״רפואה העלפּ-ליין״ - מער דאַרף מען נישט זאָגן קיין איין וואָרט!!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חלות
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

״רפואה העלפּ-ליין״ - מער דאַרף מען נישט זאָגן קיין איין וואָרט!!!

תגובהדורך חלות » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:10 am

https://www.charidy.com/refuah



״רפואה העלפּ-ליין״ - מער דאַרף מען נישט זאָגן קיין איין וואָרט!

יעדער איד וואס איז ה״י אמאל דיאַגנאָזירט געוואָרן, יעדער נאָענטער משפּחה-מיטגליד פון אַ קרוב וואָס איז נעבעך אדורכגעגאנגען סיי וואספארא שווערע מעדיקעל-דורכגאנג, ווייסט פון רפואה העלפּ-ליין — און רפואה העלפּ-ליין ווייסט פון זיי!

אַ טאטע איז נעבעך דיאגנאזירט געוואָרן מיט די ביטערע קרענק ה״י.
אַ קינד באַקומט אַ גאָר שווערע, סכנה׳דיגע רעאַקציע השם ישמרנו.

אַן עלטערער איד מוטשעט זיך נעבעך מיט אַ שווערע קאנדישן נאך א סטראוק ה״י.

א יונגע מאמע מוטשעט זיך ליידער מיט א זעלטענע מחלה רחמנא יצילנו.

די ״קעיסעס״ זענען נישט אייניג, ס׳איז נעבעך דאָ אַלע סאָרטן ביטערע מחלות השם ישמרנו, אָבער איין גלייכן שטריך פאַרמאָגן אַלע קעיסעס: זיי וואַרטן אַז ״רפואה העלפּליין״ זאל זיי העלפן פירן אין ריכטיגן וועג בעז״ה, מיט די בעסטע און געטרייסטע באגלייטונג, צו וויסן צו וועלכן ספּעציאַליסט צו גיין, שאַפן די אַפּוינטמענטס ביי די גרעסטע דאָקטוירים, און מיטשפּאַנען אינאיינעם מיט׳ן חולה אויפ׳ן לאַנגן, שווערן וועג.

״רפואה העלפּ-ליין״, דאָס איז דער אַדרעס, דאָס איז דער נומער צו וואו חולי ישראל רופן פאַר יעדע מעדיצינישע פראַגע און ספק.

וועלכער דאָקטאָר זאָל איך ניצן?

וועלכע אינשורענס זאָל איך קויפן?

וואָס זענען די ריכטיגע טריטמענטס פאַר די מחלה?

וואָס זענען די לעצטע מעדיצינישע שטודיעס אין דעם פעלד?

קענט איר מיר שאַפן אן אפּוינטמענט פאר מיין קינד ביי דעם דאקטאר?



24 שעה אין טאָג שטייט ״רפואה העלפּליין״ גרייט צו ענטפערן זייערע פראַגן, און זיי האַרציג באַגלייטן!

די איבער 30 געטרייע ערפאַרענע סטעף-מטגלידער ביי רפואה העלפּליין, האָבן ב״ה די וויסנשאַפט, די ערפאַרונג צו קענען בעז״ה העלפן און באגלייטן חולי ישראל.




כ״י כלו ביגון חיי, ווען דאָס גאַנצע לעבן איז נעבעך איין קייט פון פּיין און פּחד, ציטער און בהלה — אָט דאָ קומען אַריין אין בילד די הימלישע שליחים, כ״י מלאכיו יצוה לך, צו העלפן, צו ראטעווען, צו באגלייטן, מיט דער גאנצער הארץ, מיט דער גאנצער נשמה, אויף יעדן טריט און אויף יעדן שריט, מיט געדולד און וואַרעמקייט!

קיין איין געבעט ווערט קיינמאל נישט צוריקגעוויזן, און קיין איין טעלעפאן-קאָל ווערט קיינמאָל נישט איגנאָרירט!

אפילו ווען אַלע טויערן קוקן אויס פארשלאָסן, וועט ״רפואה העלפּליין״ אלעמאל טון די מאקסימום השתדלות צו טרעפן דעם ״שליסל״!

יעצט אָבער, בעט זיך רפואה העלפּליין פאר ״אייער״ שליסל! מיר מוזן האָבן אייער הילף צו קענען ווייטער העלפן אידישע קינדער פון איבער דער גאנצער וועלט!

אויפצוהאלטן רפואה העלפּליין, מיט אלע אירע פּראָגראַמען צו העלפן חולי ישראל אין יעדן מצב, קאָסט אָפּ ״מיליאָנען״ יעדן יאָר!

בעטן מיר זיך יעצט פון האַרצן טיפן:

מיר זענען שטענדיג מיט די חולי ישראל — איר מוזט יעצט זיין מיט אונז, כ"י אתה עמדי!

איר מוזט יעצט זיין מיט די חולי ישראל! איר האַלט די שליסלען צו זייער ישועה!

מיר מוזן יעצט שאַפן ״צוויי מיליאָן דאָלער״, צו קענען ווייטער אָנגיין מיט די הייליגע פּעולות!

שליסט אויף אייער האַרץ, צוזאַמען וועלן מיר גרייכן אונזער ציל. יעדער דאָלער ווערט געדאָפּעלט!

כ"י רפואה קרובה: צוויי מיליאָן • פאר די חולי ישראל • אלע אינאיינעם!

https://www.charidy.com/refuah
לעצט פאראכטן דורך חלות אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חלות
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובהדורך חלות » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:11 am

f2c8e926b39fbf7512cc42b2c4929584_1568129428.gif
f2c8e926b39fbf7512cc42b2c4929584_1568129428.gif (280.44 KiB) געזעהן 224 מאל
[/image]

https://www.charidy.com/refuah


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], בינוני און 21 געסט