מוסדות בני ישראל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:27 pm

וועסט אננעמן יעדן, דאן וועט די צוויי דריטעל זיין עלעטערן פון די סארט וואס וועלן אריינשטימען אזעלעכע וואס וועלן שנעל טוישן רוב פון די תקנות וואס די שטעלסט אוועק...
עס וועט אויס קוקען בערך אזויווי ווי אמעריקא... ווארשיינלעך ווערן מער און מער ליבעראל...

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:50 pm

שרייזשע האט געשריבן:וועסט אננעמן יעדן, דאן וועט די צוויי דריטעל זיין עלעטערן פון די סארט וואס וועלן אריינשטימען אזעלעכע וואס וועלן שנעל טוישן רוב פון די תקנות וואס די שטעלסט אוועק...
עס וועט אויס קוקען בערך אזויווי ווי אמעריקא... ווארשיינלעך ווערן מער און מער ליבעראל...

אזא מוסד קען ווערן געבויגן ביידע וועגן, אלעס ווענד זיך וועלעכע סארט משפחות שיקן דארט אריין, נו , וועם וועט עס שטערן אויב א מוסד בייגט זיך רעכסט אדער לינקס? אויב - די ביג א-ו-י-ב - שטעלט זיך ארויס אז אזא מוסד קען זיך פיינאנציעל אליין אויסהאלטן קענען די עלטערן וואס גלייכן נישט די מוסד, זיך עפענען אליינס מוסדות מיט די זעלבע סיסטעם

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג אוקטובער 13, 2019 3:43 pm

נאו נעים האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:ווילאנג מווייסט נישט איז נישט געפערליך (אודאי איז עס געפערליך אבער נישט אינעם זין אז דאס זאל שטערן די חינוך פון אנדערע קינדער). די עיקר פראבלעם איז ווען א קינד קומט אין חדר און פארציילט וואס ער האט אלס געזען אויף די כלים רח״ל, דעמאלטס וועט מען שוין איינמאל וויסן צו וואס די קינד האט אלס צוטריט.

ווען די מלמדים/מנהלים הערן שוין נאך פון אנדערע קינדער בשם א קינד וואס האט זיך אנגעזען TV, דעמאלטס איז שוין געווענליך צו שפעט, דעמידז דאָן

ריכטיג. אזעלכע מעשיות קענען זיך אבער מאכן איבעראל, דער אויבערשטער זאל אודאי אפהיטן, און דאס האט גארנישט מיט די שטאטוטן פון מוסדות בני ישראל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » זונטאג אוקטובער 13, 2019 3:49 pm

נו שוין האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:וועסט אננעמן יעדן, דאן וועט די צוויי דריטעל זיין עלעטערן פון די סארט וואס וועלן אריינשטימען אזעלעכע וואס וועלן שנעל טוישן רוב פון די תקנות וואס די שטעלסט אוועק...
עס וועט אויס קוקען בערך אזויווי ווי אמעריקא... ווארשיינלעך ווערן מער און מער ליבעראל...

אזא מוסד קען ווערן געבויגן ביידע וועגן, אלעס ווענד זיך וועלעכע סארט משפחות שיקן דארט אריין, נו , וועם וועט עס שטערן אויב א מוסד בייגט זיך רעכסט אדער לינקס? אויב - די ביג א-ו-י-ב - שטעלט זיך ארויס אז אזא מוסד קען זיך פיינאנציעל אליין אויסהאלטן קענען די עלטערן וואס גלייכן נישט די מוסד, זיך עפענען אליינס מוסדות מיט די זעלבע סיסטעם

זייער ריכטיג. און ווי שוין ערווענט איז אן איינרעדעניש און א געפערליכע שטות צו טראכטן אז א זאך וואס ווערט געפירט דורכן ציבור מיינט אויטאמאטיש אז די זאך גייט גיין ראנג ווי כאילו ווען די זאך ווערט געפירט דורך אפאר יחידים וואס דארפן פאר קיינעם נישט אפגעבן קיין דין וחשבון איז נישטא קיין טשענס אז עפעס זאל זיך טוישן. די מציאות האט דוקא געוויזן אז א זאך וואס געפירט דורך א ציבור אדער ועד ארבעט זיך סאך בעסער אויס. אויב מדארף פון עפעס מורא האבן איז פונקט פארקערט אז די מוסדות גייט ווערן צו פרום לויט ווי מזעהט ווי אזוי עס גייט ביים חרדישן ציבור די לעצטע צוואנציג יאר.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4548
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » זונטאג אוקטובער 13, 2019 5:10 pm

איינס האט געשריבן:נישט מעגליך אין די וועלט אזא זאך (אפגעזעהן אז אויב יא דארפן די עלטערן אפמאכן די תקנות)

איין נקודה נאר
קנסות - ווער צאלט קנסות ווען די מוסדות דארף צאלן. די הנהלה וועט ארויף לייגן נאך א אפצאל אויף יעדן טאטע ווייל די חודש האט מען געדארפט געבן פארגיטונגס געלט און א באך פון 12000 (ווייל מהאט אהיים געשיקט א קינד וואס האט געזאגט אז ער האט געזעהן אויף דיין טאטנס פאן, און למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזעהן אויפן סמארט פאון נאר אויפן 4G פאון)

קודם כל שטייט קלאר אין די שטאטוטן אז מען קען נישט רעכנענען קיין שום אפצאל אויסער שכ"ל און קנס.
והעיקר, די סיסטעם פון אריבערווארפן טשארדזשעס צו די עלטערן ארבעט נאר ווען די הנהלה דארף נישט אפגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם. אז דער אדמיניסטראטאר וועט וויסן אז דעם נעקסטן פסח קען ער פליען בשן ועין וועט ער שוין טרעפן פון וואו צו שאפן ס'געלט אן אלעסטיגן די עלטערן.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:09 am

איך וואלט געטוישט איין קלייניקייט, אז קיינער דארף נישט באצאלן שכר לימוד, איך זעה נישט פארוואס די נאך אביסעל געלט זאל אויסמאכן, אפשר זאל די חדר געבען געלט פאר די עלטערען אויף יום טוב, העלפען חתונה מאכען, מען וועט זאגען דעם אנדמיניסטרעטאר אז טאמער שאפט ער נישט די געלט פליעט ער, אז מען רעדט שוין יא זאל די מוסד צישטעלען דאון פעמענטס פאר גרויסע דירות
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 1:33 pm

כהאב פאר דיר א בעסערע עצה. עפן דיר אליין מוסדות און נעם אויף אן אדמיניסטרעיטאר און סטראשע אים מיט וואס דו ווילסט. ביינונז אין מוסדות אויב ווילסטו עפעס איינפירן זאלסטו מוחל זיין איינגעבן דיין נאמען צו לויפן פאר׳ן ועד און דאן ווארט שיין אויף דיין מזל אז גענוג עלטערן זאלן שטימען פאר דיר און אז רוב חברי הועד זאלן מסכים זיין צו דיינע קאפריזן.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 10:09 pm

די ת״ת אין קראקא פאר די קריג פון די ביכל ״איך וועל זיי איבערלעבן״ פון הר״ר חיים שלמה פרידמאן ז״ל
צוגעלייגטע
0A6DA6C6-789B-4B6D-8E70-600F9F38CBA5.jpeg
0A6DA6C6-789B-4B6D-8E70-600F9F38CBA5.jpeg (110.95 KiB) געזעהן 733 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 7 געסט