אויפדעקונג: שעדליכער וואפן פאבריק אין נ.י.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

אויפדעקונג: שעדליכער וואפן פאבריק אין נ.י.

תגובהדורך צייט שטיפער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:33 pm

נאווע ירק - שאקירנדע אויפדעקונגען קומען אפיר, נאכן קומען אויף די שפירן פון א שעדליכער וואפן פאבריק ממש אינעם סאמען היימישן ניו יארק!

ווי די אפיציעל'ס און באאמטע געבן איבער, האבן זיך די פארדאכטן אנגעהויבן נאכדעם וואס מען האט באמערקט דורך א קאמערצינאלן פליגער שווארצע רויעך ארויסקומען פונעם דאך פון דעם געהיימען בנין, און נאכן עפענען א גרינטליכן אויספארשונג, זענען די אגענטן אפיר געקומען מיט דאס שרעקליכסטע, נעמליך א שעדליכער געהיימער וואפן פארבריק וואס א געוויסער רעבעלן גרופע פירט שוין יארן לאנג אינמיטן סאמען ניו יארק און א שווער באוואוינטער געגנט.

דאס ארגסטע איז נאך - ווי זיי געבן איבער - אז אין די בערך סקווער מייל פונעם פאבריק וואוינען ארום 30 נפשות, וואס דארינען זענען אריינגערעכנט, קינדער, פרויען, און עלטערע לייט.

ווי זיי זאגן איז דער פאבריק געווען די מערסטע אקטיוו אין די ימים טובים סעזאן, וויבאלד דאן האבן זיי געהאט א גרעסערע פארלאנג פון זייערע אויבערהארן זיך צו באניצן מיט זייערע סחורה.

ווי אויך האט די פאבריק זיך פארשלייערט אינטער א נאן פראפיט ארגענעזאציע כדי צו קענען אנגיין אומגעשטערט אן שטעלן ערסטע פארדאכטן אויף זיך.

ווי מען גיבט איבער גייט נאך אן א אנגייענדער אויספארשונג איבער דעם גאנצן סקאנדל, באריכטן וועלן נאכפאלגן אי"ה.

בייגעלייגט בילדער פונעם וואפן פאבריק:
Annotation 2019-09-10 180828.jpg
Annotation 2019-09-10 180828.jpg (101.13 KiB) געזעהן 1089 מאל


א נענטערע בילד פון דער הייעך:
גרויס.jpg
גרויס.jpg (46.48 KiB) געזעהן 1089 מאל


איינע פון די פארדעכטיגטע פארשוינען ביי די ארבעט:
2.bmp
2.bmp (293.02 KiB) געזעהן 1089 מאל

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:43 pm

ליצנות און א זייט געלייגט. עפעס קומט דארט פאר?
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:54 pm

אולם עקשטיין קאכט פיינע טשולענט
Ilem Ekcstein.JPG
Ilem Ekcstein.JPG (30.77 KiB) געזעהן 999 מאל
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
יש בו
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 8:57 pm

נוקלעארע טשולענט
אל תירא מפחד פתאם, ומשאת רשעים כי תבא, עצו עצה ותפר דברו דבר ולא יקום כי עמנו א-ל, ועד זקנה אני הוא ועד שיבה אני אסבול, אני עשיתי ואני עשה, ואני אסבול ואמלט,

אלופי אדום
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm

תגובהדורך אלופי אדום » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:08 pm

יואש איינער קומט אריין קלארער פונעם צווייטן,

געווען די שרעקעדיגסטע ארט אלס אינגל, אלס געכאלעמט פון דעם ביינאכט מיט די שרעקליכע בילדער
פארוואס טראכט יעדער אנדערש פון מיר???????
פארוואס יעדער מ'לאכט?!?!?!?!

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:09 pm

Kosher Travel האט געשריבן:אולם עקשטיין קאכט פיינע טשולענט
Ilem Ekcstein.JPG

פארוואס האט קרעטשניף א שתי וערב?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:25 pm

מי יודע האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:אולם עקשטיין קאכט פיינע טשולענט
Ilem Ekcstein.JPG

פארוואס האט קרעטשניף א שתי וערב?

זיי האבן נישט געוואלט א מגן דוד. אדער אדער.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1307
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:23 pm

אלופי אדום האט געשריבן:יואש איינער קומט אריין קלארער פונעם צווייטן,

געווען די שרעקעדיגסטע ארט אלס אינגל, אלס געכאלעמט פון דעם ביינאכט מיט די שרעקליכע בילדער

איך האב מיר איינמאל ביי לאנטש ארויסגעכאפט פון לאנטש רום (די אלטע לאנטש רום, מיט די אינטערערדישע סובוועי ביהמ"ד דערינטער) און מיט נאך צוויי נייגעריגע קינדער געגאנגען אויסשפיאנירן דעם שרעקעדיגן מיסטעריעזן ארט, מיר האבן דארט געטראפן פילע אלטע פארדזשאווערטע אויסגעבויגענע אייזענעס, פילע קאנעס פעך שווארצע קאלעך, אוי האבן מיר געכאפט פון ר' יחיאל יצחק ביים צירוק קומען,

אגב דער טראק ברויך אן אשכול פאר זיך, מען האט געשמועסט אז דאס האט אמאל געהאט א חדר דערינען.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו און 6 געסט