עס ברענט א פייער פון האס!!! וואס קענען מיר טון???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעדילעק
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

תגובהדורך קעדילעק » זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 10:08 am

צו אלע קריטיקרערס, ר' יוסי געשטעטנער טוט נישט ווי די אפריקאנער געמיינדעס און זייערס גלייכן, ער מאכט נישט קיין ראיאטן און ווילדע מחאות, ער איז שיין מסביר, ער ענטפערט אם, און מ'דארף אים מחזק זיין מיט וואס מ'קען, און אויך דארף מען צושטעלן נאך "נארמאלע" עסקנים און ווארט זאגער וואס זאלן העלפן טון די חלק פון השתדלות אפשוואכן די אנטיסעמיטישע און העסליכע אויסברוכן.
און דער עיקר דארף מיר אלע מתפלל זיין און פארבעסערן אונזערע וועגן עד ישקיף ה' וירא מן השמים וירחם על עמו וצאן מרעיתו.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:08 am

קעדילעק האט געשריבן:און דער עיקר דארף מיר אלע מתפלל זיין

די היינטיגע פזמון אין סליחות האט מיר דערמאנט פון דעם, אזעלכע טייערע תפלות, מען דארף איינצורייסן!!!

יִשְֹרָאֵל נוֹשַׁע בַּה' תְּשׁוּעַת עוֹלָמִים. גַּם הַיּוֹם יִוָּשְׁעוּ מִפִּיךָ שׁוֹכֵן מְרוֹמִים. כִּי אַתָּה רַב סְלִיחוֹת וּבַעַל הָרַחֲמִים:
שְׁעָרֶיךָ הֵם דּוֹפְקִים כַּעֲנִיִּים וְדַלִּים. צָקוּן לַחֲשָׁם קְשׁוֹב יָהּ שׁוֹכֵן מְעֻלִּים.
פְּחוּדִים הֵם מִכָּל צָרוֹת מִמְּחָרְפֵיהֶם וּמִלוֹחֲצֵיהֶם. נָא אַל תַּעַזְבֵם ה' אֱלֹקֵי אֲבוֹתֵיהֶם:
טוֹבוֹתֶיךָ יְקַדְּמוּ לָהֶם בְּיוֹם תּוֹכֵחָה. וּמִתּוֹךְ צָרָה הַמְצִיאֵם פְּדוּת וּרְוָחָה:
יִוָּשְׁעוּ לְעֵין כֹּל וְאַל יִמְשְׁלוּ בָם רְשָׁעִים. כַּלֵּה שֵֹעִיר וְחוֹתְנוֹ וְיַעֲלוּ לְצִיּוֹן מוֹשִׁיעִים:
הַקְשִׁיבָה אָדוֹן לְקוֹל שַׁוְעָתָם. וְלִמְכוֹן שִׁבְתְּךָ הַשָּׁמַיִם תַּעֲלֶה תְפִלָּתָם. כִּי אַתָּה רַב סְלִיחוֹת וּבַעַל הָרַחֲמִים:

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 1:28 pm

יוסי געשטעטנער:מען האקט אויף חסידים יעדן איינציגסטן טאג
http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTg5MTk=

אוועטאר
בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

ווי לאנג נאך?

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 1:49 pm

ווי מע גייט אין ווי מע שטייט זעט מען אופענע האס קעגן אונז היימישע אידן אבער די פראבלעם איז אז די האס קומט פון 2 פלעצער.

1- דער נישט איד, וואס האלט נישט אונזער הצלחה.

2- דער איד וואס האלט נישט אויס אנזער הצלחה.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 5:02 pm

לייטער האט געשריבן:יוסי געשטעטנער:מען האקט אויף חסידים יעדן איינציגסטן טאג
http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTg5MTk=

געבלאקט אויף מיין פילטער. איינער קען עס ביטע לייגן?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 5:04 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:יוסי געשטעטנער:מען האקט אויף חסידים יעדן איינציגסטן טאג
http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTg5MTk=

געבלאקט אויף מיין פילטער. איינער קען עס ביטע לייגן?

רוף קול מבשר און הער עס אויס.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 5:07 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:יוסי געשטעטנער:מען האקט אויף חסידים יעדן איינציגסטן טאג
http://www.yiddish24.com/share/Y2F0ZWdv ... lEPTg5MTk=

געבלאקט אויף מיין פילטער. איינער קען עס ביטע לייגן?

רוף קול מבשר און הער עס אויס.

הער נישט, העסטו שלאפן רואיגער...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 12:45 pm

וויל וועלן האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:עס ברענט א פייער פון שנאה און האס אנטקעגן אינז חסידישע אידען!
א פייער וואס אויב לאזט מען עס אזויווי דאס איז, גייט עס ווערן ערגער פי כמה, די אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין, עס קען אינז נאך גורם זיין אובאשרייבליכע צרות ברחניות ובגשמיות.

דאס אז אפאר הינדערט גוים זענען זיך מטריח ארויס צורייסען פונדערהיים פשוט אויסצודריקען האס אנטקעגן אינז, איז נישט עפעס וואס אינז מעגן איגנארירען, אינז זענען מיר מחיוב צו טוען וואס אינז קענען מיר דאס אפצושטעלן.

איז לאמיר זען וואס קענען מיר באמת טוען?

וואס איך האב ארויס גענימען פון די נעכטיגע מיטינג ביי די ראקלענד קאונטי לגעסלעטאר, איז, אז עס זענען פאראן 3 סארטן ביי די וואס האסען אינז:
1) גוים וואס האבען אינז פיינט בלויז ווייל אינז זענען מיר אידען / חסידישע אידען, דאס זענען גוים וואס האבען פיינט איעדער וואס טראכט אדער קיקט אויס אנדערש ווי זיי, אדער זענען זיי אנגשטעקט מיט די 2000 יאריגע עשיו שונא ליעקב.

2)דאס זענען דא גאר אסאך גוים (דאס איז די רוב) וואס בעצם זענען זיי נישט קיין העיטערס, דאס הייסט זיי האבען נישט פיינט איעדער וואס קיקט אויס אנדערש ווי זיי, נאר מען פארקויפט זיי פשוט שקרים וכזבים וועגן די היימישע עולם, אין זיי הערן נישט די פאקטן פארקערט, וואס דאס מאכט אז זיי זאלען אינז פיינט האבען.

3) מענטשען וואס האבן גאנצע צו האלבע לעגעטימע טענות, וואס אינז קען מיר זיי פארשטיין וואס באדערט זיי, (בראש פון די טענות האט ארויס געשטארט די טענה פון אווער-דיוועלעפמענט, וואס די טענה פרשטייען רוב מאנסי איינוואוינער גאנץ גיט...)

אויף די ערשטער סארט גוי איז נישטא וואס צו טוען (אחוץ פארדאמען...) ער וועט דיר פיינט האבען נישט קיין חילוק וואס, עס איז א שאד די שפייעכטס זיך אפצוגעבן מיט אים!
אבער מיט די צווייטע און דריטע סארט גוי וואס ווערט פשוט פארפירט אדער האט ער לעגטימע טענות זענען מיר מחיוב זיך אפציגעבן! אינז זענען מחיוב צו טוען כל מה שבידינו דאס אפצושטעלן!!! אבער שוין יעצט ביפאר עס איז ח"ו צו שפעט!!

לדעתי איז דאס א ריזיגע אומאחריות פון אינזער זייט אז אינז האבען מיר נישט א ריזיגע ארגענעזאציע וואס זאל טוען פאזעטיווע PR פאר די היימישע עולם., און וואס זאל אפשלאגען ליגיונות וואס ווערן פארשפרייט אנטקעגן אינז. ווער נאך דארף עס אזוי וויכטיג ווי אינזער ציבור?? (OJPAC איז די איינציגסטער וואס טוט דערווייל די מערסטע צום זאך, מאכט אפשר מיסטעיקס? אפשר, אבער ער טוט!)
און די מיט די לעגעטימע טענות וואס איז דא אנטקעגן אינז זאל מען אנהייבען ארבעטען מיט די שכנים מיט הכנעה, אין ווי גלות אידען! אפילו ווען עס גייט אביסעלע אנטקעגן אינזער באקוועמליכקייט. (ווי למשל אווער דיוועלעפמענט, וואס אגב דאכט זיך אז דאס האט שטארק צוטוען מיט ספעשיל אינטרעסטס...)

עס איז א צייט באמבע! ! ! !


איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!

הונדערט פראצענט!! מדארף נישט און מטאר נישט גארנישט טון!!
אבער א בלאק וואוט וואס פירט צו צודרייטע אווער דעוועלאפמענט הייסט שוין איינמאל "געטון השתדלות" !!.
הערטס שוין טאקע אויף צו טון השתדלות!!
מוואוינט א לייף סטייל וואס איז אומדערהערט אין אמעריקע, דא איז נישט קיין סיטי!!
די טרעפיק אין וואס דו זיצט יעדע פרייטיג (אדער אגאנצע וואך...), און די צוהאקטע ראודס אויף וואס דו רעגסט זיך, רעגט זיך דער גוי פי כמה, ער ווייסט נישט פון קיין ימים טובים נייע קאפלס וכו' אלע תירוצים וואס מהאט...
און מיט וועלכע רעכט זאגט מען פאר א גוי לך לך מארצך וממולדתך, נישט יעדער דארף געלט, אסאך ווילן די קינדער יארן, די הייזל די הויפל די בוים..
"דער עולם וויל עס!!" האסט שוין אמאל געמאכט א רעפערענדום? אדער אלס געסטראשעט אנטקעגן וואוטן פאר די אנטיסעמיטן........??!!
יעצט איז געשען א שטעכעריי אין מאנסי!!
עסקנים טייערע עסטס אויף אייער היימיש געקאכטע פארציע!!
אבער וואס ווילט עטץ פון כלל ישראל? פון וואו מיינסטו קומען די אלע פראבלעמען מיט די שכנים אין אלע יודישע ישובים?? מהאט ליידער געוויזן פארן גוי וואס דער יוד איז, רח"ל!!!
וואס האט היטלער ימ"ש געשריגן? אז דער יוד וויל "איבערנעמען" "קאנטראלירן" די וועלט!!
וואס האט להבדיל אלף אלפי הבדלות יעקב אבינו אנגעזאגט די הייליגע שבטי קה(אונז)? למה תתראו!!
בינו בוערים בעם וכסילים מתי תסכילו!!
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מיטוואך נובעמבער 20, 2019 12:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 12:57 pm

שעם אן יו @ארגינעלער איד פארן פאליטיזירן דער שרעקליכער אינצידענט היינט אין מאנסי. און עס נוצן פאר דיין נידריגע אגענדע.

קום אבער אריין קלארער: די אטאקע'ס אויף 6 אידן אין וויליאמסבורג מיט עטליכע וואכן צוריק האט אויך מיט 'עסקנים' 'אווער דעוועלפמענט'ס'? און אין קראונהייטס? דארט איז אויך די 'עסקנים' שילדיג? די 'מאנסי דעוועלעלפערס'? און די אייער אין בארא פארק? אויך זיי? צי דארט איז די וויליאמסבורגע - בארא פארקע'ע - קראונהייטסע עסקנים שילדיג?

און וואס איז מיט די מעשה אין קרית יואל ווי א גוי האט אראפגעווארפן היטן פון יונגעלייט, און געטשעפט קינדער ביז זיין ארעסט נעכטן נאכט? דארט האט עס אויך מיט אווער דעוועלפענט? מיט מאנסי עסקנים צי מיט קרית יואל'ע עסקנים? מיט וועלכע דעוועלפערס?

עס איז ממש א פחד ווי אזוי דער אנטי - עסקנים אגענדע פון געוויסע ניקס פירט צו דעם צו זאגן אז אנטי סעמיטשע אטאקעס, אדער סיי וואס, אלעס איז שולדיג די דעוואלפערס און עסקנים. נעבעך.

טול קורה מבין עניך!

----

נאכן שרייבן מיין תגובה האט דער ניק @ארגינעלער איד צוגעלייגט אין זיין ארגינעלע תגובה דער תירוץ אויף מיינע פראגעס שרייבענדיג אז די אטאקעס אין אלע געגנטער קומען ווייל מען האט געוויזן פארן גוי ווער דער איד איז.

איז יעצט לאור די הוספה וויל איך וויסן: אנטיסעמיטיזים אין בעליגיע האט אויך מיט די 'מאנסי עסקנים'? און דייטשלאנד פאר די צווייטע וועלט מלחמה אויך מיט זיי? איבער די גאנצע וועלט אויך מיט זיי? פיטסבורג, קאלארפאניע? אלעס מיט די 'מאנסי דעוועלפענט'ס'? און 'עסקנים'?. און אפשר האט די ראקעטן פון עזה אויך גאר מיט דעם?

יעצט אנטשטאט צו ענטפערן, לויף מאכן א הוספה אין דיין תגובה בזה"ל: "די האס ווערט פארשפרייט אין די גאנצע וועלט דורך סאציאלע מידיע!!!!!!!! און עס םירט צו די טעראר אטאקעס איבעראל!!!!!

שנעל לייג עס צו!
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:10 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

Shuli
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:00 pm

עכט היימיש האט געשריבן:שעם אן יו @ארגינעלער איד פארן פאליטיזירן דער שרעקליכער אינצידענט היינט אין מאנסי. און עס נוצן פאר דיין נידריגע אגענדע.

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:07 pm

צו וואוינען אין א סיטי צווישן קרימינאלן, אדער נעמען א ראיה פון אנטיסעמיטישע אטאקעס איבער די וועלט זאגט טאקע נישט גארנישט, ווייל סוועט אייביג זיין, אבער דאס וואס מטוט, טוט ביישטייערן צו דעם אסאך מער פון "אביסל" און דאס דארף מען אפשטעלן "אבער שוין"
לעצט פאראכטן דורך ארגינעלע יוד אום מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:09 pm

איך האב צוגעלייגט אין מיין ערשטע תגובה א תירוץ אויף די דברי פי חכם.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:09 pm

איך גיב רעכט פאר 'ארגינעלער יוד'...
אינו דומה קריים אין די סיטי ווי אין אפסטעיט
די סיטי איז פיל מיט קריים על כל גדותיו...
משא"כ אין מאנסי איז עס א אומדערהערטע זאך, און אויב ס'האט פאסירט, האט עס א סיבה...
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:11 pm

וואף!! @עכט היימיש!
קלאר און זאפטיג! ארויסגעשריבן וואס עס איז מיר געליגן אין בויך!

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:12 pm

אביונה האט געשריבן:איך גיב רעכט פאר 'ארגינעלער יוד'...
אינו דומה קריים אין די סיטי ווי אין אפסטעיט
די סיטי איז פיל מיט קריים על כל גדותיו...
משא"כ אין מאנסי איז עס א אומדערהערטע זאך, און אויב ס'האט פאסירט, האט עס א סיבה...

און אין קרית יואל? און אין די קעטסקילס? און וואו נישט?.

און אפשר וועסטו מארגן געוואיור ווערן ווען מען וועט כאפן די פארברעכער אז זיי זענען צויי אראבער וואס וואיונען אין באסטאן צו וואו און זענען ספעציעל געקומען קין נוי יארק צו אטאקירן א איד וועגן די קאנפליקט אין די מיטל מזרח? אין דער דירעקציע האסטו נישט געטראכט? גלייך צו באשולדיגן היימישע ברודער... פארוואס דען נישט?

שעמט אייך!
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:13 pm

א קליינע קשיא פאר די ארגינעלע איד, לשיטתך איז בכלל דא א פלאץ אויף דער וועלט (חוץ אין מדבר) ווי אידן זענען ערלויבט צו וואוינען? וואס איז פשט פון די נארישע טענה אז מען זאגט פאר'ן גוי לך לך מארצך, מען זאגט נישט פאר'ן גוי גארנישט, מען לאזט זיי וואוינען ווי זיי זענען, און מען צווינגט נישט קיינעם צו פארקויפן זיין דירה.

אידן זענען פרים ורבים ב"ה, און מען מיז "ערגעץ" וואוינען, און על כרחך ערגעץ ווי אויף דער וועלט גייט דער גוי מיזן איינזעהן אז ער ווערט א שכן מיט אידן, און מיט אידן וואס טשעפענען נישט, שטערט זיי נישט, אידן וואס העלפן זיי נאר, אידן וואס בייסן נישט קיינעם. אויב באדערט פאר'ן גוי אז מיר ווערן זיינע שכנים, איז דאס בלויז צוליב אנטיסעמיטיזם.

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:16 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:איך גיב רעכט פאר 'ארגינעלער יוד'...
אינו דומה קריים אין די סיטי ווי אין אפסטעיט
די סיטי איז פיל מיט קריים על כל גדותיו...
משא"כ אין מאנסי איז עס א אומדערהערטע זאך, און אויב ס'האט פאסירט, האט עס א סיבה...

און אין קרית יואל? און אין די קעטסקילס? און וואו נישט?.

און אפשר וועסטו מארגן געוואיור ווערן ווען מען וועט כאפן די פארברעכער אז זיי זענען צויי אראבער וואס וואיונען אין באסטאן צו וואו און זענען ספעציעל געקומען קין נוי יארק צו אטאקירן א איד וועגן די קאנפליקט אין די מיטל מזרח? אין דער דירעקציע האסטו נישט געטראכט? גלייך צו באשולדיגן היימישע ברודער... פארוואס דען נישט?

שעמט אייך!

איך ווייסט נישט וואס איר ברויזט אזוי אויף מיר, אבער אז איינס מיט איינס איז צוויי, דארף מען נישט קיין ציין.......

עס איז באקאנט, בשנת תשל"ה האט פאסירט א שיסעריי און א אומגליק אין סאטמארע בחורים קעמפ, איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער עס האט געהאט א הקדמה פאר דעם... [עס האט זיך א ודאי נישט געקומען טויט שטראף פאר דעם בחור..., אבער א סיבה האט עס געהאט...]

נאך א הערה, ווען מען שרייט אויף עפעס וואס ברענגט שנאת ישראל, מיינט עס נאך נישט אז מען גיבט גערעכטיגקייט פארן ימח שמו'ניק גוי.....
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:19 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:איך גיב רעכט פאר 'ארגינעלער יוד'...
אינו דומה קריים אין די סיטי ווי אין אפסטעיט
די סיטי איז פיל מיט קריים על כל גדותיו...
משא"כ אין מאנסי איז עס א אומדערהערטע זאך, און אויב ס'האט פאסירט, האט עס א סיבה...

און אין קרית יואל? און אין די קעטסקילס? און וואו נישט?.

און אפשר וועסטו מארגן געוואיור ווערן ווען מען וועט כאפן די פארברעכער אז זיי זענען צויי אראבער וואס וואיונען אין באסטאן צו וואו און זענען ספעציעל געקומען קין נוי יארק צו אטאקירן א איד וועגן די קאנפליקט אין די מיטל מזרח? אין דער דירעקציע האסטו נישט געטראכט? גלייך צו באשולדיגן היימישע ברודער... פארוואס דען נישט?

שעמט אייך!

100% איך דערמאן מיר אצינד אז עטליכע יאר צוריק [אפשר גאר לעצטעס יאר... איך געדענק נישט פונקטליך ווען] איז א קאר פול מיט גוים פון Nanuet ארומגעפלויגן אין סקווירא און געווארפן אייער אויף פוסגייער, ווארשיינליך אויך צוליב די אווערדעוועלעפמענט אין מאנסי....

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 1:19 pm

אביונה האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:איך גיב רעכט פאר 'ארגינעלער יוד'...
אינו דומה קריים אין די סיטי ווי אין אפסטעיט
די סיטי איז פיל מיט קריים על כל גדותיו...
משא"כ אין מאנסי איז עס א אומדערהערטע זאך, און אויב ס'האט פאסירט, האט עס א סיבה...

און אין קרית יואל? און אין די קעטסקילס? און וואו נישט?.

און אפשר וועסטו מארגן געוואיור ווערן ווען מען וועט כאפן די פארברעכער אז זיי זענען צויי אראבער וואס וואיונען אין באסטאן צו וואו און זענען ספעציעל געקומען קין נוי יארק צו אטאקירן א איד וועגן די קאנפליקט אין די מיטל מזרח? אין דער דירעקציע האסטו נישט געטראכט? גלייך צו באשולדיגן היימישע ברודער... פארוואס דען נישט?

שעמט אייך!

איך ווייסט נישט וואס איר ברויזט אזוי אויף מיר, אבער אז איינס מיט איינס איז צוויי, דארף מען נישט קיין ציין.......

עס איז באקאנט, בשנת תשל"ה האט פאסירט א שיסעריי און א אומגליק אין סאטמארע בחורים קעמפ, איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער עס האט געהאט א הקדמה פאר דעם... [עס האט זיך א ודאי נישט געקומען טויט שטראף פאר דעם בחור..., אבער א סיבה האט עס געהאט...]

איך פרעג נאכאמאל און אויב דו הערסט מארגן אז עס איז צוויי אראבערס וואס האבן געוואלט הארגענען א איד אלץ נקמה, וואס גייט דאן זיין דיין תירוץ פארן זיך נישט שעמען צו באשמוצין היימישע ברודער, עסקנים למען הכלל, פארן איינעם סיבה אז דו האסט א אגענדע אקעגן זיי?.

ביטע ספין נישט ארום, נאר ענטפער.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:44 pm

עכט היימיש האט געשריבן:שעם אן יו @ארגינעלער איד פארן פאליטיזירן דער שרעקליכער אינצידענט היינט אין מאנסי. און עס נוצן פאר דיין נידריגע אגענדע.

קום אבער אריין קלארער: די אטאקע'ס אויף 6 אידן אין וויליאמסבורג מיט עטליכע וואכן צוריק האט אויך מיט 'עסקנים' 'אווער דעוועלפמענט'ס'? און אין קראונהייטס? דארט איז אויך די 'עסקנים' שילדיג? די 'מאנסי דעוועלעלפערס'? און די אייער אין בארא פארק? אויך זיי? צי דארט איז די וויליאמסבורגע - בארא פארקע'ע - קראונהייטסע עסקנים שילדיג?

און וואס איז מיט די מעשה אין קרית יואל ווי א גוי האט אראפגעווארפן היטן פון יונגעלייט, און געטשעפט קינדער ביז זיין ארעסט נעכטן נאכט? דארט האט עס אויך מיט אווער דעוועלפענט? מיט מאנסי עסקנים צי מיט קרית יואל'ע עסקנים? מיט וועלכע דעוועלפערס?

עס איז ממש א פחד ווי אזוי דער אנטי - עסקנים אגענדע פון געוויסע ניקס פירט צו דעם צו זאגן אז אנטי סעמיטשע אטאקעס, אדער סיי וואס, אלעס איז שולדיג די דעוואלפערס און עסקנים. נעבעך.

טול קורה מבין עניך!

----

נאכן שרייבן מיין תגובה האט דער ניק @ארגינעלער איד צוגעלייגט אין זיין ארגינעלע תגובה דער תירוץ אויף מיינע פראגעס שרייבענדיג אז די אטאקעס אין אלע געגנטער קומען ווייל מען האט געוויזן פארן גוי ווער דער איד איז.

איז יעצט לאור די הוספה וויל איך וויסן: אנטיסעמיטיזים אין בעליגיע האט אויך מיט די 'מאנסי עסקנים'? און דייטשלאנד פאר די צווייטע וועלט מלחמה אויך מיט זיי? איבער די גאנצע וועלט אויך מיט זיי? פיטסבורג, קאלארפאניע? אלעס מיט די 'מאנסי דעוועלפענט'ס'? און 'עסקנים'?. און אפשר האט די ראקעטן פון עזה אויך גאר מיט דעם?

יעצט אנטשטאט צו ענטפערן, לויף מאכן א הוספה אין דיין תגובה בזה"ל: "די האס ווערט פארשפרייט אין די גאנצע וועלט דורך סאציאלע מידיע!!!!!!!! און עס םירט צו די טעראר אטאקעס איבעראל!!!!!

שנעל לייג עס צו!

ערשטנס לייג עס טאקע צו.
צווייטנס איז עס דען א שאלה אז די מדינה שטעלט אין סכנה די יודן פון איבעראל, סזענען טאקע פארהאנן נאך גרויסע פאקטארן פאר שנאת ישראל איבער די גאנצע וועלט (אחוץ די פשוטע עשיו שונא ליעקב כלל), און לכאורה איז די מדינה די גרעסטע סיבה, אבער מדארף זיין גאר פארנערט נישט צו נעמען אין חשבון די אווער דעוועלאפמענט און די בלאק וואוט.
יעדער גוי האט דיך סייווי פיינט און דו לעגיטימיזירסט זייערע טענות אדורך'ן אים איבערווארפן און מאכן א בלאק וואוט און טוישן קאמפליטלי די צורה פון זיין שטאט צו א מיאוסע אווערדעוועלעפט גרידלאק.
דאס רעגט אויף אפילו נארמאלע רעכטדענקיגע גוים און דרייט ארויף די היץ פון די שוין יעצטיגע שונאי ישראל אסאך העכער, און יא עט סאם פאוינט קראכט עס!!! און תוצאותיו מי ישורנו.
אגב, אמת, סאיז דא אזא מין זאך וואס הייסט סאציאלע מידיע ...... (חוץ די צייטנגען און מידיע סטאנציעס ווי צב"ש נייעס 12)
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

ארגינעלע יוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:11 pm

תגובהדורך ארגינעלע יוד » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:47 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:איך גיב רעכט פאר 'ארגינעלער יוד'...
אינו דומה קריים אין די סיטי ווי אין אפסטעיט
די סיטי איז פיל מיט קריים על כל גדותיו...
משא"כ אין מאנסי איז עס א אומדערהערטע זאך, און אויב ס'האט פאסירט, האט עס א סיבה...

און אין קרית יואל? און אין די קעטסקילס? און וואו נישט?.

און אפשר וועסטו מארגן געוואיור ווערן ווען מען וועט כאפן די פארברעכער אז זיי זענען צויי אראבער וואס וואיונען אין באסטאן צו וואו און זענען ספעציעל געקומען קין נוי יארק צו אטאקירן א איד וועגן די קאנפליקט אין די מיטל מזרח? אין דער דירעקציע האסטו נישט געטראכט? גלייך צו באשולדיגן היימישע ברודער... פארוואס דען נישט?

שעמט אייך!

איך ווייסט נישט וואס איר ברויזט אזוי אויף מיר, אבער אז איינס מיט איינס איז צוויי, דארף מען נישט קיין ציין.......

עס איז באקאנט, בשנת תשל"ה האט פאסירט א שיסעריי און א אומגליק אין סאטמארע בחורים קעמפ, איך ווייס נישט אויב דו ווייסט, אבער עס האט געהאט א הקדמה פאר דעם... [עס האט זיך א ודאי נישט געקומען טויט שטראף פאר דעם בחור..., אבער א סיבה האט עס געהאט...]

איך פרעג נאכאמאל און אויב דו הערסט מארגן אז עס איז צוויי אראבערס וואס האבן געוואלט הארגענען א איד אלץ נקמה, וואס גייט דאן זיין דיין תירוץ פארן זיך נישט שעמען צו באשמוצין היימישע ברודער, עסקנים למען הכלל, פארן איינעם סיבה אז דו האסט א אגענדע אקעגן זיי?.

ביטע ספין נישט ארום, נאר ענטפער.

שוין געענטפערט, יא סהאט א סיבה, סאיז דא א מדינה.
וויייל דו קענסט נישט מאכן דיין יצטיגע רבי פאר די זעלבע קדוש ווי די אלטע, דארפסטו אבער נאכנישט אראפברענגען די אלטע....
ס'זענען נאך יא דא וואס מיינען עס ערנסט!!
אם הראשונים כמלכים אנו כבני אדם ואם לאו אנו כחמורים..פארשטייסט זיי נישט קיין דעמאקראט!

משהלע
שר האלף
תגובות: 1223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:49 pm

ארגינעלע יוד האט געשריבן:
וויל וועלן האט געשריבן:
שרייזשע האט געשריבן:עס ברענט א פייער פון שנאה און האס אנטקעגן אינז חסידישע אידען!
א פייער וואס אויב לאזט מען עס אזויווי דאס איז, גייט עס ווערן ערגער פי כמה, די אייבערשטער זאל שומר ומציל זיין, עס קען אינז נאך גורם זיין אובאשרייבליכע צרות ברחניות ובגשמיות.

דאס אז אפאר הינדערט גוים זענען זיך מטריח ארויס צורייסען פונדערהיים פשוט אויסצודריקען האס אנטקעגן אינז, איז נישט עפעס וואס אינז מעגן איגנארירען, אינז זענען מיר מחיוב צו טוען וואס אינז קענען מיר דאס אפצושטעלן.

איז לאמיר זען וואס קענען מיר באמת טוען?

וואס איך האב ארויס גענימען פון די נעכטיגע מיטינג ביי די ראקלענד קאונטי לגעסלעטאר, איז, אז עס זענען פאראן 3 סארטן ביי די וואס האסען אינז:
1) גוים וואס האבען אינז פיינט בלויז ווייל אינז זענען מיר אידען / חסידישע אידען, דאס זענען גוים וואס האבען פיינט איעדער וואס טראכט אדער קיקט אויס אנדערש ווי זיי, אדער זענען זיי אנגשטעקט מיט די 2000 יאריגע עשיו שונא ליעקב.

2)דאס זענען דא גאר אסאך גוים (דאס איז די רוב) וואס בעצם זענען זיי נישט קיין העיטערס, דאס הייסט זיי האבען נישט פיינט איעדער וואס קיקט אויס אנדערש ווי זיי, נאר מען פארקויפט זיי פשוט שקרים וכזבים וועגן די היימישע עולם, אין זיי הערן נישט די פאקטן פארקערט, וואס דאס מאכט אז זיי זאלען אינז פיינט האבען.

3) מענטשען וואס האבן גאנצע צו האלבע לעגעטימע טענות, וואס אינז קען מיר זיי פארשטיין וואס באדערט זיי, (בראש פון די טענות האט ארויס געשטארט די טענה פון אווער-דיוועלעפמענט, וואס די טענה פרשטייען רוב מאנסי איינוואוינער גאנץ גיט...)

אויף די ערשטער סארט גוי איז נישטא וואס צו טוען (אחוץ פארדאמען...) ער וועט דיר פיינט האבען נישט קיין חילוק וואס, עס איז א שאד די שפייעכטס זיך אפצוגעבן מיט אים!
אבער מיט די צווייטע און דריטע סארט גוי וואס ווערט פשוט פארפירט אדער האט ער לעגטימע טענות זענען מיר מחיוב זיך אפציגעבן! אינז זענען מחיוב צו טוען כל מה שבידינו דאס אפצושטעלן!!! אבער שוין יעצט ביפאר עס איז ח"ו צו שפעט!!

לדעתי איז דאס א ריזיגע אומאחריות פון אינזער זייט אז אינז האבען מיר נישט א ריזיגע ארגענעזאציע וואס זאל טוען פאזעטיווע PR פאר די היימישע עולם., און וואס זאל אפשלאגען ליגיונות וואס ווערן פארשפרייט אנטקעגן אינז. ווער נאך דארף עס אזוי וויכטיג ווי אינזער ציבור?? (OJPAC איז די איינציגסטער וואס טוט דערווייל די מערסטע צום זאך, מאכט אפשר מיסטעיקס? אפשר, אבער ער טוט!)
און די מיט די לעגעטימע טענות וואס איז דא אנטקעגן אינז זאל מען אנהייבען ארבעטען מיט די שכנים מיט הכנעה, אין ווי גלות אידען! אפילו ווען עס גייט אביסעלע אנטקעגן אינזער באקוועמליכקייט. (ווי למשל אווער דיוועלעפמענט, וואס אגב דאכט זיך אז דאס האט שטארק צוטוען מיט ספעשיל אינטרעסטס...)

עס איז א צייט באמבע! ! ! !


איך פרעג ווי א תם, אפשר בין איך נישט גערעכט; ווער זאגט מ'דארף עפעס טון? און ווער זאגט אז ס'ליגט אפילו אין אונזערע הענט עפעס צו טון? אונזערע פריערדיגע צדיקים מנהיגי ישראל האבן נאר געהייסן פארדאמען א חילול ה' אין די גוים'ס אויגן ווען עס איז געווען נוגע כבוד שמים, למשל ציונות וכו', אבער לגבי גיין מיט א שטריימל אדער אנדערע זאכן וואס שטעכן אויס דעם גוי'ס אויגן, ווער זאגט אז ס'איז אונזער פראבלעם?!

הונדערט פראצענט!! מדארף נישט און מטאר נישט גארנישט טון!!
אבער א בלאק וואוט וואס פירט צו צודרייטע אווער דעוועלאפמענט הייסט שוין איינמאל "געטון השתדלות" !!.
הערטס שוין טאקע אויף צו טון השתדלות!!
מוואוינט א לייף סטייל וואס איז אומדערהערט אין אמעריקע, דא איז נישט קיין סיטי!!
די טרעפיק אין וואס דו זיצט יעדע פרייטיג (אדער אגאנצע וואך...), און די צוהאקטע ראודס אויף וואס דו רעגסט זיך, רעגט זיך דער גוי פי כמה, ער ווייסט נישט פון קיין ימים טובים נייע קאפלס וכו' אלע תירוצים וואס מהאט...
און מיט וועלכע רעכט זאגט מען פאר א גוי לך לך מארצך וממולדתך, נישט יעדער דארף געלט, אסאך ווילן די קינדער יארן, די הייזל די הויפל די בוים..
"דער עולם וויל עס!!" האסט שוין אמאל געמאכט א רעפערענדום? אדער אלס געסטראשעט אנטקעגן וואוטן פאר די אנטיסעמיטן........??!!
יעצט איז געשען א שטעכעריי אין מאנסי!!
עסקנים טייערע עסטס אויף אייער היימיש געקאכטע פארציע!!
אבער וואס ווילט עטץ פון כלל ישראל? פון וואו מיינסטו קומען די אלע פראבלעמען מיט די שכנים אין אלע יודישע ישובים?? מהאט ליידער געוויזן פארן גוי וואס דער יוד איז, רח"ל!!!
וואס האט היטלער ימ"ש געשריגן? אז דער יוד וויל "איבערנעמען" "קאנטראלירן" די וועלט!!
וואס האט להבדיל אלף אלפי הבדלות יעקב אבינו אנגעזאגט די הייליגע שבטי קה(אונז)? למה תתראו!!
בינו בוערים בעם וכסילים מתי תסכילו!!


What an idiot!

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:52 pm

עכט היימיש האט געשריבן:שעם אן יו @ארגינעלער איד פארן פאליטיזירן דער שרעקליכער אינצידענט היינט אין מאנסי. און עס נוצן פאר דיין נידריגע אגענדע.

!
ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:52 pm

ר' איד, ספינען קען איך בעסער ווי דיר.

איך וויל גיין מיט פוינט ביי פוינט.

דו האסט געשריבן אז דער היינטיגער אטאקע איז געקומען צוליב דעם, דו האסט פריער גארנישט געשריבן איבער א מדינה, נאר איבער מאנסי עסקנים, איא? איז מיין פראגע פון וואו ווייסטו דאס? ווער זענען געווען די אטאקירער אז דו ווייסט שוין אז מאנסי עסקנים זענען שולדיג?

איז דער תירוץ קריסטאל קלאר אז דו ווייסט נישט! ווייל קיינער ווייסט נאכנישט זייערע מאטיוון!

איי, פארוואס האסטו געשריבן? נאר דיין אגענדע אקעגן מאנסי עסקנים האט דיר געטריבן צו נעמען א איד'ס בלוט וואס קאכט נאך, און טאנצן דערויף און באשולדיגן היימישע אידן דערון, כדאי צו קענען אטאקירן די היימישע עסקנים, און שטופן דיין אגענדע!

ועל זה כתוב @עכט היימיש "שעם אן יו @ארגינעלער איד" און מיר חזר'ן דאס איבער.

בלאק וואוט, דעוועלפענט, צי עס ברענגט שנאת ישראל צי נישט, צי עס איז א טובה צי נישט, צי עס האט א דעת תורה פון גדולי ישראל וועלכע פארשטייען עטוואס בעסער ווי אייוועלט שרייבער'לעך צי נישט, און אלעם ארום איז א טעמע פאר זיך.

מיר רעדן דא איבער דיין אטאקע אויף די היימישע עסקנים אז זיי זענען שולדיג נאך פאר איינער ווייסט סיי וואס ארום די מאטיוון, וואס דאס צייגט ווי בלינד פאר שנאה די אנטי - עסקנים אקטוויסטן זענען אז זיי האבן פארלוירן די מינומאלע מענטשליכע און זיכער אידישע געפילן פאר א צווייטן איד.

נאר דאס איז די טעמע דא, און ספין נישט ארום, און פראביר נישט צו פירן דער שמועס אין א דיסקוסיע איבער בלאק וואוט וכו'.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

א גאנץ יאר פרייליך
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

@ארגינעלער

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:55 pm

סעלף העיטינג jew


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], אלעקסיי דער דריטער און 35 געסט