועלן נישט זאגן אז די מענטשן זענען פארריקט, ווייל די סטאנדארד דעוויעישאן איז דאן גאר הויעך.



טויש אביסעל דער מעשה.

אלעמאל זענען ביידע נארמאל. הייס אז מ'זאל נאך אריינגיין, און קאלט אויף אריינצוטאנצען.

היינט איז די הייסע צו הייס, און די קאלטע צו קאלט, אבער עווערידזש איז געבליבן די זעלבע, וואס וועלען די סטאטיסטיק נעמער'ס זאגן?

עכ"פ מ'קען זיך אויף דעם נישט פארלאזן בכלל.


די סטאטיסטיק נעמער וועלן זאגן אז 50% איז צו קאלט, און 50% איז צי הייס.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Newegg און 21 געסט