עס ברענט א פייער פון האס!!! וואס קענען מיר טון???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:10 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:לאמיר זיך בארוהיגן אביסל. מען מאכט עס אביסל ערגער ווי עס איז.

עס וואוינען אין טאון אוו קלארקסטאון אליינס 88,000 מענטשן לויט די 2010 צענזוס. און אין גאנץ ראקלענד קאונטי וואוינען ארום 325,000 מענטשן. נעכטן זענען טאקע ארויסגעקומען עטליכע הונדערט מענטשן, אבער וואפארא פראצענט זענען זיי שוין? 0.1 פראצענט אדער ווייניגער. רובא דרובא איינוואוינער זענען פיינע מענשטן וואס גייט גאנץ ווייניג אהן וואס די איד אין ראמאפא טוט.

עס איז טאקע דא א פראבלעם פון האס און שנאה אבער דער מקור איז נאר פון געציילטע אנטיסעמיטן א שטייגער ווי Michael Hull און Peter Bradley וכת דילם וואס זיי צושפרייטן ליגנטס אין וויסטע שנאה אויף אונז. אויב נעמט מען זיך אויף זייערע ביינער וועט גאנץ שנעל שטיל ווערן.

ווי אזוי נעמט מען זיך צו זייערע ביינער?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:11 pm

זארג נישט האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:עס איז דא אין קונטרס עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי יודן דארפן זיך פירן אין גלות אין אזעלכע אומשטענדן וואס מיר לעבן היינט, דער פראבלעם איז אז אפילו מיר דא וועלן שוין מאכן א איינשטימיגע החלטה וואס מען דארף צו טון (א זאך וואס זעהט נישט אויס זאל פאסירן...) וועלן אבער די צענדליגע טויזנטער יודן אין גאס לאו דוקא דאס אננעמען. אבער פארט איז יעדער יחיד מחויב צו טון וואס די תורה הייסט, און מעורר זיין אנדערע אויף דעם, און האפן אויף די בעסטע תוצאות.

אויב מען וויל זיך אין גאנצן בייגן פאר די גוים מיינט עס

נישט ארויס בויען קיין פארטשעס
נישט בויען קיין סוכות אויף סיידוואקס און גאטערס
נישט האלטן די בליינדס אפען אז דיינע שענדעליערס זאל יעדער זעהן
נישט פארן מיט אויפרייסערישע קארס

ביזטו גרייט דאס אויך נאכצוגעבן?


צו קענסטו אפשר מסביר זיין דיין שאלה?

א יוד פרעגט וואס מען דארף טון, איך שרייב אז ר' אלחנן וואסערמאן שרייבט שוין וואס מען דארף טון. ר' אלחנן וואסערמאן שרייבט (און ווען ער זאל נישט שרייבן ווייסן מיר דאס אליינס) אז "אלעס" וואס ער שרייבט איז "דעת תורה" און דאס איז וואס די תורה פאדערט פון אונז.

פרעגסטו צו איך בין גרייט צו טון וואס די תורה פאדערט? וואס איז די אנדערע ברירה?
קענסט פרעגן די זעלבע וועג "צו ביזטו גרייט צו האלטן דיין געשעפט פארמאכט שבת און פארלירן די גאנצע ריוח וואס מען פארדינט יענעם טאג"?

------------

מען האקט,
זארג נישט האט געשריבן:ווי אזוי נעמט מען זיך צו זייערע ביינער?


געטראכט דאס זעלבע...

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:13 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:אפצושפארען די אשכול וואלט געווען די ערשטע שריט אינעם ריכטיגען דירעקשן.

יא, עס איז א אישו, אבער.... לאז, איך זע נישט עפעס גוטס און קוואלעפיקאציעס אויסצושמיעסן ווי עס איז.

מען זאגט דאך אז די רבנים ווייסען נישט, זאל דער המון עם אויך נישט וויסען?

אוסקלארן צווישן היימישע אידן מיט א ערעסטקייט איז א גוטע זאך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:17 pm

אומאפיציעל, אוודאי אז ר' אלחנן זאגט איז עס דעת תורה און מען דארף פאלגן. איך פרעג נאר פארוואס מען פארשטייט נישט ווען עס קומט צו די אייגענע אינטערסען אז דעמאלט איז אויך דא א התגרות? עס איז זייער גרינג צו זאגן אז "יענער" זאל נישט מאכן התגרות, אבער ווי ביזטו? (איך מיין נישט דיר, נאר אים)
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:21 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:לאמיר זיך בארוהיגן אביסל. מען מאכט עס אביסל ערגער ווי עס איז.

עס וואוינען אין טאון אוו קלארקסטאון אליינס 88,000 מענטשן לויט די 2010 צענזוס. און אין גאנץ ראקלענד קאונטי וואוינען ארום 325,000 מענטשן. נעכטן זענען טאקע ארויסגעקומען עטליכע הונדערט מענטשן, אבער וואפארא פראצענט זענען זיי שוין? 0.1 פראצענט אדער ווייניגער. רובא דרובא איינוואוינער זענען פיינע מענשטן וואס גייט גאנץ ווייניג אהן וואס די איד אין ראמאפא טוט.

עס איז טאקע דא א פראבלעם פון האס און שנאה אבער דער מקור איז נאר פון געציילטע אנטיסעמיטן א שטייגער ווי Michael Hull און Peter Bradley וכת דילם וואס זיי צושפרייטן ליגנטס אין וויסטע שנאה אויף אונז. אויב נעמט מען זיך אויף זייערע ביינער וועט גאנץ שנעל שטיל ווערן.

א שרייבער ווייסט אז פאר איעדע בריוו וואס ער באקימט זענען דא הינדערט וואס האלטן די זעלבע, נאר האבן זיך נישט מטריח געוועהן צו שרייבען...
איך האב זייער מורא אז דא איז די זעלבע זאך... אז פאר יעדע איינס וואס איז דארט געווען האסטו אסאך אנדערע וואס האבען זיך נישט מטריח געווען...

איז לאמיר גיין א טריט ווייטער. וויפיל מענטשן זענען אויפן CWTDWYTK גרופע? 13 טויזנט. און דאס זענען מענשטן פון ראקלענד, אראנדזש, אושען קאונטי נ. ז., און אפילו מענטשן וואס האבן שוין לאנג אוועק געמופט פון די געגנט. קומט אויס אז די גאנצע קליענטעל פון די שנאה שרייבעריי ביי אונז אין ראקלענד איז נישט אזוי גרויס.

נאר וואס דען? די פאר טראבל מעיקערס מאכן א באנטש נויס. זיי דארף מען גוט לייגן אין פלאץ.

איך האף אז לייגן אין פלאץ מיינט מיט א גוטע PR קאמפעין. נו, ווען הייבט מען אן? טוט מען שוין עפעס?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:23 pm

סארקאזי האט געשריבן:הערטס אויף צו באשילדיגן אידען אינעם גוי'ס שנאה צו אונז

ווי כאילו אונז האמיר א קאמען גראונד. אונז זעמער בעצם די זעלבע.נאר סאיז דא זייטיגע סיבות וואס סאיז מעורר די שנאה. און מסתמא בין איך שילדיג. אה סאיז דער כולל אינגערמאן וואס גייט אין באנק און קען נישט קיין ענגליש.( סקען זיין אז די איד שעמסט דיך מיט אים אבער נישט פארדעם האט דיך דער גוי פיינט)

וואינט דער איד צאמגעשטיפט וועט ער שרייען אווערדעוועלעפמענט.וואוינט ער צושפרייט שרייט ער ער דרייט זיך מיר אונטער די פיס. איך וויל אים נישט זע ן.
איז ער ארעם שרייט ער ער סאקט אויס דעם סיסטעם איז ער רייך שרייט ער ער מאנופעלירט ער שפילט אויס דעם סיסטעם.
אודאי מעגן מיר זיך אויפירען בעסער. אבער נישט ווייל דאס גייט אוועקנעמען די שנאה אויף א כלליותדיגע פארנעם. נאר דאס איז פשוט אונזער חיוב כלפי שמיא און כלפי בין אדם לחבירו.

די סבה פאר די שנאה איז ווייל מיר זענען אן אנדערע בריד. נאך בבטן עקב את אחיו.
סאיז איינע פון די גרעסטע ניסים וויאזוי מיר קענען עקזיסטירען. און אונזער עקזיסטענץ איז תלוי אינגאנצען אינעם אייבירשטען. און ווילאנג אונז זעמער נאמן צום אייבירשטען.מיר פראבירען זיך נישט צו פארשענערען פאר די גוים און מיר פארגעסען נישט אז מאיז אין גלות דא איז נישט אונזער פלאץ. דארף מען זיך נישט דאגה'נען.
דער פראבלעם איז אז אפילו חסידישע אידען באקומען א השקפה פון ככל הגוים בית ישראל. איך בין גארנישט אנדערש דא ווי דער גוי. איך האב מיינע רעכטען. אמת ווען די פייטסט פאר דיינע רעכטען דארף עס זיין לדורון לתפילה ולמלחמה ווי זיידי יעקב. אבער נישט ווי דעם אנדערן אמעריקאנער גוי. פארדעם ווערט מען אזוי צורודערט פונעם שנאה.
אבער דער אייבירשטער מאכט עס כדי אונז זאלען נישט ווערן צו באקוועם אין ארצות גלותינו. און זעהן אז עפ''י שכל האבען אידען באמת נישט קיין געהעריג פיוטשער אין ערגעץ מיר דארפען משיח. אפילו אין איזריעל זענען חסידישע אידען נישט פארזיכערט זיי ווילען ענדערש זעהן אן עם חפשי ווי איידער מיליאנען אידען שומרי תורה ומצוות. אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים. כי אנו צאניך ואתה רועינו

איך בין קיינעם נישט דן, און איך באשילדיג נישט קיינעם.
אבער שרייען אז אונז זענען מיר און גלות און אז דאס איז עס, איז אויך נישט ריכטיג!
אויב איז דא עפעס וואס וועט עס לייכטער מאכען אפילו נאר א משהו, זענען אונז דאס מחיוב צו טון מיט אלע מעגליכקייטען וואס אונז פארמאג מיר.
און אויב טוה מיר עס נישט איז דאס א גרויסע אומאחריות.
טאקע דאס אז אונז זענען און גלות איז אונז מחייב צו טון השתדלות על פי דרך הטבע מיט וואס אינז קענען, צו בארואיגען די גוי, און עס איז דא געניג וואס אינז קענען טון אראפצוברענגן די האס און שטילער צומאכען די ראטאריק און שרעקליכע ליגיונות (און אמאל אמאל האלבע אמת) אנטקעגן אונז.

צו לאזען די מצב ווי אזוי עס איז, זענען מיר אויפן וועג צו כמעט זיכערע דיזעסטער ! ! ה"י.
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:28 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:24 pm

.

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:27 pm

זארג נישט האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:אפשר דארפן די קאמיוניטי לידער'ס אונהייבן ארויס קומען מער אגרעסיוו?

ווי למשל?

אגרעסיוו, איך ווייס נישט וואס מען מיינט( דוב הייקינד מהלך האב איך מורא ), אבער וואס מען טיט דארף מען טיען מיט א ערנסטע אחריות אז מען גייט מיט פייער איז עס א שפיל מיט פייער
לעצט פאראכטן דורך לייטער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:28 pm

שרייזשע, א ייש"כ פאר עפענען די אשכול. איך שפיר שוין פון לאנג אז דער נייע עפאכע פון נאנ-סטאפ האס אויף דער אינטענעט איז א טיים באמב קעגן אונז. זאל דער באשעפער האלטן דער רעכטע האנט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:31 pm

לייטער האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:אפשר דארפן די קאמיוניטי לידער'ס אונהייבן ארויס קומען מער אגרעסיוו?

ווי למשל?

אגרעסיוו, איך ווייס נישט וואס מען מיינט( דוב הייקינד מהלך האב איך מורא ), אבער וואס מען טיט דארף מען טיען מיט אחריות

מיינסט אגרעסיווע PR?

הייקינד איז נעכטן געווען אויף דער לערי עלדער שאו רעדן פאר זיין ארגאניזאציע "Americans Against Anti-Semitism"
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:34 pm

שרייזשע האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:לאמיר זיך בארוהיגן אביסל. מען מאכט עס אביסל ערגער ווי עס איז.

עס וואוינען אין טאון אוו קלארקסטאון אליינס 88,000 מענטשן לויט די 2010 צענזוס. און אין גאנץ ראקלענד קאונטי וואוינען ארום 325,000 מענטשן. נעכטן זענען טאקע ארויסגעקומען עטליכע הונדערט מענטשן, אבער וואפארא פראצענט זענען זיי שוין? 0.1 פראצענט אדער ווייניגער. רובא דרובא איינוואוינער זענען פיינע מענשטן וואס גייט גאנץ ווייניג אהן וואס די איד אין ראמאפא טוט.

עס איז טאקע דא א פראבלעם פון האס און שנאה אבער דער מקור איז נאר פון געציילטע אנטיסעמיטן א שטייגער ווי Michael Hull און Peter Bradley וכת דילם וואס זיי צושפרייטן ליגנטס אין וויסטע שנאה אויף אונז. אויב נעמט מען זיך אויף זייערע ביינער וועט גאנץ שנעל שטיל ווערן.

א שרייבער ווייסט אז פאר איעדע בריוו וואס ער באקימט זענען דא הינדערט וואס האלטן די זעלבע, נאר האבן זיך נישט מטריח געוועהן צו שרייבען...
איך האב זייער מורא אז דא איז די זעלבע זאך... אז פאר יעדע איינס וואס איז דארט געווען האסטו אסאך אנדערע וואס האבען זיך נישט מטריח געווען...

איז לאמיר גיין א טריט ווייטער. וויפיל מענטשן זענען אויפן CWTDWYTK גרופע? 13 טויזנט. און דאס זענען מענשטן פון ראקלענד, אראנדזש, אושען קאונטי נ. ז., און אפילו מענטשן וואס האבן שוין לאנג אוועק געמופט פון די געגנט. קומט אויס אז די גאנצע קליענטעל פון די שנאה שרייבעריי ביי אונז אין ראקלענד איז נישט אזוי גרויס.

נאר וואס דען? די פאר טראבל מעיקערס מאכן א באנטש נויס. זיי דארף מען גוט לייגן אין פלאץ.

איך הער... הלוואי ביסטו גערעכט.
אבער טראכט א מינוט פון די פרעסע, וויאזוי אונז ווערן דארט אראפ געלייגט.
ביז לעצטענס איז דאס נאר געווען אין די לאקאלע מידיע, לעצטענס האט זיך עס אריבער געגאסען נאציאנאל אויך.
לויט וויאזוי אינז ווערן געדעקט און די פרעסע איז כמעט נישט מעגליך אונז נישט צו האסן...

"לויט וויאזוי אינז ווערן געדעקט און די פרעסע איז כמעט נישט מעגליך אונז נישט צו האסן" איז דער עיקר נקודה דא, און וואס קענען מיר און דארפן טוהן דערצו?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:40 pm

Graphic24 האט געשריבן:צוריק צום קעפל: וואס קענען מיר טון???

א סך הכל פונעם אשכול (לייטער האט שוין אויף זייט 2 געמאכט די ערשטע סך הכל)

תשובה ותיקון המעשים (ביי מענער און פרויען)
נישט אויפרייצן און אויפרעגן די גוים
א גוטע PR קאמפעין צו נוטראליזירן די העצע קעגן אונז
ארבעטען מיט די פאליטשין'ס עפעס צו טון וועגן די האסע

וואס האביך אויס געלאזט?
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:46 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:איין זאך וואס אונז כאפן נישט אז אונז לעבן מיר יעצט אין היסטארישע צייטן.

אין די ניינטין טערטיס האבן די אידן אויך נישט געכאפט אז די מאמענטן וועלן זיין די גרעסטע היסטארישע רשעות.

אונז גייען יעצט דורך ערנסטע מאמענטן און עס ברענט א פייער ווי די קעפל פונעם אשכול לויטעט.
אנגעהויבן מיט מציצה בפה אפאר יאר צירוק.
רשעות'דיגע פסקים פון דשאדשעס פאר אידן.
כפרות שלאגן.
גזירת החינוך.
ועוד.. פרשות וואס וועלן ווערן היסטאריש
.

עס איז זיכער אז מען דארף מטכס עצה זיין צי זעהן וואס מען קען טוהן עפעס וואס זאל לייכטער מאכן די אנגעצויגע פולווער אויפן חרדיש'ען ציבור.

פאר דעם איז דער עצה אריין צו וועלן רעכטע פאליטישן'ס וואס זענעו נישט אנטי רעליגיע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:49 pm

חנוך האט געשריבן:מ'דארף אריין לייגן אין די חדר קאריקעלים, וואס עס מיינט מענטשליכקייט אין די אלגעמיינע גאס. פשוטע מענאר"ס און באונדרי"ס.

מיר לעבן אין א באבל פון אידישקייט און היימישקייט. מ'דארף לערנען ווי אזוי זיך אופצופירן מיט נימוסי המדינה.

דאס האט נישט מיט חדר נאר מיט טאטע מאמע, ווי זיי פירן זיך אויף.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:50 pm

זארג נישט האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:צוריק צום קעפל: וואס קענען מיר טון???

א סך הכל פונעם אשכול

תשובה ותיקון המעשים (ביי מענער און פרויען)
נישט אויפרייצן און אויפרעגן די גוים
א גוטע PR קאמפעין צו נוטראליזירן די העצע קעגן אונז
ארבעטען מיט די פאליטשין'ס עפעס צו טון וועגן די האסע

וואס האביך אויס געלאזט?

וואס הייסט וואס???
העיקר שכחת, הילפס פראגראמען!!

(סארקאזם אלערט)

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:56 pm

ריכיטיג, האב עס אויס געלאזט. יא, מען דארף טאקע פרויבירן נישט צו דארפן אנקומען צו גאוורמענט פראגראמען וואס ווען דער צאל פון געניסער איז זייער גרויס איז עס א עסק ביי די אידן האסער.

וואס נאך האט מען אויס געלאזט?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:02 pm

אויסגעלאזט (די מער בפרטות)

ארויס לאזן די לופט פון זייערע רעדער

און נישט צו גיסען קיין אויל צו די פייער

יעדער פאר זיך קען מאכן א קליינע דיפערענס.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:07 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:לדעתי איז צייט צו שפילן רחמנות און ארויסנעמען די וויקטעם טיקעט
מען לעבט אין א וועלט פון פראגראסיוו באוועגונג
אלעס קומט זיך פאר א יעדער מינארעטי

אומליגאלע ״קומט זיך״ בחינם שטאטישע הילף מיט דרייווערס לייסענס

שווארצע שפילן שוין רחמנות יארן לאנג ווייל זייערע זיידעס זענען געווען עבדים, ברויך מען גיין צו די ערוויילטע פאלעטישענס און אנהייבן וויינען אויף מידיע פראגראמען וואו מען פיינוגט אונז פשוט אלס מינארעטי

די פראגראסיוו לעבן דאך אז מען דארף עקסעפטן אלע בריות משונות , נו זעמיר דאך זיכער נישט ערגער ... און אונז האמיר אויך אונזער באדערפענישן..

שפילן וויקטעם וועט אונז טאקע העלפען פאר די פראגרעסיווע?

בעסער פטור צו ווערן פון די פראגרעסיוועס.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:07 pm

יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס מיין ניק איז שרייזשע?...
לעצט פאראכטן דורך שרייזשע אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:12 pm

PR איז נישט קיין געשעפט לדעתי, עס איז די דירעקטע היפוך פון די תורה אנווייזונגען פון "הצפינו עצמיכם" און "לכה עמי בואו בחדריך"
און בדרך הטבע קען דאס אויך נישט קיין סאך אויפטון, ווייל ווי אסאך האבן שוין געשריבן די פרעסע דארף זיין גענויגט צו דיר און מסכים זיין צו דעקן דיין זייט, זאת ועוד, אז די העצערס האבן אסאך טענות וואס דו קענסט נישט מיט PR אפווענדן (ווי צום ביישפיל אז די יודן נעמען איבער יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, אדער אז יודן קאנטראלירן "אלעס" אזוי ווי די פאליטישאנס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די ציוניסטישע לאבי, און אזוי ווי די מארקעט'ס וואס פיל פון די גרויסע קארפן קעפ אדער עשירים זענען יודן, אדער די יודישע מולטי מיליאנערן וואס גיסן אריין ריזיגע געלט אין פילע באוואוסטע פראיעקטן אויף רעכטס און אויף לינקס, ועוד ועוד), ווילאנג מיר טוען זאכן וואס שטעלן אונז ביים גוי אין מויל איז צרות, און די עצה איז נישט צו זוכן נאך א קאנאל פון וואו מיר וועלן אנקומען צום גוי אין מויל. וואס יא? איך ווייס נישט. לכו ונשובה אל ה'.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:13 pm

בין דורך געגאנגן דער גאנצע אשכול און נאך צוויי עצות האט מען געגעבן (בכללות האט מען עס שוין געברענגט אבער נישט בפרטות)
ווער איז דאס האט געשריבן:איינס
מחנך זיין דעם ציבור וואס מיינט זיין א גלות איד.

צווייטען
אויפהערען רעדען אין די מידיא פין אונז אנגעהויבין פין לטב למרע

איז שרייען אנטיסעמיטיזעם מאכט נאר ערגער
נישט יעדע זאך וואס מטוט אקעגען א איד האט מיט אנטיסעמיטיזעם

שרייזשע האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:צוריק צום קעפל: וואס קענען מיר טון???

אסאך זאכען!
די ערשטע זאך וואס מען דארף טון, איז אויפוואכונג ביי אונז וואס דא גייט פאר, און מען זאל זיין גאר שטארק AWARE אויף די מצב.
די פוינט איז נישט דא צו מאכען א כעלעמער אסיפה און עס זאל ארויס קומען פון די אשכול א פארטיגע פלאן... די וויכטיגסטע נקודה איז, אז מען זאל צו ערשט אנערקענען די סכנה אין וואס אונז גליטש מיר זיך אריין טיפער און טיפער.

יא און דאס דארף יעדער אריין נעמען אין קאפ, אז פון זיך אליין וועט עס נישט בעסער ווערן, עס איז תלוי אין אונז און בעטן פאר רחמי שמים.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:16 pm

שרייזשע האט געשריבן:יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס מיין ניק איז שרייזשע?...

(נ.ב איך האב נאך אפאר נושאים אויף וואס צו שרייען...)

שרייסט נישט גענוג הויעך, און נישט גענוג אפט.

מיר האבן הנאה פון אייער שרייען.

אין בית המקדש איז אויך געווען א שרייער (גביני מכריז)
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:17 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:PR איז נישט קיין געשעפט לדעתי, עס איז די דירעקטע היפוך פון די תורה אנווייזונגען פון "הצפינו עצמיכם" און "לכה עמי בואו בחדריך"
און בדרך הטבע קען דאס אויך נישט קיין סאך אויפטון, ווייל ווי אסאך האבן שוין געשריבן די פרעסע דארף זיין גענויגט צו דיר און מסכים זיין צו דעקן דיין זייט, זאת ועוד, אז די העצערס האבן אסאך טענות וואס דו קענסט נישט מיט PR אפווענדן (ווי צום ביישפיל אז די יודן נעמען איבער יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, אדער אז יודן קאנטראלירן "אלעס" אזוי ווי די פאליטישאנס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די ציוניסטישע לאבי, און אזוי ווי די מארקעט'ס וואס פיל פון די גרויסע קארפן קעפ אדער עשירים זענען יודן, אדער די יודישע מולטי מיליאנערן וואס גיסן אריין ריזיגע געלט אין פילע באוואוסטע פראיעקטן אויף רעכטס און אויף לינקס, ועוד ועוד), ווילאנג מיר טוען זאכן וואס שטעלן אונז ביים גוי אין מויל איז צרות, און די עצה איז נישט צו זוכן נאך א קאנאל פון וואו מיר וועלן אנקומען צום גוי אין מויל. וואס יא? איך ווייס נישט. לכו ונשובה אל ה'.

PR מיינט נישט דווקא מאכען גרידער, עס איז פאראן שטילע PR.

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:20 pm

עימיצער מיט א דראפשאכטל פון די דרשות געזאגט אויפן ארט (ביים ראקלענד קאונטי גאווערמענט סענטער אין ניו סיטי) דורך חרדישע יונגעלייט און עסקנים?
געווענליך די ווילדע און אגרעסיווע נאטורן, טוען אויף אסאך אויף דער וועלט. אבער דו ווילדער, ערווארט נישט אז מען וועט דיר ליב האבן און פארצוקערן, אויב ביסטו ווילד וועט מען דיר אויסטרונקען דאס בלוט, נישט קיין חילוק וויפיל דו טוסט אויף.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:23 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:PR איז נישט קיין געשעפט לדעתי, עס איז די דירעקטע היפוך פון די תורה אנווייזונגען פון "הצפינו עצמיכם" און "לכה עמי בואו בחדריך"
און בדרך הטבע קען דאס אויך נישט קיין סאך אויפטון, ווייל ווי אסאך האבן שוין געשריבן די פרעסע דארף זיין גענויגט צו דיר און מסכים זיין צו דעקן דיין זייט, זאת ועוד, אז די העצערס האבן אסאך טענות וואס דו קענסט נישט מיט PR אפווענדן (ווי צום ביישפיל אז די יודן נעמען איבער יעדע פלאץ וואו זיי קומען אן, אדער אז יודן קאנטראלירן "אלעס" אזוי ווי די פאליטישאנס וואס ווערן קאנטראלירט דורך די ציוניסטישע לאבי, און אזוי ווי די מארקעט'ס וואס פיל פון די גרויסע קארפן קעפ אדער עשירים זענען יודן, אדער די יודישע מולטי מיליאנערן וואס גיסן אריין ריזיגע געלט אין פילע באוואוסטע פראיעקטן אויף רעכטס און אויף לינקס, ועוד ועוד), ווילאנג מיר טוען זאכן וואס שטעלן אונז ביים גוי אין מויל איז צרות, און די עצה איז נישט צו זוכן נאך א קאנאל פון וואו מיר וועלן אנקומען צום גוי אין מויל. וואס יא? איך ווייס נישט. לכו ונשובה אל ה'.

PR איז א שם כללי, עס קען מיינען א סאך זאכן וואס אויב איינס איז נישט גוט איז אבער דער צווייטע יא געווינטשן.

עס איז דא PR דוב הייקינד סטייל

עס איז דא PR יוסף הצדיק סטייל, זיין גוט צו יעדען און נישט דארפן זיך פארענטפערן

און נאכדעם איז דא PR אויפצוקלערן. וואס אויף צו קלערן איז דאך אין יעדער פלאץ און אין יעדער צייט אנדערש, און די מומחים ווייסן ווי אפצושאצן דער אוי לי אם אומר ואוי לי אם לא אומר.

מען האקט (אזעליכע זעצעס איז געווינטשן)
שרייזשע עז יושיעל אדרעסירט שוין דער פוינט
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט