ווען די רוימערטע רויבט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

ווען די רוימערטע רויבט

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 10:22 pm

יאפ! ווי יעדע אידישע טאטע ווייסט דארף מען איבערלאזן יעדן מאנטאג און מיטוואך, צו ביידע א בינטל גרינס פאר די גויטע וואס עסט נאר גרינס, הערט א מעשה פון דיזע וואך.

די מעשה האט א שטיק'ל הקדמה ממילא העלן מיר אנהייבן אביסלע פריערט.

דאס רעבצין מיינער האט פארשאפט א חמורט'ע, א טאכער פון א עלטערע חמורה צו קלינען מיין הייזקלע און נאכרוימען די שמוץ וואס ברויך ווערן געריבען און אפגעזויבערט לכבוד שבת, שוין נאכן אריין ברענעגן די שיקסע צו מיר אינדערהיים זי האט פארשטאנען אידש בעסער ווי ענגליש.. גוגל טרענסלעט איז געווען א הויפט פארמיטלער, מ'האט געטייפט און ענגליש און גוגל האט איר געזאגט וואס צו טהון, בערך אזוי: ריין די קלאָזעט און ווישן עס …

בקיצער צו מאכן א קורצע מעשה נאך לענגער, האט מיין רעבצין איר חתונה געמאכט מיט מר. קלין און צוגעוויזן ווי די אלטע-אינטערהעמעדער מיט די זייף ליגען און ווי די בעזעם מיט די מאפ און אלע טאלס צו מאכן די הויז צוריק אין שעפ.

און אזוי ווי זי האט אין איר קאפ א "געפילטע" אנשטאץ א דזשעלי איז עס שוין לאנג פארשימעלט געווארן פון עס קיינמאל נישט ניצען, און לכבוד דעם האט מען מיר יעדע זאך געדארפט אויסלערנען, וויאזוי מקערט, און אז אינטערן בעט איז אויך א פלאץ ווי מדארף אויס-זויברען, און אז לעגאס איז א טוי, און יעדע זאך האט א פלאץ און מיש נישט צוזאם די לעגאויס מיט די קליקס וכו' וכו'

און אזוי ווי דאס רבעצין טוט נישט דווקא אין טיפל מיחוד האבן מיר אוועק געשיקט צוריק צו קיין אוגאנדע אדער ווייס איך ווי , מיט א קללה צו דער זייט.
און דא האט זיך אנגעהויבן די פראבלעם פון זוכן יעדע וואך א פרישע קליניג בעיבי אפוס.. סארי לעדי, יעדע וואך איז געווען א פרישע סייעתא דשמיא מעשה, צו די נעבער האט פונקט נישט געדארפט, און זי איז געקומען צו מיר, שטייצעך איך מוז הערן יעדע דעטאל יעדע וואך פון פריש וואס די מעשה איז געווען ביי סאפיר און זיך מיט פרייען, אבער דעס איז פאר א צווייט מאל ...

שוין, די וואך האט זי פארשאפט פון א קליניג עדזעסי עפעס א פרישע חכעמטע, און אלעס איז פיין.
שוין ביים אנפאנג ווי נאר זי איז אנגעקומען האט זי נישט געפאלן מיין אשת חיל, זי רייכערט צומאל זאגט זי, וואס אינדערצייט רייכערט זי און קלינט צומאל.
שוין גייט נישט דורך א וויילע און טרררר דאס רבצין קלינגט.
זי זאגט מיר אז די סאנסא איז פריער געווען ביי די וואט עווער, און ס'מער נישט דארט וואס זאל זי זאגן פאר די מכשפה? ...!
איך טראכט צו מיר וואף... דעס איז די בעסטע זאך ווי די האטס געקענט לחקנען ?!
שוין איך זאג איר, זאג דעם טריפל חמור'טע, אז אויב זי טרעפט עס... זאל זי עס דיר געבען, און זי וועט שוין פארשטיין אז מ'דארף עס זעהן איבערצולאזן.
און איך זאג דעם רבצין האלט א וואכזאם אויג אויף דעם אפרוימערטע....זי גנבט דאך אזעלעכע נארישע זאכן, זי קען נאך אראפ פלאשן די בראש פון די טוילעט.
דאס רעבצין לייגט אלמאל אוועק אלע דזאלערי פונעם באקס ערגעץ צווישן די וועש אזוי אז זי זאל נישט דארט דארפן מאכן זויבער, און היינט געווען די זעלבע, מ'האט ארויס גענומען אלע זאכן און פארשטעקט ערגעץ.

די טאג איז כמעט פארביי און די גויטע רופט מיין ווייב פארן אהיים גיין, און ווייזט איר אז זי האט געטראפן די סאנסא ...! מז"ט. אבער הערט און שטוינט ווי.! זי האט עס געטראפן אין די דזשאלערי באקס!
איך בין געווען שאקירט צו הערן אז זי זאל זיין אזוי נאריש, צו זאגן אז זי האט פראבירט דארט צו קלינען...
און דאס איז שוין א ספאנישע וואס גנב'ן נישט אזוי ווי די פוילישע.
זייט פארזיכטיג און האטס מיר א שמחת תמיד.
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5847
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 10:31 pm

שוגע!

גראדע, קודם כל לאז וויסן דיין רביצין אז אלטע הינטערהעמעדער וואשט מען נישט מיט קיין מיסטער קלין! נאכדעם כל קום איך דיר א יישר כח, א שיינע פאר זאכן פון דיין ליסטע וואס דער חמור׳טע האט נישט געוויסט האב איך אויך יעצט אינאיינוועג׳ס געוואויר געווארן.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:16 pm

WOW! האסט מזל אז זי האט געגאנבעט דעם סענסא בעפאר! דערנאך האט זי שוין געכאפט אז מען קוקט איר נאך.

דיין אויסשפראך און דיינע איינפעלער איז ווי אלעמאל צוקער זיס...
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:37 pm

א געהעריגע 'נישט פשוט'ע ארטיקל...

נהנתי מאוד!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 11:42 pm

פיינע ארטיקל
זאל עס איר נישט גערעכנט ווערן...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

חוח בין השושנים
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 12:18 am

"ווען די רויבערטע רוימט"
הערליך!!
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 8:25 am

חא חא חא האבן זיך די רוימער... אמממ כ'מיין רויבער... צולאכט...

פיינע נייעס, עס איז נישט פשוט!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 8:30 am

פיינעם ארטיקל...

א קלוגע וועג צו זאגן אויב דו טרעפסט עס לאמיך וויסן, איך וואלט געווארן פארלוירן אין אזא פאל...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 10:17 am

מיר קוקן פראנאויס אויף וועכנטליכע רוימערטע באריכטן פון דיין שמאלציגן פעדער!
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 10:21 am

לכאורה האט געשריבן:פיינע ארטיקל
זאל עס איר נישט גערעכנט ווערן...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 10:28 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:שוגע!

גראדע, קודם כל לאז וויסן דיין רביצין אז אלטע הינטערהעמעדער וואשט מען נישט מיט קיין מיסטער קלין! .

כאפסט , ער נוצט די אלטע אונטערהעמעדער פאר שמאטעס ודו'ק

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 10:59 am

דער איז נישט פשוט, ער נעמט אונזערע טעגליכע מיטמאכענישן און מאכט פון דעם א שמאלציגס!
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 11:06 am

ווייט פון א וויץ, די חברה - נישט קיין חילוק ווי גוט זיי זענען - זענען א באנדע רויבער, מען דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט זיי! יעדן טאג פאסירן עטליכע אזעלכע זאכן.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 11:59 am

דעי מעשה איז נישט פשוט ;l;p- ;l;p-

מיין מוטער זאגט אלט'ס.. עס לוינט איר די בעכערלעך וואס זי גנב'ט אפ.. אבי זי האט א רוימערטע.. נו?! מה יעשה א ערל'טע שלא תחטא?!

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 1:42 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ווייט פון א וויץ, די חברה - נישט קיין חילוק ווי גוט זיי זענען - זענען א באנדע רויבער, מען דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט זיי! יעדן טאג פאסירן עטליכע אזעלכע זאכן.

צוגעלייגט איז א צעטל וואס ערשטע הילף דשיכון סקווירא האט ארומגעשיקט א צייט צוריק:
צוגעלייגטע
1.JPG
1.JPG (141.81 KiB) געזעהן 847 מאל
2.JPG
2.JPG (158.41 KiB) געזעהן 847 מאל
לעצט פאראכטן דורך לעגאו מענטשעלע אום דינסטאג אוקטובער 29, 2019 4:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2688
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 4:23 pm

נישט פשוט שמו ונישט פשוט משנתו...

יישר כחכם!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אלופי אדום
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 4:32 pm

נישט פשוט האט געשריבן:און אזוי ווי זי האט אין איר קאפ א "געפילטע" אנשטאץ א דזשעלי

הא הא!
יעצט כאפ איך פארוואס ערב יו"ט רופט מען זיי אסאך מאל
:-? :-? :-? :-?

משה חבר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 2:22 pm

תגובהדורך משה חבר » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:11 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:ווייט פון א וויץ, די חברה - נישט קיין חילוק ווי גוט זיי זענען - זענען א באנדע רויבער, מען דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט זיי! יעדן טאג פאסירן עטליכע אזעלכע זאכן.

צוגעלייגט איז א צעטל וואס ערשטע הילף דשיכון סקווירא האט ארומגעשיקט א צייט צוריק:


שיינע צעטל , ישר כח לעגאו מענטשעלע

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 5:21 pm

פיין געשריבן ״נישט פשוט״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 9:00 pm

הנאה געהאט. יישר כח!
הוי מחשב...

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3595
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 9:04 pm

נהניתי

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1914
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 8:23 pm

א דאנק אייך אלע דאנקער'ס
You only live one but if you do it right, once is enough

שטומפיג
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

תגובהדורך שטומפיג » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 9:50 pm

איך בין א לוזער פון ביידע זייטן.
די רוימערטע וואס גנב'ט מיינע חפצים רוימט ניטאמאל ביי מיר! זי רוימט ביי מיין קליינעמ'ס בעביסיטער, זי לקח'נט זאכן פון די קערידזש!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט