DNA והמסתעף - נפלאות הבורא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מוצ"ש פאברואר 01, 2020 9:09 pm

גלאזער האט געשריבן:שיינע ביאורים
אז דו קענסט דיך יא אויס.
אפשר ביסטו מסביר די אלע חילוקים צווישן פארשידענע ydna טעסטס.
ס'דא 12. 25. 37 און אזוי ווייטער.
און וואס מיינט mutations. וויאזוי ווערט צוביסלעך אפגערוקט genetic matches
יישר כח


אנטשולדיג פארן דויערן אזוי לאנג צו ענטפערען, איך מיין אז מויטעשיענס און וויאזוי זיי געשען האבן איך שוין מסביר געווען, אז עס פעלט אויס מער הבנה, רוף זיך אן.

בנוגע Y DNA, און די פארשידינארטיגע טעסטס, איז אזוי, קודם כל דארף מען א הקדמה, עס איז דא א זאך וואס הייסט Tandem Repeats, דהיינו DNA וואס חזרט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל, די אויפטוה ווענדט זיך ווי די DNA געפינט זיך, און איז נישט קלאר. איין משל וואס איך וועל געבן איז די CG Repeats, עס איז דא ביי די סוף פון יעדער קראמאזאום א חלק פון DNA וואס קוקט אויס אזוי CGCGCGCGCGCGCG און אזוי ווייטער, דהיינו עס חזר'ט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל CG CG CG CG, ווי סאך מאל חזר'ט זיך דאס איבער? איז ביי יעדער מענטש אנדערש, אבער עס איז דא עכ"פ 2 זאכן וואס מאכן אז די CG זאלן זיך איבערחזר'ן ווייניגער מאל, און דאס איז עלטער, דהיינו אן אלטער מענטש וועט האבן ווייניגער חזרות און סטרעסס, וואס מאכט אויך אז עס זאל זיין ווייניגער חזרות.

פונקט ווי די CG חזרות, איז דא אין די גוף נאך א סאך אזעלכע חזרות, נישט דוקא CG, אבער אנדערע sequences פון DNA, עס זענען דא חזרות וואס זענען מער פון טויזענט base pairs לאנג, אנדערש ווי די CG חזרות, וואס די מספר פון חזרות איז תלוי אין עלטער און סטרעס, זענען די מספר פון די חזרות ענדליך צו mutations, און אויב למשל אז איינער האט לאמיר זאגן 10 חזרות פון עפעס אזא חזרה, וועלן זיינע קינדער אויך האבן 10 חזרות. יעצט קומט מען צו די Y DNA טעסטס, מען מאכט טעסטס אויף קורצע חזרות (אין ענגליש Short Tandem Repeats אין קורץ STR), די סיבה דערפאר איז ווייל זיי זענען זייער גרינג און ביליג צו טעסטען, און צו זען וויפיל מאל די חזרה חזר'ט זיך איבער. אויך אנדערש פון געהריגע SNP טעסטס זענען דא אסאך מער מעגליכקייטען. אן SNP קען זיין בלויז איין פון 4 אותיות, אבער די מספר פון חזרות, ווענדט זיך אויף יעדער חזרה באזונדער וויפיל מאל עס קען זיך איבערחזר'ן.

די נומערן ווי 12, 25, 37 (67 און 111) איז פשוט וויפיל אזעלכע STRs מען וויל טעסטען.

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

תגובהדורך Waukesha » מאנטאג פאברואר 10, 2020 9:47 pm

איז דא עפעס וואס די עולם וויל איך זאל איבערגיין איידער איך גיי ווייטער?

מחשב
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מאנטאג פאברואר 10, 2020 9:49 pm

כ'האב שוין לאנג ארויסגעפרינט די צווייטע חלק, נאר נישט אנגעקומען דערווייל צו ליינען. דו שרייב נאר... איך וועל שוין נאכקומען מיט די קושיות...
הוי מחשב...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט