שבתי בבית ה'

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

שבתי בבית ה'

תגובהדורך לדעתי » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 2:28 pm

בס"ד
שבתי בבית ה' כל ימי חי לחזות בנועם ה'. דאס איז די עקזיסטענס פון א אידישע נשמה.

ווען דו וועסט נעמען א אידישע נשמה און עס צוטיילן אויפן קלענסטן טייל וואס שייך, וועסט עס צונעמען אויף אטאמס, וועסטו טרעפן אין יעדן איינציגן חלק אט די פסוק אין תהילים, אווי די בילד פונעם סנה אויף א מדבר סיני שטיין.

ווער קען דען טראכטן פון עפעס אנדערש סיי אויף די וועלט און אויף יענע וועלט עפעס זיסערס ווי זיצן און לערנען דעם אויבערשטנס תורה, תורה שבכתב, תורה שבע"פ, אן קיין שום שטער.

די ליכטיגסטע צענע וואס א איד קען זיך נאר פארשטעלן ווי ער טרעפט זיך נאכן לערנען שעות תורה פארגעסדיג פון די גאנצע בריאה, די הארץ צוגייט צו קענען זיך טרעפן אין אט די מצב.
צו קענען זיך געפינען אין אט די אטמאספערע קומט נישט אן לייכט, מ'קען זיך עס נישט אליינס נעמען, דאס איז א צפעציעלע מתנה פון הימל.
אסאך מאל זעהט מען עס פון דרויסן, מ'זעהט א איד א ת"ח זיצט איבערגעבויגן איבער די גמרא מיט די זיסע קולות וואס נעמען אים ארים פון אלע זעקס זייטן, ער איז בכלל נישט אויף דעם פלאנעט, און מ'קוקט ארויס מיט געגועין "ווען וועל איך שוין קענען אנקומען צו דעם מאמענט, ווען וועט שוין די גמרא זיין פאר מיר ווי א דראג, ווי א ספעיס שאטעל, ווי א גן עדן העליון.
ס'קומט נישט אן גרינג, פאר איינעם גייט עס גרינגער און פאר איינעם שווערער, די רבוש"ע האט זיך זיינע חשבונות, יעדער האט זיך זיין אייגן תכלית אויף די וועלט, נסתרים דרכי ה'.

אבער!!!!!!!!!!!!

אבער!!!!!!!!!!!!

ווי קען קומען א מלמד, און אריינלייגן אין א אידיש נשמה די געפיל פון "נא! די תורה איז נישט פאר דיר." – "דו ביזט א וועדזשטעבאל", דו ביזט פון די שוואכערע פון כתה.
זון, ווי קענסטו אויפשיינען נאך אזאנע דיבורים.

שבעה כוכבי לכת, ווי קענט איר גיין רואיג אייער וועג.

וועלט, ווי קענסטו שטיין גלייך.

די רבוש"ע האט ענק געשטעלט אלס עדות און באשוואוירן, אם אתם מקבלים תורה מוטב, ואם לאו...

עס גייט זיך ארום דרייען א נשמה אויף די וועלט וואס מ'האט באהאלטן און גערויבט פון אים זיינע טיפסטע סטרינעס פון הארץ. עס גייט זיך ארום דרייען א אידישע נשמה וואס וועט מיינען אז ער איז א צווייט קלאסיגע אין לימוד התורה. ווי קען א קומען איינער אין זאגן פאר א אינג צווייגעלע, "דאס הייסט נישט געלערנט".

לאמיר אפלערנען וואס דא שפילט זיך אפ. די רבוש"ע האט אראפגעשיקט א נשמה אויף די וועלט וואס צוליב פארבארגענע סיבות האט ער א שוואכערע כח הריכוז כח התפיסה, און זיין מורה דרך זאגט אים אין זיינע ערשטע טריט אויף די וועלט, די ביזט א דורכפאל, די מח וואס השי"ת האט דיר געגעבן איז נישט געמאכט צו לערנען "דאס הייסט נישט געלערנט".... אוי וויי אוי וויי ס'רייסט ביים הארץ.

דרייען זיך ארום אידן וואס מיינען אז די רבוש"ע תורה איז עפעס א ספארט פאר געוויסע וואס זענען געריבן צו דעם.

לאמיר אויסשרייען פאר אלע אלע אידן, קום אריין אין ביהמ"ד נעם ארויס א גמרא, הייב אן לערנען דף נאך דף, לערן עס וויאזוי דו פארשטייסט, מיט רש"י אן רש"י. "דאס הייסט יא גלערנעט".

עס וועט זיך דיר אנטדעקן א נייע וועלט, די וועסט טרעפן דיין הארץ, און דיין הארץ וועט דיר טרפען.
אני לדודי ודודי לי.

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 11:30 am

;l;p-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט