וואו גייט מען שלאגן כפרות? - הער אויף!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

וואו גייט מען שלאגן כפרות? - הער אויף!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

המממ... גיב מיר ארויף די סעלצער דארט, יא יא, די מים חיים.. שכח...

לא איש דברים אנכי, כ'האב מיר בכלל נישט צוגעגרייט.... וואס? ווער לאכט דארט? שא.. קבל את האמת, וואסאחילוק וויפיל תגובות איך האב.. אפשר רעד איך צום זאך(נדנ)? אז נישט האסטו צייט צו לאכן דעמאלטס... אבער גיב מיר א טשאנס...

אקעי, איך בין נישט אזא גוטע שרייבער, אבער יא גאר א גוטע און פלייסיגע ליינער, איך האב מיר טאקע לעצטענס דא איינגעשריבן, מיין שרייבן איז אפשר נישט אויף די גוטע זייט, אבער וויסן זאלט איר חברים און ידידים אז א ליינער בין איך אויף אלע באקן. איך האב שוין געזעהן און געליינט דעם וועלטל נישט נאר פון פאריגען דור, נאר כמעט פון ווען עס האט זיך געעפענט.

אני הגבר ראיתי, איך האב מיטגעהאלטן וויאזוי פון א געשמאקע פלאץ וואס איז צוגעשטעלט דערפרישענד צו פארברענגען פאר'ן שווערן ארבעטער צוגלייך ווי פארן שטרענגען בעה"ב, איז צוביסלעך געווארן א פלאץ וואו א חלק ניכר איז אלעס חוץ רואיג זיך אויסצולופטערן.

ניין, איך בין נישטא צו וויינען אויף די פריערדיגע דורות, איך בין נישטא צו זאגן אז אמאל איז געווען בעסערע שרייבערס, איך בין נישטא צו מוסר'ן קיינעם פון אייך חשובע אידן. עס איז היינט דא ב"ה אויף אונזער וועלטל עכטע טאלאנטפולע אידן, אין אלע הינזיכטן. זאל עס זיין פאליטיק, ידיעות, תורה, ארטיקלען, און פארברענגען. אונז האבן מיר פון אלעם דא.

וואס דען? לאמיר זיך מיט אייך אויסשמועסן אביסעלע, אנטשולדיגט פאר די וועג וויאזוי איך פרעג עס, ווייסט אפשר איינער פון אייך אין וועלעכע קהילה "יעענטאש" קערט זיך אן? אפשר ווייסט איינער א-וואו "סאכדעס" שלאגט כפרות? וואו "גרויזאמער" שיקט זיינע קינדער? יא, עס קען זיין אז געוויסע פון ענק ווייסן ווער זיי זענען אין ווירקליכן לעבן, ווייסט עטץ די תירוצים. אבער איז דא געווען אזא זאך אז אויפ'ן "ניק" - נישט ווען האסט אים געקענט - האט מען געקענט וויסן צו ער איז א חסיד פון אים אדער פון יענעם?

און מיינט נישט, אלע האבן זיי געהאט קשר מיט חסידות'ן, אלע האבן ערגעץ געשיקט די קינדער, נאר וואס? עס איז דא א ווירקליכן לעבן, פול מיט דאגות, פול מיט פרישקייטן, פול מיט אלעם, און פארדעם האט מען געמאכט א אנאנימע "ניק" צו פארברענגען אביסל אן די אלע טירדות און אנשויאנגען פון די גרויסע וועלט. אין ביהמ"ד האבן זיי געקענט זיין בלוט שונאים, אבער דא? געקומען איז מען זיך אויסצולופטערן, נישט צו ווייזן אז מיין רבי האט א בלוטיגע פאסיק.

עס איז דא א הסבר אויף די וועלט פארוואס רוב עולם קען אנצייגן אויף א חלק ניכר ניקס וואו זיי שיקן די קינדער? ניקס וואס איך האב נישט קיין השגה ווער ער איז, איך קען נישט דעם ווירקליכן פערזאן, די איינציגסטע זאך וואס איך ווייס איז וואס זיין ניק איז, און אין וועלעכע קהילה ער טאנצט קדוש. און אויף א פארום וואס אפיציעל איז עס נקי מחשש אידישע פאליטיק!

ברידערלעך טייערע, מיר וועלן זיך טעהנ'ן אין מקוה פונקטלעך ווער עס האט געראטעוועט די חינוך און וועמענס ביהמ"ד איז גרעסער. עס איז דא צייט פאר דעם דארט. דא איז מען נישט געקומען פארדעם, מ'איז געקומען "הנאה צו האבן"! די בויך קיצעלט? שרייב אפ א גוטן הומאראסטישן ארטיקל, האסט ידיעות? טייל עס מיט מיט'ן עולם, האסט געהערט א אינטערסאנט שטיקל נייעס? לאמיר הערן, לייג עס אראפ א-ווי נאר דו קענסט. לאמיר פארברענגען אינאיינעם!

איך האב ח"ו נישט קיין טענות צו קיינעם, לעומת זה איז דא א געוואלד ניקס וואס זענען דא פאר איין סיבה, אויפצולייגן א שמייכעל אויף אידישע קינדער. איז פארוואס זיך לאזן אריינשלעפן אין דברים של דופי?

לאמיר זיך נישט לאזן!

מיר ווילן נישט, מיר טארן נישט, מיר קענען נישט, מיר וועלן נישט!

און אז מ'האט שוין די מייק אין די האנט, וויל איך אויסדרוקן מיין געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די געטרייע מנהלים און אחראים וואס ארבעטן אזוי שווער רונדע דעם זייגער שלא עמל"פ צו האלטן דאס פלאץ רעלעטיוו זויבער און ריין. זאלט עטץ וויסן, קעגן יעדע ניק וואס האט קריטיק אויף ענקער ארבעט, איז דא אפאר וואס זענען מיט אייך. האלטס אן!

יעצט הייבט אן: שר העשר, ווער האט דיר געפרעגט, וכו'... רבותי, איך בין א שר העשר. הייסט די פלאץ איז נישט מיינס, ס'איז ענקערס? הער יוא גא! האלט ריין "דיין" פלאץ!
קבל את האמת ממי שאמרו.

----------

כבוד האחראי, איך האב עס געלייגט אין קרעטשמע ווייל איך ווייס נישט פונקטליך וואו עס באלאנגט, אויב האלט איר עס קומט נישט דא, ביטע אריבערפירן וואו עס קומט. ייש"כ.

יישר כח פאר'ן אויסהערן, והוא רחום יכפר...
לעצט פארראכטן דורך אברהם בן ארי' אום מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

דו האסט א גילטי קאנשענס אז ביסט נישט א גוטער שרייבער. ביסט גאר גוט!!
כמותך ירבו באייוועלט. געשמאק און זאפטיג ארויסגעברענגט.

און בנוגע דיין עצם פוינט - זאגסטו שטארקע ווערטער. ביסט ליידער גערעכט. אויב נישט 100%, איז כאטש למחצה ולשליש.
אוועטאר
גיט
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיט »

;l;p- ;l;p-
אמתע דיבורים
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

={'}

און ווי געזאגט, דו ביסט זייער א פיינער שרייבער! מעט מן האור דוחה...
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

גיט האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
אמתע דיבורים


פיין פיין
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ווער ביסטו בכלל - קוים א שר העשר - צו נעמען א שטעלונג און אוועקמאכן אזא געשמאקן זאפטיגן שרייבער'ל?
קיפ איט אפ!
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

שטומפיג האט געשריבן:ווער ביסטו בכלל - קוים א שר העשר - צו נעמען א שטעלונג און אוועקמאכן אזא געשמאקן זאפטיגן שרייבער'ל?
קיפ איט אפ!

דערמאנסט מיר פון די ישיבה יארן, ווען כ'האב אמאל געכאפט א פראסק פון מיין חבר נאך איך האב זיך אליין בארעדט...
התבונני
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

געוואלדיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התבונני »

;l;p-
ביי מיר האסטע געפּוילט
איך הער אויף ....
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28114
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיין געזאגט

הגם איך גלייב זייער שווער אז דו ביסט באמת א פרישער...
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישוב הדעת »

גי ט האט געשריבן:;l;p- ;l;p-
אמתע דיבורים
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

מיינסט איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואס דו ווילסט?

האסט פשוט מורא אז דא אויפן וועלטעל וועט מען וויסן אז דיין קהילה איז נישט געווען גערעכט, און דיין בית המדרש איז דאך אזוי קליין, קומסטו מיר פארקויפן אז איך טאר נישט רעדן פון מיין'ס.

היו לא תהיה.
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

פארווייטאגט האט געשריבן:מיינסט איך ווייס נישט ווער דו ביסט און וואס דו ווילסט?

האסט פשוט מורא אז דא אויפן וועלטעל וועט מען וויסן אז דיין קהילה איז נישט געווען גערעכט, און דיין בית המדרש איז דאך אזוי קליין, קומסטו מיר פארקויפן אז איך טאר נישט רעדן פון מיין'ס.

היו לא תהיה.


דער איז שרעקליך פארווייטאגט..
אוועטאר
א נייער
שר האלפיים
תגובות: 2073
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייער »

;l;p- ;l;p-
פיין געשריבן.
איך ווייס נישט וואס
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

קיבלתי את האמת ממי שאמרו
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פיינע שריפט און נאך בעסערע נקודה!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

לכאורה האט געשריבן:פיין געזאגט

הגם איך גלייב זייער שווער אז דו ביסט באמת א פרישער...


ער שרייבט דאך בפירוש אז ער איז נישט

אגב, עס איז א גרויסע שאד אז די אלע אלטע קומען צוריק נאר מיט נייע לבושים, אזוי אז עס קען זיך דאכטן אז דער גאנצער עולם דא איז ניי...
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”