בלאט 1 פון 1
וואס גייט דיך אן וואס יענער טוט ? שווייג !!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 1:38 pm
דורך זילבערנע בעכער
פארוואס יעדעס מאל ווען איך עפן א אשכול מיט א ענין וואס מיר קראצט אין די פאלע בין איך גערעגט ?
אזוי איזעס מיט מיר, כדי איך זאל שרייבן עפעס א פרישע נושא דארף די באטרעפענדע זאך געשען מיט מיר פערזענדליך אדער בין איך דערביי ווען עס געשעט.
און טאמער די מעשה איז ווערט מיינס א שטרענגן בליק, מאכט דאס אז מיין רויטע בלוט זאל ארויפשיסן אין קאפ אריין, און דאס ברענגט א קייט רעאקציע פון וואקן שנעלער אויף די גאס, די הענט ציטערט אביסל מער ביים קושען די מזוזה, די היט שטעלט זיך קרום, און די שמונה עשרה נעמט אביסל לענגער...
און איך קען מיך נישט בארואיגן ווילאנג איך שפיי עס נישט אויס ערגעץ, און אין אונזער פאל ווילאנג איך שרייב עס נישט אראפ.
פארוואס קען איך נישט זיין אזוי ווי דער אלטער בחור, ער קומט אריין דא ווי ביים פעטער אין גרעיפדזשוס גארטן, ער לאכט יעדן אין די פויסטן, ער געט זיך א שמענדער אפ אן ארטיקל אזוי פרייליכערהייט מיט א בענג, און גארנישט, ער איז פארטיג.
האק מיר נישט אין קאפ, איך זאג ענק אז דער אלטער זיצט אויף א סווינגינג בענקל מיט א בעג פאפקארן אויף זיין רעכטע זייט און א באטל ביר אויף די לינקע זייט, און מיט א שוידערליכע רואיגקייט שרייבט ער זיינע מעכטיגע שמאלציגע בויך דרוקענישן אזוי שמייכעלדיג, אבער איך בין אונטער א דרוק, און הערשט נאכן ענדיגן שרייבן נעמט זיך מיין בלוט אראפ פליסן צוריק צו אלע אברים יעדער וויפיל ער פארלאנגט.
אקעי, וואס האט מיך יעצט ארויגענומען פון די כלים ? איך וועל עס מאכן סימפל, רישטס ענק נישט אויף ווייסעך וואס.
הער מיך אויס דו אנגעקאטשקעטער בהמה פון אקסן לאנד, לערן דיך אויס א פלעינע זאך, נעקסטיים זאלסטו קיינעם נישט פרעגן דיין טיפיקעל לאנג נאזיגע פראגע "וואס טוסטע היינט פאר פארנאסע ?" ווען בשעת מעשה שטייען דארט ארום פופצן מענטשן און זייערע פענעמער זענען געווענדעט געווארן צום רויט ווערענדיג געפרעגטן.
דיינע דאגות ? הא ? פארוואס פרעגסטו בכלל אזעלעכע שאלות ? אפשר האט יענער דזשאסט פארלוירן זיין דזשאב, אפשר טוט ער אן ארבייט וואס סיז נישט אזוי איי איי איי עס צו אדווערטייזן פאר א מנין מענטשן ווייל דיר האט זיך אזוי פארשמעקט, און אזעלעכע מענטשן ווי דו שטעלן זיך נישט אפ ביי דעם, נאכדעם קומט "וויפיל קען מען מאכן דארטן", אוודאי האט ער דיר נישט געענטפערט, וואס איז ? ווילסט עם צאלן זיין עלעקטריק ביל ? שטעלסט דיך אזוי אראפ מיט דיינע ברייטע פלייצעס און נעמסט יענעם אויפן צימבל און יענער דארף דיר גרויסער יענטא ענטפערן צו ער איז א קעשיער אין א גראסערי אדער ער שטאפט אויף טוילעטס פאר א לעבן.
סיז קלאר געווען אז יענער האט זיך געטרייעט ארויסצודרייען פון א ענטפער דורך זיך אויסדרייען צו מיין ריכטונג און מיט א פנים וואס איז געווען פופציג פראצענט רויטער ווי פריער געט ער מיך א פרעג, העי זילבי ! וואס מאכסטו עפעס, אבער דו שטאלענער נערוון פרעסער האסט נישט מיט דיין ליידיגן שכל פארשטאנען דעם אפענעם רמז פון "פליז פרעג נישט", און דו פרעגסט נאכאמאל די רשעותדיגע פראגע (יא סיז רשעות !)איך האב אפילו געקענט לייענען יענעמס מחשבות, זאל איך דיר זאגן וואס ער האט געטראכט ? כעל דיר זאגן, מיר האצעך געדאכט ווי ער טראכט " אוי באשעפער ראטעווע מיך פון דעם נודניק" אדער," יוי יעדער הערט, וואס זאלעך זאגן, אז כאב אנגעזעצט אין ריעל עסטעיט ?"
יענעמס פנים ווערט נאכמער רויטער, און לאכעדיגערהייט פרובירט ער צו זיין נישט פארשעמט, ענטפערענדיג, עה איך טו נישט גארנישט... און דא האט דער אייבירשטער געהאלפן !! א הילעכדיגן ברכו האט געראטעוועט דעם געפרעגטן פון דעם שוואנץ.
אלץ איזעס די זעלבע מינע פערדס מיניסטארן, וואס טוסטע פאר פארנאסע ? האסט שוין געטראפן א דזשאב ? וואס צאלט ער ?, דו מעשוגענער ! איך געב דיר א פראסק, דיינע ביזנעס ? דיינע פראבלעמען איז שוין אלעס געסעטעלט ? האסט שוין געלערענט היינט א בלאט גמרא ?? שאט אפ !!
מיט איין תנאי קענסטו פרעגן די זאכן פון א צווייטן, עס דארף זיין פריוואט, און דו דארפסט האבן גרייט עטליכע טויזענט דאללער אין טאש כדי טאמער יענער וועט יא ענטפערן דיין גרעבצישע שאלה, און ער וועט דיר זאגן פונקטלעך וויפיל ער מאכט, זאלסטו קענען ארויסנעמען געלט פון דיין טאש און אים אויסצאלן זיין מארטגעידזש פאר יענעם חודש.
אז דו ביסט נישט גרייט אויף דעם, זאלסטו האלטן דיין פרעסער פארמאכט, און זארג דיך פאר דיינע קרעציגע געשעפטן, אוי האסטו מיך אויפגעפרעגט.
שוין, איך בין אביסל רואיגער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 1:55 pm
דורך קרעמער
ברוך השם!
זאג נאר - סתם פאר נייגער - וואו פלעגסטו זיך אויסגעבן איידער די קרעטשמע האט עקזיסטירט אדער דו האסט געוואוסט פון איר צו זאגן? איך גלייב שווער אז במשך דיינע 20 יאר פלאס האט דיר קיינער נישט אזוי אויפגעפליקט ווי דער נודניק/כאזער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 2:19 pm
דורך יאנאש
דו ביסט שוין רואיגער אבער מיך האסטו הערשט איצט אויפגערעגט, א מין חוצפה פון געוויסע אנגעפראסענע אזויגערופענע מענטשן צו פרעגן אזא קשיא, און זילבי, איך האב שוין אויך מערערע מאל מיטגעהאלטן אזא ספעקטאל, און איך האב געקלערט די זעלבע ווי דו, ממש מען קען דאך אפליינען דעם געפרעגטנס פנים, אבער דער אקס געט נישט אויף.
אקעי איצט בין איך שוין אויך אביסל רואיגער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 2:51 pm
דורך ויהילפלא
יא זלבי,
עס איז אייביג ליידער דא מענטשען וואס מיזען זיך אריין שטעקן זייער לאנגע נאז ווי עס בלאנגט נישט,
איך האלט אז מען דארף נעמען דיין ארטיקל און פאר'חזר'ן דערמיט אלע צייטונגען...
דרך אגב,
וואס טוסטו אזוי פאר פרנסה.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 3:29 pm
דורך זארעכפעפער
זילבער,
איני מוחל לך! ניין, איך קען דיר דאס נישט פארצייען. ניין! ס'גייט נישט.
הערסט א מעשה, דו ביסט שוין ברואיגט, פיין, נו וואו בין איך?
וואלסטו ווען נישט אראפגעלייגט די מעשה אזוי מיט לעבעדיגע קאלירן, נו, וואלט איך דאך מעולם נישט געווארן אנגעצונדן און רויט פאר כעס, ביסטו דאך מיר אבער געקומען ווי א 'זילבערנע בעכער' און דו האסט מיר צעלייגט דעם פעיגער-רע דארט אזוי זאפטיג, אז ליינענדיג דיינע שורות מיט איך פשוט מיטגעשלעפט געווארן מיט'ן אנגעזעצטן ריעל עיסטעיט נרדף, און כ'האב ממש מיט געשוימט פאר כעס.
די אויגן פארציקן שורה פער שורה, וואס א שורה שפעטער ווער איך אלץ מער ארוגענומען מיט א רחמנות געפיל צו דעם נעבעכדיגן אינגערמאן, בעת ווען צו דער זעלבער צייט פלאצט אין מיר מיין איינגעהאלטנקייט, ווען פלוצים הערן מיינע אויערן ווי מיינע לעפצן ברומען זיך אונטער געוואנדן צום ריכטונג פונעם נעכסישן נודניק: "אזא פערד צו זיין? רבוש"ע, מילא ער איז נישט געווען ביים טיילן, נו, מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות, אבער גיין נאכלויפן דאס פארקערטע? נאכלויפן דאס 'טיפשות' טאג-איין-טאג אויס, צו דעם מוז מען שוין זיין א שטאקיגער בהמה, אזש אפי' פון פערדס לאנד (כלשונך בגביע הזהב) וואלט מען אים ארויסגעיאגט בחרפות ובבושות..."
שיינע מעשה, ביסט בארואיגט, האסט זיך אויסגעגעבן אין קרעטשמע און בארואיגט. האלאו ר' זילבער, האסט מיט דיין לעבהאפטיגער באשרייבונג אנגעצונדן מיינע געהירן, איך פלאץ! איז וואס זאל איך טוהן? איבער שרייבן דיין מעשה און אזוי זיך בארואיגן? קען איך דען אהערשטעלן אזא מעשה זהב וכסף?...
טשולדיגט, זיי מוחל, האסט מיך אויפגערעגט זיי'זשע מוחל בארואיג מיך!
**
ביי דע וועי, ס'באקאנט דאס חסידיש ווארט אויף די מוצאי שבת מעשה'ס, אז נישט נאר פון בעש"ט נאר פון אלע צדיקים, נישט נאר מוצאי שבת נאר אלעמאל און צו יעדער צייט, און נישט דוקא א געלט מעשה נאר אפי' אנדערע סיפורי צדיקים אויך. לענינינו, דער פראבלעם איז לאו דוקא ברבים נאר אפי' ביחידות אויך, און נישט נאר מיט פרנסה איינגעלעגנהייטן נאר יעדע האקעלע אדער פרייוואטער ענין. ואכמ"ל. און אויב ס'פעלט יא אויס קען איך יא מאריך זיין. כ'מיין אבער אז וויבאלד מ'רעדט מיר דאך דא צו קלוגע אידן וואס באגייען נישט די אויבנדערמאנטע פערדישקייטן, און אויף קלוגע שטייט דאך שוין דער אויסדריק: "ודי לחכימא".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 3:36 pm
דורך אלטעבחורל
זילביש: העלא? יא דא רעדט זילבערפעפער, מען קען רעדן צום אלטעבחור?
בחור: יא, איר האט געריטשט דעם בחור, וואטאאאס גייט פאר, וואחטס אטפ. האיי קען איי העלפ יו, זילביש קאטלט מיר?
זילביש: זאג, ווען דו ענדיגסט דיין בעג פאחפקארן מיט די ביר קאטל מיך צוריק...
בחור: שאטררר, אקעי... דע... דע... דע... ער איז שוין לאנג נישט אויפן ליין. ווי איז ער? איי געוואלד ווי רוף איך אים צוריק, זילבי! איך האב נישט דיין נומבער.
בלית ברירה, שוין העמער אריינגיין אין קרעטשמע אין אויספרעגן אפאר חברה דארט. איך וויל אנהייבן מיין מיסיע, אפפפפס... סאטמטינג איז ניו העיר. זילבי האט ארויסגעוואחלגערט עפעס פרישע מבול'דיגע רייציגע ארטיקלען. נ'וודאי גיימער עס קודם ליינען!
איך ליין אין ליין... וואאאאס? פון ווי ווייסטו וואס איך האב געוואלט טאטן איצטעט? איך האב גראדע געוואלט אויך גיין אויספרעגן אפאר חברה, אבער געוואלד איך וועל דאך 'חלילה וכאפצעם' אריינפלעין אינעם דאטזיגען ראטבערדיגע קאחטעגאטריע.
פיין העמער נישט פרעגן! וועעל איך דיר דא צוריק קאטלן ברבים! הערסט זילביש?
*
הוי זילבערפעפער ביסטו גערעכט! האסט באחרירט א פוינט וואס איך וואלט נישט גע'סטאחפט צו רעדן דערפון, האב איך נישט אנגעהויבן. אבער אז זילבערפעפער איז דאאאאאא? (מיטן ניגון הידוע) זאל איך נישט דא זיין?..
פארוואס טאקע ביסטו גערעכט? ווייל מיר יודעלעך אנגעגאטסענע פול מיט קשיא-אויספרעגער, פארשוינען מיט גענוצטע ברילן שטעלן אראפ זייערע פראגעס אין פובליק אין נאטגן דעם רעשטל פארבליבענעם רואיגקייט.
העמער אפיר נעמען איין מעלה גרה פרעגער, מיט זיין באחבערד'דעלטער פיסקל, מיטן זאחק אויפן רוקן וואס דאס רופט ער זיין רעקל קען נישט זיין מער אנגעגאסן מיט געגעסענע לעקעך פון א ברית, ווייל ס'רעקל האט שוין נישט קיין ברעקל פלאץ איבריג, אויסער אויב וויל ער בויען נאך א שטאק שמוץ דערויף, גרויע ליפן מיט א וואלקן געשטריקטע בלוי-וואטל באחרדע. פון טעפיך לאנד אהערגבראכט. שטריקער!
קומט דער אנגעגעסענער עכבר, שטעלט אהער א פנים ווי א אינוועסטעגירער, בחורל! אין וועלכע ישיבה לערנסטו? איך ווער פארלוירן, ס'נאר נארמאל צו ווערן פארלוירן פון אזא מענטש וואס שטעלט אראפ ס'פנים ווי א כישוף-מאכער.
אאאאיך? עעעםםם אין... עעםם. איך דריי מיך ארום זוכענדיג די שכינים זילבערפעפער יאנאש ווי זענט עטס? איך האב דא איינעם מען ברויך אים אריינגעבן א קנאטבעלדיגן פסק ער זאל דאס געדענקן פאטרעווער. פעעך די מילגרוים נאטז עפענט אויף נאך א לאך, האאא? וואס זאגסטו? פרעגט ער איבער מיט א געמאכטער תמימות.
איך האב גארנישט געזאגט. איך דארף דיר ענטפערן? אויף וואס ארויף? ווילסט מיר צאטלן ס'כחר לימעד? (ווי זילבי זאגט) פארוואס פרעגסטו? ווילסט מיר געבן א חברותא אויף נאכט סדר? מוחל טובות די אנגעגעסענער מרה שחורה יוד! ווילסט פרעגן אינפערמעשאן אויף איינעם? דיינע קינדער זענען קוים צען יאר. אויב פאר א קרוב? ביסט א פעסימיסט וואס די וועלט זינט דור נח ויפת האט נאכנישט געזעהן. טאט וואס ווילסטו? דו פאחרפייגטער יודל – געב אפבאחכט דיינע ריזיגע הויזן טרייגער הענגט ארויס פון אונטען, שאטקל אוועק דיינע לאחפעס פון מיר.
וואאאאאס וויל ער? ער שטייט נאך אלס דא! דו ווייסט נישט אז איך לערן נישט?....... איך בין אן אלטערבחורל... דו ווייסט נישט? ליגנער! פאריגע וואטך האסטע געשריגן אויף דיינע קינדער ביים דאווענען, אז אויב וועטס עטס נישט דאווענען וועלן ענק 'ראכמאטנעזלעזצלאטן' אויסקוקן ווי... דער 'אלטער-בחורל'. שעמאטן יו!
האאאאא? ארויפגעטראסקעט אויף מיר באגאטסענער ליילעך פול מיט קלעים. אויסזעהן ווי וועם? זאג איבער די 'איש מכוערה'. איך ענטפער נישט פאר אזא באקרעצטער יודל.
מעעענעעעעעערס!!! - מעעענעעעעעערס!!!
פאטרש מיך נישט! אין ניטאמאל פרוביר מיך ארויפצוברענגען אויפן אויספארשונג טישל. פארשטאנען? איך בין נישט דיין קרוב, איי האטפל איי וויל נעווער בי אין קאחמען וויט יו!
זעסט מיך יעצט? יא אזוי גערעגט ביניך, פארוואס? ווייל דו געשטריקטער אויסגעמאלענער אייזל שטייסטו דא פארנט פון מיר, אין די קיזעלסט מיינע נערווען אין צויבערסט ארויס פון מיר ס'לעצטע ביסל רואיגקייט. געווואאאאלד. חדל! לאז אפ!
אהההההההה אין בין נאך אלס נישט רואיג!
שכח זילבי פאר די גוטע ווערטער וואס דו האסט אונז געגעבן צו נאשן, אין מיך אויך מהנה געווען נ'איינוועגס. זייער גוט, ענד קיפ איט אטפ.
איי איי איי איי באטחי, איי איי איי באטלי!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 3:39 pm
דורך abimlaibt
די מצב איז דא אסאך ערגער ווי דערולעם מיינט,
איך ווייס פון איין אזא פאל, וואס דער איד האט מיר עס שוין פארציילט עטליכע מאל פאר גרויס אויפברויז נישט געדענקענדיג
אז ער האט דאס שוין געזאגט פאריגע וואך איינמאל, און א וואך פריער אויך,
און עני קעיס זאגט ער מיר אזוי, אז ער נעמט מער נישט אויף קיין היטש כאפער,
ווייל......
ער פלעגט אמאל אריינפארען קיין ב"פ יעדען פארטאגס פאר פרנסה צוועקען,
און פארשטייט זיך אז ווען מען פארט יעדען טאג ברויך עס זיין מיט א דייטשע פונקליכקייט ווארום מען זאל זיך נישט טרעפען אין
אמעריקאנעם ראש לימבאו.... אוי ראש האוער טרעפיק, עכ"פ
איז געווען איין פרי מארגען פארטאגס ווען ער האט זיך זייער געיאגט צו כאפען א חסידישען מקוה,
א טובל און ארויס, אזוי יאגענדיג מיט זיין קאר יענע פארטאגס, שטייט א פריש אויפגעשטאנענע אידל פאר א היטש,
מיט די הענט אין זיין קאוט טאש, און ווארט איינער זאל זיך מרחם זיין און אריינעמען אין זיין קאר און פירען צום בעסמעדריש,
אונזער יאגט זיך טאקע, אבער זיין אידיש הארץ לאזט אים נישט דורכפארען קאלטבליטיג, און לאזען אים שטיין דארט צו פארפרוירען ווערען,
שטעלט ער זיך אפ פאר אים, און נעמט אים אויף, און ער ווייזט אים שנעל קום אריין, און ער געט א דרוק אויפן געז פעדאל, און היידא,
אבער דא דער איד הייבט אן צו קריכען אויף ס'.... זיינע און מוטשעט אים, (פיקטיווע נאמען)
אה משה דו יאגסטעך? וואס איז די יאגעניש היינט? דו האסט שוין א זשאב?
דו ארבעסט ערגעץ? וואס ביסטו אזוי באבלאזען? פארשטייט זיך אז ער האט גארנישט גענפערט ער איז פארנומען טראכטען ווילאנג ער האט נאך
פאר זיין מקוה און ארויס, אבער ער לאזט נישט נאך דער פגע, נו משה זאג עפעס גוטס, עכ"פ
אזוי איז אנגעגאנגען די גאנצע וועג ביזן בעסמעדריש, אבער פון יענע טאג און ווייטער איז דער איד געבליבען ווארטען אויף
חסדים פון אנדערע אידען וואס מעגליך אז ער מוטשעט זיי נאך אלץ... ווער ווייסט,
אבער אונזער ר' משה, נעמט שוין קיין היטשעס נישט אויף ווייל מען האט אים באלעסטיגט פאר פריוואטע אנפארמאציע,
נ.ב. איך קען דעם בעל הסיפור, ער איז באגלייבט, אז ער זאגט אז ער ניעמט שוין נישט קיין היטשעס גלייב איך אים....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 4:20 pm
דורך איזאק
האסטו מיך אויפגערעגט זילבי, ממש געשפרינגן פאר כעס בינעך ליינענדיג דאס, א גוטע שרייבער ווי דו ברענגט יענעם ממש אריין אין סצענע אריין אווי זארעכ האט ערווענט, יעדעס ווארט איז אמת, פיין באשריבן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 6:38 pm
דורך צייטליך
האסטע געזעהן אזאנס ?
איך האלט שוין ביי פערטן ארטיקל אין דער אשכול אליין, דער זילבער האט זיך דא צולאזט און דער גאנצער עולם ווערט נאכגעלאזט נאך אום מיט לאנגע און שמאלציגע תגיבות/ארטיקלען.
צייטליך: פרינטער! פרינט שוין ארויס די אלע תגיבות דא און איבערהויפט זילבי'ס ארטיקל, איך וויל עס היינט נאכט ליינען. פרינט'סטעס? גוט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 06, 2008 10:12 pm
דורך איך_הער
WOW איך האב שוין נישט געזען זילבי'ן אזוי גערעגט, פאר א שיין שטיקל צייט, אזאנס האטער געדארפט מיטהאלטן? (ווער דען?)
נעקסטיים, געב צוריק מנה אחת אפיים, (אויסערן באשרייבן דא.) הייב יענעם אן צו פרעגן, זאג נאר וויפיל קינדער האסטו? יונגעלעך מיידלעך? כ'מיין אז דאס וועט אביסל העלפן.
זייער שיין זיך אויסגעגעבן, אבער מ'טאר דאך נישט אריין פאלן אזוי אין כעס, אפילו ווען ס'איז לטובת א צווייטן איד, אזוי מיין איך.
שכוח פאר די באשרייבונג, די אוסדרוקן זענען געוואלדיג, און נאך א שכוח פארן ארויס שלעפן פון זארעכ'ן א לאנגס און א גוטס, און ווער רעדט נאך פון בחור'ן.
אלטער, שכוח, גוט ארויס געברענגט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 07, 2008 10:20 am
דורך וואס
זילבי, האסט דיך געקענט איינהאלטן פון עם אראפלאזן צוויי פראסקעס ? לויט ווי דו לייגסט עס אזוי גוט אראפ, וואלט איך עם צופאטשט דאס געזיכט.
האסט מיך היבש צושאקעלט, און דיינע אויסדרוקן זענען געוואלדיג (קרעדיט: איכער).
פארעפענטליכט: שבת מרץ 08, 2008 9:36 pm
דורך שוועמל
זילבלערפלעיפלער (יש גורסים זילבער פעפער);
אזוי זיך אויפצורעגן פון א נארישע פראגעלע, נע.. וואס מאכסטוך נאריש. .?
יו נאו וואט? גוט, נעקסטיים וועל איך מערניש פרעגן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2008 10:33 am
דורך יגרסהדותא
זילבער; דעם שבת הער איך ווי צוויי אידן שמועסן פון אן ארטיקל אין קרעטשמע וועגן פרעגן יענעם צו ער האט א דזשאב !!
איך נעם מיך רייבן דאס שטערן, איך ווייס נישט פון אזא ארטיקל, זיי האבן מזל זיי האבן מיר נישט אריינגענומען אין זייער שמועס, ווייל איך וואלט געווארן זייער פארשעמט... [איי ונהפוך ונהפוך וגו', יא, איך האב נישט געוואוסט וואס צו טראכן].
יעצט צופרי, האב איך באשלאסן מ'גייט עס אויפזוכן און יא, איך האב עס געטראפן. זייער שיין [נעבעך אויך מיר א שיינקייט ווי מ'טרעט אויף איד'נס געהירן-פינטל]. כ'האב הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, און פון די אלע נאכדעם.
בנוגע אלטער בחור, לדעתי עסט ער נישט קיין פאפקארן, לכאורה עסט ער האחט-פלעפלער, אדער ציפעדיגע בלאר-בלי-קיו קארן טשיפ.. (נישט פארטוישן מיט די בי-קיו-אי הייוועי..
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2008 1:38 pm
דורך 3x0
א גרויסן שכוח הרב זילבער, און פאר אלע דיינע נאכפאלגער'ס.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2008 4:20 pm
דורך דזשאמבא
זילבער, וואסערע חן דא ליגט, יעדער געט ארויס זיינע שטאף, אלעס ווייל איין גוטן התחלה פון א שול נערווען קריכער. אוי האסטו דאס גוט ארויס געברענגט.
שכח,
אויך פאר זארעכ מיט זיינע אלע נאכפעלגער, אין אויך דארט די 'אלטעבחור' דארטן פארן אראפמאלן, זאג נאר די ווערטער פון ווי קומט? שכח אבער, איך האב גוט געלאכט
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 09, 2008 7:03 pm
דורך מאשקע
הערליך אראפגעלייגט דיין שעת כעס. דאס איז א ריכטיגע כעס של ברכה...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 12:43 pm
דורך יענטאאש
איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א זילבערנע בעכער אזוי גערעגט... א לייכטער האב איך שוין געזען, לייכטערס בכלל זענען געווענלילך מער נערוועז און ס'מאכט סענס אויך, מיט די לעכט וואס ברענען דארט איז שטענדיג הייס, נו ווי קען מען רואיג זיין אונטער אזא היץ... כ'וועל דיר זאגן אפילו מער, א מעסער האב איך שוין אויך געזען מער גערעגטיש, האסט שוין אמאל באטראכט דעם מעסער ווי ער צושניידט די חלה פרייטאג אויפדערנאכט מיט אזא האס? ער ציטערט פאר כעס אזוי שטארק אז ער מאכט די הענט פון דעם איד וואס האלט אים אויך ציטערן, מיט גרימצארן צעפליקט ער די פרישע חלה ווי א הונגעריגער בער, הההאאאא!!!... אבער א בעכער? איי העוו נעווער סין הים אין עי סיטשועישאן לייק דעט, שטייט געווענליך מיט אזא רואיגקייט, מיט אזא הכנעה אויף די האנט פלאך, שאקלט נישט, טאנצט נישט, איך פריוואט האב שוין כמה פעמים דורכגעמאכט דעם גאנצן קידוש אנדעם וואס ער זאל מיר אפילו איין טראפ אויסגיסן...
באט העי, קוק אהער, ער האט א פוינט, די פרנסה שאלה, מיי גודנעס, איך האלט אז מען דארף מאכן א רעגולאציע אז ווען א איד פרעגט אזא שאלה האט דער געפרעגטער די פולע רעכטן און איז אפילו מחויב צו געבן דעם פרעגער א געזונטן ציפ, אבער א געדרייטן, אזוינס ער זאל דאס געדענקען אויף א וויילע. ס'טוסטו פאר פרנסה? ציפ.
בעכער, ווילסטע קא-ספאנסערן דעם ביל?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 1:17 pm
דורך זילבערנע בעכער
חחחח.
נאך די תגובה פון זארעכ האב איך געוויסט אז כאב געשריבן אן ארטיקל...
נאך די תגובה פון אלטער האב איך אליין בעסער פארשטאנען מיין ארטיקל...
נאך די תגובה פון יענטאאש האב איך געלאכט פון מיין ארטיקל...
עטץ פארשטייטס ??
און א דאנק פאר יעדנס תגובה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 10, 2008 1:50 pm
דורך ויהילפלא
וואס גייט דא פאר...
א מין אנשיקעניש....
איך טרעף מיינער א אלטע חבר כ'האב אים שוין נישט געזעהן יארן, מיר געבן זיך א ברייטן שלום עליכם, איך פאראינטערסיר מיר וואס ער מאכט,
פליצלונג....
........
צ...י....פ........ ציפ...... ציפ.....
"וואס איז דאס".... שריי איך אויס
ער קוקט מיר אזוי אן... און פרעגט:
ווען דו האסט מיר געפרעגט "וואס מאכסטו" האסטו נישט געמיינט צו פרעגן וואס איך טו פאר פרנסה....
מאך דיר נישט טעמיש....
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2008 10:24 am
דורך סאכדעס
זילבי זילבי זילבי, כ'שעם זיך דיר צו זאגן, אז איך האב עס הערשט נעכטן געליינט... כ'מוז דיר זאגט עטליכע זאכן:
1) איך האב אויך דיין פראבלעם, כ'קען נאר שרייבן (אמאל) נאך אן אינצידענט...
2) ס'זענען געווען אזעכע וואס האבן אנהויב געקלערט אפילו, אז איך בין זילבי, אבער דאס איז שפעטער אפגעווארפן געווארן נאכ'ן זיין דיין גרויסקייט אין שרייבן, וואס כ'קום נישט צו צו דיינע פאלעס.
3) ווען מ'פרעגט מיך וואס כ'טוה פאר פארנאסע, הער איך נישט....
4) ווען כ'זעה עס ביי א צווייטן, רוף איך זיך באלד אן: העי וואס'מאפקע נינע?
5) דיינע אויסדרוקן זענען יענטאאש'דיג וואונדערבאר...
6) כאף אז דו ביסט שוין רואיג.
7) כ'ווארט נאך עמיציר זאל דיך אויפרעגן....
אגוטן פורים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 3:48 pm
דורך אנדי פעטיט
זילבי, לויט ווי איך פארשטיי האט דער ארטיקעל געדינט צוויי צוועקען. איינס, צו לערנען די עולם א לעקציע, צוויי, אויס צו געבען די כעס. נו, די כעס איז אויסגעגעבן און די לעקציע איז שוין געלערנט געווארן. יעצט וויל איך נאך איין זאך אויף טון מיט דער ארטיקעל. ס'דא אזוי פול גוטע ווערטער מיט וואס איך קען נוצען אויף אפאר בהמות, און ממילא וועל איך זיי די צוזאמנעמען לפונדק אחד למען יעמד ימים רבים.
די פינף בעסטע:
דו אנגעקאטשקעטער בהמה פון אקסן לאנד
דו שטאלענער נערוון פרעסער
פערדס מיניסטארן
דיין גרעבצישע שאלה
דיינע קרעציגע געשעפטן
איך האב מיט געהאלטען א שמועס אין מקוה אפאר וואכען צוריק ווי איינער פרעגט א מארטגעדזש בראוקער בזה"ל, "ווי אזוי גייט עס אין די מארטגעדזש אינדאסטריע היינטיגע טעג?" ענטפערט אים יענער צוריק, וואס ווילסטו וויסען? צו איך האב פרנסה צו נישט? איך האלט נישט ביים דורך רעדען מיינע פרעוואטע ענינים מיט א יעדע יאקעל אין ביהמ"ד, ווילסט וויסען צו די אינדאסטרי איז שוואכער ווי אמאל? וויסטו דאך אז יא, ווייל ווען נישט וואלסטו נישט געפרעגט.
יענער איז אוועק א פארשעמטע און איך האב זייער הנאה געהאט פון זיין גלייכע ענטפער.