היינט: נאצינאלע ערשטע הילף טאג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

היינט: נאצינאלע ערשטע הילף טאג

תגובהדורך פרעזידענט » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 3:26 pm

אין די ״נישט אידישע וועלט״ איז איינגעשטעלט אפצוצייכענען געוויסע אנערקענונגען בתורת ״נאצינאלע אפצייכענונג טאג״
א שטייגער וואו נאצינאלע קאווע טרינקערס טאג, צייטונג שרייבערס טאג, באס דרייווערס טאג אא״וו, אין אזא טאג קאנגראטעלירט מען אזא פערזענליכקייט, מען שוקט איהם א ווארימע גריס, א טוויט, א גוט ווארט, אין דער עושה חסד אדער עוסק בצרכי ציבור פערזענליכקייט האט א גוטן טאג, אין שעפט חיות אז כאטשיג היינט האט יעדער פון מיר געטראכט אין הנאה געהאט, אדער שטיצט מען מיינע מעשים טובים.

אין די ״אידישע וועלט״ ביי אונז אחב״י איז יעדען טאג א ספעציעלע טאג, מיטן שו״ע אין תרי״ג מצות, עזוב תעזוב איז א טעגליכע מצוה צוגלייך צו השבת אבידה אין מען דארף יעדען טאג מקיים זיין דעם מבשרך לא תתעלם אין ואהבת לריעך, משמח את שלי, אין אלע בין אדם לחבירות צו יעדע מצוה אין דבר טוב.

ביי אונז דארף מען יעדן טאג דערמאנען יציאת מצרים, זכור ימות עולם, אין דער לימוד דערפון קען זיין: מיר האבן נישט א אידישע נאצינאלע יציאת מצרים טאג, פסח איז זכר ליציאת מצרים, אבער יעדן טאג איז אויך דא א מצוה, 3 מאל א טאג.

ביקור חולים, כיבוד אב ואם, גייט אן יעדען טאג, ביים גוי איז אבער די טעג ספעציאלעזירט פאר דעם.

צוריק צום ענין, ערשטע הילף טאג, First Responders Day
די גייסט אמאל צו אין שוהל צו א הצלה מאן אין מען דאנקט איהם פאר זיינע מעשים טובים?
אויב נישט ווי א איד, דאן לכה״פ ווי א גוי

נו געגאנגען

הצלה, מצילי אש, שומרים, שמירה - יישר כח
פרעזידענט מיינט נישט דווקא א פירער פון א לאנד, פיהר דיך פערזענליך אויף מיט פארשטאנד.
אין דיין מלחמת היצר ביזטו ״הויפט קאמאנדיר״ - Make Yourself Great Again

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי כעמך און 25 געסט