עד פון "לזווג" ארגאניזאציע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:15 pm

דאנקעשעה

Williamsburg
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 3:44 pm

תגובהדורך Williamsburg » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 7:17 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
Williamsburg האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
פארנימען האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:Wow wow
די רשעות נעמט נישט קיין עק.

די חברה מאכן א פיינעם קאמפיין

https://www.dropbox.com/s/w8c9np5h9hnzz ... 1.mp4?dl=0



זייער גוט... כ'וואונדער מיך נאר פארוואס ער האט נישט געמאכט ווי ער וואונטשט צוריק...
"ברוכים תהיה! אי"ה ביי דיר אויף שמחות בקרוב ממש (מיט א שטארקע דריק אין האנט און א בלינק מיט איין אויג.. און דאן הייבט זיך אן די חיזוק..) איך זאג זאג דיר ס'אשאד צו זיין דיפרעסט.. וכו'

ס'איז שוין צו טיפיקל די פוינט, און אויך איז די יעצטיגע קליפ מער אויטענטיש, ווייל לאמיר זיך נישט נערן רוב מענטש האבן שכל און ווינטשן נישט אן פאר קיין אלטע בחורים מיט די 'בקרוב ממש' ברכה..

אזוי גאר ????! זאג נאר ביזטו געווען א אלטע בחור?
ווייל ווען איינער טוט עס צו מיר זאך איך איך בין נישט קיין אבל ר"ל!!!!!!!!!

איך פארשטיי נישט וואס איר שרייבט, זיי דיר ביטע בעסער מסביר אויף וועלכע פון מיינע ווערטער דו באציסט זיך און פארוואס די אטאקע.

נישט קיין שום אטאקע.
כהאב דיר נאר געוואלט זאגן אז א גרויסע עולם ווינטשט יא מיט א גרויסע "בקרוב ממש" און א קוועטש און האנט

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 8:03 pm

וואס האב איך געזאגט? רוב מענטשן האבן שכל און טוען עס נישט, משא"כ די ווידיאו געשעט יעדן טאג..

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

תגובהדורך רואה חשבונות » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 11:52 pm


Growth hacker
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 8:00 am

.

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

תגובהדורך רואה חשבונות » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:36 am

מורי ורבותי, שטיצער און קריטיקירער צוגלייך, גיט אייער ברייטהארציגע קאנטרעביאוציע ווייל אלע זענען מסכים אז די צוועק איז זיכער א וויכטיגע.

געדענקט, וואס מ'טוט, טוט מען פאר זיך אליין.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2036
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:42 pm

רואה חשבונות האט געשריבן:מורי ורבותי, שטיצער און קריטיקירער צוגלייך, גיט אייער ברייטהארציגע קאנטרעביאוציע ווייל אלע זענען מסכים אז די צוועק איז זיכער א וויכטיגע.

געדענקט, וואס מ'טוט, טוט מען פאר זיך אליין.


ווען אלע זאלן ווען געבן נאר איין דאלער פאר יעדע בחור העכער די 20 וואס זיי קענען וואלט מען שוין געהאלטן ביים goal
אגב הנאה צי זעהן אז ווען מען פירט א צידרייטע קאמפיין קימט מען נישט אן
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

ב שולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 18, 2018 8:25 pm

תגובהדורך ב שולם » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 1:52 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:מורי ורבותי, שטיצער און קריטיקירער צוגלייך, גיט אייער ברייטהארציגע קאנטרעביאוציע ווייל אלע זענען מסכים אז די צוועק איז זיכער א וויכטיגע.

געדענקט, וואס מ'טוט, טוט מען פאר זיך אליין.


ווען אלע זאלן ווען געבן נאר איין דאלער פאר יעדע בחור העכער די 20 וואס זיי קענען וואלט מען שוין געהאלטן ביים goal
אגב הנאה צי זעהן אז ווען מען פירט א צידרייטע קאמפיין קימט מען נישט אן

איך מיין די סיבה פארוואס די עולם געט זיי נישט (און איך אויך נישט..) איז זייער פשט, טון פאר אלטע בחורים איז א וויכטיגע נושא, אבער אויב קיינער ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער דעם, און וואס זיי טוהן, און וואס זיי פלאנען צו טון מיט די געלט.. געט מען נישט

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:01 pm

זייער נוימבער'ס ריקען זיך זייער שטייט ארויף

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:03 pm

אדם הראשון האט געשריבן:זייער נוימבער'ס ריקען זיך זייער שטייט ארויף

הודו לה'...

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:07 pm

טיכטיגער האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן:זייער נוימבער'ס ריקען זיך זייער שטייט ארויף

הודו לה'...

דיך שטערט אז יענער מאכט געלט ?

אברהם בן ארי'
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:13 pm

ווי איך פארשטיי באציט ער זיך בדרך צחות אויף די נאמבערס פון בחורים אויף זייער ליסטע.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:19 pm

מע בארעדט א הייליגע ארגענעזאציע וואס איז נישט דא פאר כבוד וכו'.

יעדער ווייסט ווער סע שטייט אונטער דעם, מע זעט יא נעמען אין מאנסי קרית יואל ווייסט יעדער ווער דאס איז.

יא איך פארשטיי אז די איידיע פון נעמען יענעמ'ס צרות אין ראטן אויף דעם ברענגט א עקל, אבער דאס איז נישט א סיבה פארוואס צו רעדן נעגעטיוו,

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

תגובהדורך רואה חשבונות » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:28 pm

בלויז 7 און א האלב שעה פארבליבן, כאפטס אריין, זייט נישט קיין צועק לשעבר. הזמן קצר והמלאכה מרובה!!

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:31 pm

וואס געשעהט אז מען ריטשט נישט די גאול?
לאו דווקא דא, איך פרעג אין זשענערעל.

אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובהדורך אילו זכינו » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:38 pm

ב שולם האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
רואה חשבונות האט געשריבן:מורי ורבותי, שטיצער און קריטיקירער צוגלייך, גיט אייער ברייטהארציגע קאנטרעביאוציע ווייל אלע זענען מסכים אז די צוועק איז זיכער א וויכטיגע.

געדענקט, וואס מ'טוט, טוט מען פאר זיך אליין.


ווען אלע זאלן ווען געבן נאר איין דאלער פאר יעדע בחור העכער די 20 וואס זיי קענען וואלט מען שוין געהאלטן ביים goal
אגב הנאה צי זעהן אז ווען מען פירט א צידרייטע קאמפיין קימט מען נישט אן

איך מיין די סיבה פארוואס די עולם געט זיי נישט (און איך אויך נישט..) איז זייער פשט, טון פאר אלטע בחורים איז א וויכטיגע נושא, אבער אויב קיינער ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער דעם, און וואס זיי טוהן, און וואס זיי פלאנען צו טון מיט די געלט.. געט מען נישט


איך האב גראדע יא געגעבן א שיינע נדבה, אבער איך האב א גאנצן צייט דאס געטראכט, אז אין פאקט איז נישט געהעריג ארויסגעברענגט געווארן אינעם קאמפיין וואס מ'גייט טון מיטן געלט, טראץ דעם וואס מ'קען עס אליינס פארשטיין, ס'איז אויפהאלטן די שדכנים זאלן ארבעטן וכו'.

אויך איז נישט מיטגעקומען קיין שום בריוו פון רבנים וכו'. למשל ביי השומרים קאמפיין איז עס געווען געבעיסט אויף בריוו'ן פון רבנים, זיי האבן טאקע זייער מצליח געווען, אריבערגעשפרייזט אויך זייער צווייטער גאול.

פאלקס קיך
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 5:43 pm

אבער אז מען רעדט שוין בכלל אין די נושא , איז מיינע צוויי סענט וויזוי איך קוק אן די פראבלעם און פארוואס אפילו עס האבן זיך געפענט די לעצטע פינעף יאר מער ווי פינעף ארגענעזאציעס פאר שידוכים און אלע פינעף ארבעטען באמת שווער אין די פערסענטזש פון עלטערע בחורים פאלן נישט נאר ווערן באמת מער איז לאמיר קוקן וויזוי ביי אונז ארבעט די שידוכים און פארשטיין פארוואס די וועג פון קאלן רופן שדכנים ארגענעזאציעס מיט ליסטעס העלפט נישט קיין סך

ביי אונז ארבעט אלעס אויף א סיסטעם, די סיסטעם זאגט און ווערט געטין אלעס אוטאמאטיש, ווילאנג די שורש פראבלעם ביי אונז אין שידוכים אז העכער 20 באקומט א שווארצע סטעמפעל,נישט קיין חילוק ווי גוט די בחור איז , פאלן זיינע סטאקס, אפגערעדט העכער 21 איז ער שוין צווייטע קלאס , סא דעמאלס די אלע זאכן גייט נישט העלפן , אבער לאמיר רעדן וויזוי און פארוואס ער איז אנגעקומען צו יענעם עיזש, לאמיר זאגן אז זיינע עלטערן וועלן זיך אדער דער בחור איז א אנדערע סארט ווי זיין משפחה לאו דוקא שלעכט , און בעיקר משפחות וואס האבן נישט די גאלדענע סטעמפעל , נישט פארגעסן אז מען רעדט פון בחורים אין די סיסטעם באמת גוטע פיינע בחורים יראים ושלימים מיטן גאנצען לבוש ,נישט קיין אישוס אדער מעדיקעל פראבלעמען, עס איז דא איבער 500 חסידישע בחורים אין אמעריקע פון כל מיני חסידות איבער די 21 ,די שווארצע פלעק פון 20 און העכער אליינס איז פארוואס עס ריקט זיך נישט ביי זיי, איז אזוי ווען די נושא איז די עלטערן ,וועט ווייטער די ארגענעזאציעס נישט ארבעטען, אסאך מאל וואלט די בחור אליינס יא געגאנגען פאר א שידוך וואס די עלטערן זאגן איז נישט , קלער איך פון א איידיע פון מאכן א עיווענט פון עקסטער פאר בחורים און עקסטערע מיידלעך פון העכער די 21 ,ווי עס זאלן זיין שדכנים , און אזוי ווייטער ,פארשטייט זיך אז מען קען נאר אריינגעלאזט ווערן מיט פרי רעזשיסטערד מיט פולן שידוך פראפייל , וואס עס קען העלפן איז אז מען זעט די זאך אויפן טיש קלאר , בקיצור עס ברויך אויסגעארבעט ווערן מער איידיעס וויזוי עס זאל ארבעטען און וואס די ציל איז

מיין פוינט איז אז וויבאלד למעשה די 21 און העכער איז א זאך נישט אין די סיסטעם ,דארף מען טין א שריט און אויפקומען מיט איידיע וואס האט נישט מיט די רעגולער שידוך סיסטעם וועגן זיי זענען ארויסגעפאלן פון דעם, די רעגולע שידוך סיסטעם ארבעט זייער שטייט פאר זיי

אדרבה זאל עס דער עולם דעבאטירן

באמת מענטשן וואס קענען נישט די נושא פון דערנרנט ווי געהאט משפחה אדער חבירים און מיטגעהאלטען דעם פראבלעם פארשטייען בכלל נישט וואס דא גייט פאר

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

תגובהדורך רואה חשבונות » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 7:25 pm

עד ארבע שעות... עד הערב..

נאך אביסל צייט פארבליבן בלויז עטוואס מער פון 4 און א האלב שעה.

איבער 600 ביישטייערער, גלויבט צו ג-ט. וואו איז אייער ביישטייערונג?

רואה חשבונות
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 22, 2019 2:41 pm

תגובהדורך רואה חשבונות » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 8:23 pm

הושענא שלוש שעות, הושענא!!!

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:12 pm

מעע איך וויסען א נאמען ווער ס'איז די אחראי און ראש פון לזווג. פאר איך לאז זיי סווייפען מיין קארטעל?

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:29 pm

אדם הראשון האט געשריבן:מעע איך וויסען א נאמען ווער ס'איז די אחראי און ראש פון לזווג. פאר איך לאז זיי סווייפען מיין קארטעל?

יעדע ארגענעזאציע אדער קאמפיין ווייסטו די אחראי פאר די געסט?

די ראש זעט אויס פונעם קאמפיין אין די שמועס דא איז א איד יואל האפמאן

אבער היינט צוטאגס איז א וועלט טאמער ווייסטו פון די ארגענעזאציע אדער געהערט עדות גיבט מען, עס איז דא יעצט א קאמפיין פאר מיליאנען אן קיין אחראים
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אדם הראשון
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 10, 2019 4:18 pm

תגובהדורך אדם הראשון » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:42 pm

\
לעצט פאראכטן דורך אדם הראשון אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 6:20 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:48 pm

אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס קומען אלע ארץ ישראל'דיגע מוסדות און בפרט יחדים מיט "המלצאות" ? טאקע דערפאר ווייל מ'וועט דיר פרעגן "ווער ביסטו??" ווער איז דער אחראי? ווי גייט מיין געלט ?
לזווג ברענגט נישט קיין איין המלצאה ווערט ס'איז זייער ריקען ביין ווער שטייט בראש? ווער נעמט מיין געלט? ווי גייט עס גיין? איך האב נאר געזעהן עד'ס מיט קליפס דעטס אלל
ווילסט געבן? געזינטערהייט שכרך הרבה מאד. איך רעד בלויז פון מיר. אויב זיי דארפן מיין קארטעל ברויכן זיי אריינקומען ביסעל מער קלארער

די קאמפיין אין די דערנעבענדיגע אשכול האט א המלצה? אדער ווער עס איז זייער ריקן ביין?

איך מיין די פראבלעם דא איז אז די פירער מיינט עס צו אמת'דיג אין זיכט נישט קיין פובליסיטי און קיין געלט פון דעם וועגן ער האט א גוט באצאלטע זשאב און וועגן דעם כאפט עס נישט ביים עולם,מען ברויך זיך אויפרייסן ווי א נגיד היינט א פיריער פון א ארגענעזאציע אז מען זאל געבן געלט מיט גוטע פי אר
לעצט פאראכטן דורך פרנס היום אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פרנס היום
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:52 pm

אדם הראשון האט געשריבן:פארוואס קומען אלע ארץ ישראל'דיגע מוסדות און בפרט יחדים מיט "המלצאות" ? טאקע דערפאר ווייל מ'וועט דיר פרעגן "ווער ביסטו??" ווער איז דער אחראי? ווי גייט מיין געלט ?
לזווג ברענגט נישט קיין איין המלצאה ווערט ס'איז זייער ריקען ביין ווער שטייט בראש? ווער נעמט מיין געלט? ווי גייט עס גיין? איך האב נאר געזעהן עד'ס מיט קליפס דעטס אלל
ווילסט געבן? געזינטערהייט שכרך הרבה מאד. איך רעד בלויז פון מיר. אויב זיי דארפן מיין קארטעל ברויכן זיי אריינקומען ביסעל מער קלארער

האב מיר דערווישט א גאר גוטע המלצה בריוו

נא יעצט זיי מוחל פאר קנאת סופרים געב עפעס , שרייב אריין דיין ניק ביי דיין נדבה , תזכו למצוות , ממנו ילמדו
https://www.charidy.com/lezaveg/
צוגעלייגטע
Harav Wasner.jpg
Harav Wasner.jpg (373.01 KiB) געזעהן 312 מאל

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 11:18 pm

#בארואיג-אייך.

מיך באדערט אויך אז מע בארעדט עם נאכדעם וואס איך קען גוט די ארגענעזאציע אין די אינגערמאן מאכט קיין געלט ניט פון דעם.

אבער דארפט פארשטיין עפעס, קום אריין מער פאזעטיוו וועסטו האבן מער טשאנסן סע זאל דערהער ווערן דיין ווייטאג


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דברים אלו און 22 געסט