אנגעקומען צוועלעף מיטאג ביי די ארבייט - בין איך א פוילער?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

אנגעקומען צוועלעף מיטאג ביי די ארבייט - בין איך א פוילער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב א פרייוואטע לעבנס דילעמע וואס איך גלייב אז נאך מענטשן עגבערט דאס, למעשה האב איך נאכנישט געהערט די געדאנק פון קיינעם, דעריבער נעם איך די מיה און איך טו דא אנפלעקן די געשיכטע בפני עם ועדה.

דאס איז ווי פאלגענד:

עס זענען פאראן מענטשן וואס זענען משכימי קום, זיי זענען א מהות וואס זינט'ן געבוירט שטייען זיי אויף פרי פארטאגס, צו ווייל זיי כאפן אריין עטליכע שעה צום לערנען ווען די קאפ איז אויסגערועט, צו ווייל זיי זענען פון די וואס זענען ליידער פארכאפט אין אן אייביגע יאגעניש, כאפן דאס ערשטע מנין און יאגן זיך דערנאך איך ווייס נישט וואו….

דערנאך זענען דא די סארט מענטשן וואס שטייען אויף בדוקא שפעט. אזעלכע וואס סנאזען די זייגער אנגעהויבן פון סוזק"ש און ווייטער, צו ווייל זיי לייגן זיך שפעט און זיי האבן דעריבער א שפעטע סקעדזשול, צו ווייל זיי זענען בעצם לאנגיעריגע גוטע פריינט מיט זייער בעט, און זיי האקען צאם א בייגעלע… אדער סתם ארבייטסלאזע שלעפער אן א ציל אין טאג.

מיין סדר היום איז אבער ערגעץ אינדערמיט. איך לייג מיך טאקע גאנץ שפעט נאך צוועלעווע ביינאכט, אבער מיין זייגער קלינגט אום 7:30 צופרי. נו, שוין גוט אויסגערועט, מען דארף טאקע אויפשטיין, אבער זיך יאגן? דאס זעמיר שוין נישט מחיוב. זיבן דרייסיג צופרי איז מיינעך נישט ספעציעל שפעט. דעריבער פארט די ריטעם נארמאל מיט א רואיגקייט, אבער נישט סתם אוועקגעפעניע"ט. 7:45 בערך ווערט פיינעלי געדריקט די off קנעפל אויף די אלארעם זייגער, די ביינער ווערן אויסגעגראדט, און אויף 8:00 אזייגער שארף זעמער אינדרויסן פון בעט.

ווילאנג דארף נעמען ארויסטראגן די נאגל וואסער, זיך אנטון די פרישע בגדים, פוצן די ציין, צורעכט לייגן די צושויבערטע פיאות, הכנות, גריסן די בני בית און רעדן א ווארט צו די קינדער, צוזאמפאקן אלע צוגעהער, אנטאן דעם אויבערראק און נעמען טלית ותפילין און אראפגיין צום קאר? דאס אלעס דארף צו נעמען אומגעפער האלבע שעה מיט א רואיגקייט. האלט מיר ביי 8:30.

יעצט ווי לאנג נעמט פונעם זיך אריינזעצן אינעם קאר ביזן אנקומען אין שול, ווענד זיך. ווינטער דארף מען נאך ווארטן די קאר זאל זיך עטוואס דערווארימען, אמאל שטייט מען געשטראנדעט אין א ליניע הונטער א סקול באס, טיילמאל דארף מען זוכן פארקינג ביים שול און מען טרעפט נישט נאר עטוואס ארויפציהיר, …. בערך אויף 15 מינוט שפעטער טרעף מיר זיך אין שול. -- 8:45.


גלייך ווען מען קומט אן אין שול, גיי מיר אריין אין די מקוה. אייגענטליך נישט ממש גלייך, קודם טוט מען אויס דאס מאנטל, מען לייגט אוועק די טלית ותפילין, מען קעמט אויס א וועג צווישן די אלע פעדלער טישלעך אויף די סטעידזשעס, און אויב אלעס גייט בשלום שטייט מען ביז א פינעף מינוט (8:50) אין די רייע צו געבן די פינגער, און מען דרייט זיך אריין אין די מקוה, מען זוכט אויס א ליידיגע קארנער באנק. דארט איז דא א פראדוקט וואס טראסקעט אראפ הייס וואסער אויפן רוקן. האאא… א מחיה. נישט קיין חילוק ווי שנעל מען יאגט זיך בעפאר, דארט ווערט די מוח פארטעמפט און עפעס אזוי פארגלייזט אויף די קאכעדיגע שנירעלעך טראפנס וואס לאנדעט אויף דער ערד אויסגעמושט מיט כל מיני געמויזעכטס…. נאך די טבילה מאכט מען צורעכט די בארד/פיאות, אזוי ארום אז די מקוה נעמט אזא 20 מינוט. אממ. ניין! ס'שוין צו סאך! בוזטעך א חסידישער איד! אריין-ארויס!
אקעי 15 מינוט. --- ס'איז 9:05.

ארויסקומענדיג פון מקוה, זיך משתתף געווען ביים טישל, געזאגט ברכת התורה, געמאכט א קאווע, געליינט די יום ביומו, זיך געגריסט מיט די באקאנטע. די זייגער קלאפט כמעט 9:15. נו, אוואו קאן א חסידישער איד אנהויבן דעם טאג אן לערנען כאטש א האלבע שעה? אבער וואס טוט זיך מיט סוף זמן תפילה?...

אקעי. מען גייט לערנען די האלבע שעה הערשט נאכן דאווענען. מען קען אבער שוין נישט כאפן די 9:20 מנין. ווייל ווילאנג מען קומט אן צום דעזיגנירטן שטיבל, און מען טרעפט א פלאץ, און מען לייגט טלית ותפילין, האלט מען שוין נאך קדיש. מ'רעדט דאך סוכ"ס פון א וואוילער יונגערמאן. דעריבער גייט מען דאווענען מיטן 9:30 הודו מנין.

מען שטעלט זיך טאקע דאווענען מיט א ראיגקייט, מען פארגעסט יעצט פון אלעם. דע לפני מי אתה עומד. יעצט איז די צייט פאר התבונונות/ התבודדות. דא קען מען זיך נישט יאגן, אבער ס'מיינט נישט אז מ'מוז שלעפן. אויף 10:20 איז מען פארטיג, (ווענד זיך ווי א טאג, מיט קריאת התורה איז שפעטער, אדער ראש חודש, סליחות, חנוכה איז אלעס מיט א האלבע שעה שפעטער א.א.וו.)

מען וויל שוין ארויסגיין, אבער איין מינוט! מען האט דאך געשמועסט פריער פון א האלבע שעה לערנען?....כאטש די מינימום איז מען מחיוב פאר די אייגענע נשמה. אקעי. מען זעצט זיך אוועק לערנען דעם עמוד ליום. אויף בעפאר 11:00 אזייגער איז מען פארטיג, גרייט ארויסצוגיין פון שול.

וואס קומט נעקסט? קענסט מיר נישט צווינגען צו גיין ארבייטן אן עסן נארמאל פרישטאג. ריכטיג? דעריבער איז די קאר געריכטעט צוריק אהיים, ווען אויפן וועג שטעלט מען זיך אפ אין גראסערי אדער בוטשער אויספאלגן וואס די בני בית האט אריינגעטעקסט.

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ, אויף 11:20 זיץ מיר שוין ביים קאך טיש, נאכן המוציא.

אויף 11:45 זיצן מיר אין קאר אויפן וועג צו די ארבייט, און אויף צוועלעף אזייגער זיצן מיר בשטומ"צ ביים ארבייטס טישל.

יעצט איז מיין שאלה, בין איך טאקע א פוילער??....
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3071
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

You bet. חוץ טאמער דו ארבייטסט ביז אכטע ניינע ביינאכט.
אדער ביזטו א גביר אדיר מיט איינער וואס ראנט דיין ביזנעסער.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17153
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ניין, אבער די ביזט א געזונטע שלעפער!
כ'וואלט דיר נישט גענומען פאר אן ארבעטער!
חוח בין השושנים האט געשריבן:
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך הער..

למעשה קום איך פאקטיש אן צו די ארבייט 9:30 - נאכן זיך גוט אויסיאגן די קישקעס.
איך וויל איינער זאל מיר פארציילן, וואס איז ראנג מיט די טעארישע סדר היום וואס איך האב אראפגעלייגט.
צו מוז איך אפשר אויפשטיין פינעפע פארטאגס צו קענען אנקומען 9:30 צו די ארבייט מיט א נארמאלע ספיד?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

פרעג די שאלה סטרעיט
וויפיל שעה דארף איך באמת ארבעטן??
קיין נפק"מ ווען מ'הייבט אן
איינער הייבט אן ארבעטן שפעט און ענדיגט שפעט איז דאך נישט קיין פוילער...
און נאכן מאכן די טאטעל וויפיל דארף מען ארבעטן, לאמיר מאכן א פרישן חשבון, וויפיל שעה דארף מען לערנען, און וויפיל שעה דארף געדויערן דאווענען, אינקלאדעד מקוה און הכנות...
ס'איבריגע קען מען נוצן צו שלאפן..
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך הער..

למעשה קום איך פאקטיש אן צו די ארבייט 9:30 - נאכן זיך גוט אויסיאגן די קישקעס.
איך וויל איינער זאל מיר פארציילן, וואס איז ראנג מיט די טעארישע סדר היום וואס איך האב אראפגעלייגט.
צו מוז איך אפשר אויפשטיין פינעפע פארטאגס צו קענען אנקומען 9:30 צו די ארבייט מיט א נארמאלע ספיד?

יאפ, א איד, און כש"כ א חסיד'ישער איד, וואס קען נישט פון בעט כאפן דעם פת שחרית און זיין 15 מינוט שפעטער אין די ארבעט, מוז אויפשטיין 5:00-5:30 צו קענען טון זיינע פליכטן אויף די וועלט ביז די ארבעט, איינער וואס איז אביסל מער יאגעדיג האט צייט אויפצושטיין 6:00 אבער דאס איז עס
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אחד מהחבורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 6:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מהחבורה »

ביסט נישט קיין פוילער! אבער צו קענען פראווענען אזא געשמאקע צופרי מיט אזא מתינות, דארף מען האבן אפאר מיליאן אין באנק, אין אויב דו האסט עס נישט, הער אויף בייצייטענס דמיונ'ען פון אזא געשמאקע סדר היום.
עני וועי איי פיל יאר פעין
.Stay away from negative people,they have a problem for every solution
אוועטאר
יוד אלף
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד אלף »

מהאי טעמא בינעך זיך מחי' אויפצושטיין 5:30, אויב שטייעכויף שפעטער דארפעכזעך טאקע יאגן,
אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4464
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש בו »

די ביסט נישט פויל,
די ווילסט האבן שלות הנפש אזוי ווי יעדער וויל האבן,
פארוואס דען ארבעט מען אויב נישט פאר שלות הנפש,
מ'מוז נישט האבן א פאר מיליאן אין באנק פאר דעם,

סך הכל דארפסטו זיין דיין אייגענע בעל הבית, self-employed, קענסטו טוען וואס די ווילסט און ווי אזוי די ווילסט,

אז די פילסט אז די דארפסט מער געלט, לערן מער דאווען מער,

איך בין שוין לאנג געקומען צו א קאנקלוזשן אז צו קענען זיין אן ערליכע איד דארף מען ארבעטן פאר זיך,
ווער עס ארבעט פאר זיך שטאלפערט זיך נישט אן אין די געווענליכע ארבעט נסיונות,
למשל אמאל שמירת שבת, היינט, היינטיגע נסיונות, די ביסט אליינס בע"ה, און די ביסט אליינס מחליט וויפיל בטחון /אמונה /נסיונות, די ווילסט האבן,
The Divided States Of America
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4276
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

פוילער שטריק. sorry for being blunt.
וואס פאר א מין זאך איז דאס אז די זייגער קלינג 7:30 נאכמיטאג? א אינגערמאן דארף אויפשטיין 5:30 ווי א מענטש. מאכן הכנות, גיין אין מקוה, לערנען א אידיש ווארט, דאווענען ווי א איד, זיך וואשן פת שחרית, און זיין ביי דער ארבייט נארמאל.

איין מינוט... איך האב פארגעסן אריינזאגן... וואס פאר א זאך איז דאס גיין שלאפן נאך חצות? לייג זיך נארמאל מיט א סדר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

יש בו האט געשריבן:די ביסט נישט פויל,
די ווילסט האבן שלות הנפש אזוי ווי יעדער וויל האבן,
פארוואס דען ארבעט מען אויב נישט פאר שלות הנפש,
מ'מוז נישט האבן א פאר מיליאן אין באנק פאר דעם,

סך הכל דארפסטו זיין דיין אייגענע בעל הבית, self-employed, קענסטו טוען וואס די ווילסט און ווי אזוי די ווילסט,

אז די פילסט אז די דארפסט מער געלט, לערן מער דאווען מער,

איך בין שוין לאנג געקומען צו א קאנקלוזשן אז צו קענען זיין אן ערליכע איד דארף מען ארבעטן פאר זיך,
ווער עס ארבעט פאר זיך שטאלפערט זיך נישט אן אין די געווענליכע ארבעט נסיונות,
למשל אמאל שמירת שבת, היינט, היינטיגע נסיונות, די ביסט אליינס בע"ה, און די ביסט אליינס מחליט וויפיל בטחון /אמונה /נסיונות, די ווילסט האבן,

אמת
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

Screenshot_20190924-230329_Sefaria.jpg
Screenshot_20190924-230329_Sefaria.jpg (124.52 KiB) געזען 2203 מאל
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

יש בו האט געשריבן:די ביסט נישט פויל,
די ווילסט האבן שלות הנפש אזוי ווי יעדער וויל האבן,
פארוואס דען ארבעט מען אויב נישט פאר שלות הנפש,
מ'מוז נישט האבן א פאר מיליאן אין באנק פאר דעם,

סך הכל דארפסטו זיין דיין אייגענע בעל הבית, self-employed, קענסטו טוען וואס די ווילסט און ווי אזוי די ווילסט,

אז די פילסט אז די דארפסט מער געלט, לערן מער דאווען מער,

איך בין שוין לאנג געקומען צו א קאנקלוזשן אז צו קענען זיין אן ערליכע איד דארף מען ארבעטן פאר זיך,
ווער עס ארבעט פאר זיך שטאלפערט זיך נישט אן אין די געווענליכע ארבעט נסיונות,
למשל אמאל שמירת שבת, היינט, היינטיגע נסיונות, די ביסט אליינס בע"ה, און די ביסט אליינס מחליט וויפיל בטחון /אמונה /נסיונות, די ווילסט האבן,

אך און וויי צו אזא אמונה בטחון וויזוי דו רופסט עס... איך האב אן אנדער ווארט פארדעם "כוחי ועוצם ידי"! איינער מיט א ריכטיגן אמונה ובטחון ווייסט אז דער אייבירשטער איז נישט מוגבל צו גארנישט און אפילו ער זעט נישט קיין וועג ארויס פון זיינע הגבלות היד ה' תקצר?
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

זייער זייער א שיינע אשכול און נוצליך צו די זייט אויך...

ביי אידן קוקט מען דאך אויף דעת תורה, הערשט נאכדעם קומט פראקטישע סאלושענס.

יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב. א שכיר יום איז דיזיינט צו ארבייטן פון נץ ביז צאה״כ. מיט פונקטליכע הלכות פאר די ברעיקס! מתפללין בראש הזית, קורצערע בענטשן ועוד כמה וכמה הלכות.

די פוינט איז נישט דאס צו אימפלעמענטן ח״ו... עפעס מעג מען דאך הנאה האבן פון די סאציאליסטישע רעכטן וואס די יוניאנס האבן אויסגעפועלט פאר אונז... נאר ארויסצוברענגען אז די פרעמיס, אדער הנחה יסודית פון דיין שאלה (ווי כאילו ארבייטן קומט נאר נאכן זיין פולי מסודר וכו׳ ברוחניות וגשמיות) איז ראנג! ארבייטן ערליך איז אויך אידישקייט! ולא נאריך במקורות נאר פשוט ווי געשריבן אז דאס איז געווען די סדר החיים ביז ממש לעצטנס ביי יעדעם.

איי ווען לערנט מען? דאס זאגט דאך די רמב״ם אז פארדעם דארף מען די נעכט. צו מטוט ווי אמאל אז 3:00 ווארפט די קאלטע הויז ארויס צום ווארימען ביהמ״ד צו לערנען א פאר שעה ביזן נץ (און דאן ארבייט מען ביז מנחה מעריב און דאן שלאפן וחוזר חלילה) אדער ווי היינט אז מלערנט 2-3 שעה ביינאכט, אדער א שעה אזוי און אזוי. נישט קיין חילוק. אבער ארבייטן כמעט די גאנצע נוצבארע חלק פון טאג איז די סדר הבריאה, לערנען קומט פון די שלאפן צייט און פון די פארברענגען צייט.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

-המשך

דאס שטערט נישט פון עכ״פ וועלן האבן א שיפט וואס ערלויבט צו דאווענען און לערנען צופרי (למשל 10-6). אבער אנערקען אז דאס איז א פרינזש בענעפיט... נישט קיין זאך וואס קומט זיך.

דער בעה״ב האט אנדערע אישוס. ער דארף טראגן דאגות א גאנצן טאג. כידוע די נושא פון ארבייטער קעגן בעה״ב זייער פארצווייגט.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

יש בו האט געשריבן:די ביסט נישט פויל,
די ווילסט האבן שלות הנפש אזוי ווי יעדער וויל האבן,
פארוואס דען ארבעט מען אויב נישט פאר שלות הנפש,
מ'מוז נישט האבן א פאר מיליאן אין באנק פאר דעם,

סך הכל דארפסטו זיין דיין אייגענע בעל הבית, self-employed, קענסטו טוען וואס די ווילסט און ווי אזוי די ווילסט,

אז די פילסט אז די דארפסט מער געלט, לערן מער דאווען מער,

איך בין שוין לאנג געקומען צו א קאנקלוזשן אז צו קענען זיין אן ערליכע איד דארף מען ארבעטן פאר זיך,
ווער עס ארבעט פאר זיך שטאלפערט זיך נישט אן אין די געווענליכע ארבעט נסיונות,
למשל אמאל שמירת שבת, היינט, היינטיגע נסיונות, די ביסט אליינס בע"ה, און די ביסט אליינס מחליט וויפיל בטחון /אמונה /נסיונות, די ווילסט האבן,

דער כל יכול האט פאר יעדן א פלאן. זאל עס זיין דער באלעבאס אדער ארבעטער. מ׳קען זיין א בעל הבית און ליידער נישט לעבן מיט א ריכטיגע אמונה און מען קען זיין א פאריאגטע ארבעטער און לעבן א לעבן פון אמונה און שלווה. צו זאגן אז סיי וואס אין עבודת השם איז תלוי אין א געוויסע אויסערליכע מציאות איז פלעין א סתירה צו אמונה.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6816
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

מילכיגער האט געשריבן:זייער זייער א שיינע אשכול און נוצליך צו די זייט אויך...

ביי אידן קוקט מען דאך אויף דעת תורה, הערשט נאכדעם קומט פראקטישע סאלושענס.

יצא אדם לפעלו ולעבודתו עדי ערב. א שכיר יום איז דיזיינט צו ארבייטן פון נץ ביז צאה״כ. מיט פונקטליכע הלכות פאר די ברעיקס! מתפללין בראש הזית, קורצערע בענטשן ועוד כמה וכמה הלכות.

די פוינט איז נישט דאס צו אימפלעמענטן ח״ו... עפעס מעג מען דאך הנאה האבן פון די סאציאליסטישע רעכטן וואס די יוניאנס האבן אויסגעפועלט פאר אונז... נאר ארויסצוברענגען אז די פרעמיס, אדער הנחה יסודית פון דיין שאלה (ווי כאילו ארבייטן קומט נאר נאכן זיין פולי מסודר וכו׳ ברוחניות וגשמיות) איז ראנג! ארבייטן ערליך איז אויך אידישקייט! ולא נאריך במקורות נאר פשוט ווי געשריבן אז דאס איז געווען די סדר החיים ביז ממש לעצטנס ביי יעדעם.

איי ווען לערנט מען? דאס זאגט דאך די רמב״ם אז פארדעם דארף מען די נעכט. צו מטוט ווי אמאל אז 3:00 ווארפט די קאלטע הויז ארויס צום ווארימען ביהמ״ד צו לערנען א פאר שעה ביזן נץ (און דאן ארבייט מען ביז מנחה מעריב און דאן שלאפן וחוזר חלילה) אדער ווי היינט אז מלערנט 2-3 שעה ביינאכט, אדער א שעה אזוי און אזוי. נישט קיין חילוק. אבער ארבייטן כמעט די גאנצע נוצבארע חלק פון טאג איז די סדר הבריאה, לערנען קומט פון די שלאפן צייט און פון די פארברענגען צייט.


אגב אז דו רעדסט פון די שיעור וואס מען דארף ארבייטן פונעם נץ ביזן צאת
דער חתם סופר זאגט אז די שיעור פון ארבייטן איז ווי די קורצע טבת טעג און די שיעור פון שלאפן איז די קורצע תמוז נעכט די איבעריגע איז פאר לערנען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

בכלל נישט פויל, כאטש עס פילט עפעס אינ-עפישענט און ווי צייט צורינט צווישן די פינגער, עס דארף צו זיין זאכן וואס מען קען פארשנעלערן. דער עכטער פראבלעם איז מיט די מגיבים וואס האלטן אז דו ביסט א פוילער שטריק, סתם פאר דעם אז דו האסט די זעלבע סקעזשול ווי זיי נאר מיט אפאר שטונדן גערוקט.

יצא אדם לפעלו איז דאך נאר במקום שאין מנהג

אבער ווי מען האט שוין געשריבן, אויב איז דיר באשערט צו דארפן ארבעטן ביי א בעה"ב און זיין דארט 9:00, אדער אפילו דו ביסט סעלף עמפלויד אבער דו דארפסט דיעלן מיט מענטשן בשעה שבני אדם מצויים בשוק, גייט דאס נישט צוזאמען מיט דיין סדר היום. אדער טויש ארבעט / באשעפטיגונג, אדער טויש סקעזשול.

וואס דו זאלסט למען ה' נישט טון, איז זיך צוטון מאכן פון קאושער טרעוול ודעימיה'ס שטרענגע, פארווארפנדע און פון אויבן אראפ'דיגע בליקן. צופיל מענטשן האבן זיך שוין מקריב געווען אויף דעם מזבח, און עס שלעפט נאך מיט די גאנצע געזעלשאפט מיט זיך.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ותיק וחסיד »

איך לייג זיך 10:30 מיט א זריזות, איך שטיי אויף 5:00. עס געדארט צוויי מינוט זיך אנצעטוהן, וואשן די פנים, מאכן די פאות און טרעפן די שיך, קאווע טרינק איך נישט, 5:05 זיץ איך שוין אין ספרים שטוב לערנדיג גמרא הויך אויפן קול מילה במילה.

6:45 גיי איך הכנות, אהן די טעלעפאן, אינדרויסן בערך 6:55. איך גיי צו מיין קארנער ווי עס איז דא שוהל מיט א מנין 7:00.

דאווען מיט א ברען ביז 7:50- 8:00, ווענד זיך צו עס איז שני וחמישי. 8:05 בין איך אינדערהיים. מען וואשט זיך צום פרישטאג וואס די בני בית האט אנגעגרייט. 8:30 בענטשט מען, מען נעמט די לאנטש וואס די בני בית האט אנגעגרייט און מען לאזט זיך ארויס צום ארבעט.

איי ווי זיס איז אנצוקמען צום ארבעט נאך צוויי שעה לערנען, נאך א שעה דאווענען, נאך א פעסטע פרישטאג און מיט אנגעגרייטע לאנטש.

פארשטייסטע ר' יום טוב וויאזוי א אידישע לעבן דארף אויסזעהן????

למעשה, שטיי איך אויף 7:30, איך פעניע אוועק, דארף פארן צו שוהל (געדוירט נישט קיין 20 מינוט, איך וואוין נישט אין שטאט ב"ה וואו א האלבע לעבן גייט אוועק פאר טרעפן פארקינג און טרעפיק) כאפ אפ א דאווענען, לערן נישט קיין אות, איך מאך מיר אליין פרישטאג און לאנטש, קום אהן צו די ארבעט 11:00.

אבער פון מארגן אי"ה גייט אויסקוקן אזוי ווי א אידישע לעבן ברויך אויסצוזעהן.
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

ותיק וחסיד האט געשריבן:איך לייג זיך 10:30 מיט א זריזות, איך שטיי אויף 5:00. עס געדארט צוויי מינוט זיך אנצעטוהן, וואשן די פנים, מאכן די פאות און טרעפן די שיך, קאווע טרינק איך נישט, 5:05 זיץ איך שוין אין ספרים שטוב לערנדיג גמרא הויך אויפן קול מילה במילה.

6:45 גיי איך הכנות, אהן די טעלעפאן, אינדרויסן בערך 6:55. איך גיי צו מיין קארנער ווי עס איז דא שוהל מיט א מנין 7:00.

דאווען מיט א ברען ביז 7:50- 8:00, ווענד זיך צו עס איז שני וחמישי. 8:05 בין איך אינדערהיים. מען וואשט זיך צום פרישטאג וואס די בני בית האט אנגעגרייט. 8:30 בענטשט מען, מען נעמט די לאנטש וואס די בני בית האט אנגעגרייט און מען לאזט זיך ארויס צום ארבעט.

איי ווי זיס איז אנצוקמען צום ארבעט נאך צוויי שעה לערנען, נאך א שעה דאווענען, נאך א פעסטע פרישטאג און מיט אנגעגרייטע לאנטש.

פארשטייסטע ר' יום טוב וויאזוי א אידישע לעבן דארף אויסזעהן????

למעשה, שטיי איך אויף 7:30, איך פעניע אוועק, דארף פארן צו שוהל (געדוירט נישט קיין 20 מינוט, איך וואוין נישט אין שטאט ב"ה וואו א האלבע לעבן גייט אוועק פאר טרעפן פארקינג און טרעפיק) כאפ אפ א דאווענען, לערן נישט קיין אות, איך מאך מיר אליין פרישטאג און לאנטש, קום אהן צו די ארבעט 11:00.

אבער פון מארגן אי"ה גייט אויסקוקן אזוי ווי א אידישע לעבן ברויך אויסצוזעהן.

האלאו ווי איז דיין מקוה?
איך ווייס נישט וואס
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5641
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ביי אונז איז געווען א קפידא נישט צי גיין און מקוה יעדן טאג. (נאך די חתונה)
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

מ'קען אויפשטיין 5, גיין אין מקוה/הכנות/קאווע/שמועסן (נאר וויפיל עס פעלט אויס צו בארואיגן די מוח צום דאווענען) לערנען פון 7 ביז 9ת דאווענען 9:30,

ארבעטן פון 11 ביז 6,

שלאפן 10
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

דאס האט איינער מיר שוין לאנג געזאגט ׳דיין איינציגסטע אססע"ט איז צייט׳.
למשל, טאמער דו וואלטסט אויפגעשטאנן 730 אנשטאטס 800, האסטו נאך א האלבע שעה צום לערנען. נאך אן עמוד גמרא, נאך א פרק משניות, נאך א סימן אין שו"ע. וואס איז דאס? נישט עפעס ווערט? טאמער דו וואלטסט נישט געליינט די יום ביומו וכל שום וחניכא וכו׳, האסטו נאך פינף מינוט צו לערנען, א משנה א ווארט אויף די פרשה, א פסוק חומש מיט רש"י. ווען מקוה נעמט נאר צען מינוט, האסטו נאך צייט.

און דאס גילט לגבי ארבעט אויך, און פארברענגן מיט די משפחה. אלס דארף צייט און בעיקר צייט. מיט נאך א האלבע שעה, איז די געלט אין באנק באצייטענס און דיין טשעקס באונסען נישט. מיט׳ן אהיים קומען א האלבע שעה פריער, וועסטו קענען לערנען מיט דיין קינד און ער וועט זען אז מ׳טוט שעצן זיין ארבעט און חדר, און דערפון שטייגען. אדער סתם אזוי באגריסען די טאכטער און זי וועט גוט שפירען, און שפעטער ווען די יצה"ר וויל איר אוועק טרייבן וועט זי געדענקן די געפיל פון דער טאטענ׳ס גריס.

זיך פיהרען אומ-עפישיענט מיט צייט איז א ריזיגע שאד.
לעצט פארראכטן דורך איישישאק אום מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 9:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1145
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

קוקט אויס ווי דער עולם דא איז נאך קיינמאל נישט געווען אין לאנדאן....
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

shimon7323 האט געשריבן:ביי אונז איז געווען א קפידא נישט צי גיין און מקוה יעדן טאג. (נאך די חתונה)


אקעי, אבער מאנטיג און דאנערשטיג דארפסטו יא צולייגן נאך 10 מינוט, דו וויזניצער...
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”