ראסיזם, וואס איז דאס?!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ביזטו א ראסיסט?

יא
44
56%
ניין
34
44%
 
סך הכול שטימען: 78

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

ראסיזם, וואס איז דאס?!

תגובהדורך בראנפן גלעזל » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:18 pm

איך האב נעכטן געהערט אן אינטערוויו מיט א פראפעסאר אויף ראסיזם [ :roll: ], א שווארצע מאן.
לפי דבריו איז ארויסגעקומען אז על פי דרך הטבע איז יעדע מענטש א ראסיסט [שטייצעך יעדער חוץ אים] ווייל ווילאנג דו ביסט נישט קיין אנטי ראסיסט און דו טוסט נישט פאקטישע פעולות אפצושטעלן ראסיזם ביזטו א ראסיסט. ער טענה'עט אז ס'נישט גענוג אז דו גייסט שטימען קעגן טראמפ אין 2020 נאר יעדער יחיד פאר זיך האט אן אחריות אפצושטעלן ראסיזם ביי זיך און ביי אנדערע, און ווילאנג דו טוסט דאס נישט ביזטו א ראסיסט!
בעיסיקלי האלט ער אז טראמפ איז נישט עפעס אויסערגעווענליך ראסיסטיש, נאר ער איז א חלק פון א ראסיסטישע געדאנקענגאנג וואס וועבט זיך ביי צענדליגע ווייסע אמעריקאנער אין קאפ, נאר ער האט א גרעסערע פלאטפארמע. אבער דאס איז זיכער אז יעדער וואס איז א טראמפ שטיצער איז א ראסיסט!
ער איז מסביר אז ראסיזם מיינט בעיסיקלי, אז אויב באשולדיגסטו א גרופע \ ראסע אין סיי וואספארא זאך ביזטו א ראסיסט. למשל אויב זאגסטו אז אימיגראנטן זענען אומלעגאל ביזטו א ראסיסט! אויב זאגסטו אז לעגאלע בירגער זענען לעגאלע בירגער ביזטו א ראסיסט! אויב האלטסטו אז שווארצע זענען שווארץ ביזטו א ראסיסט! און אויב...
סך הכל קומט ארויס פון זיין שמועס אז יעדער איז ראסיסטיש, עהההההה... חוץ אים!
רבותי! די ווארט ראסיסט איז היינט-צוטאגס ביליגער ווי קארטאפל שאלעכץ...!!!
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:21 pm

א מענטש האט טאקע איינגעבוירענע ראסיזם, ווי מען קען זען ביי שידוכים א.ד.ג. אוודאי קען מען אייביג פארענטפערן ביי זיך אז עס איז פשוט אנדערע קולטורן וואס שטימען נישט, אבער א קערנדל פון ראסיזם איז זיכער דא
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:27 pm

אזא אויסגעארבעטע מענטש דער פראפעסאר... פשששששששששיהא! וואלט ער געווען א איד וואלט שוין משיח לאנג דא געווען! אזא אהבת חינם.. וואו טרעפט מען היינט אזאנס?!

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:27 pm

ווער זאגט אז ראסיזום איז א שלעכטע זאך? (איך רעד די מין ראסיזום וואס ער לייגט אראפ אז דאס איז ראסיזום)

לויט איהם איז אונזער תורה איין שטיק ראסיזום פון לנכרי תשיך דורך שבית מלחמה ביז עמוני ומואבי לא יבואו בקהל ה׳

#גאה להיות ראסיסיט
מזה אחד ומזה אחד והיו ידיו אמונה

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1609
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:30 pm

כאפט א פחד, 92 פראצענט פונעם ציבור זענען ראסיסטן... כליפ כליפ...
:-( :-(

אסדר לסעודתא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8684
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:32 pm

יעדער מענטש איז בטבע א ראסיסט. מען דארף ארבעטן אויף די מידות.

פאר א פובליק פיגור און פאליטיקאנט איז א סכנה צו פרעדיגן ראסיזם, אפי' שלא בכוונה.

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:37 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:כאפט א פחד, 92 פראצענט פונעם ציבור זענען ראסיסטן... כליפ כליפ...
:-( :-(

די רעפארמער טענה׳ן אז ווער סגלייבט אין באשעפער לויט שיטת חז״ל איז א מין ואפירקורוס, האבן מיר דא 100% אפיקורסים
איז וואס? איינער האט א פראבלעם צו זיין א רעפארמער אפיקורוס?
אזוי אויך צו זיין דעם פראפעסארס ראסיסט
מזה אחד ומזה אחד והיו ידיו אמונה

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:39 pm

איך זע אז דער עולם פארשטייט נישט וואס ער האט געזאגט: פון זיינע ווערטער זענען ארויסגעקומען אז אפי' צו זאגן "פאקטן" איז ראסיזם, ענדערש שפיל בת היענה און גיי מיטן קאפ אין וואנט און לייקן אלע פראבלעמען! צו זאגן אז אומלעגאלע זענען אומלעגאל איז... ראסיזם!
און דערפאר איז טראמפ א ראסיסט! ער איז נישט עפעס אויסטערליש ראסיסטיש, נאר ער איז א ראסיסט מיט אונז אלע....
און אויף די דאזיגע באדייט פון ראסיזם רייסט מען אראפ מענטשן פון אלע זייטן: "ער האט געזאגט אזוי?!... שרעקליך!! עעעעכטע ראסיזם!!"
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
ליידיג גייער
שר חמש מאות
תגובות: 568
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:08 pm

ראסיזם האט בכלל נישט מיט אמת אדער שקר, ראסיזם מיינט אפשטעמפלן א מענטש לויט זיין ראסע.
יעדעס וואס וואס מען באטראכט א מענטש נישט לויט זיינע פריוואטע אייגנשאפט נאר לויט די גרופע אין וואס מ'שטעלט איהם אריין איז דאס ראסיזם אפילו אויב דאס איז גערעכט.
אפילו למשל אלע חסידים אדער אלע פון א געוויסע חסידות, אלע ליטאים פירן זיך אזוי.
און די זעלבע איז אלע גוים, אלע אידן, אלע ווייסע, אלע מעקסיקאנע און אלע אינדיאנער.
דער יסוד פון אנטי ראסיזם איז א מענטש דארף ווערן באטראכט פאר זיך אליינס און נישט ווערן דעפינירט לויט א גרופע, ווי איינער האט אמאל געזאגט שריי מיך נישט נאך סאטמארער שריי מיך נאך גרינפעלד (און גלייב מיר ער איז זיך ווערט כשלעצמו... סאטמאר איז גארנישט שולדיג)

אוועטאר
יש בו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 5:53 pm

תגובהדורך יש בו » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:54 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:שריי מיך נישט נאך סאטמארער שריי מיך נאך גרינפעלד (און גלייב מיר ער איז זיך ווערט כשלעצמו... סאטמאר איז גארנישט שולדיג)

;l;p- ;l;p-
The Divided States Of America

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:06 pm

יעדע גרופע אדער משפחה מיט גענעטישע אייגנשאפטן און אינטערשיידן צווישן וואס מאכט זיי דיפרענט פון אנדערע, איז א ראסע פאר זיך. די ווארט ראסיזם איז בכלל נישט שלעכט, צו זאגן אז אונזער פעמעלי האט די נאטור אדער אונזער פאלק האט די נאטור אדער אויסזען אדער כשרון, איז כלל נישט קיין פראבלעם. דער אויבערשטער האט באשאפן זיין בריאה פארשידנארטיג און יעדער האט זיך זיינע אייגנשאפטן.

די פראבלעם ווערט נאר, ווען מען הייבט ארויס איין ראסע מער ווי די צווייטע, אז די ראסע איז חשובער און וויכטיגער ווי יענע ראסע, און יענע ראסע האט ווייניגער רעכטן ווי מיין ראסע. דאס איז שלעכטע ראסיזם וואס איז א סכנה. אוועק צו נעמען רעכטן א געוויסע ראסע, אדער אריינברענגען העיט קעגן א ספעציפישע עטנישע גרופע, בלויז צוליב זייער ראסע, איז רשעות און אכזריות.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:13 pm

פעיק נוז האט געשריבן:יעדע גרופע אדער משפחה מיט גענעטישע אייגנשאפטן און אינטערשיידן צווישן וואס מאכט זיי דיפרענט פון אנדערע, איז א ראסע פאר זיך. די ווארט ראסיזם איז בכלל נישט שלעכט, צו זאגן אז אונזער פעמעלי האט די נאטור אדער אונזער פאלק האט די נאטור אדער אויסזען אדער כשרון, איז כלל נישט קיין פראבלעם. דער אויבערשטער האט באשאפן זיין בריאה פארשידנארטיג און יעדער האט זיך זיינע אייגנשאפטן.

די פראבלעם ווערט נאר, ווען מען הייבט ארויס איין ראסע מער ווי די צווייטע, אז די ראסע איז חשובער און וויכטיגער ווי יענע ראסע, און יענע ראסע האט ווייניגער רעכטן ווי מיין ראסע. דאס איז שלעכטע ראסיזם וואס איז א סכנה. אוועק צו נעמען רעכטן א געוויסע ראסע, אדער אריינברענגען העיט קעגן א ספעציפישע עטנישע גרופע, בלויז צוליב זייער ראסע, איז רשעות און אכזריות.

לדוגמא עם הנבחר vs עם הדומה לחמור ?

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:19 pm

איז דאס נישט ראסיזעם??
CNN developing all-black panel show with ⁦
@AprilDRyan
⁩, ⁦
@AndrewGillum
⁩, ⁦
@angela_rye
⁩, and ⁦
@Bakari_Sellers

Goodmorning
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4404
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:36 pm

א ביישפיל ווי ראסיזם האט ארויסגעשטופט שווארצע פארמער פון זייערע פארמער צו די געטאס מיט אלע פארברעכענס און אנדערע פראבלעמען וואס פלאגן דאס לאנד ביז יעצט.
https://www.theatlantic.com/magazine/ar ... nd/594742/
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 3:58 pm

מים חיים האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:יעדע גרופע אדער משפחה מיט גענעטישע אייגנשאפטן און אינטערשיידן צווישן וואס מאכט זיי דיפרענט פון אנדערע, איז א ראסע פאר זיך. די ווארט ראסיזם איז בכלל נישט שלעכט, צו זאגן אז אונזער פעמעלי האט די נאטור אדער אונזער פאלק האט די נאטור אדער אויסזען אדער כשרון, איז כלל נישט קיין פראבלעם. דער אויבערשטער האט באשאפן זיין בריאה פארשידנארטיג און יעדער האט זיך זיינע אייגנשאפטן.

די פראבלעם ווערט נאר, ווען מען הייבט ארויס איין ראסע מער ווי די צווייטע, אז די ראסע איז חשובער און וויכטיגער ווי יענע ראסע, און יענע ראסע האט ווייניגער רעכטן ווי מיין ראסע. דאס איז שלעכטע ראסיזם וואס איז א סכנה. אוועק צו נעמען רעכטן א געוויסע ראסע, אדער אריינברענגען העיט קעגן א ספעציפישע עטנישע גרופע, בלויז צוליב זייער ראסע, איז רשעות און אכזריות.

לדוגמא עם הנבחר vs עם הדומה לחמור ?

די אינטערשייד איז בעיסד אויף ראסע? יא ס'איז, ווייל אונז שטאם מיר פון אנדערע עלטערן ווי די איבריגע פעלקער, אבער די אינטערשייד איז נישט צוליב דעם, די אינטערשייד איז ווייל אונז האמיר גענומען די תורה און זיי נישט.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 4:30 pm

פעיק נוז האט געשריבן:

מיינסט צו זאגען יעדער קען ווערען א איד משא''כ להבדיל שווארץ/ווייס
וואס טוט זיך מיט לֹֽא־יָבֹ֧א עַמּוֹנִ֛י וּמוֹאָבִ֖י בִּקְהַ֣ל ה' גַּ֚ם דּ֣וֹר עֲשִׂירִ֔י לֹא־יָבֹ֥א לָהֶ֛ם בִּקְהַ֥ל ה' עַד־עוֹלָֽם?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 13061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 4:58 pm

גייסט מיר דא פארהערן?...

וואס פאלט דיר ביי אז די איסור האט עפעס מיט ראסע?
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:01 pm

א עמוני קען זיך מגייר זיין, און ער ווערט א גר וואס אונז האבן 48 עשין אים ליב צו האבן. נאר חתונה האבן מיט אים טאר נישט א געהעריגע אידישע מיידל, פונקט ווי זי טאר נישט מיט א פצו"ד כאטש ער איז גארנישט ווייניגער ווערט אלס מענטש און איד.

אבער די גאנצע עם הנבחר האט נישט מיט ראסע. לא מרובכם חשק ה' בכם כי אתם המעט.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang

געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובהדורך געוואלדיג » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:07 pm

איך בין א שטאלצער ראסיסט, וואס האלט אז די עמלק'ישע ראסע דארף פארטיליגט ווערן, און אז די חם'ישע ראסע זענען פארשאלטן צו זיין קנעכט.

צוזאמען מיט דעם, דארף מען זיך אויפפירן מענטשליך און אויסגעהאלטן ווייל די זעלבע תורה לערנט אונז אויך, ורחמיו על כל מעשיו, און דרכי שלום וכדו'
לייפציק האט געשריבן:לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:08 pm

איינס האט געשריבן:ווער זאגט אז ראסיזום איז א שלעכטע זאך? (איך רעד די מין ראסיזום וואס ער לייגט אראפ אז דאס איז ראסיזום)

לויט איהם איז אונזער תורה איין שטיק ראסיזום פון לנכרי תשיך דורך שבית מלחמה ביז עמוני ומואבי לא יבואו בקהל ה׳

#גאה להיות ראסיסיט

איך האב שוין געליינט אייער תגובות, און געווענדליך שרייבט איהר זייער צום זאך.
אבער איך מוז זאגן, איהר מיך דא disappointed.

אונזער תורה איז נישט איין שטיק ראסיזם. פונקט פארקערט. למשל: ואהבתם את הגר. מען זאל ליעב האבן איינער וואס איז אנדערשט.
איי לנכרי תשים? ווייל ער בעט דאך יא פון דיהר.
אונזער הייליגע תורה איז נישט ראסיזם. בכלל נישט.
ראסיזם מיינט, labeling a group as one.
און ווער נאך ווי מיהר אידן ליידען דערפון? איין מעשיגנער פארפיהרט אויפן פליגער, טוישט זיצן, וכו' אויפן וועג קיין ליזענסק, סוף נסיעה אין פראנקפורט, שרייט א דייטשע גוי "You Jews didn't behave and my wife and myself were not able to sleep". איהר הערט? איין איד, בשעת "אלע אנדערע אידן" אויפן פליגער האבן זיך אויפגעפיהרט גאר איידל. דאס איז נישט קיין משל. דאס איז א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן.

ממילא, וויל איך זאגן:
איך בין נישט קיין ליבעראלער. בכלל נישט. אבער:
#גאה שאין אני ראסיסט. פונקט די פארקערטע! איך ארבייט מיט שווארצע. אסאך פון זיי זענען שלעכט, אסאך פון זיי זענען גוט. אסאך פון זיי זענען טיפשם אסאך פון זיי זענען גאר קלוג.
judge a person by his actions, not by his race.
און דאס איז דער אידישער דרך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:17 pm

.
לעצט פאראכטן דורך אחד הרבנים אום מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:24 pm

.
לעצט פאראכטן דורך אחד הרבנים אום מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 11000
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך איינס » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:27 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:ווער זאגט אז ראסיזום איז א שלעכטע זאך? (איך רעד די מין ראסיזום וואס ער לייגט אראפ אז דאס איז ראסיזום)

לויט איהם איז אונזער תורה איין שטיק ראסיזום פון לנכרי תשיך דורך שבית מלחמה ביז עמוני ומואבי לא יבואו בקהל ה׳

#גאה להיות ראסיסיט

איך האב שוין געליינט אייער תגובות, און געווענדליך שרייבט איהר זייער צום זאך.
אבער איך מוז זאגן, איהר מיך דא disappointed.

אונזער תורה איז נישט איין שטיק ראסיזם. פונקט פארקערט. למשל: ואהבתם את הגר. מען זאל ליעב האבן איינער וואס איז אנדערשט.
איי לנכרי תשים? ווייל ער בעט דאך יא פון דיהר.
אונזער הייליגע תורה איז נישט ראסיזם. בכלל נישט.
ראסיזם מיינט, labeling a group as one.
און ווער נאך ווי מיהר אידן ליידען דערפון? איין מעשיגנער פארפיהרט אויפן פליגער, טוישט זיצן, וכו' אויפן וועג קיין ליזענסק, סוף נסיעה אין פראנקפורט, שרייט א דייטשע גוי "You Jews didn't behave and my wife and myself were not able to sleep". איהר הערט? איין איד, בשעת "אלע אנדערע אידן" אויפן פליגער האבן זיך אויפגעפיהרט גאר איידל. דאס איז נישט קיין משל. דאס איז א מעשה וואס איך האב מיטגעהאלטן.

ממילא, וויל איך זאגן:
איך בין נישט קיין ליבעראלער. בכלל נישט. אבער:
#גאה שאין אני ראסיסט. פונקט די פארקערטע! איך ארבייט מיט שווארצע. אסאך פון זיי זענען שלעכט, אסאך פון זיי זענען גוט. אסאך פון זיי זענען טיפשם אסאך פון זיי זענען גאר קלוג.
judge a person by his actions, not by his race.
און דאס איז דער אידישער דרך.

א דוגמא פון טענו בחיטין והודה לו בחיטין

אונז שטייען מיר אין זעלבן שורה, אונז טענ׳הן די זעלבע זאך
נאר דו באציהסט זיך צו ראסיזום כפשוטו און איך צו וואס מהאט דא אנגעהויבן די אשכול למדרש ביה בראסיזום.
מזה אחד ומזה אחד והיו ידיו אמונה

אוועטאר
מים חיים
שר האלף
תגובות: 1021
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

תגובהדורך מים חיים » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:30 pm

Yang2020 האט געשריבן:א עמוני קען זיך מגייר זיין, און ער ווערט א גר וואס אונז האבן 48 עשין אים ליב צו האבן. נאר חתונה האבן מיט אים טאר נישט א געהעריגע אידישע מיידל, פונקט ווי זי טאר נישט מיט א פצו"ד כאטש ער איז גארנישט ווייניגער ווערט אלס מענטש און איד.

אבער די גאנצע עם הנבחר האט נישט מיט ראסע. לא מרובכם חשק ה' בכם כי אתם המעט.

פארוואס נישט ?

איך וויל פארשטיין נישט זיך טענה'ן

Kosher Travel האט געשריבן:judge a person by his actions, not by his race.
און דאס איז דער אידישער דרך.

אוועטאר
רני פלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:03 pm

תגובהדורך רני פלט » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:31 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:יעדע גרופע אדער משפחה מיט גענעטישע אייגנשאפטן און אינטערשיידן צווישן וואס מאכט זיי דיפרענט פון אנדערע, איז א ראסע פאר זיך. די ווארט ראסיזם איז בכלל נישט שלעכט, צו זאגן אז אונזער פעמעלי האט די נאטור אדער אונזער פאלק האט די נאטור אדער אויסזען אדער כשרון, איז כלל נישט קיין פראבלעם. דער אויבערשטער האט באשאפן זיין בריאה פארשידנארטיג און יעדער האט זיך זיינע אייגנשאפטן.

די פראבלעם ווערט נאר, ווען מען הייבט ארויס איין ראסע מער ווי די צווייטע, אז די ראסע איז חשובער און וויכטיגער ווי יענע ראסע, און יענע ראסע האט ווייניגער רעכטן ווי מיין ראסע. דאס איז שלעכטע ראסיזם וואס איז א סכנה. אוועק צו נעמען רעכטן א געוויסע ראסע, אדער אריינברענגען העיט קעגן א ספעציפישע עטנישע גרופע, בלויז צוליב זייער ראסע, איז רשעות און אכזריות.

לדוגמא עם הנבחר vs עם הדומה לחמור ?

די אינטערשייד איז בעיסד אויף ראסע? יא ס'איז, ווייל אונז שטאם מיר פון אנדערע עלטערן ווי די איבריגע פעלקער, אבער די אינטערשייד איז נישט צוליב דעם, די אינטערשייד איז ווייל אונז האמיר גענומען די תורה און זיי נישט.

גערעכט. יעדער וואס מאכט נישט קיין חילוק צווישן א שווארצע גר און א ווייסע גר, צווישן א כינעזער גר און א פאטריקאנער גר, איז בהחלט נישט קיין ראסיסט. אויב ער גלייכט נישט געוויסע מענטשן איז עס צוליב זייערע מעשים און די מעשים פון רוב די סארט מענטשן (און נישט גלייכען מעשים מאכט נאך נישט איינעם פאר א ראסיסט). און מענטשן וואס פירען זיך אויף ווי חמורים זענען טאקע "דומה" לחמור אבער נישט א חמור ממש. אתם קרוים אדם ווייל דער איד, און אלע וואס שטאלצירן אלס אידן שטרעבן אויף העכערס, און די טעגליכע באדערפענישן זענען נאר א מיטל און נישט דער ציל. צו דורך שטיפן נאך א טאג פון בלויזע עקזיסטענס טוהט דער חמור אויך, ומותר האדם מן הבהמה אין כי הכל הבל, לבד הנשמה הטהורה וכו' אבל אנחנו בני בריתך, בני אברהם אהבך וכו' ומשמחתך ששמחת בו קראת את שמו ישראל וישרון, לפיכך אנחני חייבים להודות לך ולשבחך וכו' ומיחדים שמך בכל יום תמיד ואומרים פעמים באהבה שמע ישראל וכו'

אלע אנדערע זענען פאטענשעל אדם (זיי האבען א צורת אדם און א צלם אלקים) אבער לעת עתה נישט צו פיל בעסער ווי בהמות, און אפשר נאך ערגער, ווייל בהמות געווענליך שטויסן נישט. די גאנצע וועלט שטויסט ווי אקסען, מיין לאנד... מיין לאנד... מיין טערעטאריע , מיין טערעטאריע, נאך א אינטש לאנד, און גרייט צו ממית'ן אלע וואס שטייען אין וועג. נו, איז נישט די וועלט א וועלט פון בהמות? עס האט גארנישט מיט ראסיזם, אונז זענען נישט קיין ראסיסטן און קיינמאל נישט געווען (כאטש א סאך מיינען דא מחוסרון ידועה אז יא). ראסיסטן זענען זיי! ראסיסטן זענען זיי וואס האבן אונז פיינט פאר גארנישט!
לעצט פאראכטן דורך רני פלט אום מאנטאג אוגוסט 12, 2019 5:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט