עס ברענט א פייער פון האס!!! וואס קענען מיר טון???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעדילעק
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:32 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:בארואיגט-אייך

בקיצור זאגסטו אז מען זאל מאכן מער פי אר און אויפווייזן אז אונז זעמיר בעסער ווי די גרועים שבאומות, און די הייליגע כולל יונגעלייט - כלשונך- זענען טאקע נישט אזוי מסודר אבער זיי פארטרעטן נישט כלל ישראל...


אונז האבן שיינע מסודר בעלי בתים, זיי דארפן די אנדערע זען מער, יא מיט די ציצית אינעווייניג, אין שיינע וויקעל, אין פאקט איז, מע זעט נאר נטורא פראטעסטן, אין בנציון ווידער האט אויך נישט מיטגעטראגן בעלי בתים.....


והראיה, אז אין דייטשלאנד האט דער מהלך גאר אסאך געהאלפן, פליז, דער גוי האט דיך פיינט אזוי צו אזוי, איז דער איד ארעם, איז ער א שמוציגער איד וואס לעבט ווי א פאראזיט פון דעם גוי'ס געלטער און ברענטג אלע מחלות וכו', איז דע ראיד רייך האט ער עס געג'גנב'עט ביים גוי, און די אידן קאנטראלירן די וועלט.

מ'דארף טון די מאקסימום השתדלות ווי אסאך תגובות אויבנדערמאנט, זיך אויפפירן איידל אויף די גאס, איידעלער ווי דעם גוי, ווייל דער גוי מעג אלעס און דו נישט, ווייל דו ביסט א דזשו, און זיך נישט אויפרייסן, הצפינו עצמכם, אא"וו. און דער עיקר בעטן ביין רבוש"ע זאל אונז אויסלייזן און אונז אפהיטן אויך די ביסל צייט וואס מיר דארפן נאך דא וויילן אין גלות.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:38 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:כידוע הפירוש על הפסוק לא מאסתים ולא געלתים, שבכל שבעים שנה וכו', וד"ל.

אל תפתח פה וכו' וד"ל.
וכדי להמתיק הענין אגיד שהזמן הוא אחת לששים או לשבעים שנה וכו', וכיון דאידחי אידחי, עבר זמנו בטל קרבנו וכו'.

הלוואי!

אבער איך האב מורא אז דאס איז נאר דער אנהויב פון די האס וואס גיסט זיך אויף אידן (אלע אידן) אויף דער אינטערנעט. נאך יעדן ארטיקל וועגן אידן זענען דא טויזענטער (און בסך הכל מסתמא מיליאנען) קאמענטס קעגן אידען, און עס איז נישט מעגליך זיי נאך צו גיין און צו פארענטפערן (ממתיק זיין) אלע קאמעטס וואס יעדער אנטיסעמיט שרייבט. עס זענען היינט דא מיליאנען מענטשן אויך דער וועלט וואס א גאנצע טאג טוהען זיי נישט עפעס אנדערש ווי שרייבן האס און בלבולים אויף אידען, ווי גערעכט איז שרייזשע אז עס איז א טיים באמב ח"ו.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:55 pm

בר דעת האט געשריבן:דאס איז גאר א ברענעדיגע נושא וואס דארף ווערן באהאנדעלט אחריותדיג דורך די מנהיגים וראשי העדה. איך בין זיכער אז רוב פון אונזערע רבנים זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם פראבלעם, ווען יא וואלט אויס געווען אויף די סאמע שפיץ פון די זאכן אויפן סדר היום.

דאס איז מסתמא איינע פון די גרעסטע סיבות פארן פראבלעם!!!!!! פארוואס ווייסען זיי נישט????? אויף וועלכע וועלט לעבן זיי???????????? :evil: :evil:

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:57 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:דרייוון: טוט מיר א טובה, די וואס באשילדיגן אז שילדיג זענען די ווילדע דרייווער'ס, זיי דרייוון 10 מאל ווילדער ווי די איד.

התנהגות אדער מענערס: יא איך אגרי אביסל אויף דעם, די הייליגע כולל אינגערמאן מעג זיך אופירן שענער אין א באנק אין מאכן אביסל א בעסערע עקספרעשן.

צניעות סאמאטוכע: איך הער דיין מיינוג, אבער דאס לאז ביטע פאר א דעת תורה, אדער עפן א ריזיגע אשכול מיט די גרויסע בוכשטאבן "צניעות אין אינטערנעט ברענגט א פייער פון עמטיסעמעטיזן" צייכן צו א מקור.


הילף פראגראמען: ווער סע דארף עס האבן זאל בלייבן דערמיט, אונז זענען נישט ווייניגער ווי די מעקסיקען.

רייכטום: יא איך מיז דיר זאגן אז דער נישט איד זעט אלע אונזערע טייערע וואכנאכט, וועגן הייזער אין וויקעל סעפנדן זיי סך מער.

אריין וועלן היימישע: מע דארף ארויס שטעלן נויס מעיקער'ס וואס וועלן צימבלען איין מאל אין נאכאמאל ביז ווילאנג דאס וועט ווערן מסודר.

לערנען מיט די קינדער מענער'ס: אונז שטייען אין מענער'ס סך א העכערע לעוול ווי עני פרייוועט סקול, vs האעלעוועיטער מהפרדזשעק'ס.

ארגענעזאציע פאר pr,: דאס איז דאך יעדענ'ס מיינוג אז סע פעלט אויס מער נויס


אזויפיל שטותים צי רעדן אין איין תגובה!!!!!!!!!!
אויסער די קאלירטע ווערטער איז אלעס שטותים און שקר ווי די ע"ז

קעדילעק
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:05 pm

און די קאלירטע איז אויך מעכטיגע שטותים

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:11 pm

לייטער האט געשריבן:איך בין אמאל געפארן אין איינעמס קאר, יענער האט דעמאלסט גערעדט אנקעגן א עסקן אז מיר זענען און גלות,
יענער, די דרייווער וואס האט געהאט טענות איז געפלויגן ווי א חי מיט זיין קאר פארן בריק אויפן FDR ווען עס איז געווען טרעפיק איז ער געפארן אויפן 3טע לעין רעכטס און זיך '' אריינגעכאפט ממש פארן רעמפ די קארן האבן געפיפן אויף אים פארן זיך אויפירן ווי א אום מחונך'דיגע בריאה, סהאט מיר זייער געבאדערט האב איך גענומען די קאראש און געפרעגט ''האסט פריער געטענהט אנקעגן איינעם אז אינץ זעמער און גלות ''
רבותי אינץ זעמער און גלות, פיר דיך אויף סזאל ארויסקומען א קידוש השם, עטליסט רעג זיי נישט אויף

דאס האט פאסירט ביי מיר נעכטן און פאסירט ביי יעדער דרייווער פון צייט צו צייט. איך בין אראפ געפארן נאסטראנד עוועניו און טרעפיק (ווי געווענליך) איז געווען באמפער טו באמפער. אין דער ערשטע לעין קען מען נישט פארען ווייל דארט איז א באס לעין. אויך אין דער לינקע לעין איז אויף יעדער גאס דא עטליכע אומליגאל געפארקטע קארס. מען יאגט זיך און מען בעט מיר צו טון וואס אנדערע טוהען און פארן אין דער לינקע לעין און פעססען אלע קארס מיט צוריק שניידן יעדע האלב גאס צוריק אריין אין דער מיטעלסטע לעין. איך האלט מיך ביי מיינס אז ניין, עס איז א חילול ה'. שרייט מען אויף מיר: אבער זעהסט נישט אז "יעדער" טוט עס, קוק נאר וועסטו זעהן ווי שוין נאך איינער האט עס געטוהן. זאג איך פאר זיי אז אין יענער קאר פארט א "דרייווער", דער כעס קעגן אים איז נאר פאר א רגע און וועט אפילו נישט געדענקן ווער עס האט אים אפגעשניטן. משא"כ ווען איך טוה עס און ער דערזעהט א איד, ווערט ער אויפגעברויזט אז א "איד" האט אים אפגעשניטן און וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן, און נאך מער ער ווערט אויף געברויזט דערמיט אויף אלע אידן ווי עס שטייט ביי המן הרשע (וואס איז אמת ביי אלע אידן האסער אין יעדער דור) "ויבז בעיניו לשלוח יד במרדכי לבדו כי הגידו לו את עם מרדכי, ויבקש המן להשמיד את כל היהודים", דער אייבערשטער זאך אונז אפהיטן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:15 pm

עס איז קלאר אז די גרעסטע שנאה פון די גוי צום יוד קומט ארויס ווען ער זעהט א איד זיצען אויף א עלעקטיט פאזיציע, ווי מער נעשענעל די פאזיציע איז אלס גרעסער ווערט די שנאה.

אין כל חדש
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:18 pm

אה געכאפט דעם טאטער!
הילפס פראגראמען!!
מען קען מיינען וואס אונז טו מיר מיט די הילפס פראגראמען, אונז בוי מיר פאלאצן אין די באהאמעס

רבותי דראפטס הילפס פראגראמען, הייבטס אן צו דרייען מיט קרעדיט קארדס, מן הסתם וועט ריפארטס פון באשווינדלען, אנזעצן קרעדיט קארדס אויסקוקן שענער ווי י ריפארטס איבער הילפס פראגראמען

אדער אפשר שיקטס די קינדער אין פובליק סקול און וואוינטס מיט נאך 2 משפחות אין איין דירה

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:20 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:דאס איז גאר א ברענעדיגע נושא וואס דארף ווערן באהאנדעלט אחריותדיג דורך די מנהיגים וראשי העדה. איך בין זיכער אז רוב פון אונזערע רבנים זענען נישט באוויסטזיניג צו דעם פראבלעם, ווען יא וואלט אויס געווען אויף די סאמע שפיץ פון די זאכן אויפן סדר היום.

דאס איז מסתמא איינע פון די גרעסטע סיבות פארן פראבלעם!!!!!! פארוואס ווייסען זיי נישט????? אויף וועלכע וועלט לעבן זיי???????????? :evil: :evil:

די וואס ווייסן נישט ווייסען נישט צוליב זיי ליינען נישט קיין ניו יארק טיימס אדער אנדערע נייעס קוועלער אויף דער אינטערנעט, און זעהן נישט די טויזענטער און מיליאנען קאמענטס קעגן אידן יעדן טאג. אבער אז מען איז זיי עס מסביר פארשיטייען זיי שוין גאר גוט. עס ליגט אויף די עסקנים צו דערציילן זיי די נייעס (אזוי ווי מען האט זיך אייביג געפירט).
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:22 pm

שמואל שמעלקא האט געשריבן:עס איז קלאר אז די גרעסטע שנאה פון די גוי צום יוד קומט ארויס ווען ער זעהט א איד זיצען אויף א עלעקטיט פאזיציע, ווי מער נעשענעל די פאזיציע איז אלס גרעסער ווערט די שנאה.

ריכטיג. א גוי ערוועלט דורך אידן קען צען פאכיג מער אויף טון ווי א איד עלעקטעד פאר דער אמט. עס איז נישט א גליק צו האבן אידן אונז פארטרעטן.

עס זענע טאקע געווען רבנים אין פולישן סיים, אבער מען דארף עס פארשטיין אין קאנטעקסט. אין אונגארן האבן יא גוים פארטרויטן די אידן.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:23 pm

]
בארואיגט-אייך האט געשריבן:

התנהגות אדער מענערס: יא איך אגרי אביסל אויף דעם, די הייליגע כולל אינגערמאן מעג זיך אופירן שענער אין א באנק אין מאכן אביסל א בעסערע עקספרעשן.


דאס איז די פראבלעם!!!

וואס זיכט א כולל אינגערמאן אין באנק?!
זאל ער גיין און גמ"ח..
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:26 pm

זארג נישט האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:עס איז קלאר אז די גרעסטע שנאה פון די גוי צום יוד קומט ארויס ווען ער זעהט א איד זיצען אויף א עלעקטיט פאזיציע, ווי מער נעשענעל די פאזיציע איז אלס גרעסער ווערט די שנאה.

ריכטיג. א גוי ערוועלט דורך אידן קען צען פאכיג מער אויף טון ווי א איד עלעקטעד פאר דער אמט. עס איז נישט א גליק צו האבן אידן אונז פארטרעטן.

אזוי איז רוב מאל, חוץ ווען די אידישע ערוויילטער רייצט זיך נישט און נעמט נישט די פאזיציע צי נעמען כבוד, און פראבירט צי ווייזן ווי ער העלפט אויך די גוים אייניג, דעמאלסט איז פינקט פארקערט, ער מיט זיין שיינע הנהגות קען סאך מער אויפטוען
כנלע''ד

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:30 pm

וויל וועלן האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:
איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!

ווער רעדט פון חילול השם?
איך רעדט פון אינזער עקזיסטענס!


איך גלייב אז די דאגה פון אונזער עקזיסטענס איז צו א גרויסער הוט, עס פיט נישט פאר אן עסקן וכו' דאס אנצוטון. אין די היינטיגע סאושעל מידיע עפאכע ווען אלעס איז אפען אין פולן זין פון ווארט, אלע דריידלעך וכו', איז זייער שווער צו קאנטראלירן דעם גוי; וויפיל גוטס די PR קאמפיין וועט גיסן וועט אלץ זיין נעגעטיוועטי וואס וועט דאס פארדעקן.

האט דאך שוין שרייזע געזאגט אז פאר דער ערשטע קאטעגאריע האסער וועט PR נישט העלפן און צו זיי דארף מען אנדערע מיטלן. אבער צו די אנדערע צוויי קאטעגאריעס קען און וועט העלפן PR וכל המרבה מיט גוטע PR הרי זה משובח. יעדער איד דארף זיין א אמבעסאדאר אוו גוד וויל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:32 pm

שמואל בארג האט געשריבן:לאזן אזוי ווי ס'איז איצט איז זיכער נישט גוט, ברויך מען ערנסט מטכס עצה זיין צו מען האט ביז אצינד גוט געהאנדעלט, און וואס מ'קען טון מהיום והלאה.

א ריכטיגע באמערקונג.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:40 pm

וויל וועלן האט געשריבן:איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!

אוודאי דארף מען עפעס טוהן, סור מרע ועשה טוב, אויב האט דער גוי א האלב גערעכטע טענה איז מאך זיכער אז ער זאל מער נישט האבן קיין טענות אויף דיר און כאטש קויף אים אינטער מיט גוטע רייד, בארואיג אים, טוה עפעס. און אויב איז דער טענה פון דער גוי א פאלשע און א אינטערגעהעצטע, איז דעמאלט עשה טוב און גיי שטעל זיך ארויס מיט א גוטע PR אים אויף צוקלערן און אים בארואיגן.

טוהן גארנישט איז נישט א אפשען, און קיינמאל נישט געווען.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:40 pm

לאמיר פרובירן מאכן א קידוש ה' מיט אונזער אויפפירונג.

ווען מ'זעהט איינעם פון זיי וויל זיך אריינרוקן פארנט פון דיר אויפן ראוד (אפי' ער איז געווען א אויבערחכם) צייג עם אז ער קען אריינקומען הארצן גערן, ס'איז א אינוועסטמענט פון מערסטענס 2 סעקונדעס אבער קען האבן א גאר ווייטע השפעה.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:41 pm

הערטס אויף צו באשילדיגן אידען אינעם גוי'ס שנאה צו אונז

ווי כאילו אונז האמיר א קאמען גראונד. אונז זעמער בעצם די זעלבע.נאר סאיז דא זייטיגע סיבות וואס סאיז מעורר די שנאה. און מסתמא בין איך שילדיג. אה סאיז דער כולל אינגערמאן וואס גייט אין באנק און קען נישט קיין ענגליש.( סקען זיין אז די איד שעמסט דיך מיט אים אבער נישט פארדעם האט דיך דער גוי פיינט)

וואינט דער איד צאמגעשטיפט וועט ער שרייען אווערדעוועלעפמענט.וואוינט ער צושפרייט שרייט ער ער דרייט זיך מיר אונטער די פיס. איך וויל אים נישט זע ן.
איז ער ארעם שרייט ער ער סאקט אויס דעם סיסטעם איז ער רייך שרייט ער ער מאנופעלירט ער שפילט אויס דעם סיסטעם.
אודאי מעגן מיר זיך אויפירען בעסער. אבער נישט ווייל דאס גייט אוועקנעמען די שנאה אויף א כלליותדיגע פארנעם. נאר דאס איז פשוט אונזער חיוב כלפי שמיא און כלפי בין אדם לחבירו.

די סבה פאר די שנאה איז ווייל מיר זענען אן אנדערע בריד. נאך בבטן עקב את אחיו.
סאיז איינע פון די גרעסטע ניסים וויאזוי מיר קענען עקזיסטירען. און אונזער עקזיסטענץ איז תלוי אינגאנצען אינעם אייבירשטען. און ווילאנג אונז זעמער נאמן צום אייבירשטען.מיר פראבירען זיך נישט צו פארשענערען פאר די גוים און מיר פארגעסען נישט אז מאיז אין גלות דא איז נישט אונזער פלאץ. דארף מען זיך נישט דאגה'נען.
דער פראבלעם איז אז אפילו חסידישע אידען באקומען א השקפה פון ככל הגוים בית ישראל. איך בין גארנישט אנדערש דא ווי דער גוי. איך האב מיינע רעכטען. אמת ווען די פייטסט פאר דיינע רעכטען דארף עס זיין לדורון לתפילה ולמלחמה ווי זיידי יעקב. אבער נישט ווי דעם אנדערן אמעריקאנער גוי. פארדעם ווערט מען אזוי צורודערט פונעם שנאה.
אבער דער אייבירשטער מאכט עס כדי אונז זאלען נישט ווערן צו באקוועם אין ארצות גלותינו. און זעהן אז עפ''י שכל האבען אידען באמת נישט קיין געהעריג פיוטשער אין ערגעץ מיר דארפען משיח. אפילו אין איזריעל זענען חסידישע אידען נישט פארזיכערט זיי ווילען ענדערש זעהן אן עם חפשי ווי איידער מיליאנען אידען שומרי תורה ומצוות. אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים. כי אנו צאניך ואתה רועינו
לעצט פאראכטן דורך סארקאזי אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
נישט יעדער פארשטייט סארקאזים
אבער סארקאזי פארשטייט יעדעם איינעם
(חוץ איינער וואס טראכט אנדערש ווי מיר)

אוועטאר
לייטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:41 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:לאמיר פרובירן מאכן א קידוש ה' מיט אונזער אויפפירונג.

ווען מ'זעהט איינעם פון זיי וויל זיך אריינרוקן פארנט פון דיר אויפן ראוד (אפי' ער איז געווען א אויבערחכם) צייג עם אז ער קען אריינקומען הארצן גערן, ס'איז א אינוועסטמענט פון מערסטענס 2 סעקונדעס אבער קען האבן א גאר ווייטע השפעה.

;l;p- אזוי טי איך אייביג

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:42 pm

לייטער האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי פון יוסי געשטעטנר, זענען נאר א חלק וויסטע צעהיצטע אנטיסעמיטן. די רוב איינוווינער מיט וועם ער האט גערעדט איבער 2 שעה שוין נאכן מיטינג דייקא נישט קיין העצער און עכטע אנטיסעמיטן נאר סטם אנגעהעצט געווארן אדער האבן זיי באמת מורא פון וואס די אנטיסעמיטן העצן אז למשל מען גייט איבערנעמען ראקלענד וכדומה
סא אויף די רוב פרידליכע שכנים (עטליסט קענען זיין פרידליך) קען מען און מען דארף ארבעטן זיי זאלן זיין פרידליך

ריכטיג מען דארף ארבעטן וכל המרבה הרי זה משובח.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:48 pm

עס איז דא אין קונטרס עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי יודן דארפן זיך פירן אין גלות אין אזעלכע אומשטענדן וואס מיר לעבן היינט, דער פראבלעם איז אז אפילו מיר דא וועלן שוין מאכן א איינשטימיגע החלטה וואס מען דארף צו טון (א זאך וואס זעהט נישט אויס זאל פאסירן...) וועלן אבער די צענדליגע טויזנטער יודן אין גאס לאו דוקא דאס אננעמען. אבער פארט איז יעדער יחיד מחויב צו טון וואס די תורה הייסט, און מעורר זיין אנדערע אויף דעם, און האפן אויף די בעסטע תוצאות.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:51 pm

אייער_קיכל האט געשריבן:לאמיר פרובירן מאכן א קידוש ה' מיט אונזער אויפפירונג.

ווען מ'זעהט איינעם פון זיי וויל זיך אריינרוקן פארנט פון דיר אויפן ראוד (אפי' ער איז געווען א אויבערחכם) צייג עם אז ער קען אריינקומען הארצן גערן, ס'איז א אינוועסטמענט פון מערסטענס 2 סעקונדעס אבער קען האבן א גאר ווייטע השפעה.

יא עס הייסט שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו, און ווי דער מעשה ווערט דערציילט אז דער נודע ביהודה האט אמאל א טובה געטון פאר א גויאיש קינד, און יארן שפעטער האט ער געראטעוועט אלע אידן אין פראג.

ווען א גוי שטעלט זיך אמאל אפ פאר דיר אויף דער ראוד און ער טוט דיר א טובה, איז א סאך מאל צוליב ווייל א אנדערע איד האט אים אמאל געטון א טובה. און פארקערט אויך ווען ער איז אמאל זייער בייז אויף דיר און די פארשטייסט נישט פארוואס, קען עס אמאל זיין ווייל א פאר מינטי צוריק האט אים א איד צוגעפיקסט (און לאכט אן טראכטן וואס ער האט א צווייטן איד יעצט אפגעטון). עס גייט ביידע וועגן.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:55 pm

אומאפיציעל האט געשריבן:עס איז דא אין קונטרס עיקבתא דמשיחא פון ר' אלחנן וואסערמאן זצ"ל הי"ד פונקטליכע אנווייזונגען וויאזוי יודן דארפן זיך פירן אין גלות אין אזעלכע אומשטענדן וואס מיר לעבן היינט, דער פראבלעם איז אז אפילו מיר דא וועלן שוין מאכן א איינשטימיגע החלטה וואס מען דארף צו טון (א זאך וואס זעהט נישט אויס זאל פאסירן...) וועלן אבער די צענדליגע טויזנטער יודן אין גאס לאו דוקא דאס אננעמען. אבער פארט איז יעדער יחיד מחויב צו טון וואס די תורה הייסט, און מעורר זיין אנדערע אויף דעם, און האפן אויף די בעסטע תוצאות.

אויב מען וויל זיך אין גאנצן בייגן פאר די גוים מיינט עס

נישט ארויס בויען קיין פארטשעס
נישט בויען קיין סוכות אויף סיידוואקס און גאטערס
נישט האלטן די בליינדס אפען אז דיינע שענדעליערס זאל יעדער זעהן
נישט פארן מיט אויפרייסערישע קארס

ביזטו גרייט דאס אויך נאכצוגעבן?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:04 pm

בר דעת האט געשריבן:איין וויכטיגע זאך וואס יעדע יחיד דארף טוהן, איז זיך צו פארלייגן בכל כוחו נישט צו דארפן אנקומען צו סיי וועלכע בארעכטיגטע רעגירונגס פיניאנציעלע הילף. און ווער עס איז יא דערויף דארף פראבירן כל טצדקי שבעולם זיך צו קענען ארויסזעהן דערפון ווי שנעלער. די טענה אז מען איז בארעכטיגט פאר געוויסע הילף מאכט עס נישט פאר קיין לכתחילה צו נהנה זיין דערפון. דאס איז א אליה וקוץ בה במלוא מובן המלה.

עס כאפט א פחד ווי געוויסע סטאטיסטיקס איבער די ארימקייט שטאפל פון עטליכע היימישע שטעט ווערט כסדר איבערגעקייט און די פרעסע. מי יתן אז קיין איין פון אונזערע היימישע געגענטער זאלן אפילו נישט זיין פון די ערשטע הונדערט.

Please use your brains when commenting

יא עס קען טאקע העלפן, אבער ווי אנדערע האבן שוין געשריבן איז דאס נישט דער עיקר פראבלעם (און ביי טייל האסער וועט עס נישט אויס מאכן), אבער העלפן קען עס זיכער.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:07 pm

איי קנוי האט געשריבן:if you look back in the 1930s in Germany everything started with the hate in the media

ריכטיג, און די נייע מולטי מידיע פון היינט איז פיל פאכיג ערגער, די ביסל גוטע דעקונג און גוטע קאמענטס אויף אונז ווערט בטל בששים.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:08 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:אפשר דארפן די קאמיוניטי לידער'ס אונהייבן ארויס קומען מער אגרעסיוו?

ווי למשל?
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט