מאך נישט קיין מאסעס..

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

מאך נישט קיין מאסעס..

תגובהדורך מיקא » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:19 pm

מאך יא מאך נישט, ווילסט נישט גלייב נישט..

א צענטער - וואו ביסטו?
שוין זייער שפעט אין די נאכט, און בלית ברירה האט מען זיך געלייגט שלאפן, צומארגענס ערב פסח - איז מען געגאנגן צום רב, און פארציילט די טראגעדיע.

- דאס צענטע שטיקל ברויט איז פארשוואונדן, ואיננו!

האט דער רב געזאגט לויט די הלכה, אז מ'זאל עס פשוט מפקיר זיין אין הארצן, און אז ס'איז ממילא בל יראה ובל ימצא.

גזירה על המת שישתכח מן הלב.. און ער קען נישט פארגעסן זיין אַנטוישונג, ווי האט עס געקענט אוועקקומען? וליבי אומר לי, אז דער הונט ליגט באגראבן אין די געגענד.

די וועלט פירט זיך חוה"מ זיך אויסצולופטערן, האט ער זיך פארגינט צו נעמען א שויער.. און איינמאל פאר אלעמאל עפענען דעם גראבן קנאבל בארד.. והנה דאס צענטע שטיקל פאלט ארויס..

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:44 pm

:lol: :lol: :lol:

programmer
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 11:34 am

תגובהדורך programmer » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:47 pm

לץ

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 9:45 pm

משה זוכמיר

דער גוט הארציגער ברוך, איז אסאך א גרעסערע שלימזל, אז ווען נישט די קאפ איז עהם באהאפטן צום האלדז, וואלט ער עס שוין פארלוירן..

און קוים א וואך, נאך וואס ער האט באקומען זיין הצלה ראדיא, האט ער עס אנגעהויבן זוכן און זוכן, און חדשים לאנג האט ער נאך געזוכט, און נישט געפונען.

אבער ערב פסח האט געטראפן אונטערן בעט - זיין שבת הויזן – וואס ער האט געקויפט לעצטע יאר פסח, און אויף דעם איז געהאנגען - ווי א עזות פנים דער געזוכטער רעדיאו..

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 10:06 pm

מיקא האט געשריבן:משה זוכמיר
דער גוט הארציגער ברוך, איז אסאך א גרעסערע שלימזל, אז ווען נישט די קאפ איז עהם באהאפטן צום האלדז, וואלט ער עס שוין פארלוירן..
און קוים א וואך, נאך וואס ער האט באקומען זיין הצלה ראדיא, האט ער עס אנגעהויבן זוכן און זוכן, און חדשים לאנג האט ער נאך געזוכט, און נישט געפונען.
אבער ערב פסח האט געטראפן אונטערן בעט - זיין שבת הויזן – וואס ער האט געקויפט לעצטע יאר פסח, און אויף דעם איז געהאנגען - ווי א עזות פנים דער געזוכטער רעדיאו..

די חידוש פון די מעשה איז מורא'דיג.
מיילא פיס פארמאגט דאך די הויזן, האט ער געקענט אפיאגן און זיך פארשטעקן אונטערן בעט, ווי טבי עבדי. אבער הענט האט ער דאך נישט, איז וויזשע אזוי האט ער געקענט מיטנעמען די ראדיא?
א קשיא אויף א קאשע
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:36 pm

ס'פאסירט..
שפעט נאך חצות האט מיילעך אנגעקלאפט ביי אברהם הנגיד, און געהאפט אז אין דעם רואיגן עת רצון, וועט ער קריגן א שיינעם סכום, פאר'ן חתונה מאכן זיין ערשטע טאכטער.

אהה.. קומט אריין.. גייט אריין אינעם לעצטן צימער.. זאגט דער באלעבוס, און אויפ'ן טיש ליגט לעיקעך און משקה, כמנהג בעלי בתים חשובים.

נאך פינעף מינוט קומט אריין א מיטל-יעריגע פרוי און זעצט זיך אוועק קעגן מיילעכען..

נאך פאר וואס ווען, הייבט ער זיך אויף און לויפט ארויס צום באלעבוס.. איך קום פאר הכנסת כלה.. מיין טאכטער די ערשטע..

אוי! אוי זייט'ס מיר מוחל אלף פעמים.. כ'האב געמיינט איר זענט דער זיווג שני וואס האט געזאלט זיך טרעפן דא היינט נאכט.. אוי אוי אנטשולדיגט!

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:47 pm

איר גייט קיין דרום?
יא קומט אריין אין פארענט סיט.. איר קענט זיך ביטע צו'גארטלען?

מעכל גלייבט נישט וואס ער זעט! יענער באקוקט זיינע פריוואטע דאקומענטן העכערן שפיגל..
וואס זענען די אלע פאפירן וואס איז דא אנגעלייגט? איר ארבעט אין קרקעות? איר זענט פארמעגליך? איך זע דא א ביל פון זיבן טויזענט.. פאר וועלכע זאך איז דאס? אויב כ'מעג וויסן..
אגב, ס'שטונקט דא פון פיש..

מעכיל נעמט דעם רואיגן טאהן און ענפערט קאלטבלוטיג..
יא ס'שמעקט.. איך האב פריער געגעבן א היטש פאר איינעם...

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 1:37 pm

שטייט איציג דער פיש סוחר ביים ארויסגאנג פון בור טבילה, און דרייט זיך צוריק צו מיר "אינגערמאן: ברענזשעט זיי מוחל אהער מיינע צאָן." ס'געלעיגן דארטן אזוי ביים ברעג טייך. דריי איך זיך אויס צו אים אזוי מיט די מויל געצויגן ביזן גרינד פונעם נאז, און די שטערן פארקנייטשט ביז גאר. כ'קלער צו מיר: ווי קען איך נעמען א צווייטנס זעקל ציינער, ער עסט דאך דערמיט זיינע קנאבל אן רחמנות" דער איציג שטייט דארט אומגעדילדיג און רופט זיך אן מיט א געבייזערטע שטימע "אינגערמאן גיב שוין אהער, ס'בייסט נישט".

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:09 pm

גוט!
נהנתי!
ולאכטי!
(מיקא סהאט זעך דיר פארגליסט אן עקסטערע אשקול?שוין דא איינס?א שטיקל לימד זכות האב איך אז דיינע דזשוקס זענען אויף א העכערע סטאנדארט! פין די אנדערע אשקול
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

ווייסטע שוין?

תגובהדורך מיקא » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:35 pm

אייזיק דרייווסט שוין דרייסיג יאר באסעס קיין קאנאדע.. און דער יונגער שימי מאכט זיך היימיש מיט'ן דרייווער און שטעלט עהם פראגעס ביז איבער'ן נאז, און איז כמעט אראפגעפאלן, ווען אייזיק האט געריקט דעם קלאטש, און דאס באס האט געכאפט דעם אטעם.. מיט א שאקל, און פארט ווייטער אין גאלאפ.
איר האט געמאכט א שארט-סטאפ! מאכט זיך שימי וויכטיג פאר ר' אייזיק, כאילו ער קען א שפראך..
דאס איז נישט קיין שארט-סטאפ בחור'ל.. איך וועל דיר דארפן ווייזן וואס דאס איז א שארט-סטאפ, און זעצט פאר די לאנגע וועג קיין קאנאדע און די שמועס ציעט זיך געמוטלעך מענין לענין. און אז די שאסיי איז ליידיג, מעג מען דאך פליען אויף טויזענט.. און טראאאאאאאאאאאאאךךךךךךךךךך דאס גאנצע באס האט אויפגעציטערט און געטרייסעלט..
לאכט זיך ר' אייזיק צו שימי אינעם שפיגל.. הערסטע? ד-ע-ט-ס וו-א-ז ע-ה שא-ר-ט ס-ט-א-פּ!! ווייסטע שוין??

אוועטאר
ימות המשיח
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:36 pm

פיין געלאכט
:lol: :lol: :lol:
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 5:03 pm

מי ומי ההולכים?
יארן לאנג שבת אחים גם יחד, יאנקל מיט זרח צוויי געטרייע ברודער, אבער די משפחה איז זיך צעוואקסן, און זרח וויל שבת מאכן פאר זיך, אבער די דילעמא איז גרויס; וועלכע קינדער איז וועמענס?
ווען מ'האט דעם שאלה פארגעלייגט ביים שטאטס רב, איז געבליבן אז מ'גייט אויפמאכן א חומש'ל, און אט איז ארויסגעקומען דעם פסוק; עֲקֻדִּ֥ים נְקֻדִּ֖ים וּבְרֻדִּֽים לְיַעֲקֹ֔ב... די געפרעקעלטע גייען צו יאנקל..
לעצט פאראכטן דורך מיקא אום דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טינט
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 10:45 pm

תגובהדורך טינט » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 4:22 pm

דו ביזט משוגה צום טויט, אבער הלוואי שירבו משוגעים כמותך בישראל, צוקער זיסע שפראך, און די קרעאטיוויטעט איז ממש קומענדיגע שטאפל. ווי וואלט מיין מלמד מומחה געזאגט, ווען דו זאלסט ווען נוצן דיין קאפ פאר תורה...
די חילוק איז, אז איך קען טאקע...

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:31 pm

אז מ'וועט מגיב זיין, וועל איך האבן די אפעטיט שנעלער ממשיך צוזיין..

למי ידו העליונה?
לאנגע יארן האט זיך שטיל געקאכט דעם האפענדע ניצחון, יודל מיט הערשל, ביידע געטרייע גבאים געווען ביים אלט'ן רבי'ן, און ווער וועט ליגן דאס נענטסטע צום רבי'נס ציון.
יודל האט זיך ערשט אפגעזאגט, און זיינע יורשים האבן זיכער געמאכט אז 'עהם' לייגט מען דאס נענטסטע וואס שייך – זיבן איילן נאנט צום אלט'ן רבי'ן.
ווען הערשל האט זיך אויסגעלאשן, האבן עהם זיינע יורשים געלייגט – ממש נעבן דעם רבי'ן..
איז ווער האט אויסגעפירט?.. א שאד – זאגט דער רבי – אז הערשל האט עס נישט דערלעבט.. ער העט טעך געזאלט באגראבן ווערן לעבעדיגערהייט פאר ניצחון..

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

א היינטיגער משנה..

תגובהדורך מיקא » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:13 pm

ביים רב באווייזט זיך א שואל, ער וויל וויסן וויאזוי איז מען היינט צוטאגס מקיים דעם משנה, זימן לבנים ומצא שחורים?
גאנץ פשוט זאגט דער רב; ביים אלטן בערל זענען געבוירן עטליכע בנים לבנים, און היינט אויף די עלטער האבן זיי עהם אריינגעריקט אינעם מושב זקנים, און כאטש ער האט אנגעגרייט פאר זיך ווייסע, האט ער צום סוף זיך געטראפן א גאנצע טאג ארומגענומען מיט שווארצע..

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 9:22 pm

מיקא האט געשריבן:ביים רב באווייזט זיך א שואל, ער וויל וויסן וויאזוי איז מען היינט צוטאגס מקיים דעם משנה, זימן לבנים ומצא שחורים?
גאנץ פשוט זאגט דער רב; ביים אלטן בערל זענען געבוירן עטליכע בנים לבנים, און היינט אויף די עלטער האבן זיי עהם אריינגעריקט אינעם מושב זקנים, און כאטש ער האט אנגעגרייט פאר זיך ווייסע, האט ער צום סוף זיך געטראפן א גאנצע טאג ארומגענומען מיט שווארצע..

א ברכה!
ער האט זיך גערישט אין מושב זקנים אז מוועט אים ביז געציילטע טעג אנטון 'ווייסע' תכריכים, דערווייל איז ער געבליבן מיטן 'שווארצן' רעקל...
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

מיקא
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

ווער לעקט אויס דאס שיסל?

תגובהדורך מיקא » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 10:58 pm

מעכל באמערקט ווי דער עושר הערשל זיצט אין די בעק - אויפ'ן לעצטן זיץ פונעם פליגער; מה זאת?
עה! איז ער זיך מבטל מיט ענוה פסולה – פאר זיבן שעה פון לאנדאן ביז ניו יארק דארף מען שפענדן אזויפיל געלט?.. ער איז נייגעריג ווי וואלט א שטייגער א עושר ווען געזעצן, ער קוקט אריין אינעם ערשטן קלאס, און וועם זעט ער דארט? בנימין דער שלעפער.. מיט די ווייסע שטרומפ אין די הייעך.
בנימין?? ערשטע קלאס??? יא!
איך האב חתונה געמאכט, הכלל ס'געווען א מגבית.. בקיצור ס'געבליבן עפעס שיריים פון די הוצאות.. האב איך מיר פארגינט זיך אויסלופטערן אינעם ערשטן קאבינע..

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 11:11 pm

בנימין דער שלעפער?

איך האף די רעדסט נישט פונעם באקאנטן בנימין דער שלעפער פון מאנסי? אך און וויי אויב ער איז געזעצן אין פוירסט קלעס.
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-09-15-23-09-05.jpg
Screenshot_2019-09-15-23-09-05.jpg (256.08 KiB) געזעהן 159 מאל
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט