מוסדות בני ישראל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:24 pm

ווי איך מיין איז מוסדות בני יואל (נישט פארטוישן מיט בני ישראל...) אין קרית יואל אזוי אראפ געשטעלט, עכ"פ מיט די מהלך אז די עלטערן זענען די בעלי בתים, דארט איז דא יעדע 4 יאר וואלן, אדרבא זאלן די אידן וואס שיקן דארט זאגן צי איך בין גערעכט
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 1:29 pm

נישט מעגליך אין די וועלט אזא זאך (אפגעזעהן אז אויב יא דארפן די עלטערן אפמאכן די תקנות)

איין נקודה נאר
קנסות - ווער צאלט קנסות ווען די מוסדות דארף צאלן. די הנהלה וועט ארויף לייגן נאך א אפצאל אויף יעדן טאטע ווייל די חודש האט מען געדארפט געבן פארגיטונגס געלט און א באך פון 12000 (ווייל מהאט אהיים געשיקט א קינד וואס האט געזאגט אז ער האט געזעהן אויף דיין טאטנס פאן, און למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזעהן אויפן סמארט פאון נאר אויפן 4G פאון)

די גאנצע מעשה הערט זיך זייער געשמאק פאר א שמועס דא ווען מאיז אנגעווייטאגט אויפן ״סיסטעם״ און זיך איינרעדן אז די מהלך גייט טוישן א כיהואזה עפעס אין די אנגעוויטאגטקייט. אין ריאליטי אפשר בשנת תתקכ״ד אין א דארף אין טשיינע בנשיאות כ״ק מרן אדמור מוויליאמסבורג - ע״ש העיר הגדולה לאלוקים וויליאמסבורג בארה״ב
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

שמעו לי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 26, 2016 8:18 pm

תגובהדורך שמעו לי » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:12 pm

נחוניא האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו.

וועלכע אבותינו און וועלכע רבותינו?


אבותינו: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו.

רבותינו: משה רבינו, רבינו יהודה הנשיא, רבינו יוסף קארו, רבינו משה איסרליש.

אביי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:34 pm

תגובהדורך אביי » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:14 pm

אין ריאליטי אפשר בשנת תתקכ״ד אין א דארף אין טשיינע בנשיאות כ״ק מרן אדמור מוויליאמסבורג - ע״ש העיר הגדולה לאלוקים וויליאמסבורג בארה״ב[/quote]
:lol:

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:34 pm

איינס האט געשריבן: קנסות - ווער צאלט קנסות ווען די מוסדות דארף צאלן.


די זעלבע ווען א קאורט פסק’ענט אז די רעגירונג דארף פארגיטיגן איינעם. יעדע קעיס איז אנדערש. אויב למשל א מנהל האט אהיים געשיקט א קינד זאל בי"ד פסק’ענען צו דער מנהל דארף באצאלן און צו ער דארף עס באצאלן פון זיין אייגענע טאש וכו’ וכו’.

איינס האט געשריבן: די הנהלה וועט ארויף לייגן נאך א אפצאל אויף יעדן טאטע ווייל די חודש האט מען געדארפט געבן פארגיטונגס געלט און א באך פון 12000 (ווייל מהאט אהיים געשיקט א קינד וואס האט געזאגט אז ער האט געזעהן אויף דיין טאטנס פאן, און למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזעהן אויפן סמארט פאון נאר אויפן 4G פאון)


וועגן דעם איז דא סעיף כ"א

למדן וצדיק האט געשריבן:כא) קיין שום געלט התחייבות זאל נישט ארויפגעלייגט ווערן אויף די עלטערן חוץ די התחייבות פון שכר לימוד אדער קנסות.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
איינס
שר האלפיים
תגובות: 2367
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:12 pm

הייסט די טאטעס זענען בעלבאס ביזן צאלן

נישט קיין שכר לימוד און נישט קיין קנסות
אמחי׳ קענט וועיט די מוסדות זאל אויפמאכן די טירן, איך שרייב מיר שוין איין
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

yoy
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:43 pm

בעל דעת האט געשריבן:ווי איך מיין איז מוסדות בני יואל (נישט פארטוישן מיט בני ישראל...) אין קרית יואל אזוי אראפ געשטעלט, עכ"פ מיט די מהלך אז די עלטערן זענען די בעלי בתים, דארט איז דא יעדע 4 יאר וואלן, אדרבא זאלן די אידן וואס שיקן דארט זאגן צי איך בין גערעכט

מוסדות בני יואל

די בארד (זענען קומענדיג און גייענדיג) זיי זענען דאך פון די טאטעס, זיי זענען מענטשן וואס האבן נישט אזוי פיל צייט צו קיין פרטים זיי ארבעטען דאך 6 טעג א וואך

דער מנהל המוסדות דער אדמיניסטראטאר איז שטענדיג דארטן, האבן זיי די פולין צוטרוי צו דער אדמיניסטראטאר וואס האט יארן אזוי פיל ערפארונגאין אין די מוסדות

די בארד קומט און גייט יעדער-3-4 יאר, ווי נאר זיי באקומען ערפארונג זענען זיי אויס בארד

זאג מיר, זענען די עלטערן די בעלי בתים??
לעצט פאראכטן דורך yoy אום דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 5:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

התבונני
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 4:59 pm

שמעו לי האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו.

וועלכע אבותינו און וועלכע רבותינו?

אבותינו: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו.
רבותינו: משה רבינו, רבינו יהודה הנשיא, רבינו יוסף קארו, רבינו משה איסרליש.

פארוואס נישט רבינו נחמן מאומאן ?

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 5:03 pm

עקשעלי האב איך געטראכט טאקע צוצולייגן צו סעיף א׳ דאס פאלגענדע

א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו. ה״ה רבותינו חכמי המשנה והגמרא, הגאונים, הראשונים, רבותינו בעלי השו״ע והנו״כ, רבינו הבעש״ט, הגר״א, בעל התניא, רבי נחמן מברסלב, החת״ס, הד״ח מצאנז, הגר״ח מבריסק, החפץ חיים, החזון איש. זכר צדיקים לברכה, זכותם יגן עלינו.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אביונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 5:30 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:עקשעלי האב איך געטראכט טאקע צוצולייגן צו סעיף א׳ דאס פאלגענדע

א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו. ה״ה רבותינו חכמי המשנה והגמרא, הגאונים, הראשונים, רבותינו בעלי השו״ע והנו״כ, רבינו הבעש״ט, הגר״א, בעל התניא, רבי נחמן מברסלב, החת״ס, הד״ח מצאנז, הגר״ח מבריסק, החפץ חיים, החזון איש. זכר צדיקים לברכה, זכותם יגן עלינו.


ווער פון די גאנצע ליסטע, האט געפירט אמאל אזא מוסד??????

אלע האבן זיי געלערנט אין ווייבער שול ביים א געדונגענעם מלמד מיטן בייטש [אדער ניטאמאל דאס]...

yoy
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 5:50 pm

yoy האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:ווי איך מיין איז מוסדות בני יואל (נישט פארטוישן מיט בני ישראל...) אין קרית יואל אזוי אראפ געשטעלט, עכ"פ מיט די מהלך אז די עלטערן זענען די בעלי בתים, דארט איז דא יעדע 4 יאר וואלן, אדרבא זאלן די אידן וואס שיקן דארט זאגן צי איך בין גערעכט

מוסדות בני יואל

די בארד (זענען קומענדיג און גייענדיג) זיי זענען דאך פון די טאטעס, זיי זענען מענטשן וואס האבן נישט אזוי פיל צייט צו קיין פרטים זיי ארבעטען דאך 6 טעג א וואך

דער מנהל המוסדות דער אדמיניסטראטאר איז שטענדיג דארטן, האבן זיי די פולין צוטרוי צו דער אדמיניסטראטאר וואס האט יארן אזוי פיל ערפארונגאין אין די מוסדות

די בארד קומט און גייט יעדער-3-4 יאר, ווי נאר זיי באקומען ערפארונג זענען זיי אויס בארד

זאג מיר, זענען די עלטערן די בעלי בתים??

און אן אנדער פונט די מענטשן וואס קומען אַריין שטענדיג דורך די שטימען, ווערן די דיקטאטארס פון די מוסדות

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 6:14 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:עקשעלי האב איך געטראכט טאקע צוצולייגן צו סעיף א׳ דאס פאלגענדע

א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו. ה״ה רבותינו חכמי המשנה והגמרא, הגאונים, הראשונים, רבותינו בעלי השו״ע והנו״כ, רבינו הבעש״ט, הגר״א, בעל התניא, רבי נחמן מברסלב, החת״ס, הד״ח מצאנז, הגר״ח מבריסק, החפץ חיים, החזון איש. זכר צדיקים לברכה, זכותם יגן עלינו.

1) ווי סטאפט זיך די רבותינו?
2) פון ווי ווייסטו זייער דעת וואס ס'איז "מקובל" אויב דו סטאפסט שארט ביי די היינטיגע וואס דארפן צו אריבערפירן די קבלה?

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 6:40 pm

אויף דמיון איז עס א מחיה.

אבער במציאות איז שוין אביסל אנדערש.

ווער וועט אנהייבן טראכן דאס ערשטען יאהר אהינשיקען? טאמער נישט איינער וואס האט נישט קיין ברירה, אדער ווייל די מוסדות ווי ער וואלט ווען געשיקט וויל איהם נישט האבן אדער ווייל ער קען נישט באצאלן.

איז אויפן ערשטען יאהר איז פארזיכערט, אז א טייל קינדער וועלן בשום אויפן נישט קענען אויסהאלטן די מוסדות, און דאס אנדערע טייל וועט די מוסדות נישט קענען אויסהאלטן פון זיי.

וויפיל פראצענט וועט זיין פון'ם ערשטען סארט און וויפיל פון די אנדערע, ווענדט זיך ווער עס ווערט עס כאפן צום ערשט, אז עס גייט דאך בדרך כל הקודם זוכה.

אויפן צווייטער יאהר בין איך שוין נישט אזוי באזארגט, ממ"נ, וועט עס זיין בעיקר פון אידען וואס קענען נישט באצאלן, וועט דאך דאס מוסדות זיך שיין פארמאכט ווערן. און טאמער איז רוב פונ'ם צווייטען סארט, וועלכע נארמאלע מענטש וואס האט נאך א הוא אמינא פון א צווייטער מהלך דען אהין שיקן?

אבער אפשר פאר דעם צווייטען סארט אליין דארף כלל ישראל עס האבן.

אבער נישט איך. אפשר שובו אדער אן אנדערע מוסד כעין זה זאל עס עפענען...
Xxxxxxxx, ביטע פוץ ארויס פון דעם אשכול.
קרעדיט: מ'מעג שרייבן לשון הרע?

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 7:07 pm

אביונה האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:עקשעלי האב איך געטראכט טאקע צוצולייגן צו סעיף א׳ דאס פאלגענדע

א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו. ה״ה רבותינו חכמי המשנה והגמרא, הגאונים, הראשונים, רבותינו בעלי השו״ע והנו״כ, רבינו הבעש״ט, הגר״א, בעל התניא, רבי נחמן מברסלב, החת״ס, הד״ח מצאנז, הגר״ח מבריסק, החפץ חיים, החזון איש. זכר צדיקים לברכה, זכותם יגן עלינו.


ווער פון די גאנצע ליסטע, האט געפירט אמאל אזא מוסד??????

אלע האבן זיי געלערנט אין ווייבער שול ביים א געדונגענעם מלמד מיטן בייטש [אדער ניטאמאל דאס]...

זיי האבן אויך נישט געלערנט אין די היינטיגע סארט פארשפרייטע מוסדות און דאס מיינט אודאי נישט אז די היינטיגע חינוך איז קעגן די דעת פון די גדולי ישראל זי"ע.

אגב אין בריסק איז דאכט זיך יא געווען א גרויסע שטאטישע מוסדות אונטער די הנהגה פון הגר"ח און שפעטער זיין זון הגרי"ז מבריסק זצ"ל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 7:09 pm

נאו נעים האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:עקשעלי האב איך געטראכט טאקע צוצולייגן צו סעיף א׳ דאס פאלגענדע

א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו. ה״ה רבותינו חכמי המשנה והגמרא, הגאונים, הראשונים, רבותינו בעלי השו״ע והנו״כ, רבינו הבעש״ט, הגר״א, בעל התניא, רבי נחמן מברסלב, החת״ס, הד״ח מצאנז, הגר״ח מבריסק, החפץ חיים, החזון איש. זכר צדיקים לברכה, זכותם יגן עלינו.

1) ווי סטאפט זיך די רבותינו?
2) פון ווי ווייסטו זייער דעת וואס ס'איז "מקובל" אויב דו סטאפסט שארט ביי די היינטיגע וואס דארפן צו אריבערפירן די קבלה?

1) ווי רבותינו סטאפט זיך און צו ס'טאפט זיך בכלל קומט בכלל נישט דא אריין. אין די סעיף האבן מיר ס"ה אויסגערעכנט עטליכע גדולי ישראל וואס זענען געווען אנגענומען ביי גאנץ אדער ביי א גרויס טייל פון כלל ישראל אזוי עס זאל זיין קלאר אז די חינוך וואס גייט געגעבן ווערן אין די מוסד וועט זיין לויט ווי די גדולי ישראל האבן פארשטאנען ווי אזוי די תורה וויל אונז זאלן מחנך זיין אונזערע קינדער, און אז עס זאל זיין קלאר אז די חינוך גייט נישט זיין ליטוויש אנטי חסידיש, אדער חסידיש אנטי ליטוויש, אדער אנטי חב"ד, אנטי ברסלב וכו' וכו'.

2) איך ווייס נישט. און ווי שוין געזאגט עטליכע מאל און ווי דערמאנט אין סעיף כ"ב יעדע שאלה זאל מען זיך ווענדן צו א בי"ד פון דריי ת"ח און זיי זאלן פסק'ענען.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

מחשב
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 7:10 pm

דאס איז האום סקולינג?
הוי מחשב...

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 8:19 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:
נאו נעים האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:עקשעלי האב איך געטראכט טאקע צוצולייגן צו סעיף א׳ דאס פאלגענדע

א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו. ה״ה רבותינו חכמי המשנה והגמרא, הגאונים, הראשונים, רבותינו בעלי השו״ע והנו״כ, רבינו הבעש״ט, הגר״א, בעל התניא, רבי נחמן מברסלב, החת״ס, הד״ח מצאנז, הגר״ח מבריסק, החפץ חיים, החזון איש. זכר צדיקים לברכה, זכותם יגן עלינו.

1) ווי סטאפט זיך די רבותינו?
2) פון ווי ווייסטו זייער דעת וואס ס'איז "מקובל" אויב דו סטאפסט שארט ביי די היינטיגע וואס דארפן צו אריבערפירן די קבלה?

1) ווי רבותינו סטאפט זיך און צו ס'טאפט זיך בכלל קומט בכלל נישט דא אריין. אין די סעיף האבן מיר ס"ה אויסגערעכנט עטליכע גדולי ישראל וואס זענען געווען אנגענומען ביי גאנץ אדער ביי א גרויס טייל פון כלל ישראל אזוי עס זאל זיין קלאר אז די חינוך וואס גייט געגעבן ווערן אין די מוסד וועט זיין לויט ווי די גדולי ישראל האבן פארשטאנען ווי אזוי די תורה וויל אונז זאלן מחנך זיין אונזערע קינדער, און אז עס זאל זיין קלאר אז די חינוך גייט נישט זיין ליטוויש אנטי חסידיש, אדער חסידיש אנטי ליטוויש, אדער אנטי חב"ד, אנטי ברסלב וכו' וכו'.

2) איך ווייס נישט. און ווי שוין געזאגט עטליכע מאל און ווי דערמאנט אין סעיף כ"ב יעדע שאלה זאל מען זיך ווענדן צו א בי"ד פון דריי ת"ח און זיי זאלן פסק'ענען.

ווער גייט מחליט זיין ווער די בי"ד איז?

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 8:21 pm

מחשב האט געשריבן:דאס איז האום סקולינג?

ווענדט זיך וואס די ערוועלטע וועד וועט דיסיידן. אויב די ערשטע פאר טאטעס וועלן זיין אנטי וועקסערס וועט מען עס מאכן פאר האום סקולינג.

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 8:28 pm

נעם אין אכט האט געשריבן:זייער א שטארקע געדאנק, די עלטערן זענען בעה״ב 100% אויפן חינוך פון זייער קינד, נישט מיין רבי נישט מיין רב נאר דער טאטע.

נאכמער אויב האטסטו עני פראבלעם מיט די מוסד, קענסטו גיין פייפן... איי איך בין דאך דער טאטע, נו שוין...

ווי אויכעט דאס אז די תקנות איז נאר פאר אין דעם מוסד נישט פאר אינדערהיים איז אויך זייער שטארק.

שכ״ל איז אן ערענסטען פראבלעם, ווייל דער וואס פארדינט 5500 וועט דארפן באצאלן אסאך מער (אויב האט ער איין קינד) ווי דער נארמאלער פרייז.

איך מיין אז ס׳זאל גיין לויט די הוצאות אויכעט, וויפיל מאל גייסטו אויף וועקעישן, וויפיל צאלסטו פאר קאנטרי, ווי מאכסטו חתונה וכו׳ וכו׳...

יא, די מוסד וועט פארלאנגען די טעקס ריטורנס, פי ענד על, בעלענס שיעט אלעס סערטיפייד ביי א סי פי עי

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 8:33 pm

למדן וצדיק האט געשריבן:ווילאנג מווייסט נישט איז נישט געפערליך (אודאי איז עס געפערליך אבער נישט אינעם זין אז דאס זאל שטערן די חינוך פון אנדערע קינדער). די עיקר פראבלעם איז ווען א קינד קומט אין חדר און פארציילט וואס ער האט אלס געזען אויף די כלים רח״ל, דעמאלטס וועט מען שוין איינמאל וויסן צו וואס די קינד האט אלס צוטריט.

ווען די מלמדים/מנהלים הערן שוין נאך פון אנדערע קינדער בשם א קינד וואס האט זיך אנגעזען TV, דעמאלטס איז שוין געווענליך צו שפעט, דעמידז דאָן

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1641
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:07 am

למדן וצדיק האט געשריבן:עקשעלי האב איך געטראכט טאקע צוצולייגן צו סעיף א׳ דאס פאלגענדע

א) די ציל פון מוסדות "בני ישראל" איז צוגעבן פאר יעדע אידיש קינד וואס זיינע עלטערן ווילן נאר, א ערליכע אידישע תורה'דיגע יושר'דיגע חינוך לויט ווי עס מקובל מאבותינו ורבותינו בלי שום שינו. ה״ה רבותינו חכמי המשנה והגמרא, הגאונים, הראשונים, רבותינו בעלי השו״ע והנו״כ, רבינו הבעש״ט, הגר״א, בעל התניא, רבי נחמן מברסלב, החת״ס, הד״ח מצאנז, הגר״ח מבריסק, החפץ חיים, החזון איש. זכר צדיקים לברכה, זכותם יגן עלינו.


העי, גארנישט פאר רעב ישעי'לע זצ"ל?!

נעם אין אכט
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

תגובהדורך נעם אין אכט » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:47 am

נאו נעים האט געשריבן:
נעם אין אכט האט געשריבן:זייער א שטארקע געדאנק, די עלטערן זענען בעה״ב 100% אויפן חינוך פון זייער קינד, נישט מיין רבי נישט מיין רב נאר דער טאטע.

נאכמער אויב האטסטו עני פראבלעם מיט די מוסד, קענסטו גיין פייפן... איי איך בין דאך דער טאטע, נו שוין...

ווי אויכעט דאס אז די תקנות איז נאר פאר אין דעם מוסד נישט פאר אינדערהיים איז אויך זייער שטארק.

שכ״ל איז אן ערענסטען פראבלעם, ווייל דער וואס פארדינט 5500 וועט דארפן באצאלן אסאך מער (אויב האט ער איין קינד) ווי דער נארמאלער פרייז.

איך מיין אז ס׳זאל גיין לויט די הוצאות אויכעט, וויפיל מאל גייסטו אויף וועקעישן, וויפיל צאלסטו פאר קאנטרי, ווי מאכסטו חתונה וכו׳ וכו׳...

יא, די מוסד וועט פארלאנגען די טעקס ריטורנס, פי ענד על, בעלענס שיעט אלעס סערטיפייד ביי א סי פי עי

אין די אלטוועלטליכער ישיבה׳שע וועלט ארבייט עס אזוי. דו דארפסט א רידאקשן פון דעם שכ״ל ברענג דיינע בענק סטעטמענטס, לאמיר זען וויפיל דו ספענדס אפי׳ דו האסט נישט קיין געלט.

נישט קיינע וויצן.

Tahares hakodesh
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 2:31 pm

תגובהדורך Tahares hakodesh » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 2:03 pm

you can join this organization.
https://www.agencybasededucation.org/

למדן וצדיק
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

תגובהדורך למדן וצדיק » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 2:34 pm

נאו נעים האט געשריבן:ווער גייט מחליט זיין ווער די בי"ד איז?

פונקט ווי ביי יעדע אנדערע די"ת וואס מאכט זיך צווישן צוויי אידן
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:00 pm

@למדן. איי לאוו דיס מוסד.

דער עולם פרעגט דא מער ווייניגער רוחניותדיגע שאלות, מיין קשיא איז אסאך מער אויף גשמיות, איז דא א חשבון ווער סגייט אויסצאלן בנינים פאר אזא מוסד? אדער בכלל האסט שוין גענומען א פען און פאפיר אויסצורעכענן צו ווען גאנצע 50% צאלן גארנישט, 25% נאר א חלק קען מען דען אויסהאלטן אזא מוסד? איך מיין דארט דארף אסאאאך מער עיון ווי אלע אנדערע תקנה דאגות פון געוויסע ניקים דא.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 9 געסט