איז אנטיסעמיטיזם מותר פאר אידן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

איז אנטיסעמיטיזם מותר פאר אידן?

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:48 am

דער עד איז אינעם 'שיינע עדס אשכול', יעדער שרייבט ווי גוט דאס איז.

עטליכע זענען ביזי מיט די 2 יעריגע אויף די דרשו עדס, אנדערע מיט די אלטע בחור ביי לזוג, אבער איך זע נישט איינעם שרייבן אז עפעס איז ראנג מיט דעם עד.

דער עד ווי א היימישער איד ריטוירנט אן עיר קאנדישען צו וואלמארט נאכן זומער איז ריין אנטיסעמיטיש. סארי, נישט געטראפן קיין בעסערע ווארט דערויף. אויב א גוי וואלט עס געלייגט וואלט ער שוין לאנג געווארן אראפגעריסן און דער דעזיינער וואלט געווען געצווינגן צו רעזיינען נאך פעטיציעס. דאן אלס איד, ביטע לייג עס אויך נישט.

דאס איז אויסער די ליצנות פון אידישקייט וואס ליגט דערונטער, דער באהאלטענער מעסעדזש אז מיר אידן זענען פאני, משוגע, און מיר געבן צוריק עיר קאנדישענס, א זאך וואס דער 'נארמאלע' גוי טוט נישט. (הגם ס'איז אן אומרעכט צו טון, צי אלס גניבת עכו"ם, חילול ה', אבער אראפסטעמפלן דעם חסידישן איד דערמיט, איז אן עולה נוראה).

איך גלויב אז דער דעזיינער האט נישט שלעכט געצילט, אבער אויב דאס גייט זיין א סעריע, זאל ער זיך בעסער באווארענען וואס צו לייגן.
צוגעלייגטע
77745.PNG
77745.PNG (738.28 KiB) געזעהן 1053 מאל
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:08 am

איינער זאל שיקן א אימעל פאר זיי צי טוישן די עד
ביטע

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:52 pm

כ'האב הנאה צו זען אז יעדער האלט ווי מיר, קיינער שרייט נישט אנדערש ווי דער מנהג המקום איז...
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:58 pm

ווילסט דוקא?

די עד מיינט נישט אידן, פונקט ווי די פריערדיגע עד האט נישט געמיינט צו זאגן אז אידן שלעפן צאם גענוצטע סאדע קענס. ער ברענג ארויס דעם געדאנק מיט א גוטע איידיע, און היות דאס איז א אידישע פירמע וואס אדווערטייזט ביי אידן, שטעלט ער א אידישן כאראקטער.

אביונה האט געשריבן:א גוטע עצה זיך פארנעמען מער נישט הערן קול מבשר...
בדוק ומנוסה, אלע אנטיסעמיטן העלן נעלם ווערן....
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:09 pm

האסטו נאך אן אנטיסעמיט.

אבער דארט פארשטייסטו דעם שרייבער, אפשר קען טעלזעק אויך זיינע קאסטומערס
צוגעלייגטע
B77292D3-CC91-490E-AF45-16B3D9463C22.jpeg
B77292D3-CC91-490E-AF45-16B3D9463C22.jpeg (178.41 KiB) געזעהן 812 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:25 pm

די עד איז זיכער אריבער אסאך הענט, די גרעפיקער, די קאמפעני און די אויסגאבעס, עס איז א חידוש אז קיינער האט עס נישט געסטאפט.

למעשה קען זיין א שטיקל לימוד זכות. עס מוז נישט זיין אז עס מיינט עפעס בכלל. שטעל דיך פאר ער לייגט אריין א פיקטשער פון עפעס א דזשאני, א גוי מיט גרויסע האר און מיט דשינס, אין פון אינטן וואלט געשטאנען דער ליין, There are better ways to save money! דעמאלט וואלט דאס אוודאי געווען א קנאק פון א עד. יעצט, ווער זאגט אז ער טאר נישט נעמען א חסידישע יוד? א יאפי מעג ער? א מעקסיקאנע מעג ער? א שווארצע (אפירקאנע אמעריקאנער) מעג ער? אפשר זענען מיר אביסל צו סענסעטיוו און פערענאויד. אויב פון די גאנצע בריאה האט ער פונקט אויסגעוועלט די חסידישע יוד, וואס איז שוין געשען?

סוף כל סוף דער טעלזעק האט ליב צו מאכן פאני עדס, און די מעסעדש דא איז א גוטע, און קען זיין אז עס איז גארנישט ראנג מיט'ן אריינגליין פונקט א חסידישע יוד.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:56 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:כ'האב הנאה צו זען אז יעדער האלט ווי מיר, קיינער שרייט נישט אנדערש ווי דער מנהג המקום איז...

נו לאמיר טרייען...

די קשיא איז אויף אייך:

ווער זאגט אז דער עד מיינט צו באשמוצן אידן? ער רעדט פון א געוויסע נישט שיינע התנהגות ביי געוויסע סארט מענטשן אין אלגעמיין, נאר וויבאלד דער עד ווערט ארויסגעשטעלט פאר אידן דעריבער לייגט ער א בילד פון א איד.
איז פארוואס'שע דען זענט איר גלייך געקומען צו דער מסקנא אז ער מיינט חסידישע אידן, ווייל איר טראכט דאך במחשבה אז זיכער אונז היימישע אידן זענען זיך נוהג אזוי אומ-עטיש און געבן צוריק צובראכענע עירקאנדישאן'ס, און זיכער בלויז דאס מיינט דאך דער עד צו צילן.

נו איז דאס יושר פון אייך צו גלייך צו באצייכענען אלע אידן אלס אזעלכע וועלכע געבן צוריק ערקאנדישאן'ס??....
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:34 pm

די עד האט גארנישט מיט 'ריטערן'

די אינגערמאן איז געלאפן קיין וואלמארט 'קויפן' אן עירקאנדישען אנשטאטס קויפן לאקאל. עס ברענגט ארויס די פשוטע טיפישע סעיווינג וואס מענטשן זוכן אין וואלמארט(דו זעהסט נישט ווי ער איז אויפן וועג ארויס?).
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4905
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:41 pm

1 - קוק אינעם הינטערגרונט.
2 - א נייע עירקאנדישען קומט אין א באקס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:43 pm

ווישוואש האט געשריבן:1 - קוק אינעם הינטערגרונט.
2 - א נייע עירקאנדישען קומט אין א באקס.

איך האב נישט באמערקט, עניוועי איך האב פראבירט עפעס א לימוד זכות.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:46 pm

ב.ד.וו.
אז מען רעדט פון ריטערנס, איך גיי אפט צי וואלמארט און האום דיפאט, און די רטערן ליין איז פול מיט נישט אידישע פון דא ביז קאנארסי. אמאל פאלט אריין עפעס א אידיש פנים, בעיקר ביי האום דיפאט וואס איז נארמאל צי ריטערנען פלאמבינג פארטס וכו' וואס שטומען נישט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אסדר לסעודתא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4483
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 6:54 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:ב.ד.וו.
אז מען רעדט פון ריטערנס, איך גיי אפט צי וואלמארט און האום דיפאט, און די רטערן ליין איז פול מיט נישט אידישע פון דא ביז קאנארסי. אמאל פאלט אריין עפעס א אידיש פנים, בעיקר ביי האום דיפאט וואס איז נארמאל צי ריטערנען פלאמבינג פארטס וכו' וואס שטומען נישט.

ביסט גערעכט, מ'רעדט נישט דא פון די מציאות הדברים פון ריטוירנען, מ'רעדט דא פון דעם סטעמפל וואס מ'האט ליב צו קלעבן אויפן חסידישן איד אז ער ברענגט צוריק דעם עיר קאנדעישען ביים אהיימקומען פון קאנטרי... דער סטעמפל איז ריין אנטיסעמיטיש, און דאס צילט דער עד.
אויב ווילט איר נישט צו טוישן אייער מיינונג, דאן האט נישט קיין טענות אז איך האלט נישט ביים טוישן מיין מיינונג.

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 7:42 am

איך מיין אז דאס איז א ווערטל ווי 'צווישן אונז גערעדט' מיט א בלינק אין די זייט, עס איז נישט גערעכט און קען אפילו אויפברענגען בייז בלוט אבער עס איז לאו דוקא שלעכט געצילט.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 9:16 pm

די עד איז אויסדרוקלעך אקעגן רויטע :lol:
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: בעלי תשובה, חסידים ואנשי מעשה)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט