מאך נישט קיין מאסעס..

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען
banet
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 18, 2020 10:04 pm

Re: מאך נישט קיין מאסעס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך banet »

לא שמעתי
דער אלטער זאנוויל פארציילט זכרונות, און געבט א קרעכץ; א שאד כ'האב נישט צוגעהערט צו מיין טאטע'ס ווערטער...
וואס האט אייער טאטע געזאגט?...
זאגט ער; כ'ווייס נישט! כ'האב דאך נישט צוגעהערט...
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: מאך נישט קיין מאסעס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

טראץ די מסירות נפש פאר די רעגולאציעס, האט איר די קאראנע אויך באטראפן.
נאך די באגרעבעניש צערעמאניע האט איר די בית דין אפירגענומען, "פארוואס ביסטו בפריצות געגאנגען און אידן מכשיל געוועזן?"
א רחמנות'דיג פנים שטעלט זי אן "אוי איז געווען הייס, ווי האב איך געהאט א ברירה?"
שלעפט דער מלאך ארויס א מאסקע און פאכעט מיט שארפקייט, "און דאס פארליידן האסטו יא געקענט?"
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ישראל אהרן
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 3:53 pm

Re: מאך נישט קיין מאסעס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישראל אהרן »

banet האט געשריבן:שלשה נבראו ואלמלא...
דריי זאכן האט גאט ב''ה באשאפן, וואס אנדעם וואלט געווען גרויסע צרות.
1] א מזרח וואנט! ווייל ווען נישט דאס, וואלטן די שיינע יודען געלאפן און געלאפן, און נישט דערגרייכט זייער זיץ פלאץ...
2] א אונטערשטע זוים פאר'ן טאביק-פושקעלע; ווייל אויב נישט, וואלטן די טאביק נעמער'ס אריינגעטונקן די פינגערס ביז'ן תהום...
3] די דוימען פינגער! ווייל אנדעם, וואלטן די מזל טוב געבערס, אריינגעריטן מיט זייער רעכטן האנט - ביי אייך אין הארץ אריין...

:lol: :lol: :lol:
סיפורי צדיקים
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 9:43 pm
לאקאציע: געווענליך אין מיין הויזן...

Re: מאך נישט קיין מאסעס..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיפורי צדיקים »

חאלאוונע האט געשריבן:גאר שארף
ס'קומט מיר א מזל טוב, זאגט באריס פאר זיין עלטער עלטער באבע, איך בין א חתן געווארן מיט קריסטינע איוואנס טאכטער... אוי געוואלד -שרייעט די אלטיטשקע, אין מיינע יארן וויפיל מסירות נפש האב איך געהאט, און דא אזא בראך א שיקסע פאר א אייניקל?
אקעי אקעי באבושקע! איך גיי איר זאגן אז ס'איז בטל ומבוטל...
נעין נעין! שרייעט די אלטיטשקע – אפלאזן א שידוך? דאס איז ביי אונז געווען נאך ערגער פון אלעס...

די מעשה ווערט געברענגט אין מבית אבותי ורבותי, געדענק איך נישט אויף וועלכע שטאט
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”