מאך נישט קיין מאסעס..

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

מ'זאגט נישט אויס!

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:21 pm

די ענגליש טיטשער איז שוין געווען זייער בייז, און האט געוואלט פאר יעדן פרייז כאפן דעם הויפט פארברעכער אין קלאס. האט ער ארויסגערופן דעם פלאטשיגער שעיר לעזאזאל - זלמי שווארץ, און עהם דערקוטשעט מיט גוטן און בייזן, זלמי!! דו מוזט מיר זאגן ווער האט אפגעשמועסט אז מ'גייט היינט איבערדרייען די קלאס, דאס איז א אפגעשמועסטע זאך.
אבער זלמי שווארץ איז א משוגענע עקשן, און ער מאכט קלאר; טיטשער! מ'האט אפגעמאכט אז מ'זאגט נישט אויס, איך גיי קיינמאל אין די לעבן נישט אויסזאגן. ניין!
אקעי איך פארשטיי, אבער ווער האט אפגעמאכט אז מ'זאגט נישט אויס?
וואס הייסט ווער?... יצחק שטערן!!!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:14 pm

דו ביסט גוט מיקא... מאכסט מיר לאכן מיט יעדע שורה
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:44 pm

פיינע נייעס דער מיקא!!!!!

הגם כאנישקיינאנונג וואס און פארוואס דער אשכול איז געעפנט געווארן אזוי פלוצלינג דא אין א שטילע לופטיגע וועלטל, אבער ס'פיינע נייעס....

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

הלכה למעשה.

תגובהדורך מיקא » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:32 pm

מענדל האט זיך געהאלטן פאר א אלץ-קענער, אנגעהויבן ביים מאכן וויין, און געענדיגט ביים פאבריצירן לידער.. און ס'האט זיך געמאכט ערנסטע שאלות - וועגן בל תשחית, אויב מ'מעג זיינע פאבריקאציעס לעוף השמים ווארפן.
האט מען געפרעגט דעם רב, את הדרך אשר ילכו בה, האט ער אזוי געזאגט; זיין קידוש וויין איז דאך מער זאלציג ווי געצוקערט, איז עס דאך נישט ראוי לאכילת בן נח. ווידער די ניגונים זיינע; די ווערטער זאל מען לייגן אין גניזה, און די ניגון קען מען לייגן אין גארביטש..

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

דער זעלבער פרוכט.

תגובהדורך מיקא » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:51 pm

מעכל דער שוויצער איז איין טאג נעלם געווארן, און דרייסיג יאר שפעטער האט ער זיך אנגעריקט יום הקדוש אין שול. אבער ס'האט אויסגעזען אז ענגליש קען ער נאכנישט, און יודיש האט ער שוין פארגעסן.. אבער ביים עהם מכבד זיין מיט גלילה אויפ'ן ס''ת, האט ער זיך צעשריגן; און וואס איז מיט מפטיר יונה?.. ווייטער האט עס יודל געקויפט?.. האט מען באלד געזען, אז א בעסערע שמעקער איז ער טאקע געווארן, אבער מעכיל איז געבליבן מעכיל.

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

פרוטה ופרוטה..

תגובהדורך מיקא » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:31 pm

און ר' אייזיק קומט ארויס פונעם וואכנאכט, און אין אלע טאשן ליגן סנעקס..
וויפיל דארפט איר האבן ר' אייזיק? פאר'ן באבע פאר'ן אייניקל פאר די איר אייניקלעך..
נע.. וואס עפעס.. זאגט ר' אייזיק מיט ביטול; איך טראג עס מארגן צוריק אין גראסערי און באקום קרעדיט אויף מיין קאנטע..

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

שכינה מה אומרת..

תגובהדורך מיקא » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:42 pm

זלמן דער ארעמער תהילים זאגער.. און טאמער איז ער נאכנישט גענוג איינגעבראקט און ווייעך, פון זיינע האגל'דיגע טרערן און ליידן, לויפט ער נאך אין מקוה, און מורמעלט בקשות.
און אט הערט ער א קול; זעמעלע!!!!! מ'האט אין הימל געהערט דיין געבעט.., איך שיק אט אט דעם אויסלייזער צו דיינע צרות..
אוי אוי.. צעוויינט זיך זלמן נאך שטערקער, נישט וויסנדיג אז ס'איז אשר דער לץ, וואס שרייעט דאס ארויס פונעם בוילער קאמער..

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מאנטאג דעצמבער 23, 2019 11:58 pm

מיקא איש הפלא

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2682
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג דעצמבער 24, 2019 6:51 am

זייער זיס, יעצט אפגעליינט אלעס

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

סוף גנב...

תגובהדורך מיקא » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 3:42 pm

ס'נישט דאס ערשטע מאל, וואס עס פעלט ביי ר' לייבל אין קאך, א גראב שטיק קאקאש - פונעם רייע פריש געבעקס. אבער דאס מאל האט ער עהם געכאפט!! בערל דער גראבער הענגט זיך ביים פענסטער - אויפ'ן וועג ארויס, אבער ער איז געשטראנדעט..
ער איז צו גראב, זיך אזוי שנעל ארויסצושלייכן פונעם פענסטער - מיט דעם גע'גנב'טע שטיק קאקאש ביד ימינו. און ר' לייבל קעכער כאפט דעם לאפאטע, און פראקט אריין אין עהם, ווי דער כהן גדול; אחת למעלה ושבע.. ביז ער האט אראפגעלאזט דעם קאקאש, און אנטלאפן ווי א באפרייעטע בעל חי.

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

ויאבק איש עמו..

תגובהדורך מיקא » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 8:35 pm

ס'שפעט און מאטל לויפט אריין צום באלעמער, און כאפט זיין טלית, און אין א רגע האט ער געמאכט א עטיפה. אבער ער שפירט אז איינעם האט יעצט פארשמעקט צו מאכן פון עהם סחורה, און האלט אן זיין ציצית.
ער וועט יענעם נישט נאכגעבן, און ער ווארט להכעיס מיט געדולדט איינגעהילט.. אבער נאך דריי מינוט איז ער שוין צופלאצט געווארן, און געבט פלוצלינג א גוט'ן שלעפ דעם ציצית צוריק, און געבט זיך א דריי אויס! און א גאנצע ציצה הענגט אפגעפליקט אויפ'ן באלעמער געיט..

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 10:32 pm

מיקי....
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6384
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג דעצמבער 31, 2019 11:59 pm

מיקא האט געשריבן:ס'שפעט און מאטל לויפט אריין צום באלעמער, און כאפט זיין טלית, און אין א רגע האט ער געמאכט א עטיפה. אבער ער שפירט אז איינעם האט יעצט פארשמעקט צו מאכן פון עהם סחורה, און האלט אן זיין ציצית.
ער וועט יענעם נישט נאכגעבן, און ער ווארט להכעיס מיט געדולדט איינגעהילט.. אבער נאך דריי מינוט איז ער שוין צופלאצט געווארן, און געבט פלוצלינג א גוט'ן שלעפ דעם ציצית צוריק, און געבט זיך א דריי אויס! און א גאנצע ציצה הענגט אפגעפליקט אויפ'ן באלעמער געיט..

:lol:
בעיסד אן עי טרא סטארי?
דביה תחדי נפשא

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

פעטש ווי סחורה

תגובהדורך מיקא » מיטוואך ינואר 01, 2020 12:13 am

די צוויי העכסטע קלאסן אין חדר האבן אפגעשמועסט, היות דער לאנטש משגיח טיילט פעטש בשפע, וועט מען מאכן א פארמעסט; וועלכע קלאס האט שוין באקומען מער פעטש..
ביי מיטאג הערט זיך א שאלונג פון פרייד; יאנקעלע האט געכאפט א פראסק! און כיתה ט'-א האלט שוין ביי 68 פראסקעס, קעגן כיתה ט' ב, וואס האט 'נאר' 67
אבער פאר וואס ווען וואו.. הההההה ט'-ב האבן צוויי קינדער געכאפט פעטש, און זיי קוויטשענען מיט ניצחון, זיי האלטן שוין ביי 69!!!!
דער משגיח ווייסט נישט וואס דא גייט פאר, ווען בערל פון כיתה ט-א שיסט פאר כעס א עפל אויף ט' ב, און דער משגיח קומט צו לויפן און דערלאנגט עהם א מעכטיגע פראסק! און די גאנצע קלאס טאנצט פאר פרייד.. ז-י-ב-ע-צ-י-ג...
וחוזר חלילה, ס'שפילט די רגעים, ס'פליעט פראסקעס, און מ'איז נישט זיכער ווער וועט מאריך אף זיין מיט ניצחון..

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

רבותי, ארדענונג!

תגובהדורך מיקא » זונטאג ינואר 05, 2020 4:51 pm

אין שטיבל האט זיך געמאכט א אומדערהערטע פירצה, בערל האט געברענגט טשולענט צום קידוש - קעגן די תקנה, און דער שמש האט עס עהם אריינגעשמירט אין פנים אריין.. האט זיך שמערל נוקם געווען לכבודו, האט זיך דער גבאי אריינגעמישט, און עהם מיאוס באשאלטן פאר'ן ארון הקודש - און דערלאנגט ביז'ן זיבעטן ריפ.. אויספירנדיג; בלוט וועט זיך דא גיסן, אבער שלום זאל זיין..
און דער שמש ענטפערט עהם נאך; א תקנה איז א תקנה! שלא לבייש מי שאין לו...

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

במקום שאין איש

תגובהדורך מיקא » זונטאג ינואר 05, 2020 5:18 pm

דער טאטע פארהערט יאנקעלע די חומש, און הערט נייע טייטשן; ואת השפן, א קליינע בער, ואת הפרס א ווילדע בער, ואת העזניה, א גראבע בער, ואת הדאה א שטארקע בער.. ואת האיה, א גרויסע פייגל, ואת התחמס א ווילדע פייגל, ואת השחף א שנעלע פייגל, ואת השלך א שטייטע פייגל.
ואת הינשוף, א גרויסע לייב, ואת התנשמת א קליינע פיש, ואת הקאת א ווילדע קאץ, ואת הדוכיפת א שטרענגע בער, ואת החרגל א וואוילע בער, ואת האנקה א סארט לייב, והלטאה א סארט פיש, והחומט א סארט פייגל והתנשמת נאך א סארט פייגל..
רופט די טאטע אן די מנהל, און יענער אנטשולדיגט זיך מיט איין ווארט; ס'געווען דא א סובסעטוט..

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

ער זעהט און ער ווייסט..

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 5:57 pm

אלץ פארגלוסט זיך פאר די יונגע חברה אין א שנייאיגער טאג, צו ווארפן סנאו-באלס. אבער היינט ווען דער אלטער משה קארפענטער איז געלאפן צו מנחה, און פארקירט זיין ארבעטס-טרעקל פארענט פונעם ישיבה, האט פונקט א שטיק שניי געלאנדעט אויף זיין פנים – גלייך פונעם הויעכן לעקטער שטאנג.
- אבער ער דרייעט זיך אויס מיט זיכערקייט און שרייעט; איך זע דיך דארט! דו עזות פנים.. באלד וועסטו כאפן פיינע פעטש!!! דו ראצער..

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

א שיין שטיקל!

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 6:04 pm

דער חזן ישעי' האט אראפגעלייגט א יום-טוב'דיגע מעריב, אהא נישט סתם; די 'וידבר משההההההה' האט ער געגארגעלט ממש ביז'ן לעצטן אטעם, אז ער האט כמעט פארלוירן זיין באלאנס.
נאכן דאווענען – ווי נאטורליך – קומט זיך די פידבעק ווי מ'זאגט אנשטאט צו באצאלן אפאר חלות.. און יודל פון די יונגע מתפללים לויפט באלד צו צו עהם, און באוואונדערט עהם מיט שבחים; אוהאא!! ר' ישעי' דאס איז א חידוש ממש א חפצא... פארציילט מיר נאר? פון וואו האט איר געקויפט דעם הערליכן שטריימעל???...

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

א טויגליכער מאן

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג ינואר 16, 2020 6:21 pm

יעצט איז די פופציגסטער יאר, וואס דער ראש הקהל - זושא - געוואונט זיין אמט, אלץ קהילה פארשטייער אין די רעגירונג אינסטאנצן. און לכבוד דעם האט מען עהם פון אלבאני און וואשינגטאן געשאנקן מיט גרויס פאראד, א 'גאלדענעם האמערל'!! ווי א סימבאל פון 'געזעץ און סדר'.
אבער שפעטער - בין כסא לעשור, האט דער ניו-יארקער סענאטאר עהם איבעראשט, און עהם פלוצלינג באזוכט אין שטוב. און ווי באליידיגט איז יענער געווארן, ווען ער טרעפט אונזער ראש הקהל 'זושא' שטיין אויף א לייטער, און מיט'ן גאלדענעם האמער! קלאפט ער פלייסיג א נאגל נאך א נאגל אין זיין האלצערנעם סוכה...
גיי לערן זיי, אויף וואס א האמער איז געמאכט געווארן.

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

דרך ארץ פאר וועמען

תגובהדורך מיקא » מאנטאג פאברואר 03, 2020 6:08 pm

דער אוטאבאס קומט צו רייטן, און פארט אריבער דעם סטאנציע, כאטש אז דארט שטייט א עלטערע מענטש, וואס צייגט מיט'ן שטעקן זיך אפצושטעלן.
דעם יונגער יאסל האט אפגעמאכט צו לייגן דעם דרייווער אין פלאץ, און ער פליעט נאך דעם באס מיט זיין ביציקל, און שטעלט זיך אין פארענט, צייגענדיג; לאז ארויף דעם אלטן מענטש!!!
און דער דרייווער צייגט עהם מיט'ן טייטל-פינגער ארויף!
יאסל ווייסט נישט אויב ס'איז א קללה אדער א טויב-שפראך, ביז דער דרייווער עפענט זיין פענסטער'ל און פרעגט עהם; זעסטו נישט דא אויבן שטייט קלאר?.. ''דיס באס איז אויט אף סערוויס''..
כ'האב נישט געוואלט זען יאסלס פנים ביים באקומען דעם ענטפער..

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

אל תשליכנו לעת זקנה

תגובהדורך מיקא » מאנטאג פאברואר 03, 2020 6:13 pm

ר' זיידל וויאזוי שפירט איר? פרעגן עהם די יונגעלייט אין שטיבל, און ער ענטפערט מיט זיין אויסגעקראכענע מויל פון ציינער.
ווי אויסגעמוטשעט בין איך.. ווי שווער איז דאס מיר.. עטץ יונגעלייט פראבירטס נאר פאר פינעף מינוט צוגיין אזוי איינגעבויגן מיט אזא טיפע הויקער, און נאך שלעפן מיט זיך א שטעקן און אפאר אפענע שיך.. און אויך מיין באהעלפער ברויך אין פאר מיינע זינד מיטשלעפן איבעראל..

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

נישטא קיין טעג

תגובהדורך מיקא » מאנטאג פאברואר 03, 2020 6:20 pm

מעכל וואס איז שוין ווידער אז דו באקלאגסט דיך?
וואס הייסט, איך דארף חתונה מאכן, און ס'נישטא קיין ליידיגע דעיט'ס.. מיינע צייטן איז אזאנס נישט געווען.
אזוי? נישטא קיין דעיט'ס געבליבן פאר חתונות?
ניין.. אויף חתונה מאכן האב איך שוין לאנג א טאג... איך מיין צו זאגן, א ליידיגע טאג פאר'ן מגבית.. לצורך הוצאות החתונה, איז קיין ליידיג טאג נישט פארבליבן.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג פאברואר 03, 2020 7:07 pm

מיקא, איינ'ס בעסער'ס פונעם צווייטן

מיקא האט געשריבן:מעכל וואס איז שוין ווידער אז דו באקלאגסט דיך?
וואס הייסט, איך דארף חתונה מאכן, און ס'נישטא קיין ליידיגע דעיט'ס.. מיינע צייטן איז אזאנס נישט געווען.
אזוי? נישטא קיין דעיט'ס געבליבן פאר חתונות?
ניין.. אויף חתונה מאכן האב איך שוין לאנג א טאג... איך מיין צו זאגן, א ליידיגע טאג פאר'ן מגבית.. לצורך הוצאות החתונה, איז קיין ליידיג טאג נישט פארבליבן.

דאס דארף מען געבן פארן כח היחיד קאמפיין, ס'איז א גוטע מעשה
כשמ"ו כן הוא

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

צום געזונט

תגובהדורך מיקא » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:17 pm

אברומי לויפט אויף גאסן און אויף טרעדמילס, ער מאכט איבונגען און עסט שטרוי מיט וואסער, אבער פארלירט נישט גארנישט..
האט עהם דער דאקטאר אויסגעפרעגט זיין סדר היום אין דעטאלן, קומט אויס קלאר, אז ער לויפט טאקע יעדן טאג א שעה צופרי און א שעה ביינאכט, אבער פארגעסט נישט מיטצונעמען א זעקל 'דייעט קיכעלעך' און א פלעשל דייעט סאדע.. און אזוי יערט ער ווי אויף הייווען..
לעצט פאראכטן דורך מיקא אום מאנטאג פאברואר 10, 2020 8:30 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מיקא
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

א דאוריייתא

תגובהדורך מיקא » מאנטאג פאברואר 10, 2020 4:27 pm

דער אלטער יודל גייט אין גאס און רעדט צו זיך אליינס, און אז מ'פרעגט עהם צו וועמען ער רעדט, זאגט ער; ובלכתך בדרך איז א מצוה דאורייתא..
און אזוי פארקאכטערהייט, האט ער זיך איבערגע'קוטשקעט..
און אז ער הייבט זיך אויף, זאגן עהם די פארבייגער; יעצט האט איר מקיים געווען ובשכבך ובקומך..


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שואל ומשיב און 33 געסט