עצות לפתוח קרעטשמע על ה87 לקענעדע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קעניגליך
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

עצות לפתוח קרעטשמע על ה87 לקענעדע

תגובהדורך קעניגליך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:11 pm

לכבוד די 4'טע יארצייט פון רביה"ק מטאהש זצ"ל, ווען טויזענטער יודן האבן זיך גענימן די טירחא
און געקומן די 5 -7 שעה'דיגע וועיג,
וויל איך ארויפרעינגן א גאר וויכטיגע נושא איבער די וועיג קיין מאנטריאל-טאהש און צוריק
געוועין אמאל א שיינע הכנסות אורחים אויפן I87 עקזיט 18 לעיבן לעיק טשארטש
טויזנעטער האבן זיך מחיה געוועין
געוועין קאווע און טרינקן וטעימה קלה אלעמאל
און אסאך מאל מער
יעדע יומא דפגרא און ימים טובים, פארדעים און נאכדעים, מנינים מנחה מעריב לרחצה
ומאי דהוה הוה, געהערט אז הרב לייפער וויל עפענן אזא ענליכע ווי ביז איצט ווער עס קען ארויסהעלפן למצוה גדולה יחשב
יעצט איז נישטא קיין שים אידישע אפרי פלאץ פון קרית יואל ביז מאנטריאל
[חוץ ביי די זעלבע עקזיט פלאץ I87 עקזיט 18 אינעם געזסטעישן פעסטרעק זיי פארקויפן אביסל נאש]
עפענן א געהעריגע רעסטעראנט ווי ס'נעקזיט גלייב איך נישט סוועט זיך אויסארבעטן
ווייל אפילו רעסטעראנטן און וויליאמסבורג פארמאכן זיך כסדר
אבער כאטש א פלאץ ווי עס איז דא טעימה קלה און קאווע וואלט געוועין א ישועה גדולה
די מציאות איז א מענטש נאך 3 שעה ווערט הינגעריג
און אויב קען דארט זיין אפילו איין מייקערוועיף מיט באקסעדיגע רעדי פארשענס
און א קליינע קאנטין מיט מיליכיגס מוועט שאפן ליבאוויטשע בחרום פון געיגנט צי פארקויפן
אדער כאטש א ווענדינג מעשין מיט סענדוויטשערס וואלט עס געוועין א ישועה גדולה
און טויזענטער וואלטן זיך מחיה געוועין
ווער עס האט עצות און מהלכים וויאזוי עס קען זיך אויסארבעטן איז מכובד צי שרייבן און דעם אשכול

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 5:49 pm

הייסט עס, קומסט דא אין אונזער קרעטשמע און רעדסט פון עפענען א קאמפעטישאן? היו לא תהיה!

געלעכטער אין א זייט געלייגט.
האסט ארויפגעברענגט א חשוב'ע נושא. כ'האב געטראכט די זעלבע פארנדיג אזוי פיל הונדערטע מיילן אן עפעס היימישע ווארעמע איבערבייס אונטערוועגנס.
די שאלה איז אויב ס'דא א וועג איינער זאל פארדינען נארמאלע ריווח דערפון ס'זאל זיך לוינען די טירחא?
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

dinrap
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:34 pm

לויט ווי ס'זעהט אויס, איז נישט דא קיין וועג וויאזוי דאס זאל זיך אויסצאהלען.
דער חשובער עסקן לכל דבר שבקדושה וואס האט דאס צוגעשטעלט לשעבר איז ארויס סיי פון די ערשטע ביי עקזיט 32 און סיי פון די צווייטע ביי עקזיט 18 מיט א סאך אייגען געלט דערלייגט און אויך געלט פון חשובע נדבנים וואס זענען געווען גרייט צו געבען גרויס געלט פאר די זאך.
די איינציגע עצה איז טאקע צו אויסברייטערען די אויסוואל פון פערטיג געפאקטע פראדוקטען וואס מ'קען פארקויפען אפילו אויב ס'איז נישט דא דארט א אידישער ארבייטער.
צאלען פאר א מענטש זאל זיין דארט 24 שעה א טאג פון מוצאי שבת 3 שעה נאכ'ן זמן ביז פרייטאג 3 שעה פאר' ן זמן איז א אויסערגעווענטליך גרויסען הוצאה.
דער עולם איז נישט גרייט צו באצאהלען דאפעלט פאר א פראדוקט ווי מען צאהלט אין ניו יורק אדער אפילו מאנטריאל.

אוועטאר
יהלום
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2019 12:26 pm

תגובהדורך יהלום » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:37 pm

נא איז פארוואס איז אזוי שווער צו לייגען אפאר ווענדינג מאשינס איינס פאר קאווע וכו און איינס מיט סנעקס און נאך מיט געפאקטע איבערבייס און דער זאך איז געשלאסען??

פאלקס קיך
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

תגובהדורך פאלקס קיך » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 9:42 pm

איך מיין די איידיע איז מער צו האבן א היימיש פלאץ צו דאווענען און זויבערע בתי כבוד מיט אביסעל קאווע ווי בעצם עסן , אוודאי איז עסן בעסער , אבער דאס איז נישט מעגליך , עס איז מיר אויסגעקומען עטליכע מאל צו סטאפען דארט אין קרעטשמע און זשאסט די קרעטשמע איז אויך גענוג , דאכט זיך אז דארט איז נאר געווען קאווע מיט קוקיס און אביסעל קרעטשמע סטייל קאוטשעס

אבער די מינדעסטע הוצאות ווי , א גוי צו קלינען, לעקטער,וואסער,געז,אשר יצר פאפיר, קאווע מיט מילך און די קליפערליך מיט די ביליגסטע קוקיס , דארף קאסטן אפאר אלפים א וואך , איך קלער פון א איידיע פון מאכן א טורן סטייל ווי די מקוה'ס,באזונדערע פאר נשים און מענער און בעטן א דאלאר אדער צוויי אריינצוגיין אפשר..

איך האב שוין געטראפן אין פארק ווי עס קאסט א טאלער אדער פופציג צענט א בית הכבוד

צו קענען פאנדרעיזען געלט צו קאווערן הוצאת יעדע וואך איז שווער, ווענדינג מאשינס צו ברענגען א הכנסה צו קאווערן די הוצאות איז לכאורה אויך נישט מעגליך, פרישע עס איז קיין אפשען , ניטאמאל סנעקזיט וואס סטראגעלט שוין אפאר יאר האט עפעס נארמאל פריש צו עסן, א טורנסטייל אריינצוגיין פאר א טאלער אפילו , קען לכאורה קאווערן די עקספענסעס , עס זעט אויס פאני אבער וועד די מקוואות האבן עס אנגעהויבן טין איז עס אויך געווען פאני

אוועטאר
משה צימערינג
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: בבית חיינו זו 770

תגובהדורך משה צימערינג » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 11:22 pm

For your information
the Montréal oilem didn’t stop there in Leifer’s times and isn’t that interested in such a place. So I don’t think it will work out.
יחי המלך
גראדע איז נישט קיין נפקא מינא וואו זיינע מחותן פלעגט וואונען... (קרעדיט חמרא)

געבורטסטאג
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

תגובהדורך געבורטסטאג » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:05 am

איך ווינדער מיך די זעלבע, נאך די אלע יארן איז שוין דא א סוכהאון א דיסקאונט אין א האטעל אבער א נארישע מזונות איז נישטא ווי צי מאכן.
(משה איז גערעכט, די מאנטריאלע עולם שפעט כסדר פון די אמעריקאנע וואס קענען נישט פארן קיין 2 שעה אן זיך אפשטעלן פאר מנחה, מעריב, נאכטמאל און א דרינק, {אויף די סדר} בעת וואס זיי קענען שמייסן 7 שעה אין איין ציה צוויי נעכט אין א רייע...)

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 8:25 am

געפרעגט אמאל א מאנטריאל'ער וועלכע וועג נעמסטו?? זאגט ער מיר די האלטסט איך בין אויף 2 נעכט איך דרימל די גאנצע וועג און ווען איך שטיי אויף קום איך אן
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

metsboy
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 11:32 am

ווען עס פלעגט זיין ביי Exit 18 און Glen falls, איז עס אלעמאל געווען פיל. Exit 32 איז שוין געווען צו שפעט עס זאל זיך לוינען צו סטאפען

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 12:33 pm

קען מען דען נישט מיטנעמען א שטיקל מזונות פון שאפע אינדערהיים אדער לאקאלע גראסערי? פאר וואס דארף מען אלס די "דארטיגע" מזונות? איז עס בעסער ווי די היימישע?

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 2:17 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:קען מען דען נישט מיטנעמען א שטיקל מזונות פון שאפע אינדערהיים אדער לאקאלע גראסערי? פאר וואס דארף מען אלס די "דארטיגע" מזונות? איז עס בעסער ווי די היימישע?


געקלערט די זעלביגע. ס'איז מער די מצב ווי דאס קוכן
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אחד הרבנים
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 4:35 pm

זייער א שיינעם געדאנק און אפשר וויכטיג. איך וואלט אבער געוואלט בעטן מען זאל דאס נישט טוהן. פארענדיג גאנץ אפט אויף די וועגן וואס קען נעמען פון 6 ביז 8 שעה אן עוורידטש. (פאר מיר. אנדערע מאכן דאס שנעלער אדער לענגער. ווילי צו טאהש/מאנטריאל) געוואנדען אין די צייט וואס מען פארט. רוב דרייווערס ווילן ווי ווייניגער סטאפס. יעדע סטאפ אפילו די קערצטע, דארט מינימום 15 מינוט. די ענדגילטיגע ציל פון פארן איז אנצוקומען (עפי״ר). די סטאפס פארלענגערין די וועג. ווי מער פאסאשירן מען האט, אלס לענגער נעמט די סטאפ. ווי מער סערוויסעס עס איז דא ביים סטאפ אלס לענגער נעמט דאס. איר קענט דאס טיימן. אויב סטאפט איר נאר פאר געז וואס דארף נישט נעמען מער ווי 5 מינוט וועלן אלע פאסאשירן ארויסטאנצן צו אויסגראדן די ביינער, מענטשליכע געברויכן וכדו׳ און מיט רעכט.עס איז נישט גרינג אזוי לאנג איינצוזיצן.
עצה טובה, סטאפ ביי א פלאץ וולאס האט נאר דאס וואס די דארפסט און נישט מער.
אויב סטאפט איר צו טוישן דרייווער, א טעקסט סטאפ אדיר א טרעילער סטאפ ווי עס איז נישט קיין רעסט עריע נעמט עס די שנעלסטע (אדער אפען שאלדער, אבער דארט קען זיין א סכנה).
אויב דארף מען מענטשליכע געברויכן, סטאפ אין א רעסט עריע וואס האט נאר טוילעטס און גארנישט עפעס אנדערש.
איוב דארפט איר געז, סטאפ ביי א קליינע געז סטעישן.
קיינמאל סטאפן אין גרויסע סערוויס סענטערס ווי נוא באלטימאר וכדו׳ די סטאפס נעמען זייער לאנג און פארלענגערט די וועג מיט זייער אסאך צייט.
אויב וועט נאך צוקומען יודישע סערוויסעס, וועט דאס נעמען נאך לענגער.

גרשון
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:22 pm

א קרעטשמע קען זיין אינטערעסאנט פאר איינעם וואס נעמט א טאג אדער צוויי אפרו פון דער ארבעט און ער מאכט א געשמאקן וועג מיט דער משפחה, נישט פאר איינעם וואס יאגט זיך אהיים נאך א מצוה טאנץ און ער וויל נאך אנקומען פאר ראש אווער, אדער ער פארט ארויס נאכמיטאג און ער דארף אנקומען צו א חתונה. ווי מ'האט שוין אנגעמערקט, ווילן רוב מענטשן ענדערש א קורצן, שנעלן סטאפ ווי א דריי-פערטל שעה לענגער דעם וועג. דעריבער דארף סיי וועלכע זאך מ'מאכט זיין:

1. גלייך אראפ פונעם הייוועי, נישט מ'זאל דארפן זוכן, בלאנדזשען, און אויפהאלטן צייט.

2. זיין צוגעשטעלט מיט אלעם וואס מענטשן דארפן אינמיטן וועג - גאז סטאנציע, בית הכסא'ס, און א פלאץ זיך אויסצוציען די ביינער. אויב מ'דארף זיך אפשטעלן ערגעץ אנדערש פאר די זאכן, וועט מען זיך נישט אפשטעלן א צווייטן מאל.

איך קלער אז דאס בעסטע וואלט געווען מ'זאל אריינלייגן ווענדינג מאשינען אין עקזיסטירנדע רעסט עריעס וואס פארמאגן אויך א גאז סטאנציע (ס'זענען דא דארט גענוג געשעפטן, כ'גלייב אז מ'קען מסדר זיין אויך א כשר'ן ווענדיג מאשין). ס'דארף נישט קאסטן אזוי טייער אויפצוהאלטן, ס'זענען דא אסאך דרייווערס וואס פארן כסדר וואס קענען דאס אנפילן, און מענטשן וואלטן גערן געצאלט דעם פולן פרייז פאר א געשמאקן סענדוויטש, סנעק, טרונק, און חלב ישראל'דיגע קאווע. נישט יעדער געדענקט, האט צייט, איז פונקט אויסגערעכנט, און האט אן אפענעם גראסערי ביים ארויספארן.

ס'קען ליגן אזעלכע מאשינען ביי עטליכע רעסט עריעס, מ'דארף נישט ארויספארן פונעם הייוועי, ס'איז א קורצער אפשטעל להנאת כל הנוסעים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט