דורכפעלער געמישט מיט פריידט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גם אתה יכול
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

דורכפעלער געמישט מיט פריידט

תגובהדורך גם אתה יכול » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:36 am

איך וואוין אין די מרחקים 1000'ער מייל אוועק פון די פאמיליע נאכן חתונה האבן ב"ה אויף די אנדערע זייט פון די ענדלאזע אנטלאנטיק, היינט מיט די טעכנעלאגישע מיטלן איז עס געווארן אסאך לייכטער מען דארף שוין נישט שיקן קיין פאסט מען דארף שוין אפילו נישט שיקן קיין טעלגראם מען נעמט א שטיקל פלעסטיק און מען רעדט אריין דערין און די כוואליעס טוען דיר מקשר זיין צו די אנדערע זייט ים, וואונדערלעך.

פארשטייט זיך אליין אז די סארט קשר איז נישט גענוג צו זעטיגן א רילעשין שיפ וואס האט זיך געבויעט במשך די יארן וואס מען איז געווארן אויפגעצויגן אינטער די מאמע'ס פארטוך און פון צייט צו צייט כאפט מען זיך אריבער צו די אנדערע זייט ים זיך צו פאראיינוגען אויף א פערזענליכע פארנעם.

העפטיגע פלענער האבן געווירבעלט צו באזוכן אמעריקע סוכות תש"פ, אפשר זאל מען פארן פאר יוה"כ אפשר נאכדעם זאל מען נעמען א נאכט פלייט אדער צופרי ווען קומט מען צוריק ווי גייט מען אנשטיין? ווי גייט מען פארברענגן דארטן? מען קוקט ארויס אז עס זאל זיין א סוקסעספולע נסיעה ווי אין די פארגענגענהייט.

עס איז שוין באשטימט די דאטום ווען מען וויל זיך הייבן אין מען דארף גיין באשטעלן טיקעטס, אזוי ווי איך באנוץ מיר נאר מיט פאפירענע געלטער האב איך געבעטן א חבר זאל מיר לאזן ניצן זיין קרעדיט קארטל און אין אויסטויש איהם געגעבן א זעקל פון טירד פארטי טשעקס , לויט זיין ידיעה האט מען דאס געקענט אריינגליטשן אין די ATM מאשין אן קיין פראבלעים , מה עשה הקב"ה ער לייגט אריין די טשעקס אין באנק און אופפפפפפפפס זיי האבן געלאוקט זיין אקאונט אין יוצא ואין נכנס אפילו די געלטער וואס איז געליגן דארט פון פריער קען מען נישט ארויסדערזעהן, נאך העפטיגע באנק קוועטשערייען האט מען איהם צוריקגעגעבן די געלד וואס איז געליגן דארט פון פריער אבער מיינע 1500 מאות האבן זיי בשום אין אופן נישט געוואלט צוריקגעבן, די געלד איז מער נישטא פינטעל, בלית ברירה ארויסגענומען פרישע 1500 מייקות און....

עס איז מוצאי יוה"כ מען מאכט די לעצטע הכנות זיך צו ארויסלאזן צו די פאראיינוגטע שטאטען מען דארף זיך לייגן פרי, אכט אזייגער דארף מען שוין פארלאזן דעם עיר הבירה, א מענטש פלאנט און די באשעפער .... די צוויי קליינע האבן זיך גענומען אויף א זעלטענע מיסיע זיכער צו מאכן אז קיין שלאף זאל נישט צושטאנד קומען יעדער האט גענומען זיין חלק אין די מיסיע וכשה נפל זה קם אזוי ריקט זיך דורך נאך א שעה און נאך א שעה און ולא ראו שינה בעינינו דרייע פירע פינעווע אז עס גייט נישט גייט נישט, גם זו לטובה, 5:30 האט מען געכאפט א קורצע אזויגערופענע דרימל.

6:30 איז מען אויפגעשטאנען אין געלאפן אין שוהל אריין, די פלאן איז געווען צו נעמען די זיבן אזייגער מנין און 7:30 וועט די באן שוין האלטן ביי עלינו איך קום ארויס פון מקוה איך קעם שנעל אויס די בארדע, איך וויל געבן א כאפ מיין תפילין זיך צו קענען מיטכאפן מיטן באן....... ווי איז עס? אוי מיינע תפילין! איך לייג עס יעדען טאג אויף די ארט און עס איז פשוט נישטא איך קוק נאכאמאל און נאכאמאל איך האף אז מיינע ארומיגע זענען מיר נישט חושד מיט OCD עס קוקט אויס ווי די שאנק האט עס איינגעשלינגן אינמיטן העלן טאג אוי טאטע ווי ביסטו? איך דארף ארויספארן א שעה ארום ווי טוט מען זיך אהין? איך האב אנגעהויבן מאכן הקפות ארום די גאנצע בית מדרש איך האף אז איך האב נישט נערווירט די רואיגקייט וואס האט געהערשט אויף די גאנצע ציבור א טאג נאכן נתכפר ווערן אויף אלע חטאים איך האב גערופן די שמש מיט די גבאי אבער קיינער האט נישט קיין לעזונג.

די זייגער שטעלט זיך נישט אפ פאר קיין סקונדע און מיינע נערווען זיצן אויף הייסע נאדלעך טאטע ווי טוט מען זיך אהין דא, בלית ברירה האב איך געבארגט א צווייטענס תפילין און אנא קאפ און מוח געמאכט עפעס א פורס על שמע, די גראך איז בכלל נישט אוועק צו מאכן איך בין זיכער אז קיינער בארגט נישט זיין תפילין אין פרידנס צייטן איך לייג שנעל צוזאם זיין טלית און תפילין און איך לויף אהיים פארצווייפעלט און באגאסן פון שווייץ סטרעס, איך פרוביר צו ארבעטען אויף מיין אמונה און בטחון אבער נאכן אויפזיין א גאנצע נאכט גייט עס גאנץ שווערליך איך קום אן אהיים מען ענדיגט אריינווארפן אלעס אין די רענצל און יאפס די קאר איז דא איך פרוביר מיט אלע כוחות צו זיך האלטן רואיג און פרייליך וואס זענען די ווייב און קינדער שילדיג אז עס איז באשערט אביסל עגמת נפש מען וועט שוין בארגן תפילין אין אמעריקע.

די קאר איז שוין אויפן וועג צום לופט פארט און די געמיטער זענען אויפגעלייגט טאקע אן קיין שלאף און אן קיין תפילין אבער מען שטארקט זיך, דער עולם האט געדרימעלט און גרויסן, מען איז איז אנגעקומען צום עירפארט גאנצע צוויי שעה פאר די פלייט האט זיך געדארפט הייבן, די גאנצע פראצעדור איז דורך זייער רואיג, נאר איין רענצל איז געווען איבערוואגיג און מען האט שנעל פלאצירט אפאר אורחים אין די אנדערע רענצלעך, איך ווייס נישט פארוואס ביי די סעקיורעטי האבן זיי אייביג א חשד אז עפעס טוט זיך אויסבאהאלטן אין מיין קליינע אויפגעבלאזענע הענד באגאדש אבער נאך א שנעלע אינטערזיכונג איז דאס אויכעט אריבער בשלום, מען גייט צום געיט פארשטייט זיך אז מען האלט שוין אינמיטן בארדן, מיר האבן ברוך השם באקומען עקאנאמי פלאס זיצן כדי צו קענען פלאצירן די קליינע אין די באסינעט וואס יונייטעט האט צוגעשטעלט מיט גרויס געטריישאפט און ברוך השם די גאנצע נסיעה איז דורך וואונדערלעך די קינדער זענען פיין געשלאפן אין די גאנצע וועג איז אריבער איינס צוויי.

מען קומט אן ניוארק די נייע מאשינען ביי די קאסטאום איז גאנץ פיין צוניץ געקומען און מען האט גאנץ שנעל געטראפן די רענצלך מען גייט צום קאר רענטל ווי מען האט ארויסגעדינגן א שיינע גרויסע וויקעל כנוסח אמעריקע נאך א קורצע רייזע מיט די עיר טרעין איז מען אנגעקומען צו די קאר רענטל און איך גיי צו מיטן גאנצן פרישקייט צו די פראנט דעסק און איך ווייז איהם מיין רעזארוועשין און ער בעט מיר מיין לייסענס און קרעדיט קארט איך געב איהם עס איבער און אוווווווווווופס ער איז נישט צופרידען... איטס דע אנלי לייסענס יא העוו? וויי דא יא עסק? ביקאוס יאר לייסענס איז עקספייערד אוי ווווווווויייי.... איי קענט גיוו יא א קאר סארי, נעקסט פליס! איך שפאציר אוועק פון דארט אבל וחפוי ראש איך ווייס מיר נישט ווי אהין צוטוהן אוי טאטע דאס איז שוין ממש א בחינה פון הסתרה שבתוך הסתרה ווי אזוי גייט מען קענען אויספירן אלע פלענער שאפינג חול המועד ... איך בלייב מיט די האפענונג אז איך וועל קענען מסדר זיין מיינע לייסענס ביי די מאטאר וויקעל און ארויסדינגען א קאר ערגעץ לאקעל, מיט אראפגעלאזטע נאז נעמט מען די באן צוריק צו די טערמינאל, און געלויבט השי"ת אז אין יענע מינוטן ווען איך בין געווען אזוי שאקירט איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז מיין שווער זז"ג האט אפגעשיקט מיין תפילין מיט מיין שוואגער, בצר הרחבת לי.

איך האב נישט קיין עקסאס צו אובער און קיין צייט צו ווארטן א שעה אויפ א היימישע קאר האב איך אויך נישט דער עולם איז שוין היפש אויסגעמאטערט בלית ברירה האט מען באצאלט איבער דאפעלט פאר די טעקסי אין די עירפארט, מען לאזט זיך ארויס קיין מאנדרא.

איך נעם ארויס מיין אמעריקאנע טעלעפאון איך וויל עס אנפילן פאר א חודש אזוי ווי איך בין זיך נוהג א יעדע מאל ווען מען קומט קיין אמעריקע אבער דאס מאל גייט עס שוין נישט עפעס אן ערל האט זיך שטארק פארגליסט אין מיין נאמבער און עס פשוט פארכאפט, קיין טעלעפאון אויך נישט.

איך קום אן קיין מאנדרא אהה די גאנצע שטאט איז אנדער קאנסטראקשין עס קוקט אויס ווי א גרויסע לעגא שפיל, ריזיגע שטיקער האלץ ווערן ארויפגעצויגן פון אלע זייטן און רייסן אויס די געשמאקע נאטור מיט וואס די שטעטל פלעגט שטאלצירן אין מיינע יונגע יארן, קרית יואל האט זיך שוין באלד נישט מיט וואס צו שעמען פון וויליאמסבורג איך מיין אז די וויליאמסבורגע אידן קענען זיך שוין רואיג ארויסציען קיין מאנרא, אבער וואס וועט זיין מיט די קרית יואלע דארפס לייט מיר ברויכן א שטעטעלע, חבל על דאבדין.

די אויפנאמע ביי די משפחה איז געווען ממש לעילא ולעילא געפילן פון אהבה ושמחה האבן געקוועלט אנא אויפהער און דער עולם איז געזיצען און א פריינטליכע ברידערליכע פארברענג די מוטער האט סערווירט און דער עולם האט געשמייכעלט וואס קען דען זיין בעסער, ברוך השם די אכסניא איז געווען ממש פייוו סטאר א שיינע גרויסע ליפטיגע דירה מיט אלע צוגעהערן, דער עולם האט זיך געלייגט און איך האב נישט געקענט אויפגעבן אויף מיין אמאליגע טעגליכע שפאציר ביים וואסער מיט מיין נאנטע חבר אזוי איז מען געזיצן דארטן ביז אין די שפעטע נאכט שטונדען די רויעך איז ארויף עד לב השמים, מ'האט עוסק געווען בדברים העומדים ברומו של עולם ווי צוויי פראפעסערס האבן מיר געלאזט הערן אונזער מיינוגען ממש א שאד אז טראמפ ירום הודו רעדט זיך נישט דורך מיט אונז.

תכלית מען דארף גיין מסדר זיין די לייסענס איך גיי דאווענען פרי אז ניין אזייגער זאל איך קענען ארויספארן צו די מאטאר וויקעל אפיס און מיין חשובע ברידער האט מיר פארבארגט זיין אלטען ביואיק די נויס האט מיר ארויפגעברענגט נאסטאלגישע געפילן ווען מען איז געפארן מיטן מוטער צום אויגען דאקטאר מיט בערגער'ס טעקסי איך קום אן צום מאטאר וויקעל איך פיל אויס די אפליקאציע איך גיי צום פראנט דעסק און נאכן אריבער גיין די אויגען טעסט האב איך ערווארטעט אז זאכן זאלן גיין אויף די ריכטיגע שינעס, אבער די מיסעס האט מיר אינגאנצען אנטוישט און געזאגט סיר יאר לייסענס איז סוספענדעד דא טא אן.... סוי איי קענט דא עני טינג יא העוו פירסט טא.... ענד דען ....ענד דען..... אוי דא האב איך שוין כמעט אויסגעפלאצט אין א געוויין איך בין שוין געווען זאט פון דורכפעלער איינס נאכן צווייטן, אוי טאטע ווי ביסטו? איך שפאציר ארויס פון דארט פון איין זייט פיל איך ווי א פירסט קלעס לאזער פון די אנדערע זייט אז עס גייט אזוי שלעכט מוז זיין אז איינער דרייווט מיר, איך זעץ מיר אריין אין מיין אויטא מיט א ציטער אין הארץ און מיט א טיפע געבעט אז פאליס זאל מיר נישט אפשטעלן איך קען נישט זיין אין סענטערל באקונג אויף יו"ט, גראדע תיקף נאכן ארויספארן פון קינג סטריט איז מיר א פאליס נאכגעפארן מיינע קישעקס האבן אויפגעהערט ארבעטן אבער ברוך השם מען איז אנגעקומען בלויז מיט שרעק.

ערב שבת אין מאנדרא אן קיין קאר איז א אפקומעניש וואס מען קען נישט באשרייבן אפילו ביל געיטס קען נישט באקומען קיין טעקסי אין אזא פארנומענע סיזאן אבער מען ברויך דאך גיין אין ביזנעס סענטער, איך בין געווארן א נצרך און געבעטן טובות פון מענטשן, אוי איז דאס א אפקומעניש קאל מיר אין א שעה ארום, נו עס איז שוין א שעה, אוי סארי למעשה קען איך נישט מיין ווייב האט מיר געבעטן...

א שעה פארן זמן האט דער עולם געוואלט מקיים זיין די רחיצה בחמין און מען צינד אן די הייס וואסער אבער עס קומט קאלטע... אנטשולדיג די האסט נישט געהערט אז איך האב געבעטן הייסע? עס קומט קאלטע.. מען דרייט אהין און צוריק עס קומט קאלטע, מען דארף לכאורה ווארטן אפאר מינוט ביז עס ווארעמט זיך, נא נא איך ווארט, עס קומט קאלטע, אוי טאטע ווי ביסטו גם זו לטובה גם זו לטובה עס איז שוין א האלבע שעה צום זמן און עס איז ממש נישט שייך צן טוהן עפעס דערוועגן האט מען אנגעהויבן צו הייצן פערקעלעיטערס איינס נאכן צווייטן אזוי האט מען געקענט יוצא זיין די רחיצה בחמין אויף א מינאמאלען פארנעם.

איי די שבת איז געווען הייליג ממש מעין עולם הבא ווער קען דאס שפירן איי די פרישע ראפאגאש ווער קען עס נישט שפירן, טאטע נישט קיין חילוק וואס איז אריבער אבער שבת בלייבט שבת אזא מנוחה האב איך שוין לאנג נישט געשפירט נישט קיין קיין געלד נישט קיין תפילין נישט קיין קאר נישט קיין לייסענס נישט קיין הייס וואסער אבער ווען שבת קומט צו גיין... די זייגער האט אונז אינגאנצן איבערגעלאזט און מיר זענען אריינגעפארן אין דער עולם השבת געזיצן און פארברעגנט שעות על גבי שעות א קאמבענאציע פון רוחניות און גשמיות אינאיינעם.

מוצאי שבת האט מען זיך שנעל ארויסגעלאזט קויפן ד' מינים ברוך השם איך האב געטראפען א שיינע סעט פאר נישטיגע 70 דאלער שוין מיט די ערבות, איך האף די שמש וועט מיר מוחל זיין מען וועט זיך שוין פארעכענען הושענא רבה, מען איז געגאנגען אין ביזנעס סענסטער ערלעדיגן אפאר זאכן, אבער וואס גייט זיין מיט די הייס וואסער, נאך א קורצע אינטערזוכונג האט מען געטראפן אז O&R האט אפגעשפארט די גאז און זונטאג זענען זיי פארשפארט און עס איז במילא א פראצעדור פון אפאר טאג און ברוך השם דער שכן האט אונז געעפענט די אכסניא דערנעבן און אונז געגעבן רשות צו ניצען די רחיצה נו זאל זיין אזוי, גיי מיר אריין דארטן אופס די הייס וואסער ארבעט נישט אוי ווען עס איז נישט באשערט , אבער ברוך השם אז מען האט נאר געדארפט העכער מאכן די בוילער און יאפס מיר האבן הייס וואסער ב"ה.

ערב סוכות, מען מאכט די לעצטע הכנות צום יו"ט, מען גייט אנקויפן זיך פארשאפט א שטיקעל פאפ אפ סוכה פינקט גענוג צו קענען טינקן די קאקאש אין די מילעך און מען גיין אריבער צום טאטען בינדען די לולוב און די זמן שמחתינו איז אנגעקומען מיט גאנצען קנאק.

ברוך השם אז פון דא אין ווייטער זענען זאכן געפארן בארג ארויף אין די יו"ט איז געווען ריכטיגע זמן שמחתינו....
לעצט פאראכטן דורך גם אתה יכול אום מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:23 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 10:51 am

ונאמר אמן.... נאר א שאד אז ס'האט געברויכט זיין א דורכפאל אז דיין פעדער זאל ארויס שפריצן דעם שריפט, נוץ עס אפטער
עץ חיים הוא למחזיקים בה

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 11:39 am

גם אתה יכול, יא די קענסט!! א שטאלץ פאר אייוועלט. טוה ווייטער פארזעצן אינז מהנה צי זיין מיט דיין געשמאקן פעדער.
(ספעציעל אריינגעסיינט)
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

גם אתה יכול
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:10 pm

שכח פאר די דברי חיזוק

אוועטאר
קלמן הלוי
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 9:59 pm

תגובהדורך קלמן הלוי » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:11 pm

הרב גם אתה יכול,
הערליך הערליך!
די ביזט דאך אזוי זיס מיטי דיין שריפט!
מען נעמט א שטיקל פלעסטיק און מען רעדט אריין :wink:
ווער רעדט נאך טינקען די קאקאש און מילך האסט מיר ממש ווי געצווינגען צי זיך גיין אנהאנדלען א קאקאש מיט א גלעזל מילך לכבוד ראש חודש :mrgreen:
איך האף די שרייבסט ערגעץ פאר פרנסה!
איך פרעג נאר!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:21 pm

ווי אנדערע שרייבן שוין, האסטו זייער א שיינע, קלארע און געשמאקע שריפט! קומסט אריין זייער ליינבאר, איך וואלט געוואלט ליינען מער פון דיר!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

גם אתה יכול
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:00 pm

תגובהדורך גם אתה יכול » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:27 pm

שכח פאר אלע וואס האבן איבערגעלאזט פידבעק עס געט חיזוק אויף ווייטער

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:37 pm

געלאכט און געוויינט צוזאמען.
שיין און זאפטיג, שכח פארן מהנה זיין.
נ.ב. פארוואס "דורכפעלער געמישט מיט פרייד"? פארוואס נישט "פרייד געמישט מיט דורכפעלער"? הערט זיך סך מער פאזיטיוו.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 2:56 pm

הערליך שריפט וואו.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 3:51 pm

שטומפיג האט געשריבן:געלאכט און געוויינט צוזאמען.
שיין און זאפטיג, שכח פארן מהנה זיין.
נ.ב. פארוואס "דורכפעלער געמישט מיט פרייד"? פארוואס נישט "פרייד געמישט מיט דורכפעלער"? הערט זיך סך מער פאזיטיוו.

נישט אינגאנצן ריכטיג
ווי זאגט די וועלט? אז עמיצער פארקויפט דיך א לעמאן, דאן מאך לעמאנעיד...
מיר ווערן כסדר געפרואווט מיט דורכפעלער, דאס קעמיר נישט טוישן.
מענטשן דארפן זיך אויסלערנען צי קענען טאנצן אינעם רעגן....
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 27 געסט