Advertisement

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

לכבוד פורים: יויש! איך בין אזוי שיכור!!!!!!

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:22 pm

היות איך האב אראפ גענומען פאר דערווייל מיין אנדערע פורי'דיגע ארטיקעל וועל איך פרובירען צו קאמפענסירען מיט עפעס אנדערש (כאטש איך האלט אז ס'קומט נישט צו צו די אנדערע) און איך האף אז ס'וועט אביסל אויף לעבען אין די חדש שמרבין בו בשמחה.


פורים איז די איינציגסטע טאג אין יאר וואס יודען צולאזען זיך אביסל און טרינקען זיך אן, עד דלא ידע בין גראד שטיין לגלייך גיין. עס טוט זיך לוסטיג און לעבעדיג, מ'שיכור'ט זיך אן אין גרויסען. מ'דארף נישט מער ווי ארויס נעמען אפאר קרעטשמע ארטיקלען און זען ווי שיכור די עולם איז. ביינאכט שיכור'ט מען, בייטאג שיכור'ט מען, און ביינאכט שיכור'ט מען שוין ווידער. איך וועל קיינמאל נישט פארגעסען די פורים המשולש וואס איך האב איין יאר פארברענגט אין ירושלים. אוי איז דאס געווען א פורים המשולש. מ'האט גע'שיכור'ט דריי טעג אין א צי, און דערנאך האט מען זיך געוואלגערט אין בעט פאר דריי חדשים אין א צי (איז דאס נישט די געהעריגע סדר היום אין די ירושלימ'ער ישובות?).



א קיצור... איך האב נישט זוכה געווען קיין איין יאר הנאה צו האבן פון די זיסע (אדער ביטערע) שיכורים, ווייל איך אליין בין דאך נישט אויף דער וועלט, אבער רבו עלי חבירי אז היי יאר זאל איך נישט שיכור'ן כדי איך זאל קענען מיטהאלטען די סצענע (אויך ווייל היי יאר האב איך צו וויכטיגע סודות, וואס אויב זיי קומען ארויס, אך אין וויי פאר אסאך מענטשען). און אשר על כן וויל איך דא פארשרייבען פונקטלעך וואס איך האב געזען.



פורים ביינאכט אויפ'ן וועג אהיים פון מגילה ליינען וואק איך אדורך א ישיבה גדולה, פון בחורים בערך 16-18 יאר אלט, זיי זענען אלע פארשטעלט אזוי שיין די באס שטייט שוין גרייט מיט די געלע טשערי לייט און די ספיקערס וואס קראצען אוועק, און הערן נישט אויף איבער שפילען מא מא מא מא מא מא מא יודו לה' חסדוב... און די בחורים לויפן און טאנצען ארום אין מיטען די גאס אויף האלטענדיג 75 קארס און זיי שרייען און הוליען, א פררריייייייייייללללללללללללייייייייככככככככככעעעעעעעע פפפפוווווווווורררררררריייםםם!!!!!!!! שרייט איינער פון זיי.מענטשען בעטען זיך שיין אז זיי זאלן אראפ גיין פון די גאס ווייל זיי ווילן אהיים פארן, איין בחור שרייט ווווווואאאאאאאאסססססס??? איך הער נישט!!!!!! די אנדערע לאכט ווי א שיכור. און איך וואונדער מיך, מ'האט דאך הערשט געענדיגט ליינען די מגילה מ'האט אפילו נאך נישט אויסגעפאסט, ווי אזוי זענען זיי שוין אזוי שנעל שיכור געווארן?


שיכורת ולא מיין...........


איך ענדיג מיין סעודה אין דער היים און איך בין מחליט צו כאפען א שפאציר און געבען א קוק וואס טוט זיך אויפ'ן גאס. אזוי ווי איך קום ארויס אין דערויסן זעה איך ווי איין 13 יעריגע בחור'ל שלעפט זיין חבר ביי די האנט, ווען עס פליען דאללארן ארום ווי נאך א שניי שטורעם. יענק'ל פרעגט חיים "ווי אזוי ביזטו געווארן אזוי שיכור?" חיים ענטפערט "איך האב געטרונקען עט ליסט א גאנצע קעיס וויין" . ביזט משוגע? ווי אזוי קענסטו טרונקען אזוי פול וויין? ס'דאך אזוי עקעלדיג? עקעלדיג? עה! איך טרינק נאר גוטע וויין! איך בין א מבין אויף וויין. ווען איך קום אריין אין א הויז נאך געלט זיך איך גלייך די בעסטע וויין. "וועלעכע וויין?" פרעגט יענק'ל. וואס הייסט וועלעכע? קאנקארד קל! ס'איז די בעסטע וויין! (איך האב כמעט געבראכן נאר פן די געדאנק פון טרינקען א קעיס קאנקארד קל. פעךךךךךךך!!!!)

איך קען מיך נאר פארשטעלען די סצענע שפעטער אין דערהיים. ווען דער חכם'ל האט געבראכען ווי די מבול בימי נח, און זיך געווארפן פאר יסורים אין זיין שלאף צימער, בשעת זיין מאמע שטייט און שרייט קולות וברקים "איך לאז דיך מער נישט ארום גיין נאך געלט קיינמאל!!!!!! האב איך דיך נישט געווארענט נישט זיך אנציטרונקען?" און ער ענטפערט נעבעך קוים מיט דאס לעצטע ביסל כח וואס ס'איז אים פארבליבען "איך האב נאר געטרונקען גרעיפדזשוס" . גרעיפדזשוס? פון גרעיפדזשוס ברעכט מען נישט!!!!! (אנטשולדיגט מרת קולות מאכער, איר האט נאך נישט געטרייט צו טרונקען א גאנצע קעיס גרעפדזשוס – קאנקארד קל). [

די נעקסטע טאג 3 נאכמיטאג האט זיך דער בחור געדרייט אין שומר שבת מיט א בלאסע געזיכט, האלטענדיג ביידע הענט אויף זיין בויך פאר יסורים און געזוכט א מנין מגילה ליינען. גיי דיר, טרינק דיך אן נאך אמאל די נער וואס דו ביזט.


שיכורת מקאנקארד קל......


אבער לאמיר אביסל צוריק דרייען די זייגער צו האלב נאך ניין אינדערפרי. איך האב מיך נאר וואס ארויס געקראצט פון בעט, און איך שפאציר מיך אזוי געמיטלעך צו בית המדרש מיט די טיש בעקישע ברייט אפען, מיין שיינע יום טוב'דיגע טלית קטן פלאטערט אזוי אין די ווינט ווי א פאן, די גארטל איז צוגעקנעפלט פון אונטען. איך זעה ווי א "גרופ" פון בערך כתה ו' – ז' יונגלעך קומען זיך צוזאם אויף די באשטימטע קארנער און גרייטען זיך ארויס צו לאזען אויפ'ן וועג, זיי גייען היינט מאכען שווערע טויזענטעס! וואו מיינען זיי אז זיי גייען? קיינער איז נאך נישט אינדערהיים.

א יעדעס יאר זענען דא אפאר גרופעס פון יונגע קינדער וועלעכע ווילן ביטען די רעקארד און מאכען א 10 אלפים. און כדי צו מאכען אזוי פול געלט זענען זיי מחליט אז זיי וועלען דאווענען ותיקין און זיך ארויס לאזען באלד נאך דעם צו די גבירים. פארשטייט זיך אז נאכן ארויס געשטויסען ווערען פון אפאר הייזער דורך מאמעס וועלעכע האבן נאך די פידזשאמעס אנגעטון ווערען זיי באלד מיואש. זיי זענען מחליט אז זיי גייען נישט מער גיין צו די "קארגע" גבירים וועלעכע ווילן זיי נישט אריין לאזען אין דער היים.

איינער פון זיי קומט אויף מיט א בליץ געדאנק, אנשטאט גיין פון איין עק שטאט צום צווייטען און נאר גיין צו גבירים, לאמיר גיין פון טיר צו טיר! איך בין זיכער אז אזוי וועלען אונז מאכען מער געלט ווייל אזוי קען מען גיין פון איין הויז צום אנדערע אן קיין הפסק פון גיין האלב שטאט. זיי גייען אריין אין די נעקסטע הויז אן מאכען פאר די קינדער און פרויען א שיינע פרישטאג שאו. זיי פלאגען אריין די גרויסע באם באקס (ווייל פייוויש האט געלאזט די באטעריס אין דער היים) און הייבן אן טאנצען . זיי נעמען זייערע דיימס און ניקעלס און זיי גייען צום נעקסטע הויז. אזוי ווי זיי האלטען שוין ביים שוועל פון יאוש, זיי זעען שוין אויס ווי א גרופע טאנצעדיגע אבלים ר"ל, איז זיך איינער מרחם אויף זיי און גיבט יעדע פון זיי א קוואדער. זעסט? שרייט זלמן לייב, איך האב ענק געזאגט אז מ'גייט מאכן אסאך געלט היינט! לעטס גאו! ווייטער! אבער ביז איינס אזייגער, (ווען די גבירים קומען טאקע אן אהיים) האבן זיי זיך שוין לאנג צוקריגט און זיי זענען שוין אלע אין דער היים צוריק מיט זייערע $7.88 וואס זיי האבן געמאכט, אנגעזעצט אינגאנצען.

עניוועי, איך קוק מיך אזוי צו צו די גרופע קינדער און איך זעה באלד אז 2 פון די פינף זענען שוין נעבעך טויט שיכור! יא! פייוויש און אלי' זענען טויט שיכור. פייוויש פאלט אראפ אויף די פלאר, און אלי' פאלט אויף אים. פייוויש זאגט "איך האב שוין געטרונקען פיר באטלעך (טשאקלאד מילך) היינט. איך בין אזזזזווווווייי שששייכור. איך ווייס ניטאמאל אז ס'איז האלב נאך ניין יעצט, איך מיין עכט אז ס'איז האלב נאך צען" און אלי' לאזט זיך נישט און ער זאגט "איך בין אויך אזוי שיכור, איך פיל ווי די וועלט דרייט זיך" . זעט אויס אז ער האט שוין געהאט א שיינע פאר גלעזער.... קאלעיד וואסער היינט. איך קראץ מיך פון אונטען נישט קענענדיג מחליט זיין צו איך זאל מיך נאך ווייקען אין מקוה היינט צו נישט, אין דא וואלגערען זיך נעבעך 2 טויט שיכור'ע קינדער אין די גאס און זיי ווייסען ניטאמאל וואס אן אנגעזעצטע טאג עס ווארט זיי אפ היינט.


שכורת מ'טשאקעלאד מילך.....


נאכן ארום גיין שאלאכמאנעסען א גאנצע טאג (דאס וועט מען שוין לאזען פאר א באזונדערע ארטיקעל) בין איך פינף אזייגער נאכמיטאג אריין געפאלן צום משתה היין ביי איינע פון די גרויסע רבי'ס. וואס זאל איך אייך זאגן? דאס איז דאך די סאפארי פון שיכורים. מ'פארט אדורך די גאנצע היכל, מיט די הויך שטאקיגע פארענצ'עס און מ'טרעפט זיך אן מיט א יעדע מין שיכור וואס עקזיסטירט אויף די וועלט. אבער דארט אינגאנצען ביים פינת דרומית מזרחית איז מיין אויג געפאלען אויף 3 חברה.

אויף די פינפטע שטאק איז געשטאנען א יונגערמאן, אנגעטון מיט א ירושלימ'ער דזיבע און א ווייסע קאפל אונטער זיין פלאכע פורימ'דיגע שטריימעל, און ער לאאאאככט! ער קען נישט אויף הערען לאכען! ער טאנצט און שפרינגט ארום צו אלע רוחות, אריין האקענדיג דערביי אין עניבאדי וואס טרעפט זיך אין זיין ד' פרסה, און ער קוילערט זיך פאר געלעכטער. יעדע פינף סעקונדעס פאלט ער אראפ פון וואקעלניש, אבער ביז א סעקונדע איז ער צוריק ארויף און ער טאנצט און לאכט ווייטער.

איין שטאק העכער אים שטייט נאך א שיכור, גראדע א בחור מיט א רויטע הוט אויפ'ן קאפ און ער בוכה'ט בכיות נוראות. ס'הייסט? פורים איז דאך העכער ווי יום כיפור! מ'קען אזוי פול אויס בעטען. בין בכי' לבכי' כאפט ער אריין נאך א גלעזעל וויין אזש ס'רינט שוין וויין פון זיינע אויגן אנשטאט טרערען. ער מאכט מיט זיינע הענט אזוי ארויף צום הימל און ער ווייייייינט!

איין שטאק העכער אים שטייט א אינגערמאן, האלט זיינע הענט ארום זיין בויך און שאקלט זיך צו אלע 9 זייטן (נאכ'ן טרינקען איז דא 9 זייטן), מיט א מינע פנים וואס זעט אויס האלב זויער האלב ביטער, האלב פרייליך און האלב אנגעזעצט. אזוי קוקענדיג אויף אים פרובירענדיג אויס צו געפונען וואס פאר א מין שיכור דער איז, נעמט ער זיך שיסען פון זיין מויל ווי א קאנאן. יא! האט איר שוין אמאל געזען ווי אזוי די וואסער שפריצט פון די פייפ פון די פייער לעשער? אט אזוי האט ער אויס געזען אזוי גראד אראפ אויף אלע זיבן שטאק פארענצ'עס און ער האט זיך נאר געדרייט צו אלע פיר רוחות פארגינענדיג יעדעם איינעם אביסל פון זיין פורים סעודה, און ווי אויך האט ער שוין אריין געכאםט די זעלטענע מצות עשה פון ונברעכ"ו בך כל משפחת האדמה.

איך האב באלד געגעבן א קוק און באמערקט די פארשידענארטיגע רעאקציע פון די צוויי שיכורים וואס זענען געשטאנען באלד אונטער אים. ביידע זענען געבליבן שטיין אויף זייער פלאץ און זיך נישט אוועק געריקט ווי די אנדערע האבן געטון. די בעיבי (וויינענדיגע) שיכור נעמט זיך באלד וויינען און שרייען "רבוש"ע קוק ווי דיינע קינדער ליידען נעבעך אזוי פול! קוק ווי דיין קינד ברעכט! מיר קענען עס שוין מער נישט אויס האלטען! מיר דארפן שוין די גאולה! וכ' וכו". די קלאוני (לאכעדיגע) שיכור נעמט זיך לאכען און פרייען נאך שטערקער, און ער שרייט קוקטס יודען, ס'דא נאך וויין! ווער עס דארף וויין קען אפלעקען מיין בעקישע! ס'דא א שפע פון וויין! כא כא כא!".


שיכורים שיכורים שיכורים.....


אזוי ווי ס'געווארן נאכט און די ערשטע מנין מעריב האט זיך געגרייט צו שטעלען דאווענען, זעה איך ווי א פרומער אינגערמאן לויפט אריין מיט א סידור אין זיין האנט און לויפט כאפען אפאר דריי פערטל ליידיגע באטלעך וויין. ער נעמט זיך טרינקען איין כוס נאכ'ן אנדערע, אין צווישען יעדע צוויי כוסות לויפט ער זיבן מאל ארום די טיש. ער מאכט אויף די סידור צו שושנת יעקב און ער זאגט .......ארור המן ברוך מרדכי ...... נע! נישט געלונגען, נאך א צוויי כוסות אראפ זיבן מאל ארום די טיש און נאך אמאל מיט די סידור ... ארור המן ברוך מר... נאך א צוויי... נאך זיבן ארום ד... ארור המן ברוך המן... אאאאפפפסס! יעצט איז שוין א שאלה צו ער האט יוצא געווען צו נישט, ער האט דאך געזאגט ברוך המן, אבער דאך ער האט נאך נישט געזאגט ארור מרדכי, וואס טוט מען? ווי איז די דאיען? נו! רופטס שנעל די דאיען! ס'דאך שוין כמעט צוויי אין זיבעציג און איך האב נאך נישט געטרונקען! נו טרונק נאך אפאר כוסות פאר עקסטרע סעקיורעטי, וואסי די פראבלעם? ס'הייסט? אויב טרונקט ער מער ווי די שיעור גייט עס אריין די שווערע שאלה צו עד דלא ידע, איז עד בכלל אדער לא עד בכלל. נו וואס טוט מען? די גרעסטע שיכורים ברעכען זיך קאפ פותר צו זיין די שווערע שאלה פאר דער אינגערמאן. איך מיין אז ער שטייט נאך דארט היינט און ווארט פאר אן ענטפער. פארדעם זאג איך אלץ אז.....


שיכורת איז נישט פאר קיין פרומע יונגעלייט.....

Advertisement

דאנערשטאג מרץ 06, 2008 12:37 pm

די לאכעדיגסטע ארטיקל אין א לאנגע לאנגע צייט. אזוי אמת, און אזוי זיס אראפגעלייגט! (איך וואלט דאס אויך אריבערגעשיקט צו די מנהלים, און געבעטן געלט...)

דינסטאג מרץ 11, 2008 12:46 pm

וואס גייט דא פאר? שוין 5 מעת לעת, און קיינער באדאנקט זיך נישט?... מסתמא איז דער עולם נאך שיכור פון ליינען (דעם אמת'ן תירוץ ווייס איך אויך, איך דארף דאך אבער עפעס צושרייבן ביים צוריקשטעלן פארן פובליקום, אנדערש גייט עס גלייך אין מדור התחתון)

דינסטאג מרץ 11, 2008 1:28 pm

יו האב איך געלאכט........... איך האלט נאך אינמיטן...........

דינסטאג מרץ 11, 2008 1:39 pm

או או איך האב שוין לאנג נישט אזוי שטארק געלאכעט

******************************************
******************************************
******************************************
****************************************
******************* ישר כח אנדי *************
**************************************
***************************************
**************************************
**************************** ישר כח אנדי
************************************************
**********************************************
**************************** ישר כח אנדי ***************
**********************
*************************************
**********************************
********************************
ישר כח אנדי
************************************* ישר כח אנדי ****
**********************************************
***********************************
*************** ישר כח אנדי ***********************
***************************************
***********************************
*********************************** ישר כח אנדי

****
****************************ישר כח אנדי
**************** ישר כח אנדי ****************ישר כח אנדי

******************************* ישר כח אנדי

דינסטאג מרץ 11, 2008 1:47 pm

וואס בעט מען א ייש"כ? נאדיר מיטן פולען הארצען גערן, הגם איך בין נאכנישט אנגעקומען עס אדורך צולעהזען.

דינסטאג מרץ 11, 2008 1:51 pm

אלעקסיי האט געשריבן:וואס בעט מען א ייש"כ? נאדיר מיטן פולען הארצען גערן, הגם איך בין נאכנישט אנגעקומען עס אדורך צולעהזען.
דו האסט דיך טועה געווען. דו האסט מיר פארטוישט מיט איכער.

פון מיינעט וועגען קענסטו ליינען (אדער נישט) אן אפגעבען א שכח.

דינסטאג מרץ 11, 2008 1:57 pm

שעקויעך אנדי

די לעצטע
איז די בעסטע

דינסטאג מרץ 11, 2008 2:01 pm

איך האב עס געטוהען פאר קרעמער'ס וועגן,נישט פאר דיינעטוועגן

דינסטאג מרץ 11, 2008 2:14 pm

אנדי, הההההההההההערליך, דו הערסט וואס איך רעדט צו דיר? איך ווייס נישט וועלכע שפראך דו ווילסט יעצט הערן, לאכעדיג וויינענדיג, אדער עפעס "אימביטווין", אבער ס'איז געוואלדיג

אן אמת'ער ישר כח

דינסטאג מרץ 11, 2008 3:45 pm

אנדי,

זייער שיין, שכוח.

דינסטאג מרץ 11, 2008 3:54 pm

די חקירה פון עד דלא ידע צו עד ועד בכלל איז מעכטיג, מברויך מיר דערוועגן עפענען אין די דיעות פארום אן אשכול, כ'וועל בעטן דעם רבין.

אנדי, פון ספארטס ביז אהער? ווער האט דאס עקספעקטעד, יו העוו ביעטען אלל די אדס!

אנדי 2008! אנדי 2008! אנדי 2008!

דינסטאג מרץ 11, 2008 9:59 pm

לייגט אוועק איין אשכול, און ברענגט ארויס אן אנדערע, און דערנאך וחוסר חלילה, ברענגט ארויס די ערשטע, און לייגט אוועק די צווייטע, איך ווער שוין כמעט צומישט, אנדי, דאס הייסט געמאכט פורים פונעם עולם, נעקסטיים שרייבעס דער אפ אין ווארד, און דארט האלטעס ווי לאנג דו ווילסט, און ווען דו ביסט נימעס, ברענגעס אהער. (דאס איז נאר דו זאלסט געדענקען, ווער, דו ביסט נישט.)

און אצינד, כ'האב אמת'דיג געלאכט, מעכטיג אראפ געלייגט, און דער ונברעכו, איז עפעס סאמטינג, קרעמער, לאזעס אריין אינעם לאזונג.

שכוח תשכח.

דינסטאג מרץ 11, 2008 10:50 pm

יעצט בין איך שיכורת מאנדי ארטיקל

עס איז דעך א מייסטער ארבייט מיטטן גאנצען אמת פאר זיי און פארצעף

מיטוואך מרץ 12, 2008 12:22 am

אנדי, געוואלדיג. אנדי מאמין אז דו קענסט די מלאכה.

מיטוואך מרץ 12, 2008 5:32 am

שכויח אנדי, כאב עס ממש יעצט געלעהזט. ווי קרעמער זאגט 'די לאכעדיגסטע ארטיקל'........ יוי האב איך צאמגעלאכט פון די קינדער וואס גייען מאכן צען אלפים...

אבער די היילייט פון די ארטיקל וואס האט מיך געמאכט ווארפן צו אלע 9 זייטן, איז געווען 'די סאפארי פון שיכורים'........ א רעיון נפלא

מיטוואך מרץ 12, 2008 1:38 pm

געוואלדיג!

היות איך בין דאך פון די קטאגאריע מעמבערס וועלכע באזוכן נישט אזוי אפט דעם 'ספארטס' פורום, דעריבער איז מיר דער ארטיקל געווען א סורפרייז נורא ונפלא! מילא די ספארטסניקערס, זיי ווייסן שוין מסתמא פון לאנג אז "אנדי" איז א "ווארלד סופער ווערייטער", אבער פאר אני הקטן וועלכער ציילט זיך אלס איינער פון די איינפאכע, צוריק געבליבענע, אלט-מאדישע דערפסלייט וועלכע פארוויילן ס'רוב פונעם טאג בלויז אין קרעטשמערישע פארברענגענס, איז דער ארטקל א גילוי נורא ונפלא. איך האב ביז היצט נישט געוואוסט ריכטיג אפצושאצן וואס פארא טאלאנטפולער שרייבער מיר פארמאגן בתוכינו.

ולך אנדי אומר, ווען נישט וואס איך וואלט באליידיגט די באטרעפנדע ניקים, וואלט איך דיר געזאגט אז דו ביסט בעסער ווי ... און ... און אפי' בעסער פון ..., בין איך דאך אבער אין א פראבלעם, דען איך וויל דאך נישט וויי טוהן פאר ..., ... און ... וועל איך דעריבער נישט פורש זיין בשמם המפורש. אבער וויסן זאלסטו, אז יעדער סעקשאן פונעם באשרייבונג, איז ווערט א באזונדער באגריסונג פאר זיך. סיי די קינדער פארשטעלונג און סיי די שיכורים פארשטעלונג. און אפי' דיין איינפאכער שפאציר, מיט'ן אפענעם כאלאט און פלאטערדיגע כנפות'לעך, אין די ניו יארקער גאסן פורים אינדערפרי, איז אויך א ברכה צו מאכן!

מעגסט אויך וויסן, אז בעת די דאזיגע שורות ווערן געשריבן האלט איך נאך ביי עד דלא ידע מה שכתבת ביים שכנ'דיגן אשכול הנקרא: "די פרעזידענטליכע דעבאטע". פארשטייט זיך, אז נאכן זיך אונטערהאלטן מיט דעם ארטיקל וועל איך שוין אנדערש ליינען יענעם ארטיקל אויך. לויט דעם היצטיגן ארטיקל ווארט מיר ווארשיינדליך אפ עפעס א גוטס...

מיטוואך מרץ 12, 2008 3:12 pm

אקעי הממממ, הערשט יעצט אפגעלייענט, א מייסטערהאפטיגע ארבעט.

יש"כ אנדי

מיטוואך מרץ 12, 2008 10:11 pm

געוואלדעוואנע, קראתי ולאכתי.

זונטאג מרץ 16, 2008 11:31 am

איך וויל דא באדאנקען אלע באדאנקערס און קאמפלעמענטירערס כל אחד בשמו הטוב יבורך.

דארפסמאן,
א גרויסע ******************* און אויך ********


פארשלאפען, יגרל, טריאו, יידעניו, מאשקע, שוועמעל, איכער, איזאק און סאכדעס שכח פאר'ן נעמען די מיה צו לעהזן און שכחן.

מיללער,
איך האב מחליט געווען למעשה אז איך וועל נישט לויפען ווייל איך האב מורא פאר נעידער.

פעפער,
דיינס א שכח/תגובה איז דאך סאמטינג ספעשעל ווי שוין אזוי פול מאל דערמאנט אין קרעטשמע, און איך פיל מיך ספעשעל אז איך האב באקומען צוויי אין איין וואך פון דיר. ביי דע וועי איך מוז קאנקורירען מיט דיין טענה אז איך בין בעסער ווי ..... און ....., ס'קען נישט זיין. זיי זענען דאך א באנדע לצים און ווען זיי שרייבען שאקלען זיך די ווענט פון די קרעטשמע פון געלעכטער.

דינסטאג מאי 06, 2008 4:24 pm

אנדי! מעכטיג! געוואלדיג! באמבאסטיש! מעידשער! עקסקלוסיוו! אפילו יעצט לאנג נאך פורים.

נאר איין קשיא, צו ווייסטו דען וויאזוי דו האסט אויסגעזעהן די אלע יארן ביז יעצט ווען דו ביסט לפי דבריך געווען "אזוי שיכור"?
אפשר ווי די לאכעדיגע אדער גאר וויינעדיגע יונגערמאן?

עניוועיס, איך מיין גארנישט, סאיז שוין לאנג נאך פורים, אבער א נייער מעמבער בין איך דאך, האב איך אלע רעכטן עס צו ליינען יעצט.

נאכאמאל! עקסקלוסיוו!, צום באלעקן די פינגער מיט יעדע איינציגע ווארט,
פון וואס האב איך די מערסטע הנאה געהאט?, אמ... המ.... נישטא קיין בעסערס! יעדע איינציגע ווארט איז א מייסטער ארבעט, נישטא די ווערטער דיר צו דאנקען אויף דיינע געשאנקען!

מאנטאג פבואר 09, 2009 3:27 pm

שלשים יום קודם החג! מען מעג שוין מאכן א קנאק יענקל אלס הכנה דרבה.

מיטוואך פבואר 16, 2011 9:03 pm

יאפ, דער ערשטער ארטיקל וואס איך האב געליינט פון קרעטשמע, לאנג איידער איך האב זיך איינגעשריבן.... איי נאסטאלאגיע...

אבער זיך באגעגענענדיג און שמועסנדיג מיט אנדי (כליפ כליפ) אין ס'מעדריש היינט האט מיר עס ארויף געברענגט די זכרונות פונעם ארטיקל, זאל מען אביסל הנאה האבן דערפון. און זאל עס זיין לעילוי ניקו...

פאר די רעקארד: כ'האב פריש געליינט און געלאכט!
שרייב א תגובה

Advertisement