קאץ אדער מייז??? - נוגע אויף אייוועלט???

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שכן טוב
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2019 10:14 pm

קאץ אדער מייז??? - נוגע אויף אייוועלט???

תגובהדורך שכן טוב » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 3:16 pm

דער אשכול איז אין אנדענק פון מיין ידיד נפש, א געלונגענע געשמאקע שרייבער פון פאך אויס, וועלכע האט לעצטנס פארלאזט דעם וועלטל, און זיך שטילערהייט ארויסגעשלייכט מיטן קבלה מער נישט צוריקצוקומען, איבערלאזנדיג דא א גרויסער מערקבארער חלל,

אזוי אויך אין אנדענק פון מיין אלטער ניק וועלכע האט געמוזט אפגעלאזט ווערן צו מיין באדויער,

ביידע פון זיי האבן פאסירט נאך וואס זיי זענען געפאלן א קרבן צו דעם פערדעריי וואס איר וועט דא ליינען, דעריבער שפור איך פאר וויכטיג דאס ארויסצוברענגען כדי שלא ימותו כדרך שמת פלוני,
____________

די וועלט דערציילט א מעשה, עס איז געווען אמאל א פארפאלק איז אריינגעקומען צו א רב און ערקלערט אז זיי ווילן זיך גט'ן ל"ע,

דער רב, זייענדיג א מומחה אין עניני שלום בין איש לאשתו, האט פארשטייצעך פרובירט צו זעהן אויב ער קען נאך עפעס אויפטון און עס צוריקשטעלן, ער האט זיי פארבעטן זיך אראפצוזעצן, און מיט א ליבליכקייט אנגעהויבן אויסצופרעגן וואס דא האט פאסירט, וואס האט געשאפן דעם שפאלט וואס האט געפירט ביז אהער,

נאכן זיצן קרוב צו א שעה מיטן פולסטן רואיגקייט און הערן זיינע מעשיות און אירע געפילן, האט דער רב מחליט געווען אז דא מוז ליגן עפעס מער, אזאנע מעשיות וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן קומט עס ניטאמאל ארויף אויפן ראדאר זענען דא געווארן גרויסע בערן און ריזיגע טראגעדיעס, וואס דאס האט קלאר געוויזן אז עפעס א איינגעגעסענע שנאה ליגט דא, וואס דער ארבעט איז בלויז צו אידענטיפיצירן אוואו דער הונט ליגט באגראבן.

דער רב האט זיי געבעטן זיי זאלן אראפנעמען אפאר מינוט און זיך פרובירן צו דערמאנען טיעפער אביסל, צוריקמישן אפאר טרעקס אינעם זכרון און זיך דערמאנען וואו עס האט זיך פאקטיש אנגעהויבן די רייבערייען,

ביידע האבן זיך גענומען אפשטויבן אלטע געשיכטעס, געוויסע מעשיות האבן זיי געברענגט טרערעלעך, און געוויסע האבן געצווינגענערהייט ארויפגעברענגט א פארשעמטן שמייכל, זיי האבן שוין אליינס נישט געוואוסט אויף וואס מען האט זיך מתחילה געקריגט, ביז נאך עטליכע מינוט איז דער ווייבל אויפגעקומען מיטן שורש, און אויפגעוויקלט אירע קאשמארן מיט פארגלייזטע אויגן,


זי דערציילט אזוי;
געווען איז עס מיט א יאר צוריק פאר פסח, ווען מיר האבן אינאיינעם פסחדיג געמאכט ביי אונז אינדערהיים, מיר זענען ביידע געזיצן אויף דער ערד און געוואשן, ווען פלוצלינג, אין פראנט פון מיינע אויגן איז א ע-ע-עקלדיגע שווארצע קאץ אדורכגעלאפן ביי אונזער גלאזערנע פארטש טיר,

איך בין ווי פארשטענדליך אויפגעשפרונגען, און איך דריי זיך אויס צו מיין מאן 'האסטו געזען דעם קאץ????'

ער אבער, מיטן גאנצן בחורישע פרישקייט, נעמט זיך לאכן 'וואס, עהה.. א קליינע מייזעלע... האסט מורא?...'

איך בין געווען זיכער זיכער מיט מיר אז איך האב דא געזען א קאץ, ער האט אפילו נישט געהעריג געקוקט דעמאלס, און עס האט אויסגעבראכן א שטיקעלע ויכיח,

פון א טענהריי האט עסאנגעהויבן קומען באגלייט מיט באליידיגונג לשונות פון ביידע ריכטונגען, און אזוי איז עס געווארן א ערנסטע מחלוקה, ער שרייט א מייז און זי שרייט א קאץ, און פון דארט האט זיך עס אנגעהויבן!!!!.......

זי איז געווען גערעגט אז ער מאכט איר אוועק, ער האט געהאלטן אז זי ווערט צו היסטעריש, זי זאגט אז ער איז א קאלטער מאן, און ער זאגט אז זי איז א צאפלדיגער פרוי, און פון אט די קלייניגקייט האט זיך אנטוויקלט צומארגנס נאך א קלייניגקייט, און פון דארט איז געווארן א לאנגע קייט פון מחלוקות, אזש ביזן זיך גט'ן ל"ע,


דער רב גיבט זיך א צושמייכל, ער פארטראכט זיך, און מיט א ליבליכע שפראך האט ער ביז אפאר מינוט אויפגעלאזט די אייז, און נאך א קורצע שמועס זענען זיי געווען אויפן וועג אהיים מתוך אהבה ואחוה ושלום ורעות,


גייט דורך א קורצע צייט, מען האלט ווידער פארן יו"ט פסח, און די טיר עפנט זיך אויף ביים רב אין שטוב, באגלייט מיט א הייסע פארע וואס ברענגט מיט מיט זיך דעם זעלבן פארפאלק! ווידער מיט קולות!...

דאס מאל איז דער רב גלייך צוגעטרעטן צום עיקר, און אנגעהויבן אויספרעגן די מעשה פון אנהויב,

דערציילט דער ווייבל, מיר האבן געהאלטן אינמיטן פסחדיג מאכן די קאך, און איך פרעג מיין מאן מיט א שמייכל 'געדענקסט ווען איינמאל אינמיטן פסחדיג מאכן איז דא אאדורכגעלאפן א שווארצע קאץ? עך.. איז דאס געווען עקלדיג...!' דער מאן אבער רופט זיך אן מיט אזא געמיינע קרום מיט די נאז 'מיינסט די מעשה מיט די מייז...'

און…. בום!!! צוריק אויפגעפלאקערט!...


דער רב קוקט זיך ארום פארלוירן... דאס איז א ריכטיגע זעלטענע פאל... ער זעהט זיך ארום אז ער האנדלט דא מיט צוויי קינדערליך, און ווארשיינליך האט ער דא אריינגעביסן אין א נעווער ענדינג סטארי....

ער זעצט זיך אראפ זיי מסביר זיין, מיינע פריינט, אויב וויל מען לעבן בשלום דארף מען קענען אנגיין אפילו עס איז דא א חילוקי דעות אינעם קאץ\מייז מעשה'לע! מען טאר נישט בלייבן ביי דעם שטעקן!!

אויב יעדע מאל מען וועט שמועסן אין קאך וועט דאס נאכאמאל גורם זיין דער פייער זאל זיך ווידער אנצונדן, און יעדע שמועס וועט ווערן פארקירעוועט צום קאץ אדער צום מייז וועט דא בלייבן א קאץ און מייז מחלוקה לאורך ימים ושנים!

גייטס אהיים, און מאכטס אפ ביי זיך אז נישט קיין חילוק וואס עס איז געווען, א קאץ אדער א מייז, און בלייבטס נישט סטאק מיטן קאץ!!!

_______________

כלפי מה דברים אמורים,

איך דריי מיך שוין ארום דא א לענגערע צייט, איך האב אונטער מיין אלטע ניק מיטגעהאלטן גאר אסאך דא אויפן וועלטל, און עס טוט וויי צו זעהן ווי געוויסע, טייל פון זיי באמת קלוגע פארשטענדליכע געשמאקע, ידידים מיט וועם מען קען באמת גוט פארברענגען, ווערן צומאל סטאק אין א קאץ, און קענען זיך נישט דערפון ארויסזען,

דער מציאות איז אז איבעראל ווי עס איז דא צען מענטשן איז דא צען מיינונגען, און צומאל זענען די צען מיינונגען נישט אזוי שוה בשוה,

ליידער איז עס אזוי היינטיגע צייטן בדור עיקבתא דמשיחא, אז כמעט אין יעדע קהלה בישראל איז דא געוויסע חילוקי דעות, און אין געוויסע איז עס שארפער ווי פלעין חילוקי דעות…

דער שטן זוכט צו טרעפן א פתח וואו ער קען נאר, און דער אש המחלוקות פלאקערט אוט אף קאנטראל און בוזשעוועט ליידער אויף א שרעקעדיגן פארנעם אין פילע גרויסע שיינע קהלות, אפעקטירנדיג גאנץ אפט די טאג טעגליכע הלוך ילך פון אסאך פון די פארטיי אנהענגער,

עס איז אבער גאר ווייטאגליך דאס, אז אינגעלייט וואס זוכן נישט צו האבן קיין שייכות אין די אלע זאכן, וואוילע אידן וואס געהערן צו א רבי'ן און זוכן נישט צו זיין פארמישט אין די זייטיגע פארטיי שטותים, ווערן אומוועלנדיג אריינגעשלעפט אינעם רינג מיטצוטאנצן מיטן שטן'ס שדים טאנץ, אלעס ווייל זייערס א חבר איז סטאק געבליבן מיטן קאץ,

א אינגערמאן קומט ארויף דא אויף אייוועלט, ער קומט אהער דוקא דא, פון צווישן אלע אנדערע ערלייען פארומס, ווייל דא איז דא גדרים, אפיציעל ווערן נישט דא געשריבן זאכן וואס איינער וואלט זיך געשעמט זיך צו אידענטיפיצירן מיט זיין תגובה, עפ"י תקנת המקום איז דא פאליטיק ריין, ניבול פה ריין, ליצנות ריין, ראיות אסורות ריין, ממש א געוואונטשענע פלאטפארמע פאר א חסידישע אינגערמאן וואס האט צוטריט צום גרויסן וועלט אבער וויל נישט ארויסוואנדערן ווייט אוועק,

דער אינגערמאן עפנט א ניק, און הייבט אן אנטיילצונעמען אין שמועסן וועלכע שמעקן אים, דער אטמאספעהר איז געוואלדיג, געוויסע מיטן נויטיגע הומאר, געוויסע מיטן ערנסטן טאן, די מנהלים און אחראים מיט די קאנטשיקעס, און עס פארט א באן, דער אינגערמאן דאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם וואס ער קען מיטהאלטן און אויסשמועסן וואס אימער על טהרת הקודש,

פלוצלינג.... ער האט זיך בטעות פאררעדט, ער האט געזאגט א מיינונג אין א שמועס וואס איינער פון די חשובע ישיבה קטנה בחורלעך דא געהער צו א פארטיי וואס זייערע הויכע פענסטער האלטן אנדערש, און... - בופס....! דער שמועס איז צושטערט!!! דער אשכול ווערט פארפלייצט מיט קינדערישע תגובות ווי שוועמלעך נאך א מבול, יעדע בעבי מיט זיינע הערליכע רעיונות צו משלב זיין דעם אשכול מיט זיין לאקאלע פאליטיק, און פון דארט ביז צו א שלאס אויפן אשכול איז בלויז א קאצן שפרונג! דער גאנצער שמועס ווערט געוואנדן אין דעם סטופיד קאץ-מייז מחלוקה'לע, און דער שמועס פארלירט טאטאל די ווערד! עס איבלט צו זען ווי אין יעדע געשמאקע אשכול באווייזט זיך דער שטן בתור הויפט מחותן! פארשטייציך אז איינמאל דער שנוק האט אויסגעגאסן זיינע ילדות קען מען שוין ווייטער נישט רעדן, ווייל אויב יא ווערט מען אטאקירט ברבים און אין אישי דורך די קטנים און אפרוחים, און עס פארגייט די אפעטיט דא אריינצוקומען!!

ביטע אנטשולדיגן, אבער אין געוויסע פעלער זעהט אויס ווי מען האט אינסטאלירט א קאמפיוטער מיט צוטריט צו אייוועלט אין א כתה ט', און אאאאלע ראצערלעך קומען זיך לערנען טייפן ביי יענעם קאמפיוטער!!!

באמת וואלט איך ווען געדארפט דאס שרייבן אלס א אומשולדיגע תגובה אין דעם אשכול וואו דאס האט פאסירט און ווי דאס האלט אינאיין פאסירן, נאר וויבאלד אי אפשר לפורטם כי רבים הם, די זאכן פאסירן ליידער גאר אפט, איז די איינציגע אפציע געווען דאס באזונדער ארויסצוברענגען בכבוד הראוי, אזוי אז עס זאל נישט פארוואסערט ווערן צווישן די אלע קינדערישע פאליטישע תגובות מלפניו ומלאחריו,

אלזא, מיין טייערע חבר;
לאמיר זיין קלאר, און געב איבער פאר דיינע אלע חברים אין ישיבה וואס זענען רייסערס ווי דו און האבן א ניק אויף די גרויסע טאטישע אייוועלט,

      נישט יעדע זאך וואס איך דיסעגרי מיט דיר איז ווייל איך באלאנג אין א אנדערע פארטיי ווי דיר!

        נישט יעדע מאל איך זאג עפעס וואס איינע פון דיינע פארטיי שישקעס האלטן אנדערש איז עס ווייל איך זוך צו קלאפן דיין פארטיי! - אין געוויסע פעלער איז עס בלויז ווייל דאס איז באמת מיין מיינונג, און איך בין בארעכטיגט!

          נישט יעדע מאל איך האב א מיינונג מיינט עס א דו דארפסט טרעפן וואו איך מיין די כבוד פון מיין פארטיי! צייט ארויסצוקריכן פון די צוריסענע קינדער שיכלעך!

            נישט יעדע מאל איך ברענג ארויס עפעס וואס קען ציען א שטריך צו מיין פארטיי איז עס ווייל איך מיין דיר פערזענליך, און דו דארפסט מיך אטאקירן ברבים און אין אישי!

              נישט יעדע מאל דו זעהסט א רויטן בענדל איז עס ווייל איך האב עס געמיינט צו פאכען פאר דיינע אויגן!


            אמת, לאמיר זאגן איך באלאנג נישט אין דיין פארטיי,
            אבער פארוואס קענען מיר נישט האבן א געשמאקע שמועס איבער וועלטליכע ענינים?
            וועלכע בלאסע ווינט בלאזט אריין דעם סטופיד קאץ אין יעדע אינטערסאנטע אשכול?

            קען קיינער נישט אויפקלערן אט די קטנים אז דא דרייען זיך עלטערע מענטשן וועמען ס'אינטערסירט גאנץ קנאפ די אלע שטותים????

            לאמיר לייגן דעם שווארצן קאץ אינדערזייט, און נישט קוקן מער אין יענעם ריכטונג,
            לאמיר אויפהייבן אונזער וועלטל צו די סטאנדארט ווי אונז אלע ווילן באמת עס זאל זיין,
            לאמיר באשיצן אונזער וועלטל פון דעם שרעקליכן פייער פון מחלוקת,
            לאמיר נישט צולאזן דער שטן זאל מאכן א לעבן דא צווישן אונז,

            -מיין חבר וואס אין זיין אנדענק האב איך דאס געשריבן אנטזאגט זיך דערווייל צוריקצוקומען, ער שרייבט אסאך און ציהט חיונה דערפון, און וויפיל איך בעהט אים ער זאל עפענען א נייער ניק און ווייטער מחיה זיין די עצמות יבשות דא, האלט ער זיך ביי זיינס און ער זאגט אז דער ווארט אייוועלט איבלט אים, נישט ווייניגער ווי דער שמעק פון די לאנטש רום ווי ער איז געזעצן אין כתה ג' און געכאפט מכות פון דער פרישטאג רבי, יהא זכרו ברוך.

            זייטס אלע געזונט,
            גיימיר מאכן א לחיים!

            נ.ב. באזירט אויף מיין עקפעריענס, זיץ איך שוין גרייט מיט די בלעכענע הויזן....

            חוח בין השושנים
            שר חמש מאות
            תגובות: 717
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

            תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 3:29 pm

            הערליך, וויכטיג, ריכטיג און אויפריכטיג!

            נאר איין הערה, אויב מעג מען פארפאטשקען דעם אשכול:
            כ'בין דארט געווען נעבן יענע פארטש ביי די קאץ/מייז מעשה. ס'פאקטיש געווען א קאץ וואס איז נאכגעלאפן א מייז. ואלו ואלו דברי קאקאשקעיק...
            נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

            אוועטאר
            קענדי'ס
            שר חמש מאות
            תגובות: 964
            זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
            לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

            תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 3:32 pm

            א קוש אין שטערן

            Gevald Geshrigen
            שר האלפיים
            תגובות: 2881
            זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

            תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 6:11 pm

            זייער ריכטיג געשריבן

            אוועטאר
            איינס
            שר האלפיים
            תגובות: 2418
            זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

            תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 8:49 pm

            גוט געשריבן, פיין געשריבן.

            וואס וועט אבער זיין מיט דיין בלעכענע הויזן, קיינער וויל זיך נישט מרחם זיין און אנשלאגן אביסל...
            אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

            אוועטאר
            למעלה משבעים
            שר תשעת אלפים
            תגובות: 9638
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
            לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

            תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:29 pm

            איינס האט געשריבן:גוט געשריבן, פיין געשריבן.

            וואס וועט אבער זיין מיט דיין בלעכענע הויזן, קיינער וויל זיך נישט מרחם זיין און אנשלאגן אביסל...

            ווען איינער רעדט אזוי צום זאך דארף ער נישט קיין בלעכענע הויזן... דער זאגט דאך אזוי גוט. אזוי צום פינטל.

            הר גריזים
            שר מאה
            תגובות: 183
            זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

            תגובהדורך הר גריזים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:43 pm

            הייליג טייער יעדעס ווארט!

            חוח בין השושנים
            שר חמש מאות
            תגובות: 717
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

            תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 9:58 pm

            בלעכענע הויזן צו קענען דערהייבן אזוי פיל קאמפלימענטן...
            נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

            אוועטאר
            shimon7323
            שר האלף
            תגובות: 1965
            זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
            לאקאציע: שיך

            תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:26 pm

            ריכטיגע ווערטער.
            היינט ווייסט מען פשוט נישט אז עס איז דא אנדערע וואס האבן אויך א מיינונג און מען מעג עס אמאל אויסהערן.

            אוועטאר
            nmi
            שר שלשת אלפים
            תגובות: 3146
            זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

            תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:37 pm

            ;l;p-
            למעלה משבעים האט געשריבן:
            איינס האט געשריבן:גוט געשריבן, פיין געשריבן.

            וואס וועט אבער זיין מיט דיין בלעכענע הויזן, קיינער וויל זיך נישט מרחם זיין און אנשלאגן אביסל...

            ווען איינער רעדט אזוי צום זאך דארף ער נישט קיין בלעכענע הויזן... דער זאגט דאך אזוי גוט. אזוי צום פינטל.
            https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

            אוועטאר
            nmi
            שר שלשת אלפים
            תגובות: 3146
            זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

            תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:38 pm

            זייער גוט געשריבן.
            https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

            אוועטאר
            שפיגליצקי
            שר חמש מאות
            תגובות: 898
            זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
            לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

            תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 10:51 pm

            גם אני בחלומי, מער ווי איין ניק איז מיר שוין געגאנגען א גאנג צוליב דעם..., אבער איך בין נאך דערווייל דא..

            יישר כח! האמיר א פיינעם שכן.
            אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

            שרייזשע
            שר חמש מאות
            תגובות: 539
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
            לאקאציע: ליידער און גלות

            תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג אוגוסט 15, 2019 11:13 pm

            האלטס די אשכול אןן דער הויך!!
            לאזטס עס נישט אראפ גליטשען!

            אוועטאר
            געריבענער סוחר
            שר חמש מאות
            תגובות: 891
            זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
            לאקאציע: אין קאנפערענס רום

            תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:40 am

            Thanks for taking the time and effort to to release this important message for the young and inexperience baby writers.
            .When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

            אוועטאר
            נגיד
            שר האלף
            תגובות: 1967
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
            פארבינד זיך:

            תגובהדורך נגיד » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 1:37 am

            גאר שיין אמת און וואר!
            ...I reserve the right to disagree

            קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

            אוועטאר
            מוזיק מבין
            שר העשר
            תגובות: 32
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 28, 2019 10:47 am

            תגובהדורך מוזיק מבין » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:36 am

            א קנאק פון א שרייבער.. טענק יו ענד ריעלי אפרישעטעד...!
            הערליך שיין און מען זעט די אמת וואס ליגט אין דיינע דיבורים.
            איך מיין אז סהאט שוין געבראכט א שינו לטובה..
            שרייב נאך! די עולם האט הנאה. העסט מיר פאלגן יא?

            אוועטאר
            איינס
            שר האלפיים
            תגובות: 2418
            זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

            תגובהדורך איינס » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 9:49 am

            nmi האט געשריבן:;l;p-
            למעלה משבעים האט געשריבן:
            איינס האט געשריבן:גוט געשריבן, פיין געשריבן.

            וואס וועט אבער זיין מיט דיין בלעכענע הויזן, קיינער וויל זיך נישט מרחם זיין און אנשלאגן אביסל...

            ווען איינער רעדט אזוי צום זאך דארף ער נישט קיין בלעכענע הויזן... דער זאגט דאך אזוי גוט. אזוי צום פינטל.

            ער האט גאזאגט אז ער האט בלעכענע הויזן


            כאפ איך אבער נישט וואס איז די מעשה מיט די ניקטוישנגען פון שכן טוב און שפיגליצקי , אויס טוישטו א ניק שרייבן שיון מער נישט די בחורים?
            אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

            אוועטאר
            לכאורה
            שר עשרת אלפים
            תגובות: 11382
            זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

            תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:03 pm

            שלום עליכם שכן טוב, איר זאגט פיין!
            איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

            אוועטאר
            מונאוויטש
            שר האלפיים
            תגובות: 2027
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
            פארבינד זיך:

            תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:23 pm

            שכן טוב, דברים כדרבונות!
            "ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
            — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


            מפתח

            SHULEM FRIEDMAN
            אנשי שלומינו
            תגובות: 7
            זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 4:09 pm

            תגובהדורך SHULEM FRIEDMAN » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 6:56 pm

            מען וואלט געדארפט אריינלייגן שכן טוב'ס ארטיקל דא.

            קרייסלער
            שר האלף
            תגובות: 1100
            זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

            תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוגוסט 18, 2019 1:27 am

            אמת ויציב
            לדעתי זאלן די מנהלים האבן א גיידליין אז אויב מבאגייט אזעלכע שענדליכע אקטן דריי מאל זאל מען ווערן אויסגעשפארט פאר איין וואך וכו׳

            גרויסע-גדולה
            שר חמש מאות
            תגובות: 558
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

            תגובהדורך גרויסע-גדולה » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:11 am

            קרייסלער האט געשריבן:אמת ויציב
            לדעתי זאלן די מנהלים האבן א גיידליין אז אויב מבאגייט אזעלכע שענדליכע אקטן דריי מאל זאל מען ווערן אויסגעשפארט פאר איין וואך וכו׳

            נאך דריי מאל קענסטו נישט צוריק קומען ביז דיין טאטע קומט אראפ פערזענליך רעדן מיט די מנהל!
            mi a nagy ügy

            טערקישער_סולטאן
            שר העשר
            תגובות: 28
            זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

            תגובהדורך טערקישער_סולטאן » זונטאג אוגוסט 18, 2019 9:29 am

            גאר שיינע רייד זייער ריכטיג
            איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

            אוועטאר
            ?אפשרטאקע
            שר חמישים ומאתים
            תגובות: 491
            זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

            תגובהדורך ?אפשרטאקע » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:15 pm

            דעם אשכול דארף מען אויפהענגען ביים טיר פון קרעטשמע

            אוועטאר
            די אויכעט
            שר חמישים
            תגובות: 87
            זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 5:54 pm
            לאקאציע: ביים קאסע

            תגובהדורך די אויכעט » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 5:48 pm

            ;l;p-
            ווארשיינליך וועל איך ארויסגיין פון קרעטשמע פאר א אומבאשטומטע צייט
            שוין גענוג פארברענגט די צייט, וועל מיר גיין ארבייטן


            צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

            ווער איז אונליין

            באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי גאר!, בשבילי נברא, פאלקס קיך און 24 געסט