אפענע בריוו צו דרכי נועם רייזענדע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

אפענע בריוו צו דרכי נועם רייזענדע

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:07 pm

צוליב מיין ארבעט קומט מיר אויס צו פארן גאר אפט פון שטאט צו די קאנטרי און צוריק. יעדע ראונד טריפ נסיעה קאסט מיר געז און טאלס צווישן דרייסיג און פערציג דאלער, אשע"כ טשעק איך געווענליך אויף דרכי נועם אויב סיז דא איינער וואס אפערט געלט, און כ'נעם יענעם מיט. (אויב איז נאר דא אן געלט ווענדט זיך אין מיין גיסטע און ווי שטארק איך יאג זיך.) געווענליך וועל איך פרובירן צו עוואוידן טאלס (צב"ש דורך נעמען די טעפען זי אנשטאט די וואשינגטאן בריק) אפילו אויב עס דויערט לענגער. אויב אבער האב איך איינער וואס צאלט, איז קודם צאלט עס דאך יענער, צווייטנס איז נישט קיין יושר צו פארן עקסטערע 10-20 מינוט ווען יענער צאלט פאר די טריפ (נישט ממש צאלט, צאלט אויס די הוצאות).

ביז נעכטן. :evil:

נעכטן איז נישט געווען קיינער וואס האט געזוכט א רייד פון די קאנטרי צו ווילי וואס איז געווען גרייט צו צאלן, האב איך מחליט געווען צו נעמען דעם וואס זוכט א רייד קיין קר"י פאר $15, און דאווענען מעריב דארט אנשטאט פאר'ן ארויספארן. איך בין לכבודו געפארן קיין סאוט פאלסבורג אים אויפפיקן, און געפארן קיין קר"י. אנקומענדיג האט ער מיר געפרעגט צו איך האב טשעינדזש פון א צוואנציגער, אויף וואס די תשובה איז געווען אז נישט. "סאו וואס טו איך?" פרעגט מיר יענער. וואס זאל איך אים זאגן? קום מיט מיר אין באנק? האב איך גענומען די צענער וואס ער האט געהאט.

נאך מעריב האב איך געטשעקט צו סיז דא איינער וואס זוכט א רייד פון מאנרא קיין ווילי, און געטראפן איינעם פון מאנסי קיין ווילי פאר פופצן דאלער. שטייצעך אז קיין מאנסי בין איך געפארן מיט'ן טרואוועי און נישט מיט די פאליסעידס, היות וועיז האט געזאגט אז סיז פיר מינוט שנעלער. די זעלבע האב איך גענומען די וואשינגטאן בריק אנשטאט די טעפען זי.

און וואס מיינט איר? אנקומענדיג פרעגט יענער - וועם כאב שוין גענומען איינמאל פון די קאנטרי קיין ווילי - מיט אזא געמאכטע תמימות אויב כ'האב אפשר טשעינדזש פון א פופציגער. שטייצעך א די תשובה איז געווען אז נישט. האב איך גענומען די זעקס דאלער וואס ער האט מיר צוגעווארפן ווי א ביינדל צו א הונט.

רבי לעבן, איך בין געפארן אן עקסטערע צוואנציג מינוט און כאב געצאלט מער ווי דיין גע'גנב'עטע זעקס דאלער ווייל דו האסט מיר צוגעזאגט צו צאלן!

פארטיג. פיניש. פון היינט און ווייטער טויש איך נישט מיין רוט אפילו דער רייזנדער זאל אפערן 75 דאלער, סיידן איך האב ביי זיך טשעינדזש פון א הונדערטער.

נישט נאר איז גניבת דעת צוצוזאגן געלט ווען דו ווייסט אז סיז דא א שטארקע מעגליכקייט אז דו וועסט אים עס נישט געבן, נאר עס איז אן ערנסטער שאלה פון גזל, היות רוב מענטשן וועלן מער ארויסגיין פון זייער וועג פאר איינער וואס צאלט ווי פאר איינער וואס צאלט נישט, אזוי איך מיט טאלס.

אלזא, אויב זוכט איר א רייד און איר אפערט געלט, מאכט זיכער אז איר האט די גענויע סכום וואס איר פארשפרעכט, אדער זייט גרייט צו געבן יענעם בחפץ לב די גאנצע צוואנציגער אדער פופציגער אויב יענער ענטפערט אז ער האט נישט קיין טשעינדזש.

ויה"ר שהימים האלו יתהפכו בקרוב לששון ולשמחה בב"א.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אביונה
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:11 pm

אימעדזשין דער רבוש"ע אפפערט דיר א מיליאנערסקע עשירות, נאר גיב אים צוריק טשעידזש.....


נישט איך בין עס געווען, אויך נישט מיין ברודער, אפשר מיין שוויגער

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 2:33 pm

איך מיין אז יענער האט עס געטון כדי די קליינע קינדער זא... אופס... כדי זאלסט שרייבן א ארטיקל

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1884
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:47 pm

איים עם סארי, משה זיך מיך האט געשריבן זייער גיט! מען דארף זיך רעכענען מיט יענעם, און גניבה איז א גרויסע איסור.
אויב וויל מען נישט צאלן, קען מען דאך פארלאנגען אהן צאלן, ושלום על ישראל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
יסוד ארי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 26, 2017 9:48 pm
לאקאציע: אין וואלד

תגובהדורך יסוד ארי » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:48 pm

וואס איז די טעלעפאן נומבער פון דרכי נועם?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 5:02 pm

משהזוךמיר

איך בין נישט קיין דרייווער, אבער איך בין פולשטענדיג אויף דיין זייט!

אויב דו ווייסט ווער יענער איז, מעלד אים באיזה אופן אז ער זאל דיר קענען אפצאלן, עס איז ממש א שאד צו ברויכן מגולגל ווערן צוליב אפאר נישטיגע גרייצער

אויב דו ווייסט נישט ווער יענער איז, ביטע, ווי נאר דו בארוהיגסט דיך, זיי אים מוחל, ווייל ער האט דיך בא'עוול'ט און עס קומט אים א מחילה כדי ער זאל נישט ליידן דערוועגן
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: קאר ליעסינג אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך נעגלוואסער » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 5:53 pm

לכאורה האט געשריבן:משהזוךמיר

איך בין נישט קיין דרייווער, אבער איך בין פולשטענדיג אויף דיין זייט!

אויב דו ווייסט ווער יענער איז, מעלד אים באיזה אופן אז ער זאל דיר קענען אפצאלן, עס איז ממש א שאד צו ברויכן מגולגל ווערן צוליב אפאר נישטיגע גרייצער

אויב דו ווייסט נישט ווער יענער איז, ביטע, ווי נאר דו בארוהיגסט דיך, זיי אים מוחל, ווייל ער האט דיך בא'עוול'ט און עס קומט אים א מחילה כדי ער זאל נישט ליידן דערוועגן

צו אפנעמען די געלט וואס די מענטש איז שולדיג וועט משהזוךמיר אויך דארפן מגולגל ווערן

איך זאג אסאך מאל פאר א מענטש וואס איז מיר שולדיג געלט איך וועל אראפשוקן א שליח עס אפצונעמען
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 5:58 pm

איך ווייס נישט ווער יענער איז, און איך דארף נישט זיין געלט. כ'וואלט עס נישט גענומען אפילו ער זאל מיר עס יעצט ברענגען. ס'נישט די ניין דאלער וואס שטערט מיר, די כפיית טובה און אויסשפילן יענעם איז וואס שטערט מיר.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

חוח בין השושנים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » זונטאג אוגוסט 11, 2019 12:17 am

כ'האב שוין אמאל געהאט ענליכעס.
האבעך יענעם געגעבן א קארטעלע, אנגעפירקלט דערויף מיין אדרעס, און אים געזאגט: היות נישט איך און נישט דו פילן זיך באקוועם צו האלטן יענעמס געלט, זיי מוחל שיק מיר עס אריין אין פאסט.
כ'האב נישט גענומען יענעמס פינעווער, ווייל דאס וועט אים מאכן פילן ווי 'צו אלע רוחות כ'האב דאך שוין געצאלט'. ניין שעפעלע האסט גארנישט געצאלט, און שיק מיר די גאנצע אויף פאסט.

ס'איז געווען א היי-ריסק אז כ'וועל דערלייגן דעם פינעווער אויך, אבער צוויי וואכן שפעטער האט יענעמס חבר געקלאפט אויף מיין טיר און געברענגט די געלט בשליחותו.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:47 pm

אוי דערמאנסט מיר ווען איך פלעג ניצן דעם סיסטעם ארויסצופארן אין די קאנטרי
גראדע איז עס א גאר גיטער סיסטעם, כ'קען זאגן אז איך פלעג אלטס טרעפן א וועג דארנעשטאג/פרייטאג ארויף, צו זונטאג צוריק אין שטאט

אבער צום עצם אשכול האבן מיר געהאט א פארקערטע עקספיריענס!
כ'האב ארויפגעשטעלט מיין טריפ אויפן סיסטעם אנא געלט, איי פארוואס ביסטו נישט קיין מענטש אין צאלסט?, כ'האב גראדע יא געפלאנט צו צאלן עפעס. אבער אזוי איז געווען אז כ'האב נישט ארויפגעשטעלט וויפיל

הקיצור רופט מיר א דרייווער אז ער פארט אין 20 מינוט צו איך וויל מיטקומען, אבער ער מאכט א סטאפ אין קר"י פאר ממש א מינוט עפעס נעמען.
נאו פראבלעם א מינוט וואס קען שוין געשען (אבער אז ס'איז מיט א סטאפ ברויך איך שוין איבערקלערן וויפיל כ'זאל צאלן)

ויסעו כ'זעץ מיר אריין מיט'ן געזינדל אין קאר, א פאר מינוט ארויס פון קאנטרי פאנגט ער אן צו מרמז זיין, ווי צו זאגן כ'האף אז די פלאנסט מיר צו צאלן כיד המלך
כ'זאג אין שאאאר כ'האב אפילו געפלאנט צו צאלן עפעס
(ס'איבריגע וואס כ'האב געהאט דארט אין קאר קען איך שרייבן א עקסטערע תגובה...)
א רגע נאר די אומ...., וויסט מיר נאר נעמען פאר באצאלט? דאן רוף מיר נישט ווען איך האב נישט ארויף געלייגט אז איך פלאן צו צאלן!
וואס איז דאס פארלאנגען? אפשר האב איך נישט ארויפגעלייגט אז איך וויל צאלן, פשוט ווייל איך קען נישט? (למעשה האב איך אים געגעבן 30-40 טאללער)

עני וועי. ער קומט אן קיין מאנראו אין לאזט מיר ווארטן אין קאר א קנאפע האלבע שעה! הערסט? איך זוץ מיט מיינע קינדער צופלעטשקעט זונטאג נאכט אין ווארט אז דער חברה מאן זאל צוריק קומען

א צווייט מאל האב איך געהאט אז א דרייווער האט ניטאמאל געוואלט נעמען די געלט! ער זאגט מיר אז ס'איז אים א זכות מיט צונעמען מענטשן אין ער וויל נישט נעמען קיין געלט דערפאר

צום פינטל. מ'דארף זיין א נארמאל מענטש סיי אויב מ'איז א פאסאנדזשיר אין סיי אויב מ'איז א דרייווער
יעדע גלאז האט צוויי זייטן...
דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש

התבונני
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:56 pm

תגובהדורך התבונני » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 1:56 pm

ווען איר לאזט איבער די מעסעדזש - זאגטס קלאר ביטע מיטברענגען EXACT CHANGE

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:22 pm

איך זעה נישט עפעס שרעקליך פאר׳ן מאכן ווארטן א האלבע שטונדע (כאטש וואס איך וואלט יא געשפירט שלעכט צו טוהן אזאנס), ווען די רייזע איז א טובה, ספעציעל מיט א גאנצע געזינדל.
Beggars can’t be choosers

מיט די געלד ביסטו כשר גערעכט.

מחנך
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:45 pm

זיי נישט ברוגז, ווען מ'צאלט, אפילו ס'איז ווייניג באצאלט גייט מען ארויס פון ווערן גערופן בעגגערס, ס'איז אוממענטשליך צו ארויסנעמען פון וועג און נאך לאזן ווארטן א האלבע שעה.

צום פותח האשכול, דו ביסט איבערגעטריבן, איך פארשטיי דיינע געפילן, און איך וואונדער מיך פארוואס דער פאסאזשיר האט נישט גענומען דיין אינפערמעישאן, ער זאל דיר קענען אפשיקן, אבער מענטשן זענען צוגעוואוינט פון קאר סערוויס אז מ'באקומט טשעינזש, דארפסט קלאר זאגן ברענג מיט פונקטליך טשעינזש, אדער נאך א בעסערע איידיע, גרייט אן א צוקראכטן הונדערטער, וועסטו אויך האבן טשעינזש אויב נעסעסערי.

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:50 pm

מחנך האט געשריבן:זיי נישט ברוגז, ווען מ'צאלט, אפילו ס'איז ווייניג באצאלט גייט מען ארויס פון ווערן גערופן בעגגערס, ס'איז אוממענטשליך צו ארויסנעמען פון וועג און נאך לאזן ווארטן א האלבע שעה.

נישט ברוגז, נישט מיין פראבלעם...

מ'רעדט דא איבער א רייזע וואס איז (געווען) [געדארפט זיין] אומזינסט

הערש לייב
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 20, 2017 5:21 pm

תגובהדורך הערש לייב » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:54 pm

מחנך האט געשריבן:אדער נאך א בעסערע איידיע, גרייט אן א צוקראכטן הונדערטער, וועסטו אויך האבן טשעינזש אויב נעסעסערי.


אדער פארגעסט ער דרכי נועם'ס נאמבער... דאס טוט ליידער יעדע דרייווער וואס גייט דורך די מינימאלע עקספיריענס.

מחנך
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 7:59 pm

דער סוף פון די מעשה איז א עולה, מ'טאר נישט אוועקגיין אן באצאלן די נישטיגע פרייז וואס די דרכי נועם דרייווערס נעמען, ס'איז בכלל נישט באצאלט, אבער ס'מיינט עבסעלוטלי נישט אז יענער איז געקומען מיט א פלען אים צו אפריפן און בא'גנב'ענען

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:43 pm

מחנך האט געשריבן:צום פותח האשכול, דו ביסט איבערגעטריבן, איך פארשטיי דיינע געפילן, און איך וואונדער מיך פארוואס דער פאסאזשיר האט נישט גענומען דיין אינפערמעישאן, ער זאל דיר קענען אפשיקן, אבער מענטשן זענען צוגעוואוינט פון קאר סערוויס אז מ'באקומט טשעינזש, דארפסט קלאר זאגן ברענג מיט פונקטליך טשעינזש, אדער נאך א בעסערע איידיע, גרייט אן א צוקראכטן הונדערטער, וועסטו אויך האבן טשעינזש אויב נעסעסערי.

דו כאפסט אבוויעסלי בכלל נישט וואס דרכי נועם איז. דרכי נועם איז נישט קיין קאר סערוויס, און דרכי נועם האט נישט קיין דרייווערס. עס איז א סיסטעם וואס שטעלט צאם מענטשן וואס זוכן א רייד מיט פריוואטע דרייווערס וואס פארן פונקט יענע וועג. עס איז אן אויטאמאטישע סיסטעם אן קיין דיספעטשער אדער מעסעדזשעס, נאר מיט עטליכע קנעפלעך לאזטו וויסן פון וואו ביז וואו דו ווילסט גיין, וויפיל מענטשן, אויב דו ווילסט געבן געלט און אויב יא וויפיל, א.ד.ג. טייל דרייווערס בעטן געלט, און טייל בעטן נישט. טייל פאסאזשירן אפערן צו צאלן, און טייל נישט. דער דרייווער איז נישט קיין קאר סערוויס דרייווער, נאר א יונגערמאן ווי איך און דו וואס פארט אויך פונקט יעצט די וועג.

אין די היינטיגע תקופה פון פלאסטיק קארטלעך דרייען זיך מענטשן בדרך כלל נישט מיט קיין קעש (פרוביר צו טוישן א פופציגער אין ביהמ"ד) חוץ ביי די ארבעט אויב איז ער א קעשיער אדער קאר סערוויס דרייווער. איינער וואס לייגט ארויף אז ער זוכט צו פארן לאמיר זאגן פון מאנטיסעלא קיין וויליאמסבורג און ער וויל צאלן צוואנציג דאלער, מיינט עס נישט "גרייט אן טשעינדזש פון א הונדערטער", נאר אז ער קומט מיט צוואנציג דאלער. ער האט די ברירה גארנישט צו אפערן (איך האב שוין גענומען מענטשן בחנם אויך), אבער אז דו אפערסט רעכנט זיך יענער אז דו קומסט מיט'ן געלט. (אפילו ווען דער דרייווער איז דער וואס האט ארויפגעשטעלט די טריפ און בעט געלט מיינט עס 'קום מיט די געלט', אבער ווען עס איז דער פאסאדזשיר וואס שלאגט פאר צו צאלן דארף דער דרייווער זיכער נישט רעכענען אז ער האט נישט גרייט די פונקטליכע סכום.)

מחנך האט געשריבן:דער סוף פון די מעשה איז א עולה, מ'טאר נישט אוועקגיין אן באצאלן די נישטיגע פרייז וואס די דרכי נועם דרייווערס נעמען, ס'איז בכלל נישט באצאלט, אבער ס'מיינט עבסעלוטלי נישט אז יענער איז געקומען מיט א פלען אים צו אפריפן און בא'גנב'ענען


אויב לייגסטו ארויף אז דו ווילסט צאלן פופצן דאלער און דו קומסט מיט א פופציגער וואס רוב מענטשן קענען נישט קראכן אוט אף די בלו, מיינט עס אז דיין פלאן איז געווען אז ער וועט גאנץ וואשיינליך נעמען די זעקס דאלער. העכסטנס קענסטו יענעם זאגן ווען די סיסטעם פארבינדט אייך אז דו האסט נאר א פופציגער וכדומה, אז ער זאל האבן די אפשען צו נעמען א צווייטן/אנגרייטן טשעידזש/נישט טוישן זיינע רוט און טאלל פלענער.

און ווי געזאגט, ס'איז נישט דא קיין 'דרכי נועם דרייווערס', עס איז געווענליכע יונגעלייט וואס פארן פונקט די וועג.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:50 pm

התבונני האט געשריבן:ווען איר לאזט איבער די מעסעדזש - זאגטס קלאר ביטע מיטברענגען EXACT CHANGE

1) מען לאזט נישט איבער קיין מעסעדזשעס. עס איז אן אויטאמאטישע סיסטעם וואס מען דרוקט קנעפלעך צו לאזן וויסן וואו מען וויל גיין, וויפיל מענטשן, אויב מען וויל צאלן און וויפיל, אויב מען האט לייסענס וכדו'.
2) איך רעד דאך ווען דער פאסאדזשיר האט ארויפגעלייגט אז ער זוכט א וועג און איז גרייט צו צאלן כך וכך. איך האב גארנישט ארויפגעלייגט, נאר געזוכט אין די סיסטעם אויב איינער וויל מיטפארן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 8:57 pm

אין די צייט פון עפענען א אשכול און מאכן אז אסאך מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון מיטנעמען אנדערע

וואלט איך מציע געווען צע נעמען די צייט און אנרופען דרכי נועם און זיי בעטן צי לאזן א מעסידש אויפן סיסטעם און דערמאנען דעם עולם איבער מיט ברענגען טשעינדש
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 1:20 am

קודם זע איך אז ס'איז יא דא אידן וואס האבן געטראפן א רייד מיט דרכי נועם, ווען איך פלעג זוכן האב איך קיינמאל נישט געטראפן קיין וועג.

צו משהזוךמיר, איך פארשטיי זייער גוט אייער געפיל און איך בין פולקאם אויף אייער זייט, אבער צו פארשטיין, פון וואנעט זאל יענער וויסן אז איר האט געמאכט אן אומוועג צוליב אים? יענער מיינט אז איר פארט פערצופאל אויך פון סאוט פאלסבורג אדער פון מאנסי.

ס'נעמט נישט אוועק פון זיין אומ'אחריות, ווייל ער האט דאך געאפערט געלט אפילו אויב איר פארט פון מאנסי, אבער אייערע געפילן וואס ברויזן אזוי איז א גרויס חלק ווייל איר האט ספעציעל געמאכט אן אומוועג צוליב יענעם, און מעגליך אז יענער ווייסט דאס נישט.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט