מאך נישט קיין מאסעס..

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:35 pm

מייייייייייייייייייקא !!!

מיקא
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

אויסגערעכענטע סדר היום

תגובהדורך מיקא » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:13 pm

זיבן טאמאטעס און און דריי איגערקעס, און א האלבער ספרדישער ציבל און א ווייס שטיק רעטעכ'ל, און געציל איז נאכנישט פארטיג.
מה העבודה הזאת לכם.. פרעגן עהם די שכנים צום פרישטאג מיל, אזא עבודה פאר צובייס צום פת שחרית?
יא, זאגט געציל, איך עס מיך גוט אן א פרישטיג, צו האבן כח צו עסן נאכטמאל..

מיקא
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

שומר נפשו

תגובהדורך מיקא » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:15 pm

מיכל איז פריש געזונט משוגע, און ס'זעט זיך נישט אן אויף עהם קיין יארן.
וואס איז מיט דיר מעכל, אז דיר האט נישט געכאפט די מיטעלע יארן קריזיס..?
אההה.. איך האב גענומען די וואקסינען באצייטנס.. זאגט ער.

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:15 pm

מיקא ביסט גוט... אינטרעסאנטע(פאני) יומער....

בא שבת בא מנוחה
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:16 pm

מיקא!!!!!

מיקא
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

ווי תורה דארט חכמה

תגובהדורך מיקא » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:41 pm

די פאליציי פארשט ווער ס'האט געווארפן שניי באליס אויף די טעקסיס. און אלע אויבער-חכמים חנפ'ן זיך מיט'ן פאליציי, אבער ברוך האט זיך געגלוסט מאכן פון עהם שפאס. זאגט ער עהם.
אפיסער, דו זעסט דעם שטיינדל? דאס לייגן די בחורים אריין אינעם שניי באלי ס'זאל גוט פליען..
געב עס טאקע אהער, וועל איך מאכן פינגערפרינט דערפון..
זאגט עהם ברוך; אז דו האסט מיך דא ביים האנט, ברויכסטו דעם שטיין אויכעט??..
ופני המן חפוי..

מיקא
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

וואס איז די חידוש?

תגובהדורך מיקא » זונטאג פאברואר 23, 2020 5:56 pm

וואס איז דאס אז ענק גייען מיט'ן גארטל אויף די לענדן.. פרעגט א מאדערנער ראביי דעם חסידישער ראש ישיבה, עטס קוקטס מיר אויס ווי א פסול'ע ספר תורה.. מיט'ן גארטל געבינדן אינדרויסן.
קען זיין, זאגט דער ראש ישיבה, אז אונז דארף מען נאך פאר'רעכטן, דערפאר גייען מיר מיט'ן גארטל אינדערויסן, אבער ווי אייך מיט'ן קורצן רעקל? א ספר תורה מיט א קורצע מענטעלע? דאס האב איך נאך קיינמאל געזען..

מיקא
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

א דאורייתא..

תגובהדורך מיקא » זונטאג פאברואר 23, 2020 7:23 pm

אלע האבן מיטגעהאלטן ווי שמולי כאפט א פראסק פונעם מנהל, וואס שרייעט אויף עהם; דו האסט געזאגט פאר'ן לאנטש רבי אז ער איז א גראבער?.. פופציג מאל זאלסטו שרייבן 'איך וועל מער נישט זאגן ליגענט..

מיקא
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

אזא מעשה

תגובהדורך מיקא » זונטאג פאברואר 23, 2020 7:26 pm

ס'געפלויגן גלאזערנע פלעשער פונעם ישיבה דאך, און דער משגיח פארשט אויס א בחור; ווען האסטו דאס לעצטע מאל געהאלטן א גלאזערנע באטל..
נעכטן.
וואס האסטו געטון מיט דעם?
געטרונקען סאדע וואסער..


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טשיפקא און 8 געסט