עד פון "לזווג" ארגאניזאציע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6320
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:48 pm

לעמאן סאדע האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:Wow wow
די רשעות נעמט נישט קיין עק.

די חברה מאכן א פיינעם קאמפיין

https://www.dropbox.com/s/w8c9np5h9hnzz ... 1.mp4?dl=0

נעמט נאר איין ציגרעטעל ?

א ציגעראטעל טאר מען שוין אויך נישט געבן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:55 pm

שוין לאנג נישט געזען אזאנע קנאקעדיגע עדס סיי די פלעינע און סיי די ווידיאס!

זאלן זיי מאכן אסאך געלט און נאך מער שידוכים...
זוכט איר דוי?

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 4:59 pm

פארנימען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:Wow wow
די רשעות נעמט נישט קיין עק.

די חברה מאכן א פיינעם קאמפיין

https://www.dropbox.com/s/w8c9np5h9hnzz ... 1.mp4?dl=0



זייער גוט... כ'וואונדער מיך נאר פארוואס ער האט נישט געמאכט ווי ער וואונטשט צוריק...
"ברוכים תהיה! אי"ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב ממש (מיט א שטארקע דריק אין האנט און א בלינק מיט איין אויג.. און דאן הייבט זיך אן די חיזוק..) איך זאג זאג דיר ס'אשאד צו זיין דיפרעסט.. וכו'

ס'איז שוין צו טיפיקל די פוינט, און אויך איז די יעצטיגע קליפ מער אויטענטיש, ווייל לאמיר זיך נישט נערן רוב מענטש האבן שכל און ווינטשן נישט אן פאר קיין אלטע בחורים מיט די 'בקרוב ממש' ברכה..

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 5:06 pm

זייער א גוטע קאמפיין
פעסטע וודיאוס פעסטע עדס
יש לדון אויס מען מעג ניצען דער פוינט וואס זיי ניצען א גאנצע צייט אבער דער עדס זענען פעסט כל הבוד

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:03 am

איך ליין און שטוין וואס דא גייט פאר, און ווי אזוי מענטשן רעאגירן, דא איז געגאנגען עימיצער און געמאכט אן עד וואס מאכט ליצנות פון עלטערע בחורים, און פארשטייט זיך אז סהאט אויסגערופן אן אפשיי פאר יעדע רעכטדענקיגער בעל דעת, און מענטשן האבן אנגעהויבן פרעגן שאלות, איז מען געגאנגען און ווער סזאגט א ווארט פארשרייט מען, כאילו אז כלל ישראל איז נעגעטיוו, און אז ווייל דער חשובער יונגרמאן וואס טוט און דעם טאר מען שוין נישט גארנישט זאגן, מען פארשטייט נישט אז טאקע דער וואס האט א געפיל צו די פראבלעם/ארגענעזאציע טאקע ער לאזט פאלן קריטיק

דיסקלאזשער אני כלשעצמי האט די פולסטע רעספעקט און שעצע פאר דער נושא, פאר דער ארגינעזאציע, און פאר ווער סשטייט אינטער די ארגינעזאציע.

ועכשיו לנושא
מען האט גענומען א נייע ארגינעזאציע וואס מיר קריטיקער האבן נאכנישט געהערט פון זייערע אויפטוען, איז זעלבסט פארשטענדליך אז ווען אזא חשובע ארגינעזאציע וויל צוזאמשטעלן געלט האבן מענטשן קשיות , ווער שטייט אינטער דעם, וואס זענען זייערע אויפטוען, וכ"ו' און אנשטאט אדרעסן דעיס, איז מען געגאנגען און מען האט פארשפרייט ליצנות קליפס פון עלטערע בחורים און פאזישענט די ארגינעזאציע דורך דיפאזישינען עלטערע בחורים, דהיינו אנשטאט ארויסברענגען די חלל, די אויפטיען , די חשיבות פון די ארגענעזאציע מאכט מען ליצנות קליפס פון עלטערע בחורים , דאס מין וועג פון "עדווערטייזען" נישט נאר איז נישט אויסגעהאלטן על פי תורה , סאיז פולייכט אומלעגעל על פי חוקי המדינה, און אלס עימיציר וואס טוט עדווערטייזן, און האט שוין עדווערטייזט און פולע גרויסע גוישע עדווערטייזונג נעטווארקס קען איך מעיד זיין אז אזא עד וואלט "קיינמאל" נישט געווארן עפראוועד ביי סיי וועלכע גוישיע נעטווארק...

איך בין מלמד זכות אז סאיז זיכער א טעות אבער סמיז ארויסגעברענגט ווערן די אפשיי און שאנדע פון אזא קאמפיין!!


שטעלט אייך פאר ווען עימיצער זאל אויפקומען מיט א נייע מיטל צו היילן אלסהיימערס ל"ע, צו אנדערע פיזישע קראנקהייטן ל"ע, און אנשטאט רעדן פון זיין מעדעצין וואלט ער געמאכט ווידיאס חוזק צו מאכן פון די וואס פארגעסן וכ"ו ווואלט עס טאקע נאר געווען א מתכבד בקלון חבירו, אבער מוואלט געקענט דן זיין אז סוף כל סוף אז דאך עס פיקוח נפש און דאס איז דאך אמת... באט יעדער וואלט פארשטאנען אז יעדער בעל דעת וואלט געפרעגט קושיות וועגן די מעדעצין און די סוקסעס רעיט, און ווי נאריש איז צו פארשרייען די וואס פרעגן קושיות, און זיי קריטיקירן אלס רוצחים און שלעכטע מענטשן, כל שכן בנידון דידן וואס מען האט גענומען אומשולדיגע בחורים וואס מען טייל פון זיי האבן עלטערע ברודערס / שוועסטערס, און טייל פון זיי איז זייער בת זוג נאך צו יונג און אראפמאלן פאלש מיט ליצנות ווי די גרעסטע רחמנות און אזוי "פאזישינען" די נייע ארגינעזאציע וואס דא צו העלפן די בחורים טרעפן גוטע שידוכים ...,

מיינע פריינד, דעט "דאזענט ווארק" און סדארף ארויסגעזאגט ווערן אז דאס מהלך ארבעט נישט.

נאכאמאל קלאר צושטעלן איך בין זיכער אז קיינער האט נישט געמיינט דא שלעכט, נישט די ארגינעזאציע און נישט דער וואס האט געמאכט די עד כוויל נאר מסביר זיין פארוואס סארבעט נישט און מענטשן האבן קושיות מיט רעכט.

כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 1:44 am

און יעצט מיין תגובה צו די "טייערע בחור" מיט די סלינקי..
,זיי מיר מוחל איך מיין נישט דיר פערזענליך

סווינדערט מיר זייער אז די ברענגסט אן די צייט און דרייסט דיך ארום מיט אזויפיל ווייטאג, אינדערצייט וואס די האסט אן איינמאל און לעבן אפטוירנעטי וואס דיינע חברים האבן נישט געהאט, די אייבערשטער וואס ווייסט זייער שוואכע נאטור האט רחמנות געהאט אויף זיי און געמאכט זיי זאלן דארפן חתונה האבן פריער, מיין קושיא צו דיר איז פארוואס ניצסטו נישט אויס די "סופערפאהער" וואס ה' האט דיך געגעבן. די בחורישע יארן איז די שענסטע יארן, די מנוחת הנפש וואס די האסט יעצט וועסטו קיינמאל נישט האבן, די האסט נישט קיין שום דאגה און פרעשור אויף דיין קאפ ניץ עס אויס צו די מעקס.

אויב ביזט נאך און ישיבה, "כווייס נישט אלעס" אבער ווי ווייט כווייס כהאב געלערענט גענוג יארן און ישיבה איך האב נישט באגעגענט די "סלינקי" בחור..., ווען איך האב געלערענט און ישיבה איז געווען קליגע בחורים וואס זענען געזיצן און געלערענט יום ולילה, זיי האבן געהאט שיעורים פון צופרי ביז ביינאכט בלי גוזמא, טייל האבן געלערענט אויך און כולל, איך רעדט אבער פון די וואס האבן געלערענט און ישיבה, יא טאקע און די ישיבה וואס די ביזט קוק דיך ארום איך בין זיכער קענסט זיי טרעפן וועסטו זעהן אויף זיי די צופריעדענהייט, די סיפוק וואס זיי האבן געהאט קען מען נישט טרעפן און ערגעץ, כקען זיי נישט היינט און וואס זיי טוען היינט אבער כבין זיכער אז זיי בענקן זיך צו די צייטן וואס זיי האבן אזויפיל קונה געווען אן קיין שטער און דאגות, אנדערע בחורים ואני בתוכם האבן נישט געהאט די זכיה אבער האבן אויסגעניצט די צייט, און אינוועסטעט און זיך געלערענט ביזנעס, אנדערע האבן געארבעט און זיך אויפגעבויט סקילס.


כקען אויך בחורים וואס זענען אייביג געווען ...יא
כקען יונגעלייט ואס האבן שוין חתונה געהאט, און לעבן נאך אלס א פאכמורעט לעבן, כקען אויך יודן וואס זענען שוין אסאך עלטער פון מיר און אויך אייביג אומצופרידן און מיינען אז די גליק איז ביי יענעם.

ווען מען האט חתונה טשעינט זיך כמעט גארנישט סקומט נאר צו דאגות און סטרעס, יעדער האט זיין פול פעקעדזש און רעדט דיך נישט איין אז ביי יענעם ליגט די גליק..,
די עיקר געדענק, צייט לויפט, ספליעט, זעה נישט צו זיין א צועק לשעבר און לעב צופרידן

א 26 יעריגע בחור
אדער אומפארהייראטע יונגערמאן וואטעווער יו פריפער

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 156
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:39 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:און יעצט מיין תגובה צו די "טייערע בחור" מיט די סלינקי..
,זיי מיר מוחל איך מיין נישט דיר פערזענליך

סווינדערט מיר זייער אז די ברענגסט אן די צייט און דרייסט דיך ארום מיט אזויפיל ווייטאג, ......... וכו'

א 26 יעריגע בחור
אדער אומפארהייראטע יונגערמאן וואטעווער יו פריפער


פון אייער צווייטער תגובה פארשטיי איך שוין פארוואס איהר האלט וואס איהר האט געשריבן אין די ערשטער.

איך וואלט אייך געזאגט, אז איהר פארשטייט נישט אלעס, איז זייט מוחל און רעדט נישט אריין דארט ווי אנדערע פארשטיין יא.

עס ווינדערט אייך נאך..... אוי געוואלד.....

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:03 am

סתם אזוי להוי ידוע איז דא פילע גוי'שע שאו'ס איבער די נושא פון אלטע בחורים וד"ל מיט פיל טיפערע און אומסענסיטיווע ליצנות'ער.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:08 am

פעיק נוז האט געשריבן:
פארנימען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:Wow wow
די רשעות נעמט נישט קיין עק.

די חברה מאכן א פיינעם קאמפיין

https://www.dropbox.com/s/w8c9np5h9hnzz ... 1.mp4?dl=0



זייער גוט... כ'וואונדער מיך נאר פארוואס ער האט נישט געמאכט ווי ער וואונטשט צוריק...
"ברוכים תהיה! אי"ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב ממש (מיט א שטארקע דריק אין האנט און א בלינק מיט איין אויג.. און דאן הייבט זיך אן די חיזוק..) איך זאג זאג דיר ס'אשאד צו זיין דיפרעסט.. וכו'

ס'איז שוין צו טיפיקל די פוינט, און אויך איז די יעצטיגע קליפ מער אויטענטיש, ווייל לאמיר זיך נישט נערן רוב מענטש האבן שכל און ווינטשן נישט אן פאר קיין אלטע בחורים מיט די 'בקרוב ממש' ברכה..

אזוי גאר ????! זאג נאר ביזטו געווען א אלטע בחור?
ווייל ווען איינער טוט עס צו מיר זאך איך איך בין נישט קיין אבל ר"ל!!!!!!!!!

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 9:37 am

כווייס נישט אלעס האט געשריבן:און יעצט מיין תגובה צו די "טייערע בחור" מיט די סלינקי..
,זיי מיר מוחל איך מיין נישט דיר פערזענליך


דאס אלעס וואלט געווען ריכטיג אויב מען וואלט געווען א חתן אפאר יאר, אדער מיט א פארזיכערטע שידוך, אדער אפ' ער זאל וויסען א דעיט אז דעמאלטס ווער איך א חתן, אבער דאס לעבען מיט ספיקות און דאס הערן "זיי גייען נישט וויטער" דאס צוברעכט דעם מענטש,

נ.ב. איך געב ח"ו נישט קיין תירוץ פארוואס ער זאל זיין, איך זאג פשוט מען זאל פארשטיין אז דאס קען געשען
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:27 am

כדי אביסל אויפצולעבן די מצב דא...

איך דערמאן מיר, ווען איך בין געווען א עלטערע בחור האט מיר איינער געזאגט. "ממה נפשך, אויב טרעפט מען א גוטע שידוך האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.... און אויב טרעפט מען נישט קיין גוטע, האט זיך דאך 'זיכער' געלוינט צו ווארטן...." :lol:
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:35 am

במאמר המוסגר פארציילט מיר מיין ברידער פון ישיבה אז היינט צוטאגס איז א סלינקי אין ישיבה העכסט נארמאל און די גרעסטע מציונים דרייען זיך דערמיט א גאנצן טאג... די חתנים טיילן עס צוזאמען מיט די צוגרעטלעך און אנדערע שמאנצעס און דער עולם סלינקיט ארום פון צופרי ביז ביינאכט...
א וואונדער אין ברסלב הייסט מען חתונה מאכן פרי... ( אייגענטלעך וואס איז ווראנג מיט א סלינקי? כ'ווייס נישט)

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:54 am

אוודאי, ווען איך האב געלערנט אין ישיבה, האט זיך האלב עולם ארומגעדרייט מיט סלינקיס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:56 am

Williamsburg האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
פארנימען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:Wow wow
די רשעות נעמט נישט קיין עק.

די חברה מאכן א פיינעם קאמפיין

https://www.dropbox.com/s/w8c9np5h9hnzz ... 1.mp4?dl=0



זייער גוט... כ'וואונדער מיך נאר פארוואס ער האט נישט געמאכט ווי ער וואונטשט צוריק...
"ברוכים תהיה! אי"ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב ממש (מיט א שטארקע דריק אין האנט און א בלינק מיט איין אויג.. און דאן הייבט זיך אן די חיזוק..) איך זאג זאג דיר ס'אשאד צו זיין דיפרעסט.. וכו'

ס'איז שוין צו טיפיקל די פוינט, און אויך איז די יעצטיגע קליפ מער אויטענטיש, ווייל לאמיר זיך נישט נערן רוב מענטש האבן שכל און ווינטשן נישט אן פאר קיין אלטע בחורים מיט די 'בקרוב ממש' ברכה..

אזוי גאר ????! זאג נאר ביזטו געווען א אלטע בחור?
ווייל ווען איינער טוט עס צו מיר זאך איך איך בין נישט קיין אבל ר"ל!!!!!!!!!

איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט, זיי דיר ביטע בעסער מסביר אויף וועלכע פון מיינע ווערטער דו באציסט זיך און פארוואס די אטאקע.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1835
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:01 am

גיב א שמייכל האט געשריבן:כדי אביסל אויפצולעבן די מצב דא...

איך דערמאן מיר, ווען איך בין געווען א עלטערע בחור האט מיר איינער געזאגט. "ממה נפשך, אויב טרעפט מען א גוטע שידוך האט זיך דאך געלוינט צו ווארטן.... און אויב טרעפט מען נישט קיין גוטע, האט זיך דאך 'זיכער' געלוינט צו ווארטן...." :lol:

וואוי !!!! דעטס סופער... געמכט מיין טאג !!! :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1089
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:05 am

פעיק נוז האט געשריבן:אוודאי, ווען איך האב געלערנט אין ישיבה, האט זיך האלב עולם ארומגעדרייט מיט סלינקיס.

גא"מ להנ"ל אבער נישט אזאנע גרויסע
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:09 am

אחת ואחת האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אוודאי, ווען איך האב געלערנט אין ישיבה, האט זיך האלב עולם ארומגעדרייט מיט סלינקיס.

גא"מ להנ"ל אבער נישט אזאנע גרויסע

די קאנטענענטעל חתנים געבן די גרויסע...

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5590
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:12 pm

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובהדורך גיב א שמייכל » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 2:42 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:נאך איין

דער איז פיינע נייעס!

איך מיין איך נעם אים פאר א איידעם.......!
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!

אוועטאר
לעמאן סאדע
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm

תגובהדורך לעמאן סאדע » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:06 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:נאך איין

ער האלט נישט זיין תפלין אין א גל-פז בעג?

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

תגובהדורך באקסער בוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:08 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:אוודאי, ווען איך האב געלערנט אין ישיבה, האט זיך האלב עולם ארומגעדרייט מיט סלינקיס.

גא"מ להנ"ל אבער נישט אזאנע גרויסע

די סלינקי האט זיך אויך געלטערט און מיטגעוואקסן
כ'האב באמת נישט קיין מיינונג אויף די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

אוועטאר
ברכי נפשי
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 12, 2019 3:02 pm

תגובהדורך ברכי נפשי » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:33 pm

לעמאן סאדע האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:נאך איין

ער האלט נישט זיין תפלין אין א גל-פז בעג?

;l;p- ;l;p-
מה רבו מעשיך השם כולם בחכמה עשית!!!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5590
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:49 pm

לעמאן סאדע האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:נאך איין

ער האלט נישט זיין תפלין אין א גל-פז בעג?

ער וויל דאך נישט מען זאל כאפן אז ער איז אלטע בחור...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 5:55 pm

ווער איז דער עקטער?

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:00 pm

יהלום האט געשריבן:ווער איז דער עקטער?

Frankel.PNG
Frankel.PNG (255.27 KiB) געזעהן 300 מאל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איישישאק, בינוני, שאהן הענניטי און 27 געסט