מאך נישט קיין מאסעס..

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מיקא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

ער לאזט זיך נישט נארן..

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:11 pm

אלע קומען אריין צום נייעם יאר אפגעשוירענע קעפ, אויסער לייבל דער שמש! זיין פיאות צעקניפט און האר באוואקסען, און ווען אלע גייען אריבער דעם רב זאגן לשנה טובה, פרעגן עהם די בעלי בתים, לייבל פארוואס האסטו זיך נישט געשוירן??
עטץ ווייסט נישט אז די קהילה איז מיר שולדיג געלט??? און ביי דעם איז עס געבליבן.. ווילאנג מ'צאלט עהם נישט, שערט ער זיך נישט..

מיקא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

מ'זאגט נישט אויס!

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 4:21 pm

די ענגליש טיטשער איז שוין געווען זייער בייז, און האט געוואלט פאר יעדן פרייז כאפן דעם הויפט פארברעכער אין קלאס. האט ער ארויסגערופן דעם פלאטשיגער שעיר לעזאזאל - זלמי שווארץ, און עהם דערקוטשעט מיט גוטן און בייזן, זלמי!! דו מוזט מיר זאגן ווער האט אפגעשמועסט אז מ'גייט היינט איבערדרייען די קלאס, דאס איז א אפגעשמועסטע זאך.
אבער זלמי שווארץ איז א משוגענע עקשן, און ער מאכט קלאר; טיטשער! מ'האט אפגעמאכט אז מ'זאגט נישט אויס, איך גיי קיינמאל אין די לעבן נישט אויסזאגן. ניין!
אקעי איך פארשטיי, אבער ווער האט אפגעמאכט אז מ'זאגט נישט אויס?
וואס הייסט ווער?... יצחק שטערן!!!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:14 pm

דו ביסט גוט מיקא... מאכסט מיר לאכן מיט יעדע שורה
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 6:44 pm

פיינע נייעס דער מיקא!!!!!

הגם כאנישקיינאנונג וואס און פארוואס דער אשכול איז געעפנט געווארן אזוי פלוצלינג דא אין א שטילע לופטיגע וועלטל, אבער ס'פיינע נייעס....

מיקא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

הלכה למעשה.

תגובהדורך מיקא » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:32 pm

מענדל האט זיך געהאלטן פאר א אלץ-קענער, אנגעהויבן ביים מאכן וויין, און געענדיגט ביים פאבריצירן לידער.. און ס'האט זיך געמאכט ערנסטע שאלות - וועגן בל תשחית, אויב מ'מעג זיינע פאבריקאציעס לעוף השמים ווארפן.
האט מען געפרעגט דעם רב, את הדרך אשר ילכו בה, האט ער אזוי געזאגט; זיין קידוש וויין איז דאך מער זאלציג ווי געצוקערט, איז עס דאך נישט ראוי לאכילת בן נח. ווידער די ניגונים זיינע; די ווערטער זאל מען לייגן אין גניזה, און די ניגון קען מען לייגן אין גארביטש..

מיקא
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

דער זעלבער פרוכט.

תגובהדורך מיקא » זונטאג נובעמבער 03, 2019 3:51 pm

מעכל דער שוויצער איז איין טאג נעלם געווארן, און דרייסיג יאר שפעטער האט ער זיך אנגעריקט יום הקדוש אין שול. אבער ס'האט אויסגעזען אז ענגליש קען ער נאכנישט, און יודיש האט ער שוין פארגעסן.. אבער ביים עהם מכבד זיין מיט גלילה אויפ'ן ס''ת, האט ער זיך צעשריגן; און וואס איז מיט מפטיר יונה?.. ווייטער האט עס יודל געקויפט?.. האט מען באלד געזען, אז א בעסערע שמעקער איז ער טאקע געווארן, אבער מעכיל איז געבליבן מעכיל.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט